☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » רוב המון וועט נאר פארשטיין לאחר המעשה, טו בעד

רוב המון וועט נאר פארשטיין לאחר המעשה, טו בעד

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3583
בלאט: 1 2

פראפעסאר שפירא » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 10:44 pm

· #108849
רוב המון וועט נאר פארשטיין לאחר המעשה, טו בעד
ס'קומען ציגיין גרויסע צילייגער, קליינע נעזער, בלייכע פענימער, אין פארקנייטשטע שטערן'ס, יעדער פרובירט צי ווייזען זיינע קענטעניסען ווער עס קען בעסער חוזעק מאכען אין אפלאכען פין די שרעקליכע קאנספיראציע ליבהאבער, די דאזיגע מאדנע ברואים וואס זענען אראפגעפאלען פין די לבנה אין אין ווערען באשולדוגט אין זעהן באהאלטענע קאנספיראציעס אויף טריט אין שריט,

רבותי, די אמת איז אז די ריכטיגע סיבה פארוואס אסאך מענטשען ווילען נישט גלייבען אין אזוי געריפענע קאנספיראציעס איז נישט וועגען זיי זענען קלאמפיש די קלוגע וואס לאזען זיך נישט נארען פין די נארישע דמיונות, נאר ס'איז פשוט די מענשליכע נאטור, א מענטש וויל נישט גלייבען אז ס'קען זיין ס'זאלען זיין מענטשען וואס קענען טוהן זאכען וואס זענען ווייט ארויס פין די גרעניצען פין דעם דארעכשניטליכע מענטש'עס דמיון, אין פארדעם איז עס אוטומאטיש ליגענד אין פארטיג, מען דארף נישט האבען טענות צי די מענטשען, זיי זענען סך הכל מענטשען אין ס'איז א נארמאלע מענטשליכע נאטור,

מען זעהט דאך ביי דעם דעספאט היטלער אז ער האט פינקטליך געשריבען אין זיין ביך וואס ער פלאנט צי טוהן, ס'נישט געווען קיין סוד, אבער רוב המון האט עס נישט געגלייבט פשוט ווייל ס'קען נישט זיין, אין אפילו ווען ער האט עס שוין געהאלטען אינמיטען טוהן האבען מענטשען נישט געקענט גלייבען, דאס איז א טייל פין די מענטשליכע נאטור, ס'האט געדויעט ביז נאכען חורבן, ווען די וועלט איז געווען חרוב אין די פאקטען האט געשפיגען אין פנים, נאר דעמאלץ האט מען געמיזט מודה זיין אז יא ס'האט טאקע פאסירט , די אומגלויבליכע אין שרעקליכסטע האט טאקע פאסירט,

רבותי, היסטאריע חזר'ט זיך איבער נאכאמאל אין נאכאמאל, אין טאמער עפעס איז די המון מער נאריש היינט אין ווער ווייסט צי וואס עס וועט דארפען קומען ביז די המון וועט זיך חאפען, ס'שטייט שוין אין די ספרים אז א גרויס חלק וועלט וועט שטארבען כ'מיין צוויי דריטעל, קוקט אויס אז פאר משיח'ן וועט די כח הרע קומען צי א קלימאקס, נאך ערגער ווי די צווייטע וועלט קריג, (כ'האף אז נישט),

עכ"פ ס'נאריש זיך צי גיין טענה'ן ווייל אפילו די גרעסטע אין קלארסטע פאקטען קען אפגעפרעגט ווערען מיט שרייבען "עה שטותים, נארישקייטען, די קאנספירעסי טעאריסט" אין פארטיג ס'אפגעפרעגט, ממילא גיי איך אפילו נישט אריינגיין אין קיין טענות ומענות, כ'שרייב עס נאר דא לזכרון אז ס'וועט קומען א צייט וואס ס'וועט חלילה געשען וואס ס'וועט געשען טאמער ס'וועט געלונגען פאר די שלעכטס צי אויספיהרען זייערע פלענער, וועט מען זיך דערמאנען אז פראפעסאר שפירא האט שוין געשריבען,

ס'איז היינט אזוי ווי אמאל, ס'דא פלענער צי הארגענען רוב וועלט, אין די חברה זאגען עס אפען, אין שרייבען עס אין זייערע ביכער, ענק מיינען אז זיי ווילען אוועקנעמען די וואפען סתם פאר ליידיגגיין .... ס'איז א טייל פין א גרעסערע פלאן, אין צי ציגרייטען דעם באדען דארף מען אנטוואפענען דעם המון כדי זיי זאלען זיין מער הילפסלאז ווען די ווייטערדיגע פלענער וועלען זיך אנטוויקלען, ס'קומט גרויסע עקאנאמישע שוועריגקייטען, לכאורה עפידעמיקס דורעך אינזענירטע וויירוס געמאכט אין א לעב, אין אזוי ווייטער,

כ'קען שרייבען ווייטער, אבער ס'וועט אויסקוקען זייער פאני פאר די רוב וואס פארשטייען נישט די טיפקייט פין די גאנצע זאך, אין כ'האב נישט קיין געדולד צי שרייבען מיט א טיפקייט, ווייל וויפעל וועט עס דען אויפטוהן, די רוב וועט דאך מסתם זאגען אז ס'שטותים,

עכ"פ ווער ס'קען זאל קויפען גאלד אין זילבער, קויפען קליינע פארעם'ס אין מאכען אייגענע ענערגיע איינריכטונגען ווי סאלאר אדער אנדערע, זיך אויסלערנען צי פלאנצען אליינס עסען, אוועקלייגען עסען וואס האלטען זיך, נישט געבען קיין וואקסינס, נישט טרונקען קיין פלאורייד, נישט עסען קיין GMO עסען, אין קויפען וואפען טאמער מען קען לעגאל, נישט נעמען קיין פסייקאודראגס ווי פראזעק אדער אנדערע, אין ווארען אלע חברים צי ציגרייטען וואס מען קען, וכולי האי ואולי, אין גאט זאל האלטען די רעכטע האנט אויף אידישע קינדער,

galitzyana » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:40 pm

· #108862
you are crazy

טאמבל סאס » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:46 pm

· #108865
אה. ענדליך האבן מיר א פראפעסאר וואס רעדט שוין צום זאך. אז מ'רעדט שוין. ציוואס האט אויסגעפעהלט אויסצופאטשקען אזויפיהל געלט פאר צוויי ריזיגע מלחמות. מ'וואלט געדארפט לאזן די אראבערס צוהעלפן די ארבעט, אונז אויסצוקוילען. און אינאיינוועגס שפארן א היבש ביסל געלט...

Accountant » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:51 pm

· #108866
פראפעסאר - איר זענט בארעכטיגט צו גלייבן וואס איר ווילט און לעבן אין שרעק פון 'די חברה' וואס שרייבן אין זייערע ביכער (ווי?) זאגן אפען (ווען?) אז זיי גייען הארגענען רוב וועלט און דאס איז די סיבה פארוואס זיי ווילען אוועקנעמען גאנס פון אונז פשוטע מענטשן (אבאמא, וואס לכאורה מיינט איר אים דערמיט ער וויל דאך אוועקנעמען גאנס, האט אלע כלי משחית, עף סיקסטיןס, דראונס, טאנקן, אד"ג, ער האט אפילו נוקליארע וואפן, שרעקט זיך פון גאנס. ער האט מורא אז ווען ער וועט שוין איינמאל פאר אלעמאל וועלען אויספירן זיין פלאן להשמיד להרוג ולאבד אנשים נשים וטף, וועלן מענטשן זיך נישט לאזן און זיי וועלען אראפשיסן זיינע ערעפלאנען מיט גאנס)

איין זאך נאר, עצה'נען דעם עולם נישט צו געבן וואקסינס גרענעצט זיך מיט רציחה! מיליאנען מענטשן לעבן היינט נאר ווייל זיי האבן באקומען וואקסינס. די וועלט איז פטור געווארן פון אסאך טויטליכע מחלות דורך וואקסינס. א גרויס חלק פארוואס מען לעבט היינט לענגער ווי אמאל איז צוליעב וואקסינס. ס'איז נישט קיין קינדער שפיל. און די אלע וואס רעדן איין תמימותדיגע פרויען נישט צו געבן קיין וואקסינס, זענען עתיד ליתן את הדין!

אויב איז א דאקטער מאסגעבענד ע"פ הלכה צו זאגן פאר א חולה נישט צו פאסטן יום כיפור, איז ער זיכער באגלייבט איבער וואקסינס און נישט מענטשן וואס לא קראו ולא שנו ולא ידעו בין ימינם ושמאלם אין הלכות רפואה.

פראפעסאר שפירא » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:14 am

· #108874
Accountant


איין זאך נאר, עצה'נען דעם עולם נישט צו געבן וואקסינס גרענעצט זיך מיט רציחה! מיליאנען מענטשן לעבן היינט נאר ווייל זיי האבן באקומען וואקסינס. די וועלט איז פטור געווארן פון אסאך טויטליכע מחלות דורך וואקסינס. א גרויס חלק פארוואס מען לעבט היינט לענגער ווי אמאל איז צוליעב וואקסינס. ס'איז נישט קיין קינדער שפיל. און די אלע וואס רעדן איין תמימותדיגע פרויען נישט צו געבן קיין וואקסינס, זענען עתיד ליתן את הדין!



יעצט האסטע מיר אויפגערעגט, די ביסט א ליגנער, די האסט עס קיינמאל נישט געהעריג אדורעך געטוהן, די זאגסט נאך גאסען פראפעגאנדע, איז לאמיר דיר זאגען די אקאונטענט, די ווייסט נישט וואס די רעדסט, וואקסינס איז נישט דאס וואס האט געראטעוועט די מענטשהייט, ס'איז א בלאף, א באבע מעשה, לאמיר דיר עפעס אויסלערנען נישט אלעס וואס די גאס האלט פאר א פאקט איז טאקע אמת, כ'קען דיר דא געבען לינקס וואס צינעמט די זאך אין ווייזט אויף די בלאף דערפין אבער כ'גיי עס נישט טוהן, טאמער ביסט טאקע אינטערעסירט צי פארשטיין דאן זיך אליין אין מיטשע דיר אביסעל, אפשער אזוי וועסטע עס בעסער פארשטיין,

אין פאר כ'פארגעס, די אלע וואס פרובירען אויפקלערען נאיווע פרויען צי פארשטיין אז וואקסינס זענען שעדליך אין קען אין טוט שעדיגען די מח פין אומשולדיגע קינדער איז זייער שכר עד אין קץ, אשריהם ואשרי חלקם

Accountant
אויב איז א דאקטער מאסגעבענד ע"פ הלכה צו זאגן פאר א חולה נישט צו פאסטן יום כיפור, איז ער זיכער באגלייבט איבער וואקסינס און נישט מענטשן וואס לא קראו ולא שנו ולא ידעו בין ימינם ושמאלם אין הלכות רפואה.


דאס ווערט אנגעריפען א קרומע שכל הישר, פארדריי נישט קיין קאפ מיט יום כיפור אין מיט יא מאסענגעבענד צי נישט, די מציאות איז אז רוב דאקטוירים ווייסען נישט בענין וואקסין'ס בין ימינם לשמאלם, חוץ פין דעם אז מען מיז עס געבען, טאמער וועסט זיי אנהייבען פרעגען קשיות וועלען זיי אדער אנהייבען צי קעקעצען מיט נארישע סלאגאנען אדער אנהייבען שרייען ווי א לונאטיקער , זיי לערנען וואס די אינדערסטרי וויל, מעדיקעל דאקטוירים היינט זענען מער ריכטיג צי ווערען אנגעריפען פארמאסוטיקעל טעקנישענס צי דעם פארשטייען זיי נישט צי געזונט, אין זיי זענען נישט קיין דאקטורים אז ווי דער רמב"ם אדער להבדיל היפאקרעטס,

נאכאמאל פאר יעדער וואס וויל הערען, וואקסינס איז פויזען, פויזען, פויזען, פויזען,

זרש כסף » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:18 am

· #108877
איך קען דיר געבן לינקס אז די האלאקאוסט איז קיינמאל נישט געשען. איז וואס?

איך מיין אז דו קוקסט אויס וויזוי דו קוקסט אויס טאקע ווייל האסט נישט גענומען וואקסינס. איז ביטע לויף שנעל צום דאקטאר!!

פראפעסאר שפירא » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:27 am

· #108879
זרש כסף
איך קען דיר געבן לינקס אז די האלאקאוסט איז קיינמאל נישט געשען. איז וואס?

איך מיין אז דו קוקסט אויס וויזוי דו קוקסט אויס טאקע ווייל האסט נישט גענומען וואקסינס. איז ביטע לויף שנעל צום דאקטאר!!


📎 tongue_twisters_twist_17.gif

זרש כסף » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:29 am

· #108882
אה... ביזט גערעכט, זעהסט יעצט האסטע מיר קאנוויסט אן לינקס אן גארנישט...

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:50 am

· #108887
יוי לאך איך פון ראביי שפירא... די קארטון איז עפעס געוואלדיג, ער שפייט נאכאנאנד אויס אלע זיינע וואקסינען, ביינאזאם מיט האס און שנאה..

דעת תורה » פרייטאג אפריל 26, 2013 1:19 am

· #108899
ער מיינט ערנסט וואס ער שרייבט?

הוגה » פרייטאג אפריל 26, 2013 1:40 am

· #108908
פיין געזאגט. האסט מיר מהנה געווען מיט א גוטע לאך אין א בלויע ליל שישי.

און די תמימים דא נעמן עס נעבעך אזוי ערענסט.

שששששש כ'זאג נעשט פאר קיינעם.

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 26, 2013 2:11 am

· #108920
דעת תורה
ער מיינט ערנסט וואס ער שרייבט?

יא

יידל » פרייטאג אפריל 26, 2013 9:58 am

· #108962
מענטשן וואס עצה'נען בכלל נישט צו געבן קיין וואקסינען זענען ראוי צו ווערן אנגערופן רוצחים, נישט נאר זייער אייגענע קינדער לייגן זיי אריין אין א סכנה, נאר דער גאנצער ציבור איז אין א סכנה וויבאלד די אימיוניטי פון א ציבור איז אנגעהאנגן אין די פראצענט פון מענטשן וואס זענען אימיונייזט.

Accountant » פרייטאג אפריל 26, 2013 11:14 am

· #108980
פראפעסאר - על מה יצא הקצף? פארוואס ביסטו אזוי צוהיצט? און פארוואס רופסטו מיך אן א ליגנער? מה פשעי ומה חטאתי? וואספארא ליגענט האב איך געזאגט? כ'האב נאר געזאגט א מיינונג, דו ביסט שטארק קעגען מיין מיינונג, דאס מאכט מיך נאכנישט פאר קיין ליגנער.

יא, כ'האב אדורך געטהון דעם ענין. א משפחה מיטגליד מיינער האט מיר אויך פראבירט מסביר צו זיין ווי שעדליך וואקסינס איז און כ'האב פארברעגנט א לאנגע צייט אדורך צו טהון דעם ענין. לא דובים ולא יער, ס'איז נישטא קיין איין סייענטיפיק סטאדי וואס ווייזט אז וואקסינס זענען שעדליך. פארקערט, אלע סטאדיס ווייזען אז עס ראטעוועט פון אסאך חולאים רעים.

איך וויל נאר פארשטיין דיין געדאנקען גאנג. מילא די מיליאנען גויאישע דאקטוירים וואס שרייען חי וקיים אז מען דארף געבן וואקסינס זענען נישט באגלייבט, זיי זענען פון די חברה וואס ווילן אויסהארגענען רוב וועלט. זיי היילן קראנקע כדי ס'זאל זיין מער מענטשן צו הרג'ענען ווען דער גרויסער שחיטה גייט פארקומען, פיין. אבער וואס טוט זיך מיט די היימישע דאקטוירים? ס'זענען דא הונדערטער פרומע דאקטוירים, א שטייגער ווי דאקטער ווערצבערגער, דאקטער זעגעלבוים, וואס איז מיט זיי? פארוואס לאזן זיי דאס צו? פארוואס קומען זיי נישט ארויס מיט א וויי געשריי איבער דעם? וואס טוט זיך מיט די טויזענטער הצלה אינגעלייט? זיי געבן זיך אוועק יומם ולילה צו ראטעווען אידישע קינדער, ווי זענען זיי? פארוואס טוהן זיי גארנישט צו ראטעווען אזויפיל אידישע קינדער? פארוואס לאזן זיי געבן פויזען פאר אונזערע קינדערלעך? ווי זענען די אלע רפואה ארגענעזאציעס ווי רופא חולים? איז רבי הערשל קאהן אויך אין די ארגענעזאציע וואס גייט הארגענען רוב וועלט?

אה, זיי ווייסן פשוט נישט. דאקטוירים וואס לערנען זיך אסאך יארן, וואס זייער גאנצע וועזן איז די רפואה וועלט, פארשטייען פשוט נישט וואקסינס, זיי גייען נאך די אינדוסטרי מיט בלינדע אויגן. דאקטוירים וואס קענען אויסהיילן קענסער, וואס קענען ארויסנעמען א הארץ, עס ארויף לייגן אויפן טיש און עס פארעכטן, און דערנאך עס צוריקלייגען אינעם מענטש, מומחים וואס קענען אדורך פירן א מוח אפעראציע, די אלע ווען ס'קומט צו וואקסינס ווייסן זיי נישט מימינם לשמאלם. זיי פארשטייען נישט אזוי גוט ווי עטליכע בלאגערס. גיב מי עי ברעיק.

זאג נאר, ס'זאל זיך אודאי נישט מאכן, אבער ווען זאלסט ווען דארפן אנקומען צו דאקטער, ווען ס'זאל זיין א טויטליכע מחלה, וועסטו דיך גיין היילען ביים דאקטער אדער ביים בלאגער???

די אינדוסטרי פון וואס דו רעדסט, וואס מיינסטו, ווער זענען זיי? זיי זענען דאקטוירים. מענטשן וואס האבן שוין געראטעוועט טויזענטער מענטשן ממות לחיים.

איך ווייס נישט ווי אזוי ס'גייט ביי דיר. אבער ווען איך האב א שאלה להלכה גיי איך צום עקספערט, צום דיין. ווען איך האב א לעגאלע פראגע, גיי איך צום עקספערט, צום לויער. ווען איך האב א פראבלעם מיט מיין קאמפיוטער, גיי איך צום עקספערט, צום קאמפיוטער פראגרעמער. ווען איך דארף פארן מיט אן עראפלאן גיי איך צום עקספערט, צום פיילאט. און ווען איך וויל וויסן איבער וואקסינס, גיי איך צום עקספערט, צום דאקטער.

ווי קלוג איינער איז, איז נישט מעגליך ער זאל אלעס קענען. אויב זענען דא מענטשן וואס האבן אדורך געטהון אן ענין, דער דיין דעם שולחן ערוך, להבדיל דער לויער געזעץ, דער קאמפיוטער פראגרעמער קאמפיוטערס, דער פיילאט עראפלאנען, דער דאקטער רפואה, פארלאז איך מיך אויף זיי.

איך קען נאך אסאך מאריך זיין, אבער היום קצר והמלכאה מרובה. דער שבת קודש שטייט ביים שוועל. וועל איך מקצר זיין במקום שאמרו להאריך.

א גוט שבת

פראפעסאר שפירא » פרייטאג אפריל 26, 2013 11:37 am

· #108984
יידל
מענטשן וואס עצה'נען בכלל נישט צו געבן קיין וואקסינען זענען ראוי צו ווערן אנגערופן רוצחים, נישט נאר זייער אייגענע קינדער לייגן זיי אריין אין א סכנה, נאר דער גאנצער ציבור איז אין א סכנה וויבאלד די אימיוניטי פון א ציבור איז אנגעהאנגן אין די פראצענט פון מענטשן וואס זענען אימיונייזט.


דאס איז פארשטייט זיך נאר אמת טאמער די גאנצע וואקסין טעאריע איז למעשה אמת,

שימעלע » פרייטאג אפריל 26, 2013 11:44 am

· #108986
יידל
מענטשן וואס עצה'נען בכלל נישט צו געבן קיין וואקסינען זענען ראוי צו ווערן אנגערופן רוצחים, נישט נאר זייער אייגענע קינדער לייגן זיי אריין אין א סכנה, נאר דער גאנצער ציבור איז אין א סכנה וויבאלד די אימיוניטי פון א ציבור איז אנגעהאנגן אין די פראצענט פון מענטשן וואס זענען אימיונייזט.


געהארגעט אייגענע קינד דורך נישט געבען וואקסינען
www.wftv.com/news/news/local/baby-dies-whooping-cough-orange-co/nXXqP/

פראפעסאר שפירא » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:21 pm

· #108998
Accountant
פראפעסאר - על מה יצא הקצף? פארוואס ביסטו אזוי צוהיצט? און פארוואס ריפסטו מיך אן א ליגנער? מה פשעי ומה חטאתי? וואספארא ליגענט האב איך געזאגט? כ'האב נאר געזאגט א מיינונג, די ביסט שטארק קעגען מיין מיינונג, דאס מאכט מיך נאכנישט פאר קיין ליגנער.


ווייל די האסט אנגעהויבען מיט עתיד ליתן את הדין, האסט א דעה, נו פיין, אבער הייב נישט אן מיט עתיד ליתן את הדין, דער באשעפער האט דיר דערווייל נישט אויפגענומען פאר דיין סעקרעטערי,

Accountant
יא, כ'האב אדורך געטהון דעם ענין. א משפחה מיטגליד מיינער האט מיר אויך פראבירט מסביר צו זיין ווי שעידלעך וואקסינס איז און כ'האב פארברעגנט א לאנגע צייט אדורך צו טהון דעם ענין. לא דובים ולא יער, ס'איז נישטא קיין איין סייענטיפיק סטאדי וואס ווייזט אז וואקסינס זענען שעידלעך.

ס'יא דא

Accountant
פארקערט, אלע סטאדיס ווייזען אז עס ראטעוועט פון אסאך חולאים רעים.

נישטא קיין ארענטליכע סטאדי וואס ווייזט אזאנס

Accountant
איך וויל נאר פארשטיין דיין געדאנקן גאנג. מילא די מיליאנען גויאישע דאקטוירים וואס שרייען חי וקיים אז מען דארף געבן וואקסינס זענען נישט באגלייבט,


לאמיר דיר געבען א טיפ, "די אמת ווערט נישט באשלאסען לויט וויזוי מיליאנען מענטשען טראכטען, נאר אויף וואס די פאקט איז למעשה,

בפרט ביי זאכען ווי מ'זעהט אז ס'דא א רוח הזמן צי גלייבען אין דעם אן א שכל,
Accountant
זיי זענען פון די חברה וואס ווילן אויסהארגענען רוב וועלט.


זיי זענען נישט, חאטשיג זיי זענען פין די וואס די גמרא זאגט אויף זיי "טוב שברופאים לגיהנום"

Accountant
אבער וואס טוט זיך מיט די היימישע דאקטוירים? ס'זענען דא הונדערטער פרומע דאקטוירים, א שטייגער ווי דאקטער ווערצבערגער, דאקטער זעגעלבוים, וואס איז מיט זיי? פארוואס לאזן זיי דאס צו?


ווייל זיי גלייבען אין דעם פונקט ווי רוב דאקטורים וואס האבען נאר געלערענט וואס מען האט זיי אויסגעלערענט אין קאלעדזש אבער האבען פארגעסען אז מען דארף ניצען די אייגענע קאפ אויך, זיי מיינען נישטו קיין שלעכטס,

Accountant
פארוואס קומען זיי נישט ארויס מיט א וויי געשריי איבער דעם?


זייער אסאך דאקטורים פין די וואס האבען זיך יא געחאפט דערויף, שרייען טאקע דערקעגען, אין ס'דא זייער אסאך פין זיי,

Accountant
אה, זיי ווייסן פשוט נישט. דאקטוירים וואס לערנען זיך אסאך יארן, וואס זייער גאנצע וועזן איז די רפואה וועלט, פארשטיין פשוט נישט וואקסינס, זיי גייען נאך די אינדערסטרי מיט בלינדע אויגן.


ליידער, זייער אסאך דאקטורים זענען אזוי, האלוואי וואלט עס נישט געווען אמת,

Accountant
דאקטוירים וואס קענען אויסהיילן קענסער,


האלוואי וואלטען זיי געקענט, אסאך אידישע שטובער וואלטען געווארען אויפגעראכטען, היילען איינס פין צען צי אפילו ווייניגער הייסט נישט אז זיי קענען היילען,


Accountant
וואס קענען ארויסנעמען א הארץ, עס ארויף אויפן טיש און עס פארעכטן, און דערנאך עס צוריקלייגען אינעם מענטש,


דאס איז די חכמה פין סורדזשערי ס'האט נישט מיט וואקסינס, אפשער וועסטע זאגען אז א גוטע ארקיטעקט פארשטייט זיכער וויזוי צי דרייווען א דזאמבאו דזשעט ?!

Accountant
די אלע ווען ס'קומט צו וואקסינס ווייסן זיי נישט מימינם לשמאלם. זיי פארשטייען נישט אזוי גוט ווי עטליכע בלאגערס. גיב מי עי ברעיק.


ס'נישט עטליכע בלאגערס, ס'דא אסאך דאקטוירים, אין אסאך מעדיקעל ריסערטשער'ס וואס זענען אויסגעשפראכען דעקעגען, סאו געט יור פעקטס סטרעיט

Accountant
די אינערסטרי וואס די רעדסט פון, וואס מיינסטו, ווער זענען זיי? זיי זענען דאקטוירים. מענטשן וואס האבן שוין געראטעוועט טויזענטער מענטשן ממות לחיים.


זיכער איז דא חלקים פין מעדעצין וואס איז וויכטיג, אזוי ווי עמרדזשענסי מעדעצין וואס קען צירוק ברענגען מענטשען פין די שוועל פין טויט, כ'מאך נישט אוועק "אלעס" אין מעדעצין, כ'זאג אז ס'דא דארט פאלטשע זאכען אויך וואס זענען פאלטש אין זייער שעדליך, אבער וויפעל זיי הארגענען ווייסטע אויך ?,

Accountant
איך ווייס נישט ווי אזוי ס'גייט ביי דיר. אבער ווען איך האב א שאלה להלכה גיי איך צום עקספערט, צום דיין. ווען איך האב א לעגאלע פראגע, גיי איך צום עקספערט, צום לויער. ווען איך האב א פראבלעם מיט מיין קאפיאטער, גיי איך צום עקספערט, צום קאפיאטער פראגרעמער, ווען איך דארף פארן מיט אן עראפלאן גיי איך צום עקספערט, צום פיילאט, און ווען איך וויל וויסן איבער וואקסינס, גיי איך צום עקספערט, צום דאקטער.


נו פיין וועסט האבען א גוטען תירוץ פארוואס די האסט געגעבען וואקסינס, אבער דאס מיינט נאכנישט אז דיין עקספערט איז גערעכט, דאס מיינט סך הכל אז די זאגסט אז די קענסטעך נישט אלעס אדורעך טוהן סאו גייסטע צי דער וואס ריפט זיך א עקספערט אין דעם,


Accountant
א גוט שבת


א גוט שבת

פראפעסאר שפירא » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:24 pm

· #108999
[ציטאט אראפגענומען]


עניטינג פין מעינסטרים מידיא דארף מען לייגען אויף די חזקה פין לויטער פראפעגאנדע, זיי ווייסען אז די מאסען וועקען זיך אויף אין זיי טרייען צי אנשרעקען מיט פראפעגאנדע,

יידל » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:31 pm

· #109002
פראפעסאר שפירא

Accountant
יא, כ'האב אדורך געטהון דעם ענין. א משפחה מיטגליד מיינער האט מיר אויך פראבירט מסביר צו זיין ווי שעידלעך וואקסינס איז און כ'האב פארברעגנט א לאנגע צייט אדורך צו טהון דעם ענין. לא דובים ולא יער, ס'איז נישטא קיין איין סייענטיפיק סטאדי וואס ווייזט אז וואקסינס זענען שעידלעך.

ס'יא דא


ניין ס'איז נישט דא.
פראפעסאר שפירא

Accountant
פארקערט, אלע סטאדיס ווייזען אז עס ראטעוועט פון אסאך חולאים רעים.

נישטא קיין ארענטליכע סטאדי וואס ווייזט אזאנס

ס'איז יא. איך ווייס נישט וואס איז דיין מעסטער פון "ארענטליך", אבער עס זענען דא צענדליגע סטאדיס וואס ווייזן אז עס ראטעוועט.

פראפעסאר שפירא » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:31 pm

· #109003
שימעלע

געהארגעט אייגענע קינד דורך נישט געבען וואקסינען
www.wftv.com/news/news/local/baby-dies-whooping-cough-orange-co/nXXqP/

ווייטער פראפעגאנדע, אפילו ווען לאמיר זאגען וואקסינס קען צירוקהאלטען וואפינג קאף, איז אבער דא וועגען עס צי היילען טאמער איינער האט עס, סאו ס'סתם בי עס, פראפעגאנדע פאר וואקסינען, אין וואס דערשרעקט דעם אןמוויסענדע המון, מער ווי ווען מען זעהט די ווארט "געשטארבען" אדער "טויטפאל", לויטער פראפעגאנדע, ס'קען זיין אז א קינד איז געשטארבען , אבער ווער ווייסט פין וואס, אין א דאקטער וואס קען היינט נישט היילען וואפינג קאף אין נישט מער ווי א שוסטער,

יידל » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:33 pm

· #109004
ס'מאדנע ווי פראפעסאר שפירא מאכט אלעס אוועק אלץ פראפעגאנדע, אין די זעלבע צייט וואס כמעט אלעס וואס ער האט געשריבן אויף דעם נושא איז נישט מער ווי לויטער פראפעגאנדע. און פלוצלינג ווען ער הערט אז א קינד איז געשטארבן פון whooping cough ווערט ער סקעפטיש, "קען זיין, אבער ווער ווייסט פון וואס"... א ביטערע געלעכטער.

יאיר » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:36 pm

· #109006
יידל
פראפעסאר שפירא

Accountant
יא, כ'האב אדורך געטהון דעם ענין. א משפחה מיטגליד מיינער האט מיר אויך פראבירט מסביר צו זיין ווי שעידלעך וואקסינס איז און כ'האב פארברעגנט א לאנגע צייט אדורך צו טהון דעם ענין. לא דובים ולא יער, ס'איז נישטא קיין איין סייענטיפיק סטאדי וואס ווייזט אז וואקסינס זענען שעידלעך.

ס'יא דא


ניין ס'איז נישט דא.

ס'איז יא דא.
וחוזר חלילה.
וואס איז די פוינט פון זיך טענה'ן אויב אלע שטודיעס ווערן סייווי דורכגעפירט דורך האלאקאוסט פלאנירער?

יידל » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:38 pm

· #109008
יאיר און פראפעסאר שפירא, ביטע צייכנט צו צו איין סייענטיפיק סטאדי אז וואקסינס זענען שעדליך. (נישט אז עס האט סייד עפפעקטס, נאר אז זיי זענען שעדליך).

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:39 pm

· #109009
פראפעסאר, אן אריינגיין ווער איז גערעכט - איך וויל פארשטיין, ווער האט דיר אויפגעקלערט?
פארוואס פון גאנץ כלל ישראל ביסטו - און בלויז דו - באשאנקען געווארן מיט אזא טיפן טראכטעדיגן קאפ, משכמו ולמעלה גבוה מכל העם?

יידל » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:41 pm

· #109011
שמעקעדיג
פראפעסאר, אן אריינגיין ווער איז גערעכט - איך וויל פארשטיין, ווער האט דיר אויפגעקלערט?
פארוואס פון גאנץ כלל ישראל ביסטו - און בלויז דו - באשאנקען געווארן מיט אזא טיפן טראכטעדיגן קאפ, משכמו ולמעלה גבוה מכל העם?

ווייל ער האט נישט געטרונקען קיין פלארייד וואסער, נישט געגעסן קיין GMO, נישט געוואוינט אין מאנסי וואס איז נאענט צו די נוקלעארע רעאקטער, נישט זיך געשטאכן מיט וואקסינען און נישט געגאנגען אין פובליק ביהכ"ס.
וואס, דו ווילסט מיר זאגן אז דו ווייסט נישט פון דעם קאנספיראציע צו פאר'סמ'ן אלע פובליק ביהכ"ס? עס איז א פאקט, עס זענען דא קלארע דאקומענטעריס אויף דעם!

יידל » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:43 pm

· #109013
אנאנים, דיין נקודה גייט נאך ווייטער. די אלע קאנספיראציע טעארעטיקער האבן בעצם די מעגליכקייט צו גיין אין קאלעדזש, באקומען א דעגרי אין ביאכעמיע, זיך אנשליסן אין א פארמעסוטיקעל, און ארויסקומען דערנאך מיט אלע סודות! ווער לאזט זיי דאס נישט טון?

יאיר » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:44 pm

· #109014
יידל
יאיר און פראפעסאר שפירא, ביטע צייכנט צו צו איין סייענטיפיק סטאדי אז וואקסינס זענען שעדליך. (נישט אז עס האט סייד עפפעקטס, נאר אז זיי זענען שעדליך).

יידל, וואס איז די פוינט פון ברענגען שטודיעס אויב זיי ווערן סייווי דורכגעפירט דורך האלאקאוסט פלאנירער?

פראפעסאר שפירא » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:47 pm

· #109017
שמעקעדיג
פראפעסאר, אן אריינגיין ווער איז גערעכט - איך וויל פארשטיין, ווער האט דיר אויפגעקלערט?
פארוואס פון גאנץ כלל ישראל ביסטו - און בלויז דו - באשאנקען געווארן מיט אזא טיפן טראכטעדיגן קאפ, משכמו ולמעלה גבוה מכל העם?


קודם ס'דא אסאך אידען וואס געבען נישט קיין ואקסינס, אין צווייטענס געוויסע אומשטענדען אין מיין לעבען האבען מיר געצווינגען צי איינזעהן געוויסע זאכען, אין צי אדורעך טוהן אנדערע, כ'בין נישט שלמה המלך אין נישט משה רבינו, כ'בין א פשוטער איד,

יאיר » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:47 pm

· #109018
יידל
אנאנים, דיין נקודה גייט נאך ווייטער. די אלע קאנספיראציע טעארעטיקער האבן בעצם די מעגליכקייט צו גיין אין קאלעדזש, באקומען א דעגרי אין ביאכעמיע, זיך אנשליסן אין א פארמעסוטיקעל, און ארויסקומען דערנאך מיט אלע סודות! ווער לאזט זיי דאס נישט טון?

'די סייענטיפישע עסטאבלישמענט וועט זיי סטראשען מיט 'די ערגסטע אויב זיי זענען מגלה אלע געהיימע פלענער.

יידל » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:48 pm

· #109019
יאיר
יידל
יאיר און פראפעסאר שפירא, ביטע צייכנט צו צו איין סייענטיפיק סטאדי אז וואקסינס זענען שעדליך. (נישט אז עס האט סייד עפפעקטס, נאר אז זיי זענען שעדליך).

יידל, וואס איז די פוינט פון ברענגען שטודיעס אויב זיי ווערן סייווי דורכגעפירט דורך האלאקאוסט פלאנירער?

נע, כ'רעד נישט פון שטודיעס וואס ווייזן אז וואקסינען העלפט, כ'רעד פון שטודיעס אז וואקסינען זענען שעדליך. פראפעסאר שפירא טענה'ט אז עס זענען דא אזעלכע שטודיעס. חוץ פון וועיקפיעלד'ס פאלשע שטודיע איז נישטא אזעלכע שטודיעס. איך טשעלנדזש דעריבער שפירא צו ברענגן א ראיה לדבריו אז עס זענען יא דא אזעלכע שטודיעס. פון מיר אויס קענען די שטודיעס זיין פון עליענס, עז לאנג עז זיי זענען סייענטיפיק שטודיעס.

יידל » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:48 pm

· #109021
יאיר
יידל
אנאנים, דיין נקודה גייט נאך ווייטער. די אלע קאנספיראציע טעארעטיקער האבן בעצם די מעגליכקייט צו גיין אין קאלעדזש, באקומען א דעגרי אין ביאכעמיע, זיך אנשליסן אין א פארמעסוטיקעל, און ארויסקומען דערנאך מיט אלע סודות! ווער לאזט זיי דאס נישט טון?

'די סייענטיפישע עסטאבלישמענט וועט זיי סטראשען מיט 'די ערגסטע אויב זיי זענען מגלה אלע געהיימע פלענער.


[ציטאט אראפגענומען]


אבער די קאנספיראציע טעארעטיקער טוען סיי ווי מגלה זיין די געהיימע פלענער, נו, זאלן זיי שוין זיין בעלנים און ברענגן הארטע ראיות!

פראפעסאר שפירא » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:51 pm

· #109024
[ציטאט אראפגענומען]


אינגאנצען נישט, רוב מענטשען זענען נישט שלעכט, די שלעכטע זענען א קליינע קליינע מיעוט ביים שפיץ,

דאקטורים עכ"פ רוב זענען מענטשען וואס קענען באמת מיינען גוט, נאר זיי ווייסען נישט בעסער, אין איינער וואס האט אריינגעלייגט זייער גאנצע לעבען אין א סאבדזשעקט, ועט פארשטייט זיך נישט וועלען גלייבען אז עס איז פראבלעמאטיש,

אין בכלל רוב שלעכטס געשעהט דורעך גוט מיינענדע מענטשען,

יאיר » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:52 pm

· #109025
יידל
יאיר
יידל
יאיר און פראפעסאר שפירא, ביטע צייכנט צו צו איין סייענטיפיק סטאדי אז וואקסינס זענען שעדליך. (נישט אז עס האט סייד עפפעקטס, נאר אז זיי זענען שעדליך).

יידל, וואס איז די פוינט פון ברענגען שטודיעס אויב זיי ווערן סייווי דורכגעפירט דורך האלאקאוסט פלאנירער?

נע, כ'רעד נישט פון שטודיעס וואס ווייזן אז וואקסינען העלפט, כ'רעד פון שטודיעס אז וואקסינען זענען שעדליך. פראפעסאר שפירא טענה'ט אז עס זענען דא אזעלכע שטודיעס. חוץ פון וועיקפיעלד'ס פאלשע שטודיע איז נישטא אזעלכע שטודיעס. איך טשעלנדזש דעריבער שפירא צו ברענגן א ראיה לדבריו אז עס זענען יא דא אזעלכע שטודיעס. פון מיר אויס קענען די שטודיעס זיין פון עליענס, עז לאנג עז זיי זענען סייענטיפיק שטודיעס.

ווער זאל מאכן די סייענטיפיק שטודיע? די נאצי-סייענטיסטן?

פראפעסאר שפירא » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:57 pm

· #109026
[ציטאט אראפגענומען]


מיט מיין גאנצע נשמה גלייב איך נאר אין איינציגען באשעפער

יאיר » פרייטאג אפריל 26, 2013 1:01 pm

· #109027
פראפעסאר שפירא
[ציטאט אראפגענומען]


מיט מיין גאנצע נשמה גלייב איך נאר אין איינציגען באשעפער

וואס איז דאס? נאך א קאנספיראציע?

פראפעסאר שפירא » פרייטאג אפריל 26, 2013 1:10 pm

· #109029
יידל

וואס, דו ווילסט מיר זאגן אז דו ווייסט נישט פון דעם קאנספיראציע צו פאר'סמ'ן אלע פובליק ביהכ"ס? עס איז א פאקט, עס זענען דא קלארע דאקומענטעריס אויף דעם!


ווי עס שיינט ביסטע סתם א קאנספיראציע טעאריסט, ברענג מיר א סטאדי אז ס'שעדליך,

יידל » פרייטאג אפריל 26, 2013 1:23 pm

· #109031
פראפעסאר שפירא
יידל

וואס, דו ווילסט מיר זאגן אז דו ווייסט נישט פון דעם קאנספיראציע צו פאר'סמ'ן אלע פובליק ביהכ"ס? עס איז א פאקט, עס זענען דא קלארע דאקומענטעריס אויף דעם!


ווי עס שיינט ביסטע סתם א קאנספיראציע טעאריסט, ברענג מיר א סטאדי אז ס'שעדליך,

<a class="postlink" href="http://journals.lww.com/epidem/Fulltext/2006/11001/Assessment_of_Enteric_Pathogen_Exposure_in_Public.1228.aspx">http://journals.lww.com/epidem/Fulltext ... .1228.aspx</a>

פראפעסאר שפירא » פרייטאג אפריל 26, 2013 1:26 pm

· #109032
יענץ איז די וועיקפיעלד פין די פאבליק טוילעט סומאטוכע

יידל » פרייטאג אפריל 26, 2013 1:31 pm

· #109038
ששש... זאג נישט אויס. די חברה ווילן אים סתם אינטערברענגן ווייל ער האט זיך דערוואגט ארויסצוקמען מיט די סוד אז זיי זייען אן סם המוות אין די טוילעטס.

גימפל » פרייטאג אפריל 26, 2013 5:42 pm

· #109108
פראפעסאר שפירא


אינגאנצען נישט, רוב מענטשען זענען נישט שלעכט, די שלעכטע זענען א קליינע קליינע מיעוט ביים שפיץ,

דאקטורים עכ"פ רוב זענען מענטשען וואס קענען באמת מיינען גוט, נאר זיי ווייסען נישט בעסער, אין איינער וואס האט אריינגעלייגט זייער גאנצע לעבען אין א סאבדזשעקט, ועט פארשטייט זיך נישט וועלען גלייבען אז עס איז פראבלעמאטיש,

אין בכלל רוב שלעכטס געשעהט דורעך גוט מיינענדע מענטשען,


איך כאפ נישט גענוי, ווי איז די שפיץ, און ווער איז איינער?

ברוין » מוצ"ש אפריל 27, 2013 10:19 pm

· #109132
מיך ווינדערט איין זאך. די זעלבע מענטש וואס גלייבט אז ניין עלעווען איז א אינסייד דזשאב און באסטאן איז א שפיל פון די רעגירונג דער זעלבער גלייבט נישט אין וואקסינען פארוואס? ווי ווערט דאס פארבינדן? איז נישט מעגליך צו האלטן אז וואקסין איז שלעכט אבער נאך אלס גלייבן אז בין לאדין איז א טעראריסט?

איחוד פעלד » מוצ"ש אפריל 27, 2013 10:53 pm

· #109133
איי די חברה.

וואס וועט זיין?

וויאזוי קען מען זיך טאקע אן עצה געבען מיט די חברה?

שוין איך טרינק שוין נישט די וואסער, ווייל איך וויל שוין נישט זיין אן עקשן, און די וואסער מאכט מיך זיין אן עקשן כמבואר במק"א, דערווייל האט מיין עקשנות גענומען א ציה ארויף, און איז געוואקסען נאך מער, און מיין צאן ווייטאג איז צוריקגעקומען, זעהט אויס די פלארייד האט עפעס אויף געטוהן דארט.

אבער וואס קען מען טוהן למעשה פראפעסער?

אפשר גיימיר צוזאמען אין קאנטרי, און מאכען א פארעם, מיט שעפסעלעך און ציגעלעך, און מען וועט לעבען דארט איש תחת גפנו איש תחת תאנתו?

חזקיהו המלך » דינסטאג אפריל 30, 2013 4:35 pm

· #110323
געוואלדיג, בוש וויל זאגען אז ערשט האט ער געמיינט אז די באסטען באמבינגס איז נאך א קאנספירעסי..... ער חאפט זיך אין זאגט א אנדערע ווארט,
<a class="postlink" href="http://youtu.be/oCivXYuiWWw?t=6m12s">http://youtu.be/oCivXYuiWWw?t=6m12s</a>

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 30, 2013 5:08 pm

· #110338
con·spir·a·cy
Noun
.A secret plan by a group to do something unlawful or harmful
.The action of plotting or conspiring


ער האט זיך נאר געכאפט אז אויב וועט ער נוצן די ווארט קאנספיריסי וועט עס ווערן אויסגענוצט דורך די קאנספיראטארן ווי א בפירוש'ע ראי', און ס'ווייזט זיך אויס אז ער איז געווען גערעכט.

זר זהב » דינסטאג אפריל 30, 2013 5:11 pm

· #110339
געפילטע 👍

גימפל » זונטאג מאי 12, 2013 2:20 pm

· #114256
די פארבס טוט באריכטען אז דער ביליאנער קארלאס סלים האט געש'נדרט הונדרעט מיליאן דאלאר פאר Global Polio Eradication Initiative GPEI, א ביל געיטס פארזוך צו עלאמנירען די שעדליכע פאליאו דעזיז. לויט געיטס איז דא א פאקטישע פלאן וויאזוי צו עלאמינעיטען דו דעזיז פון'ם כדור ביז יאר 2018, וואס דארף אפקאסטען פינעף אהאלב ביליאן דאלאר.

ווי עס שיינט איז פראפ. שאפירא גערעכט און סאיז יא דא עפעס א קאנספערעסי פון די וועלט טאטעס .(לייען. וועלט ביליאנערן) ווי אזוי מגייט איינעמען די וועלט מיט די וואקסינען. ואין פוצה פה פון די בייסעד מידיע, לאזט אייך נישט פארפירען.

MickyMouse » מאנטאג מאי 13, 2013 7:08 pm

· #114742
איך ווייס נישט אלע פאקטן אבער אלץ א טאטע פון א קינד מיט אוטיזם האב איך אסאך שטודירט ארום די גאנצע נושה פון די MMR - autism link
מיין מיינונג איז ווי פאלגנט.
עס זענען זיכער דא א פראצענט פון אוטיזם פעלער וואס קען אינגאנצן אנגעלייגט ווערן די שילד אויף וואקסינען. והא ריאה אין געוויסע לענדער זענען עלטערן געווארן בארעכטיגט פאר מיליאנען דולארן פון די פארמעסוטיקל פירמעס דורך׳ן געריכט. אבער...
וואקסינען זענען זיכער א טובה פאר די מענטשהייט און די בענעפיטן וועגן איבער די צאל קינדער וואס ווערן געשעדיגט אז די אינדוסטרי זאל פארשווייגן די אלע וואס מאכן א בהלה אז עס איז שעדליך און וויבאלד די גאווערמענט איז אחריות איבער דיזיעסעס זאגן זיי די זעלבע זאך.
למעשה אבער גייט די אוטיזם ראטע ארויף איעדע יאר, אן די מינדעסטע השגה פון ווי עס קומט, און אוודאי נישט ווי אזוי עס צי היילן.

It may just be a matter of time before autism gets treated as a disease itself, maybe then it'll get the proper attention
Anyway, point is, there is truth to the theories that it's harmful but even I will make sure my next child gets the shot cause like I said, the benefits outweighs the percentage of potential danger.
Sorry about the English as it takes me too long to write in Yiddish.

חזקיהו המלך » מאנטאג מאי 13, 2013 7:13 pm

· #114746
אפשער ווייזטו מיר קראנטע באווייזען אז וואקסינען האט בענעפיטען, נישטא
חוץ א בארג פין שקרים איז גארנישט דא, ס'איז הוקוס פוקוס, די מחלות ראטע איז שוין געווען אויפען וועג אראפ פאר וואקסינען אין ס'איז אויך אראפ אין לענדער ווי ס'נישט געגעבען געווארען וואקסינען,

MickyMouse » פרייטאג מאי 17, 2013 12:03 am

· #115148
I'm sorry but after thinking about it I've decided not to post any links to, what I consider, valid and sourceful studies, cause it's very easy to invalidate them by saying that they're based on lies as you're saying.
I started out by saying that this was my opinion on this issue, you're entitled to have your own, I'm not here to argue with anyone.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 17, 2013 1:32 am

· #115181
דער עולם הרג'עט זיך ארום ביי די קאמענטס...

<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/130930/2013/05/14/brooklyn-ny-borough-park-and-williamsburg-battling-measles-outbreak/">http://www.vosizneias.com/130930/2013/0 ... -outbreak/</a>
בלאט: 1 2