☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » די באסטאן אויפרייסן, א קאנספיראציע?

די באסטאן אויפרייסן, א קאנספיראציע?

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3557

ברסלבער » דינסטאג אפריל 23, 2013 9:34 am

· #107904
די באסטאן אויפרייסן, א קאנספיראציע?
עס דרייט זיך ארום שמועות פון קאנספיראציע טעאריקער אז די באסטאן אויפרייסן איז געווען א קאנספיראציע פון די רעגירונג, עס איז געווען אויספלאנירט און אויסגעפירט דורך די FBI, און די צוויי ברודער סאספעקט'ס זענען גאר גענצליך אומשולדיג.
איך פערזענדליך האב קיינמאל נישט געגלייבט אין די סארט קאנספיראציע טעאריעס, עס קלינגט עפעס זייער קאמיש און אומגלויבלעך אז אמעריקא האט נישט קיין בעסערע דאגות נאר צו אונטערברענגן זייער אייגן לאנד און אריינברענגן שרעק און כאאס צוויישן זייער אייגענע בירגער, אבער דאס מאל נאכן דורכקוקן די באווייזן וואס די חברה ברענגן, איז עס זייער שווער אוועקצומאכן מיט די האנט, עס זעהט אויס ווי עס ליגט יא עפעס אמת דערין, כאטש נישט ממש אלעס וואס זיי זאגן זענען לאגיש, אבער זיי האבן געוויסע שטארקע קשיות וואס מען קען נישט אזוי גרינג פארענטפערן, אבער די מעשה איז אז כך עונשו של בדאי אז מען גלייבט אים נישט אפילו אויף אמת, אויב די זעלבע חברה האבן געזאגט אויף די 9/11 אטאקעס אז עס איז געווען געמאכט דורך די רעגירונג, וואס דעמאלט'ס האבן זיי נישט געהאט קיין זאכליכע באווייזן, וועט מען זיי יעצט אויך נישט גלייבן.

לאמיר אביסל אראפברענגן עטליכע פון זייערע טענות, און העמיר זעהן וואס דער עולם האט צו ענטפערן דערויף.

1. די פערזענדליכקייט פון די סאספעקט'ס
יעדער איינער וואס האט געקענט פערזענדליך די צוויי ברודער, אנגעהויבן ביי זייער משפחה און געענדיגט ביי זייערע פריינד פון סקול, זאגן אלע אז עס מאכט נישט קיין סענס די גאנצע מעשה, עס שטייט בכלל נישט אויס פאר זיי צו טוהן אזעלכע זאכן, אזוי ווייט אז עטליכע פון זייערע חבירים האבן געזאגט אז ווען זיי האבן געזעהן די בילדער פון די צוויי וואס די FBI האט ארויסגעשטעלט, האבן זיי גלייך דערקענט אז דאס ענדלט אין זייערע חבירים, אבער זיי האבן נישט אריינרופן מעלדן, ווייל זיי האבן נישט געטראכט אין וויסטן חלום אז דאס קען זיין זיי, מן הסתם זענען דאס צוויי אנדערע וואס זעהן אויס ענליך.
אויך איז דא א בילד וואו מען זעהט דעם צווייטן סאספעקט נאך די אטאקעס, און ער האט נאך אן זיין בעק-פעק.

2. ווער האט עס יא געטוהן?
מען זעהט קלאר אויף בילדער און ווידיאס דריי מענטשן מיט שווארצע דזשעקעטס וואס האבן א בעק-פעק וואס זעהט אויס אקוראט אזוי ווי די בעק-פעק אין וואס די באמבע איז געליגן, די דריי חברה האבן אין זייער אויער אפאראטן מיט א ווייער, לכאורה א קאמיוניקאציע אפאראט.
די חברה זענען פון א ציווילע ארמיי גרופע, וואס לויט ווי די קאנספריראציע טעאריקער זאגן האט די רעגירונג זיי געדונגען דורכצופירן די אקט.
📎 2.jpg

3. די פארוואונדעטע וואס מען זעהט אויף די בילדער זענען געווען עקטערס
ווי די חברה זאגן איז די גאנצע זאך געווען א שפיל פון אגענטן, עס זענען געווען אנגעגרייט עקטער'ס אין א שטוב גלייך נעבן די ערשטע אויפרייס וואס פון דארט זענען ארויסגעטאנצן אנגעגרייטע עקטערס צו שפילן פארוואונדעט.
מען זעהט אויף די בילדער ווי די פענסטערס נעבן די אויפרייס זענען געווארן אויסגעשאסן פון די קראפט פון די באמבע, אבער אויף א מיסטריעזן אופן איז עס געווארן אויסגעשאסן אויף ארויס אנשטאט אויף אריין, וואס דאס וואלט לכאורה געדארפט געשעהן.
📎 4.jpg
איין באקאנטע בילד איז דא פון א מענטש וואס ווערט געפירט אין א ווילטשער מיט פארברענטע צוויי פיס, די חידוש איז אז אויף זיין פנים זעהט ער בכלל נישט אויס ווי א מענטש וואס האט יעצט פארלוירן זיינע צוויי פיס, און פארוואס פירט מען אים אויף א ווילטשער און נישט אויף אויף א סטרעטשער ווי מען פירט געווענטליך פארוואונדעטע?
דער מענטש איז געווארן אידענטיפיצירט, מיט קלארע בילדער, אלץ א מלחמה וועטעראן וואס האט שוין פון לאנג פארלוירן זיינע צוויי פיס, און יעצט האט מען אים געניצט אלץ אן עקטאר, מען האט אים צוגעלייגט צוויי האלבע פארברענטע פיס, ארויפגעגאסן בלוט, און ער איז א פארטיגער פארוואונדערטער.
📎 8.jpg
עס איז דא א גאנצע רייע בילדער ווי מען זעהט דעם מענטש ליגן גאנץ אנפאנג פון די אויפרייס, ער ליגט רוהיג אויף דער ערד, אן קיין טראפ בלוט ארום זיך, און דערנאך זעהט מען ווי ער איז פיל מיט בלוט און ארום אים איז אויך פיל מיט בלוט, ווי איז די בלוט געווען פארדעם?
אויף יענע בילדער זעהט מען אויך א צווייטער פארוואונדערטער מיט א ווייסע העמד, פון די ערשטע בילדער זעהט מען אים, אן קיין בלוט, אן קיין וואונדען אויפ'ן קאפ, און דערנאך זעהט מען אים מיט א רויטע בלוטיגע העמד, און ארומגעוויקלט דעם קאפ מיט א רויט פארפלעקטע שמאטע.
אין איין ווידיא זעהט מען ווי עס איז דא בלוט אויף דער ערד און אויך עפעס וואס זעהט אויס ווי אן מענטשליכע אבר, און ווען איינער וואקט דארט דורך ווערט די בלוט מיט די אבר פלוצלינג פארשוואונדן, און מען זעהט א פשוט שטיקל אייזן אויפ'ן פלאץ, עס זעהט קלאר אויס פאטאשאפט.
און אזוי איז דא נאך בילדער וואס איז קלאר פאטאשאפט, עס שטומט נישט מיט די מציאות.
נאך א ווידיא איז דא פון דער באסטאן פאליס קאמישענער ווען מען האט אים געפרעגט אויב מען דארף מורא האבן פאר נאך באמבעס, זאגט ער אז ניין ווייל עס איז נאר געווען די "צוויי עקטארס", און ער ציעט גלייך צוריק און ער זאגט די צוויי אינדיוויזשעאלס...

4. עס גייט פארקומען א קאנטראלירטער אויפרייס!
נאך די אטאקעס האט די מידיא געזאגט בשם די פאליציי אז עס גייט פארקומען קאנטראלירטע אויפרייסן, אזוי ווי מען האט געטראפן נאך אומאויפגעריסענע באמבעס גייען די פאליציי עס יעצט אויפרייסן, למעשה האבן זיי נאכדעם געמאלדן אז דאס איז אפגערופן, עס גייט נישט פארקומען.
וואס ליגט אונטער דעם?
די באסטאן גלאוב האט ארויסגעשיקט א טוויט אום 12:35 (צוויי שעה פאר די אויפרייסן) אז עס גייט פארקומען קאנטראלירטע אויפרייסן היינט אין באסטאן דורך די פאליציי, און זיי האבן אנגעגעבן די אדרעס ווי דאס גייט זיין, און דאס איז געווען עקזעקטלי ווי די ערשטע אויפרייס איז פארגעקומען!
אויף די הויך-הילכער פון די מאראטאן האט מען געהערט אויסרופן אז מען זאל זיך נישט דערשרעקן, עס איז נאר א דריל, מען זאל זיך האלטן רוהיג, און דערנאך האבן אויפגעריסן די באמבעס.
מענטשן וואס זענען שוין געלאפן אין אסאך מעראטאנ'ס האבן געזאגט אז דא האבן זיי געזעהן אסאך מער סעקיוריטי ווי זיי האבן געזעהן ערגעץ אנדערש, עס זענען געווען ספעציעלע הינט וואס קענען דערשמעקן באמבעס, סיי ביי די אנהויב פונעם מאראטאן און סיי ביי די פיניש ליין, און אויך זענען געווען מענטשן אויף די דעכער צו באאבאכטן די געלויף פאר סעקיוריטי, און פון אנהויב האט עס שוין אויסגעזעהן אז די אויטעריטעטן ווייסן אז עפעס גייט דא פאסירן, און למעשה האט דער פאליס קאמישענאר געזאגט אז עס איז נישט געווען קיין שום זארגן אז עפעס גייט דא געשעהן, אבער די אויסנאם זיכערהייט מיט באמבע-שמעק-הינט איז לכאורה אן אנדייטונג אז זיי האבן יא געוואוסט פון דעם בעפאר.

5. נאך די אטאקעס
די סאספעקט'ס זענען נישט אנטלאפן נאך די אטאקעס, נאר זיי זענען אנגעגאנגען מיט זייער סדר היום פונקט ווי בעפאר.
דאס מאכט עפעס נישט קיין סענס, האבן זיי נישט געטראכט אז פריער אדער שפעטער וועט מען קומען אויף זייערע שפורן? פארוואס זענען זיי נישט אנטלאפן?
און נאך מער, נאכדעם וואס מען האט שוין ארויס געגעבן זייערע בילדער פאר די פאבליק, האבן זיי נישט געהאט קיין בעסערע דאגות נאר צו גיין און אראפשיסן א פאליס מאן סתם אזוי פאר שוואוילטאג, קאמאן דאס איז דאך געהעריג סוסייד, וואס איז געווען דער מאטיוו פון צוגיין צו א פאליס מאן און אים שיסן סתם אזוי, דאס איז ממש אזוי ווי זיך גיין איבערגעבן פאר די פאליס.

6. דער צווייטער סאספעקט אין די שיף.
עס איז דא א בילד גענומען פון א העליקאפטער ווי מען זעהט דעם סאספעקט #2 ארויס קומען פון די שיף אויף די אייגענע האנט, נישט פארוואונדעט און אן קיין שום וואפן אין די הענט, און למעשה איז ער דערנאך אנגעקומען אין שפיטאל מיט א קויל אין האלז און דערפאר קען ער נישט רעדן, לויט די פאליציי האט ער זיך אליין געשאסן, אבער לויט די קאנספיראציע טעאריקער איז דאס געווען מיטן ציהל אים שטיל צו מאכן.
📎 7.jpg

כהנה וכהנה איז דא א שפע פון קשיות און ספיקות אויף די אפיציעלע ווערסיע פון די מעשה, חדשים לבקרים קומען ארויס פרישע באשולדיגן אז די רעגירונג באהאלט דא עפעס, און אונז העמיר מוזן ציווארטן, ימים ידברו, מן הסתם מיט די צייט וועט זיך עס מער אויסקלארן, אדער וועט מען ציווארטן א יאר צוויי ביז דער שטערן וועט שיין באשריבן די באסטאן אויפרייסן קאנספיראציע...

שרייבער » דינסטאג אפריל 23, 2013 9:56 am

· #107906
ברסלבער
די באסטאן גלאוב האט ארויסגעשיקט א טוויט אום 12:35 (צוויי שעה פאר די אויפרייסן) אז עס גייט פארקומען קאנטראלירטע אויפרייסן היינט אין באסטאן דורך די פאליציי, און זיי האבן אנגעגעבן די אדרעס ווי דאס גייט זיין, און דאס איז געווען עקזעקטלי ווי די ערשטע אויפרייס איז פארגעקומען!
אויף די הויך-הילכער פון די מאראטאן האט מען געהערט אויסרופן אז מען זאל זיך נישט דערשרעקן, עס איז נאר א דריל, מען זאל זיך האלטן רוהיג, און דערנאך האבן אויפגעריסן די באמבעס.
מענטשן וואס זענען שוין געלאפן אין אסאך מעראטאנ'ס האבן געזאגט אז דא האבן זיי געזעהן אסאך מער סעקיוריטי ווי זיי האבן געזעהן ערגעץ אנדערש, עס זענען געווען ספעציעלע הינט וואס קענען דערשמעקן באמבעס, סיי ביי די אנהויב פונעם מאראטאן און סיי ביי די פיניש ליין, און אויך זענען געווען מענטשן אויף די דעכער צו באאבאכטן די געלויף פאר סעקיוריטי, און פון אנהויב האט עס שוין אויסגעזעהן אז די אויטעריטעטן ווייסן אז עפעס גייט דא פאסירן, און למעשה האט דער פאליס קאמישענאר געזאגט אז עס איז נישט געווען קיין שום זארגן אז עפעס גייט דא געשעהן, אבער די אויסנאם זיכערהייט מיט באמבע-שמעק-הינט איז לכאורה אן אנדייטונג אז זיי האבן יא געוואוסט פון דעם בעפאר.



אלעס קען מען אפפרעגן, אבער דאס אז מען האט אויסגערופן בעפאר, דאס דארף דאך יעדער וויסן און געדענקן פון דעמאלטס פארוואס רעדט קינער נישט דערפון?

דעת תורה » דינסטאג אפריל 23, 2013 10:10 am

· #107909
אינעם קליפ זעה איך נישט דעם זייגער ווען זיי האבן ארויסגעשיקט דעם טוויט, מען דארף עס אבער קענען גאנץ גרינג נאכקוקן.

בן תמליון » דינסטאג אפריל 23, 2013 10:11 am

· #107910
נא וואס איז דער תירוץ? לא דובים ולא יער. באסטאן גלאב האט נישט ארויסגעשיקט קיין טוויט פארן אויפרייס און מען האט גארנישט אויסגערופן. די טוויטס וואס די זעסט אין די ווידיא איז נאכן אויפרייס. פאר מאראנס קען מען אלעס פארקויפן.

דעת תורה » דינסטאג אפריל 23, 2013 10:13 am

· #107912
גערעכט. קוק די מינוטן און די קאנטעקסט צווישן די אנדערע טוויטס, עס איז זייער קלאר אז אמווייניגסטנס דער טוויט איז סתם געווארפן זאמד אין די אויגן.

ברסלבער » דינסטאג אפריל 23, 2013 10:15 am

· #107913
שרייבער, עס זענען דא פראמינענטע פיגורן וואס האבן דאס געזאגט גלייך נאך די אויפרייס.
בן תמליון און דעת תורה, דא האט איר די זייגער <a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?feature=player_embedded&v=luyvA6BbdEo#t=15s">http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... bdEo#t=15s</a>.

יאיר » דינסטאג אפריל 23, 2013 10:16 am

· #107914
וואו איז פראפסאר שפירא וועןמ'דארף אים...

דעת תורה » דינסטאג אפריל 23, 2013 10:25 am

· #107916
ברסלבר, די זייגער איז ראנג אנגעשטעלט, אדער אין א אנדערע טיים זאון. קוק דעם קליפ וואס דו האסט פריער געברענגט, אינעם טיימליין זעט מען זייער קלאר די טוויט צווישן 2 אנדערע טוויטס וואס זענען זיכער פון נאך די אטאקעס, און ביידע האבן די זעלבע מינוט מארק.

ברסלבער » דינסטאג אפריל 23, 2013 10:33 am

· #107918
האסט א גוטע פוינט, ועיין בקאמענט'ס פון די צווייטע קליפ ווי מען איז דן אין דעם.

יידל » דינסטאג אפריל 23, 2013 1:54 pm

· #107986
<a class="postlink" href="http://www.wired.com/dangerroom/2013/04/boston-marathon-conspiracies/">http://www.wired.com/dangerroom/2013/04 ... spiracies/</a>

<a class="postlink" href="http://www.slate.com/blogs/weigel/2013/04/15/why_the_conspiracy_theorists_will_have_a_tough_time_with_boston.html">http://www.slate.com/blogs/weigel/2013/ ... oston.html</a>

חזקיהו המלך » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:53 pm

· #108042
מיין פאזיציע אויף דעם איז אזוי :

איינעם וואס איך חאפ איינמאל ביי א ליגענט טראסט איך שוין מער נישט, די מידיא/עף בי איי/ סי איי עי, וכו' וכו' וכו ' זענען ליגנער שוין לאנגע דורות, כ'ווייס אז עס איז געווען א אויפרייס, אבער ווער וואס ווען איז שווער צי וויסען ווייל כ'האב נישט קיין אינסייד אנפארמאציע, אבער די אפיציעלע ווערסיע פין די מידיא גלייב איך נישט ווייל זיי זענען כראנישע שקרנים אמאל מדעת אין אמאל שלא מדעת,

אין ביי דע וועי ניין- עלעווען איז יא א אינסייד דזשאב, (לאו דוקא די גאווערמענט), פינטעל. ואידך פירושא זיל גמור

מאראנצןזאפט » דינסטאג אפריל 23, 2013 3:04 pm

· #108056
שטותים און לאקשן ווי אלע קאנספיראציעס.
די אלע קשיות זענען הוילע לופט געטריבן מיט אן אימביציע אויפצוקומען מיט א קאנספיראציע.
איך געדענק נאך נאך ניין עלעווען איז געווען אן ארטיקל אין דער ? כ'געדענק נישט מן הסתם דער פלאם מיט 26 אייזערנע קשיות וואס מ'האט שפעטער אפגעוואנדן איינס בי איינס.
די אלע קשיות זענען זייער פיין, אבער ווען ס'קומט צו די קאנספיראציע תירוצים זענען זיי אזוי לעכערליך אז ס'איז מיר גרינגער צו גלייבן אז מיין נאז האט 3 לעכער. ווילסט מיר זאגן אז מ'האט 3 טויטע עקטערס...
בקיצור, נישט ווערד זיך מטפל זיין דערמיט.

ונבנתה העיר » דינסטאג אפריל 23, 2013 4:52 pm

· #108117
מען זעהט אויף די בילדער ווי די פענסטערס נעבן די אויפרייס זענען געווארן אויסגעשאסן פון די קראפט פון די באמבע, אבער אויף א מיסטריעזן אופן איז עס געווארן אויסגעשאסן אויף ארויס אנשטאט אויף אריין, וואס דאס וואלט לכאורה געדארפט געשעהן.

דאס האט אזא האפט ווי די פלאטער'דיגע פאן אויף די לבנה, די שאטן'ס אויף די לבנה, די גרויסקייט פונעם לאך ביים פענטיגאן און דאס צוזאמען-פאל פון די טווין טאוערס דורך אפאר גאלאנען דזשעט-פיועל.

עס נעמט מיר ארויס פון די כלים ווען עס נעמט ארום דעם המון עם אזא סעלף-קאנפידענס העכער זייער דיקע קרום של מח ווען עס קומט צו פיזיקס און מאטימאטיקס, און די נאסא סייענטיסטן דארפן זיך פארענטפערן אז נישט יעדע סברא וואס פאלט איין פאר א רעד-העד איז מחייב אזא מציאות.

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 23, 2013 5:12 pm

· #108125
ביטע, ונבנתה. נאר נישט ארויס פון די דישעס.

מאטי » דינסטאג אפריל 23, 2013 6:44 pm

· #108167
יאיר
וואו איז פראפסאר שפירא וועןמ'דארף אים...

וואו איז יאנקל בויער ווען מ׳דארף אים. 😮

איחוד פעלד » דינסטאג אפריל 23, 2013 8:58 pm

· #108199
דאס אז מען האט אויסגערופען אז עס איז א דריל, איז געוועהן נאך די ערשטע באמבע.

נישט בשם די פאליציי.

עס איז טאקע א קשיא, אבער נישט פארען באמבע האט מען עס אויסגערופען, נאר נאך דעם.

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג אפריל 23, 2013 11:11 pm

· #108243
חזקיהו המלך
אין ביי דע וועי ניין- עלעווען איז יא א אינסייד דזשאב, (לאו דוקא די גאווערמענט), פינטעל. ואידך פירושא זיל גמור

מיין היט'ל אראפ פאר דיר. על אף וואס דו ווייסט ווי שטארק דער עולם לאכט פון אזא קאנספיראציע גלויביגער שרייבסטו דיין דעה מיט אזא קאנפעדענס אן א טראפ בושה. כל הכבוד לך, לך בכח זה ותגיע רחוק.
און אז מען רעדט שוין, כ'קען נישט דעם 'אידך פירושא זיל גמור', אפשר טוט איר א גענאדע און לערנט מיט מיר א שטיקל אין הלכות קאנספיראציע און זייט מיר מסביר וואס דו מיינסט צו זאגן אז ס'איז געווען א אינסייד זשאב ? ווער? פארוואס ? ווי אזוי ווייסטו ?

חזקיהו המלך » מיטוואך אפריל 24, 2013 12:03 am

· #108256
בענדזשאמין פרענקלין

און אז מען רעדט שוין, כ'קען נישט דעם 'אידך פירושא זיל גמור', אפשר טוט איר א גענאדע און לערנט מיט מיר א שטיקל אין הלכות קאנספיראציע און זייט מיר מסביר וואס דו מיינסט צו זאגן אז ס'איז געווען א אינסייד זשאב ? ווער? פארוואס ? ווי אזוי ווייסטו ?


דא קענסטע וואטשען א דאקומענטרי וואס רעדט פין דעם ענין לדעתי בטוב טעם,

Accountant » מיטוואך אפריל 24, 2013 8:30 am

· #108285
איך רייב מיך מיינע אויגן און גלייב נישט וואס איך זעה! נערמאלע מענטשן ווערן איבערגענומען פון אפאר וואנזיניגע משוגעים. יעדער וואס האט היינט א קאמפיאטער, א בלאג, א טוויטער אקאונט, און/אדער א יוטוב טשענאל, איז א מענטש צום טיש. מענטשן מיט וועמען איר וואלט נישט געשטאנען אין זייער ד' אמות פארדרייען אייך א קאפ מיט אלע מינע קאפריזן.

איך וויל נישט אריין גיין אין אלע אזויגערופענע 'באווייזען' וואס רוב דערפון זענען סתם הוידל בוידל שקרים אויזגעזויגן פון די פינגער (נאר אלס דוגמה: דער טוויט פונעם באסטאן גלאוב איז געווען א שעה נאכען באמבע, דער וואס ווייזט אז ס'איז געווען 12:35 האט זיין טוויטער טיים אויף סענטראל טיים!)

איך וויל נאר פארשטיין, ווי אזוי די רעגירונג האט דאס אדורך געפירט און קיינער, א חוץ אפאר צודרייטע בלאגערס, מאכן נישט קיין ויצעקו. לויט די קאנספיראציע טעאריקער איז דא פארגעקומען ממש א שפיל, עפעס א גרופע האט געלייגט א באמבע פאר עפעס א סיבה און אין דעם זענען פארמישט אדער ווייסן

1) דער פאליציי קאמישענער וואס האט געזאגט אז ס'זענען געווען צוויי עקטערס

2) די פאליציי וואס האבן געמאלדן פאר די מידיא צוויי שעה פארן אויפרייס אז ס'גייט פארקומען קאנטראלירטע אויפרייסן

3) די מידיא וואס האבן באקומען דעם אנזאג, האבן עס געמאלדן, און דערנאך איינגענומען א שטילקייט

4) עטליכע עקטערס וואס האבן געשפילט פארוואונדעט. איינער פון זיי איז א מלחמה וועטראן, האט פארלוירן זיינע צוויי פוס אין א מלחמה און יעצט שפילט ער מיט

5) דער וואס ס'האט אויסגערופן אז ס'איז נאר א דריל

6) די עף. בי. איי. וואס פארקויפן באבע מעשות און באשולדיגען צוויי אומשולדיגע נפשות

7) דריי מענטשן פון א צווילע ארמיי גרופע וואס די רעגירונג האט געדונגען דאס אדורך צופירן

8) דער וואס האט געשאסן דעם פאליציי מאן

9) דער וועם מ'האט געקארדזשעקט

10) און נאך אסאך מענטשן שאי אפשר לפורטם כי רבים הם

בסך הכל זענען דא געווען פארמישט עט ליעסט צענדליגער מענטשן בתוכם די מידיא און יעדער איז שטיל. וואלט זיך נישט געלייגט אויפן שכל אז כאטש איינער פון די אויבן דערמאנטע זאלן זיך אנרופען?

און פארוואס פונקטלעך האט די רעגירונג דאס באשלאסן צו טוהן? וואסערע טובות הנאה האבן זיי דערפון?
לאמיר גיין א טריט ווייטער. וואס איז מיט אבאמא? איז ער אויך פארמישט דערינען? יא? ניין? אויב יא, ווייסן נאך צענדליגער מענטשן פון זיין סטעף. ווי זענען זיי? ווי איז בעינער מיט אלע רופאבליקאנער? פארוואס הייבן זיי נישט אן קיין אימפיטשמענט פראסעס? זיי האבן דא א גאלדענע געלעגענהייט איינמאל פאר אלעמאל פטור צו ווערן פון זייער שונא נומבער איינס. אויב אבאמא איז נישט געווען פארמישט דערין, ווי איז ער? פארוואס כאפט ער זיך נישט צו צו דעם ווי צו הייסע לאקשן? ער קען אריין גיין אין היסטאריע ווי א הירא, אלס דער וואס ס'האס געראטעוועט אמעריקא פון די שווארצע כוחות (אוי, כ'האב פארגעסן, אבאמא וויל אונטערברענגען אמעריקא).

ווי איז די באסטאן גלאוב? פארוואס שרייען זיי נישט חי וקיים אז די פאליציי האט זיי געמאלדן איבערן אויפרייס? ס'איז א סקופ שאין כמוהו און די מידיא לעבט אויף סקופס.

מען קען צונעמען יעדע זאך פון קאנספיראציע טעאריקערס חלומות. אבער פאר מענטשן וואס האבן ליעב קאנספיראציע טעאריעס וועט דאס סייווי נישט העלפען.

ס'איז א בושה אז באזעסענע מענטשן זענען פארנימען מיט שטותים און באבקעס!

אבער וואס ערווארט איך פון א לאנד ווי א גרויסער עולם גלייבט אז בוש קען נישט ציילען ביז צוויי נאר די ארמיי האט אים אריין געשטעלט אונעם ווייסן הויז כדי איינצונעמען איראק און פארדעם האט בוש געמאכט ניין עילעווען, און אז אבאמא איז א באהאלטענער מוסלעמענער, געבוירן אין קעניא, און אריין געשטעלט אונעם ווייסן הויז דורך בין לאדין וואס לעבט זיך ערגעץ א גוט לעבן נאכדעם וואס זיין תלמיד אבאמא האט געמאכט א שפיל כאולי מען האט אים געהארגעט

איך וואלט אייך געראטן צו ליינען די פראטיקאלן זקני ציון. איר וועט זיך באלעקען די פינגער ווי אזוי אונז אידעלעך פירן די וועלט ביי די נאז. אויב שוין יא גלייבן אין קאנספיארציע, גלייבט כאטש אז אונז זעמיר אלע רייך ווי קרח (און אלס עצה טובה, ניצט אייערע טאלאנטן און זייטס מסביר פארן באנק מענידזשער אז באמת האט איר מעלאנעס אין אייער באנק אקאונט. אאפס, דער באנק מענידזשער איז דאך אויך א איד, ער ווייסט דאס אליינס)

א גוטן פורים

ברסלבער » מיטוואך אפריל 24, 2013 9:41 am

· #108292
עפעס האבן די קאנספיראציע טעאריעס יא אויפגעטוהן, אז מיר זאלן זוכה זיין צו באקומען אזא שיינע זאכליכע תגובה פון דעם אקאונטענט.

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 24, 2013 10:24 am

· #108306
אהה, חב"ד איז ביהיינד אלעס! די רבי זי"ע האט געהאט א ווייטע בליק.
תלמוד'יגע אידן קאנטראלירן א"י, לחמנא ליצלן, אידן שותו"מ זענען טאקע שולדיג אין די התגרות באומות. איך מיין אז דער פארשוין וועט זיך פיין אויסקומען אין ראדני.

חזקיהו המלך » מיטוואך אפריל 24, 2013 11:43 am

· #108337
קודם צי קלאר מאכען אז כ'רעד נישט יעצט דוקא פין דעם ספעציפישען באסטאן אינצידענט, ווייל כ'האב עס נישט ציפיהל בכלל מיטגעהאלטען, אין כ'האב עס נישט פרובירט צי דורעכטוהן געהעריג, כ'רעד נאר בדרך כלל,

Accountant
איך רייב מיך מיינע אויגן און גלייב נישט וואס איך זעה!


זעהט זיך אויס אז אפילו זאכען וואס די קענסט נישט גלייבען קען אבער למעשה יא זיין אמת.....

Accountant
נערמאלע מענטשן ווערן איבערגענומען פון אפאר וואנזיניגע משוגעים. יעדער וואס האט היינט א קאמפיאטער, א בלאג, א טוויטער אקאונט, און/אדער א יוטוב טשענאל, איז א מענטש צום טיש. מענטשן מיט וועמען איר וואלט נישט געשטאנען אין זייער ד' אמות פארדרייען אייך א קאפ מיט אלע מינע קאפריזן.


משא"כ די אפיציעלע מידיא זיי זענען די מענטשען וואס מען וויל שטיין אין זייערע ד' אמות אין זיי זאגען נאר אמת אין די צייט וואס יעדער בר דעת וועט דיר מודה זיין אז די מידיא איז א בארג פין שקר, זיכער איז דא אויף די אינטערנעט וואנזיניגע משוגעים, זיכער דארף מען קענען מבדיל זיין צווישען משוגעים, סתם קאנפירעסי זיכער אין קאמאן סענס מענטשען מיט לגיטימע ספיקות אין לגיטימע קשיות, אבער די ליניע שטעלט זיך נישט צווישען די אפיציעלע מידיא אין יעדער וואס האט היינט א קאמפיאטער, א בלאג, א טוויטער אקאונט, נאר די מידיא גייט אויך אריין אין דעם כלל פין א פאר וואנזיניגע משוגעים ווי די ריפסט עס, נאר וואס דען מען דארף קענען מבדיל זיין צווישען משוגעים אין סתם שטורעם טרייבער אין צווישען לגיטימע נארמאלע מענטשען וואס רעדען גאנץ גוט צים זאך,

דאס אנעמען די אפיציעלע מידיא פאר גוט געלט, איז נישט מער ווי א פרא עסטאבלישמענט גולם וואס וועט טאנצען קדוש פאר עניבאדי וואס טוט זיך אן די אפיציעלע היטעל,

ברסלבער » מיטוואך אפריל 24, 2013 2:19 pm

· #108375
חזקיהו המלך
קודם צי קלאר מאכען אז כ'רעד נישט יעצט דוקא פין דעם ספעציפישען באסטאן אינצידענט, ווייל כ'האב עס נישט ציפיהל בכלל מיטגעהאלטען, אין כ'האב עס נישט פרובירט צי דורעכטוהן געהעריג, כ'רעד נאר בדרך כלל

איך האב עס גראדע יא דורכגעטוהן (פרעג פארוואס...) און רוב פון זייערע קשיות און ראיות איז ממש נארישקייטן וואס מען קען אפילו נישט איבערזאגן, אבער זיי האבן גוטע קשיות אויך, עטליכע האב איך דא פריער אראפגעברענגט, און עטליכע האט מען שוין דא אפפגעפרעגט, אבער אפילו אויב זייערע קשיות זענען גוטע קשיות מיינט דאס נאכנישט אז זייער תירוץ איז די ריכטיגע, עס קען זיין בעסערע און אמת'ערע תירוצים, און די מסקנא וואס זיי פירן אויס אז די רעגירונג האט דאס געטוהן מוז בכלל נישט זיין אמת.
איין זאך האבן די חברה א פראבלעם יעצט, ווייל געווענטליך אין אזא פאל האבן זיי א סיבה פארוואס די רעגירונג האט דאס געוואלט טוהן, די 9/11 אטאקעס זענען געווען צו האבן א תירוץ אנצוהייבן א מלחמה מיט אל קייעדא, די נו טאון שיסערייען איז געווען צו פארשטערקערן גאן קאנטראל וכדו', אבער דא האבן זיי נישט אויף וואס זיך אנצוכאפן, מען גייט אסר'ן פרעשור קוקער'ס???

משולם שטיינפעלד » מיטוואך אפריל 24, 2013 2:51 pm

· #108393
ווארט נאר אויף די נעקסטע אקציע אין וואס אמעריקע וועט זיין פארמישט וועלן שוין אלע פעדעמער ציעהן צו באסטאן. זאל עס זיין א דיפלאמאטישע מיסיע אין צפון קארעא, אדער א מיליטערישע מיסיע אין איראן, וועט עס זיין פארבינדן מיט גאר שטארקע ראיות צו באסטאן. און די גאנצע מידיע גייט מיטארבייטן צו פארדעקן די געמיינע שריט פון די רעגירונג.

ועוד, אפילו אן קיין שום ספעציפישע ציהל, די רעגירונג האט דאך א ציהל פון צונעמען פרייהייט ביי מענטשן, און די באסטאן באמבע, איז געווען א פראבע אויב די פאליציי קענען אויסליידיגן הייזער פון א גאנצע שטאט מיט געוואלד, אונטער די שאטן פון מיליטערישע ביקסן. אן קיין שום געריכטליכע ערלויבעניש.

והא ראי', דער פאטער פון די צוויי ברידער, טענה'ט דאך קלאר, אז עס איז נישט מעשי ידי בניו, נאר מען האט זיי געפרעימט. האמיר שוין די ציהל פון די גאנצע באמבע.

-- מען גייט מאכן א באמבע. (עס איז זיכער אונטערגעשטעלט, והא ראי' עס איז געווען פאליציי און שמעק הונט בעפאר דעם רעיס)
-- מען גייט באשולדיגן צוויי רוסישע בירגער פון די מוסלעמענער גלויבן. (סתם אראבער ארבייט שוין נישט די טריק, ווייל די עף בי איי וואלט זיי געדארפט כאפן בעפאר)
-- מען גייט מאכן א שפיל ווי זיי אנטלויפן (אנדערש איז אוממעגליך צו פארשטיין, די אפיציעלע ווערסיע אז ער איז אנטלאפן פון די פאליציי מאכט נישט קיין סענס, קוקט איבער קליפס פון פאליס טשעיסעס, מען קען נישט אנטלויפן פון פאליציי)
-- כדי עולם גולם זאל נישט כאפן אז דא קומט פאר א קאנספיראציע וועט מען הרג'ענען איינעם. (די פאליציי איז נישט ממש אזוי אומבאלומפערט)
-- איינער גליטשט זיך ארויס פון די הענט, און דאס לעגיטימירט די ענדגילטיגע ציהל פון די באמבע =
-- אונטערזוכן א גאנצע שטאט מיט ציווילע אומשולדיגע בירגער דורך די מיליטער, איינשפארן יעדעם איינעם אין שטוב אן קיין געריכטליכע ערלויבעניש!!!
און קוקט נאר ווי גוט די אקציע האט זיך אויסגעארבייט. קיין איין פיפס פון מחאה הערט מען נישט פון די אלע סיוויל ליבערטיס, די רעגירונג האט געזיגט איבער די פאלק.

דערפאר האט מען אויסגעקליבן דעם טאג אפריל 15, טעקס דעי, ווייל די דאזיגע טאג סימבאליזירט די טעראר פון די רעגירונג איבער די ציווילע בירגער.

חזקיהו המלך » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 7:59 pm

· #108799
נו בענדזשאמין, האסט געבעטען צי מסביר זיין האב איך דיר געגעבען א דאקומענטרי, האסט עס שוין געקוקט ?

ישראל קאפקע » מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:02 am

· #249164
the latest intriguing conspiracy spawning case.
אלבערטא ניסמאן די ארגענטינער פראסעקיוטער וואס פארשט אויס פאר די לעצטע צען יאר איראנ'ס אנגעבליכע ראלע אין די באמבאדירונג פון די אידישע אמי"א געביידע אין 1994, געפונען געווארן טויט אין זיין שטוב.

ער איז געפונען געווארן טויט עטליכע שעה פאר ער האט געזאלט ערשיינען פאר די ארגענטינער פארליאמענט , אויף א פארהער וועגן זיין לעצטע פאנטאסטישע באשולדיגונג קעגן ארגענטינעס פרעזידענט, אז זי האט קאנספירירט צו פארדעקן איראנ'ס שולד.

<a class="postlink" href="http://www.bloombergview.com/articles/2015-01-20/argentina-iran-and-the-mysterious-death-of-a-prosecutor">http://www.bloombergview.com/articles/2 ... prosecutor</a>