☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » תולעים להלכה

תולעים להלכה

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3551

יידל » מאנטאג אפריל 22, 2013 8:52 pm

· #107797
תולעים להלכה
א צייט צוריק האב איך באריכטעט איבער דעם ספר "לכם יהיה לאכלה" פון הרב איתם הענקין איבער דעם ענין פון תולעים. פאלגנד איז וואס כ'האב דאן געשריבן:

יידל
יידל
אן אינטערעסאנטע ספר האב איך זיך נעכטן איינגעהאנדלט. די ספר הייסט "לכם יהיה לאכלה - בירור להלכה בסוגיית חרקים במזון" פון הרב איתם שמעון הענקין בן הג"ר יהודה הערצל הענקין. דער ספר איז שוין ארויסגעקומען א יאר צוריק, און פארמאגט הסכמות פון - צווישן אנדערע - זיין טאטע הרב הענקין, הג"ר מאיר מאזוז און הג"ר נחום אליעזר רבינוביץ'. דער ספר גיבט א פרישע בליק איבער דעם איסור אויף תולעים אין עסן וועלכע ווערט ערגער און הארבער פון יאר צו יאר. דער מחבר איז יורד לעומקה של הלכה, און צעלייגט די מקורות פונעם איסור אויף טעלערלעך אזוי אז עס ווערט אויסגעקלארט וואס זענען די עיקרי הדין און וואס זענען די חידושים און חומרות פון די גדולי הפוסקים. דער ספר האט אויך צוויי פרקים הלכה למעשה אויף סטראבעריס (וועלכע ער איז גענצליך מתיר) און קארן (corn on the cob) וועלכע ער טוט מתיר זיין אבער נישט געהעריג. איך בין נאכנישט אנגעקומען מעיין צו זיין וואס זיין היתר איז און צו די זעלבע היתר וועט זיין נוגע אויך אויף די אמעריקאנע סטראבעריס.

דער מחבר שרייבט קלאר אין די הקדמה אז "נתתי ליבי ללכת בדרך שלימדנו המהרש"א", און ער ברענגט אראפ די מהרש"א וואס זאגט אז א פוסק וואס האט נישט מורא מיקל צו זיין (כמובן ע"פ תורה) איז זוכה צו ביידע וועלטן. און ער שרייבט אז אינעם ספר זוכט ער צו ס'דא א מקום להקל און נישט בלויז ווי א דעה יחידאה נאר צו מ'קען רואיגערהייט אננעמען אז די מעיקר הדין קען מען מיקל זיין און די אוסרין זענען מחמיר לפנים משורת הדין. ווי געשריבן, איז זיין מסקנא אז אסאך הנחות פון די פוסקים אויף תולעים (ווי הרב משה ויא און נאך) זענען באזירט אויף הנחות מחמירות וואס מ'קען בעצם מיקל זיין אין זיי.

די וואך האט הרב ארי ענקין פארעפנטליכט א שארפן ארטיקל אויף הרהורים בלאג, ווי ער פארגלייכט הרב הענקין'ס מהלך צו הרב ויא'ס, און ער אטאקירט שארף הרב ויא'ס מהלך אין תולעים. דער ארטיקל איז גאר אן אינטערעסאנטער און כ'וואלט געראטן דאס צו ליינען (כאטש רוב דערפון האב איך איבערגעשריבן דא). הרב ענקין שרייבט אז הרב הענקין'ס ספר העלפט פארשטיין דעם חילוק צווישן הלכה און חומרא, בעת אין הרב ויא'ס ספר איז אלעס איינס. לדוגמא ברענג הרב ענקין די משוג פון מיעוט המצוי. לויט הרב ויא קומט אויס אז אן עסנווארג וואס פארמאגט א מיעוט המצוי פון ווערים און מען קען עס נישט גענצליך אפוואשן, איז אסור צו עסן. הרב הענקין ווייזט אויף אז אזא איסור איז נאר פארהאן ביי עפעס וואס איז מוחזק בתולעים און נישט ביי אן עסנווארג וואס איז בלויז א מיעוט המצוי. (הרב ענקין לייגט אויך צו אז הרב ויא אליינס שרייבט אין איין פלאץ אז מעיקר הדין איז נאר א מוחזק בתולעים אסור אויב מ'קען עס נישט אפוואשן, אבער במשך דעם ספר גייט הרב ויא מיט דעם חומרא אפילו אויף מיעוט המצוי). נאך א חומרא ברענגט הרב ענקין, איז דאס וואס הרב ויא איז מגדיר מיעוט המצוי ווען מ'טרעפט ווערים אין בלויז 5%. הרב הענקין ווייזט אויף אין "לכם יהיה לאכלה" אז לרוב הדיעות איז דאס א חומרא יתירה.

חוץ פון די חומרות יתירות וואס הרב הענקין פרעגט אפ, טוט הרב הענקין אויך ברענגן סתם שיטות וואס זענען מיקל אין געוויסע הלכות תולעים, בעת הרב ויא וועט עפ"ר ברענגן בלויז די שיטה המחמירה. לדוגמא, די שיטות איבער ביטול, די שיטות איבער וואס מיינט נראה לעינים, וואס איז א דאוריתא אדער א דרבנן, וועט מ'קען מיקל זיין צוליב טירחא, די שיטות איבער בריה, די שיטות איבער ספק ספיקא און נאך אסאך.

הרב ענקין זעלבסט האט אויך טענות אויף הרב ויא. לדוגמא, הרב ענקין טענה'ט אז אין אייראפע, ווען עס פלעגט נישט זיין קיין וואסער אין שטוב נאר מ'האט געדארפט גיין שעפן, אדער האט דער וואסער טרעגער דעליווערט די וואסער טעגליך, איז נישט מעגליך געווען צו נוצן די וואסער צו וואשן די פרוכט אויפן אופן וויאזוי הרב ויא פארלאנגט. און דאך טרעפן מיר אז זיי האבן רואיגערהייט געגעסן די פרוכט וועלכע ווערן פארבאטן דורך הרב ויא.

ווייטער טענה'ט ענקין אז וויבאלד הרב ויא איז מער מחמיר ווי די גרעסטע מחמירים, נעמליך, די עדה החרדית, איז קלאר אז הרב ויא טרייבט איבער. לדוגמא ברענגט ענקין אז די עדה גיבט א הכשר אויף ראזישנקעס איבערגעדעקט מיט שאקאלאדע, בעת לויט הרב ויא איז עס מותר נאר בדיעבד און לכתחילה זאל מען זיך מונע זיין דערפון. די זעלבע איז מיט פרישע מעל וועלכע ווערט געמאלן נאך פסח, וואס לויט די עדה דארף מען דאס נישט זיפן וויבאלד ס'נאך פריש אבער לויט הרב ויא זענען גאר דא אין פרישע מעל מער ווערים ווי אין די געווענליכע מעל וויבאלד די ווערים פארמערן זיך אין די מילעכל-מאשינען וואס שטייען ליידיג פסח!...

צום סוף פונעם ארטיקל שרייבט הרב ענקין גאר א שארפער נקודה, וועלכע איז אויך שטארק נוגע די מהלך פון הלכה בכלל און הלכה ומציאות בפרט. הרב ענקין טענה'ט אז לויט די סטאנדארטן פון הרב ויא אין הלכות תולעים, זענען מיר אלע בועלי נדה און אוכלי טריפות! לדוגמא פרעגט הרב ענקין, ווער איז דען גרייט אנצונעמען די חומרא פון יראים און דער לחם ושמלה וועלכע טענה'ן אז וויבאלד היינט צוטאגס האבן מיר מער נישט קיינע מאכולת איז נישטא קיין מקום מיקל צו זיין ביי א כתם פחות מכגריס? און אפילו אויב וועלן מיר שוין יא אננעמען אז עס זענען היינט פארהאן מאכולת (נגד המציאות הנראה לעינינו) ווער איז דען גרייט אנצונעמען אויף זיך די חומרא פון טייל גדולי ההוראה אז מיר דארפן רעכענען לויט די סייז פון היינטיגע לייז און נישט די גרויסע סייז פון די מאכולת לייז בימי חז"ל (הרב ענקין צייכנט צו פתחי תשובה יו"ד קצ, ט און שו"ת רב פעלים ח"א סי' לו און שיעורי שבט הלוי הל' נדה סימן קצ סעיף ה אות א).

עס טוט קיינעם נישט פאראינטערעסירן די אייגענטליכע מציאות פון א לייז וואס קען גורם זיין א כתם נאר יעדער איז מיקל אין דעם. היתכן? הרב ענקין שרייבט: "לעטס פעיס איט. מיר ווייסט קלאר פון וואו די בלוט קומט. און יא, מיר ווייסן קלאר אז עס איז גאנץ מעגליך דא תולעים אין אונזערע פרוכט און גרינצייג. אבער הלכה איז הלכה אפילו ווען די מציאות איז אנדערש". אין אנדערע ווערטער, אויב לויט דיני חזקה וועט אויסקומען אז מיר דארפן נישט חושש זיין לתולעים, וואס גייט אונז אן אז הרב ויא טרעפט תולעים נאכן בודק זיין? עס איז פונקט ווי א דיין וואס וועט מחמיר זיין בפחות מכגריס וויבאלד ער ווייסט אז אין פאקט קומט עס פונעם מקור און נישט פון א מאכולת.

ענליך צו דעם ברענג הרב ענקין א ראיה פון הל' טריפות. "לויט די הלכות פון טריפות," שרייבט הרב ענקין, "זענען מיר מחיוב צו בודק זיין כמעט יעדע איינציגסטע אבר פנימי. מיר טוען דאס אבער נישט. מיר פארלאזן זיך אויף כל מיני קולות און מיר זענען נאר בודק די לונגען. דאס איז באזירט אויף א חזקה וועלכע איז איבערגעבליבן פון אמאליגע צייטן ווען די לונגען זענען געווען די איינציגסטע אבר וואו טריפות האט זיך געקענט געפונען. אלע אנדערע אברים זענען געווענטליך געווען ריין און געזונט. אבער, למעשה, נשתנו הטבעים. עס איז מעגליך אז אמאל איז אזוי געווען, אבער עס איז ווייניגער און ווייניגער אמת היינט. בהמות ווערן היינט צו טאגס אויפגעצויגן אין אנדערע אומשטאנדן ווי אמאל. ... דאס איז גורם מער טריפות אין זייערע אבירים הפנימיים מער ווי סיי ווען אין די עבר."

הרב ענקין איז ממשיך אז אעפ"כ פארלאזן מיר זיך אויף חזקה וועלכע זענען אין מציאות שוין נישט שייך היינט צו טאגס וויבאלד הלכה איז הלכה. הרב ענקין טענה'ט אז אויב זאל מען נאר אננהייבן בודק זיין אנדערע אברים און מיר וועלן כמעט נישט האבן קיין כשר'ע פלייש צו עסן! די מציאות איז למעשה טאקע אזוי, ווי מען זעט פון די צומת הגידין פרשה אז ווי נאר מ'האט אנגעהויבן בודק זיין, האט מען געפונען אין די מאסן. עס דארף אויף אנגעמערט ווערן אז למעשה איז די אפיציעלע תירוץ פון די מהרז"ל בית השחיטה (חוץ די פאליטישע שקרים אז זיי האבן "געזונטע טשיקנס") טאקע דאס אז מ'האט קיינמאל נישט בודק געווען און מיר טארן נישט זיין פרומער ווי די אלע פוסקים וועלכע האבן געזאגט אז מ'קען זיך פארלאזן אויף חזקה. עס איז פון איין זייט איראניש אז ווען די זעלבע טענה ווערט גענוצט לגבי תולעים ווערט מען ארונטערגעריסן אלץ קל אבער אויף צומת הגידין קלעקט דער תירוץ, עס איז אבער אויך פון צווייטן זייט איראניש אז די חומרא פון די מהר"א בית השחיטה יא בודק צו זיין צומת הגידין איז פשוט נאך א כוואליע אין דעם פארפלייצונג פון אכשר דרא ווי מ'זוכט איבערצושטייגן די דורות הקדמונים מיט וועלכע חומרות מ'קען נאר.

למעשה, להלכה שרייבט ער וויל ער זיך נישט פארלאזן לגמרי אויף הרב הענקין וויבאלד, אין זיינע ווערטער "הרב הענקין איז אויך אן עקסטרעמיסט, אן עקסטרעמיסט פאר מיקל זיין". אבער לגמרי ווי הרב ויא וויל ער אויך נישט ווייל ער טענה'ט אז דאס איז נאר פאר בעלי נפש. דערפאר זאגט ער אז ער פאר זיך איז ערגעץ אין צווישן די צוויי, מיט די "נארמאלע" קולות פון הרב הענקין און די "נארמאלע" חומרות פון הרב ויא.

דעת תורה » מאנטאג אפריל 22, 2013 9:13 pm

· #107799
די ראיה פון נדה איז נישט קיין ראיה, זינט יעדע דם שלא בהרגשה איז נאר א דרבנן, איז הם אמרו והם אמרו, און אויב האבן די רבנן נישט געאסרט בכה"ג איז דאך מה טוב ומה נעים.

לגבי די אנדערע טריפות, איז כולי עלמא מודי אז אזא טריפה וואס איז א מיעוט המצוי דארף מען טאקע יא בודק זיין, והיינו טעמא פון דעם צד בודק צו זיין צומת הגידין. די מקילים טענהן אז לויטן איצטיגן מצב דארף מען נאכנישט בודק זיין, אבער אוודאי איז דא מציאות ווען מען דארף בודק זיין אנדערע טריפות אויך, די פוסקים לאורך הדורות זענען פול מיט דעם.

יידל » מאנטאג אפריל 22, 2013 9:22 pm

· #107806
דעת תורה

די איינציגסטע סיבה פארוואס חז"ל האבן נישט גע'אסר'ט בכה"ג איז וויבאלד זיי האבן זיך סומך געווען אויף מאכולת. עס איז א פאקט אז היינט האבן מיר מער נישט די מאכולת אויף אונזערע גופים און בעטן. פארוואס עפעס זאל היינט צו טאגס פחות מכגריס זיין גרינגער ווי יותר מכגריס?

לגבי טריפות טענה'ט ענקין אז עס איז קלאר אז אויב מ'וועט אנהייבן זוכן ווי מ'זוכט ביי תולעים וועט מען טרעפן צענדליגע טריפות! נאר איינס, מ'זוכט נישט (עס איז נאכנישט געבוירן געווארן דער הרב משה ויא פון טריפות) און צווייטנס, מ'איז פיל מער מיקל לגבי וואס איז די גדר פון מיעוט המצוי.

חזקיהו המלך » מאנטאג אפריל 22, 2013 9:40 pm

· #107812
יידל

לגבי טריפות טענה'ט ענקין אז עס איז קלאר אז אויב מ'וועט אנהייבן זוכן ווי מ'זוכט ביי תולעים וועט מען טרעפן צענדליגע טריפות!

מ'וואלט טאקע געדארפט זיכען, די פלייש אינדעסטרי היינט האט אסאך פראבלעמען, נאר וואס דען $$$$$

ביי סטראבערי'ס מאכט קיינער נישט קיין געלט פין דעם אז מעט זאגען אז ס'נישט קיין שאלה,

אין איך וואלט געזאגט אז מען דארף אכטונג געבען סיי ביי די סטראבערי'ס אין סיי ביי די פלייש, פאר מען נעמט עפעס אין מויל דארף זייער זייער זייער זייער וואטשען, סיי צי ס'כשר אין סיי צי ס'געזונט,

געפילטע פיש » מאנטאג אפריל 22, 2013 11:03 pm

· #107826
חזקיהו המלך
מ'וואלט טאקע געדארפט זיכען, די פלייש אינדעסטרי היינט האט אסאך פראבלעמען, נאר וואס דען $$$$$

ביי סטראבערי'ס מאכט קיינער נישט קיין געלט פין דעם אז מעט זאגען אז ס'נישט קיין שאלה

טאקע א שאד אז סאטמארע בוטשער פארקויפט נישט קיין סטראבעריס.
חזקיהו המלך

איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
געפילטע פיש | שמעקעדיג | יאנקל | אנאנים | קופערניקוס | זר זהב | משה געציל

דאס הייסט שוין תובעת בפה, וואס דאמאלס טאר מען נישט נאכגעבן.

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 22, 2013 11:12 pm

· #107831
נישט תובע בכתב?

איחוד פעלד » מאנטאג אפריל 22, 2013 11:39 pm

· #107835
נא נא, קיינער דענקט נישט דער באקאנטער חתם סופר, ער זאגט אז די איסור אויף כתמים איז בעיקר מכח טהרות, היינט אז טהרות איז נישט נוהג, וואלט מען געברויכט מקיל זיין אינגאנצען אויף כתמים, נאר וואס דען? מען איז מחמיר צוליב אמאהל, אויף דעם איז גענוג מחמיר צו זיין ווי אמאהל און נישט מער, דהיינו אז ביז א גריס איז מותר.

למעשה פרעגט דאס נישט אפ ענקין'ס טענה, ווייל ער זאגט אויך נאר אז מען וואלט געברויכט מחמיר זיין ווי די אנדערע פוסקים וואס האלטען אז במקום שאין מאכולת מצוי דארף מען מחמיר זיין.

לגבי בועל זיין נדות בכלל איז וויכטיג ארויס צו ברענגען א וויכטיגע נקודה אז באמת זענען לכאורה כמעט אלע פרויען היינט נישט קיין נדות דאורייתא, ווייל קיינער האט נישט די הרגשה, די הרגשת עקירה מן הגוף כעין אן הרגשה ווען אונז מענער קטנ'ן. עס איז גאר אינטרעסאנט צו הערען ווי רבנים און פוסקים ווען זיי רעדען פין דעם ביי א שיעור, ווערען זיי עקסיידעט און קלאפען אין טיש און זאגען עס איז זיכער אז היינט זענען נשים נדות דאורייתא, אהן א פארוואס און א פארווען, ווייל קיין ריכטיגער סיבה צו זאגען אזוי איז באמת נישטא.

בנוגע די עיקר טענה פין רב ענקין, אז מען דארף נישט מחמיר זיין מער ווי אמאהל לגבי אלע הלכות טרפות, און הלכות תולעים, לדידי לא נראה, אזעלכע ראיות ווי צ.ב.ש. אז אמאהל האט מען נישט געהאט קיין וואסער אין א סינק צו וואשען טרויבען אונטער א שטראם וואסער ממילא קען נישט זיין אז מען זאל אזוי ברויכען וואשען, אזעלכע טענות ברענגען א שמייכל, עס פאסט פאר א גאליציאנער עם הארץ, קאמאן, טאקע? מיט אזעלכע טענות בויט מען אויס?

סטראבעריס איז שוין געוועהן א חומרא אינדערהיים נישט צו עסען, די ווערעם קען מען זעהן אויף באקאנטע ווידיאס, ווי ווען מען טשעפעט מיט א טאטפיק, אפילו נאכען וואשען און ווייקען און ווייס איך וואס, קריכט ארויס א לעבידיגע ווערימ'ל וואס איז געהעריג נראה לעניים.

אוודאי לגבי טרויבען איז טאקע הרב וויא מחמיר יותר מן הראוי, און גענוג רבנים האבען שוין געזאגט אז טרויבען איז מותר פאר די וואס ווילען הערען. און אלע אידישע פרוכט געשעפטען פארקויפט מען נאך טרויבען, ווייל דער עולם קויפט אין גרויסען.

ווען ער זאגט אז ווען מען וואלט בודק געוועהן אנדערע טריפות וואלט מען כמעט נישט געקענט עסען קיין פלייש, איז דאס אמת? ער זאגט וועלכע טריפות זענען מצוי? רעדט ער וועגען עופות אדער בהמות?

בכלל די היינטיגע עופות וואס מען איז מגדל דורך איבער עסען, האבען א פראבלעם אז עס קען לכאורה נישט לעבען 12 חדשים. אבער כ'מיין אז דאס איז נידון געווארען, און א עוף מוז נישט קענען לעבען 12 חדשים כדי צו זיין כשר, כל זמן עס איז נישטא איינער פין די סימני טריפות.

געפילטע פיש » מאנטאג אפריל 22, 2013 11:43 pm

· #107839
שמעקעדיג
נישט תובע בכתב?

כתיבה כדיבור דמי'.

(אגב, דער וואס שרייבט די ספירת העומר, אויב שרייבט ער עס פארן ציילן איז דא א מדובר אויב ער קען ציילן מיט א ברכה)

דעת תורה » דינסטאג אפריל 23, 2013 12:25 am

· #107851
@יידל, די חז״ל האבן למעשה נישט גע׳אסר׳ט פחות מכג ריס, וואטעווער די ריזאן זאל זיין. (דאס הייסט נישט אז זיי האבן זיך סומך געווען אויף מאכולת, נאר אין א מציאות ווען מאכולת איז מצוי אין יעדע בעט, וואלט אזא גזירה געווען א גזירה שאין הציבור יכול לעמוד בה, ממילא האבן זיי מעיקרא נישט גע׳אסר׳ט. עטליעסט דאס איז די הבנה פונעם חתם סופר ודעימי׳, וואס מימיהם אנו שותים. די פוסקים וואס דו האסט דערמאנט וואס האלטן אנדערש להלכה, איז עס ווייל זיי האבן פארשטאנען די זאך אזוי ווי דו האסט געשריבן. ופשוט הוא).

לגבי טריפות, אויב רב ענקין האלט אז סאיז מצוי טריפות, זאל ער גיין איבערדרייען די שטאט. זאל ער נישט לאזן דעם ציבור נכשל ווערן. (גראדע מיין איך אז עס איז נישט קיין חיוב צו שטיין מיט א פארגרעסערונגס גלאז און קוקן יעדע 2 מינוט צי עס איז שוין א מיעוט המצוי, און די וואס טוען עס און זענען עס מפרסם לייגן סתם ארויף א איבריגן עול אויפן ציבור. - כמובן דאס איז אלעס כל זמן עס איז נאך דא א רוב אזוי אז מען עסט נישט קיין איסורים חלילה. אבער אויב סאיז שוין א שאלה אז סאיז שוין נישטא קיין רוב איז דאך דאס שוין א דאורייתא׳דיגע שאלה מיט וואס מען קען זיך נישט שפילן).

און כאמור, ווען אימער עס האט זיך געמאכט א מציאות אז אנדערע טריפות - חוץ די ריאה - זענען געווען א מיעוט המצוי, האט מען בודק געווען יענץ אויכעט.

----

אופס, איך זעה אז איחוד האט מיר שוין מקדים געווען, איך שיק אבער עניוועי ומיני ומיני׳ תסתיים שמעתתא

ונבנתה העיר » דינסטאג אפריל 23, 2013 12:29 am

· #107855
געפילטע פיש
(אגב, דער וואס שרייבט די ספירת העומר, אויב שרייבט ער עס פארן ציילן איז דא א מדובר אויב ער קען ציילן מיט א ברכה)

אין שו"ת רעק"א סי' כ"ט לייגט איהם זיין פעטער ר' וואלף איגר אראפ ווי די גאנצע שטאט האט מפגר געווען און געפראוועט א סעודה לכבוד רע"א'ס חתונה [ס'איז כדאי צו זעהן אינעווייניג], און ער שרייבט איהם אז ביי די סעודה האט מען גערעדט געפילטע'ס שאלה [רע"א איז דאן געווען 16 יאהר אלט].

חזקיהו המלך » דינסטאג אפריל 23, 2013 12:47 am

· #107867
געפילטע פיש

חזקיהו המלך

איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
געפילטע פיש | שמעקעדיג | יאנקל | אנאנים | קופערניקוס | זר זהב | משה געציל

דאס הייסט שוין תובעת בפה, וואס דאמאלס טאר מען נישט נאכגעבן.

וואס עפעס תובע, כ'פארצייל א מעשה, קענסט זאגען ס'שקר, אבער תובע וואסעפעס

ר' שמחה » דינסטאג אפריל 23, 2013 12:49 am

· #107869
דברי הנודע ביהודה,
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=679600#p679600">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 00#p679600</a>

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 23, 2013 5:32 am

· #107892
ייש"כ יידל אויף די חשובע און וויכטיגע אינפארמאציע.
איז דא ערגעץ עפעס א סיכום פון די הלכות תולעים למעשה לפי השיטה המקילה?
אגב, פאר הרב ויא איז דער מלך התולעים געווען הרב פאלק פון ענגלאנד. ווי שטייט ער אויף די שאלות?

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 23, 2013 9:19 am

· #107902
חזקיהו המלך
געפילטע פיש

חזקיהו המלך

איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
געפילטע פיש | שמעקעדיג | יאנקל | אנאנים | קופערניקוס | זר זהב | משה געציל

דאס הייסט שוין תובעת בפה, וואס דאמאלס טאר מען נישט נאכגעבן.

וואס עפעס תובע, כ'פארצייל א מעשה, קענסט זאגען ס'שקר, אבער תובע וואסעפעס

ס'איז א דזשאוק, פליז לאך.

בדחן » דינסטאג אפריל 23, 2013 11:56 am

· #107950
ייש״כ יידל פאר די אינהאלטסרייכע תגובה, עס איז מיר טייל זאכען נתחדש געווארען, טענקס.

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג אפריל 23, 2013 11:59 am

· #107952
איחוד פעלד
נא נא, קיינער דענקט נישט דער באקאנטער חתם סופר, ער זאגט אז די איסור אויף כתמים איז בעיקר מכח טהרות, היינט אז טהרות איז נישט נוהג, וואלט מען געברויכט מקיל זיין אינגאנצען אויף כתמים, נאר וואס דען? מען איז מחמיר צוליב אמאהל, אויף דעם איז גענוג מחמיר צו זיין ווי אמאהל און נישט מער, דהיינו אז ביז א גריס איז מותר

דעת תורה
@יידל, די חז״ל האבן למעשה נישט גע׳אסר׳ט פחות מכג ריס, וואטעווער די ריזאן זאל זיין. (דאס הייסט נישט אז זיי האבן זיך סומך געווען אויף מאכולת, נאר אין א מציאות ווען מאכולת איז מצוי אין יעדע בעט, וואלט אזא גזירה געווען א גזירה שאין הציבור יכול לעמוד בה, ממילא האבן זיי מעיקרא נישט גע׳אסר׳ט. עטליעסט דאס איז די הבנה פונעם חתם סופר ודעימי׳, וואס מימיהם אנו שותים. די פוסקים וואס דו האסט דערמאנט וואס האלטן אנדערש להלכה, איז עס ווייל זיי האבן פארשטאנען די זאך אזוי ווי דו האסט געשריבן. ופשוט הוא).

חתם סופר חלק ב (יורה דעה) סימן קנ
אמנם זה אני אומר נהי דבכתם דעלמא אינו טמאה עד שיהיה בו שיעור כגריס ועוד שהוא שיעור גדול הרבה מהמאכולו' שנמצא בזמנינו ובארתי הטעם במקומו משום דתחלת גזירת כתם היה משום חומרא דטהרות דלהראב"ד אין דין כתם לבעלה כלל ונהי דלא קיי"ל כוותי' מ"מ האמת שתחלת גזירת כתם היה לטהרות ולא פלוג רבנן וטמאו אותה גם לבעלה שלא תהיה חוכא האשה טמאה נדה לטהרות וטהורה לבעלה וכיון שנאסר במנין א"כ אעפ"י שבטל טעם טהרות מ"מ גזרה לא בטלה ועדיין אסורה לבעלה וכיון שכל עצמה לא נאסרה לבעלה אלא מתקנת חכמים הראשונים א"כ אין לנו לטמאותה אלא בשיעור כתם שבזמניהם שהיה מאכולת גדולות מצוי' אעפ"י שבזמנינו אין נמצא כזאת

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 23, 2013 12:36 pm

· #107965
געפילטע פיש
חזקיהו המלך
געפילטע פיש

חזקיהו המלך

איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
געפילטע פיש | שמעקעדיג | יאנקל | אנאנים | קופערניקוס | זר זהב | משה געציל

דאס הייסט שוין תובעת בפה, וואס דאמאלס טאר מען נישט נאכגעבן.

וואס עפעס תובע, כ'פארצייל א מעשה, קענסט זאגען ס'שקר, אבער תובע וואסעפעס

ס'איז א דזשאוק, פליז לאך.

אוי, ער האט געטוישט:
איינערקענטע פערזענליכקייטען וועלכע זענען מסכים מיט דעם תגובה:
בערל טויבענחאפער | לייבל שטיינצילער | מלכיאל טענענבוים | עוזר רויזענשניידער | גדליה בערגשפיצען | טוביה וויסענקראפט | פנחס קרויטווייקער

האבן די איינערקענטע פערזענליכקייטן עפעס א שייכות צו תולעים?

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג אפריל 23, 2013 1:05 pm

· #107970
ונבנתה העיר
געפילטע פיש
(אגב, דער וואס שרייבט די ספירת העומר, אויב שרייבט ער עס פארן ציילן איז דא א מדובר אויב ער קען ציילן מיט א ברכה)

אין שו"ת רעק"א סי' כ"ט לייגט איהם זיין פעטער ר' וואלף איגר אראפ ווי די גאנצע שטאט האט מפגר געווען און געפראוועט א סעודה לכבוד רע"א'ס חתונה [ס'איז כדאי צו זעהן אינעווייניג], און ער שרייבט איהם אז ביי די סעודה האט מען גערעדט געפילטע'ס שאלה [רע"א איז דאן געווען 16 יאהר אלט].

אפאר פונקטן והערות אויף די תשובה. (מהדורא קמא סימן כט)
קודם, סתם א טשיקאווע באמערקונג. "ולאבותיך הברוכים אשרי להם שכך ילדו ושכך גדלו, הלא הם גיסי הרב המובהק מ' משה ואחותי היחידה הצדיקת ומלומדה כגברא מרת גיטל ת' ". ר' עקיבא איגר'ס מאמע איז געווען מלומדה כגברא.

ובנוגע תוכן התשובה וואס רעק"א ענטפערט צוריק צו זיין פעטער איז אזוי.
א' רעק"א שרייבט צו זיין פעטער (סימן ל') אז עס קען זיין דאס וואס מען איז נישט יוצא קריאת המגילה ע"י כתיבה מיז נישט זיין מכח כתיבה לאו כדיבור דמי נאר "דבפשוטו י"ל אף דכתיבה כד"ד, מ"מ י"ל דשאני התם כיון דבעי שיהא קריאתו דוקא מתוך הכתב ולא בע"פ, א"כ נהי דכתיבה הוי כקריאה מ"מ הא הכתיבה הוי רק כקורא בע"פ, דאף דמתחילה קודם הכתיבה ראה כל פסוק בתוך המגילה והרהר בו מ"מ בשעה שכתב הוי קורא בע"פ, וכאלו ראה פסוק בתוך המגילה והרהר בו ואח"כ קרא הפסוק בע"פ, דפשיטא דלא יצא דהוי קורא בע"פ והכי נמי כן בכתיבה" לכאורה א הערליכע כאפ.

ב' דערנאך זאגט ער ווייטער אז אפי' מיר וועלן זאגען אז כתיבה כדיבור דמי, וועט עס הייסען ווי מוציא בשפתיו אבער נישט משמיע לאזניו, שפתותיו נעות וקולו לא ישמע. "נלענ"ד כיון דקיי"ל דכל הברכות צריך לכתחילה להשמיע לאזניו, משום דילפינן מק"ש דכתיב שמע, השמע לאזניך מה שאתה מוצא מפיך, הרי אף דמוציאו מפיו דבודאי הוי דבור מעליא מ"מ בעי דוקא השמעת אוזן ג"כ, א"כ י"ל דנהי דכתיבה כד"ד מ"מ הוי רק כשפתיו נעות וקולו לא ישמע, ואף דבאמת קיי"ל דבדיעבד גם בלא השמיע לאזניו יצא כדאיתא בש"ע א"ח (סימן ר"ו) מ"מ כיון דלר' יוסי אינו יוצא אפילו דיעבד א"כ נקט הש"ס מלתא דמהני לכ"ע, וא"כ נדחית ראיית השב יעקב."
עס דערמאנט מיך דעם ווארט וואס מען זאגט נאך פון ראגעטשאווער אז דעריבער זאגט די גאנצע קהל די בני המן, ווייל שומע כעונה שטעלט נישט צו דעם נשימה אחת פארלאנג. [איך האב אייביג געהאלטען אז עס איז א פורים תורה. די פשוטע טעם אז עס איז א פרייליכע זאך און עס איז טאקע געשריבען אין גרויסע אותיות אין די מגילה ואכ"מ]

ביידע נקודות פון רעק"א זענען הגדרות אין כתיבה כדיבור וואס יש לדון בהם.

על אחרון ראשון. עס קוקט אויס אז רעק"א נעמט דעם הגדרה פון כתיבה כדיבור זייער ליטעראל. לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז כתיבה כדיבור מיינט כתיבה מיט איר צורה און מיט איר אייגענארטיגע אופן, איז כדיבור. צורת הכתיבה איז אינגאנצען אנדערש ווי די צורה פון דיבור. מען קען נישט צושטעלען אז עס הייסט נישט קיין משמיע קול וויבאלד די כתיבה איז נישט בקול. ער שטעלט עפעס צו די מעשה כתיבה צו די מעשה פון עקימת שפתים, "שפתותיו נעות". מיר שיינט אז ווען מען זאגט כתיבה כדיבור איז עס א טעאריע אז כתב בצורתה המיוחדת לה, האט דעם זעלבען "אפקלאנג" ווי דיבור.
וכן לענין בעל פה. די פראבלעם וואס רעק"א האט מיט בעל פה איז לכאורה ווייל די מגילה איז נאך נישט פארטיג ביזן שרייבן דעם ו' פין "לכל זרעו". אבער איך פארשטיי נישט אזוי זייער. וויאזוי קען מען בכלל פארשטיין אז כתיבה איז כדיבור. איז דען דא א צד אויף די וועלט אז אויב ליינט די מגילה אזוי וא"ו יו"ד ה"א יו"ד, בי"ת יו"ד מי"ם יו"ד, (ויהי בימי), אז ער איז יוצא? אויב אזוי אפי' מען זאל מעגן בעצם ליינען בעל פה, ווי קען מען יוצא זיין בכתיבת יעדען אות עקסטער? עס איז דאך אינגאנצען נישט "גערעדט ווערטער", עס איז דאך נאר אותיות אותוית. אלא מאי פארשטייט מען אז צורת הכתיבה גייט צו אויף גאנץ אן אנדערען אופן. מען קען נישט פארלאנגען עס זאל זיין אויפן זעלבן אופן פון דיבור. מען קוקט מען אהן די כתיבת התיבה בשלימותה, נאכ'ן ענדיגען די גאנצע ווארט. און נישט נאר נאכ'ן ענדיגען די תיבה נאר טאקע די גאנצע מגילה.
עס איז מאדנע צו זאגען אז די כתיבת המגילה איז נישט מתוך הכתב. אזא הגדרה נעמט זיך נאר ווייל מען וויל צושטעלען די כתיבה צו די צורת הדיבור.
שוין, גענוג פארדרייט דעם אשכול, און דעם קאפ.

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג אפריל 23, 2013 1:56 pm

· #107988
איחוד פעלד
לגבי בועל זיין נדות בכלל איז וויכטיג ארויס צו ברענגען א וויכטיגע נקודה אז באמת זענען לכאורה כמעט אלע פרויען היינט נישט קיין נדות דאורייתא, ווייל קיינער האט נישט די הרגשה, די הרגשת עקירה מן הגוף כעין אן הרגשה ווען אונז מענער קטנ'ן. עס איז גאר אינטרעסאנט צו הערען ווי רבנים און פוסקים ווען זיי רעדען פין דעם ביי א שיעור, ווערען זיי עקסיידעט און קלאפען אין טיש און זאגען עס איז זיכער אז היינט זענען נשים נדות דאורייתא, אהן א פארוואס און א פארווען, ווייל קיין ריכטיגער סיבה צו זאגען אזוי איז באמת נישטא.

מהיכן דנתנו? קוק דא ווי פרויען זענען נישט אינגאנצען מסכים צו דיר. קען אבער זיין אז פרויען האבען נישט קיין נאמנות 🙂

יידל » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:04 pm

· #107990
לעיקוואד
ייש"כ יידל אויף די חשובע און וויכטיגע אינפארמאציע.
איז דא ערגעץ עפעס א סיכום פון די הלכות תולעים למעשה לפי השיטה המקילה?
אגב, פאר הרב ויא איז דער מלך התולעים געווען הרב פאלק פון ענגלאנד. ווי שטייט ער אויף די שאלות?

אינעם ערשטן הודעה האב איך געלייקט א לינק צו א פי די עף פון הרב הענקין'ס ספר "לכם יהיה לאכלה".

ברסלבער » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:06 pm

· #107991
פוןדעסטוועגןדאך
מהיכן דנתנו? קוק דא ווי פרויען זענען נישט אינגאנצען מסכים צו דיר. קען אבער זיין אז פרויען האבען נישט קיין נאמנות 🙂

מען רעדט נישט פון די סארט הרגשה, הרגשה דאורייתא מיינט אז מען פילט ווי די מקור עפנט זיך, נישט ווי אזוי די בלוט רינט ארויס, דאס איז אזוי ווי דו זאלסט פילן ווי די עסן גייט פון די מאגן צו די קישקעס.

יידל » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:26 pm

· #108001
ברסלבער
פוןדעסטוועגןדאך
מהיכן דנתנו? קוק דא ווי פרויען זענען נישט אינגאנצען מסכים צו דיר. קען אבער זיין אז פרויען האבען נישט קיין נאמנות 🙂

מען רעדט נישט פון די סארט הרגשה, הרגשה דאורייתא מיינט אז מען פילט ווי די מקור עפנט זיך, נישט ווי אזוי די בלוט רינט ארויס, דאס איז אזוי ווי דו זאלסט פילן ווי די עסן גייט פון די מאגן צו די קישקעס.

די הרגשה פון "א באבל וואס פאפט אינסייד" איז לכאורה די הרגשה דאוריתא אז די מקור עפנט זיך.

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:38 pm

· #108021
ר' שמחה
דברי הנודע ביהודה,
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=679600#p679600">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 00#p679600</a>
יישר כוחכם ר' שמחה.
אינטערסאנט אפאר הגדרות פון דעם נודע ביהודה בנוגע מקיל זיין ווען עס איז דא א דעת יחידאה להקל.
שו"ת נודע ביהודה מהדורא קמא - יורה דעה סימן כז
ואם הקמח מונח בכלי הפרי חדש מיקל לגמרי. אך אף דמסתבר טעמיה אין להקל נגד שאר הפוסקים שכולם מחמירין אבל בצירוף קולא הנ"ל בספק אם פירשו כלל עכ"פ אין למחות במי שמיקל. ולכן כללא דמלתא אם הקמח מונח על הארץ יש למחות ולאסור אבל אם מונח בכלי מי שבא לשאול יאמר רוב הפוסקים מחמירין ואם אעפ"כ ירצה השואל להקל לעצמו לא ימחה בידו ק"ו שא"צ לדרוש ברבים לאסור
א מענטש מעג מחליט זיין אז ער וויל מקיל זיין ווי א יחיד? די נודע ביהודה האלט דא אז בעצם איז דאס א ספיקא דאורייתא און עס העלפט נישט ביטול (עי' בדבריו), פוןדעסטוועגןדאך זאגט ער אז א מענטש קען זיך פשוט מחליט זיין אז ער וויל זיך פארלאזען אויף א דעת יחידאה.
נאך זעהט מען אז אויב איז דא א דעת יחידאה להתיר אפי' אויף א ספק דאורייתא, דארף מען שוין נישט האלטען א דרשה ברבים לאסור.
להערה בעלמא נישט להלכה.

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:45 pm

· #108033
פוןדעסטוועגןדאך
איחוד פעלד
לגבי בועל זיין נדות בכלל איז וויכטיג ארויס צו ברענגען א וויכטיגע נקודה אז באמת זענען לכאורה כמעט אלע פרויען היינט נישט קיין נדות דאורייתא, ווייל קיינער האט נישט די הרגשה, די הרגשת עקירה מן הגוף כעין אן הרגשה ווען אונז מענער קטנ'ן עס איז גאר אינטרעסאנט צו הערען ווי רבנים און פוסקים ווען זיי רעדען פין דעם ביי א שיעור, ווערען זיי עקסיידעט און קלאפען אין טיש און זאגען עס איז זיכער אז היינט זענען נשים נדות דאורייתא, אהן א פארוואס און א פארווען, ווייל קיין ריכטיגער סיבה צו זאגען אזוי איז באמת נישטא.

מהיכן דנתנו? קוק דא ווי פרויען זענען נישט אינגאנצען מסכים צו דיר. קען אבער זיין אז פרויען האבען נישט קיין נאמנות 🙂

ברסלבער
מען רעדט נישט פון די סארט הרגשה, הרגשה דאורייתא מיינט אז מען פילט ווי די מקור עפנט זיך, נישט ווי אזוי די בלוט רינט ארויס, דאס איז אזוי ווי דו זאלסט פילן ווי די עסן גייט פון די מאגן צו די קישקעס.

יידל
די הרגשה פון "א באבל וואס פאפט אינסייד" איז לכאורה די הרגשה דאוריתא אז די מקור עפנט זיך.

מיין הרגשה איז אז יעדער זאל ברענגען א מקור לדבריו. 😉

יידל » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:51 pm

· #108041
פונדעסטוועגן, מיין מקור זענען די פרויען אין דיין לינק. 🙂

ברסלבער » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:56 pm

· #108048
הרגשת פתיחת המקור שטייט אין מחבר יו"ד סימן ק"צ סוף סעי' א', ועי' פתחי תשובה אנפאנג סימן קפ"ג וואס ער ברענגט דריי סארט הרגשות, און דאס קען אפשר זיין די דריי שיטות וואס דו ברענגסט דא.

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג אפריל 23, 2013 3:00 pm

· #108052
אינטערסאנט אז אלע זעקס רעספאנדענטס זאגען אז עס איז לכה"פ דא פעלער וואס זיי שפירען עס קומען. צוויי זענען מסביר אז עס שפירט ווי קטנ'ן. צוויי זאגן אז עס שפירט ווי א באבעל פאפט. איינער פון די צוויי זענען עס מדמה צו ביידע זאכען, קטנ'ן און 'באבעל פאפינג'. זי איז עס מסביר די בעסטע. זי איז עס ממשיל צו ווען מען לאכט זייער שטארק און עס שטיפט זיך ארויס א טראפ. אויף וויפיל איך קען מיר דאס מדמה זיין שטימען ביידע ציורים מיט דעם משל אירע. תשואות חן פאר kpasta14.
איינע זאגט אז זי קען עס עפעס נישט מגדיר זיין. ווידער אנדערע זאגען סתם אז רוב מאל שפירט מען נישט, אבער טייל מאל יא.

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג אפריל 23, 2013 3:03 pm

· #108054
יידל
פונדעסטוועגן, מיין מקור זענען די פרויען אין דיין לינק. 🙂

גערעכט. אבער יעדער טענה'ט אז די הרגשה מן התורה מיינט עפעס אנדערש. איחוד זאגט כעין קטנ'ן, ברסלב זאגט דייקא נישט באבעל, און דו זאגסט 'לכאורה' יא באבעל.
פון קיפאסטע דער פערצענטער, איז מיר טאקע שטארק נראה כדבריך. עס איז עפעס א שטארקע געשטיפעכטץ פון ליחות, אויף ארויס. כעין ווען מען לאכט און עס שטופט זיך ארויס א טראפ.
אוי וויי די פירהאנג איז פארריקט.

ברסלבער » דינסטאג אפריל 23, 2013 3:06 pm

· #108057
האב איך דיר געגעבן מראי מקומות נאכצוקוקן עיי"ש ותמצא נחת, הרגשת פתיחת המקור איז זיכער א דאורייתא, נאכדעם איז דא הרגשת נזדעזע גופה (אפשר מיינט דאס די פאפינג), און נאכדעם איז דא הרגשת זיבת דבר לח וואס איז א מחלוקת הפוסקים.

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג אפריל 23, 2013 3:21 pm

· #108070
ברסלבער
האב איך דיר געגעבן מראי מקומות נאכצוקוקן עיי"ש ותמצא נחת, הרגשת פתיחת המקור איז זיכער א דאורייתא, נאכדעם איז דא הרגשת נזדעזע גופה (אפשר מיינט דאס די פאפינג), און נאכדעם איז דא הרגשת זיבת דבר לח וואס איז א מחלוקת הפוסקים.

יישר כוח ר' ברסלבער. [פאר דעם און פאר אלעם וואס דו שרייבסט.]
נזדעזע גופה איז מער עפעס ווי ווען עס כאפט א chill. לענ"ד האט דאס לגמרי נישט קיין שייכות מיט א שפירונג פון א פאפ וואס געשעהט דארט.
שפירן ווי עפעס שטיפט זיך ארויס איז גאנץ א גיטע אפטייטש פון פתיחת המקור.
באמת מיין איך אז דאס 'לאזען וואסער' ווען מען לאכט זייער שטארק [איך מיין אז אלץ קינד איז דאס מצוי] איז ממש א געפיל פון אן אונוואלענטירי עפענונג פון פי נקב השתנה. וה"ה כאן לגבי פי המקור.

איחוד פעלד » מיטוואך אפריל 24, 2013 10:08 am

· #108300
ברסלבער
האב איך דיר געגעבן מראי מקומות נאכצוקוקן עיי"ש ותמצא נחת, הרגשת פתיחת המקור איז זיכער א דאורייתא, נאכדעם איז דא הרגשת נזדעזע גופה (אפשר מיינט דאס די פאפינג), און נאכדעם איז דא הרגשת זיבת דבר לח וואס איז א מחלוקת הפוסקים.

ייש"כ.

דער סיבה פארוואס איך האב אנגענומען זיבת דבר לח, איז ווייל די פוסקים זאגען אז די אנדערע הרגשות זענען זיכער נישטא מער היינט (זעהט אויס זיי האבען נישט געזעהן דער יאהא פעידזש), און די איינציגסטע הרגשה וואס איז צומאל דא איז דער הרגשת זיבת דבר לח. און עכ"ז וועלען היינט רבנים אייביג אננעמען אז א פרוי איז א נדה דאורייתא, און מאטערען זיך נישט צו פרעגען אויף א שאלה צו עס איז געוועהן הרגשה אדער נישט, נאר אויף א כתם פרעגען זיי. אבער טאמער איז דא א ראיה גמורה, ווערט זי א נדה אפילו אויף א בגד צבוע, און דאס איז א חומרא וואס שטייט נישט אין שו"ע, עס איז באזירט אויף "הרגשה" פין די רבנים, ודו"ק.

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 24, 2013 10:49 am

· #108316
ס'איז שוין א מדובר אין די ראשונים, געוויסע האלטן אז הרגשה איז נישט קיין תנאי צו ווערן טמא, נאר א הוחכה אז ס'קומט פונעם מקור, און אז אויב קומט א וסת כדרך כל הארץ וואו ס'נישט דא קיין צל של ספק אז ס'קומט פונעם מקור איז עס יא א דאורייתא, אנדערע זאגן אז בעצם איז יא דא א הרגשה נאר ארגשה ולאו אדעתה.

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך אפריל 24, 2013 1:09 pm

· #108356
איחוד פעלד
דער סיבה פארוואס איך האב אנגענומען זיבת דבר לח, איז ווייל די פוסקים זאגען אז די אנדערע הרגשות זענען זיכער נישטא מער היינט (זעהט אויס זיי האבען נישט געזעהן דער יאהא פעידזש),

דאס איז איינע פון די זאכען וואס איך פרוביר מוכיח זיין. מיר קענען זיין סאך מער סאפיסטיקירט אין די וועג פון לערנען און פסקנ'ן. ראש וראשון איז צו זיין אפען גענוג צו קענען באמערקן ווי עס שטייט זאכען אנדערש ווי מען האט סופפאזעדלי "אנגענומען אלע דורות". נישט זיין אזוי אינטערדרוקט אז ווייל דער פוסק הדור האט שוין געזאגט איז אין אחר דבריו כלום. נאכדערצו ווען דער זעלבער פוסק דערשרעקט זיך נישט פון קיין מג"א, חת"ס וכיוצא בזה. פארשטייט זיך מיט'ן שיינעם שלייער פון תלמיד טועה. אבער האם איז הי קידדינג? וכן נמי מיט דעם יאהא פעידזש וואס דו ברענגסט. איך וויל זעהן איין "היימישער" פוסק מאכען א סוירטש אויף גוגל צו וויסען וואס פרויען אליין דערציילן.
רחמנא ליצלן מהאי דעתא, מ'איז דאך א בהעימה אויב קוקט מען אויף די קעילע, (דאלמעטשער דאלמעטשער). די גרעסטע דזשאוק איז נאך ווי ער האט געהאקט אויף טעלעוויזשיע. גאש חאטש ביים האקען אויף פירצות זיי אפ טא דעיט.

ערגעץ ווי האט בדחן געשריבען אז מען זאל נישט האבן קיין טענות אויף די רבנים ופוסקים, זיי פסקנ'ן לויט וואס עס שטייט. ולא עליהם תלונתנו אלא על ה' [ח"ו]. בעניי מיין איך אז לא מיניה ולא מקצתיה.
ווען די רבנים בימי הרפורם האבען פארשטאנען די נחיצות צו אסר'ן חופות אין שול האבען זיי באמת געזעהן אז עס האט אויף זיך א טוץ מיט איסורים. גלייב מיר אז די ראשונים וואס האבן דוקא געמאכט חופות אין ביהמ"ד, האבן אפגעלערנט די סוגיות אנדערש. ע' פנים לתורה. מען קען אסר'ן אדער מתיר זיין א שרץ בק"ן טעמים. מען קען אננעמען א דעת יחידאה, אדער מען קען איבער דרייען א שטאט מכח א דעת יחידאה. מען קען טרעפן גרינג היתירם פאר מניעת הריון, און מען קען עס אבער אויך מאכען אזוי הארב ווי ציונית ה"י. עס ווענדט זיך אין דעם כלליותדיגען מיינדסעט. ווי קריטיש וויכטיג עס איז אז אידן זאלן האבען א זיס, געשמאקע, מחיה'דיגע, לעבען.

איך גיי נישט אריין אין די שאלה פארוואס עס שטייט נישט קיין שכר ועונש פון יענע וועלט אין די תורה. אבער עט ליעסט זיי מיר מודה אז מיט דעם וואס די פסוק זאגט צו גאלדענע גליקן אויף דער וועלט דא למטה פאר שמירת תורה ומצוות, זעהן מיר אז גוטע זאכן אויף דער וועלט פארנעמט גאר אן ערענסטען ארט און אונזער חומש'ל. פארוואס דארפען מיר זיך לערנען פין די טריפה'נע גוים פון ימי הביניים, ממאס צו זיין אין די וועלט וכל מחמדיה? מאמרי חז"ל איז דא גענוג צו ציען אויף יעדע ריכטונג. זיך נישט אויס דוקא די וואס רעדט פון צער ועוני. טרעף נישט אויף יעדע זאך די חומרי שניהם. וכסיל בחשך הולך, איז נישט פון די שלש חמורות.

אז מען רעדט שוין פון די פירצה פון מיקל זיין אויף דאורייתות, איז החרש לא אוכל.
וואס איז טאקע פשט אין דעם דרש חז"ל אז העושה כחומרי שניהם איז כסיל בחשך הולך? געוואלד, עס איז דאך אן ערנסטע ספיקא דאורייתא. פארוואס האבען זיי נישט פארשטאנען דאס וואס איז רגיל בפי אלע אונזערע פוסקים אז "כל המחמיר תבא עליו ברכה"? וואסארא תירוץ איז דאס אז נעכטען האב איך מחמיר געווען ווי די אנדערע שיטה? דערצערענען דעם אייבערשטען איז ביי זיי גארנישט? איז דען נישט ווערט אויפצוגעבן דאס גאנצע עולם הזה אויף נישט עובר צו זיין איין תקנה דרבנן? כש"כ א חייבי כריתות דאורייתא. אביסל יראת שמים...

ברסלבער » מיטוואך אפריל 24, 2013 1:25 pm

· #108361
דו זאגסט א גוטע נקודה אז די רבנים וואלטן וועגן געדארפט מאכן גוגל סורטש'ס, אבער דאס איז אפשר אויף אנדערע זאכן ווי זיי דארפן מער זיין אפ דו דעיט, אבער בנידן דידן איז עס נישט ריכטיג, ווייל די תורה זאגט אז א פרוי ווערט נישט קיין נדה נאר ווען עס איז געקומען מיט אן הרגשה, דארף מען וויסן וואס די תורה האט געמיינט מיט די ווארט הרגשה, און דאס וואס די פרויען זאגן היינט וואס זיי פיהלן, מיינט נאכנישט אז דאס האט די תורה געמיינט מיט הרגשה, והבן.

דיין קשיא וועגן חומרי שניהם פרעגט דער ערבי נחל פ' תשא, און ער זאגט אז ווען מען טוט כחומרי שניהם, מען טוט אייביג נאר לחומרא קען עס זיין צומאל א חומרא דאתי לידי קולא, איי אויב אזוי איז ער דאך נישט קיין כסיל ער איז דאך א מקיל? זאגט ער אז מען קען נישט שטראפן דעם מענטש ווייל ער האט דאך געמיינט נאר גוט'ס, ער האט נאר געוואלט מחמיר זיין, אבער א כסיל איז ער יא...

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך אפריל 24, 2013 2:10 pm

· #108373

גוגל סורטש דארף מען כדי מברר צו זיין וואס די פרויען שפירן. און דערנאך זעהן וועלכע פון די הרגשות זענען דאס וואס די תורה מיינט. קוק מיין פריערדיגע תגובות ווי איך זעה ביי זיי אפאר מיני הרגשות וואס קען ווערן צוגעשטעלט צו די הרגשות מן התורה.
ווען רב וואלט געלעבט היינט וואלט ער נישט נאר געוואוינט אכצען חדשים צווישען רועי בקר כדי צו וויסן עניני טריפות (סנהדרין ה:), ער וואלט געהאט א ספעציעלע ממונה אין בי"ד שטיבל וואס איז א אומן אין גוגל סורטש.
מיט א דרוש פין ערבי נחל קען מען נישט אוועקמאכען די מהלך פון חז"ל נישט צו זוכען איבעריגע חומרות אפי' ביי ספיקא דאורייתות. פשוט פשט איז בכלל נישט ווייל עס איז א חומרא דאתי לידי קולא. ער איז פשוט א כסיל וואס איז הולך בחשך, ווייל ער לעבט א פארכמארעטע פינסטערע לעבן.

יידל » מיטוואך אפריל 24, 2013 2:47 pm

· #108390
ברסלבער

דיין קשיא וועגן חומרי שניהם פרעגט דער ערבי נחל פ' תשא, און ער זאגט אז ווען מען טוט כחומרי שניהם, מען טוט אייביג נאר לחומרא קען עס זיין צומאל א חומרא דאתי לידי קולא

איך טשעלענדזש דיך און סיי ווער ס'ליינט אויפצוקומען מיט א חומרא וואס איז נישט אתי לידי קולא.

ברסלבער » מיטוואך אפריל 24, 2013 2:51 pm

· #108392
נישט עסן מיט א לעפל וואס איז אראפגעפאלן אויף דער ערד אום פסח.

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 24, 2013 2:57 pm

· #108400
אז כ'וועל נישט האבן גענוג לעפלעך וועל איך ארויסגיין חאלעמויד קויפן נאך, און כ'ווען דארפן סיינען פאר די קרעדיט קארד און חאלעמויד.

ברסלבער » מיטוואך אפריל 24, 2013 2:59 pm

· #108401
ועוד, אז איך וועל נישט האבן גענוג לעפלעך וועט מען נישט קענען געהעריג עסן די סעודות יו"ט ונמצא מקיל בשמחת יו"ט.
העמיר מוזן טראכטן עפעס אנדערש.

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך אפריל 24, 2013 3:11 pm

· #108403
ברסלבער
נישט עסן מיט א לעפל וואס איז אראפגעפאלן אויף דער ערד אום פסח.
די טשאלענדזש איז אויף א חומרא, נישט אויף קיין עיקר הדין.

ברסלבער » מיטוואך אפריל 24, 2013 3:13 pm

· #108404
איך האף אז דו האסט דאס נאר געשריבן סארקאסטיש.

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך אפריל 24, 2013 3:19 pm

· #108407
געפילטע פיש
אז כ'וועל נישט האבן גענוג לעפלעך וועל איך ארויסגיין חאלעמויד קויפן נאך, און כ'ווען דארפן סיינען פאר די קרעדיט קארד און חאלעמויד.
וואס איז מיט דיר? עני סעלף רעספעקטינג הולך בחושך איד ווייסט אז האבען קרעדיט קארד איז א שאלה דאורייתא פון רבית קציצה. ווייסטו דען נישט אז די סטאקהאלדערס זענען אידן? וועסטו דיך דען אריינלאזען אין א צל של ספק צו זיין ח"ו פון די וואס זענען "מביאין עדים ולבלר וקולמוס ודיו וכותבין וחותמין, פלוני זה כפר באלקי ישראל? [ב"מ עא.]

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 24, 2013 3:46 pm

· #108425
וואס דען זאך איך טוהן אז די פארטאגס כולל טשעק האב איך נאכנישט באקומען, און די מלומדות בוטשער וואוטשער וויל די הארדווער סטאר נישט נעמען. וואס גייט עם אן? סתם פאר שלעכטקייט.

דעת תורה » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 7:48 pm

· #108797
פוןדעסטוועגןדאך
איחוד פעלד
נא נא, קיינער דענקט נישט דער באקאנטער חתם סופר, ער זאגט אז די איסור אויף כתמים איז בעיקר מכח טהרות, היינט אז טהרות איז נישט נוהג, וואלט מען געברויכט מקיל זיין אינגאנצען אויף כתמים, נאר וואס דען? מען איז מחמיר צוליב אמאהל, אויף דעם איז גענוג מחמיר צו זיין ווי אמאהל און נישט מער, דהיינו אז ביז א גריס איז מותר

דעת תורה
@יידל, די חז״ל האבן למעשה נישט גע׳אסר׳ט פחות מכג ריס, וואטעווער די ריזאן זאל זיין. (דאס הייסט נישט אז זיי האבן זיך סומך געווען אויף מאכולת, נאר אין א מציאות ווען מאכולת איז מצוי אין יעדע בעט, וואלט אזא גזירה געווען א גזירה שאין הציבור יכול לעמוד בה, ממילא האבן זיי מעיקרא נישט גע׳אסר׳ט. עטליעסט דאס איז די הבנה פונעם חתם סופר ודעימי׳, וואס מימיהם אנו שותים. די פוסקים וואס דו האסט דערמאנט וואס האלטן אנדערש להלכה, איז עס ווייל זיי האבן פארשטאנען די זאך אזוי ווי דו האסט געשריבן. ופשוט הוא).

חתם סופר חלק ב (יורה דעה) סימן קנ
אמנם זה אני אומר נהי דבכתם דעלמא אינו טמאה עד שיהיה בו שיעור כגריס ועוד שהוא שיעור גדול הרבה מהמאכולו' שנמצא בזמנינו ובארתי הטעם במקומו משום דתחלת גזירת כתם היה משום חומרא דטהרות דלהראב"ד אין דין כתם לבעלה כלל ונהי דלא קיי"ל כוותי' מ"מ האמת שתחלת גזירת כתם היה לטהרות ולא פלוג רבנן וטמאו אותה גם לבעלה שלא תהיה חוכא האשה טמאה נדה לטהרות וטהורה לבעלה וכיון שנאסר במנין א"כ אעפ"י שבטל טעם טהרות מ"מ גזרה לא בטלה ועדיין אסורה לבעלה וכיון שכל עצמה לא נאסרה לבעלה אלא מתקנת חכמים הראשונים א"כ אין לנו לטמאותה אלא בשיעור כתם שבזמניהם שהיה מאכולת גדולות מצוי' אעפ"י שבזמנינו אין נמצא כזאת

איך ווייס נישט צי דו האסט דאס געמיינט מרמז צו זיין, אבער דער לשון החת"ס וואס דו האסט געברענגט שטטייט מער ווייניגער די נקודה וואס איחוד האט געשריבן. דאס וואס איך האב געברענגט איז די פשטות משמעות דברי המעיל צדקה וחכם צבי וואס שרייבן אויך ארויס להיתר. און דער יסוד איז לכאורה א דבר מוסכם, וואס מען טרעפט למשל אין סימן י"ג ביי טלית און אין ש"א זאגט עס דער מגן אברהם וועגן זיך אפטרוקענען שבת. אין ליקוטי העות אויפן חת"ס דארטן ברענגט ער פון כמה אחרונים וואס מוטשענען זיך מיט דעם פארוואס דער חת"ס דארף צוקומען צו דעם טעם פון טהרות, פארוואס איז נישט גענוג דער פשוטער טעם אז מען האט נישט גוזר געווען. ער ברענגט דארט פון שימלויער רב א תירוץ אז דער חת"ס רעדט אין זיין תשובה וועגן א בדיקה בעד שאינו בדוק וואס א בדיקה שאלה איז דאך שוין א חשש דאורייתא (ועעו"ש דכל כתם מחשש דילמא ארגשה ולא עיינתי בכל דבריו). סאיז בכלל זייער א שיינער ליקוט דארט וועגן דעם גאנצן ענין.

פערינא » דינסטאג אפריל 30, 2013 8:35 am

· #110141
פעם אחת כשהיה דעתה צחה ולילית לא מסתפינא, גילתה סודתה, נזדעזע גופה היינו הפי. עמ. עס.

elter-zeide » זונטאג מאי 5, 2013 8:57 am

· #111862
למעשה וואס טיט זיך וועגען תולעים? למשל קארען אהן דע קאב? קען מען דאס עסען? ווי אזוי טשעק מען דאס? איז מעגלעך דאס צי טשעקען? פליז פארקריכט נישט צי אנדערע הלכות, דע תגיבה האט זיך אהנגעהויבן וועגען הלכות תולעים, י

איחוד פעלד » זונטאג מאי 5, 2013 9:06 am

· #111863
גערעכט גערעכט, עיין בקונטרס פין הרב וויי, וועסטו אלעס וויסען.