האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט?
71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3548
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט?
וויפיל פון אייך האבן שוין אנגערופן די עלטערן היינט און זיך אינטרעסירט וואס זיי מאכן? איך גלויב אז א סך האבן שוין אנגערופן, כ'האף אזוי, און אויב חלילה נישט דאן רופט'ס אן די עלטערן און זייטס מקיים כיבוד אב ואם. די מצוה פון כיבוד אב ואם איז זייער גרויס, טאקע דערפאר פארלייגט זיך דער בעל דבר אויף דעם און ער וויל נישט צו לאזן אז איר זאלט מקיים זיין די גרויסע מצוה.
כ'האב געזען די אויסגאבע "לוח הציבור" וואס קומט ארויס יעדן צופרי אין בארא פארק, ווערט דארט יעדן טאג געדרוקט איין שורה אין א באזונדער קעסטל וואס ליינט זיך אזוי: "האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט"??
מיט דעם טוען די ארויסגעבער פונעם אויבנדערמאנטן אויסגאבע א געוואלדיגע זאך, עס מאנט און פאדערט פונעם ציבור מקיים צו זיין אט די געוואלדיגע מצוה.
וועליך אנרופן מיין טאט'ן אים פרעגן צי ער האט שוין גערופן זיין טאטן
זר זהב:לייק
וועליך אנרופן מיין טאט'ן אים פרעגן צי ער האט שוין גערופן זיין טאטן
און דיין זון וועט דיך אויך אנרופן פרעגן צו דו האסט שוין אאנגערופן דיין טאטן,

פון ווי ווייסטע איך האב דריי זון?..
ענטפער עם דריי מאל וועט ער מיינען האסט ניין זוהן.
זר זהב:לייק
וועליך אנרופן מיין טאט'ן אים פרעגן צי ער האט שוין גערופן זיין טאטן
קענסטעך רופן דיין זיידן. און זאגן אדי רופסט אין שליחות פון דיין טאטן.
דאס וואס איר זעט די זעלבע הודעה 3 מאל איז נישט מיין חטא דאס איז די תוצאה פון די היינטיגע טעכנאלאגיע, איך האב מיך שוין געוואנדן צור פאר אירע וועגן דעם פראבלעם, דהייינו, אז איך גיי א דורך שבעה מדורי גהינם ווען איך שרייב הודעה מיט'ן סעלפאון, איך קאן נישט פארשטיין פארוואס דאס איז אזוי כ'האב דעמאלטס נישט ווייניג געלט פאר דעם ,סעלפאון און באקומען האב איך א הויקער, איך בין עס תולה אין מיינע חטאים, נאר וועגן מיינע חטאים פאסירן אזאנע זאכן צו מיר, ווער ס'קאן מיך ארויסהעלפן מיט די דאזיגע פראבלעם "איז מאר דען וועלקאם"
דאס וואס איר זעט די זעלבע הודעה 3 מאל איז נישט מיין חטא דאס איז די תוצאה פון די היינטיגע טעכנאלאגיע, איך האב מיך שוין געוואנדן צו א פאר אירע וועגן דעם פראבלעם, דהייינו, אז איך גיי א דורך שבעה מדורי גהינם ווען איך שרייב הודעות צו קאווע שטיבל מיט'ן סעלפאון, איך קאן נישט פארשטיין פארוואס דאס איז אזוי כ'האב נישט ווייניג געלט געצאלט פאר דעם סעלפאון און באקומען האב איך א הויקער, איך בין עס תולה אין מיינע חטאים, נאר וועגן מיינע חטאים פאסירן אזאנע זאכן צו מיר, ווער ס'קאן מיך ארויסהעלפן מיט די דאזיגע פראבלעם "איז מאר דען וועלקאם"

שוין ווייטער, אוי, ס'איז צרות ווי א בארג
די זאך איז אזוי, מיט מיין מאמע האב איך א קליינע פראבלעם, איך קאלל, כ'דארף נאר זאגן העללא ! און זי פאנג אן צו רעדן מיט אירע תשעה קבים און זי ענדיגט נישט ביז איך רוף חוצפית המתורגמן און ער מיט מיך שרייען צוזאמען עמוד! עמוד!
אבער מיט מיין טאטע האב איך א גרויסע פראבלעם. דארט גייט די מעשה אביסל אנדערש. איך קאלל. איך זאג העללא. זאג ער צוריק העללאו. ס'דאכט זיך מיר אז איך הער א ווידער קול, זאג איך נאך אמאל העללא. זאגט ער נאכאמאל העללא. פרעג איך וואס איז נייעס ? ענפערט ער זאג דו וואס איז נייעס (כ'הער ווי ער זאגט זיך אונטער: כ'מיין דו האסט געקאלט נישט איך) ? זאג איך ב"ה. שוין דא זעמער ביידע שטיל פאר צוויי מינוט. דער פראבלעם איז אז ער ווערט נישט נערוועז פון די שטילקייט און איך יא. און יעדע סקונדע וואס לויפט פארביי ווער איך מער און מער נערוועז. מיין מח זוכט עפעס פון וואס צו רעדן. איך ווער בלענק. זאג איך איין מינוט כ'האב א ביפ. איך פרעג מיין ווייב: רחל, וואס טוה איך דא. זאגט זי מיר זאג אים עפעס אויפן פרשה. פאנג איך אים אן צו זאגןעפעס א תורה פונעם זרע קודש, יעצט ווערט ער נערוועז און אומגעדילדיג און שטייצעך פלוצלונג באקומט ער א ביפ, און ער קומט קיינמאל נישט צוריק פינעם ביפ. אזוי גייט עס וואך איין וואך אויס. כ'ווייס זיך נישט ווי אזוי אן עצה צו געבן, אז איינער האט עפעס א מהלך ווי אזוי מען רעדט מיט אן אב זקן בא בשנים, וואס איך און ער זענען אפגערוקט ת"ק דורות, וואלט איך הנאה געהאט צו הערן. ותודה מראש.
לכבוד ר' בנימין, המכונה "בענדשזאמין פרענקלין" יעך האב א עצה פאר דיר, פרעג דיין טאטען וועגן דער אלטער היים, וועגן צדיקים וואס ער האט געקענט, פרעג עם וועגן מנהגים וכדומה. פרעג עם אויס וועגן זיין רבי'ן זצ"ל, דאן וועסטו שוין נישט האבן קיין פראבלעם וואס צו שמועסן מיט עם, אז דו ווילסט דוקא קען זיך דער שמועס ציען פון דא ביז קאנארסי, אדרבא זאג מיר אויב בין איך נישט גערעכט,
איך ווייס נישט וואס דו קענסט אים פרעגן, אבער איך לאך דא אז מיין טאטע הערט מיך שוין באלד
שעפטלאיך ווייס נישט וואס דו קענסט אים פרעגן, אבער איך לאך דא אז מיין טאטע הערט מיך שוין באלד
ביטע זיי'זשעט מסביר וואס איר שרייבט דא,
ר' בנימין'ס תגובה האט מיך פשוט דערמאנט אינעם וועכענטליכע פאון קאל צום זיידן זזגא"ש, ס'האט מיר געקאסט א שטארקע אויסשיס
אינטערסנט אלץ בחור פלעג איך האבן א שפראך מיט מיין טאטען עמו"ש איך האב ליב געהאט וועם ער האט ליב געהאט, איך האב פיינט געהאט וועם ער האט פיינט געהאט, אבער לעצטנס איז געפערליך אונז רעדן קום קום אמאל אמאל אין ווען יא ענדיגט זיך די שמועס מיט מלחמת גוג ומוגג. איך ווייס נישט וואס צוטוהן ? זאל איך שטיין ווייט?
בעל הביתאינטערסנט אלץ בחור פלעג איך האבן א שפראך מיט מיין טאטען עמו"ש איך האב ליב געהאט וועם ער האט ליב געהאט, איך האב פיינט געהאט וועם ער האט פיינט געהאט, אבער לעצטנס איז געפערליך אונז רעדן קום קום אמאל אמאל אין ווען יא ענדיגט זיך די שמועס מיט מלחמת גוג ומוגג. איך ווייס נישט וואס צוטוהן ? זאל איך שטיין ווייט?
ניין פארקערט רעד מער מיט איהם עסטו צוריק כאפען דעם אלטן קשר.
ניין איך קוק אראפ זיין מהלך החיים איך פלאץ פין עם. אין איך פליק עם אריין ווי א געזונטע מחוצף
שעפטלר' בנימין'ס תגובה האט מיך פשוט דערמאנט אינעם וועכענטליכע פאון קאל צום זיידן זזגא"ש, ס'האט מיר געקאסט א שטארקע אויסשיס
עיין כאן
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=_bmQ9DDsrjg">www.youtube.com/watch?v=_bmQ9DDsrjg</a><!-- w -->
אפשר ביסטו אונז מסביר אביסל דעם חילוק צווישן אמאל און היינט? פון וועלכע נושאים האט מען אמאל געשמועסט, און וועלכע היינט?
(אפשר פרובירסטו צו מאכן דיין טאטן פאר א אויפגעקלערטן "קאווע שטיבל סטיל" טראכטער, און דאס באדערט אים?..)
איך האבדי זעלבע פראבלעם, איך רוף מיין טאטן צוויי מאל א וואך (וואס איז ווייט פון גענוג), און דעמאלס ברעך איך אויך קאפ וואס צו רעדן
אפשר קען מען דא געבן עפעס גיטע הצעות וואס מ׳ קען רעדן און מקיים זיין די מצוה בשלימות
כ'האף אז דער עולם דא אין "קאווע שטיבל " פארקריכט נישט פון די טעמע וואס מיר האבן דא געוואלט באטאנען, כ'וויל באטאנען נאך א זאך אז אויף הייבן א טעלפאון צו זיידע באבע איז אויך א מצוה, בפרט נאך ווען דער זיידע איז רח"ל א אלמן, אדער די באבע איז רח"ל א אלמנה ה"י, דאס וואס ס'קומט אן שווער צו רופן דעם טאטען אדער די מאמען נו, דאס איז דאך א חלק פון די מצוה, טאקע ווייל ס'איז שווער איז די שכר א סך גרעסער
מיין טאטע רופט מיך כמעט יעדן טאג, א טובה דא און א טובה דארט, און מיין מאמע בערך איין מאל א וואך אבער קען קען נעמען 2 שעה
נו רבותי, האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט ???
היימישערמיין טאטע רופט מיך כמעט יעדן טאג, א טובה דא און א טובה דארט, און מיין מאמע בערך איין מאל א וואך אבער קען קען נעמען 2 שעה
נו, וועסטו באקומען שכר פאר 2 שעה כיבוד אם
כ'רוף נישט יעדן טאג, זיי קענען נאך נערוועז ווערן. זיי האבן ב"ה וואס צו טון מיט די צייט. אבער יעדע עטליכע טעג רוף איך זיי.
בעל הביתניין איך קוק אראפ זיין מהלך החיים איך פלאץ פין עם. אין איך פליק עם אריין ווי א געזונטע מחוצף
איך קלער אז אפשר איז בעסער אז דו קאלסט עם נישט ווי איידער צו זיין א געזונטער מחוצף, אויב קאלסטו עם און די ביזט א פאלנער מחוצף איז דאך יצא שכרו בהפסידו
זייער א פאני זאך איז נעכטען נאכט געשען,
ווי באקאנט האט די שטיביל א שטארקע השפעה אופן עולם דא, אין פאר מיך אליין אויך,
נא יודן זענען מעורר צו רופן די עלטערען פאלקט מען אין מען רופט.
קלינג איך מיין טאטע, אין ער פרעגט העלא, ווער אז דאס ?
ענפער הנך בנך בעל הבית בא אליך
טאטע- וואס איז געשען היינט אז די רופסט מיך?
זאג איך סתם איך בין שאול בשלומך . וואס מאכסטו?
זאגט ער מיר שייגיץ,בם,טמא,!!!!!!!
פרעג איך עם, איז דאס שון אויך א עוולה דיר צורופן? ?
זאגט ער מיר ניין נאר יעצט פארשטיי איך שון די ביסט פין די קאווע שטיביל באמעס
רבותי עס איז צורות , איך האב שון מורא אז מיין ווייב האקט תגובות מאחורי , ווער ווייסט
ווען די נאר וואלט נישט געוועהן אונזער'ס ואלט איך געלאכט!!!
ס'איז אמת??
טעפל. זאג מיר דעם אמת ביסטו טאטי ?
איך האב גערופן מיין מאמען זז״ג ב״ה
ייש״כ קאווע שטיבל פאר׳ן מעורר זיין
אילו לא באתי אלא בשביל זה דיינו
רביה״ק זי״ע בעל דבר״י פלעגט זאגן "עס לוינט זיך זיבעציג יאר ליידן אויף די וועלט צו קענן איינמאל לייענען די מגילה״
איך זאג ״אלע עגמת נפש, צייט פארברענג אין קאווע שטיבל האט זיך געלוינט פאר די מצוה פון כיבוד או״א"
פארוואס ביסטו אונז משפיל ? פארוואס זאגסטו אז דאס איז צייט פאברענגען?
שמוסען אביסיל מיינט צייט פאברענגען
בעל הבית שמוסען אביסיל מיינט צייט פאברענגען
ווען עס וואלט געווען נאר אביסיל וואלט גוט געווען
היסטאריקעראיך האבדי זעלבע פראבלעם, איך רוף מיין טאטן צוויי מאל א וואך (וואס איז ווייט פון גענוג), און דעמאלס ברעך איך אויך קאפ וואס צו רעדן
אפשר קען מען דא געבן עפעס גיטע הצעות וואס מ׳ קען רעדן און מקיים זיין די מצוה בשלימות
ר' בענדזשאמין פרענקלין האט אויך דעם זעלבן פראבלעם, קוקט'ס ביטע די תגובה וואס יעך האב עם געשריבן וועסטו שוין נישט האבן דעם פראבלעם, האפנטליך,
היסטאריקערבעל הבית שמוסען אביסיל מיינט צייט פאברענגען
ווען עס וואלט געווען נאר אביסיל וואלט גוט געווען
ניין, פונקט פארקערט, ווען עס וואלט געווען "א סך" דעמאלטס וואלט גוט געווען, כאפסט נישט אז ווי שווערער און ווי לענגער ס'איז דער שמועס אלס א גרעסערער שכר וועסטו האבן
היסטאריקעראיך האב גערופן מיין מאמען זז״ג ב״ה
ייש״כ קאווע שטיבל פאר׳ן מעורר זיין
אילו לא באתי אלא בשביל זה דיינו
רביה״ק זי״ע בעל דבר״י פלעגט זאגן "עס לוינט זיך זיבעציג יאר ליידן אויף די וועלט צו קענן איינמאל לייענען די מגילה״
איך זאג ״אלע עגמת נפש, צייט פארברענג אין קאווע שטיבל האט זיך געלוינט פאר די מצוה פון כיבוד או״א"
והי' זה שכרי, וואס כ'האב מעורר געווען דעם עולם דערויף
.
איך זאג דירהיסטאריקערבעל הבית שמוסען אביסיל מיינט צייט פאברענגען
ווען עס וואלט געווען נאר אביסיל וואלט גוט געווען
ניין, פונקט פארקערט, ווען עס וואלט געווען "א סך" דעמאלטס וואלט גוט געווען, כאפסט נישט אז ווי שווערער און ווי לענגער ס'איז דער שמועס אלס א גרעסערער שכר וועסטו האבן
תיקון טעות: מען רעדט דא פון שמועסן אויף ק"ש, נישט צו די עלטערן.
בעל הביתזייער א פאני זאך איז נעכטען נאכט געשען,
ווי באקאנט האט די שטיביל א שטארקע השפעה אופן עולם דא, אין פאר מיך אליין אויך,
נא יודן זענען מעורר צו רופן די עלטערען פאלקט מען אין מען רופט.
קלינג איך מיין טאטע, אין ער פרעגט העלא, ווער אז דאס ?
ענפער הנך בנך בעל הבית בא אליך
טאטע- וואס איז געשען היינט אז די רופסט מיך?
זאג איך סתם איך בין שאול בשלומך . וואס מאכסטו?
זאגט ער מיר שייגיץ,בם,טמא,!!!!!!!
פרעג איך עם, איז דאס שון אויך א עוולה דיר צורופן? ?
זאגט ער מיר ניין נאר יעצט פארשטיי איך שון די ביסט פין די קאווע שטיביל באמעס
רבותי עס איז צורות , איך האב שון מורא אז מיין ווייב האקט תגובות מאחורי , ווער ווייסט
אין וואס איז מיט די בזיונת וואס די האסט מיר גורם געווען ?
איך זאג דירהיסטאריקעראיך האב גערופן מיין מאמען זז״ג ב״ה
ייש״כ קאווע שטיבל פאר׳ן מעורר זיין
אילו לא באתי אלא בשביל זה דיינו
רביה״ק זי״ע בעל דבר״י פלעגט זאגן "עס לוינט זיך זיבעציג יאר ליידן אויף די וועלט צו קענן איינמאל לייענען די מגילה״
איך זאג ״אלע עגמת נפש, צייט פארברענג אין קאווע שטיבל האט זיך געלוינט פאר די מצוה פון כיבוד או״א"
והי' זה שכרי, וואס כ'האב מעורר געווען דעם עולם דערויף
שמעקעדיגאיך זאג דירהיסטאריקערבעל הבית שמוסען אביסיל מיינט צייט פאברענגען
ווען עס וואלט געווען נאר אביסיל וואלט גוט געווען
ניין, פונקט פארקערט, ווען עס וואלט געווען "א סך" דעמאלטס וואלט גוט געווען, כאפסט נישט אז ווי שווערער און ווי לענגער ס'איז דער שמועס אלס א גרעסערער שכר וועסטו האבן
תיקון טעות: מען רעדט דא פון שמועסן אויף ק"ש, נישט צו די עלטערן.
כ'האב געמיינט אז מ'רעדט דא וועגן רופן די עלטערן, וטעות לעולם חוזר, אבער דאס וואס כ'האב געשריבן אז ווי לענגער דער שמועס מיט די עלטערן נעמט און ווי שווערער ס'איז אלס מער שכר באקומט מען דאס איז במקומה עומדת, אפילו כ'האב נישט געוויסט אז מ'האט דא געמיינט די קאווע שטיבל שרייבערס
בעל הביתטעפל. זאג מיר דעם אמת ביסטו טאטי ?
יא זיכער, שייגיץ,בם,טמא,!!!!!!!
איך זאג מיינע קונדער קענען רואיג מקיים זיין כיבוד אב מיטן זאגן העללא טאטע אויף מיין פעיסבוק פעידזש.
מיין טאכטער וואס איז כמעט נישט עקטיוו מאכט זיכער צי זאגן העללא.
מיין זין וואס איז דארט מער ווי אין כולל, טרעט כמעט נישט איבער מיין שוועל. עטליעסט נישט מיט זיין מאוחר נאמען.
[ציטאט אראפגענומען]
מה הפשט ???
גלייב מיר סקומט נישט אן גרינג צי דעליווערן פאר מיינע קונדער קילא עלטערן. אסאך טרערען פארגאסן ביז מווערט אביסעל קיל.
נולד מאוחר דערמאנט מיר פון די בית יוסף'ס קשיא. טויזענט הסבירים דערין.
איך האב איין זין וואס ריפט מיך א יעדען טאג, אין איין זין וואס ריפט מיך איינמאל א וואך, מיט דעם וואס ריפט איינמאל א וואך בין איך מער ציפרידען, אקיצור נישט אלע קינדער זענען דאס זעלבע אין נישט אלע טאטעס זענען דאס זעלבע, עס איז נישט גלייך פין איינעם צים צווייטען, ביי איינעם איז בעסער אז מ'ריפט אין ביי איינען איז בעסער אז נישט, י
ביסט מער צופרידן מיט איהם בעצם? אדער ביסט מער צופרידן מיט דעם פרט אז ער רופט בלויז איינמאל א וואך אנשטאט יעדן טאג?
שמעקעדיגביסט מער צופרידן מיט איהם בעצם? אדער ביסט מער צופרידן מיט דעם פרט אז ער רופט בלויז איינמאל א וואך אנשטאט יעדן טאג?
איך בין מער ציפרידען מיט דעם וואס ריפט איינמאל א וואך, ווייל בעצם בין איך טאקע מיט עם מער ציפרידן, דאס איז אמת, קען זיין ווייל ער קען מיך אין פארשטייט מיך וועגען דעם ריפט ער נאר איינמאל א וואך, וואס דער אנדערער זין פארשטייט נישט, אין וועגען דעם ריפט ער איעדען טאג, אבער פין מיר איז נישט קיין ראיה צי אנדערע טאטעס, י