☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט?

האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט?

71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3548
בלאט: 1 2

איך זאג דיר » פרייטאג אפריל 26, 2013 4:18 pm

· #109089
כ' וויל דערמאנען דעם עולם אז מ'זאל אנרופן די עלטערן און זאגן א גוט שבת, יא, איך ווייס אז די הויט ברענט אייך, יא, איך ווייס אז איר זענט אנגעצויגן ווי א בין, אבער א זאך וואס דו האסט שטארק חשק וועסטו יא טאן אבער נאך ווי, ממילא וויל איך אייך זאגן נארט אייך נישט, נאר נעמט אייך טאן צו די זאך, אומר ועושה. א גוט שבת

איך זאג דיר » זונטאג אפריל 28, 2013 11:18 am

· #109277
כ'קלער מיר אזוי צו וואס ווארטן ביז שפעט נאכמיטאג אדער פארנאכטס פרעגן דעם עולם צו "האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? ??, כ'וועל גלייך ביים אנהויב טאג דערמאנען דעם עלם אז מ'זאל רופן די עלטערן היינט, ס'וואלט געווען א גוטע פלאן מ'זאל האבן א סיסטעם ווי דער ציבור זאל זיך קענען איינשרייבן צום "כיבוד אב ואם" האטליין אדער "כיבוד הורים" האטליין און דער סיסטעם וועט 2 אדער 3 מאל א טאג דערמאנען דעם ציבור עוסק צו זיין אין כיבוד אב ואם, כ'וויל בעטן פונעם עולם אויב האט איר עפעס גוטע המצאות ווי אזוי דער סיסטעם זאל ארבעטן, ביטע דאס פארלייגן דא אין קאווע שטיבל. א ישר כח

גנדי » זונטאג אפריל 28, 2013 11:29 am

· #109278
שוין גערופען היינט צופרי.

בעל הבית » זונטאג אפריל 28, 2013 11:33 am

· #109281
איז א text אויך גוט?

איך אויך » זונטאג אפריל 28, 2013 12:23 pm

· #109298
א 'גיט' האט גראף פאטאצקי געהאט, די ווארט איז 'גוט'.

איך זאג דיר » זונטאג אפריל 28, 2013 4:40 pm

· #109435
איך אויך
א 'גיט' האט גראף פאטאצקי געהאט, די ווארט איז 'גוט'.

וואס איז אויב איינער האט א "גוטע" "גיט" און ער ציט חיונה פון דעם "גיט" און ער האט פרנסה בשפע ?

איך זאג דיר » זונטאג אפריל 28, 2013 4:48 pm

· #109447
בעל הבית
איז א text אויך גוט?

א text איז זייער א גוטע זאך , נאר ס'דארף זיין מיט 2 תנאים. 1)מ'זאל קענען בלייבן אנאנים.
2) מ'זאל ווייטער בלייבן דא אין "קאווע שטיבל " מ'זאל נישט גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער.

איך אויך » זונטאג אפריל 28, 2013 5:45 pm

· #109481
דו זוכסט צו בלייבן אנאנים פון דיינע עלטערן? אוי וויי.

איך זאג דיר » זונטאג אפריל 28, 2013 10:56 pm

· #109645
בעל הבית
איז א text אויך גוט?

וואס מיינסטו מיט די שאלה? צו מ'זאל דערמאנען דעם עולם צו רופן די עלטערן דורך text ?

איך זאג דיר » מאנטאג אפריל 29, 2013 4:21 pm

· #109912
נו, רבותי, רופט'ס אן אייערע עלטערן

בעל הבית » מאנטאג אפריל 29, 2013 5:28 pm

· #109939
איך זאג דיר
בעל הבית
איז א text אויך גוט?

וואס מיינסטו מיט די שאלה? צו מ'זאל דערמאנען דעם עולם צו רופן די עלטערן דורך text ?


איך פרעג צו מען מוז רופן, אדער שיקן א טעקסט איז אויך פיין?

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 29, 2013 5:51 pm

· #109946
שוין גערופן.

איך זאג דיר » מיטוואך מאי 8, 2013 2:21 pm

· #113042
נו, רבותי רופט'ס אייערע עלטערן היינט, און אויך מארגן, און א יעדן טאג, נישט נאר fathers day אדער mother's day אזוי ווי די גוים

גנדי » מיטוואך מאי 8, 2013 2:37 pm

· #113043
יישר כח פארן דערמאנען. איך גיי יעצט רופן.

גנדי » מיטוואך מאי 8, 2013 2:38 pm

· #113044
געלאזט א מעסעדזש...

טשולענט » מיטוואך מאי 8, 2013 3:18 pm

· #113072
נו.... אפשר איז 'איך זאג דיר' טאקע גערעכט אז עס פאסט צו רופן זיך אינטרעסירן וואס די עלטערן מאכן

קלונג איך אפ מיין מוטער זאל זיין געזונט, איך פרעג איר אויס וואס מאכסטו, וואס טוהט זיך, וואס קאכט זיך, וואס באקט זיך, אזוי אריבער צושטיפן צייט, און מקיים זיין כיבוד אם, והדרת פני זקנה, אם הבנים שמחה,

אבער דא הערט זי פלוצלינג מיין איין יעריג מיידל זיך צופלאפלען, און זיצענדיג דארט מיט די שפין געוועב אין האנט, נאכן אפזאגן אלע תפלות, האט איר געכאפט א רייץ צו הערן מיין טאכטערל ארומפלאפלען, זאגט זי מיר לייג ביטע צו דעם טעלעפאון נעבן איר, לאמיר הערן אנגעהארעוועטע אידיש נחת

שטיי איך דארט אזוי נאך א שווערן טאג ארבעט, מיטן טעלעפאון אין האנט נאנט צו מיין טאכטער און איך ווארט זי זאל פלאפלען... אבער אין קול ואין עונה, זאג איך מיין מוטער, זי איז נישט אין די מאד יעצט פון רעדן, 'יא יא שעפעלע זי רוהט זיך יעצט אפ, דאס איז די נאטור פון א קינד... געב עס א מינוט זי וועט שוין רעדן' געבט זי מיר צו פארשטיין

איז אזוי בסך הכל, האב איך גערעדט צו מיין מוטער צוויי און א האלב מינוט און געהאלטן די טעלעפאון אין די לופט פאר ניין מינוט  

דאס איז איין ביישפיל, אזוי כהנה וכהנה, יעדעס מאל מיט א צווייטע משוגעת אנצופולן איר לאנגווייליגקייט

אשר על כן, האב איך מיר מיישב געווען, איך רוף איר יעדע וואך, צוויי מינוט פאר זמן הדלקת הנרות, קען מען דאך נישט רעדן מער ווי צוויי מינוט, והכל על מקומו יבא בשלום 

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 17, 2014 2:58 pm

· #206448
שוין גערופן.
איר אויכעט?

גנדי » דינסטאג יוני 17, 2014 3:02 pm

· #206450
נאכנישט

לית דין בר נש » דינסטאג יוני 17, 2014 3:04 pm

· #206451
ניין ביי אונז ארבעט פארקערט מיין מאמע רופט מיר יעדן טאג וואס איך מאך, זי האט מיך שוין גערופן היינט.

green sunday » מאנטאג מערץ 23, 2015 9:08 pm

· #260964
.
📎 yazory160.JPG

ישמעאל הכהן » דינסטאג מערץ 31, 2015 4:33 pm

· #263231
בלאט: 1 2