אסיפה בבית האדמו"ר מסקולען צום יאר פון כינוס כלל ישראל
76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3543
אסיפה בבית האדמו"ר מסקולען צום יאר פון כינוס כלל ישראל
עס איז ברוך השם אריבער א יאר פונעם סוקסעספולן מערכה קעגן דעם משחית פון אונזער דור און די רבנים וצדיקים, די שומרי משמרת הקודש זענען זיך צוזאמגעקומען ווייטער צו מחזק זיין דעם גרויסן פארמעסט מיט דעם כלי וואס איז דער נסיון הדור.
📎 פרישע אסיפה.jpg
און וואס זענען די רעזאלטאטן פון די פרישע צוזאמקום?
שעפטלאון וואס זענען די רעזאלטאטן פון די פרישע צוזאמקום?
I think they came up with the idea that every kehillah should make there own ahseefeh !
וואסי שוין ווייטער מיט די אינטערנעט?
היינט געווען א אסיפת הרבנים ביים סקולענער רבי אין שטוב.
איז מיין פראגע יעצט: וואסי שוין ווייטער?? וואס איז יעצט?

ס'נישט ''ווייטער'', ס'א שטענדיגע סכנה. אין אמת'ן וואלט דער אסיפה געדארפט זיין 24.7.365, אן אפשטעל, נאר דאס איז דאך נישט מעגליך. קומט מען כסדר צאם מחזק צו זיין נישט נאכלאזן ח"ו.
צריך לומר: וואס איז שוין וייטער מיט די רבנים?
אפשר זענען זיי זיך צאמגעקומען זען וואס מ'קען טוהן וועגן
CISPA?
אנשטאטס צי ארום רעדן אביסל וועגן שמירת עינים וואס חז"ל האט אונז אויסגעלערענט,
רעדט מען ארום נאכאמאל און נאכאמאל וועגען די אנטערנעט, וואס (ליידער) סעהעלפט סיי ווי נישט.
ברעט: לייג נישט אראפ א הנחה אן ראיות און בוי דערויף מסקנות!!
עס איז אמת אז זיי האבן געמיינט אז מיט דער סיטי-פיעלד וועט ממש אונטערברענגען דער אלטוועלטליכער אינטערנעט [דזשאסט קידינג! אבער ס'איז א גוזמה קרוב לאמת]! און א מענטש וועט זיך פשוט באהאלטן בחדרי חדרים און נאך טיפער ווען ער וויל נאכקוקן אן אימעיל אויף זיין סמארט-פאון! ארויסנעמען א נישט גע'כשר'טע טעלעפאון אין ביהמ"ד וועט נאר דער משוגענער שגץ פון שטאט! בקיצור אן עולם התיקון לפי השגתם!!!
און דאס האט געפלאפט!!! לא מיני'ה ולא מקצתי'ה!
אבער פון דאס ביז זאגן אז "ס'העלפט סייווי נישט" איז א שטיקל מרחק! טויזענטער [יא! טויזענטער!] מענטשן האבן גענומען א פילטער אויף א געוויסע מאס נאכן התעוררות פונעם כינוס און אירע נאכווייען!
טאקע נישט דער שטרענגסטער פילטער פונקט ווי זיי האבן געוואלט ארויפצווינגן ביהרג ואל יעבור, אבער דאך....
ס'קומט נאכאמאל ארויף די שאלה, האבן די רבנים ואדמורי"ם הגאוה"צ שליט"א א סעלושען אדער מ'גייט ווייטער סתם שרייען און וויינען איבער די שרעקליכע מצב? איז נאך דא א רעדע איבער א נייע פריינטליכע ניצבארע פילטער אדער זיי ווייסן ניטאמאל וואס דאס מיינט?
נאכן כינוס האבן געוויסע קהילות קדושות בישראל אנאנסירט אז בקרוב גייען זיי ארויסקומען מיט א פילטער אויסגעשטעלט פארן ציבור, למעשה האלט מען שוין באלד א יאר דערנאך און גארנישט, חוץ קעי-ניין אדער דזשעי נעט -וואס האט פאריגע וואך נישט געארבייט פאר דריי טעג- איז נאך גארנישט ארויסגעקומען.
ברעט מענינגאנשטאטס צי ארום רעדן אביסל וועגן שמירת עינים וואס חז"ל האט אונז אויסגעלערענט,
רעדט מען ארום נאכאמאל און נאכאמאל וועגען די אנטערנעט, וואס (ליידער) סעהעלפט סיי ווי נישט.
וואס איז דער חילוק פון אינטערנעט און שמירת עינים?
k9 איז זייער זאכליכע פילטער, און סאיז בחנם אויך, וואס דארף מען מער פון דעם?
שמעקעדיגברעט מענינגאנשטאטס צי ארום רעדן אביסל וועגן שמירת עינים וואס חז"ל האט אונז אויסגעלערענט,
רעדט מען ארום נאכאמאל און נאכאמאל וועגען די אנטערנעט, וואס (ליידער) סעהעלפט סיי ווי נישט.
וואס איז דער חילוק פון אינטערנעט און שמירת עינים?
דער חילוק איז אז שמירת עיניים איז זייער א פשוטער זאך: קוק נישט. משא"כ "אינטערנעט" האט מען פארגעשטעלט פאר עפעס אזא מאנסטער כאילו עס צווינגט איינער צו טוהן עפעס עבירות אדער עפעס.
רבותי, וועקטסט ענק אויף. אינטערנעט איז פשוט א חלק פון דער לעבן, ווער עס וויל קען זיך אפהיטען און נישט קוקען אין מקומות שאינם ראוים, כל חד לפום דרגא דיליה. אבער דאס קען נאר זיין נאך וואס מאיז מקבל אז דאס איז טאקע א חלק פונ'ם נארמאלער לעבן און נישט עפעס א מאנסטער אונטערגעשטעלט פון ס"מ אליינס אויסצורייסען יידישקייט.
עס איז דא א היבשע חילוק!
ווייל אינטערנעט איז א נוצבארע זאך פאר א געוואלד מיט זאכן, אנגעהויבן מיט ביזנעס, ווייטער מיט ידיעות, און נאך אסאך ואין כאן מקום [בדיוק "מקום" ולא "מקומו] להאריך!
און גראדע האט עס אינעם זעלבן שמאלץ-טאפ כל דבר אסור ורע [צוויי עקסטערע נושאים, אסור איז - לשטותטתם אויך אונזער באליבטער קאווע שטיבל, און רע מיינעך טאקע שלעכט שלעכט שלעכט....].
און מ'וואלט בעיקר [שטייצעך אויכעט אויף פילטער'ס כדכתבתי לעיל, איך רעד נישט פון צווינגען נאר מעורר זיין] געדארפט מעורר זיין דער עולם אז מ'זאל וואטשען אויף וואס מ'קוקט, סיי אין גאס אין געשעפט צו אויפן אינטערנעט!
----------------------
לעיקוואד האקט
בערך ברוך שכוונתי!
לעיקוואדk9 איז זייער זאכליכע פילטער, און סאיז בחנם אויך, וואס דארף מען מער פון דעם?
גערעכט אז ס'איז זייער גוט, און איך פלעג עס האבן.
און איך הער אז אין א נייע אפדעיט האבן זיי אפילו צוגעלייגט א פילטער אין יו-טוב, דהיינו ס'מוז נישט זיין אדער אפען אדער פארשפארט, ס'איז א מורא'דיע אויפטוה!
נאר היות איך בין אביסל צו טעק שעווי זענען די אלע סאפטווער פילטער'ס כקליפת השום, נוץ איך היינט א עין רואה מאנעטערינג סערוויס! 👍
נייגעריגער
נאר היות איך בין אביסל צו טעק שעווי זענען די אלע סאפטווער פילטער'ס כקליפת השום, נוץ איך היינט א עין רואה מאנעטערינג סערוויס! 👍
און דער עין רואה איז ווי א קליפת מאראנץ?
און וואס איז ארויסגעקומען פון די נעכטיגע-מעכטיגע אסיפה??
א קליפ פון עטליכע מינוטן פונעם נעכטיגן אסיפה.
gehlungenשעפטלאון וואס זענען די רעזאלטאטן פון די פרישע צוזאמקום?
I think they came up with the idea that every kehillah should make there own ahseefeh !
מ'האט באשלאסן ביי די אסיפה, אז מ'גייט מאכן אן אסיפה.
ווינע רב האט מציע געווען הצעות פאר די רבנים און ראשי המוסדות ווי אזוי ארויפציצווינגען די תקנות וואס איז נתקן געווארען איבערן לויף פינעם יאר. ס'איז אויך געבליבן אז יעדע קהילה גייט מאכן אן עקסטערע אסיפה ווי אזוי אויסצופירן הלכה למעשה ווינע רב'ס עיצות.
הכינו לטערראר ולאלימות.
כ'פארשטיי נישט, מען האט דאך שוין אלעס פרובירט, עס איז נאך געבליבן עצות אין ארסאנאל? מען האט שוין געסטראשעט מיט די קינדער, מיט די מוסדות, מיט די ווייבער, נישט מוציא זיין תקיעת שופר און קריאת המגילה, און אזש פסל'ען די שחיטה פון די וועלכע האבן עס.
וואס נאך גייט מען טון? אומלעגאלע טעראר?
די היימישע צייטונגן זענען איבערגעפילו מיט כזיתים-פליסיגע רעקלאמעס. גייט מען ארויסווארפן פון די מוסדות ליינערס פון דער איד און דער בלאט?
[ציטאט אראפגענומען]
ער מיינט אדער די עבירה ניגון, אדער א קליפ וועלכע שפילט אפ א סדר נאכט (שמעתי אז עס איז ארויסגעגעבן דורך די זעלבע חברה פון די עבירה ניגון, פרעג נאר זר זהב ער וועט מסתמא בעסער וויסן וואו עס צו טרעפן).
בענדזשאמין פרענקליןווינע רב האט מציע געווען הצעות פאר די רבנים און ראשי המוסדות ווי אזוי ארויפציצווינגען די תקנות וואס איז נתקן געווארען איבערן לויף פינעם יאר. ס'איז אויך געבליבן אז יעדע קהילה גייט מאכן אן עקסטערע אסיפה ווי אזוי אויסצופירן הלכה למעשה ווינע רב'ס עיצות.
הכינו לטערראר ולאלימות.
ווי יעדער געדענקט האט אדמו״ר מהר״א שליט"א פאריאר ביים כינוס כללי איינס פון די הצעות געווען אז מען קען נישט מאכן איין אסיפה פאר יעדען, נאר יעדע קהילה זאל מאכן באזונדער
בּד״וו, נישט אדמו״ר מהר״א און נישט קיינער פון זיינע רבנים זענן געווען ביי די אסיפה, ווייסט איינער די סיבה?
יאנקל ווען מ'קען לייקען צוויי מאל וואלט איך דיר געגעבען צוויי, די שאלה איז נאר ווען נחמי' גאטליב ליינט דיין תגובה צו לאכט ער אדער וויינט ער גאר?
איך מיין גארנישט אוועק מאכען די אסיפה הלוואי זאלען זיי עפעס אויפטוהן.
[ציטאט אראפגענומען]
שוין לאנג נישט געהערט אזא שבח אויפ'ן אנטערנעט. כמעט וואס סשטייט אויף יא נוי וואט,"וישמש באימה ויראה".
איך מיין די תבעל להגמון איז ענדערש ווען די כלות גייען אריין זיך בענטשען פארן חתונה.
ווער איז דער וואס האקט אויף ראדיא? ער זעט אויס ווי א סקווערע פנים, איינער דארף עם שנעל אריינברענגען אינעם איין און צוואנציגסטן יארהונדערט, ער זארגט זיך וועגן מאשינען מיר ראדיא, און די זאכן וואס ווערן גערופן סקרין אין ענגליש, קענען זיך מחבר זיין מיטן קאמפיוטער ר"ל...
שמעקעדיגכ'פארשטיי נישט, מען האט דאך שוין אלעס פרובירט, עס איז נאך געבליבן עצות אין ארסאנאל?
דא זעהט מען די גרויסקייט פון די רבנים, מען קען צוזאמנעמען אסיפות נאך אסיפות, און מען קייט איבער נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע זאך, און קיינער איז נאכנישט אויפגעקומען מיט א לעזונג צו די פראבלעמען.
איינמאל עס איז שוין געווען אן אסיפה און מען האט זייער גוט ארויסגעברענגט וואס דער פראבלעם איז, דעמאלט'ס איז מען שוין רוהיג, וואס הייסט? מען האט דאך שוין געמאכט אן אסיפה? אבער למעשה בלייבט אלעס ביים אלטן.
בין איך דער איינציגסטער וואס האט באמערקט אז איין "היימישער ליטוואק" פירט אלע חסידישע רביים ביי די נאז ?
דער סקווריא פנים מיינט לכאורה "קול מבשר' . ער איז יא אפ טא דעיט
ס'זעט זיך אן אז א שיין חלק פון די רבנים וואס זיצן דארט גייט זיי אן די גאנצע זאך ווי די פאריעריגע שניי, אדער ווייסן זיי בכלל נישט וואס מ'וויל פון זיי, נאר אז ס'דא א אסיפה ווי אלע "חשובע" רבנים גייען זיין, מי רואה כל אלו יוצאים ואינו יוצא? אבער קוקטס נאר ווי אפאר דרימלען, אפאר גולמ'ן, און אפאר רעדן אריין נאר כדי שלא ישאר הנייר חלק, און מ'פלאצט נישט אויס פאר געלעכטער ווען א צווייטער רעדט שטותים, ווייל ער וויל נאך קענען זיין זיין מחותן איין טאג.
געפילטע פישאיך מיין די תבעל להגמון איז ענדערש ווען די כלות גייען אריין זיך בענטשען פארן חתונה.
ווער איז דער וואס האקט אויף ראדיא? ער זעט אויס ווי א סקווערע פנים, איינער דארף עם שנעל אריינברענגען אינעם איין און צוואנציגסטן יארהונדערט, ער זארגט זיך וועגן מאשינען מיר ראדיא, און די זאכן וואס ווערן גערופן סקרין אין ענגליש, קענען זיך מחבר זיין מיטן קאמפיוטער ר"ל...
מיינסט ר' ישראל משה דירענפעלד?
געטראפען א יו-טוב קליפ פון די אסיפה.
<a class="postlink" href="http://youtu.be/Nb_Yf2ZYDs0">http://youtu.be/Nb_Yf2ZYDs0</a>
(שיין פון אים ער לייגט קרעדיט און לינקט צו אונזער קאווע שטיבעל)
היסטאריקער
בּד״וו, נישט אדמו״ר מהר״א און נישט קיינער פון זיינע רבנים זענן געווען ביי די אסיפה, ווייסט איינער די סיבה?
ווייל די גאנצע אסיפה איז נאר כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן (די גרויסע מעגן... עיין הקליפ)
מארק מיי ווארד, ווי לאנג סקולענער רבי לעבט (זאל ער דערלעבן משיח) גייט זיין א יערליכע אסיפה, הלמאי, מען דארף דאך וויסן און געדענקן ווער ס'פירט דעם דור
Youtube
איז נישט קלאר.
מע קען נישט עכט זעהן די רבנים.
היסטאריקערבענדזשאמין פרענקליןווינע רב האט מציע געווען הצעות פאר די רבנים און ראשי המוסדות ווי אזוי ארויפציצווינגען די תקנות וואס איז נתקן געווארען איבערן לויף פינעם יאר. ס'איז אויך געבליבן אז יעדע קהילה גייט מאכן אן עקסטערע אסיפה ווי אזוי אויסצופירן הלכה למעשה ווינע רב'ס עיצות.
הכינו לטערראר ולאלימות.
ווי יעדער געדענקט האט אדמו״ר מהר״א שליט"א פאריאר ביים כינוס כללי איינס פון די הצעות געווען אז מען קען נישט מאכן איין אסיפה פאר יעדען, נאר יעדע קהילה זאל מאכן באזונדער
בּד״וו, נישט אדמו״ר מהר״א און נישט קיינער פון זיינע רבנים זענן געווען ביי די אסיפה, ווייסט איינער די סיבה?
I don't think it would make any sense for R'ARON to be there. Because this was a hemshech from the kinus which he boycotted for whatever reason. But BTW I heard that being that he has on every grade a few classes he came up with an idea. That all the boys that the parents are not cooperating with him against the internet will be in 1 class !
[ציטאט אראפגענומען]
👍
דער מהרז"ל האט אישוס
איך האב היינט באקומען א קאלל פון מיינע קינדערס מוסד איבערגיין די קאמפיוטער תקנות, אויסגעפרעגט פארוואס איך האב א קאמפיוטער אין שטוב וואספארא פילטער איך האב. וכדומה.
מן הסתם איז עס פארבינדן מיט די נעעכטיגע פרישקייט
איז דאס אן אפדעיט צו לעצטע מאל? ד.ה. צי האבן זיי דיר שוין אמאל אויסגעפרעגט און דאס איז געווען א חזרה? אדער האסטו ערהאלטן דעם טעלעפאן צום ערשטן מאל?
[ציטאט אראפגענומען]
סע קען זיין contagious פון סקלענע רבי..
haha this is so funny he talks about clips and there is clip letzunis of him
ווילאנג די פראבלעם וועט זיין יו-טוב האב איך מיט זיי גרויס מיטלייד.
נישט צום גלייבן אז נאך א יאר וואס אלע צוגעזאגטע פילטערס זענען טאקע נישט ארויסגעקומען פשוט ווייל זיי שרייען אז ס'איז נישטא קיין קלייענטל דערפאר, מיט גרויס ווייטאג וויל דער עולם ענדערשט קוקען א קליפ פון אן טיים סטודיא ווי קוקען א קליפ ווי עפעס א בנש"ק לייגט תפילין פאר זיין אייניקל, אפצושפארן אלעס האט נישט און וועט נישט ארבייטן.
קליינע אסיפות האט שוין יעדע גרויסע קהלה געמאכט, און די קליינע האבן נישט פארוועם, סתם חזרה? חזרה אויף וואס? אויף אזאך וואס איז ניטאמאל דא א סעלושען? מחזק זיין וואס? א דבר שלא בא לעולם? זענען טאקע די משבקי"ם אזעלעכע ליידיגייערס אז זיי זיכן אויך ווי צו ערשיינען? פארוואס זענען זיי נישט מסביר פאר זייער הער אז נישט אז ס'ארבייט נישט (פערצופאל דאס וואס איז יא דא - דזשעי נעט האט טאקע נישט געארבייט פאר אפאר טאג) נאר ס'איז ניטאמאל דא אויף וואס די ברכה זאל חל זיין.
ממש נישט צום גלייבן ווי איגנארענט מענטשן קענען זיין.
איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אז מען שלאפט און מען טוט גארנישט, אלע קהילות האבן אהיים געשיקט פראגע בויגנס, און ווער עס האט געמאכט די מיסטעיק צו ענטפערן דעם אמת, וועט מוזן זיך צושטעלן צו די תקנות. סאטמאר רז״ל האט אינוועסטעד אסאך כוחות און געלט אין א נייע ספעציעלע פילטער וואס בלאקט קאווע שטיבל וכדומה, און זייער חלום איז צו צווינגען יעדן צו נוצן דוקא זייער פילטער. סאו מען טוט דוקא יא.
זענען די פילטערס בנמצא? נישט לויט מיין אינפארמאציע
נאכן צוקוקן צו דעם קליפ, איז מיר נתיישב געווארן דער דין פון "כולו חייב, זכאי".
טראכט אריין:
פון איין זייט זיצן טויזנטער אידן, בלי גוזמא, און פארברענגען אויפן אינטערנעט, טייל פון זיי באופנים המותרים א טייל באופן איסור, רוב אויף א קוועסטשיאנעבל אופן. אבער דאס איז א פאקט.
פון די אנדערע זייט זיצן א פאר רבי'ס אין איין צימער, און... מ'הערט נאר אז עס איז אסור אסור אסור. אפשר לייגט זיך לכל הפחות איינער אריין אין דעם מצב פון טויזנטער מענטשן וואס דאס איז א חלק פון זייער דרך החיים? אפשר דארף מען מוכיח זיין אויף פרטים, ווי מ'האט געטוהן די לעצטע פאר הונדערט יאר, נישט סתם "אסר'ן"?!
אבער ווער קען זיך דען אנרופן א ווארט?
כולו זכאי - חייב, כולו חייב - זכאי.
מתוך דברות קדש פון מיין ראש ישיבה מורי ורבי שליט"א פארגאנגענע וואך פרשת אמור
נאכן נאכזאגן פון ספר הק' דברי יואל אויף אמור ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים ווי דער רבי איז מרעיש עולמות אז די רבני הדור ברעכן זעלבסט אלע גדרים וסייגים און דערנאך הייבן הערש אן זייערע תלמידים וחסידים זיך אזוי צו פירן. עיי"ש היטב
עס טוט מיר באמת וויי אז מען דארף אזוי רעדן, אבער נאכ'ן זעהן די לעצטיגע רבנים אסיפה בנוגע די אינטערנעט שרייט זיך פון זיך אליינס ארויס מיט א מוראדיגער ווייטאג.
דער אנפירער פון לעיקוואד שטעלט זיך דארט אויף און רעכנט אויס פאר די חשובע רבנים איבער די לעצטיגע צרה, צווישען אנדערע אינטערנעט פירצות, אז חרדישע אידן לייגן ארויף גאנצע היימישע חתונות, אפגעכאפט פון אנפאנג ביזן סוף, אויף יו טוב. און ס'איז ממש שרעקליק, די רבנים החשובים שליט"א זיצן דארט ביי די אסיפה און הערן זיך צו מיט אנגעזעענע ווייטאג אויסגעגאסן אויף זייערע פרצופים און ממש קיינער שטעלט זיך נישט אויף מיט דרייסט און זאגט רבותי!! אבל אשמים אנחנו צו ווייסט איר טייערע .. רב .. אדמו"ר ורבי וויפיל מאל מען קען אייך געפינען אויף די שרעקליכע יו טוב, יעדער פון אייך איז דארט עטליכע הונדערט מאל, פון לאכן, וויינען אייערע תפלות און אייערע טישן און אויך דאס שרעקליכסטע וואו איר מאכט חתונה אייער קינד אדער אייניקעל, כבין זיכער אז די רבנים ווייסן דאס נישט,
און אנדערע ווערטער, מיינט דער לעיקוואדער טשעירמאן צו זאגן. טייערע רבנים וועקט אייך אויף אויב איז אייער חתונה אויף יו טוב פארוואס זענט איר ברוגז אז אייערע מענטשן האבן זיך אפגעלערט.
חשובע רבנים, איר קענט בויען בנינים, איר קענט זאגן הערליכע דרשות איר זענט גיט מיט ריזיגע פאליטישענס איר האט הונדערטער מענטשן אויף אייער פעיראל סיסטעם איר האט בחורים וואס גייען פאר אייך אין פייער פארשטייט זיך לשם שמים וכו' וכו' אלעס אין די וועלט קענט איר אויספירן. קענט איר נישט טרעפן צוויי טיכטיגע טעכניקער וואס זאלן זיך נעמען צו די ארבעט און אפמעקן אייערע חתונות וכדו' פון די טמאנע כלי,
די רבנים פונעם פריעדיגן דור האבן איבערגעפלאנצט דאס אידישקייט נאכן חורבן ווען רובו דרובו כלל ישראל האט שוין מער נישט געהאט קיין געדולד צו די גאנצע ענין, און ב"ה די גרויסע לייט האבן דאס באוויזן, ווייל זיי זענען געווען פה ולבם שווים און כלל ישראל דערשמעקט אמת מתוך שקר גאר שנעל, עכ"פ אונזערע קינדער וועלן זיך נישט לאזן פארדרייען א קאפ, מיר ווילן אייך רעספעקטירן ווייל איר זענט דאך א בנש"ק אבער ווי דער רבי ז"ל זאגט יעדער גדר וואס איר ברעכט אדורך בלייבט ברייט אפען און אלע אייערע מעריצים פושען זיך אדורך און איר קענט דאס מער נישט פארמאכן נאר אויב מוועט אייך רח"ל צוטרעטן (כידוע ווען מ'וויל פארמאכן א געיט פאר מענטשן) וזה פרש"י להזהיר גדולים על הקטנים
ע"כ פון מורי ורבי שליט"א
ווער איז אייער ראש ישיבה?
נו, שטעל אויף א "קופערנעט" כשר למהדרין מן המהדרין!!
גערעכט קופי, טאקע נישטא קיין עצה!!
דאס האב איך געטראפן איין טאג הענגען אין סמעדרעש, איין שטיק חכמה!!
"די איינציגע אופן וואס איז רעקאמענדירט צו בלייבן א ערליכע איד". ודפח"ח.
📎 273.jpg
אין אנדערע נייעס זעה איך אויף איי וועלט איינער שרייבט אז דער נייער סאטמארער משומר פילטער לאזט נישטאמאל דורך דעם איי וועלט סייט אזוי שטארק פילטערט ער נעבעך. הערסט קופערניקעס? אז איי וועלט ווערט שוין געפילטערט זאגט דאס אז כלו כל הקונצן די עפאכע פון אינטערנעט על טהרת הקודש הגיע.
יעצט פארשטיי איך וואס ר' מנשה פילאף שרייבט נאר משומר פילטערט פון אלע מינות וכפירה. די טעג פילטערס זענען מכשיל מאות אלפים מיט זייערע פאלשע פילטערס זאגט ער.