☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » אסיפה בבית האדמו"ר מסקולען צום יאר פון כינוס כלל ישראל

אסיפה בבית האדמו"ר מסקולען צום יאר פון כינוס כלל ישראל

76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3543
בלאט: 1 2

בדחן » דינסטאג אפריל 30, 2013 12:22 pm

· #110259
בן תמליון
אין אנדערע נייעס זעה איך אויף איי וועלט איינער שרייבט אז דער נייער סאטמארער משומר פילטער לאזט נישטאמאל דורך דעם איי וועלט סייט אזוי שטארק פילטערט ער נעבעך. הערסט קופערניקעס? אז איי וועלט ווערט שוין געפילטערט זאגט דאס אז כלו כל הקונצן די עפאכע פון אינטערנעט על טהרת הקודש הגיע.

יעצט פארשטיי איך וואס ר' מנשה פילאף שרייבט נאר משומר פילטערט פון אלע מינות וכפירה. די טעג פילטערס זענען מכשיל מאות אלפים מיט זייערע פאלשע פילטערס זאגט ער.


איך פארשטיי דיין פוינט פארוואס דו ווילסט נישט לייגען די משומר פילטער,
אבער א שוואכערע פילטער האסטע יא געלייגט? דאס אז עס איז דא אין די מארקעט גאר שטרענגע פילטער איז נישט קיין תירוץ גארנישט צו האבן.

ודי למבין » דינסטאג אפריל 30, 2013 12:40 pm

· #110263
החלטת אסיפת הרבנים:
מ'זאל אונטערשטעלן בהאלטענע עסקנים אין אלע אידישע פארומ'ס, וואס זיי זאלן מעורר זיין על כל דבר הצריך תיקון, און שטיין על המשמר אויף די השקפה טהורה המסורה לנו מדור לדור.
בדחן! לך בכחך זה ותושיע את ישראל, כי כוונתך רצויה ומעשיך רצויין

בדחן » דינסטאג אפריל 30, 2013 12:50 pm

· #110264
ייש״כ פאר די קאמפלימענט, א גוט ווארט אדער א קלאפ און פלייצע איז אייביג אפרישיעטעיט.

עסן עסט'זיך » דינסטאג אפריל 30, 2013 1:01 pm

· #110267
איך הער אז עס קומט פאר א נייע כיניס אין די בארא פארק אכצנטע עווניו
אגודה מאכט אויך יעצט עפיס וועגין גיוס בנים
אויך פללאנט מען צו פראטעסטן מציצה בפה סאו לאמיר מאכן איין גרויסע פראטעסט

משולם שטיינפעלד » דינסטאג אפריל 30, 2013 5:48 pm

· #110364
ווען מען מאכט עס ווען מיט די ליובאוויטשע לג בעומר פאראדע אויף אכטצנטע עוועניו, וואלט מען געהאט ליובאוויטש אויך ביים כינוס

יידל » דינסטאג אפריל 30, 2013 5:57 pm

· #110368
[quote="פייוויש בן-גוריון"]
"תיבעל להגמון תחילה" — דער טירוף הדעת פון דער אינטערנעט-מלחמה


ביי אן אסיפה וואס איז פאריגע וואך אפגעהאלטן געווארן אין שטוב פון דעם סקולענער רבין אין בארא-פארק, האט זיך אויפגעשטעלט רעדן נחמיה גאטליב, דער פירער פון דער איצטיגער חסידישער באוועגונג קעגן דעם אינטערנעט. גאטליב איז נישט קיין רבנישער פערזענליכקייט, אויך קומט ער נישט פון קיין רבנישער משפחה. ער איז א זון פון הרב דוד גאטליב, א בעל-תשובה, און פון די באקאנטע פערזענליכקייטן אין דער „קירוב‟-באוועגונג.

א יאר צוריק האט נחמיה גאטליב אונטערגענומען צו אראנזשירן א מאסן-צוזאמענקום פאר חרדישע אידן פון ניו-יארק און ניו-דזשוירזי צו הערן די „דעת תורה‟ וויאזוי זיך אומצוגיין מיט דעם שרעקליכן „פראבלעם‟ וואס דער אינטערנעט שטעלט פאר. ווי עס איז שוין ברייט באריכטעט געווארן אין יענער צייט אין דער אידישער און אין דער אלגעמיינער פרעסע, זענען זיך דאן צוזאמענגעקומען ארום 50,000 מענער אין די „סיטיפיעלד‟ און „ארטור אש‟ סטאדיומס, און עס זענען געהערט געווארן א רייע רעדעס פון באקאנטע חרדישע רבנים, אריינגערעכנט א רעדע פון דעם גרויסן פוסק הלכה הרב שמואל וואזנער, וואס איז עלעקטראניש טראנסמיטירט געווארן פון ישראל. וואזנער האט שטרענג געאסרט זיך צו באנוצן מיטן אינטערנעט אויב עס איז נישט פאר דעם צוועק פון פרנסה.

א יאר איז שוין דורך זינט דער אסיפה, יעדע קהילה האט שוין אימפלעמענטירט אירע „תקנות‟ צו צווינגען אירע מיטגלידער צו באגרעניצן דעם אינטערנעט-באנוץ, און אט איז פאררופן געווארן א פרישע אסיפה אין שטוב פון דעם סקולענער רבין וואו רבנים פון די חסידישע קרייזן האבן זיך צוזאמענגענומען ווידעראמאל צו קלערן וויאזוי מ’קען באגרעניצן דעם אינטערנעט באנוץ ביי חסידישע אידן. דער פריערדערמאנטער גאטליב האט זיך אויפגעשטעלט רעדן און האט מסביר געווען דריי „פראבלעמען‟ וואס אינטערנעט ווידעאס שטעלן פאר.

צווישן אנדערע האט ער פארגעשטעלט דעם „פראבלעם‟, אז חתנים און כלות האבן לעצטנס אנגעהויבן ארויפשטעלן ווידעאס פון זייער חתונה אויף דעם „יו-טוב‟ וועבזייטל, און דאס ווערט געקוקט אפילו דורך פרומע אידן. וואס איז דער פראבלעם פון קוקן א ווידעא פון א חתונה פון חסידישע אידן? גאטליב האט ערקלערט, אז מ’קען זען דעם חתן, די כלה, און אלע קענען מיטהאלטן ווי דער חתן טאנצט דעם „מצוה טאנץ‟ מיט דער כלה. עס איז זייער שווער מסביר צו זיין פאר א נישט-חרדישן מענטש וואספארא פראבלעם עס קען זיין — אפילו פון א רעליגיעזן שטאנדפונקט — מיטן קוקן אויף א ווידעא פון א צניעותדיגער חתונה, אבער אזויפיל איז שוין באקאנט אז חרדים, און הויפטזעכליך חסידים, זענען זייער סענסיטיוו צו פרויען, און דרוקן אפילו נישט קיין בילדער פון פרויען אין זייערע אויסגאבעס. איז אלזא נישט אזא חידוש, אז עס זאל ארן אז מ’זעט פרויען.

וואס עס האט מיך בעיקר שאקירט פון גאטליבס רעדע איז געווען דער אויסדרוק וואס ער האט גענוצט אויף צו אילוסטרירן דעם פראבלעם פון די חתונה-ווידעאס. די גמרא דערציילט אין מסכת כתובות (דף ג עמוד ב), אז עס פלעגט זיין א גזירה פון מיליטערישע פירער, אויב יעדעס מיידל וואס האט חתונה געהאט, האט צו ערשט געדארפט האבן תשמיש מיט דעם פירער פארן זיך פאראייניגן מיט איר חתן. דאס ווערט גערופן „תיבעל להגמון תחילה‟.

אין זיין רעדע האט גאטליב פארגליכן דאס קוקן ווידעאס פון חתונות פון חסידישע פארפעלקער ווי „תיבעל להגמון תחילה‟, אין אנדערע ווערטער, דאס אז פרעמדע מענער זעען די כלה אויף דער ווידעא איז ווי זיי וואלטן געהאט מיט איר אינטימישע באציאונגען! אין מיינע אויגן איז דאס געווען אן אומווילנדע אנערקענונג אויף וויאזוי דער מוח פון אזא „עסקן‟ ארבעט. ער האט מיט די ווערטער ערקלערט פארוואס געווענליכע מענטשן זעען נישט דעם פראבלעם פון זען א ווידעא פון א חסידישער חתונה, און ער יא. פאר אים איז עס נישט קיין חתונה, נישט קיין חתן און נישט קיין כלה. דער וואס קוקט אויף דער ווידעא האלט נישט מיט א געשעעניש וואס האט זיך אפגעשפילט און איז בשמחה מיט דעם פארפאלק. אין זיינע אויגן זעט מען די כלה, און אין מחשבה האט מען מיט איר אינטימע באציאונגען.

איך וואונדער מיך צי דאס איז א תוצאה פון א חינוך וואס אביעקטיפיצירט א פרוי צו בלויז א חפץ וואס איז גוט פאר תשמיש, אדער אן איינצלנעם געדאנקענגאנג פון אן אומגעזונטן מוח. וויאזוי עס זאל נאר זיין, איז אט דער געדאנקענגאנג דאס וואס טרייבט דעם פירער פון דער אנטי-אינטערנעט באוועגונג, און בלויז אזא איינער קען זען דעם „חורבן‟ אין א טעכנאלאגיע וואס האט געמאכט די וועלט נאך פיל מער וואונדערליך און באצויבענד. דער פראבלעם איז נאר אז ער איז דער וואס פיטערט די רבנים מיט אינפארמאציע, און אזוי קומט ארויס א פייערדיגע מלחמה קעגן דעם אינטערנעט.

עס זענען פאראן גענוג פרומע אידן וועלכע וואלטן מיטגעארבעט מיט רבנישע באגרעניצונגען. אבער אויף דעם דארף מען זיין איבערצייגט אין דער ריכטיגקייט פון דער באגרעניצונג. אינטערנעט ווערט ווייטער גענוצט דורך צענדליגער טויזנטער חרדישע אידן ווייל זיי זענען נישט איבערצייגט אז עס זאל זיין אזא פראבלעם ווי די רבנים מאכן עס. חרדים נוצן דעם אינטערנעט אפילו פאר צוועקן וואס האבן נישט קיין שייכות מיט פרנסה, ווייל זיי זעען נישט דעם פראבלעם. ווידעאס פון חרדישע געשעענישן ווערן געזען דורך צענדליגער טויזנטער מענטשן, לכאורה מערסטנס פון זיי חרדישע אידן. טויזנטער חסידישע אידן פארברענגען אויף פארשידענע בלאגס און פארומס — אלעס נישט פאר פרנסה.

אז רבנים ווערן געפירט דורך א מענטש וואס זעט א כלה, מיינט ביי אים האבן מיט איר אינטימישע באציאונגען, ווערט זייער מעסעדזש צום ציבור אזוי עקסטרעם, אז מ’קען זיך דערמיט נישט אידענטיפיצירן. אפשר, אז זיי וועלן פרובירן צו זיין פראקטיש, אליין זיך באקענען מיט דעם אינטערנעט און פארשטיין וויאזוי מ’קען עס אקאמאדירן אין א חרדישן לעבנסשטייגער, וועלן זיי האבן מער הצלחה.
[/quote]

Atgan » מיטוואך מאי 1, 2013 8:30 am

· #110615
שוין דא עפעס קראנטע פרטים פון די מעמד?
גייט נאר בארא פארק זוכה דערין?

גנדי » מיטוואך מאי 1, 2013 9:34 am

· #110632
לאמיר שוין זאגן אז דאס איז א בחינה פון "תיבעל להגמון".

וואס איך פארשטיי נישט, איז די "תחלה" - לייגט מען דען ארויף די ווידיאו בעפאר די חתן זאגט אשר צג אגוז...?

טעפל » מיטוואך מאי 1, 2013 11:13 am

· #110690
[ציטאט אראפגענומען]

ס'איז נאך נישטא קיין <!-- w --><a class="postlink" href="http://www.nechemyegottlieb.com">www.nechemyegottlieb.com</a><!-- w -->?

עסקן בדברים » מיטוואך מאי 1, 2013 11:21 am

· #110703
גנדי
לאמיר שוין זאגן אז דאס איז א בחינה פון "תיבעל להגמון".

וואס איך פארשטיי נישט, איז די "תחלה" - לייגט מען דען ארויף די ווידיאו בעפאר די חתן זאגט אשר צג אגוז...?

גוטע הערה, אבער וועגן דעם איז עס טאקע נאר "א בחינה ווי" אין נישט ממש. דער בחינה איז ווייל מ' מאכט דער ווידיאו פריער על מנת ארויפצולייגן

בעל הבית » מיטוואך מאי 1, 2013 1:50 pm

· #110756
איך מיין עס איז שון העכסט צייט אז שמעון ישראל פריעד זאל עפנען מוסדות פאר סקלעון,

אז זיי זאלן זיין ביזי מיט עפעס,אונז זאלן זיי צורו לאזן מיט אינטערנט סיטי פילד 18 עווניו פארק

לעמיל » מיטוואך מאי 1, 2013 1:54 pm

· #110758
שמעון ישראל האט שוין געוואלט בויען א גרויסע בית המדרש און די רבי האט אים נישט געלאזט קוים וואס ער איז געבליבען מיט די קאנטרי

בעל הבית » מיטוואך מאי 1, 2013 1:59 pm

· #110761
נישט די רבי, די רבי זון הרה"צ ר שמאול מרדכי האט נישט געלאזט, ווייל יוסף אויש (טעמפלער)האט געוואלט אז הרה"צ ר ישעי יענקל זאל עס איבערנעמן,אין הרה"צ הנ"ל האט דאס נישט צוגעלאזט(קען זיין איך רעדט שטותים דאס איז וואס איך האב געהערט)

שעפטל » מיטוואך מאי 1, 2013 3:18 pm

· #110784
אריין אין צימעס....
האלט טאקע מהרש"מ אז ער האט אפילו א שאנס קעגן מהרי"י? קען זיין אין ריעל עסטעיט, אבער סקולען האט נישט קיין סאך ריעל עסטעיט, די אידן (א ווי איך) וואס גייען צו אים האלטן פשוט אז ער איז א ערליכע איד, נישט אז ער איז א חסידות.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 2, 2013 5:12 pm

· #111335
שמעקעדיג
דאס האב איך געטראפן איין טאג הענגען אין סמעדרעש, איין שטיק חכמה!!

"די איינציגע אופן וואס איז רעקאמענדירט צו בלייבן א ערליכע איד". ודפח"ח.


אויבן האב איך צוגעברענגט דעם נארישן צעטל "שבירתן הוא טהרתן" וועלכע הענגט אין די שוהלן.
מהו דתימא אז אונזערע קאלעגעגס אויף אייוועלט האבן הנאה פון אזעלכע סארט צעטלעך,
דערויף וויל איך לינקען אהין, להראותך, אז אפילו זיי זענען אויסגעשפראכן אנטקעגן די אומ'שכל'דיגע מודעות:

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=683965#p683965">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 65#p683965</a>

galitzyana » דאנערשטאג מאי 2, 2013 11:36 pm

· #111488
look t this

קינות גירושין » פרייטאג מאי 3, 2013 7:14 am

· #111538
קען איינער מברר זיין צו סאיז אמת אז גאטליב האט טאקע געזאגט אזאלכע ווערטער?

שלשלת » פרייטאג מאי 3, 2013 11:58 am

· #111590
יעצט איבערגעגקוקט א קליפ פונעם אסיפה. ער האט דערמאנט די ווערטער, ס'איז א בחינה פון תבעל להגמון תחלה

הוגה » זונטאג מאי 5, 2013 1:20 am

· #111771
איך האב דער שבת געדאווענט אין א שול, ווי די רב האט געהאלטן א דרשה און פארלאנגט אז די עולם זאל גיין צום כינוס דער וואך. די רב האט פארציילט בפרטי פרטים ווי די סקולענער רבי האט צוזאמגערופן אן אסיפה דחופה און האט מעורר געווען אז מען דארף ווייטער שטיין על המשמר אקעגן די מגיפת האינטערנעט. דערנאך האט די סקולענער רבי פארלאנגט אז מען זאל נאך דער ערב ראש חדש צוזאמנעמען די עולם אויף א כינוס, טראץ דעם וואס עס איז אזא קורצע צייט, וכו'.....

פון די באריכטן און די ווידיאו קליפ האב איך נישט געזעהן אז די סקולענער רבי זאל האבן אויפגעפאדערט און באשטעטיגט די אסיפה. בין איך גערעכט? האט ער פשוט אויפגעבאקן דער מעשה? אדער איז ער גערעכט?

בן מלך » זונטאג מאי 5, 2013 1:24 am

· #111774
אויף די קליפ זעהט מען דען די גאנצע אסיפה? מ'זעהט דאך קוים אפאר מינוט?

גנדי » זונטאג מאי 5, 2013 3:17 am

· #111833
בן מלך
אויף די קליפ זעהט מען דען די גאנצע אסיפה? מ'זעהט דאך קוים אפאר מינוט?


המוציא מחבירו עליו הראי'

זאג דעם רב ער זאל ארויס געבן א קליפ ווי סקולענע רבי פארלאנגט וועלן מיר אים גלייבען.

שלשלת » דינסטאג מאי 7, 2013 12:51 pm

· #112691
כווייס נישט יא צו נישט אמת. אבער דאס איז זיכער אז דער סקולענר רבי שליט"א האט גערעדט ביים אסיפה, כאטש מזעהט עס נישט אויף די קליפ פון JDN וכדומה

גנדי » דינסטאג מאי 7, 2013 12:53 pm

· #112692
שלשלת
כווייס נישט יא צו נישט אמת. אבער דאס איז זיכער אז דער סקולענר רבי שליט"א האט גערעדט ביים אסיפה, כאטש מזעהט עס נישט אויף די קליפ פון JDN וכדומה


ווי קען מען זעהן די קליפ?

ידען » דינסטאג מאי 7, 2013 1:00 pm

· #112696
אויב סקולענע רבי רופט איז עס מער ווי יענע רב רופט?

די ערשטע אסיפה האט ער גערופען?

פארוואס זאל מען נישט גלייבען אז ער רופט יעצט אויך?

שלשלת » דינסטאג מאי 7, 2013 1:12 pm

· #112705
בילד ווי סקולענער רבי איז משמיע דברותיו הק' ביים אסיפה
Skulen.jpg

שלשלת » דינסטאג מאי 7, 2013 1:15 pm

· #112707
גנדי
ווי קען מען זעהן די קליפ?

קליפ און בילדער
בלאט: 1 2