☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » קודם תאווה און נאכדעם אפיקורס? אדער פארקערט?

קודם תאווה און נאכדעם אפיקורס? אדער פארקערט?

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3518

טאמבל סאס » פרייטאג אפריל 19, 2013 11:28 am

· #106676
קודם תאווה און נאכדעם אפיקורס? אדער פארקערט?
איך האב אזא חקירה.
ווען מען טרעפט עמיצן וואס האט איבערגעלאזט אונזער גלויבן און געווארן למשל א אטעאיסט, אדער אגנאסטיק, שוין נאכדעם וואס ער האט געהאט תאוות און עובר געווען אויף די תורה אדער למשל נאכדעם וואס ער איז געווען אומצופרידן מיט די געזעצן און מצות וואס אונזער תורה באפעלט. איז דאס א באווייז אז ער איז באמת נישט אינגאנצן איבערצייגט געווארן אין זיין שיטה אהן טראגן א נגיעה דערמיט?
נאר וויבאלד ער וויל לעבן אהנע גילט (שולד געפיהלן) נעמט ער אהן א שיטה וואס גיט אים די רעכטן צו פירן אזא לעבן? אבער בעצם ווען ער זאגט מיינט ער עס נישט ערנסט טיף אינעווייניג, נאר ער פרובט זיך אליינס איינצורעדן אז ער גלייבט דערין?? (אדער זוכט נישט גענוג דעם עכטן אמת?)

אדער ניין. מ'קען זאגן אנדערש.
כ"ע מודי (דאס איז אמת), אז ווען מ'רעדט למשל פון א עכטן גוטן קאפ. א ת"ח עצום וואס האט יארן געהארעוועט און קען שוין אונזערע ראשונים און דענקער אויסנווענדיג, (א מדקדק בקלה כבחמורה לויטן שולחן ערוך) און דאן ווערט ער עקספאזד (אנטבלויזט) צו די פרעמדע פיליזאפיע אדער סייענס - און פארלירט די אמונה, אזא איינער איז זיכער באמת איבערצייגט אין זיין אטעאיזם אדער איגנאסטיציזם.

אבער אפילו אונזער ערשטער ביישפיל קען מען פארשטיין אנדערש.
ווען אלעס איז אים גוט געגאנגען אין לעבן. ער איז נישט געשטאנען פאר א פרשת דרכים. ער האט נישט געוואוסט פון קיין פרעמדע תאוות, און פון געוואוינהייט לייכט געהיטן די מצות מיט וועלכע ער איז אויפגעצויגן געווארן. האט ער זיך פשוט נישט אפגעשטעלט טראכטן, צו דאס וואס ער גלייבט איז יא ריכטיג אדער נישט. (פשוט ווייל רוב וועלט טראכט נישט) אבער ברגע עס האט אים געטראפן א דראסטישן ווענדפונקט אין לעבן, (למשל צוליב תאוות, עניות, פאליטיק, שלום בית אישוס, געזעלשאפט דערדריקונגען) האט ער זיך געזען שטיין אויף א פרשת דרכים, דארפענדיג מאכן א דעסיזשן וועלכע וועג אויסצוקלייבן, און ממילא האט ער זיך גענומען טראכטן, און טאקע יא! אליין צוגעקומען צום פוהלן איבערצייגונג אין זיינע נייע אדאפטירטע שיטות. ? (פארשטייט זיך נאכן צוקומען צו זיינע שיטות, ווערן די תאוות אויס עבירות. ס'איז פשוט א חלק פון די נאטור)

די חילוק וועט כאפן למשל, ווען לאמיר זאגן דו כאפסט א שמועס מיט אים, (חלילה) און דו זעסט אז ער רעדט דברים של טעם, צו דו זאלסט אים דן זיין תיכף און אפפסלען אויב איז ער פון אונזער ערשטע סארט, איי דאס וואס דו קענסט אים נישט פארענטפערן?!
נו נו.. דו ביסט דאך נישט דער גרעסטע חכם. סאו ער קען גוט ארומדרייען/אריינטייטשן און אויסדרייען סייענס/פיליזאפיע פאר זיין שיטה.

לעמאן דזשוס » פרייטאג אפריל 19, 2013 11:36 am

· #106683
ווייסט מען דאך אז פגם הברית איז מערער די הייליגע אמונה וואס ליגט אין יעדן יוד בתולדה און נאכדעם קענסטו האקן קאפ אין וואנט.

איך וואלט געזאגט אז אפציע איינס און דריי זענען אין רוב פעלער די אמת.

די פראגע איז פארקערט, די אלע גרים און בעלי תשובה האבן אנגעזעצט מיט זייערע תאוות און דערפאר געזוכט ספירוטואליטי אדער געווארן מאמינים פון אנערקענונג און דערפאר זיך גודר געוועהן בעריות?

טאמבל סאס » פרייטאג אפריל 19, 2013 11:49 am

· #106685
א נקודה למחשבה.
ס'איז נישט דריי אפציעס. ס'איז צוויי. די צווייטע פאראגראף וועט יעדער מודה זיין אז דא איז ער טאקע פוהל איבערצייגט. און געווענליך וועט פאר אזא איינעם אויך נעמען יארן ביז ער קומט צו צו זיין ענדגילטיגע שיטה, ווייל דאס לערנט זיך ווי פארשטענדליך נישט, אויף איין מינוט..

קוק צוריק, כ'האב אביסל פארראכטן.
איז כ'פארשטיי נאכנישט וואס דו זאגסט "איך וואלט געזאגט אז אפציע איינס און דריי זענען אין רוב פעלער אמת". ס'איז איינס פון די צוויי. ס'קען נישט זיין ביידע. (איך רעד נישט דא פון קיין פוסטע קעפ. - א.ג. באמעס) איך וויל וויסן וויאזוי דזשאדזש'ד מען זיי.

און ס'איז שקר! דו ווילסט מיר זאגן אז אפיקורסות איז אייביג דירעקט צוליב פגם הברית?
אפשר זאגסטו אז אמונה איז אויך לינק'ד מיט פגם הברית?!. ווייל דו גלייבסט נאר וויבאלד דיין טאטע האט געהאט תאוות, און דיך אראפגעברענגט אויף די וועלט?!. "תאווה איז נישט אלעמאל א סתירה מיט גלויבן"
און פארוואס זעהן מיר נישט אז יעדע גוי וואס פארלירט די פגם הברית הויבט פלוצלונג אן ציעהן צו גלויבונג. אדער אז דער אפיקורס פונדערהיים זאל האבן צוריקגעקומען צו זיין אמונה ביי די אכציג?!

דענקער » פרייטאג אפריל 19, 2013 11:59 am

· #106687
און אמאל איז דא ווען ער לאזט איבער תורה ומצוות בלויז לשם תאוה ה"י. א חלק פון זיין מאכן א לעבן איז אז ער ליינט זיך אן מיט ספרי מינות, ער קערט זיך אן מיט נישט ערליכע חברותא און ער ווערט עקספאזט צו די פרייע קולטור. ער ווערט נאכדעם באמת איבערגעצייגט אין זיינע מיינונגען און טעאריעס.

איז זיכער אז כל ימי חייו איז זיין מיינונג קיין מיינונג, וועט ער שטענדיג בלייבן דער לייכטזיניגער באם וואס גלייבט באמת אין גאט און זוכט כל ערליי תירוצים צו באפרידיגן זיינע תאוות?
אדער איז יא מעגליך ער זאל צוקומען צו אן אייגענע אינטעלעקטואלע מסקנא אפילו ער איז אמאל געווען א בעל תאווה?

מאראנצןזאפט » פרייטאג אפריל 19, 2013 12:02 pm

· #106691
נישטא נאך אזא תאוה ווי וועלן בלייבן מיט אלעס וואס מ'איז אויפגעצויגן געווארן און זיך נישט מנתק זיין פון אלע הרגשים און געוואוינהייטן פון דער יוגנט.
דאס איז די כונה פון ר' אלחנן אז דער כופר וואס האט קיינמאל באקומען א תורה'דיגן חינוך וויל ענדערש בלייבן מיט זיין לייפסטייל און זוכט נישט מכיר זיין דעם אמת.
לפי זה האבן מיר אלע א תאוה צו בלייבן ביי אידישקייט, גארנישט ווייניגער ווי דער כופר וואס בלייבט מיט זיין כפירה!

לכאורה זענען ביידע ריכטיג און נישט אלע זענען גלייך, אמאל קמוט עס מחמת כפירה אמאל, מחמת תאוה. במחנינו איז עס רוב מאל מחמת פארלוירנקייט, איינזאמקייט, יאוש, צעבראכנקייט, עצבות, רדיפות, און אביוז.

יואב » פרייטאג אפריל 19, 2013 2:40 pm

· #106760
איך בין איבערצייגט אז ס'איז דא מענטשן לכאן ולכאן, און ס'איז נישט פארהאן א כלל דערין.
אז מ'רעדט שוין פון איבערלאזן, איז כדי אנצומערקן אז "איבערלאזן" איז א דראסטישע שריט וואס קען טאקע ווערן געטריבן פון געזעלשאפטליכע פראבלעמען, אבער דאס איז א מאוו וואס א מינאריטעט (יעצט פרעג מיר אפ) נעמט אונטער שוין נאכדעם צו בעפאר וואס זיי זענען מחליט אז זיי לעבן סייווי א דאבעלטע לעבן.
צאללאזע דרייען זיך ארום בתוכינו און טיילן מיט די זעלבע ספיקות צו מסקנות איש לפי ערכו, און "לאזן" זיך פיזיש נישט אפ.

ס'אחוץ פונדעם וואס פילע זעלבס געקרוינטע אטיאיסטן ווייסן בכלל נישט דעם סענסעטיווקייט פון דעם ווארט, ביי זיי גייט דאס פון עסן פיש מיט די הענט, ביז א זיכערע לייקענונג אין א קריעטאר.
קענסט זיי פרעגן א מינוט קשיות, און זיי וועלן באשליסן צו סך הכל קומט זיי נישט צו גלייבן אז תורה מן שמים הוא.
דאס הייסט אין איין גורל'דיג מינוט האט די יוניווערז בייגעוואוינט א מאסיווען אויפוואכונג, פון אן מיסטעריעזן עקסידענט ביז געטליכע כוחות אא"וו.
פילע דערפון ווייסן בכלל נישט וואס אגנאסטיק מיינט, און נאכמער ווייסן נישט וואס א דיעסט מיינט, אבער א שטאלצן עטיעסט איז ער.

יואב » פרייטאג אפריל 19, 2013 3:02 pm

· #106768
[ציטאט אראפגענומען]

הייסט עס ווען איינער איז מחליט אז קריסטענטום איז אמת, (איך קאן אזעליכע), ווייל "ער" האט אזוי "איינגעזעהן", מיינט ער דאס נישט ווייל ער האלט עכט אז קריסטענטום איז דער "אמת", ווייל "מיר אידן" זענען מודה אז יאשקעס נביאות איז פוסטע חלומות?

יואליש » פרייטאג אפריל 19, 2013 3:44 pm

· #106792
און אויב וואקסט ער אויף א טרעקטאר דרייווער, א מינע גרובער, א סעקיוריטי גארד, אדער קאר מעכאניקאר?

קינות גירושין » פרייטאג אפריל 19, 2013 5:11 pm

· #106825
איז אויך גוט, ווילאנג ער איז מענטשלעך
ממי חלומ'ט פון זיין א געלערנטער, זיין קאפ דרייט זיך דארט. ס'איז לאו דוקא.

גימפל » פרייטאג אפריל 19, 2013 5:40 pm

· #106833
און אויב איינער וואס איז געבוירען רעליגיעז און בלייבט אזוי א גאנץ לעבען, איז פשט ער איז רעליגיעז ווייל ער איז צו געקומען דערצו מתוך הכרה, אדער ווייל ער האט קיינמאל נישט געטראכט במילא איז ער געבליבען מיט די רעליגיע וואס ער איז געבוירען געווארען?

יואליש » פרייטאג אפריל 19, 2013 6:08 pm

· #106846
ווער רעדט נאך אויב ער לעבט אפ זיין לעבן אויף פוד סטעמפס, עזר למזון, תומכי שבת, גמ"ח הלואות און טיי אווענטס?

יואליש » פרייטאג אפריל 19, 2013 6:10 pm

· #106847
[ציטאט אראפגענומען]


האב נישט געמיינט אפצופרעגן, כ'האב געוואלט וויסן אויב די ווארט איז א "פראפעשאנעל" זשאב ווי אן אדוואקאט און דאקטאר, אדער פשוט אויב ברענגט ער אהיים אויף שבת צו מאכן איז ער אויך באלאנסירט?

לעמאן דזשוס » מוצ"ש אפריל 20, 2013 11:46 pm

· #106922
יואליש
גימפל
און אויב איינער וואס איז געבוירען רעליגיעז און בלייבט אזוי א גאנץ לעבען, איז פשט ער איז רעליגיעז ווייל ער איז צו געקומען דערצו מתוך הכרה, אדער ווייל ער האט קיינמאל נישט געטראכט במילא איז ער געבליבען מיט די רעליגיע וואס ער איז געבוירען געווארען?


ווער רעדט נאך אויב ער לעבט אפ זיין לעבן אויף פוד סטעמפס, עזר למזון, תומכי שבת, גמ"ח הלואות און טיי אווענטס?


יואליש, וואס מיינסטע צו זאגן? אז די שטארקע סיבה אויף צו בלייבן איז מכח עזר למזון? איז דען נישטא ביי די אטעאיסטן וואילטעטיגע ארגאניזאציעס פאר ברויכנדע?

איחוד פעלד » זונטאג אפריל 21, 2013 12:19 am

· #106947
מאכט עס דען א גרויסע נפק"מ צו מען איז קודם געווארען א בעל תאווה אדער קודם אן אפיקורס?

למעשה זענען ביידע אפיקורסים.....

(בעלי תאווה זענען מיר אלע..........)

לעמאן דזשוס » זונטאג אפריל 21, 2013 12:29 am

· #106950
פאר טאמבל מאכט עס שטארק אויס. וואס פרעגסטו?

נאך א פשט » זונטאג אפריל 21, 2013 12:38 am

· #106959
איחוד פעלד
מאכט עס דען א גרויסע נפק"מ צו מען איז קודם געווארען א בעל תאווה אדער קודם אן אפיקורס?

למעשה זענען ביידע אפיקורסים.....

(בעלי תאווה זענען מיר אלע..........)

עס כאפט א נפק"מ צו די קענסט האבן אן ערענסטער שמיעס מיט אים
אויב איז ער א בעל תאוה וועט קיין שום הוכחה נישט העלפן

לגבי די עצם שאלה וואלט איך געזאגט אז רוב רובם זענען בעלי תאווה.
עס זענען דא געציילטע וואס זענען געווען צופרידען מיט זייער לעבען און זענען פשוט געווארן אויפגעקלערט.

איחוד פעלד » זונטאג אפריל 21, 2013 1:07 am

· #106979
איך האב פארשטאנען אז מען רעדט פין אפיקורסים מיט שטריימלעך....

הוגה » זונטאג אפריל 21, 2013 2:19 am

· #107014
קינות גירושין
יואליש
[ציטאט אראפגענומען]


און אויב וואקסט ער אויף א טרעקטאר דרייווער, א מינע גרובער, א סעקיוריטי גארד, אדער קאר מעכאניקאר?

איז אויך גוט, ווילאנג ער איז מענטשלעך
ממי חלום׳ט פון זיין א געלערנטע, זיין קאפ דרייט זיך דארט, סאיז לאו דוקא.



א גרויסע טעות וואס אסאך מאכען, אז אויב די זעלבסט געקרוינטע אפיקורס מאכט א לעבן, ארבייט נישט געהעריג, לעבט חיי אישית מיט יעדעם וכדומה איז א קלארע ראי' אז ער איז סתם א בעל תאוה.

די אמת איז אבער אז תכלית אין מאראל זענען בעצם נאר נוגע אויב א גאט האט אונז באשאפן. אויב א גאט האט אונז באשאפן דאן מוז זיין א תכלית פארוואס מיר זענען דא. אויב וויל מען וויסן וואס אונזער תכלית איז קוקט מען אריין אין די תורה אדער להבדיל אינעם בייבל, קאראן, בוך אוו מארמאן אדער סיי וועלכער רעליגיעזע בוך און דארט שטייט וואס מיר דארפן טון.

איינער וואס גלייבט אבער אז מיר זענען דא דורך א ביג בענג, דאן זענען מיר דא ווילאנג מיר זענען דא בטעות אן קיין תכלית, דאן קען מער קיינער נישט איינטיילן וואס הייסט מאראל, פעלט שוין נישט אויס קיין פריה ורביה.

ז

לעמאן דזשוס » זונטאג אפריל 21, 2013 2:22 am

· #107016
דאס גופא איז טאקע א שטארקע אנדייטונג אז די ביג בענגגלויבונג איז מיוסד אויף תאוה לשם תאוה...חטוף ואכול כי למחר נמות...

גוט געזאגט.

הוגה » זונטאג אפריל 21, 2013 2:28 am

· #107020
וואס איך האב געמיינט אבער ארויס צו ברענגן איז אז איינער קען קודם פיליזאפעש ווערן איבערגעצייגט אין עווילושען, ביג בענג וכדומה, און דערנאך אראפווארפן אלע גדרים. בקיצור, ס'נישט קיין ראי' פון דעם אז ער איז א רודף אחר תאווה אז דאס איז זיין סיבה פון זיין פריקת עול, עס איז מעגליך אז דאס פריקת עול איז די סיבה פארן ווערן א בעל תאווה.

טאמבל סאס » זונטאג אפריל 21, 2013 2:30 am

· #107021
לעמאן דזשאוס
דאס גופא איז טאקע א שטארקע אנדייטונג אז די ביג בענגגלויבונג איז מיוסד אויף תאוה לשם תאוה...חטוף ואכול כי למחר נמות...
סטיווען האקינג קוקט טאקע אויס ווי א שטארקע בעל תאווה...
(די פינטלעך מאך איך פאר דיר זר זהב)

הוגה » זונטאג אפריל 21, 2013 2:41 am

· #107029
איך מוז אביסל צוריקציען פון וואס איך האב פריער געשריבן כדי מען זאל נישט מיינען אז איך האלט אז יעדע אפיקורס ווערט א בעל תאווה אטאמאטיש. אפילו אן עיטיאסט האט א סיבה צו זיך האלטן מאראליש און דינען א תכלית. ער וועט עס טון ווייל ער איז א פיינער און למען קיום העולם און פארן קיום פון די מענטשהייט.

וואס איך האב פריער געמיינט מו זאגן איז אז אויב איז נישטא קיין גאט און קיין תורה, יש מקום צו דעבאטירן פיליזאפיש אויב איך מוז האבן א דזשאב, אויב איך מעג טוישן ווייבער יעדען טאג, אויב עס פעלט אויס פריה ורביה. דאס פלאץ איז נישט דא אדורך צו טון דער נושא. אבער ווען איר זעהט אזא איינעם מיינט עס נאכנישט אז ער איז נישט אויפגעקלערט געווארן.

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 21, 2013 2:06 pm

· #107200
איז דאס נישט ענליך צו דעם חילוק פון א מומר לתיאבון צו א מומר להכעיס?

הקטן » זונטאג אפריל 21, 2013 2:10 pm

· #107204
טאמבל סאס,
פין דיין חקירה זעט אויס אז עס איז א דבר פשוט אז עס איז בנמצא אזא זאך ריין איבערצייגט. דיין שאלה איז נאר לגבי אינזער subject איז ער ריין איבערצייגט אדער אפשר איז זיין איבערצייגאנג contemented.

איז מעגליך אז ס'עקזערסטירט בכלל נישט אזא באשעפעניש ווי ריין איבערצייגונג? (אויף קיין איין זייט נישט)

לאמיר צינעמען די ingredients פין זיין "איבערצייגט". (פאר אינזער ארגימענט לאמער זיי ריפען: שכל, משכיל, השכלה)

שכל = די רוי מאטריאל וואס דער מוח פארניצט צו פארדעצירן "איבערצייגונג" דאס קימט אין פארשידענע פארמס ווי קאמען סענס, סטאטיסטיקס, פשט אין סטאטיסטיקס, אלטע השכלה, אנגענימענע מיינוגען

משכיל = די machinery ווי דער רוי מאטריאל ווערט אויסגעארבעט - די device איז אויך אחראי וואס אריינצילייגן אין די מיקס אין ווי סך. די כלי קימט אלע סייזעס אין שעפעס אין האט אייביג א לאנגע היסטערי צי זיך. די "משכיל" part איז אזוי fragile אז אפילה אין דעם זעלבן טאג קען ער פארדאצירן ליכטיגע און טינקעלע פרעדאקציע געוואנדן אין א געוואלד מיט פאקטארען וואס סאיז באמת זייער שווער נאכציגיין, ווי למשל א low mood אדער hi mood אין diet' cognitive dissonance אין guilt, אין כבוד

השכלה = ענדליך, די out come די פראדאקציע וואס די משכיל פארדעצירט - "איבערצייגט"

שכל ווערט קיינמאל נישט קיין השכלה אן דער משכיל.
דער משכיל איז אייביג קאנטעמענטעט אין האט אייביג געוויסע הקדמות אין points of view אין אייגענע אינטערעסען
די השכלה איז אייביג affected פין דער משכיל

למשל אויב דער משכיל האט א שטארקע הרצעה פאר science וועט ער "פארשטיין" ווי אזוי עוועלאשען קען אהערשטעלן אין א ביליאן יאר א מענטש וואס זאל קענען שרייבן אויף קאווע שטוב. אויב למשל טראסט ער נישט בלינדערהייט סטיווען האקאינגס אין זיין טעאריעס דאן קען זאן וועט ער זיך פשוט שעמען ארויפ צי ברענגען אזא געדאנק אין זיין מחשבה.

הקטן » זונטאג אפריל 21, 2013 2:54 pm

· #107232
[ציטאט אראפגענומען]


א ביג בענג וואס קען אויך אהער שטעלן מאראל וועליוס וואס איז מחייב די ארגעניזעם איז שוין א חידש וואס סטיוו האקינקס האט אויך נישט געקענט נאכמאכן אין זיין לעב.

(פאר מיר,אויב איז אמת אז דער עטיעסט האט בתולדה מאראל וועליוס ווייזט דאס אין די direction אויף intelligent design )

הוגה » דינסטאג יוני 30, 2015 5:39 pm

· #107243
הקטן

(פאר מיר,איב איז אמת אז דער עטיעסט האט בתולדה מאראל וועליוס ווייזט דאס אין די direction אויף intelligent design )


נישט בתולדה אבער ער קען עס אויסארבייטן נאכן איינזעהן אז עס איז לטובתו. עכ"פ אזוי קען ער טענה'ן. דאכצעך אז איך האב אמאל געליינט ערגעץ אז ניטצש האט אזוי געהאלטן.

הקטן » דינסטאג יוני 30, 2015 5:46 pm

· #286275
אזאך וואס ווערט געטון פשוט ווייל אזוי לוינט מיר ריפען מיר נישט אן, געווענדליך, מאראל וועליאס. נישט אזוי?

ירא שמים » דינסטאג יוני 30, 2015 11:02 pm

· #286369
Re: קודם תאווה און נאכדעם אפיקורס? אדער פארקערט?
רק אין יראת אלקים במקום הזה והרגוני על דבר אשתי

הקטן » מיטוואך יולי 1, 2015 2:22 am

· #286406
טאמבל סאס
לעמאן דזשאוס
דאס גופא איז טאקע א שטארקע אנדייטונג אז די ביג בענגגלויבונג איז מיוסד אויף תאוה לשם תאוה...חטוף ואכול כי למחר נמות...
סטיווען האקינג קוקט טאקע אויס ווי א שטארקע בעל תאווה...
(די פינטלעך מאך איך פאר דיר זר זהב)

און וואס איז מיט תאוות הכבוד?...

טאמבל סאס » מיטוואך יולי 1, 2015 4:32 am

· #286412
Re: קודם תאווה און נאכדעם אפיקורס? אדער פארקערט?
דאס האט דאך דער רשכבה"ג אויכעט

הקטן » מיטוואך יולי 1, 2015 9:44 am

· #286432
טאמבל סאס
דאס האט דאך דער רשכבה"ג אויכעט

זיכער אזוי.
דו מיינסט אז דער רשכבה"ג קימט זיך שכר פארן לייגן תפילון אדער זיך שאקעלן ביים דאווענען?
אפילה פאסטן בה"ב האט ער א הארט טיים צו טון בלתי לה' לבדו.

סטיווען האקינג האט אויך א הארט טיים אויפצישטיין איין טאג אין זאגן די ווייסט וואס, איך מיין איך בין געווען wrong all along, די וועלט האט א סופער נעטראל כח - וואס איך פארשטיי נישט פינקטליך
ער קען אזוי נישט טראכטן, אפילה ער וויל

טאמבל סאס » מיטוואך יולי 1, 2015 9:58 am

· #286436
זאג, קען א מענטשנ'ס נגיעה פאר'ן אמת אויך ווערן אנגערופן א פרעדזשידוס? אויב נישט, דאן וואס מאכט אים א מבקש האמת?

הקטן » מיטוואך יולי 1, 2015 10:12 am

· #286440
ווער איז דער "מבקש האמת"?
ער האט דען א clean slate
קוק וואס איך האב געשריבן דא
אויב איינער קען דאס איבער שרייבן אן קיין גראזען און בעסער מסביר זיין איי וואד עפרישיעט

צוויי מענטשען מיט די זעלבע שטארקע נגיעה פאר'ן אמת לאזען זיך ארויס זיכען דער אמת
ביידע האבן מער ווייניגער די זעלבע IQ
ביידע האבן access צי אלע וויקיפידע סייטס און יא-טאב קליפס
זייער לעבן עקפערינענס ביז היינט האט נישט קיין דירעקטע relevant data וואס זאל זיין נוגע דער "אמת"
ביידע ווייסען וואס דער צווייטער האט מיטגעמאכט און זיין לעבען

דאך קענען ביידע אנקימען צי אן אנדערע "אמת"
וואס זאגט דאס דיר???

יאיר » מיטוואך יולי 1, 2015 10:30 am

· #286441
עס זאגט מיר אז כשם שפרצופיהם שונות כך דעותיהן שונות.

הקטן » מיטוואך יולי 1, 2015 10:38 am

· #286444
יאיר
עס זאגט מיר אז כשם שפרצופיהם שונות כך דעותיהן שונות.

exactly!
און וואס האט פרצופיהם אדער דעותיהן מיט "אמת"?

יאיר » מיטוואך יולי 1, 2015 10:40 am

· #286445
וואס לאקשן האט מיט בוידעם.

ציגרעטל » מיטוואך יולי 1, 2015 11:22 am

· #286453
לויטן פסוק קוקט אויס ווי תאווה קומט קודם...

במדבר פרק כה
א וַיֵּשֶׁב יִשְׂרָאֵל, בַּשִּׁטִּים; וַיָּחֶל הָעָם, לִזְנוֹת אֶל-בְּנוֹת מוֹאָב.
ב וַתִּקְרֶאןָ לָעָם, לְזִבְחֵי אֱלֹהֵיהֶן; וַיֹּאכַל הָעָם, וַיִּשְׁתַּחֲווּ לֵאלֹהֵיהֶן.
ג וַיִּצָּמֶד יִשְׂרָאֵל, לְבַעַל פְּעוֹר

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 1, 2015 9:26 pm

· #286611
דאס האט נישט מיט ע"ז, נאר פונקט ווי ווען א באבובער ווערט אן איידעם אין מונקאטש וועט ער צוגיין צו א טיש אין מונקאטש אמאל, אפשר זיך קוויטלען אויך פאר די הייליגע טעג, אזוי אויך, להבדיל, דא.

בן אדם » מיטוואך יולי 1, 2015 10:55 pm

· #286630
איך וויס נישט צו מונקאטש און באבוב קענען עס פארענטפערן. שוין, אבי מ'האט זיך דערמאנט פונעם קוגל...
אבער דער פסוק איז אמבעסטן'ס נאר א שטיקל אסמאכתא אויב נישט קיין פורים תורה. (און דאס וואס מ'זאגט נאך פון ר' פנחס קאריצער האט ער אויך נאר געזאגט אז ס'איז אין זיינע צייטן און נישט פאר דעם).

הקטן » זונטאג אוגוסט 30, 2015 3:53 pm

· #298554
דער Quote
...Life happened....Then we invented the reasons

דערמאנט מיך פין דעם אשכול

הקטן » דאנערשטאג מאי 31, 2018 6:40 pm

· #404161
Men with high testosterone levels are less likely to be RELIGIOUS, study claims
זאגן נישט וואס קימט קודם!
שווער אנצינעמן אז ווייניג רעליגיע זאל העכרען די testosterone level
ווער ווייסט

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 31, 2018 7:27 pm

· #404163
ס'איז א פשוטע זאך אז א בעל תאוה וועט ענדערש איינזען די שקר פון רעליגיע, פשוט ווייל ער האט א נגיעה דערצו. אבער ס'איז זיכער אז איינער וואס נארט זיך נישט קען עס אויך איינזען.

mevakesh » דאנערשטאג מאי 31, 2018 7:58 pm

· #404166
Re: קודם תאווה און נאכדעם אפיקורס? אדער פארקערט?
הקטן
Men with high testosterone levels are less likely to be RELIGIOUS, study claims
זאגן נישט וואס קימט קודם!
שווער אנצינעמן אז ווייניג רעליגיע זאל העכרען די testosterone level
ווער ווייסט
אינטערעסאנט. א שטיקל קשיא אויף בחירה.

Sent from my XT1060 using Tapatalk

אישתישבי » דאנערשטאג מאי 31, 2018 7:58 pm

· #404167
אין גער נעמט מען כדורים צו נידערן דער טעטאסטעראן.

זענען זיי מער רעליגיעז?

הקטן » פרייטאג יוני 1, 2018 12:42 am

· #404221
mevakesh
הקטן
Men with high testosterone levels are less likely to be RELIGIOUS, study claims
זאגן נישט וואס קימט קודם!
שווער אנצינעמן אז ווייניג רעליגיע זאל העכרען די testosterone level
ווער ווייסט
אינטערעסאנט. א שטיקל קשיא אויף בחירה.


ס'איז דא וואס זעען קשיות איבעראל
זיכער איז דא וואס האבן שווערערע ניסוינת ווואו א צווייטע

ס'דא אסך וואס זענען בוחר זיך צי שטראקן מער און פאלן נישט דארך, ולפום צערא אגרא

דערנאך איז דא וואס פאלן דארך און (דארפן) לעבן מיט די גילט, נישט גרינג, ווידער איז דא וואס זענען בוחר לטב ולמוטב
ס'דא וואס כדי פטור צי ווערן פין די אימבאקוועמע פילינג וועט ער אנפאנגען צי פרעגן "ווער זאגט"?? "אפשר נישט"?? "קען זיין אז"?? וכד'
דאס זעלבסט איז אויך א בחירה

ס'איז כדי זיך צי באקענען מיט די קאנסעפט פין "נקודת הבחירה" פין הרב דסלר - זייער אסך פין די סארט צימישענישען, מבקש, וועלן דיר אוועק פאלן.
מכתב מאליהו (ח"א עמ' 113)