☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #3487

אשכול אן א טיטל #3487

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3487
בלאט: 1 2

טעפל » דינסטאג מאי 7, 2013 4:31 pm

· #112771
קופער זיי ממשיך שרייבען אזעלכע זאפטיגע מליצות מיט לשונות און מיר וועלן דיר באלייקען (כלשונך הטהור..)

געפילטע פיש » דינסטאג מאי 7, 2013 6:01 pm

· #112805
שמעקעדיג
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז דאך יעדער מענטש אייניג, אלע זענען ערום יצאו מבטן אמם...

יא, אבער נישט יעדער איז שב ערום לבטנים [וד"ל].

מאראנצןזאפט » זונטאג מאי 19, 2013 1:09 pm

· #115612
שוין, כאסקופה נדרסת, והוי זנב לאריות.
והוא רחום יכפר עון וכו'.
ולא - און אז נישט, דעמאלט פיך!
😂 😂 😂

פלעזענט האספיטעליטי מיסטער קופי.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 19, 2013 1:24 pm

· #115620
Wow

מאראנצן זאפט, אז מען קען, קען מען!

פאר די וועלכע כאפן נישט:

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/115616">viewtopic.php?p=115616#p115616</a><!-- l -->

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3647">viewtopic.php?f=23&t=3647</a><!-- l -->

מאטי » זונטאג מאי 19, 2013 3:45 pm

· #115669
נא יעצט איז שוין קופרניקוס צופרידן ?

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 24, 2013 12:07 pm

· #117628
No like
This time

מיט דעם ביסטו יוצא, און שוין, ויחלום שנית? מיר דולדן דאס נישט

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 24, 2013 12:21 pm

· #117634
2 קארפן קעפ רייסן זיך ארום אז דער אנדערער זאל שרייבן שיינע ארטיקלען.
בלייבט אונז נישט איבער מער ווי זיצן אין די זייט און קוועלן מיט הנאה.
קאמפעטישאן איז גאד פאר די קאנסומערס!

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 24, 2013 1:14 pm

· #117659
קופי', כ'נעם אן מוסר איינגעוויקלט אין גלעטעלעך...
אי"ה, כ'פאר אוועק פאר א וואך, אפשר וועל איך צוריקקומען מיט פרישע בויך וויי.

אביגדור » פרייטאג מאי 24, 2013 1:17 pm

· #117660
ברוך ד'.

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 24, 2013 1:34 pm

· #117665
לץ איינער! אבער קופי מיר לאזן זיך נישט! מיר זענען אלע קטנים הצריכים לאימם, תבוא אמה ותקנח, מיר דארפן דיר האבן דא זאלסט אונטערווישען דעם שיבער, ער מאכט אלע מצות עשירים מיט זיינע זיעת אפיך, משפיע י"ד שח"ט ד"ם מיט אלע ספייסעס. אן דיר זעמער אויף צרות.

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג מאי 26, 2013 1:37 am

· #117823
[ציטאט אראפגענומען]

העי, ריספעקט פאר חברינו היקר קאווער טרינקער. וואס טריקן? ווען טריקן? מיט זיינע שארפע הומאריסטישע קורצע הודעות ברענגט ער אריין א זאפט אין כמעט יעדע אשכול, אל הקאווע הזה התפללנו ונתפלל עוד שלא יבש המעין. אז די ווילסט בעטן לאנגע תגובות און הודעות בעט שיין און מיט דרך ארץ.

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 26, 2013 2:19 am

· #117832
בענדזשאמין, איך ממש געטראכט פון אייך דעם שבת... ביי קידוש...
אויך ביי די פיש... הער א מעשה:
ביים עסען דעם פיש, בין איך געווען אזוי אריינגעטוהן אין עבודת העלת הניצוצים של המגולגלים וכו... פלוצלינג זעה איך א מצריש'ע איד שטייט נעבן מיר. אויסגעזעהן האט ער ווי רב סעדיה גאון. ואתו עמו א ווילנא איד, הויך געבויט, רייך געקליידעט, בערך ווי הרב שמואל שטראסאהן האט אויסגעזעהן בחייו.. איך האב געמיינט אז דאס איז עס, איך שטארב אן איבערלאזן א צוואה ווער ס'נעמט איבער מיין ניק (מער פון דעם פארמאג איך נישט), אבער מיט דרייסט האב איך זיי א פרעג געטון: מורי ורבותי, וואס ווילט איר פון מיר? ענטפערען זיי: וואס ווילט איר פון דעם פיש? וואס גלגולים? ווען גלגולים?... להד"ם!
ווי נאר זיי זענען ארויס, כ'בין צו זיך געקומען, האב איך געקלערט צו שרייבן אין שטיבל
רס"ג און רש"ש ביים פיש....
אבער מי כמו בענדזשאמין... נאכמאכן קען איך נישט...

אביגדור » זונטאג מאי 26, 2013 12:56 pm

· #117968
יודע ספר.

זר זהב » זונטאג מאי 26, 2013 12:57 pm

· #117970
סאמת וואס איר שרייבט

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 26, 2013 2:46 pm

· #118030
יא, זר, ס'איז אמת.

פוזנא איז שוין פארנומען, אבער מ'רעדט פון עפעס..

פלעין יודיש » זונטאג מערץ 30, 2014 2:42 pm

· #193466
סתם צו אנמערקן
א שינוי וואס איז געשען אין די פאולס דא אינטען ביי לייקס ראנגען
@יואליש האט פארלוירען מאמענטום און אראפ פונעם אויבן אהן
אבער לא אלמן ישראל אינזערע טייערע @רויטע וואנצעס איז אצינד אויפן stage מיט א מערהייט
יואלישעל טייערע געב נישט אויף שיס צירוק ארויף חדש ימינו כקדם וועסטו זיי אלעמען איבערשטייגען
די קענסט די קענסט איך זאג דיר אז די קענסט (קרעדיט מיכאל)

יואליש » זונטאג מערץ 30, 2014 4:24 pm

· #193527
פלעין יודיש
סתם צו אנמערקן
א שינוי וואס איז געשען אין די פאולס דא אינטען ביי לייקס ראנגען
@יואליש האט פארלוירען מאמענטום און אראפ פונעם אויבן אהן
אבער לא אלמן ישראל אינזערע טייערע @רויטע וואנצעס איז אצינד אויפן stage מיט א מערהייט
יואלישעל טייערע געב נישט אויף שיס צירוק ארויף חדש ימינו כקדם וועסטו זיי אלעמען איבערשטייגען
די קענסט די קענסט איך זאג דיר אז די קענסט (קרעדיט מיכאל)


ווי זעהט מען די ראנקן?

סאשי פיש » זונטאג מערץ 30, 2014 4:27 pm

· #193530
אויפן הויפט זייט.
בלאט: 1 2