☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » האבן עלטערן א פולע רעכט איבער חינוך פון זייערע קינדער?

האבן עלטערן א פולע רעכט איבער חינוך פון זייערע קינדער?

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3453

בדחן » זונטאג אפריל 14, 2013 6:54 pm

· #104689
האבן עלטערן א פולע רעכט איבער חינוך פון זייערע קינדער?
און גאנג פון דעם אשכול, אזוי אויך נאך אשכולות דא, איז מיר נולד געווארען די פאלגענדע פראגע;
מה דעת חברי הקאווע שטיבעל, האבן עלטערן א רעכט מחנך צו זייערע קינדער צו די זעלבע רעליגיע ווי זיי באלאנגן?
אפילו מיטען באוויסטיין אז אלמלא זייערע קינדער וועלן ארויס פאלען וועלן זיי ווערען דראפ-אוטס און שברי כלי?!

לעיקוואד » זונטאג אפריל 14, 2013 7:06 pm

· #104695
על פי שכל:
וואס עפעס זאלן עלטערן האבען רעכט צו צווינגען זייערע קינדער אנצונעמן א געוויסע רעליגיע? פונקט אזויווי די מדינה טאר נישט ארויפצווינגען רעליגיע אויף קיינער טארן עלטערן אויך נישט.
נאר מנהג העולם אז עלטערן זענען מחנך זייערע קינדער לויט זייערע גלויבינגען, און אפילו דער גרעסטער ליבערעל האט נישט קיין טענות אויף דעם.
מדארף אבער וויסען אז די סברא בלייבט ריכטיג, וממילא ברגע וואס דער קינד איז גענוג גרויס צו מחליט זיין פאר זיך הדרן לסברא העיקרית אז די עלטערן האבען נישט מער רעכט צו זאגען וואס צו טוהן ווי א צווייטער.

על פי תורה:
מדארף וויסען אז על פי תורה,האבען עלטערן נישט קיין שום 'רעכט' איבער זייערע קינדער. עלטערן האבען פארשידענע 'חיובים' כלפי זייערע קינדער. ער איז מחוייב עם מחנך זיין על פי תורה, מחנך זיין במצוות, וכו', ככל מצוות האב על הבן הנמנים במשנה קידושין פרק א'. אין ערגעץ ווערט נישט דערמאנט אזא מין זאך ער זאל האבען עפעס א 'רעכט. סאיז דא חיובים און הלכות מיט גדרים. די זעלבע קינדער כלפי עלטערן האבען געוויסע חיובים וואס זיי זענען מחוייב מהלכות כיבוד אב ואם, און די חיובים זענען נידון בגדרי ההלכה. "רעכטן", מאן דכר שמיה?

יש אומרים אז עלטערן האבען אויך א פליכט צו געבן פאר קינדער די כלים צו זיין מענטשען, האבען פרנסה, און בכלל זיך קענען מסדר זיין אין עולם הזה, אפגעזעהן וואס די אמונה זייערע איז (1). ולא נהגו הכי (2).

(1) כן משמע לכאורה בגמרא קידושין.
(2) כן מנהג רוב החרדים בדורנו, ומנהג עוקר דין.

בדחן » זונטאג אפריל 14, 2013 7:15 pm

· #104698
לעיקוואד
וואס עפעס זאלן עלטערן האבען רעכט צו צווינגען זייערע קינדער אנצונעמן א געוויסע רעליגיע? פונקט אזויווי די מדינה טאר נישט ארויפצווינגען רעליגיע אויף קיינער טארן עלטערן אויך נישט.
נאר מנהג העולם אז עלטערן זענען מחנך זייערע קינדער לויט זייערע גלויבינגען, און אפילו דער גרעסטער ליבערעל האט נישט קיין טענות אויף דעם.
מדארף אבער וויסען אז די סברא בלייבט ריכטיג, וממילא ברגע וואס דער קינד איז גענוג גרויס צו מחליט זיין פאר זיך הדרן לסברא העיקרית אז די עלטערן האבען נישט מער רעכט צו זאגען וואס צו טוהן ווי א צווייטער..


אקעי, ע״פ תורה מעג מען יא? אדער האט מען א חיוב?

לעיקוואד
יש אומרים אז עלטערן האבען אויך א פליכט צו געבן פאר קינדער די כלים צו זיין מענטשען, האבען פרנסה, און בכלל זיך קענען מסדר זיין אין עולם הזה, אפגעזעהן וואס די אמונה זייערע איז (1). ולא נהגו הכי (2).
(1) כן משמע לכאורה בגמרא קידושין.
(2) כן מנהג רוב החרדים בדורנו, ומנהג עוקר דין.


פארגעס פון דעמעגאגיע פאר א מינוט, פערצענטאל ע״פ אמת זענענן די גוי׳שע קינדער ארויס פון סקול מער מוצלח׳דיג??
אדער די פאקט אז זיי זענענן גוים און האבן הישט קיין פראבלעם מיט פארשידענע זאכען וואס אידן האבן א פראבלעם גיט זיי מער מעגליכקייטען??

אגב, האסט עפעס פרטים איבער די שטודיע אז גיין און קאלעדש צאלט זיך ע״פ רוב נישט אויס, און זיי מאכען נישט מער געלט, און האבן נישט קיין גרעסערע הצלחה?!

לעיקוואד » זונטאג אפריל 14, 2013 7:22 pm

· #104701
על פי תורה האט ער א "חיוב" מחנך זיין זיינע קינדער לתורה, נישט א "רעכט". דאס מיינט דער טאטע מצדו איז מחוייב צו שיקען זיין זון אין חדר, ישיבה, וכו'. אבער בשום אופן שטייט נישט אין די דינים אז די טאטע קען עפעס האבען בין אדם לחבירו'דיגע טענות אויף זיין זון אויב ער איז מחליט לצאת לתרבות רעה.
אין די חיוב איז דא פארשידענע גדרים וואס זענען מבואר אין ש"ס ופוסקים אין די הלכות, למשל אז סגייט נאר אן אין געוויסע יארען, און נאר אויף אן אופן וואס דער זון איז מקבל , און אז אויב דער טאטע הייסט א זון אין אנדערע אופנים איז ער גאר דער וואס איז עובר אויף לפני עוור, וכו'.

וואס קומט דא אריין סטאטיסטיקס און גויישע מעשיות? איך רעד פון א חיוב על פי תורה וואס א טאטע האט ללמדו אומנות, להשיטו במים, וכו'. וואס דאס איז כולל לכאורה עם געבן כל מיני כלים צו לעבן אין עולם הזה, און זיין א מענטש צווישען מענטשען. דאס איז אויזער די חיוב לחנכו לתורה און איז בכלל נישט תלוי אין עם. אין אנדערע ווערטער, אויך א טאטע וואס זיין זון גייט אן א קאפל האט א חיוב עם שיקען לערנען א אומנות און צאלן זיין קאלעדזש לכאורה ע"פ הלכה. (אחוץ אפשר שיש היתר שאינו נקרא עמך במצוות וכדו', ויל"ע).

גראדע האב איך אינפארמאציע (אדאנק ר' גוגל) איבער דער שטודיע אז קאלעדזש גרעדועיטס מאכען 84% געלט מער ווי אנדערע.

פשטידא » זונטאג אפריל 14, 2013 8:19 pm

· #104720
לעיקוואד
מנהג העולם אז עלטערן זענען מחנך זייערע קינדער לויט זייערע גלויבינגען, און אפילו דער גרעסטער ליבערעל האט נישט קיין טענות אויף דעם.


נישט געקומען אין די ריכטיגע צייט. פרעג כ"ק אדמו"ר רבי גוגל שליט"א איבער Melissa Harris-Perry...

בדחן » זונטאג אפריל 14, 2013 9:22 pm

· #104739
בטעות אריינגעקימען צוויי מאל.

בדחן » זונטאג אפריל 14, 2013 9:32 pm

· #104743
לעיקוואד
על פי תורה האט ער א "חיוב" מחנך זיין זיינע קינדער לתורה, נישט א "רעכט". דאס מיינט דער טאטע מצדו איז מחוייב צו שיקען זיין זון אין חדר, ישיבה, וכו'.
אבער בשום אופן שטייט נישט אין די דינים אז די טאטע קען עפעס האבען בין אדם לחבירו'דיגע טענות אויף זיין זון אויב ער איז מחליט לצאת לתרבות רעה.


אויב איז דא חיוב דאן איז דא א רעכט, עס קען נישט זיין חיוב אויף א זאך וואס מען האט נישט קיין רעכט צו טיען. און אז עס איז דא א רעכט איז צייט אויפצוהערן צו האבן אזא סימפאטיע אויף די נושרים היתכן מען האט זיי מחנך געווען צו אידישקייט און דערפאר האבן זיי נישט די קוראזש צו טיען וואס זיי ווילען.

כיבוד אב ואם פון די עשרת הדיברות, אמת אז פרעסן חזר איז בין אדם למקום, אבער מען קען האבן ביידע עבירות בהעלם אחת.

לעיקוואד
וואס קומט דא אריין סטאטיסטיקס און גויישע מעשיות? איך רעד פון א חיוב על פי תורה וואס א טאטע האט ללמדו אומנות, להשיטו במים, וכו'. וואס דאס איז כולל לכאורה עם געבן כל מיני כלים צו לעבן אין עולם הזה, און זיין א מענטש צווישען מענטשען. דאס איז אויזער די חיוב לחנכו לתורה און איז בכלל נישט תלוי אין עם. אין אנדערע ווערטער, אויך א טאטע וואס זיין זון גייט אן א קאפל האט א חיוב עם שיקען לערנען א אומנות און צאלן זיין קאלעדזש לכאורה ע"פ הלכה. (אחוץ אפשר שיש היתר שאינו נקרא עמך במצוות וכדו', ויל"ע)..


די גמרא קומט בכלל נישט אריין דא ווייל אויב באשמיצט מען די קאמיונטי איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל אז זיי ערציען נישט זייערע קינדער ווי עס בדארף צו זיין דארף עס קימען מיט סטאטיקס אז אנדערע - די נישט פרומע, אדער די גוים - האבן בעסערע רוזעלטאטען פערצענטאל, אויב קען מען עס נישט אויפווייזען - ווייל עס עקזעסטירט נישט - איז טייטש אז די גאנצע העצעריי איז הוילע דעמאגעגיע און עס איז געבויעט אויף א אינערליכע דראנג וועלענדיג האבן עפעס וואס איז נישט מעגליך.

לעיקוואד » זונטאג אפריל 14, 2013 9:46 pm

· #104750
ר' בדחן
איר צומישט צוויי סארטן "רעכט". אוודאי ע"פ תורה, ווי אויך ע"פ מנהג העולם, האט א טאטע רעכט צו מחנך זיין זיין זון לתורה ומצוות. און ער איז נישט עובר אויף קיין ענין פון פרייהייט וכדו' אז ער טוט אזוי. דאס זאגט נאכנישט בשום אופן אז דאס איז עפעס א סארט בעלות וואס דער טאטע האט אויף זיין קינד, און אז דער קינד איז עפעס שולדיג צו זיין טאטע אין דעם געזיכט. דער טאטע מעג און דארף אויסלערנען דער קינד תורה, דאס איז א חיוב וואס דער טאטע איז שולדיג כלפי הקב"ה און האט רשות דאס צו טון, עס מיינט אבער נישט אז דער קינד באלאנגט עפעס פאר דער טאטע אדער אז דער קינד האט עפעס א חיוב בינו לבין אביו צו גיין אויף דער וועג. דער קינד איז מחוייב ע"פ תורה צו זיין א יוד כלפי ה' פונקט ווי זיין טאטע, אבער אין ערגעץ שטייט נישט אז דער קינד איז מחוייב כלפי זיין טאטע צו פאלגען ה'.

וואס קומט דא אריין העצעריי יא אדער נישט. אז דו האסט געבעטן האב איך דיר צוגעצייכענט אז סנישט קיין ספק אז א מענטש מיט עדוקעישין פארדינט מער און האט מער ארבעט ווי אן דעם. דאס איז א זאך וואס א"צ לפנים און קיינער דינגט זיך נישט דערויף.
אבער איך רעד נישט דא פון קיין שום באשמוצען אדער א שום זאך. איך רעד דא פשוט פון דעם וואס על פי תורה האט א טאטע א חיוב ללמד את בנו אומנות און סדא טאטעס וואס האלטן זיך קלוגער פון דער תורה און פאלגען נישט דער חיוב. אגב ממילא זענען זייערע קינדער אמאל ברוגז אז זיין טאטע האט עם נישט געגעבן קיין ריכטיגע הכנה אויף לעבן אין דער וועלט. אבער וואס האט הודו מיט כוש? דער זאך איז קליפ אין קלאר: ע"פ תורה איז דאס א חיוב, פונקט ווי ליינען קריאת שמע און היטן שבת, און בעוה"ר איז דא יודען וואס היטען נישט אפ דער חיוב. די גאנצע פאליטיק דיינע קומט נישט דא אריין.

קיינער רעדט נישט דא פון סימפאטיע צו איינער וואס סאיז עם נעבאך שווער צו פרעסן חזיר (עכ"פ איך נישט). מרעדט פון איינער וואס זיין טאטע האט עם נישט אויסגעלערנט קיין שום זאך וואס קען עם העלפן בעולם הזה, און האט עובר געווען אויף זיין חיוב, און ממילא אז ער האט נישט די חלק תומ"צ בלייבט ער מיט גארנישט.

גנדי » זונטאג אפריל 14, 2013 10:47 pm

· #104772
האבן מוסדות א פולע רעכט איבער חינוך פון אנדערענס קינדער?

elter-zeide » מאנטאג אפריל 15, 2013 12:22 am

· #104831
דער מחבר אין יו''ד סי' רמ ס' כה פסקנט 'תלמיד שרוצה ללכת למקום אחר שהוא בוטח שיראה סימן ברכה בתלמודו לפני הרב ששם, ואביו מוחה בו, לפי שדואג שבאותו העיר העובדי כוכבים מעלילים, אינו צריך לשמוע לאביו בזה, אין דער פתחי תשובה שרייבט צי, אפילו ספק לו שמא יראה סימן ברכה מותר, בד"ו שרייבט צי דע רמ"א "וכן אם האב מוחה בבן לישא איזו אשה שיחפוץ בה הבן, א"צ לשמוע אל האב, י

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 16, 2013 11:32 pm

· #105683
בדחן
די גמרא קומט בכלל נישט אריין דא ווייל אויב באשמיצט מען די קאמיונטי איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל אז זיי ערציען נישט זייערע קינדער ווי עס בדארף צו זיין דארף עס קימען מיט סטאטיקס.

גוט צו וויסן אז א גמרא וואס שטימט נישט מיט סטאטיסטיקס איז נישט נוגע.

בדחן » דינסטאג אפריל 16, 2013 11:38 pm

· #105685
געפילטע פיש
איך בין. נישט געכאפט וואס דו מיינסט, נישט געוויסט אז דאס איז אויך א קרייעם.


עמער רעדן א צווייט מאל.