ס'ווערט געזוכט א נוסח פאר די פרעסע
46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3442
ס'ווערט געזוכט א נוסח פאר די פרעסע
אז איינער נויגט אפ פינעם חרדי'שן חסידי'שן לעבנס שטייגער למחצה ולשליש או לרביע טרעפט ער זיך אפט אין א פאזיציע ווי ער ברויך ענטפערן פאר סתם פרעמדע נייגעריגע, פאר די מידיע, אדער פאר סיי ווער פון די דרויסענדע וועלט וואס פרעגט אים איבער די סיבות וואס האבן אים געטריבן צו אזא געוואגטע שריט, וואס ביי אברהם אבינו איז עס געווען איינע פון די שווערסטע נסיונות: אוועק גיין פון ארץ מולדתו און פון בית אביו, אינדערצייט וואס ער דער אפגעפארענער, אנדערש ווי אברהם אבינו, האט נישט קיין גא-ט ביי דער זייט וואס זאל אים אנצייגן מיט די פינגער אל הארץ אשר אראךָ ?
ברויך ער מגלה זיין דעם אמת את אשר עם לבבו, אויסגיסן זיינע טענות און שווער הארץ, אדער ברויך ער אנפילן א מויל מיט לעמאן זשאוס און שווייגן ווי משה שתקן ווען ער בעט א דאללער, אדער אפשר גאר איז דא עפעס א מיטל וועג אזא דרך האמצעי רמב"ם סטייל מהלך ?
און דער אשכול 'א דאקומענטרי אויף עירמאנט' זענען אינדיג און גאלדבערגער שטארק אראפגעריסן געווארן פון מאנכע, פארן ארויסהייבן זייערע סיבות פארוואס זיי האבן פארלאזט דעם קרית יואל קאמיונעטי און זיך געצויגן קיין ערמאנט, היתכן, האבן געליארמט 'קאך-לעפעל' וכת דיליה: ביסט נישט צופרידן גיי דיר ווי די אויגן טראגן דיר, אבער לאז אונז געמאכט וואס באזינגסטו אונז פארן גוי'שן מידיע !!, 'יואליש' ווידער האט געטענה'ט, קודם רודפ'ט מען אויס די נשמה און נאכדעם אז יענער רעדט זיך אויס דאס הארץ האט מען טענות.
אבער נישט דאס איז מיין פוינט יעצט (כ'ווייס אויך נישט צו די עירמאנט פארפאלק איז געפרעגט געווארן, צו זיי האבן זיך אליין אנגעטראגן צו רעדן דארט,) מיין שאלה איז וואס יא פאר גא-ד'ס סעיק ברויך א פאר פאלק אדער יחיד ענטפערן ווען ער ווערט געפרעגט דעם איינפאכע שאלה: בשל מי הרעה הזאת ? פאר וואס האסטו איבערגעלאזט וועלנדיג א קהילה וואס באשטייט פון די העכסטע צופרידענע מענטשן אין דעם יוניווערס און געגאנגן וואוינען אל אדמת נכר.
און א צווייטע אשכול דא אין שטיבל איבער די נעשינאל געאגראפיע פילם האט מען געטריבן שפאס און חוזק פון אלעזר טווערסקי ווען ער האט אויף א ענליכע שאלה רעגירט מיטן ארומרעדן פון זיינע ארענדזשע פאפאטשן און זיין רויטע האנטוך.
אני כשלעצמי האלט אז לאזער טווערסקי, ווען ער וואלט דוקא געוואלט, וואלט ער אונז פיין געקענט באשמיצן. ס'פעלט אונז נישט קיין מעלות טובות, און מען דארף נישט זיין קיין מר בר רב אשי איבער צוזאגן א פיין שטיקל שמיץ אויף אונזער געמיינדע, ער וואלט אפילו געקענט רעדן פון זיין אייגענע משפחה פון זיין טאטע'ן (וד"ל). ער וואלט געקענט רעדן פון מאלאסטעשען און פון וואס נישט. נאר וואדען זעהט אויס אויפן מינוט איז ער נישט געווען און די גוסטע צו זיין פון די חכמים-הם-להרע און באשמיצן זיין אייגענע משפחה, קהילה, און געוועזענע פריינד, ממילא האט ער גע'דבר'ט פון אומשולדיגע רויטע האנטוכער און שטעק שיך אזוי האט ער געפטר'ט די מרור מיט כרפס.
און וואס באקומט ער דערפאר? אנערקענוג פון אונז ? א מכה, א הויפן ליצנות און צו-נעמען אויף זיין חשבון לאזער שמאזער וכו'. ס'איז א בחינה פון אוי לי מיצרי או לי מיוצרי זאגט מען עפעס זאכליך ווערט מען פארשריגן אלץ א דיפרעסטע אנטיסעמיט, א גענידלטע דראג עטיק, זאגט מען עפעס הויל ווערט מען א לאזער.
אבער דער אמת אז עס איז שוין העכסט צייט אויפצוקומען מיט א עפעס א דיפלאמאטישן נוסח וואס די אלע 'סוטים-מן הדרך'ניקעס' זאלן נוצן בשעת זיי שטויסן זיך אן מיט די הונגעריגע מידיע און ווערן געפרעגט איבער די סיבות פאר זייער גט כריתות מיטן חסידיש'ן ציבור, עפעס א נוסח וואס זאל זיין צום הארצן פאר ביידע פארן אב שהגלה את בניו און פארן בן שסרח.
ווייל אזוי ווי איר פארשטייט אז זיי מעגן נישט אין טארן נישט מגלה זיין אונזערע חטאים פאר די בני אליפז, אזוי ברויך מיר פארשטיין אז זיי קענען נישט זאגן עפעס וואס מאכט זיי אוסזעהן ווי יוא עיפ אויס אדער היפיס.
חסידים וואלטן אוודאי געוואלט אז א שמועס פון א רעפארטער און א נושר זאל פארן עפעס אויף אזא ליניע:
רעפארטער: אפשר קענט איר מיטיילן מיט אונזערע צוהערער דער אורזאך וואס האט אייך געמאכט בייטן אייער לעבנס שטייגער ?
נושר: איך ווייס.. באמת, איז דאס חסידיש לעבן שטייגער די בעסט אוף די בעסט, איט קענט בי בעטטער.. אבער ווייסטאך די שאור שבעיסה..
רעפארטער: וואס איז דאס שאור שבעיסה ?
נושר: זויער טייג.
רעפארטער: זויער טייג ?! וואטס דעט ? א מאלאסטער ? מציצה בפה ?.
נושר: ניין ס'איז א ניק נעים פאר די יצר הרע.
קוק אהער דארפסט פארשטיין יעדער האט א יצר הרע, און דער יצר הרע מאכט אז די גראז זאל אויסזעהן גרינער ביי די נישט (אזוי) פרומע. יעצט א א בחור אדער א יונגערמאן מיט א שטארקע כאראקטער וועט זיך שטייצעך נישט לאזן פארפירן פון אזעלעכע שטותים. אבער אונז, לאזערס, פאריקטע מענטשן, מאלעסטעדטע בחורים, פארדראגדע אינגעלייט, מיר לאזן זיך שנעל מפתה זיין פון שטן מיט די טויזנענט אויגן, מיר האבן זיך געלאזט איינרעדן אז עס ווארט אונז אפ גרויסע גליקן ממילא זענען מיר אוועק פון זייער לאגער, אבער וואס ווען ווי, ס'נישטא די דראגס וואס זאל קענען פארטייבן די יסורי הנפש וואס מיר גייען דורך.
יעצט איר פארשטייט אליין אז מיר קענען נישט פארלאנגען פון זיי צו זיין אזוי צו רעדן, וועגן צווי סיבות; איינס, ווייל ס'שווער, און צווייטענס ווייל רוב פון זיי האלטן לגמרי נישט אזוי!!
אלזא וואס יא ?
כ'האב געטראכט פון עפעס א נוסח וואס זאל צופרידשטעלן ביידע מחנות, וואס זאגט איר צו אזא נוסח:
ריפארטער: אפשר קענט איר מיטיילן מיט אונזערע צוהערער דער אורזאך וואס האט אייך געמאכט בייטן אייער לעבנס שטייגער ?
נושר: איך ווייס.. איז אזוי הגם ס'איז דא אסאך מעלות אין דעם חסידישן קאמיונעטי וואס איז נישט דא כמעט אין ערגעץ, א שטייגער ווי די איידעלקייט און ווירדן פון אירע מיטגלידער, אזוי אויך איר ווארעמקייט אין איבערגעגעבנקייט איינס פארן אנדערן, וואס דאס אליין קען זיין אמאל גענוג סיבה פאר א מענטש זיך אנצושליסן און זייער לאגער, איז אבער פון די אנדער זייט דא אסאך סיבות פארוואס א מענטש זאל איבער לאזן די חסידישע קאמיונעטי, צו אלץ זייער איבעגלויבן אין אמונות טפילות, אדער אלץ זייער צוריקגעשטאנע לייף סטייל, ס'מיר אבער נישט באקוועם אריינצוגיין מער בפרטיות אינעם נושא.
ריפארטער: פארוואס ?
נושר: ווייל עס קען וויי טוען מיין משפחה, מיין געוועזענע קהילה און מיינע פריינט וואס איך פארמאג נאך אין יענעם לאגער.
ריפארטער: אבער אויב וועסטו יא רעדן וועסטו מיט דעם העלפן דיין געוועזענע קהילה, נעמליך, וועסט זיי לייגן אונטערן ספאט לייט, וועסט מאכן זייער קהילה פירער שוויצן זייער עסקנים ארויסקריכן פון די הויט, אפשר אזוי וועט זיך זאכן טוישן דארט און אנפאנגן רוקן אינעם גוטן ריכטונג.
נושר: ביז דערווייל זעה איך נאך נישט ווי אזוי באשמיצן חרדים אין גוי'ישע מידיע וועט עפעס טוישן צום גוטן ביי זייערע קהילה, אויב עס דארף א טויש ברויך עס קומען פון אינעווייניג עפעס ווי א חסידישע פרילינג ווי שטייט דארט אין פסוק מחרביך ובוניך ממך יצאו.
כ'מיין ס'איז א פיינע נוסח.
די ביסט אײזן איעדעס מאל װאס איך לײן דײנע תגובות װער איך נתפעל און איך מײן אז די ביסט גערעכט אבער קומט
די נעקסטע שרײבער און זאגט פארקערט טויש איך מײן מײנד און דען יבוא השלישי און נאכאמאל טויש איך מײנוגען
עניװועיס איך קען נישט װארטן סזאל װערן לעבידיג דא
Benjamin Franklin
ס'זעהט מיר אויס ווי דו שלאפסט גוט נאכן טשאלענט, יעדע מוצ''ש / זונטאג טיילסטו הייסע ווארע..
אפשר קען מען פוילען א שינת צהרים בששת ימי המעשה..
העי פרענקלין, דיין שפת פלפלין איז אויסצוגיין גוט! אפשר טאקע פונעם טשולענט ארויס, אבער די תוכן איז די אנדערע טייל טשולענט; די נפיחה!
אנאנים, זינט ווען פייניגט איינער טווערסקי אדער ליבי פאללאק? זינט ווען פייניגן חרדים דזשודי ברוין אדער שלום דין??
אנאנים, גאט געגעבענע רעכט? גאט ענדיגט דאך צו ובחרת בחיים.
(די נושרים גלייבן דאך נישט אין קיין גאט, האבן זיי נישט די רעכטן...)
דעת תורה, ער טייטשט אפשר ובחרת בחיים אויף חרד׳לאזע חיים. ווער ווייסט.
חרדי'לאזע חיים איז נישט די אישו. א מאדערן ארטאדאקס וואס האלט דעם שולחן ערוך איז אויך גוט. ער רעדט דאך דא פון פורקי עול, על כל פנים דער פותח האשכול האט זיכער גערעדט פון דעם.
קודם כל, זינט ווען דארף איינער וואס לאזט זיך אפ, כל עוף למינהו , קלאר שטעלן זיין באשלוס פאר די מידיא.
ער קען זיך אנהייבן א נייעם לעבן, אפמעקן זיין פארגאנגענהייט און א גוטן פורים.
צווייטנס, אויב וויל ער יא גיין צו די מידיא, איז ער בארעכטיגט צו זאגן וואס אים שמעקט, און דאס אז ער האט א פראבלעם פון באשמוצן זיין משפחה איז זיין אייגענעם פראבלעם, און סך הכל דער אלגעמיינער פראבלעם פארוואס פילע אנדערע האלטן זיך בכלל אפ פון איבערלאזן. (אריין אין די עלטערן'ס צער אשכול.)
דריטנס, וואס אימער ער באשליסט צו זאגן, האט יעדער רעכט צו קאמאנטירן דערויף וויאזוי אים שמעקט, אן אים דארפן דן זיין לכף זכות פארוואס ער האט באשלאסן אזוי זיך אומצוגיין.
און בעיקר האלט איך אז מ'זאל בעסער טרענירן די היימישע אינגעלייט וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די מידיא, עס כאפט אן איבל יעדעס מאל מ'זעהט די חברה מיט א פוסטע זעלבסזיכערקייט אויסגעשפרייט אויף די מידיא נעצן.
כיואב ועוד לקרא,
זייט ווען דארף יעדער אינווידיאל מיט טיילן, פאר גאנץ אמעריקע וועגן זיינע פריוואטע לעבנס באשלוסן, אויב וויל ער טוישן זיין לעבנס גאנג געזונטערהייט, וואס פעלט אויס עס צו דעקאמענטירן, אינטערוויאוען, ???
זייער שיין הרב בעני!
איין הערה האב איך. די נאמען נושר געפעלט מיר נישט. אויב ווילסטו אז די אנדערע צייט זאל זיך באציען צו די חרד'ישע קאמיוניטי מיט די פולסטן רעספעקט דאן דארפסטו נעמען דעם ערשטן טריט און אנרקענען אז די וואס טיילן זיך אפ פון די קאמיוניטי זענען נישט בלויז פירות הנושרין, די אפפאל פון די קאמיוניטי, די שוואכע מוחות וואס קענען זיך נישט צושטעלן צו אונזערע געהויבענעם לעבנסשטייגער. (חוץ אויב מיט דעם מיינסטו ארויסצוברענגען די ספרי מינים נושרין מחיקו). איך וואלט זיי ליבערשט גערופן פורשים, דהיינו מענטשען בעלי דעת וואס האבן באשלאסן זיך אפצוטיילן פון די ציבור ווייל עס שמעקט זיי נישט ארומצוגיין אין די געבראטענע היצן בעת די קאפ איז פארוויקלט אין די גלאנציגע שוואנץ פון א מינק און די גוף איז מעוטף אין א מאנטל מיט די גענויע קאליר איינצוזאפן די גרעסטע מאס זון שטראלן, אדער צוליב סיי וואס פאר אן אנדערען סיבה (עס זענען דא גענוג). דאן קען ער דערציילן פארן רעפארטער אז בעצם איז די היימישע קאמיוניטי א הערליכע, ואיש את רעהו יעזורו וכו' וכו' נאר די קאמיוניטי איז זייער טראדיציאנעל און נישט יעדער איז מסוגל צו לעבן אויף אזא לעבנסטיל, אבער ער אליין פירט נישט קיין שום געפעכט מיט קיינעם. פארשטייט זיך אז דער פורש דארף גוט מעסטן זיין ווערטער אז ער זאל חס ושלום נישט עובר זיין אויף מדבר שקר תרחק. ער דארף נאר זיין מגלה טפח ומכסה טפח. יעדע מטבע האט דאך צוויי זייטן, זאל ער נאר קאנצעטרירן אויף די גוטע חלק.
דעת תורה: חרדי'לאזע חיים איז נישט די אישו. א מאדערן ארטאדאקס וואס האלט דעם שולחן ערוך איז אויך גוט..
I love this one דו זאגט דאך יסודות אורים גדולים
מ'קען זיין א שלחן ערוך איד און זיין א MO איד, אמת, כ'האלט אויך אזוי..
די קשיא איז נאר אז לפי זה לא שבקת תורה לחרדים.. מיט וואס זענען מיר חרדים, מיט וואס זענען מיר מער אויב אין שלחן ערוך זענען מיר אויף די same page?
אהא, מיר זענען פרומער ווי די שלחן ערוך, נו, האב איך שוין דברים בפה הנושר וכדומה:
"איך האלט אז זיי זענען נישט די ארגינעלע אידן, און איך וויל זיין מער עכט איד, אזויווי מיינע עלטער זיידעס "...
יואב זאגסט פיין.
תחכמוני, אומווילנדיג ברענגסטו ארויס דאס וואס כאב שוין אמאל גע'טענה'ט און שלום דין מיט 'ממרום שלח' האבן זיך געאייסערט אז ס'נישט צום דבר. אויב זאל מען רעדן פון כעוורע וואס האבן די 'שפיצן אין היצן' פראבלעם... אדער די שווערע טראדיציע און אירע באגרעניצונגען... און דערפאר באשליסן זיי צו גיין לייכטער און אראפלאזן ערגעץ אין ברוקלין די שווערע לאסט פון 'שטריימל בעקיטשע' און אריבערפליכטן צו די 'נישט שטרענג טראדיציאנאלע' לעבנס שטייגער, דאן וואלטן אלע מידיא נעצן שטיל געשוויגן. ווייל ס'איז באמת א פארשטענדליכע זאך און ניתן להבין ולהאמר. די מידיא לייט למיניהם פארשטייען דאס און איך פארשטיי עס אויך גאנץ געוויס! און דערפאר האט קיין דזשורנאליסט נאך נישט גענומען די מיה אויסצופרעגן אפאר 'סיגעיטע' אידן וואס האבן זיך אביסל מאדערנעזירט זייער סיבה. אזוי אויך האט קיין דזשורנאליסט נישט גענומען די מיה און אויסגעפרעגט אפאר 'פלעטבוש פליכטלונגען' נאך זייער ריזן פאר זיך ארויספעקלען פון וויליאמסבורג קיין פלעטבוש. עס איז מובן. און אזוי ארום איז נאך נישט געזעהן אז א דזשורנאליסט זאל באזוכן אין בעסמעדרעש און כאפן א אינטערוויו מיט די 'בעקזיצער', די יונגע בויטשיקלאך וואס ווערן פאררופן אלס 'באמעס', די וואס לערנען נישט אזוי פלייסיג און שמעקן זיך אן אונטערן ארעם מיט שטארקע גערוכן איידער געהעריגע דיאודערענט, אויף זייער באשלוס צו זיין א הולך 'מ'דרכי אבות...
די הארבע פראגעס פון די מידיא (נניח, אז זיי זענען אינטערעסירט) זענען געוואנדן צו די וואס מחמת 'שפיצן אין היצן' אדער 'פאלם זאקן' ודומיהם לאזן זיי אפ אמונת אומן, און אנשטאט זיך טרעפן פלאץ אינעם ראם פון זייער רעליגיע אין בעסערע צושטאנדן, ווערן זיי פאלנע אטעאיסטן און און פורקי עול בכל מובניהם. דאס איז שוין אביסל שווערער צו ערקלערן, ווייל גאט האט דאך טאקע נישט געהייסן גיין 'שפיצן' און ממילא גייט שווער אין קאפ פארוואס מען דארף לויפן כאפן פארהייראטע ווייבער און ערקלערן אז גאט האט נישט געשאפן די וועלט בששת ימי המעשה! עס ווילט זיך זיי פארשטיין פארוואס נאכן גיין אין קאלעדזש נעבן מאנסי און לערנען אביסל חכמות האומות דארף מען שוין ארויסקומען מיט א העסליכן בוך קעגן עלטערן און משפחה און זייער טראדיציע!
דברים של טעם לימנע זאפט
די לאזערס האבן עפעס אזא מחלה פון זיך צוריק דרייען און אריין רעדן אין אונזער קאמיונעטי יעדע מאנטאג און מיטוואך אנשטאט אנפאנגן א חיים טובים מיט זייער נייע מהלך דאס גייט מיר נישט אין קאפ
@קאוועטרינקער, ווי לעמאן דזשוס האט שוין ארויסגעברענגט, די מידיא קאנצעטרירט זיך נישט אויף קיין היימישע קינדער וואס זענען געווארן ״בעדערענערס״... אויך נישט אויף די וואס גייען צו קלוגער אדער קענען נישט ביים פארהער.
לגבי דיין עצם שאלה די חילוק צווישן די 2 שטרענונגען, זיל קרי בי׳ רב הוא, שטודיר עס אביסל.
One who decides to live like an animal wont admit it. He will always come up with a sensible / spiritual reason. The question here is, what lie to say to the lie establishment AKA Media
לא עבדו ישראל עבודה זרה אלא כדי להתיר להם עריות בפרהסיה
איך מיין דאס לויפן צו די מידיע און זיין אבסעסירט מיטן עבר אנשטאט לעבן א טאג אינעם גרויסן וועלטל, קען ווערן ערקלערט ווי א פארפאלק וואס האבן זיך געליבט דערנאך צושיידט וועלן זיך רייסן ביי די קעפ און דערגיין די יארן איינער דעם צווייטן אנשטאט לעבן א ניי לעבן נישט צורו לאזן דעם עקס. עפעס אזא פסיכילאגיע.
לעמאן דשוס מאך דיך נישט תם'וואטע. יעדע אראפ-פון-דרך'ניק וואס האט קינדער ווערט גערודפט דורך די קינדער. דאס רעכנט אריין שלום דין, פערל רייך, פ. וויזעל, לוזער טווערסקי, ח. וו"ב, שאול גראסמאן ועוד רבים.
דעת תורה: דו טייטשסט אפ ובחרת בחיים אז דער אויבערשטער נעמט אוועק די בחירה? ובחרת בחיים איז א רעקאמענדאציע פון אויבערשטער, אבער א מענטש האט נאך אלץ א גאט-געגעבענער בחירה.
בד"וו, איך מיין אז ס'איז סך הכל דא א מנין OTD, איך הער די זעלבע נעמען נאכאמאל און נאכאמאל...
לעמאון דזשאוס. ליידער זענען דא אסאך וואס ליידן זיך אזוי אן פון די סיסטעם, און פאר אזוי לאנג, אז ביי די טיים זיי דיסיידן 'גענוג איז גענוג' האט זיי דער סיסטעם אזוי חרוב געמאכט אז זיי קענען זיך נישט גיין לעבן אן א.ג. רוהיגן לעבן ווי דער פלעטבושער אדער סיגעיטער, דער איז נעבעך א דעמעדזש!! צודען קענסטו נישט פארשטיין אז אזא איינער איז פארצער'ט? ער טראגט גריוו!
און נישט יעדער איז אומשטאנד זיך צו סעטלען, עס זענען פארהאן אזעלכע וואס מוזן פעיסן זייער עבר, אויפקלערן זייערע געפיהלן און אזוי ארום פיהלן זייער געגארטן צופרידנהייט. כ'פארשטיי נישט פארוואס מחזר'ט איבער יעדעס מאל די זעלבע אלטע אויסגעאקערטע שמועסן.
אין צוויי ווערטער. ס'דא מענטשן וואס זייער לעבן פיהרט זיך נארמאל אפ' ווען אנדערע פארשטייען זיי נישט.
און ס'דא מענטשן וואס ברויכן זיך פארענטפערן, און צופרידן שטעלן די געהויבענע אויגן ברעמען, (ווי אויך ווארענען אנדערע אויף די פאטענציעלע פראבלעמען) און הערשט דאן שפירן זיי אז זיי קענען זיין רוהיג, און פרובן פארגעסן פונעם עבר. פארגעס נישט. נישט אלעמאל קענען זיי בכלל האבן א געהעריגן לעבן.
ווען איינער וואוינט אין א הויז, אוואו ער האט פשוט נישט געפיהלט באקוועם, ציהט ער זיך ארויס און פטור אן עסק. אבער ווען עמיצער האט געוואוינט אין א הויז, וואו ס'האט אריינגערעגנט, קאלט געווען, שימל און לעכער, זוכט ער צו ווארענען אנדערע, און ערקלערן יעדעם פארוואס ער האט זיך ארויסגעצויגן.
און דאס וואס דו רעדסט פון זייער אטעאיזם, פארשטיי איך נישט פונקטליך.
זיי פיהלן אז זיי געהערן צו די אטעאיסטישע קאמיוניטי. און זייער לייף סטייל פון לעבן און לאז לעבן איז דער אוילטימאטיווע ציהל פונעם צוויי פיסיגן מענטש. אז דו האסט א פראבלעם מיט דעם, גיי פיהר א וויכוח מיט אים, נישט שפיי אים אפ! אה דו ווילסט נישט פירן וויכוחים? כאטש רעספעקטיר אז ער באשמוצט דיך אויך נישט. (פערזענליך)
בן תמליוןאיך מיין דאס לויפן צו די מידיע און זיין אבסעסירט מיטן עבר אנשטאט לעבן א טאג אינעם גרויסן וועלטל, קען ווערן ערקלערט ווי א פארפאלק וואס האבן זיך געליבט דערנאך צושיידט וועלן זיך רייסן ביי די קעפ און דערגיין די יארן איינער דעם צווייטן אנשטאט לעבן א ניי לעבן נישט צורו לאזן דעם עקס. עפעס אזא פסיכילאגיע.
ווען דיין זיידע האט דיר צו הונדערט און פוצגיסטן מאל פארציילט א פארטרויערטע מעשה פון לאגער האסטו אויך געפרעגט פארוואס ער איז אבסעסירט מיטן עבר, פארוואס ער גייט נישט אן מיטן לעבן? כ'בין נישט מדמה גארניצשט צום האלאקאוסט, אבער איך ברענג ארויס אז בעצם האבן מיר נישט קיין פראבלעם מיט מענטשן וואס באהאנדלן און פארציילן און דעבאטירן זאכן פונעם "עבר", ווארום רוב פונעם מענטשענס לעבן איז באזירט און "אבסעסירט" מיט ענינים וואס קען קלאסיפירציט ווערן אלס "עבר." מיר מאכן דערפון א פראבלעם נאר ווען מיר ווילן יעדעם שטיל מאכן פאר יעדן פרייז, און דאס איז איינס פון די אויסגעדראשענע קלישע כמו-ארגומענטן.
די כמו-ארגומענט טיט אזוי כלאחר יד אפווישן די גאנצע דיציפלין פון היסטארי, אנטראפאלאגיע, סאציאלאגיע און צענדליגע אנדערע ברענטשעס פון אקעדעמיע. זייט ווען זענען אנגיין מיטן לעבן און באהאנדלן דעם עבר מיוטוילי עקסקלוסיוו?
כ'מיין דער עולם וואס זיכט "נישט" צו אבסעסירן מיטן עבר זאל ארויפגיין אויף וויקיפעדיע און אנהייבן מעקן די "פריע לעבן" אפטיילונג אין די ארטיקל פון יעדן באשריבענע יחיד.
ברויןדברים של טעם לימנע זאפט
די לאזערס האבן עפעס אזא מחלה פון זיך צוריק דרייען און אריין רעדן אין אונזער קאמיונעטי יעדע מאנטאג און מיטוואך אנשטאט אנפאנגן א חיים טובים מיט זייער נייע מהלך דאס גייט מיר נישט אין קאפ
די תירוץ איז עבדים היינו לפרעה במצרים(עקס-קאמיונעטי), ויוציאנו ה' אלוקינו משם ביד חזקה ובזרוע נטויה. ואילו לא הוציא הקב"ה את אבותינו ממצרים(עקס-קאמיונעטי), עדיין אנו ובנינו ובני בנינו משועבדים היינו במצרים(עקס-קאמיונעטי), ואפילו כולנו חכמים, כולנו נבונים, כולנו יודעים את התורה, מצווה עלינו לספר ביציאת מצרים(עקס-קאמיונעטי), וכל המרבה לספר ביציאת מצרים (עקס-קאמיונעטי) הרי זה משובח.
בריליאנט, גימפל! יעצט פארטייטש פאר די כולו חכמים קאווע שטיבל מעמבערס דעם מהר"ל איבער דאס עמקות פון עבדות,חירות, און די טראנספארמאציע וואס קומט ארויס דערפון און איר שייכות מיטן סיפור. פאר די פשוטי עם, פארטייטש דעם דרך פקודך וויאזוי דאס ווערט פארווירקלעכט במחשבה, דיבור ומעשה.
יואליש מאכסט מיין שפיץ. אונזערע זיידעס האבן אנגעהויבן א ניי לעבן, משפחות געבויט ביזנעסעס און נישט אבסעסירט מיט היטלער און געבליבן געשטראנדעט אינעם חורבן. אן אריינגיין אין פרטים האבן די או טי דיס גארנישט צו ווייזן איבער זייער נייעם לעבן און דאס ברענגט זיי כסדר צוריק זיך צו ווייקן אינעם עבר זוכן א טי ווי ספאט שרייבן אן ארטיקל אדער בוך ווייל ער האט נישט קיין זאכליכס צו ווייזן פון די זייט.
נראה כדברי בן תמליון ולא כדברי יואליש
אנאנים, איך נעם דיך אויף פאר מיין רבי, זאג נאר וועלכע זייט דו ביסט, און איך קום מיט, עמך עמי..
בן תמליוןיואליש די מאכסט מיין שפיץ. אונזערע זיידעס האבן אנגעהויבן א ניי לעבן, משפחות געבויט ביזנעסעס און נישט אבסעסירט מיט היטלער און געבליבן געשטראנדעט אינעם חורבן. אן אריינגיין אין פרטים האבן די או טי דיס גארנישט צו ווייזן איבער זייער נייעם לעבן און דאס ברענגט זיי כסדר צוריק זיך צו ווייקן אינעם עבר זוכן א טי ווי ספאט שרייבן אן ארטיקל אדער בוך ווייל ער האט נישט קיין זאכליכס צו ווייזן פון די זייט.
פארשטייט זיך, אנדערע מענטשן האבן אנדערע דעפענישענס איבער "געשטראנדעט" און "געבויט" און "זאכליכס." אבער אן אריינגיין אין די ארגומענט (וואס ווערט ארומגעווארפן אפי' אויף די עירמאנט קאמיוניטי וועלכע איז א קאפי פון חסידיש קולטור אין טערמינען פון "סוקסעס") קודם האסטו אפגעטרעטן אז ס'איז אלרייט צו אבסעסירן מיטן עבר, דו לייגסט נאר צו א תנאי אז צו פארדינען די פריווילעגיע, מיז האבן געבויט א פרישע משפחה מיט צוועלעף קינדער און ארבייטן ביים דימאנט שלייפן מצאת החמה עד צאת הנשמה. האלטן מיר שוין ערגעץ.
איך פארשטיי נישט די גאנצע דיון דא.
מ'איז דן צו זיי זענען צופרידען, זה בכה וזה בכה, אבער פארוואס גיין ביז אהין.
לאמיר ערשט דן זיין צו אונז זענען צופרידען, ס'ביטער צו קוקן אויף זיך, וועגן דעם קוקען מיר אויף יענעם..
דאס איז אקוראט וואס איך וויל נישט רעדן. די צופרידנהייט ראטע, די סוקסעס ראטע, איז אלעס פיינע דיסקוסיעס וואס מיר קענען האבן און זאלן האבן. איך בין אבער יעצט אינטערעסירט אין די לויטערע טעאריע פון "אבסעסירן אין די עבר." איז עס אסור בהחלט בכל מקום ובכל זמן? אדער נאר ווען דער צד שכנגד אבסעסירט, אדער איז דאס א פריוויליגיע געשאנקן בלויז פאר די סוקסעספול און צופרידענע (כל אחד כפי דעפינישן שלו)?
יואליש איך בין נישט אויסן דא צו גיין אין צירקלען, וואס איך זאג איז, ווען דו לאזט איבער די וויגעלע אין וועלכן ביזט אויפגעוואקסן, און גיבסט איר א קאפע פון אינטן איבערלאזנדיק עלטערן ברודער שוועסטער אין בזיונות מילד גערעדט און שלאפלאזע נעכט מיט הארץ אטאקעס אין אפטע פאלן, שרייט פון זיך די פראגע וואס האסטו צו ווייזן דו האסט פארדינט מיט דעם טויש. בפרט ווען דו קומסט ווייזן דיין יפת תואר אויף טי ווי לעיני כל בית ישראל צו מסביר זיין ווי העראאיש דו ביזט איבערלאזנדיק א פרימיטיוון קולט, פרעגט זיך וואס פארקויפסטו היינט אויסער באשמוצן דיינע ברודער און שוועסטער?
קאווע טרינקער
לאמיר ערשט דן זיין צו אונז זענען צופרידען, ס'ביטער צו קוקן אויף זיך, וועגן דעם קוקען מיר אויף יענעם..
מיר רעדן נישט צו די מידיע, מיר פרעטענדען נישט גארנישט. וואס פארא פארגלייך???
הציץ ונפגע
דעת תורה: דו טייטשסט אפ ובחרת בחיים אז דער אויבערשטער נעמט אוועק די בחירה? ובחרת בחיים איז א רעקאמענדאציע פון אויבערשטער, אבער א מענטש האט נאך אלץ א גאט-געגעבענער בחירה.
מסכים, גאט האט אים געגעבן א בחירה. און גאט האט אונז אויך ספעציפיש אנגעזאגט וויאזוי אונזער האנדלונג דארף זיין אין באצוג צו די וואס פיקן די ראנג זייט.
בן תמליוןיואליש איך בין נישט אויסן דא צו גיין אין צירקלען, וואס איך זאג איז, ווען דו לאזט איבער די וויגעלע אין וועלכן ביזט אויפגעוואקסן, און גיבסט איר א קאפע פון אינטן איבערלאזנדיק עלטערן ברודער שוועסטער אין בזיונות מילד גערעדט און שלאפלאזע נעכט מיט הארץ אטאקעס אין אפטע פאלן, שרייט פון זיך די פראגע וואס האסטו צו ווייזן דו האסט פארדינט מיט דעם טויש. בפרט ווען דו קומסט ווייזן דיין יפת תואר אויף טי ווי לעיני כל בית ישראל צו מסביר זיין ווי העראאיש דו ביזט איבערלאזנדיק א פרימיטיוון קולט, פרעגט זיך וואס פארקויפסטו היינט אויסער באשמוצן דיינע ברודער און שוועסטער?
דאס איז נאך א צירקול אינעם קייט פון צירקולס. די הנחה אז מ'האט "געקאפעט" און דאס נעמען אין באטראכט יעדעם'ס שלאפלאזע נעכט און הארץ אטאקעס אבער נישט נעמען אין באטראכט דעם אינדיווידועל איז נאך א צירקול וואס ערלויבט נישט צו זעהן די אישו עט הענד, און ס'באהאנדעלט די אישו פון א געצוימטע איינזייטיגע פערספעקטיוו. פילייכט איז דאס אליינס אז מ'לעבט נישט אונטער די מאניפילאציעס פון שלאפלאזע נעכט און הארץ אטאקעס א טויש פאר מאנכע? פילייכט איז נישט יעדער אויסן צו "מסביר זיין ווי העראאיש" מ'איז? וואס פאלט אונטער דאס ווארט "בשמוצן"? איז פאשקעווילן ווארפן אויף א פרוי א קאטאגאריע פון באשמוצן?
די דעבאטע איז אינספירירט ביי די עירמאנט דאקומענטרי. איז דא סיי וועלכע סינעריאו אונטער וועלכע דו וואלסט געזאגט אז פאר דעם איז ערלויבט צו אנזייען שלאפלאזע נעכט? אויב סעם אינדיג ווערט א מיליאנער פון זיין סעווען עללעווען, האט 208 קינדער וועלכע קומען צו אים אויף יו"ט אנגעטוהן מעטשינג גראד פון סימיס אוו לאנדאן, און ער מאכט "שמחות" ביי אייניקלעך יעדן שני וחמישי - איז דאס א סוקסעס אזוי ווי דיין זיידע'ס וועלכע גיט אים די רעכט צו פארציילן זיין לעבען'ס געשיכטע? אדער וויבאלד ס'איז דא איינער וואס שלאפט נישט דערוועגן איז ער געצווינגן צו בלייבן שטיל?
איז דא א חילוק פון די שלאפלאזע נעכט פון די געמיינדע ביז שלאפלאזע נעכט פון דרויסענדיגע? איז טרערן אין א 39 אינטש בעט נאסער פון טרערן אין א 54 אינטש? ווי קומט דא אריין די עמאציענס?
ווען די פרעגסט די פראגע "וואס האסטו פארדינט פונעם טויש?" ביזטו גרייט אנצונעמען וואס אימער דער יעניגער גיט פאר אן ענטפער, אדער די פראגעס הייבן זיך ערשט דאן אן? "פארדעם האט זיך עס געלוינט? איז אמת וואס דו זאגסט? ס'מיז זיין אז...[פיל אין די בלענקס]."
יואליש איך וואלט דיר געגעבן דעם לעצטן ווארט איך וויל נאר אויסקלארן איך האב מיר נישט באצויגן צו די עירמאנט קומיוניטי וואס זענען אפשר פיינע אידישע קינדער. איך האב מיר באצויגן צו די אפיציעלע או טי דיס וואס זענען ברוגז אפילו אויפן ננתקה.
מען צירקלט און מען צירקלט באלד ווער מיר אלע מחוגים!
@הציץ ונפגע פארוואס פאררופסטו שלום דין אלס גערודפט פון זיינע קינדער אפשר רודפט ער זיינע קינדער וכן הלאה. קיינער רודפט נישט קיינעם וואס וויל אפיציעל זיין א סיגעיטער, פלעטבושער, און אפילו אוטידי...רודפ׳ן טוט מען די מענטשן וואס טוען בשרירות לבם מה שלבם חפץ זיי גייען נאך זייער הלל רשע על תאות נפשם און ווילן דוקא וואינען אין קרית יואל אדער דוקא שיקן די קינדער זייערע אין היימישע עהרליכע מוסדות התורה והחינוך...
האט איינער גערודפט די לאוען משפחה פון קאנאדע? אז א מאן טראגט אליין אפ וועט זעלבסטפארשטענדליך זיין א קריגעריי איבער די רעכטן אויף די קינדער...אויב פירט זיך די טאטע שלא עפ׳י תורת משה המסורה לנו וועט אויטאמאטיש זיין א מלחמת קודש איבער די קינדער פונקט ווי נחמן שטארקעס אויף זיין אויף זיין אייניקל ׳יאסעלע׳...אבער אז ער איז עושה מעשה זמרי, לויט די באטרעפנדע מוסד׳ס באשטימונג און איז מבקש שכר כפנחס, דאס איז היפאקריטיע און אוממאראליש, זינלאז און דום. און פאסט גארנישט פאר אן אויפגעקלערטע אוטידי׳ניק וואס האט א ברייטערע מח ווי מיין זיידנס ביבער הוט.
@יואליש, יא ס׳קלאר ווי טאג אז א בענאק וואס זוכט זיך אויס א בעסער לעבן און אנשטאט גיין אין דיימאנט שלייפעריי אדער ביי שרייבער אין געשעפט צייגן ווידיאו מאשינדלעך פאר ניו יארקע טוריסטן גייט ער אין געזעץ שולע און מאכט דורך די ׳באר׳ און פראקטיצירט געזעץ אלס א געלונגענע אדוואקאט און הייראט דאן מיט א אהובה פון זעלבן באנק אין שולע, זי איז א קראנקן שוועסטער אין א לאקאלע שפיטאל און האלזט דערנאך א קינד צוויי און ארבעטן נישט פון פרייטאג מיטאג ביז מאנטאג אינדערפרי....
וואלט לסוף היום געקענט זיין א מקור צו נחת און אפשר אפילו אידיש נחת פאר זיינע דיימאנט שלייפער פאטער און קאקאש קעיק פארשמירטע מוטער! יא, און כבר היה לעולמים
לעמאן דזשוס
האט איינער גערודפט די לאוען משפחה פון קאנאדע?
יא. מער ווי איינער. מער ווי איינמאל.
נישט סתם.
ווען נישט די רדיפות וואלטען די קינדער געלערנט אין ישיבה.
כהאב נישט געליינט נאכנישט דער גאנצער אשכול, אבער יש לציין למה שכבר עורר מוהר"ר ריטשערד מאקס-פערד שליט"א אז רעליגיע נעמט זיך עפעס אלעמאל אזא רעכט צו ווערן באליידיגט און שרייען אז מפירט זיך נישט צו איר מענטשליך בשעת וואס זי גיט נישט די רעכט פאר אנדערע, און די וועלט פארשטייט עפעס אסאך מאל אז מטאר נישט פוגע זיין אין די פילינגס פון גלויביגע אפילו ווען די פילינגס זענען פון א ראציונאלישער קוק געבויט אויף נארישקייטן און זענען נישט בארעכטיגט, משא"כ פאר נישט רעליגעזע פילינגס גיט מען נישט אזא פריווליגיע. ואולי האט דער נושא דא צוטוהן מיט דער חוסר-סיממעטרי.
יידללעמאן דזשוס
האט איינער גערודפט די לאוען משפחה פון קאנאדע?
יא. מער ווי איינער. מער ווי איינמאל.
נאכן אוועקגיין פולי? אדער ביי די בין השמשות פאזע?
בין איך דער איינציגסטער דא וואס ווייסט נישט וואס איז געשעהן מיט די לואן משפחה?
Just trying my luck
אויב איינער וויל מיר אויסזאגן די סוד.
לעמאן דזשוסיידללעמאן דזשוס
האט איינער גערודפט די לאוען משפחה פון קאנאדע?
יא. מער ווי איינער. מער ווי איינמאל.
נאכן אוועקגיין פולי? אדער ביי די בין השמשות פאזע?
און די נפק"מ כאפט ווי?
לעמאן דזשוסיידללעמאן דזשוס
האט איינער גערודפט די לאוען משפחה פון קאנאדע?
יא. מער ווי איינער. מער ווי איינמאל.
נאכן אוועקגיין פולי? אדער ביי די בין השמשות פאזע?
אוודאי ביי די בין השמשות פאזע.
אדרבה, זאג מיר פונקטליך וויאזוי מ'קען זיי רודפ'ן יעצט, אנהאלטן אין מקווה ? מאכן פראבלעמען ביי די מוסדות ? סקילה ? שריפה ? הרג? חנק?
יואלישלעמאן דזשוסיידללעמאן דזשוס
האט איינער גערודפט די לאוען משפחה פון קאנאדע?
יא. מער ווי איינער. מער ווי איינמאל.
נאכן אוועקגיין פולי? אדער ביי די בין השמשות פאזע?
און די נפק"מ כאפט ווי?
ליין ביטע מיין פריערדיגע תגובה...די בין השמשות פאזע איז א ׳עושה מעשה זמרי ומבקש שכר כפנחס׳ פאזע און דערפאר זענען די רדיפות א זעלבסטפארשטענדליכע און אפשר בארעכטיגטע רעאקציע. האלטסט אנדערש, אדרבה עלעבאריר.
@לעמאן, אין די לאווען פאל, האט זיך עס ג'האנדלט פון א מאן, פרוי, מיט 4 קינדער, וועלעכע האבן זיך מינהאזאם אפגעפעקלט.
ס'נישט געוועזן אלזא אינערליכע ראבערייען, אבער אינדרויסן פארשטייט זיך יא, די 4 קינדער זענען פארשטייט זיך געוועזן אין ספאט לייט פון די אינדרויסנדיגע אמפערייען.
ווידעראמאל פאקריכט מען דא, און למען האמת פארשטיי איך בכלל נישט דער אינהאלט פון דעם אשכול.
מען דעבאטירט נישט דא די רעכטן פון די יעניגע וואס לאזן זיך אפ, און ווי אויך איז דער רעדע נישט פון די קאמף די חסידים נעמען אונטער.
ווי כאילו דאס איז די איינציגסטע פראבלעם וואס שטעקט ביי אונזער געמיינדע, און טאקע דעם ספעציפישן אספעקט צילט מען, ווייל מן הסתם קען מען דאס טאקע פאריכטן.
די אשכול האט זיך ארויסגעלאזט אויף א יאגד נאך א ניסוח פאר די פרעסע, וואס אויף דעם האב איך פריער געשריבן, ווייס איך נישט פונקטליך וועמען מ'צילט דא.
איך קען גענוג מענטשן וואס האבן זיך אוועקגעשיידט פון זייער פארגאנגעהייט, דאס הייסט פארגעסן דערפון, אויסגעשטיגן גדולים אין די וויסענשאפטליכע פעלדער זיי האבן זיך אריינגעלייגט, זיי האבן נישט געפילט א פליכט קלאר צו שטעלן די מידיא זייער אגענדע און מאטיוון, און שלום על ישראל. די סארט וואלט איך באצייכנט אלץ ריאליסטישע מענטשן, אמת טאקע א מספר יארן האבן זיי פארלוירן, אבער מיט וועמען שלאגסטו זיך, און וואס וועסטו פארדינען, כאפ די איבריגע יארן, און האטס מיר און זייטס מיר. פון זיי רעדט מען דאך נישט.
ווידעראום זענען פארהאן די וועלעכע קענען זיך נישט אפשאקלען פון זייער פארגאנגענהייט, צו ווייל זייער באשעפטיגונג איז אנצופירן בלאגס מיט א וואכזאם אויג אויף חסידים, צו ווייל זיי דרייען זיך צווישן חסידים, יעדער שריט אין לעבן וועלן זיי ווייטער צוריקומען צו זייער פארגאנגענהייט, אא"וו.
ולא כיואליש, וואלט איך דאס נישט צו געגליכענט צו די האוליקאוסט איבערלעבער, נאר ליבערשט צו די פאלעסטינער פליטים, וואס לאמיר זאגן ממי שאמרו איז נישט גערעכט און מ'האט זיי טאקע אוועקגעכאפט די שטחים, פארשטייט א נארמאלער מענטש אז גערעכט זענען זיי, אבער שוטים זענען זיי אויך. כ'מיין דריי איבער א וועלט, מאך משוגע די מענטשהייט, ווידמע דיין גאנצן לעבן הנשאר לך לפליטה צו ווייטאגען אויף די אומרעכט,הרג'ע אוועק דיין אייגענע לעבן און זיי גערעכט.
פאר די מענטשן פארשטיי איך נישט וואס די שאלה דא איז, ער האט רעכט צו זאגן פאר די מידיא וואס אומער אים שמעקט, איי ער וויל נישט וויי טוהן זיין משפחה ? איך האב שטארק מיטלייד מיט אים, אבער עס איז סך הכל זיין אייגענע פראבלעם, און ווי געזאגט פריער דער אלגעמיינעם פראבלעם פארוואס צענדליגע האלטן זיך בכלל אפ פון אוועקגיין.
סאו דער אשכול איז געווידמעט צו פארשטיין גיבן דעם חסידישן געזעלשאפט ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די ארויסגעפאלענע ?
גוט מארגן, קודם כל איז נישט דא מיט וועמען צו רעדן, ואילו ס'יא דא, וואס איז דער אשכול אנדערש ווי פילע אנדערע.