בריוו צו די רעדאקציע
112 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3452
בריוו צו די רעדאקציע
כמעט יעדע צייטונג (אויסער די שטערן) האט א פלאץ פאר בריווען וואס לייענער שיקען צו די רעדאקציע.
א סאך מאל איז עס זייער אינטערעסאנט און א סאך מאל גראבע נארישקייטען.
איך וועל דא לייגען וואס סע קען זיין אינטערעסאנט און איך הייב אן מיט א נארישע..
📎 2013-04-14 18.49.15.png
נארישע טענה.
דו מיזט נישט קויפען אויב סע טייער. איך וויל יא קויפען אפי' אויב סע קאסט טייער.
וואס איז מיט לכבוד שבת?
די לייענער אין די בלאט גלייבען נישט אז וואס מע קויפט פאר שבת באקומט מען צוריק?
פון צייט צו צייט הערט מען טענות היתכן פארשידענע בתי עלמין'ס האבן נישט גענוג ביסקיסעס אויף'ן שטח און אפ' ווען יא שטעלן זיי נישט צו גענוג טוילעט פעיפער. דער ענטפער פון די ח"ק איז אבער אז דאס איז וואס מ'דארף געווענליך און דאס איז וואס מיר שטעלן צו.
אני 'הקטן והקאקער' דער בריוו שרייבער האב אבער א טענה קעגן די סאטמערע בתי חיים'ס וואס שטעלן זיך אהער צו האבן די בעסטע סערוויסעס צוגעשטעלט און פארגאנגענעם כ"ו אב בין איך געווען אויפ'ן ציון און ס'האט געהערשט אזא חאזעריי, אלע טוילעט'ס זענען געווען אנגעחאזערט, פארשטאפט מיט 99 טישוס. עס איז א פארברעך אריינצוברענגען ביסקיסעס, אויב מ'איז געצווינגען זיך צו באפארענען מיט אזא שטונק און שמוץ. דאס מציאות האט איבערגעוויזן אז א נארמאלע מענטש קען זיך איינהאלטן דורכאויס די זעקס שעה ביים ציון, אפ' נאך דעי קאלעי וואסער און קוקיס, און אומגעהויערע בויך קרעמפן וואס קומען נאכן זיך ארומדרוקן און שטופן אינעם אוהל.
נו אויב אזוי פארוואס קען מען זיך נישט איינהאלטן פון גיין אין טוילעט ביז מ'קומט אין גרויסן ביהמ"ד און די הויזן פאלן??
lookes like you use kava shteibel as your toilet
או מיי גאט... ביסקיסעס. דיין תגובה איז זייער זייער פאני
ער לייגט זיינע נסיונות אין די איד......
📎 נסיונות.jpg
איך לויף שון ארוס אויף לי
ס'איז א קאמפליצירטע נושא, ווייל פין די צווייטע זייט דארף די עזרת נשים יא קאמפיטען מיט די גאס כדי צי געפעלען פאר זייערע מענער, וואס דאס איז א שמירה פין א עבירה, (אין בכלל איז נישט געזונט ציפיהל צי באבערען מיט זייערע נאטורליכע אינסטינק וד"ל)
אלא מאי דארף מען וויסען די ריכטיגע באלאנס, איז דא גדרי הצניעות, אבער ווען די הייבסט אן מיט די קאליר, דאס יא דאס נישט, איז מייניך שוין אביסעל איבערגעטריבען, ווייל יעדער פרומער ווערט אנגערייצט פין עפעס אנדרעש, קען אויסקומען אז די נשים דארפען גיין מיט שמאטעס אין מיט א זאק אויף די פלייצע, ביז ס'וועט קומען איינער אז דוקא דאס רייצט אים אן ......
אלא מאי, מען דארף זיך היטען די אויגען סיי אויף די גויאישע אין סיי אויף די אידישע גאס, אין לאז די נשים זיין נשים ווילאנג ס'איז אין די נארמאלע גדרי הצניעות, אין פארשטיי אז א גאס איז א גאס, אין אויף די גאס ברויך מען זיך אלעמאל היטען,
חזקיהו, זייער גוט זאגסטו, דברים של טעם!
אגב, וואס מיינט "בליק ספק"?..
(און נאך א חומר למחשבה: וואס טראכטן די יונגע מיידלעך וועלכע ליינען דאס?)
שמעקעדיג(און נאך א חומר למחשבה: וואס טראכטן די יונגע מיידלעך וועלכע ליינען דאס?)
וואס גיט דיר די בריוו מער חומר למחשבה לגבי יונגע מיידליך ווי סיי וועלכע אנדערע זאך וואס רעדט פון צניעות?
און וואס טראכטען יונגע בחורים פארשטייסטע יא?
וואס האסטו געטראכט אלץ בחור?
ס'דא פילן פאר אזעלכע מענטשן.
א געניעלע איינפאל! אבער איך האב אין מיין לעבען נישט באגעגענט קיין זיבן פיסיגע שפין, זאג עם ער זאל שנעל מודיע זיין פאר די ספיידעריסטן און שפין פארשער אז אין וויליאמסבורג דרייען זיך זיבן פיסיגע ספיידערס.
די איינציגע רעפרענס וואס איך קען טרעפן אנ-ליין אויף די וועב צו א זיבן פיסיגע ספיידער איז
דאס (אויך כעין א בריוו צום רעדאקציע), און
דאס, זעט אויס ערגעץ אין מאדאגאסקאר (די מקור פון ליפא'ס אבי מ'לעבט ניגון) איז יא דא א זיבן פיסיגע ספיידער, שוין, אלעס איז די קליפה ליפא שולדיג.
זר זהב
איין בריוו וואס כאב אויך געטראכט צו לייגען און כאב א פאר פון די בלאט.
ידעןער לייגט זיינע נסיונות אין די איד......
איך האב געוואלט אנרירן א ענין.. אבער כ'וועל מיך איינהאלטן.
נו, מען טאר נישט צורירן, האט מיין רבי געזאגט.
גוט אז דו האלטסט זיך איין.
סע זייער א גוטע איידיע
📎 געסט ביך.jpg
ידעןסע זייער א גוטע איידיע
חחחחח
אפשר זאל מען סקענען יעדער ווען מען קומט אריין (פארשטייט זיך יעדער זאל האבן א טשיפ)
א סקענער ברויך האבן א קאמפיוטער דערצו, און דאס איז גע'אסר'ט שלא לצורך ביזנעס אין דער בלאט.
איך עפן א ביזנעס פון אריינסיינען דיין נאמען ביים חתונה, איך וועל האבן עידזענטס אין אלע געגענטער, א לאקאלע חתונה קאסט פינעף דאלער א סיין אריין, לאנג דיסטענס קאסט מער, ווי אויך וועט זיין א יערליכע פעקעדזש מיט א מאקסימום פון 200 חתונות. נאר ערענסט אינטערעסירטע זאלן לאזן א מעסעדזש.
ווער וועט באצאלן פאר די סערוויס? דער פון-געלט-אויסגעדראשענער מחותן אדער די וועלכע סיינען זיך איין?
וועט מען קענען אריינסיינען דורך אימעיל? (דאס וואלט נישט געווען שלעכט...)
(און נאך א חומר למחשבה: וואס טראכטן די יונגע מיידלעך וועלכע ליינען דאס?)
און וואס טראכטן די בחורים ווען זיי לייענען די צניעות אנווייזונגען אינעם איד? אין מיינע צייטן האבן די פלאקאטן געדינט אלס דער בחור'ישע שמוציגע מאגאזין.
@שמעקעדיג, האסט מיר שלעכט פארשטאנען, אויב גייסטו טאקע צום חאסענע איז פרי אריינצוסיינען, נאר אויב ווילסטו איך זאל אראפגיין שטאט דיר אין פוד סטעמפס אפיס קאסט ער א פיאסטער, אזוי אויך, אויב ווילסטו איך זאל זיין דיין "כמו", דאן קאסט עס א פרייז.
געפילטע אפער מיט צי ארבעטן מיט די חתונה תקנות און רעכן נאר האלב פרייז
מען וועט מאכן א גמח אריין צישרייבן די נעימן
איך קלער דעיס געהער פאר מסעסקים
מעט לייגן די ביך נעיבען די טעיפס וואס מען רעקארדירט ביי די ניחם אבילם א יעדן רעיבל
אדער ארויף שיקן צים ציון הקדוש
אין לגבי די ספיידערס האביך פראבירט אויס צי רעכענען די גימאטריא, האביך געדריקט אויפן קאמפיוטער <a class="postlink" href="http://www.com">http://www.com</a> איז ציריק א אנטווארט "איר האט געדריקט א אימריכטיג קנעפל"
הרה"ק מבעלזא א סאטמאר חסיד?
דער היינטיגער בעלזע רב האט אויך געלערנט די ערשטע יארען אין סאטמער ווילי, (ווען ער האט געוואוינט ביי זיין פעטער שמואל וועבער)
אויך אין קטמון. ער האט טאקע געזאגט פאר סאטמארער רב ווען ער איז עם געפארן טרעפן אין מיאמי בשנת תשל"ג "איך בין א תלמיד פון רבין".
זייער א שטארקע פירצה
📎 image_Blatt_1.jpg
צווייטע פארזעצונג..
📎 image_Blat.jpg
משומר פילטער איז א פרנסה?
ווענצעך פאר וועמען..
📎 image.jpg
אז ער קען שוין נישט ארום בראוזן איבעראל ווייל זיין פילטער בלאקירט עס איז דא מער צייט צו ארבעטן.
לעקציעס פון שבעה..
און א לעקציע פון א קליין קינד..
📎 image.jpg
טאמס! קומענדיגן יאר וואלט איך פארגעשלאגן אז איינער זאל דארט ברענגען נערווען פילן, ער וואלט געהאט מער קונים דארט פאר דעם....
📎 IMG-20131128-WA0001.jpg
לעצטנס רעדן זיי יעדע וואך פון קאווע, קאווע אהער קאווע אהין, די וואך, אז קאווע איז נישט געזונט פאר קליינע קינדער...
זעהט אויס די סעילס ביי המעיל איז שוואך, די קאמפאני האט די וואך נאכאמאל אריינגעלייגט א המעיל בריוו. די תוכן, אז מ'דארף האבן צוויי, איינס פאר דערוואכן און א צווייטע פאר שבת.
מגן דוד צוגיין ווי שניי..
📎 image.jpg
אז מען מאכט שוין חוזק פון די בריוו צו די רעדאקציע, איז כדאי צו ליינען ווי די אייוועלט חברה מאכן חוזק דערפון:
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=22168">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=22168</a>
קיינעם אינטערעסירט נישט אייוועלט. יעדן טאג ברענגן ניקס דא אהער לינקס פון דארט, שוין גענוג געווען.
האסט געמאכט א שטודיע?
איך ווייס פון 2 ניקס וואס זיי אינטרעסירט עס יא.
רעכט בארגט פון לינק..
📎 image.jpg
שמעקעדיגהאסט געמאכט א שטודיע?
איך ווייס פון 2 ניקס וואס זיי אינטרעסירט עס יא.
איך בין פון די 2?
איך לייען קיינמאל נישט אייוועלט און ווען סיז דארט עפעס אינטערעסאנט וויל איך אז מע זאל ברענגען דא פון זיי.
2 בריוון צו "דער בלאט", אבער איך גיב ביידע גערעכט, די בריוון זענען פיין וירבו כמותם.
.
📎 Blatt letters.JPG
ביידע בריווען האבן א דירעקטע שייכות מיט די דירות קריזיס. געשוואלענע רענט און בויען הונדערטער דירות מיט די בעדרומס צו טערואטור ווי ס'פאר א 200 ביגווילס א שבת נאכמיטאג אן קיין פארקס פאר קינדער - איז אלעס צוליב די הויכע פארלאנג פאר דירות אין איין סקווער מייל.
און איך מיין אז די רבנים ודרשנים זאלן ליבערשט ספענדן זייערע ווערטער מסביר צו זיין אז מ'זאל איבערלאזן וומסב"ג
מיט דעם אלעם איז פאפא רב ז"ל געווען א בעל יסורים כל ימיו.
שמעקעדיגהאסט געמאכט א שטודיע?
איך ווייס פון 2 ניקס וואס זיי אינטרעסירט עס יא.
איך ווייס פון לכה"פ צוויי ניקס (ווען איך קוק אין שפיגל.) וועלכע כאפן פון צייט צו צייט א בליק אין "איי וועלט."... 😕 😎 😂 😠 😛 😳 🙄 😉 😮
וואס זאגן די דאקטורים צו מקוה וואסער אויפן לייב א יעדן טאג?