יעדער קען זיין צופרידן.
בריוו צו די רעדאקציע
112 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3452
דאס ווייזט אז ווען מען גיבט מענטשען די פרידאם אוו טשויס איז כמעט יעדער צופרידען.
מען דארף אויפהערן צו לעבן אין איין שטאט. אין איין באקס. איין דרך החיים. יעדער די זעלבע העמעד. די זעלבע רעקל און פונקטליך די זעלבע סייז מציבה.
מען דארף לאזן מענטשען וועלן ווי זיי ווילן וואוינען. ווי זיי ווילן דאווענען. גיין וועלעכע קאליר העמעד זיי האבן ליעב. געבן ביי א וואך נאכט וועלעכע סארט עסן ער האט ליעב. גיין וועלעכע מין הוט ער האט ליעב ווען ער וויל. לאזן די טעכטער גיין וועלעכע קאליר טייץ זיי האבן ליעב. לאזן חתנים וועלן וועלעכע ניגון צו זינגען ווען זיי קומען אריין צו זייער אייגענע חתונה.
בקיצור לאזען מענטשען מאכן זייערע אייגענע בחירה און א וועלט וואס איז באשאפען געווארען פאר מענשען צו האבן א בחירה...

גנדי זאגט א טיפע נקודה. א מענטש איז א בעל בחירה און נאר בחירה וועט אים געבן אינערליכע צופרידנהייט וכעין מה שאמרו אין אדם לומד אלא במקום שלבו חפץ.
זומער איז א צייט וואס מען לאזט אונז אביסל וועלן ווי אונז וויל מיר וואוינען. מיט וועלעכע מיני מענטשען צו פארברענגן. אנגעטוהן ווי אזוי אונז האב מיר ליעב. וכו׳ וכו׳
רוב פון די וואס בלייבן אין שטאט האבן אזוי אויסגעוועלט ווייל זיי האבן נישט די עקסטערע 6000$...
מיט אזא בחירה..
מיט אזא בחירה..
זומער איז מיין פעוואריט צייט. איך דארף נישט אנטוהן מיין הוט צו גיין צום מקוה ערב שבת...
ישמעאל הכהןרוב פון די וואס בלייבן אין שטאט האבן אזוי אויסגעוועלט ווייל זיי האבן נישט די עקסטערע 6000$...
מיט אזא בחירה..
אמת. אבער עס איז נאך אלץ א בחירה. ווען איך מאך חתונה מיין קינד האב איך נישט די בחירה נישט צו קויפען איטעליאן פורניטשור ווייל איך האב נישט דו $6000
ווען איך האב א בן זכר האב איך נישט די בחירה נישט צו מאכן א וואך נאכט ווייל איך האב נישט קיין געלט.
ישמעאל הכהןרוב פון די וואס בלייבן אין שטאט האבן אזוי אויסגעוועלט ווייל זיי האבן נישט די עקסטערע 6000$...
מיט אזא בחירה..
נישט אמת, איך, מיט נאך אסאך אנדערע, האבן יא די 6000, נאר וועלן ענדערש אוועקפארן ערגעץ אויף א וואך, ווי זיך אריינקווענטשן אין א באנגעלוי פאר צען וואכן.
טאקע אויך אמת.
ישמעאל הכהןיעדער קען זיין צופרידן.
ישמעאל הכהן (הגדול(. ייש"כ פאר ברענגען דעים בריעף. וואו איז עס געשריבן געווארן. זיכער נישט אין בלאט. ווייל דארט האביך נאך לעצטנס נישט געטראפן קיין איין נארמאלן, שכל'דיגן בריעף. א יעדער וואס האט בויכווייטאג קען עס ארויסגעיבן אין די קלום "פון פענע צום בלאט"... 😕 😂 🙄 😳 😉 😮
ס'איז אין ''דער איד'' פון דע וואך
-
א חשובער ערליכער אינגערמאן וואס פארמאגט נישט קיין אינטערנעט ער קען נעבעך נישט טרעפן קיין פארקינג גיסט ער זיך אויס דאס הארץ מיט א בריוו צו דער בלאט, איי וועסטו פרעגן פון ווי איך ווייס אז ער האט נישט קיין אינטערנעט ? ווייל ווען יא וואלט דער יעניגער געשריבן זיינע צרות יגון ואנחה אויף ״קאווע שטיבל״ נאר היות מיר האבן גארנישט ערהאלטן וועט מען מוזען איינזעצן אז דא רעדט מען פון אן אכשר־דרא׳ניק
"קינדערישע און פיקאנטישע בריוו"...
.
.
.
שמעקעדיג: ייש"כ פאר ברענגען די זיסע נארישע, קינדערישע בריעף. נאר איך האב עס אויכעט געליינט דארט. איך האלט אז מ'זאל לכבוד תשעה באב, צו פארטרייבן א ביסל די טרויעריגע שטימונג (בבחינת ווארפן "באבקעס" אום תשעה באב אין ארץ ישראל) ארויסגעיבן א באנד פון די אלע בריוון וואס זענען ערשינען אין "פענע צום בלאט" אין די לעצטע זעקס חדשים. כ'בין זיכער אז דער עולם 'עט שטארק הנאה האבן.
הכותב מתוך צחוק ושחוק. דוב בער, המכונה בערל בעל עגלה. 🙄 😂 🙄 😂 😛 😳 😉 😮
הכותב מתוך צחוק ושחוק. דוב בער, המכונה בערל בעל עגלה. 🙄 😂 🙄 😂 😛 😳 😉 😮
אין דער איד די וואך.
# נישט שיין
.
# נישט שיין
.
שמעקעדיג: ייש"כ. דער בריוו איז מורא'דיג. ס'הייסט אן ע"ה בלייבט אן ע"ה. .. 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😛 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮
שמעקעדיגשיך בענדל
אייוועלט האט קאפירט מיין בריוו
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=897373#p897373">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 73#p897373</a>
(אפשר זאל איך יא אנהויבן נוצן דעם וואטערמארק?)
שמעקעדיג[
(אפשר זאל איך יא אנהויבן נוצן דעם וואטערמארק?)
יא נוץ עס
אוי בין איך מקנא דעם פערזאן מיט זיינע שווערע דאגות 😂 😂
.
.
מיר פירן זיך צו גריסן א גוטן מועד, סברענגט גוטע זכרונות..
מ'פירט זיך צו ווינטשן "א גוטן דאקטאר".
וואס זאגט איר צו דעם בריוו?
ס'זעט אויס ווי א טראָיאַנער פערד. אבער ס'מוז נישט זיין.
איך זעה נישט וואסי שלעכט מיטן בולעטין בריוו. פארשטייט זיך איך אידענטיציפיר נישט מיט זיינע דיעות (און דער שמועס מיטן מגי''ש איז ל''ד פארגעקומען) אבער דאס ווייסט יעדער אז עס זענען פארהאן סאטמארע (עקסטרעמיסטע) אידן מיט אזוינע דיעות.
רויטע וואנצעסמ'פירט זיך צו ווינטשן "א גוטן דאקטאר".
צ''ל א גוטן דאטקער פאר דעם רעדאקטאר .סגראמט אפילו..
פלאוויוסס'זעט אויס ווי א טראָיאַנער פערד. אבער ס'מוז נישט זיין.
פלאוויוס: יעצט זיי מסביר פאר אנשי שלומנו, טאקע דעי מענטשן וואס זעען נישט גארנישט און הערן נישט גארנישט און ווייסן נישט, אדער ווילן נישט וויסן פון גארנישט, וואס א "טראיאנער פערד" איז. או.קעי. א פערד ווייסט א יעדער וואס ס'איז. אבער, א טראיאנער. אפשר א באיאנער, וואלט ער שוין געוואוסט. ניין , דאס אויכעט נישט ווייל דער טאטע האט עים "פראטעקטעד" פון וויסן פון אנדערע שיכטן און קרייזן... 🙄
מילא ער װיל נישט זײנע קינדער זאלן זען א ציוני אקעי זאל זײן. אבער האבן א פראבלעים מיט אנדערע אידן? פרומע אידן, אפגעהיטענע
אידן װאס זעהן נישט אויס װי סאטמערע? איך מײן אז עס פעלט איהם אביסל אהבת ישראל. (און שכל)
אידן װאס זעהן נישט אויס װי סאטמערע? איך מײן אז עס פעלט איהם אביסל אהבת ישראל. (און שכל)
petergrifinמילא ער װיל נישט זײנע קינדער זאלן זען א ציוני אקעי זאל זײן. אבער האבן א פראבלעים מיט אנדערע אידן? פרומע אידן, אפגעהיטענע
אידן װאס זעהן נישט אויס װי סאטמערע? איך מײן אז עס פעלט איהם אביסל אהבת ישראל. (און שכל)
דעיס איז דאך געווען די באהאלטענע אגענדא אין יענע ק"ק,. דאס ווערט דארט אנגערופן מיט דעם שיינעם נאמען. "תורת התבדלות"...!
כ'האב דאס געפינען אין מיינע ארכיוון פון א צייט צוריק (איבער א יאר), כ'מיין עס איז נאכנישט געווארן ארויפגעשטעלט.
.
.
וואס איז עס אנדערש פון יישר כח, נישט דא פארוואס?
אזוי ווי עס אידישט זיך אזוי גויאישט זיך
(שמעקעדיג פליז שיק צריק מיין תשובה צו די בלאט אפיס) טענק יו די קענסט ענטפערן נאו פראבלעם אז די ווילסט!
אזוי ווי עס אידישט זיך אזוי גויאישט זיך
(שמעקעדיג פליז שיק צריק מיין תשובה צו די בלאט אפיס) טענק יו די קענסט ענטפערן נאו פראבלעם אז די ווילסט!
די פראבלעם מיט די נארישע בריוון זענען צווייפאכיג,
די וועלט זאגט, נישט אלעס וואס דו טראכסט זאלסטו שרייבן, און נישט אלעס וואס דו שרייבסט זאלסטו אפדרוקן...
די ערשטע פראבלעם דא איז קודם כל א פלא אז א מענטש האט בכלל אזעלכע מאדנע דאגות נעבעך, ס'קומט געווענליך פון צופיל ליידיגגיין, אבער שוין, טראכט וואס דו ווילסט, אבער שרייב עס נישט!
והשנית והיא העיקר, אז יענער ש.א.ל. (עפעס מיט די נייע מאדע שאלן?..) האט שוין יא געשריבן וואס ער האט געטראכט, ווי איז די שכל פון די רעדאקציע עס צו דרוקן?

קאם אן שמעקי זאג מיר נישט אז דו מיינסט באמת אז איינער שיקט אריין די בריוון צום הויכגעשעצטער בלאט רעדאקטער ,איין באורד נישט צו קליגע בחור'ל זיצט און שרייבט כמעט אלע פון זיי.
שמעקעדיג
די וועלט זאגט, נישט אלעס וואס דו טראכסט זאלסטו שרייבן, און נישט אלעס וואס דו שרייבסט זאלסטו אפדרוקן...
אין די היינטיגער וועלט דרוקט מען גלייך יעדער געדאנק נאך פאר מ'טאראכט צו עס איז אויזסהאלטען
היינט זאגט מען שוין פארקערט "נישט אלס וואס מ'דרוקט דארף מען ליינען, נישט אלס וואס מ'ליינט דארף מען נאכזאגען"
לכבוד "דער בלאט"
שוין א לענגערע צייט וואס עס האט זיך אריינגעריסן א פרישע מאדע במחנינו, נעמליך די אינגעלייט און בחורים בעלי קוראים ליינען ווי גאנצע פרעפעסארן דריקענדיג פונקטליך אויף יעדן טעם און נקודה ח"ו נישט פארטוישן בטעות קיין "מרכה" מיט א "טיפחה".
אלטס לאנגיעריגע בעל קורא וואס האט נאך געהאט די זכיה צו ליינען כמה פעמים אין סענדז סטריט, שפיר איך פאר א פליכט אויסצודריקן די טיפסטע מחאה אויף דעם וואס די אויבנדערמאנטע שלא קראו ולא שנו ניצן די הייליגע תורה ווי א קרדום פאר זייער טאלאנט! ווער געדענקט נישט ווי דער רבי זי"ע האט געליינט דעם "דרגא תביר" ווי א "מהפך פשטא"? איז דען איינעם איינגעפאלן אז די טראפן זענען בכלל מעכב? און ווער רעדט נאך פון די נעלאגישע פונקטליכקייט מיט וואס מען ליינט איר!
לולא דמוסתפינא וואלט איך געזאגט אז עס נעמט זיך בכלל נישט פון די דקדוק בהלכה, נאר ליבערשט פון די אומגלויבליכע רוח ה'אויפגעקלערטקייט און חוצפה וואס הערשט ביים אינגן דור אפצושפעטן מכל הקודש לנו, ודו"ק כי קצרתי.
אין קאנעטיקוט וויל מען אידיש. וואס טוט מען? וואס וועט יעצט זיין cool?
סימפטאמען פון וואטסע-פעטעיטעס
קוקט אויס ווי דער ל.ג. (ליידיג-גייער?) פון ב"פ קוקט גענוי ווילאנג יענעמ'ס שמו"ע געדויערט, און וואס יענער טוט,
א מינוט, כ'פארשטיי נישט. דעם בריוו שרייבער'ס שמו"ע נעמט לענגער? דאן ווי אזוי ווייסט ער פונקטליך ווילאנג יענעם למדנ'ס שמו"ע געדויערט און וואס ער טוט דערנאך?
כ'האב מורא כ'האב אים געפאקט ביי די מעשה!! ער קוקט ארויס אינמיטן שמונה עשרה רח"ל..!!!

די איינגערעדטע לצים פרובירן צו זיין אזוי קיל און פאלקסיש מיטן שרייבן יעדע וואך די ווארט ''וואטסעפפ'', אפשר וועט עס זיי ברענגען נאך א לעלו אינגערמאן ליינער...
.
א מאמע בעהט זיך צום בלאט (אוצר אפטיילונג)
.
.
אין ליכט פון די דרשה וואס איז ארומגעפארן פון מהר"א אנטקעגן די לעמפעלעך און אנדערע נארישקייטן ביי די נסיעה פון מוהרז"ל, האט א "לייענער" אריינגעשריבן דעם פאלגענדן בריוו אין "דער איד":
.
.
שאשא טייטלבוים קרית יואל.
משמע אז ער זעהט יא איין די טיפע ערנסטקייט פון די לעמפעלך, אפשר נעמט ער די מיה צו מסביר זיין פאר מיר קליין קינד די וויכטיגקייט און ערנסטקייט דערפון, אפשר וועט ער מצליח זיין מיר צו איבערצייגן אליין צו ארום גיין מיט לעמפעלעך.
עטליכע קורצקעפיגע בלאט ליינער מופן אוועק פון ווילי
א געזונטער לץ האט עס געשריבען און זײ דרוקן עס נאך..
דער שרייבער און דער דרוקער זענען איין מענטש
Re: בריוו צו די רעדאקציע

Sent from my Fire Phone using Tapatalk
Re: בריוו צו די רעדאקציע

Sent from my Fire Phone using Tapatalk