☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » משוררים 3

משוררים 3

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3427

MK Studio » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:26 pm

· #103852
משוררים 3
דאס האב איך געשריבן אויף איי-וועלט, איך האב געקלערט לאז די אידן אין קאווע שטיבל אויך הנאה האבן

יא יא, איך ווייס אז ענק האבן שוין אלע סייווי געקויפט דעם טעיפ, משוררים לימי הספירה 3, אבער כ׳קען דאך נישט אדורכלאזן די זאך גלאט אזוי אנדעם וואס איך זאל דערציילן עפעס סודות פון חדר איבער דעם טעיפ און די כוחות וואס זענען אריינגעלייגט געווארן.

האמיר זיך אראפגעזעצט מיט ר׳ חיים בלומענפעלד פון די משוררים היימישע כאור און חיים האט געזאגט אז היי יאר דארף מען מאכן עפעס אזאנס און אזעלעכס וואס זאל איבערשטייגן די טעיפ פון לעצטע יאר.

די ערשטע זאך שטייצעך איז אויסוועלן די ניגונים, און אויף דעם איז מען געזיצן און געארבעט אז די ניגונים זאלן זיי געבעלענסט, אז פון איין זייט זאל זיין גענוג ניגונים פון נייע טעיפס פון די לעצטע פאר חדשים פאר די מענטשן וואס ווילן דוקא הערן רייכע כאור אויף נייערע ניגונים, אבער אויך האבן מיר גענומען עלטערע ווארימע ניגונים, ספעציעל ניגונים וואס מען קען דערויף מאכן עפעס ווארימע כאור און הארמאניס.

די זינגערס אינעם משוררים כאור זענען אלע פראפעשאנעלס און קיין שווערע ארבעט איז נישט געווען מיטן אריינזינגען. מען האט אבער יא געדארפט זינגען סאך מער ווי אויף א טעיפ מיט מוזיק, שטייצעך, אנצופילן דעם קאליר, סזאל נישט אויסזעהן ווי אפאר בחורים זינגען אין די האלוועי פון ישיבה...

איך מיין אז מ'האמער אויפגעטוען וואס מ'האט געוואלט, און ס'איז אויסגעקומען א פיינעם ארבייט, אזוי זאגט דער עולם עטליסט. (און איך בין מסכים מיט זיי)

אה שוין שיר נישט פארגעסן, דאס יאר האט מען אריינגעלייגט קינדער קווייער אויך, וואס דאס איז עפעס וואס איז נאכנישט געווען ביז היינט (לפי ידיעתי)

קאמענטארן קאמפלימענטן און קריטיק זענען וועלקאם.

דא האט איר די אינפארמאציע פונעם אלבום.

ארויסגעגעבן דורך חיים בלומענפעלד פון די משוררים קווייער
געזינגען דורך די משוררים קווייער, אראנדזשירט דורך אני הקטן,
רעקארדעד ביי מיר אין (נייעם) שטיבל.
געמיקסט ביי מיר און ביי ר' לערי געיטס
מעסטערד ביי לערי'ן

די סאלא'ס זענען: חזקי לאווי - דודי קנאפלער - חיים בלומענפעלד - לייבי ווידער
קינדער סולו'ס: עזריאל בערגער און יואל הירש

מייסטערהאפטיגער קאווער ביי ידידנו ערעב יואל שווארץ.

וואס נאך? איך מיין אז איך האב אלעס געקאווערט.... אניש לאטס מיך וויסן.

דא האט איר צוויי פריוויא'ען
<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/dnthg91i3rvpbum/Meshorerim%20Preview.mp3">https://www.dropbox.com/s/dnthg91i3rvpb ... review.mp3</a>
<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/76wooxjxdinbvfu/Preview%202.mp3">https://www.dropbox.com/s/76wooxjxdinbv ... ew%202.mp3</a>
📎 mesh.jpg 📎 Meshorerim_Cover-1.jpg

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:51 pm

· #103857
פארוואס נישט ממשיך זיין דא

MK Studio » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:56 pm

· #103858
אהה נישט באמערקט, זאל איך איבערלייגן אהין?

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 2:20 pm

· #103859
די פריוויאו איז הערליך. שיינע דזשאב, A-1 !
די ווידער-קול (Echo/Delay) פון די קינדער ביי זרעא חיא קוקט מיר אויס איבריג.

אבי גערעדט » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 2:21 pm

· #103860
ניין לאז עס דא, אזא פראפעסיאנעלע סידי פארדינט א באזינדערע אשכול, און איבערהויפט ווען ס'איז אזוי געשמאק אראפגעלייגט

MK Studio » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 2:24 pm

· #103861
שמעקעדיג
די פריוויאו איז הערליך. שיינע דזשאב, A-1 !
די ווידער-קול (Echo/Delay) פון די קינדער ביי זרעא חיא קוקט מיר אויס איבריג.



די ווידערקול דארט האט געדארפט זיין אזא סארט נאכלויפן סיטואציע, אין מיין קאפ האט עס אויסגעקוקט בעסער ווי ס'איז למעשה אויסגעקומען.... 😃

MK Studio » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 2:26 pm

· #103862
דא האט איר לינקס וואו מ'קען עס באקומען אנליין

איי-טונס:
<a class="postlink" href="https://itunes.apple.com/us/album/meshorerim-classic/id632255464">https://itunes.apple.com/us/album/mesho ... d632255464</a>

עמעזאן
<a class="postlink" href="http://www.amazon.com/Meshorerim-Classic/dp/B00C7YPKR0/ref=sr_1_1?ie=UTF8&qid=1365704527&sr=8-1&keywords=meshorerim">http://www.amazon.com/Meshorerim-Classi ... meshorerim</a>

גוגל פלעי
<a class="postlink" href="https://play.google.com/store/music/album/The_Meshorerim_Choir_Meshorerim_Classic?id=Btmb3vn2uakdlivccal23pavmle&feature=nav_result#?t=W251bGwsMSwxLDMsImFsYnVtLUJ0bWIzdm4ydWFrZGxpdmNjYWwyM3Bhdm1sZSJd">https://play.google.com/store/music/alb ... Bhdm1sZSJd</a>

מאוסטלי מוזיק
<a class="postlink" href="http://www.mostlymusic.com/meshorerim-choir.html">http://www.mostlymusic.com/meshorerim-choir.html</a>

לעמיל » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 2:57 pm

· #103868
MK Studio

די סאלא'ס זענען: חזקי לאווי - דודי קנאפלער - חיים בלומענפעלד - לייבי ווידער

איז די קנאפלער א נייע זונגער? איך מיין אז איך האב געהערט פאר יום טוב ביי א חותנה און ער איז זייער פיין געוועין

MK Studio » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:06 pm

· #103870
יא, ער זינגט מיט אונז (משוררים) לעצטנס, און ער פלעגט זינגען ביי מיר קווייער אויך פאר א שטיק צייט, ר'איז פיין..

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:18 pm

· #103874
שמעקעדיג
די פריוויאו איז הערליך. שיינע דזשאב, A-1 !

איך אגריע, ס'סאונד ווי א געלונגענע סידי. א גוטע אויסוואהל פון ניגונים, אלע הארמאניעס קאווערט, דער הירש מיט בערגער זענען סופער!

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:21 pm

· #103944
עס איז א מייסטערהאפטיגע ארבעט, און מן הסתם די שענסטע ספירה קאסעטע אמאל ארויסגעקומען אויפ'ן אידישן מארק.

מ גפני » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 7:36 pm

· #103996
MK איך מיין אז די וואלסט ווען געמעגט מנדב זיי א FREE DOWNLOAD LINK פון דעם CD פאר די חברי שותי הקאווע

ברוין » פרייטאג אפריל 12, 2013 12:10 am

· #104105
אלע ספירה טעיפס האבן ביי מיר די זעלבע טעם עס שפירט זיך ווי א פסחדיגע קוקי אן קיין טעם און ראם נאר אז ס'זאל אויסקוקן ווי א סידי

MK Studio » פרייטאג אפריל 12, 2013 12:00 pm

· #104177
מאראנצן זאפט: פשי..... אזאנס האב איך נאכנישט באקומען.

מ גפני: איך וועל פרעגן ר׳ חיים׳ן אויב ער וויל מנדב זיין, אפשר קען מען אויסארבייטן מ׳זאל עס אנצינדן אין שטיבל בשעת דר׳עולם טרינקט די קאווע, אזוי וועלן די שותי קאווע קענען געניסן..

ברוין: אבער פסח עסט מען נאכאלס די פסח׳יגע קוקיס, איא? ווייל מ׳קען נישט עסן עפעס אנדערש..
אבער דער איצטיגער קוקי איז עפעס גאר גוט, אראנדזש דזשוס טענה׳עט אפי׳ אז ער האט נאך אזא גוטן קוקי נישט פארזוכט.

ברעט מענינג » פרייטאג אפריל 12, 2013 3:43 pm

· #104296
וואס זאל איך אייך זאגן די סידי איז קנאקעדיג, שיין אראפגעלייגט, הערליך, בעטעמט, די יונגעל איז אייזן, שיינע סאנגס,
עס לוינט זיך די געלט!!

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 12, 2013 4:15 pm

· #104307
MK Studio
דאס האב איך געשריבן אויף איי-וועלט, איך האב געקלערט לאז די אידן אין קאווע שטיבל אויך הנאה האבן

האסט פארדינט א קונה. איך קויף דאס שוין לכבוד בואך לשטיבלנו.

MK Studio
קאמענטארן קאמפלימענטן און קריטיק זענען וועלקאם.


ייש"כ פארן פרי-וויאו. איך פרעזענדליך ווער משוגע-עמאציענעל ווען קינדער זינגען און נישט פון 25-30 קולות. די שארפע יונגע-קול פון "זרעא, זרעא, " קען מיך מאכן וויינען אין 7 סקונדען.
פארוואס נישט מאכן א all-wonder-kids אלבום? ס'לוינט נישט? מאך עס פאר מיר.

די קאווער האב איך ליב אלץ די מאדערן חלק שבו.
לעצטענס לייגען זינגער'ס ארויף זייער פרצוף אויף זייער אלבום. מיר געפעהלט עס נישט. - הער איך דען ***** ווייל ער איז שיין? ער איז בכלל נישט. לייג א בילד פון דיי משפחה.. דו ביסט בכלל נישט עפעס וכו'..
יא, דו זינגסט שיין, כ'האב ליב צו הערן דיין קול, אבער דיין צורה, דיין מיינונג אין פאליטיק, און אפילו ווי דו קויפסט דיין בעקיטשע... ס'אינטערסירט מיר נישט...

אוי, שיעור נישט פארגעסען "קריטיק". איז אזוי, איך בין בטוח אז ווען דער שלחן-ערוך שטייט אין קבר און שרייט: חברה, הערט מוזיק געזונטערהייט, לאזט מיך אפ, מאכט נישט חוזק פון מיר...
איך געדענק נאך די ערשטע ספירה טעיפ.. יעדע בר דעת (אמאל איז נאך געווען, אביסל) האט פארשטאנען אז דאס איז ליצנות... הער שוין מוזיק (ס'איז דאך נישט קיין "כלי שיר") און א גוטן טאג.

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 12, 2013 4:19 pm

· #104310
ממש די רגע באמערק איך דעם הודעה.
ער שרייט דאס זעלבע ווי מיר, אבער זיין מסקנא איז אביסל נישט פראקטיש..

MK Studio » פרייטאג אפריל 12, 2013 6:29 pm

· #104359
קאווע טרינקער: אויף דעם איצטיגן אלבום האבן מיר געלייגט היבש אפאר ניגונים קינדער קווייער און אויך קינדער סולאו'ס, אויב דאס איז נישט גענוג, ווארט צו נאך אביסל, עפעס אזא זאך וועבט זיך יעצט, אויב איז דאס דיין זאך וועסטו הנאה האבן.

- וואס פרעגסטו? צו איך טוה עס פאר געלט? אךך איך טוה עס בלויז פאר דיר.
קאווע טרינקער
ס'לוינט נישט? מאך עס פאר מיר.



און א הערצליכן דאנק פאר יעדן פון אייך פאר די ווארימע פידבעק....

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 14, 2013 2:04 am

· #104422
פארגעסען צוצולייגען א באזונדערע דאנק פאר צוריק אריינברענגען דעם יגדל ביים בהמה'ישען ציבור.
איך בין מיט דעם אויפגעוואקסען, היינטיגע סידורים האבן דאס פארטוישט מיט אנדערע סגולות.
עס איז נישט מער ווי פאסיג אז פאר מ'שטעלט זיך דאווענען זאגט מען פאר גאט אז מיר גלייבען אין אים.

MK Studio » מאנטאג אפריל 22, 2013 9:06 am

· #107531
א פראמאו ווידעאו און ביהיינד די סינס פון די משוררים קלאסיק אלבום

<a class="postlink" href="http://youtu.be/BOLl1slgnIA">http://youtu.be/BOLl1slgnIA</a>

מיין מיינונג » מאנטאג אפריל 22, 2013 10:00 am

· #107543
נאכן זאגן טעסטינג 1 2 3 ארבעטן שוין געווענדליך די מייקס... לענינינו, ביים דריטן אלבוים פון משוררים איז ענדליך ארויסגעקומען א היט פון א אלבוים. עס מוז באגריסט ווערן דער אויסנאמס רייכער קאלעקשאן פון ניגונים, סיי נייע און סיי אלטע. סאולא'ס האט ער אויך גענומען נייע כוחות וואס ווארפט א פרישקייט אויפן גאנצן פראיעקט. לאווי, קנאפפלער און ווידער די דריי לייגן אראפ סאולאס וואס לאזט זיך איבערהערן צענדליגער מאל. ועל כולם, דאס איז שוין MK צו פארדאנקן, איז דער מיקס געמאכט געווארן אויסטערליש שארף און קלאר וואס געט אסאך צו צום רייכקייט פונעם אלבוים.

נאך אזא געלונגענע ספירה טעיפ, קען זיך שוין משוררים נעמען ארבעטן אויף א געהעריגן אלבוים מיט מוזיק און אלעס ארום...

למדן » מיטוואך אפריל 24, 2013 6:21 pm

· #108454
זייער שיין MK, (דיין אינטראו, די טעיפ האב איך נאך נישט געהערט)
פארוואס האב איך געמוזט אראפ נעמען איין ניגון ס'זאל פיטן אויף א סידי?

MK Studio » מיטוואך אפריל 24, 2013 10:04 pm

· #108505
פון וואו קומען די פיילס? אויב ס'איז געווארן געקאפיט קען זיין אז ס'איז געווארן אראפגעריפט מיט די עקסטערע 2 סעקונדעס פון פאר יעדע טרעק און דערפאר פיט עס נישט אריין...

דיין מיינונג: יישר כח, און איך וועל דיר זאגן א סוד, די פריערדיגע פאר ספירה אלבום'ס וואס זענען געמאכט געווארן ביי מיר אין שטיבל, זענען געווען בעסער פארן מיקס, די פראבלעם איז אז א ספירה אלבום ברויך מען אנדערש מיקסן ווי א געהעריגע אלבום, עקשעלי רעד איך פונעם מעסטערן נישט די מיקס, ווייל ביים מעסטערן לייגט מען צו קאפרעשאן, און דאס האט נישט געטויגט, דערפאר האט מען זייער אכטונג געגעבן איצטערט אז ס'זאל נישט פארלירן גארנישט ביים מעסטערן, נאר פארקערט ס'סאל אויסקומען שענער און בעסער, און איך מיין אז מ'האמער אויפגעטוען וואס מ'האט געוואלט..

און אגב, ביי אונז האט מען זיך געפירט אז נאכן זאגן טעסטינג 1 2 3 דארף מען נאך געבן א שטארקן בלאז און א מינימום פון צוויי האקעס אויפן מייק.

למדן » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:00 am

· #108640
געקויפט אויף אמאזאן

MK Studio » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:04 am

· #108641
זייער אינטערעסאנט, איך וועל עס אויסטשעקן.

יואליש » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:27 am

· #108651
MK Studio
א פראמאו ווידעאו און ביהיינד די סינס פון די משוררים קלאסיק אלבום

<a class="postlink" href="http://youtu.be/BOLl1slgnIA">http://youtu.be/BOLl1slgnIA</a>



וואונדערבאר.

איז לייבי ווידער'ס שטומע דא סינטעטיש? די ליפען זענען זיכער נישט אין סינק מיט די שטומע (אבער דאס קען זיין אז ווייל מ'האט געניצט אן אנדערע רעקארדינג פון ווען די ווידאו איז געכאפט געווארן.)

MK Studio » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 12:51 pm

· #108677
למדן: איך האב עס נאכגעקוקט, און די עמעזזאן פיילס זענען די זעלבע לאנג ווי די געהעריגע טרעקס וואס איך האב ארויפגעלייגט אויף די סידי, אויב דו האסט געמאכט דערפון אן אודיאו סידי, מאך זיכער אראפצונעמען די 2 סעקונדעס פון פאר - און נאך - יעדע טרעק, ווייל דער סידי איז געווען ממש פול ביזן דעקל, און זעהט אויס אז די עטליכע סעקונדעס מאכן אויס. (אדער לייג עס אויף אן מפ3, דאן האסטו זיכער נישט קיין פראבלעם.

ר' יואליש: דאס איז זיין עכטע שטימע גארנישט געפאטשקעט, און אזוי ווי דו זאגסט ס'איז שווער צו זינגען ממש אויף די האר וויאזוי ער האט עס געזינגען אויף די אלבום (און די אודיאוי וואס מ'הערט איז פון די פיינעל אלבום) נאר וואס יא, דער עולם כאפט נישט אז ער זינט דא די הויכע אקטעוו, ער קען זינגען אונטן אויך, נאר אונז האמער איהם גענומען צו זינגען היי אקטעוו, ווייל ער נעמט טענער וואס קיינער קען נישט.

למדן » מאנטאג אפריל 29, 2013 3:15 pm

· #109882
איז דאס גרינג צו טוהן אדער ארבייט? דיין סידי איז נישט אוידיאו?, מיין סידי פלעיער איז נאך פון פאריגן יאר הונדערט.

MK Studio » מאנטאג אפריל 29, 2013 6:56 pm

· #109957
גאר גרינג און סימפל, ווען דו לייגסט עס ארויף אויפן סידי מאך זיכער אז די פאר סעקונדעס איז אראפגענומען, קוק אויפן עטעטשמענט.

זעה ווי נאך יעדע טרעק נומער שטייט 2 sec אדער 0 sec, און דאס קען מען אראפנעמען

מערק ווי די סידי האלט ביי 80:23 וואס איז מער וואס ס'גייט ארויף אויף א סידי
📎 Screen Shot 2013-04-29 at 6.51.12 PM.png

דא האלט די סידי ביי 79:30, וואס איז ממש די מערסטע וואס גייט ארויף
📎 Screen Shot 2013-04-29 at 6.51.27 PM.png

יידל » מאנטאג אפריל 29, 2013 7:02 pm

· #109959
MK Studio
א פראמאו ווידעאו און ביהיינד די סינס פון די משוררים קלאסיק אלבום



זייער אינטערעסאנט! די וואקאלן זענען שוין נאכן מיקסן, רייט?

MK Studio » מאנטאג אפריל 29, 2013 7:09 pm

· #109960
יא שוין נאכן מיקסן, אחוץ די לייוו פארטס, וואס דאס איז פארשטייט זיך לייוו.

יידל » מאנטאג אפריל 29, 2013 7:13 pm

· #109964
פארשטייט זיך. באמת הערליך, און אודה ולא אבוש, כ'האב זיך נישט פארגעשטעלט אז עס גייט אריין אזויפיל כוחות אין א "פשו'טע" ספירה דיסק. איי עם עמעיזד.

מאראנצןזאפט » דינסטאג אפריל 30, 2013 1:07 pm

· #110269
מ"ק וואס האלטסטו וועגן חסידישע אוצרות וואס פלעגן ארויסקומען, איך מיין ס'פלעגט זיין געוואלדיג.
איך קען אויסהערן דעם אהרן הלוי אויף ח"א 2 שעות ער האט עפעס (געהאט) א מורא'דיגע שטימע און די אויסוואל זענען גוטע חסידישע ניגונים.

MK Studio » דינסטאג אפריל 30, 2013 1:51 pm

· #110278
די חסידישע אוצרות מיין איך אז איך קען זאגן דאס האט מיך געשטופט און אינספירירט צו מאכן קווייער אין דזשענעראל, איך פלעג דאס אויסהערן צענדליגע מאל, און איך האב אייביג געוואלט מאכן קווייערס אזוי ווי דעם. און דער אהרן הלוי איז אויך געוואלדיג.

קאווע טרינקער » דינסטאג אפריל 30, 2013 11:42 pm

· #110544
דער וואס שרייט "בנים ובנות"..... צדיקים וצדקות............
i love him
זיין קול איז מער נוטה צו בנות ווי צו בנים, יונג און קלאר.

זר זהב » דינסטאג אפריל 30, 2013 11:57 pm

· #110554
קאוועלע... מזאגט נישט אלעס וואס מ'טראכט... 🙂

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 1, 2013 12:03 am

· #110555
אויב אזוי קען איך מיך נישט פארשטעלן וואס נאך דו טראכסט אלץ...

למדן » מיטוואך מאי 1, 2013 11:18 am

· #110698
אנשולדיגט אבער ס' געווען מיין פראבלעם מיין סידי רייטער מאכט פראבלעמס האב איך עס געטרייט צו מאכן דורך ווינדאוס מידיע פלעיער, (כאטש וואס דארט דארף עס אויך ארבייטן, האט עס נישט) כ'אב עס געמאכט אויף א צווייטנס קאמפיוטער און עס ארבייט פיין.

עס איז זייער א פיינע ארבייט, זייער שיין געזונגען, און א הערליך שיינע קאלעקשאן,

נישט אז דו דארפסט מיין הסכמה נאר איך האב עס פרובירט צט שרייבן אויף אמאזאן און כ'האב נישט געהאט קייו נערוון צו שרייבן די מינימום ווערטער וואס מ' דארף צו שרייבן א ריוויו, (אגב כ' האב יא געשריבן די מינימום און זיי האבן מיר דאס צוריק געשיקט) און כ'האב מיר נישט געוואלט משוגע מאכן ווייל כ' האב נישט געהאלטן אז אונזער עולם גייט עס קויפן לויט די ריוויוס

MK Studio » מיטוואך מאי 1, 2013 1:47 pm

· #110754
האלט דיך נישט אזוי קליין, א ריוויו פון למדן איז גארנישט קיין קלייניגקייט!

למדן » מיטוואך מאי 1, 2013 4:23 pm

· #110808
האלט דיר נישט אזוי קליין ביזט נישט אזוי גרויס. (קרעדיט מיין כתה ?' רבי)

למדן » מיטוואך מאי 8, 2013 1:09 pm

· #113021
כמעט אווער מיט ספירה, איך כאפ נאך אריין די לעצטע מינוטן עס איבער צו הערן.
ווער איז די יונגל (אויב) וואס זונגט ביי ברכת הבנים?
און זונגט ער אויף זיין שטימע אדער איז עס קאמפיוטערייזט?
(אויב מ' מעג פרעגן)

שעפטל » מיטוואך מאי 8, 2013 3:11 pm

· #113066
און אז מ'רעדט שוין וויל איך וואונטשן א הערצליכן מזל טוב פאר הרב MK צום געבורט פון זיין טאכטער למזל טוב.
זאל דער פון אויבן העלפן אז זאלסט ווייטער קענען פריילעך מאכן דעם ציבור מיט שמחות און נחת בענעזאם

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 8, 2013 3:42 pm

· #113089
שעפטל
און אז מ'רעדט שוין וויל איך וואונטשן א הערצליכן מזל טוב פאר הרב MK צום געבורט פון זיין טאכטער למזל טוב.
זאל דער פון אויבן העלפן אז זאלסט ווייטער קענען פריילעך מאכן דעם ציבור מיט שמחות און נחת בענעזאם

נייעס געספאנסערט דורך משוררים 3?

MK Studio » מיטוואך מאי 8, 2013 7:44 pm

· #113187
ברוכים תהיו, אמן, די קאווע טרינקערס זענען העפליך געלאנדנט צו קומען אנטייל נעמען אינעם קידוש ס'העט צוגעשטעלט קאווע לרחצה (ווי אויך די טראדיציאנאלע קידוש מאכלים פאר די וואס ווילן דאס)

דעם שבת אין ביהמ"ד חרדים אין קרית יואל.

ר' למדן, דער זינגער דארט איז ר' לייבי ווידער. איך גיי באלד ארויפשטעלן די גאנצע ניגון פאר עס איז געווארן ארויסגעשניטן די נידריגע טענער דערפון, און איך מיין אז דאס וועט פארענטפערן אלע קשיות

למדן » דאנערשטאג מאי 9, 2013 1:01 pm

· #113377
מזל טוב, אסאך יודיש נחת.
יעצט צום ענין, איך פארשטיי זייער ווייניג צו מוזיק, הגם איך גלייך עס זייער
אלנפאלס נעם קער פון דיין קידוש און קימפעטורין און וועל מיר רעדן א צווייט מאל
און האב אסאך יודיש נחת

אשכולות אויפוועקער » דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:38 am

· #200622
אויפגעוועקט

רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:01 pm

· #231391
משוררים האט לעצטענס אנגעהויבן אליינס צו ניצן אינטסרעמונס. דאס איז א חידוש פאר א קווייער סארט גרופע וואס זינגן געווענדליך מיט א דרויסענדע בענד. דודי קנעפלער האט זיך געלערנט גאטאר און איינע פון די חברה שפילט פריקאשען.

לבי במזרח » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 8:18 am

· #231617
דער לייבי ווידער זינגט לעצטנס מיט ידידים. איז ער א פרילינסער? אדער האט ער געבאלטעד?
אויך, די זמירות קווייער פון מאנסי איז עס א תולדה פון משוררים? ווייל דער האלצלער פלעגט זינגען מיט משוררים. און זענען זיי ביידע גוט?