גלייכסט ווען ס'רעגנט? איך ליב זייער.
35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3424
גלייכסט ווען ס'רעגנט? איך ליב זייער.
איצט נאך צוויי הערליכע זומער טעג אינמיטן פרילינג, האט זיך אראפגעלאזט א שלאקס רעגן, און מיטגעברענגט א געשמאקע פארוואלקנטקייט פאר דעם, און א נאסע קילע ווינטל נאך דעם, תודה לקל יתברך דער גרויסער ווינט טרייבער און רעגן גיסער...
איך מצדי האב זיך מחי' געוועהן, שפירנדיג די כמארע און וואלקן רעד צו מיר און צו אונזער געגענט, ער זאגט אן אויף די אנקומענדע רעגן, און איז מקיים פסק! א מחי'
וויזוי נעמט איר עס.
איך גלייך עס ווילאנג איך זיץ אינדערהיים.
לעמאן, ווי קען מען זיין אזוי....
מיט 17 שאפינג בעגס, טלית תפילין, הוט, לעפטאפ שלעפ איך מיך א האבלע גאס, ווי פרעה בלילה ההוא. כ'ווער אנגעגאסן פון אויבן
וואסערע ברוך-הבא באקום איך: טו אויס דיין שיך און רעקל אינדערויסן, די גויטע איז היינט דא געווען....
@שמעקעדיג, מיינסט אז די שירעם פאבריקאנטן מאכן סתם שיינע שטעקענעס?
@קאוועטרינקער, איך און ג׳ט זענען נישט שולדיג אז דו הערסט נישט וואס די וואלקענעס דערציילן...דו מאכסטעך טויב און גייסט אין גאס ווי די ׳לא ירא׳ס׳ ביי דבר...
פון וואו זאל איך האבן א שירעם? נר מצוה פארקויפט?
פון R&R Pampers.
זיי האבן מיט א זילבערע הענטל?
כ'קיינמאל נישט געזעהן דעם רבי'ן גיין מיט נאר-שווארצע הענטל, אזויווי די גוים גייען, אלץ ער האט ער מקפיד געווען ס'זאל זיין א בחינה פון כל אדמורים בני מלכים.
סיריעסלי קאווע, האט זיך נישט געלוינט נאס צו ווערן ווי די קניידל אין זופ, בלויז פאר די פיין ווינטל איצט...איך שטיי דא אויף מיין מרפסת און אטעם אריין ג׳טס מאן דנפח..מיטן דריזל שפריץ אויף מיין טרוקענעם ציגארעטל. אה להחיות בהם נפש כל חי.
הא הא... סודות קומען ארויס. דיין ווייב דודלט נישט דעם שמעק, און וועגן דעם וואשטו זיך אפ דיין הענט מיט לעמאן ... אריין אין מאחורי...
איך גיי יעצט אויך אהין, איך בין טויט מיד. א גוטע נאכט.
מיר קומט אלטס ארויף די שערקעדיגע אומפארגעסליכע
זכרונות.
נאר ווען איך שלאף.
ס'ליבט זיך בעסער ווען עס רעגנט?
(ריכטיג אפגעטייטש דעם קעפל פון דער אשכול?)
דאן וואלט ער געפרעגט "ליבט איר ווען עס רעגנט". (מיין סארקאזם דיטעטער איז אוקיי, זוי מיינעך.)
ווער עס האט מיגעהאלטן נעכטן די אנהויב פונעם שלאקס רעגן האט געזעהן אן אינטערעסאנטע זאך, קודם איז געווארן זייער טונקל פון די געדעכטע טונקעלע וואלקענעס עס האט אויסגעזעהן ווי אט אט לאזט זיך אראפ א רעגן כדבעי, דערנאך איז צוריק געווארן אביסל ליכטיג, און עטליכע מינוט שפעטער איז צוריק געווארן טונקל און דער רעגן האט אנגעהויבן גיסן מיט כח.
ומעשה שהיה כך היה: אני הקטן האב שפאצירט דעמאלט'ס אויפ'ן גאס און איך זעה ווי די וואלקענעס רוקן זיך אן, יעדער לויפט זוכן שיץ פון די רעגן וואס איז אויפן וועג, אלע סטאר'ס האבן שנעל אריינגעשלעפט זייער סחורה פון די גאס, און איך האב נאך א שטיקל וועג אנצוקומען אהיים, און איך גיי אזוי אן קיין שירעם און אן קיין מאנטל איך האב נישט קיין שיץ פון די רעגן, האב איך געבעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל אויפהאלטן די רעגן נאך אביסל ביז איך קום אן אהיים, און דער אייבערשטער השומע תפלות כל פה האט אנגענומען מיין תפלה, עס איז צוריק געווארן ליכטיג, און ווען איך בין אנגעקומען אהיים האט זיך דער רעגן אראפגעלאזט.
בתוך רבים אהללנו!
וואס איז מיטן ואל יכנסו לפניך תפלת עוברי דרכים? הער ברסלבר. קוקט אויס ווי מיר האבן נישט ריכטיג מתפלל געוועהן יום כיפור.
תענית כד, ב
ר' חנינא בן דוסא הוה קא אזיל באורחא, אתא מיטרא, אמר לפניו רבונו של עולם כל העולם כולו בנחת וחנינא בצער, פסק מיטרא. כי מטא לביתיה, אמר לפניו רבונו של עולם כל העולם כולו בצער וחנינא בנחת, אתא מיטרא. אמר רב יוסף, מאי אהניא ליה צלותא דכהן גדול לגבי רבי חנינא בן דוסא.
פארוואס שרייבט די גמרא די מעשה אויב נישט אונז צו לערנען דעם וועג?
לעמאן דזשוסוואס איז מיטן ואל יכנסו לפניך תפלת עוברי דרכים? הער ברסלבר. קוקט אויס ווי מיר האבן נישט ריכטיג מתפלל געוועהן יום כיפור.
זעהט אויס אז ער האט בעסער אינזין געהאט ביי זיין תפלה (מסתמא האט ער עס געמיינט מער ערנסט)
רעגן איז גוט אבער ווען איך זיץ אויפן פאטעל און עס הערט זיך נאר פון ווייט. ווען איך בין אויפן גאס איז עס ווייט פון גוט
אבער איך פארשטיי אז די וועלט דארף עס האבן צו איך וויל יעצט צו נישט
בדרך כלל איינער מיט גאנצע גלידער האט הנאה ווען עס רעגנט,
אבער איינער וואס שפירט דעמאלט זיינע ביינער, דארף האבן איינזעהעניש אז די וועלט דארף רעגן און זיך נישט רעגן.
דא ביי מיר איז נישט דא קיין זכר פון רעגן.
יעצט רעגענט, די האסט עס ליב?, איך מיין טי מיר א טובה!
טוה דיר אן א רעגן היטל און א אלט רעקל. אדער א שטיקל רעגן מאנטל און הייב אריין די געשמאקע רעגן.
כ'בין פוטש!!!
וויפיל איז דער שיעיר רבוש"ע
I don't love rain but I love when its cloudy cause I get migraines from direct sunshine. Anybody feels the same?
Yes that would be me
כ'ווייס אז ס'איז מאדנע, אבער פון מיין נאטור אויס האב איך אויך מער ליב ווען ס'רעגענט מער ווי די זון שיינט. [קען זיין איך בין פון נאטור אויס אנדערש פון יעדעם..]
its meI get migraines from direct sunshine. Anybody feels the same?
שמעקעדיגYes that would be me
גם אני מצטרף. עס איז די ערשטע מאל וואס איך ווער געוואויר אז איך האב אחים לצרה.
אן עצה האט איר נאכנישט געטראפן דערפאר?
אבער נאר פארוואלקנט. רעגן גלייך איך נישט.
איך האב ליב די זון בערך צווישן 9 אינדערפרי ביז 4 נאכמיטאג ספרינג-זוממער צייט. ווינטער אביסל אנדערש. ווייל די שעות שיינט נישט די זון אין די אויגן אריין.
ברסלבערits meI get migraines from direct sunshine. Anybody feels the same?
שמעקעדיגYes that would be me
גם אני מצטרף. עס איז די ערשטע מאל וואס איך ווער געוואויר אז איך האב אחים לצרה.
אן עצה האט איר נאכנישט געטראפן דערפאר?
Tinted windows and sunglasses might help. And don't forget the pain killers in the pocket
קאווע טרינקערפון וואו זאל איך האבן א שירעם? נר מצוה פארקויפט?
נר מצוה'ס שירעם קומט מיט א ספעשעל hook פאר די טלית בייטל און א קליינע זאגער'ל מיט די תפלת כהן גדול ביום הכיפורים " ואל יכנס לפניך תפלת עוברי דרכים לענין הגשם בשעה שהעולם צריך לו……”
מנשה לוסטיגכ'ווייס אז ס'איז מאדנע, אבער פון מיין נאטור אויס האב איך אויך מער ליב ווען ס'רעגענט מער ווי די זון שיינט. [קען זיין איך בין פון נאטור אויס אנדערש פון יעדעם..]
יאפ מאדנע. חותמו של מנשה "מאדנע"
די לעצטע פאר וואכן כמעט טעגליך לאזן זיך אראפ שלאקס רעגן, עס מבול'ט אן רחמנות און פארפלייצט די גאסן. ווער רעדט נאך פון אהיימדרייוון פון די קעטסקילס אין די גאס רעגן. עס גייט שוין ארויס אלע גבולים. איך טאנץ שוין ארויס פון די הויט. איימיצער דא גלייכט עס?? ווער רעדט נאך פון די אזעקה'ס וועלכע דונערט אוועק העכער ווי די מיסילס און ראקעטן אזש איך ווער טויב. ס'נישט פאר מיינע נערוון.
דערמאנטס מיר פון דעם אשכול:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/198514">viewtopic.php?p=198514#p198514</a><!-- l -->