☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » היסטארישע געשיכטע - אין סאמען שטורעם

היסטארישע געשיכטע - אין סאמען שטורעם

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #447

משה געציל » זונטאג אפריל 22, 2012 11:34 pm

· #6715
היסטארישע געשיכטע - אין סאמען שטורעם
עס רעגנט אינדרויסן, עס גייט א רויעך... יעדער פרובירט צו זיין אינדערהיים, יעצט איז די פאסיגע צייט צו שרייבען א אלטער געשעעניש, וואס האט זיך אפגעשפילט קנאפע 63 יאר צוריק...

פארלאפן איז זיך די געשיכטע אין די בראשית יארען פון וויליאמסבורג, עס איז געעוען אין א מיטוואך סוף אפריל, און לויט מאנכע איז עס שוין גאר געווען אנפאנג מאי, ווי אזוי עס זאל נאר זיין, האבן די וועטער נביאים געהאט פארגעזאגט א שלאקס רעגן אויף א גאנצע טאג, למעשה האט זיך דער טאג אנגעפאנגען מיט א מילדע רעגן, זעענדיג אז דער רעגן איז א מילדער, האט די אלטיטשקע, אונזער בעל המעשה, מחליט געווען ארויס צו גיין ארלעדיגן אירע געברויכן.

אויסגעקוקט האט טאקע ווי דער רעגן איז נאר דא נאס צומ אכן די ליפן אביסעלע, נא! אביסעלע רעגן שאדט דאך נישט, האט זי טאקע געמיטליך אנגעפאנגען אראפשפאצירן טעילאר סטריט, מיט איר וועגעלע, מיטן ציל אנצוקומען צו אונזער אלעמען-באקאנטן "פרויקאס" פרוכט געשעפט, וואס האט זיך געפינען צווישען טעילאר און ראסס.

שוין, אנגעפילט דעם גאנצען וועגעלע מיט פרישע פרוכט און גרינצייג האט זי אנגעפאנגן אראפשפרייזן לי עוועניו, וואו פינקטליך זי האט געוואלט גיין איז עד היום הזה נישט באשטעטיגט געווארן, טייל היסטאריקער טענה'ן אז זי איז געווען אויפן וועג צו טובי'ס קענדי סטאר, וועלכע האט זיך געפינען אויף לי צווישן ראסס און ראדני, אנדערע טענה'ן גאר מיט א זיכערקייט אז זי איז געווען אויפן וועג צי וויינבערגער'ס אפעטייזינג, און ווי דערמאנט, איז די זאך נישט קלאר ביז היינט...

דא פאנגט זיך אהן די דראמאטישע טייל פונעם געשיכטע... ווי נאר זי איז ארויסגעגאנגען פונעם פרוכט געשעפט האט זיך אראפגעלאזט א שרעקליכן גאס רעגן, אזש אז די גאנצע וועגעלע איז אונטער צוויי מינוט ענדערש געווארען א שווים באסיין פאר די שווימעדיגע פרוכט...

בעצם הגאס הזה, ווען די אלטישקע האט זיך ארום געשלעפט מיטן וועגעלע אויפן גאס גיין ערלעדיגן אירע געברויכן, און אין די אנדערע האנט האט זי געהאלטן א שירעם וואס איר קענט אייך אליין פארשטעלן אז אין אזא גאס רעגן מיט שווערע ווינטן איז איר אויסגעקומען עטליכע מאל זיך צו דארפן ווילדערהייט ראנגלען צו ראטעווען די שירעם פון גיין לחיי עולמה...

ענדליך ענדליך האט זי זיך שוין געספראוועט זיך צו זעהן ביים טיר פונעם אפארטמענט בילדינג וואו זי וואוינט, זי פאנגט אהן עפענען די טיר, פלוצלינג פון די אנדערע זייט גאס איז ווילדערהייט געקומען צו פארן א פאליציי מאן, נאכיאגענדיג א קליינעם שווארצן טרעקל וואס האט נארוואס אינמיטן סאמען גאס ווילדערהייט געפעסט צוויי רויט לייטס, זעהענדיג אז עס גייט נישט מיט גוטן האט דער פאליס מאן ארויסגעצויגען דעם רעוואלווער... באט איין מינוט איין מינוט! כאפ נישט קיין הייסע לאקשן... איך האב אויסגעלאזט א גאנצע שטיקל פונעם מעשה... לאמיר צוריק גיין אפאר מינוט...

נאך גייענדיג אויפן גאס, אויב איז נישט גענוג געווען אז זי האט זיך געדארפט ראנגלען מיטען שירעם האט זי זיך פלוצלינג צוהיסט אויף אן אבנארמאלען אופן, אזש ווי די צוקוקער האבן שפעטער פארציילט פאר די אויספארשער, האט זיך געקענט דאכטן אז עס האט זיך פון פריש גענומען דונערן, ענדליך נאך אפאר לאנגע מינוטן האט זי ענדליך באוויזן זיך צו בארוהיגן....

שוין, צוריק צו וואו מיר האבען געהאלטן, שפילט זיך יעצט אפ א שרעקליכע דראמע אין פארנט פונעם אפארטמענט בילדינג וואו די אלטיטשקע געפינט זיך, דער אפיציר שטייט מיטן אויסגעשטרעקטן רעוואלווער, און האלט שוין אט אט ביים שלעפן דעם צינגל, עמיר מאכן די מעשה בקיצור...

פלוצלינג פפפאאאאאאאאאא!! דער אפיציר האט געשאסן אינעם ריכטונג פונעם קאר, אבער אין דעם לעצטן מאמענט האט דער קאר באוויזן צו פארמיידן די קויל וואס האט אנשטאט דעם זיך גענומען פליען אינעם ריכטונג פונעם אלטיטשקע....

ע"כ קבלתי, יעצט וואס פון דא און ווייטער וואס עס איז געשעהן איז מיר זייער נישט קלאר, קודם כל האב איך נישט געקענט דערגיין, צו די פרוי איז באטראפן געווארן פונעם פליענדיגען קויל אדער נישט? און אויב זי איז יא באטראפן געווארן, האט זי עס איבערגעלעבט? איז דער אפיציר אמאל פארהאלטן געווארן פאר אויספארשונגען? האט מען באוויזן צו כאפן דעם קליינעם טרעקל וואס האט געפעסט די צוויי רויט לייטס?

איך האב שוין אסאך גענישטערט און געפארשט, כמה וכמה שעות בין איך שוין געזעצען ביי זקנים וואס געדענקען נאך יענעם מעשה און פון יעדעם האב איך נאר געהערט דעם ערשטען טייל, און וואס איז געשעהן ווייטער האט קיינער נישט געוואוסט צו דערציילען, און אינטערעסאנט איז אז דער ערשטער טייל, האט יעדער איבערגעגעבן גענוי מיט די זעלבע ווערטער ממש ...

ס'רעגנט ס'גיסט... די אלטע באבע היסט... ס'קומט א פאליס... און געט א שיס...

ס'רעגנט טאקע אינדרויסן, אבער גלייבטס מיר אפילו אינמיטן סאמען גאס ווען איר ראנגעלט אייך מיטען שירעם, וועט א שמייכל נישט שאטען...

Maxwell » זונטאג אפריל 22, 2012 11:55 pm

· #6719
Re: היסטארישע געשיכטע - אין סאמען שטורעם
Hilarious. I was always wondering on the origins of this silly lullaby. Finally we’ve got a reasonable theory…

לאדיך אפ » מאנטאג אפריל 23, 2012 12:47 am

· #6726
Re: היסטארישע געשיכטע - אין סאמען שטורעם
משה געציל יו אר די בעסט!!!! אוי לאך איך, איך קען נישט סטאפפען! 👍 👍

אבי גערעדט » מאנטאג אפריל 23, 2012 8:29 am

· #6740
Re: היסטארישע געשיכטע - אין סאמען שטורעם
[ציטאט אראפגענומען]


די מעשה האט לכאורה פאסירט מער ווי איין מאל, ווארום דא הער איך אז די פרוי די העלדין האט נישט איבערגעלעבט, אבער למעשה האב איך געקענט די פרוי פון דער נאנט, זי איז נאך געווען מיט אינז ביז ממש לעצטנס, א שווער לעבן נעבאך געהאט, אבער זי האט זיך געהאלטן פריש אין יונג נאר אדאנק די היסטארישע פאסירונג, איך געדענק ווי איינמאל האט זי מיר געזאגט: איך גיי יעצט איבערדערציילן די פאסירונג צום טויזנטסטן מאל!

משה געציל » מאנטאג אפריל 23, 2012 6:41 pm

· #6907
Re: היסטארישע געשיכטע - אין סאמען שטורעם
יישר כח פאר אייך אלע, לייקס און פאזעטיווע קאמענטארען געבן א שטיפ אויף ווייטער, איך האב נאך אסאך בויך וויי אי"ה מיט די צייט...

פאזעטיוו » דאנערשטאג יולי 26, 2012 7:27 pm

· #29064
היסטאריע חזר׳ט זיך איבער, מאכט זיכער אז די אלטישקע דרייען זיך נישט אויפן גאס יעצט...

zurich » דאנערשטאג יולי 26, 2012 10:58 pm

· #29153
ס'טאקע אינטערסאנט וויאזוי די אלע ווערטער און קינדערישע געזאגעכלעך, גייען אריבער מקובל מדור דור.
למשל די פזמון הנ"ל,

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 10:51 pm

· #46546
משה געציל
יישר כח פאר אייך אלע, לייקס און פאזעטיווע קאמענטארען געבן א שטיפ אויף ווייטער, איך האב נאך אסאך בויך וויי אי"ה מיט די צייט...


מיר ווערן שוין מיד פון ווארטן.....

קווארטין » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 10:58 pm

· #46547
ווי אלע ליינערס האביך "ספאנטאן" געלייקט.

No_name » דינסטאג אקטאבער 2, 2012 10:13 pm

· #49178
יאויש לאכעך, שכח ר׳ משה געציל.
אפשר דארף מען אנהייבן א באשרייבונג וועגן ר׳ אברהם׳לע מלמד מיט די שניי.

משה געציל » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 7:05 pm

· #56684
מענינא דיומא...

sefish » פרייטאג פעברואר 8, 2013 10:31 am

· #85571
<a class="postlink" href="http://www.facebook.com/photo.php?v=121100551330463">http://www.facebook.com/photo.php?v=121100551330463</a>

לעמיל » פרייטאג פעברואר 8, 2013 12:10 pm

· #85585
א pdf האט נאך קיינער נישט געמאכט?

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 17, 2022 6:24 am

· #500224
צום צענטן יארטאג פונעם אשכול,
א אנקעטע אויף אייוועלט 😉

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3544410#p3544410

מענין לענין:
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=10&t=6656

מיליאנער » דינסטאג מאי 17, 2022 9:02 am

· #500227
שמעקעדיג
צום צענטן יארטאג פונעם אשכול,
א אנקעטע אויף אייוועלט 😉

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3544410#p3544410

מענין לענין:
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=10&t=6656
אקעי, דעיס מיינט אז אין צען יאר ארום וועט מען רעדן אויף אייוועלט דאס וואס מ'רעדט יעצט דא, זיי זענען דשאסט צען יאר צוריקגעבליבן... נישקשה..

מרדכי מרדכי » דינסטאג מאי 17, 2022 9:18 am

· #500228
ביי די נישט היימישע איז דא א ווערסיע פון אן אלטע מאן וואס שנארכעט
ווער האט קאפירט פון וועמען?
פארוואס האמיר די ווייניגער צניעותדיגע ווערסיע?

שמן למאור » דינסטאג מאי 17, 2022 9:56 am

· #500230
מיליאנער
שמעקעדיג
צום צענטן יארטאג פונעם אשכול,
א אנקעטע אויף אייוועלט 😉

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3544410#p3544410

מענין לענין:
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=10&t=6656
אקעי, דעיס מיינט אז אין צען יאר ארום וועט מען רעדן אויף אייוועלט דאס וואס מ'רעדט יעצט דא, זיי זענען דשאסט צען יאר צוריקגעבליבן... נישקשה..
מיינסט אז איך קען שוין עפענען דארטן א אשכול קעגן די כינוס כלל ישראל???