איינגעמיירעטאזלת ידינומיין שאלה דא איז געוועהן "וואספארא לעיבעל באקום איך אין בית מדרש אלס א קאווע שטיבל באנוצער?"
אין איין ווארט: א מענטש מיט איבריג צייט
עס איז אן אלטע טעות דיינער. דו האלטסט אז עס איז צייט אנברענגעריי צו שרייבען דא. דאס ארגסטע איז נאך ווען דו פלעגסט לאזן פאלען נעגאטיווע סטעיטמענטס אויף די שרייבערס דא, און צוזאגען אז דו וועסט מאמת זיין דיינע ווערטער אויב דו וועסט האבן צייט. יעצט פארשטיי איך פארוואס דו האסט דאס געשריבען. דו ביסט ביי די מיינונג אז דאס שרייבען דא איז א צייט פארברענגעריי.
אין מיינע אויגן איז דאס ממש להיפך. דא ווערט דיסקוטירט גאר אסאך שיינע און טיפע ענינים. אמת, עס איז אויך דא א צימעס אפטיילונג. אבער אפי' דאס זעה איך אויך אלס זייער א פאזיטיווע זאך. עס איז זייער וויכטיג אז די משתלטים על הציבור זאלן נישט קענען באהאלטען זייערע מעשים. דאס איז פון די יסודות פון א דעמאקראטישע סאסייעטי. מיט די איבערגעטריבענע חומרות בהלכות לשון הרע הרגע'ט מען אפ דעם גאנצען סאסייעטי.
איך בין מיך מודה אז איך בין נישט קיין נאה מקיים. איך קוק ממש נישט אריין אין צימעס. עס איז מסתמא מעשה יצר 🙂 . בעיקר איז עס מסתמא ווייל עס קומט נישט אויף אויטאמאטיש ווען מען קליקט אויף "אקטיווע אשכולות". למיטב זכרוני שלאגט מען זיך דארט אויף א לייכטע אופן רעלאטיוו גערעדט. אלע צדדים ווערן דורך געשמועסט. איינער וואס וויל כאפן דעם צורה וואס די 'צדיקי הדור' זענען אומשטאנד, קען זיך דארט אביסל קלאר מאכן.
די אנדערע קאטאגאריעס איז דאך פשוט כפשוטו אז עס איז ממש געוואלדיג. יעדער קען ארויסברענגען זיין געדאנק, צו איז דאס אויף די סדרה, דף, יומא דפגרא, מאורעות היום, ועוד רבות. מען דארף זיך נישט שעמן צו זאגן מיט שטאלץ אז דא זענען דא זייער אסאך שרייבערס אמת'ע חכמים, נבונים, וידענים בכמה וכמה מקצועות. ווי פאסט דאס צו רעדן מיט זלזול אז נאר מענטשען מיט איבריג צייט שרייבען דא?
יעדע נקודה וואס א מענטש וויל דורכטוען עפענט ער אן אשכול און בדרך כלל האט ער מגיבים דערויף. געווענליך זענען די תגובות היבש זאכליך. עס איז ממש א בית וועד לחכמים.
ומכאן הקריאה יוצאת פאר אסאך פון די שרייבערס דא וואס שפירען אז עס ווערט אן עדיקשען, און דעריבער הערן זיי אינגאנצען אויף צו שרייבען, איך בין נישט זיכער אז איר זענט גערעכט מיט דעם מהלך. אוודאי דארף מען אויסרעכענען און איבערטראכטען וואס און ווי פיל צו שרייבן. אבער אינגאנצען אויפהערן איז נישט די מהלך.
עס קען זיין אז אויב מען זאל זעהן די גודל התועלת פין שרייבען דא, וואלטן מיר געהאט אסאך מער שרייבערס. וחברך חברא אית ליה....
לכשעצמי, איז מיין סיבה העיקרי פון שרייבן [חוץ אין איין אשכול... וואס האט א פשוטע סיבה ואכ"מ] כדי דורכצורעדען און הערן פארשידענע מיינונגען. טייל מאל בלייבט מען מיטן אלטן מיינונג אבער עס איז מער נתלבן ונתברר געווארען. און טייל מאל געלונגט אז מען ווערט איבערצייגט פון יענעמס ווערטער און מען זעהט אז מען האט זיך טועה געווען. אז דאס צווייטע געשעהט ביי מיר איז עס ממש אצלי כמוצא שלל רב. וואס איז דען די הנאה צו בלייבען גערעכט? וואס איז מיר דען צוגעקומען אויב האט מוח שליט שולט געווען אויף איינגעמיירעט, צוויי נעמען שלא היו ולא נבראו? מיט וואס ווער "איך" קלוגער דעמאלט? האב איך דען שולט געווען אויף אים? האט ער זיך דען געטוישט זיין מיינונג? און אפי' אויף די יחידותדיגע פעלער וואס מיין צד שכנגד וועט מודה זיין צו מיינע ווערטער, וואס איז דעמאלט? וואס איז מיין ריווח?
דאס איינציגסטע ריווח איז ווען איך טויש מיך, ווען איך ווער קלוגער.
אויב גייט מען צו צום שרייבען מיט אזא מהלך איז א- ווערט מען נישט אזוי אריינגעצויגען און איבערגענומען פונעם תאות הנצחון, און ב- מען שפירט באמת א תועלת פון שרייבן, ג- מען שרייבט אסאך מער זאכליך.
ואחרי כל הדברים האלה, דארף איך אנאלאזירן צו דער תגובה זעלבסט איז געשריבען געווארן בעיקר זיך דורכצומועסן און הערן צו איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג.
במושכל ראשון מוז איך זאגן אז ניין. איך האב עס געשריבן ארויסצוברענגן א מחשבה, אבער איך האב נישט גענוג אינזין געהאט אז איך וויל שטארק הערן צו איך בין גערעכט, ווי אויך הערן אנדערע מיינונגען.
דאס איז טאקע א פלא. איך שרייב און עלאבאריר [כפי שיטת קאווע שטיבל איז דאס א ווארט 🙂 ] א מיינונג, און בו בשעה בין איך עס נישט מקיים.
נו, ווילאנג דאס לעכטעל ברענט קען מען פארעכטען. האב איך יעצט אינזין, און מיט דעם בין איך מעלה דאס גאנצע געשרייבעכטס דא. און איך פרעג, וואס זאגט איר מורי ורבותי?
איך מיין אז מען פאנגט אהן גליטשען מיט ריינע כוונות. מען וויל פשוט האבן גוט אפגעשריבען די תגובה כדי דער עולם זאל זיין אינטרעסירט בכלל מגיב צו זיין. דערנאך פארגעסט מען אז דאס געפעלן פארן עולם איז נאר א אמצעי אויף צו הערן זייער מיינונג, און מען מאכט דאס גופא פאר א מטרה. דערנאך ווערט דאס ענין פון 'געפעלן' אזוי שטארק, אז מען וויל שוין דוקא אז מען זאל נישט האבן קיין חולקים. ממש איבערגעדרייט די יוצרות.
אפשר גיי איך איינפירען אז סוף יעדע תגובה מיינער וועל איך צושרייבען, "וואס זאגט איר רבותי".
נו, וואס זאגט איר רבותי?