טיקעטס קיין מירון
57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3371
טיקעטס קיין מירון
איך זיך צו קויפן א טיקעט צו פארן בעזהש"י קיין מירון אויף ל"ג בעומר, וואו קען מען יעצט באקומען דאס בעסטע פרייז?
פארוואס ווילסטו פארן קיין מירון אויף ל"ג בעומר? איך מיין אז לג בעומר צייט איז טייער, פאהר ליבערשט א וואך נאך ל"ג העסטו טרעפן ביליגער.
@ לעמאן, איך בין משתאה ומחריש וואס איז פשט פון דיין שאלה.
געווענליך איז ל"ג בעומר טאקע א טייערע סיזען, איך האב אבער געקויפט צוויי וואכן פאר פסח ביי אן היימישן טרעוועל אגענט א סטרעיט פלייט טיקעט מיט אל-על פאר אינטער טויזנט דאלער.
די פרייזן זענען אבער לכאורה שוין ארויף געגאנגען יעצט. מיט וויפל ווייס איך נישט.
שמעקעדיג@ לעמאן, איך בין משתאה ומחריש וואס איז פשט פון דיין שאלה.
וואס פארשטייסטו נישט?
וואספארא קשיא איז דאס פארוואס ער וויל פארן אויף ל"ג בעומר? א חוץ אז ביי דיר איז די דרכא אחרינא אין מאנרא פשוט.
משה געצילוואספארא קשיא איז דאס פארוואס ער וויל פארן אויף ל"ג בעומר? א חוץ אז ביי דיר איז די דרכא אחרינא אין מאנרא פשוט.
הייסט ער וויל זעהן פארוואס מען האט געמאכט דעם ׳מהדרין דרך׳...דאן פארשטיי איך טאקע פארוואס ער וויל צאהלן אין הימל אריין.
מהדרין דרך, מהדרין באסעס, סגולת הרשב"י, אהל הרשב"י, צדקת הרשב"י, ח"י רוטל וויין, ח"י רוטל וואסער, ח"י רוטל אמעריקאנע קאווע שע"י הגרח"ל ווייס, וכו' וכו', עס פעלט וואס צו זען?
משה געצילמהדרין דרך, מהדרין באסעס, סגולת הרשב"י, אהל הרשב"י, צדקת הרשב"י, ח"י רוטל וויין, ח"י רוטל וואסער, ח"י רוטל אמעריקאנע קאווע שע"י הגרח"ל ווייס, וכו' וכו', עס פעלט וואס צו זען?
נעה. די סיבה אונטערן מהדרין דרך...די אלעס אנדערש קען ער טאקע זעהן אין מאנדרא. כהער אז די מרת. ראטל וועט היייאר זיין ביינאכט אין מירון און במשכ׳ן טאג און פארנאכטס אין מאנדרא יצ״ו. (כמעט ווי יע״א)
לעמאן דזשוס, פליז זאג מיר אז דו ביסט נאך קיינמאל נישט געווען אין מירון!
אויב נישט, רעקאמענדיר איך דיר צו פארן איינמאל, און דו וועסט אנדערש רעדן...
איך האלט אז סנישט ווערט צו צאלן 1000 דאלער פאר אפאר עמאציאנאלע מינוטן
שמעקעדיגלעמאן דזשוס, פליז זאג מיר אז דו ביסט נאך קיינמאל נישט געווען אין מירון!
אויב נישט, רעקאמענדיר איך דיר צו פארן איינמאל, און דו וועסט אנדערש רעדן...
שמעקעדיג איי לאוו יא. באט איך בין שוין געוועהן....איך האב נישט קיין ווערטער.סא מערת פריצים.
טערקיי עירליין האט נאך יעצט פאר 924
זר זהבאיך האלט אז סנישט ווערט צו צאלן 1000 דאלער פאר אפאר עמאציאנאלע מינוטן
פאר דאס וואס איך האב געשפירט - און ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער עד היום הזה - לוינט זיך צו צאלן אפילו $2,000
מעגסט מחולק זיין, איך וועל נישט זיין באליידיגט.
איך קענישט מחולק זיין ווייל כ'ווייס דאך נישט וואס דו האסט געשפירט.
שמעקעדיגזר זהבאיך האלט אז סנישט ווערט צו צאלן 1000 דאלער פאר אפאר עמאציאנאלע מינוטן
פאר דאס וואס איך האב געשפירט - און ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער עד היום הזה - לוינט זיך צו צאלן אפילו $2,000
מעגסט מחולק זיין, איך וועל נישט זיין באליידיגט.
איינער זאגט מיר אין פרייוועט אז ער וואלט געצאלט פיר אלפים בלויז צו קענען זיין אין טברי׳ ביים כנרת און די וועטער זאל ארבעטן ארויסצוברענגן די ציונעטעס ביים וואסער...שומו שמים.
זר זהבאיך האלט אז סנישט ווערט צו צאלן 1000 דאלער פאר אפאר עמאציאנאלע מינוטן
סאיז דא א סיבה פארוואס במציאות פארן מער מענטשן פון יאר צו יאר.
איך אליין נאכ'ן זיין דארט איינמאל האב איך מיר איבערגעצייגט אז סאי'ז ווערט זיך צו לאזן קאסטן נאכאמאל
דיין איבערצייגונג זאגט נאך נישט אז ס'ריכטיג. און ס'ווענט זיך אויך אינעם בערזעל, איינער וואס קען זיך עס גרינג ערלויבן מעג פארן אפילו ער שפירט גארנישט דארט
לאמיר נישט פארקריכן פונעם נושא פון ביליגע טיקעטס, נאר אז מען רעדט שוין, וויל איך פשוט פארשטיין, לעמאן דזשוס וכל קדושיו עמו: צי האלט איר טאקע אז די צענדליגער טויזענטער וועלכע פארן יערליך אין די מאסן פון חוץ לארץ קיין מירון - לאמיר שוין נישט רעדן פון די הונדערטער חסידות'ער רבי'ס מיט חסידים ואנשי מעשה פון ארץ ישראל אליינס - זענען משוגע אז זיי פארן אהין? זיי גייען בלויז מיטהאלטן א מערת פריצים?
די אלע וועלכע רעדן מיט א התרגשות און השתוקקות, איז אלעס נישט מער ווי פאלשע הרגשים? די אלע ענינים וועלכע ווערט געברענגט אין די ספרים הק' איבער די קדושת המקום און מענטשן וואס שפירן זיך דערהויבן, קען מען אוועקמאכן כלאחר יד?
איך האב שוין אביסעלע
באשריבן דא, ומשם תדרשנו לטובה.
מיינטס טאקע אז יעדע פון די פארערס שפירט עפעס? אסאך פארן ווייל זיי גלייבן אז ס'א הייליג זמן און א הייליג פלאץ און מ'קען זיך אויסבעטן, אבער שפירן שפירן זיי וואס איך שפיר ווען איך לייג תפילין. דו פארסט אבער ווייל דו "שפירסט", איז די שאלה וויפיל איז דעי "שפירן" ווערט?
@שמעקעדיג, חוץ אז מען גייט פארנאכטס אדער מיט די פריש ערצייגטע שאלן איז אין לנו אלא דברי רבינו בעל דברי ויואל משה, מהרי״ץ דושינסקיא, און כל גדולי ירושלים והליטא.
איך וועל למען התועלת דא נאכאמאל אראפברענגען די 3 לינקס פון אייוועלט וועלכע איך האב צוגעצייכענט אין פריערדיגן אשכול.
אפילו אויב נאר האלב זאל זיין אמת, וויפיל וואלסטו געצאלט דאס צו שפירן?
און אודאי אז וויפיל מען שרייבט איז נאך אלץ נישט גענוג...
כאטש כ'וועל מודה זיין אז איין יאר ווען איך בין דארט געווען האב איך אויך נישט געשפירט עפעס אויסטערליש, אבער בדרך כלל איז עס נישט אזוי.
אט זענען די 3 לינקס (שטארק רעקאמענדירט עס אדורכצוליינען ווען איר האט לכה"פ א האלבע שעה אדער מער ישוב הדעת):
פאר א הערליכע באשרייבונג פון ל"ג בעומר אין מירון, זעהט דא, און דא, און אויך דא. הערליך באשריבן, און יעדעס ווארט אמת.איך בין אמאל געפארן אויף ל"ג בעומר קיין מירון, וואס זאל איך אייך זאגן פון מיין פרעספעקטיוו איז מירון זייער א שיין פלאץ נאר נישט אויף ל"ג בעומר!
אן אנשיקעניש און אן אנלויפעניש אז ס'איז א שרעק. געהעריג א קארניוועל מיט אלע סארט ענטערטענימענט, אנגעהויבן מיט די שחיטות פון די פרענקען און געענדיגט מיט די מראות קודש פון די חבד'סקער. א ריינער בית הכבוד איז שווער צום געפונען, לאמיר נישט רעדן פון דער מקוה. ראיות אסורות מאנגלט אויך נישט.
דער אמעריקאנער נגיד טאנצט נעבעך ערליך דעם תורתו מגן לנו ווייל ער וויל באצאלן זיין אלף'ל פלאס וואס ס'האט אים געקאסט, און דער ישראלישער טרינקט אסאך קאלא ווייל ס'איז אומזיסט. און סנדר אשכנזי טיילט געבראטנס, אויך נאר פאר די ווי.איי.פי.
איך בין אנגעקומען דארט מיט דער הנחה אז ס'גייט אויסזען ווי עולה רגל זיין און שמחת בית השואבה ווען חסידים ואנשי מעשה טאנצן מיט דביקות און זענען שואב רוח הקודש, אדער עכ"פ פון דער שמחה חוץ לדרך הטבע וואס דער בני יששכר רעדט פון.
איך האב נישט געטראפן דעם יום כיפור אינעווייניג און נישט דעם שמחת תורה אינדרויסן. איך קען עטליכע חסידי'שע הויפן דאהי וואס ל"ג בעומר איז מער מרומם און פרייליכער.
קען זיין כ'האב עס געגעבן צו הויכע ערווארטונגען.
איין בילד וואס גייט מיר נישט ארויס פון די אויגן און האט פאר מיר אויסגעצאלט די 17 מאות איז ווי א זיבעצען יעריג בחורל אנגעטוען מיט די יוניפארמען פון בטחון דאס הייסט ער האט געדינט פאר די ארטיגע סיקיוריטי זיצט אונטער א בוים מיט א בלויזן כפה סרוגה און איז מעביר סדרה היות ל"ג בעומר איז געווען פרייטאג.
איך, דער חניוקישער צושטרויבלטער בחור, דבוק ברבי שמעון ובמשנתו הטהורה עד לאחת, האט 'נישט' מעביר סדרה געווען אויף יענעם פרייטאג.
מאראנצןזאפטאיין בילד וואס גייט מיר נישט ארויס פון די אויגן און האט פאר מיר אויסגעצאלט די 17 מאות איז ווי א זיבעצען יעריג בחורל אנגעטוען מיט די יוניפארמען פון בטחון דאס הייסט ער האט געדינט פאר די ארטיגע סיקיוריטי זיצט אונטער א בוים מיט א בלויזן כפה סרוגה און איז מעביר סדרה היות ל"ג בעומר איז געווען פרייטאג.
איך הייב אן צו פארשטיין די התנגדות פון סאטמאר.
אויפן סאטמאר רבי'ן פארציילט מען אז ער האט אמאל געטראפן דעם משגיח אין מצה בעקעריי דרימלען, און האט אים תיכף מעביר געווען פון זיין פאסטן!
היתכן דאס לערנען און מעביר סדררה זיין בשעת'ן היטן אויף אידן?
(דיסקלעימער: ביטע צינדט אן אייער סארקאזם דעטעקטארס)שוין איך זעה אז נישט יעדער שפירט וואס איך האב. נו גוט, כ'וועל מיך נישט טענה'ן.
אבער דאך איז כדאי אדורכצוליינען מיינע לינקס הנ"ל.
מאראנצןזאפט איך בין אנגעקומען דארט מיט דער הנחה אז ס'גייט אויסזען ווי עולה רגל זיין און שמחת בית השואבה ווען חסידים ואנשי מעשה טאנצן מיט דביקות און זענען שואב רוח הקודש, אדער עכ"פ פון דער שמחה חוץ לדרך הטבע וואס דער בני יששכר רעדט פון.
איך ציטער אז ווען משיח וועט קומען בקרוב און מיר וועלן טאקע גיין עולה רגל זיין, וועסטו זיין זייער סורפרייזט, קלערסט אפשר אז מען וועט נאר אריינלאזן דארט די "היימישע"? די אלע מענטשן וואס דו האסט געזעהן אין מירון וועלן דארט אויך אהין קומען.
מאראנצןזאפטאיך בין אמאל געפארן אויף ל"ג בעומר קיין מירון, וואס זאל איך אייך זאגן פון מיין פרעספעקטיוו איז מירון זייער א שיין פלאץ נאר נישט אויף ל"ג בעומר!
אן אנשיקעניש און אן אנלויפעניש אז ס'איז א שרעק. געהעריג א קארניוועל מיט אלע סארט ענטערטענימענט, אנגעהויבן מיט די שחיטות פון די פרענקען און געענדיגט מיט די מראות קודש פון די חבד'סקער. א ריינער בית הכבוד איז שווער צום געפונען, לאמיר נישט רעדן פון דער מקוה. ראיות אסורות מאנגלט אויך נישט.
דער אמעריקאנער נגיד טאנצט נעבעך ערליך דעם תורתו מגן לנו ווייל ער וויל באצאלן זיין אלף'ל פלאס וואס ס'האט אים געקאסט, און דער ישראלישער טרינקט אסאך קאלא ווייל ס'איז אומזיסט. און סנדר אשכנזי טיילט געבראטנס, אויך נאר פאר די ווי.איי.פי.
איך בין אנגעקומען דארט מיט דער הנחה אז ס'גייט אויסזען ווי עולה רגל זיין און שמחת בית השואבה ווען חסידים ואנשי מעשה טאנצן מיט דביקות און זענען שואב רוח הקודש, אדער עכ"פ פון דער שמחה חוץ לדרך הטבע וואס דער בני יששכר רעדט פון.
איך האב נישט געטראפן דעם יום כיפור אינעווייניג און נישט דעם שמחת תורה אינדרויסן. איך קען עטליכע חסידי'שע הויפן דאהי וואס ל"ג בעומר איז מער מרומם און פרייליכער.
קען זיין כ'האב עס געגעבן צו הויכע ערווארטונגען.
איין בילד וואס גייט מיר נישט ארויס פון די אויגן און האט פאר מיר אויסגעצאלט די 17 מאות איז ווי א זיבעצען יעריג בחורל אנגעטוען מיט די יוניפארמען פון בטחון דאס הייסט ער האט געדינט פאר די ארטיגע סיקיוריטי זיצט אונטער א בוים מיט א בלויזן כפה סרוגה און איז מעביר סדרה היות ל"ג בעומר איז געווען פרייטאג.
איך, דער חניוקישער צושטרויבלטער בחור, דבוק ברבי שמעון ובמשנתו הטהורה עד לאחת, האט 'נישט' מעביר סדרה געווען אויף יענעם פרייטאג.
איך בין שוין געווען אין מירון אבער נישט ל"ג בעומר, און איך פארשטיי דיינע פילינגס ווייל איך האב אויך אזוי געפילט די ערשטע מאל וואס איך בין דארט געווען.
למעשה איינער וואס איז שוין דארט געווען אמאל און ער ווייסט וואסערע מראות צו ערווארטן דארט מן הסתם נעמט ער עס גרינגער אויף, אזוי קלער איך.
לעמאן דזשוסנעה. די סיבה אונטערן מהדרין דרך...די אלעס אנדערש קען ער טאקע זעהן אין מאנדרא. כהער אז די מרת. ראטל וועט היייאר זיין ביינאכט אין מירון און במשכ׳ן טאג און פארנאכטס אין מאנדרא יצ״ו. (כמעט ווי יע״א)
לעמאן דזשוסשמעקעדיגלעמאן דזשוס, פליז זאג מיר אז דו ביסט נאך קיינמאל נישט געווען אין מירון!
אויב נישט, רעקאמענדיר איך דיר צו פארן איינמאל, און דו וועסט אנדערש רעדן...
שמעקעדיג איי לאוו יא. באט איך בין שוין געוועהן....איך האב נישט קיין ווערטער.סא מערת פריצים.
דו טרייבסט זייער איבער וואס ס'גייט פאר אין מירון, מערת פריצים? פארוואס ווייל אפאר פרענקינעס טאנצן אביסל? גלייב מיר אויב זוכסטו דעס קען איך דיר געבן בעסערע אדרעסן ווי ל"ג בעומר אין מירון, יא ס'דא טינעידזשערס דארט, שבב'ניקים, אבער נאטינג ספעשעל, דער אמעריקאנער וואס קומט אן אהין גראד פון זיין 12 שעה'דיגע פלייט, שלעפט זיך מיטן באס, גרייט זיך צו, געגאנגען אין מקוה, קומט אן זעהט ער ווי א גרויסע ווידיאו פונעם מלך המשיח שפילט, און אפאר אויסגעלאסענע מוידן שטייען אויפן וועג ארויף, ווער ער אינגאנצען צורידערט, רובא דרובא אידן וואס גייען אהין גייען זיך אויסבעטן ביי ר' שמעון, מ'טאנצט, מ'וויינט, מ'גייט קוקן אביסל ווי ס'בראט זיך די קרבן פסח, און שוין.
ברסלבערמאראנצןזאפט איך בין אנגעקומען דארט מיט דער הנחה אז ס'גייט אויסזען ווי עולה רגל זיין און שמחת בית השואבה ווען חסידים ואנשי מעשה טאנצן מיט דביקות און זענען שואב רוח הקודש, אדער עכ"פ פון דער שמחה חוץ לדרך הטבע וואס דער בני יששכר רעדט פון.
איך ציטער אז ווען משיח וועט קומען בקרוב און מיר וועלן טאקע גיין עולה רגל זיין, וועסטו זיין זייער סורפרייזט, קלערסט אפשר אז מען וועט נאר אריינלאזן דארט די "היימישע"? די אלע מענטשן וואס דו האסט געזעהן אין מירון וועלן דארט אויך אהין קומען.
וואס הייסט? מיינסט אז מ'גייט נישט מאכן קיין דרך מהדרין? מ'גייט זיך מישן מיט בארוועסע פרויען, בלויע העמעדער, און כיפות סרוגות ר"ל?
איך שטוין אביסעלע..
דער פותח האשכול האט מיט א פשטות געפרעגט וועגען א טיקעט, האט זיך אנגעהויבען א גאנצע פייט צו סלוינט זיך יא צו פארען אדער נישט.
קיינער האט אים נישט געענטפערט נאר גלייך ארפגעפארען פון די שינעס..
איך מיין אז עס באלאנגט נישט דא, מאך א צווייטע אשכול
איינער האט יא געענטפערט
איך פאהר גראדע, אי"ה.
איך טראכט פין פארען, ווי קען מען נאך האבען ביליגע טיקעטס?
קאווע, מיט דיר איז אנאנדערע מעשה. טראכט איך שוין ערענסטער אריין.
איינער צאלט דאס פאר מיר. לכאורה פאר גאנצע 20 טעג.
גיי און קום לחיים ולשלום, בעהט'ס אייך אויס און פאר דער וואס צאהלט אייך אויס די טיקעט און פאר גאנץ כלל ישרא' אלעס גוט'ס
כי מלאכיו יצוה וכו;
איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר? פארוואס קען מען נישט האלטן די נושא האשכול. איך האב געעפענט דעם אשכול אינדערפרי און נישט געהאט קיין צייט אריינצוקוקען דורכאויס דעם טאג, איך קום אריין איצט, איך זע דער אשכול פארמאגט שוין 2 בלעטער, איך בין געווען זיכער אז איך וועלן דא טרעפן הויפענס מיט אינפארמאציע צו באפרידיגן מיין בקשה, אבער וואס? ווען? וואו??
טישו באקסגעווענליך איז ל"ג בעומר טאקע א טייערע סיזען, איך האב אבער געקויפט צוויי וואכן פאר פסח ביי אן היימישן טרעוועל אגענט א סטרעיט פלייט טיקעט מיט אל-על פאר אינטער טויזנט דאלער.
די פרייזן זענען אבער לכאורה שוין ארויף געגאנגען יעצט. מיט וויפל ווייס איך נישט.
טישו, וועלכע טרעוועל אגענט האסטו געניצט?
אריק
טישו, וועלכע טרעוועל אגענט האסטו געניצט?
Take Off Travel 718-432-1800
צווישן די אלע וואס כהאב אנגערופן האט ער געהאט די בעסטע פרייזן
ס'איז א גניבה חזיריי
שוין, כ'האב גארנישט געזאגט
signoutאיך טראכט פין פארען, ווי קען מען נאך האבען ביליגע טיקעטס?
1020 מיט א סטאפ air france.
Do all האט delta אן א סטאפ פאר $1100
איז דא אפשר א כולל מירון אזוי ווי כולל חצות. ווי מיר קענען זיך איינשרייבן אין פארן פאר אימזיסט דורך מתפלל זיין פאר די שטיצערס?
עפעס אפ-דעיטס אין דעם פעלד, האט ווער צוציגעבן!?
בדחןsignoutאיך טראכט פין פארען, ווי קען מען נאך האבען ביליגע טיקעטס?
1020 מיט א סטאפ air france.
Do all האט delta אן א סטאפ פאר $1100
גענומען ביי דעלטא פאר $1,270
פין דעלאט סטרעיט געקויפט??
וואסי די שפרונג פון 1100?
למעשה. קען איך מיטשיקן מיט איינעם א קוויטל, מיט אביסל ח״י רוטל קאווע?
לעמאן דזשוסלמעשה. קען איך מיטשיקן מיט איינעם א קוויטל, מיט אביסל ח״י רוטל קאווע?
א קוויטל מילא. אבער די קאווע זעהט מיר אביסל אויס פארדעכטיגט, נאכדערצו אזא קוואנטום ווי ח״י רוטל...
סאיז דא א אלעל סטרייק גייט עס עפעקטען מיין טריפ פון מארגען נאכט? אויב יא גייען זיי מיר עפעס פארגיטיגען שאדען למשל האטעל קאסט ועוד??
אלעל האט יעצט אפדעיטעד איוף זייער וועבסייט אז אלע מארגנדיגע פלייטס פון ניו יארק צו תל אביב זענען געקענסלט
aRe: טיקעטס קיין מירון
Special Offer!!! Round trip ticket to israel for lag boamer for only $850.00 must have last name Schwartz call 718-972-4194
Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android
רבותי כ'הער אז עס איז דא א סטרייק, איינער ווייסט ווי לאנג דאס וועט אנהאלטן??
עס קוקט אויס ס'גייט זיין כאאס. די ארטיגע לופטפעלד ארבייטער ווייזן ארויס סאלדאריטעט מיט די לופט ליניעס און גייען אויך ארויס אין סטרייק. דאס וועט זיך שווער אפרופען אויך אויף די וואס פארן מיט אנדערע לופט ליניעס.
פונקט יעצט? א באנדע פערדן!
נישט אומזיסט האט דער רבי געקלאגט אויף די מדינה הארורה.