☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » מוזיקאנטן אויף אונזערע אלבום'ס

מוזיקאנטן אויף אונזערע אלבום'ס

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2255

חאצקל » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 9:23 pm

· #57432
מוזיקאנטן אויף אונזערע אלבום'ס
איך האב שוין געעפנט אן אשכול איבער דראמער'ס, הלואי ווען עס גייט בעסער, עס איז אויסגעשמועסט געווארן א מקצת מן המקצת פון וואס מ'קען ווען אויסשמועסן, אבער אזוי יענער אשכול רירט זיך גאר שטייט, האב איך געקלערט אז שיין וועל איך אויסזען אז איך וועל עפענען אן אשכול איבער א יעדער אינסטרומענט באזונדער, דעריבער עפן איך דא א כל הנערים אשכול וואו מ'וועט שמועסן איבער אלע רעלעוואנטע אינסטרומענט פאכן, דער רידעם סעקשן, דער ברעס סעקשן און דער סטרינגס סעקשן.

מ'וועט דא קענען אויסשמועסן וואס עס דארף זיין די ארבעט פון איטליכער מוזיקאנט אין אונזערע סארט טעיפ'ס און פארמעסטן מוזיקאנטן פונעם זעלבן אינסטרומענט ווער ס'טוט א בעסערער ארבעט אין וועלעכער הינזיכט א.א.וו.

איך האף צו הערן פון אייך, און האפנטליך וועט איר בארייכערן דעם אשכול

חאצקל » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 9:28 pm

· #57434
האלט איר אז "דאבל אלבום" פון מבד, "חַזַק" פון א. פריד און "חָזָק" פון מ. גאלדמאן וואלטן ארויס געקומען אזוי געלונגען ווען ס'ווערט דארט גענוצט די איזראעלי רידעם?

חאצקל » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 9:34 pm

· #57435
וויאזוי שאצט איר די פיאניסטן ירון גוטפריד קעגן ירון גערשאווסקי; סינגולדה קעגן אנדערע ניו יארקער גיטאריסטן; און אזוי ווייטער די אנדערע אינסטרומענטן די אמעריקאנער אנטקעגן די ישראלים.

שמייכל » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 10:45 pm

· #57454
חאצקל - די חילוקים פון גוטפריד און גערשובסקי האבעך שוין אמאל דא אויסגעשמועסט
איך וועל עס אהערברענגען לתועלת הדברים

שמייכל
אז מ׳רעדט שוין פון די יארונס וויל איך אייך זאגן אז עס איז דא א שטיקל חילוק צווישן די 2 יארונס

יארון גערשובסקי איז שוין אין זיינע זעכציגער יאהרן, און איז א ברייט בארימטער פיאניסט, ארעינדזשער און קאמפאוזער סיי ביי יודישע מוזיק און סיי אין די גוי׳אישע וועלט, ער איז געווען יאהרן לאנג דער קיבארדיסט/פיאניסט און אררעינדזשער פאר The Manhattan Transfer - א ריזיגע וועלט בארימטע וואקעל גרופ וועלכע פערפארעמט jazz און pop, וואס דאס אליינס האט געמאכט יארון פאר א היבשע כאראקטער אין די פראפעשינאל וועלט, ער האט דאדורך געהאט די געלעגענהייט זיך צו טרעפן און שפילן מיט די וועלטס גרעסטע מוזיקאנטן אריינגערעכנט די 2 וועלטס גרעסטע היינטיגע דזשעס פיאניסטן Herbie Hancock און Chick Corea, ווי אויכעט איינע פון די גרעסטע היינטיגע Jazz Organ שפילערס Dr. Lonnie Smith - ער האט אויכעט גענומען לעסאנס ביי איינע פון די וועלטסט גרעסטע קלאסיקאל פיאניסטן פון די 20th century מיטן נאמען Vladimir Horowitz.

יארון גוטפריעד איז געראדע אויך א שטארק ארויפגעקוקטער מוזישאן און קלאסיקעל קאנדאקטער אין איזראעל וועמענס סקילס דערגרייכן צו זיין פון די בעסטע וואס פארהאן אין איזראעל היינט צוטאג, ווי אויך האט ער זייער א יוניק טאטש אויפן פיאנוי. ער טוט קאנדאקטן די גרעסטע סימפאני ארקעסטראס און איזראעל און איז אויך א שטארק געלערנטער קלאסיקל פיאניסט מיט שנעלע פינגער און א ווארימע סאונד.

ביי יודישע מוזיק זענען די חילוקים צווישן די צוויי גאר גרויס

גערשובסקי איז מער א העווי פיאניסט וועלכע נוצט אסאך מער Keys ווי גוטפריד בשעת׳ן שפילן סיי אין א גרופע און סיי סאלא פיאנוי, אסאך קריטיק איז שוין געהערט געווארן אויף גערשובסקי פארן זיין צו אנגעפילט, עספעשאלי אין א רידעם סעקשאן וואו עס דארף נאך בלייבן פלאץ פאר א גיטאר, משא"כ גוטפריד וואס ווייסט וויאזוי צו לאזן גענוג און נאך פלאץ פארן גיטאר און איז א מומחה עצום וויאזוי צו שטיין אויף זיין פלאץ און זיך האלטן קליען און צום נושא. - ווער עס איז א גרעסערע גאון אין מוזיק איז שווער צו זאגן, הגם וואס איך ווייס נישט צו זאגן אויף גוטפריד׳ן ער זאל האבן געשפילט פאר אזא פראפעשינאל בענד ווי גערשובסקי האט, איז ער אבער דאך א געוואלדיגער פיאניסט וועמען איך האב גאר שטארק געגליכן שוין פון די ערשטע מינוט וואס איך האב אים געהערט.

דאס איז זיכער אז גערשובסקי׳ס סאלא פיאנוי אלבומס זענען פיל מיט גאונות און הויעכע פיאנוי סקילס, אבער נאך אלעם קומט דאס נאכנישט צו צו זיינע גוי׳אישע אלבומס (א דוגמא ווי Personal Notes) וואס דארטן ווייזט ער ארויס וואס ׳יארון גערשובסקי׳ איז באמת, איז אבער נאכאלעם אין די היינטיגע יודישע מוזיק וועלט מער אנגענומען גוטפריד׳ס פיאנוי אלס דער סטאנדארט, בפרט ווען ער איז מיט זיין גרופע די איזראעילי רידעם סעקשאן וואס יעדער איז מודה אז דאס איז איינס אין דער וועלט, די וועג וויאזוי זיי האלטן זיך צוזאמען, די וועג וויאזוי זיי צוטיילן זיך מיט די ספעיס אינעם רידעם, יעדער האט זיין פאזיציע, גוטפריד מאכט א פיאנאוי ראן און סינגולדה לויפט עס נאך מיט א גליטש אויפן אקוסטיק וכדומה.

דאס איז וויאזוי די חילוק צווישן די צוויי פיאניסטן קוקן אויס אין מיינע אויגן


ֿאיבער די חילוקים פון סינגולדה ווס. די אמעריקאנע גיטאריסטן קען איך זאגן איין זאך.
עס זענען דא אסאך 'גוטע' גיטאריסטן אין די יודישע מוזיק וועלט, אבער דאס וועט יעדער מודה זיין אז אונזער סינגולדה האט 'אינווענטעד' (מחדש געווען) די 'יודישע גיטאר סטיל' - ער האט שוין היינט צוטאגס נאכמאכער אין גרויסן, לדוגמא נחמן דרייער שפילט גיטאר סולו ממש ווי סינגולדה אליינס, געראדע איז מיר אויך לעצטנס אויסגעקומען צו הערן איינעם אין ב.פ. מיטן נאמען חיים באקשין וואס שפילט גיטאר סולו (overdrive and distortion) אויף די האר ווי סינגולדה ממש אז מ'קען שפרינגען.

און למעשה האט סינגולדה א מורא'דיגע אויסגעהאלטענע דרך וויאזוי אונטערצושפילן און אריינרעדן אינעם רידעם, סיי מיטן עלעטריק גיטאר און סיי מיטן אקאוסטיק (ביידע - מעדאל און קלעסיקעל), ווי אויך האט ער א גאלדענעם טאטש אויפן קלעסיקל גיטאר, ער גיט צומאל אזוילכע קראצעס דערויף וואס גיבט צו א שטארקע געשמאק, זיינע דעפקע סולוס מיט די קליען גיטאר סאונד וואו ער גיט אזא וויש די אונטערשטע סטרינג (נוסח איזראעל) איז אויך זייער באקאנט (לדוגמא: אויף משה גאלדמאנ'ס טעיפ כנשר ביי די ניגון שלום שלום צווישן יודן שרייט דארט סינגולדה אריין מיט דעם וויש) - אויך זיינע קארדס אונטערן רידעם וויאזוי ער באגלייט א ניגון מיט פארשידענע סטיל קארדס אויפאמאל (למשל די wow קארדס פון איין זייט אויער און די רעגולאר קליען קארדס אויף די אנדערע אויער) און אזוי ווייטער.

ווען מ'וועט אבער אפיהרנעמען די אנדערע גיטאריסטן וועט מען אפשר אויך קענען טרעפן ביי זיי א חלק פון די מעלות אבער זיכער נישט אלע אויפאמאל.
פון די אמעריקאנע יודישע גיטאריסטן זענען מיינע פעיוואריטס:
דעיוו סאלאמאן (א גאון אדיר אין פארשידענע סטיילס)
מייק קאאן (אויך ממש א גאון אין מוזיק)
קארמען דאמיקא (געווען אמאל טאפ אוו די ליין)
ֿ
עס זענען דא נאך וועמען איך גלייך, אבער די 3 זענען ספעשיל (פאר מיר)

חאצקל » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 10:54 pm

· #57459
WOW שמייכל דו ווייזט ארויס גרויס בקיאות און מיבינות אין דעם נושא

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 11:05 pm

· #57463
איך וועל אביסעלע פארדרייען דעם שמועס, זינט דו רעדסט שוין פון מוזיקאנטן און דער חילוק פון אמעריקאנע צו איזראעלישע מוזיק.

איך וויל פארקריכן פון מוזיק אויף "אלבומ'ס", און רעדן וועגן די חילוק אין מוזיק אין דזשענעראל.

אלע מיינע יארן האב איך ליב געהאט די אמעריקאנע סארט מוזיק, סיי די בענדס, און אפילו די וואן-מען-בענדס, און אויך אמעריקאנע זינגערס.
די ישראל'ישע האב איך נישט געגליכן גאר שטארק, בפרט די זינגערס מיט זייער איזראעלישן אקצענט, די קלארינעטן און אלט-מאדישע גיטאר'ס (אפרים וועבערמאנ'ס קאסעטעס האט דא איינער געהערט?)

דאס אלעס האט זיך ערנסט געטוישט ווען איך בין געפארן צו ארץ ישראל.
איך בין שוין דארט געווען מערערע מאל, צוליב אנדערע סיבות. איך האב עטליכע מאל אריינגעכאפט א ל"ג בעומר אין מירון, און א סוכות אין ירושלים עיה"ק.
רבותי, ווער עס איז נאך נישט דארט געווען איינע פון די זמנים, ווייסט נישט וואס ער פארפאסט! הדרא דלא אפשר למפרט בשפותא!

איך בין יעצט נישט אויסן צו שילדערן א ל"ג בעומר אין מירון, די אומנאטורליכע שמחה ביזן הימל וואס אזא פשוט'ער מענטש ווי איך האב געשפירט. געגועין עד לב השמים!
איך, פוילער שטריק, קוים וואס איך שפאציר ארום ביי א חתונה, האב זיך געהויבן און געטאנצן מיט אלע מיינע כוחות אן אויפהער עד כלות. און געהאפט אז הזמן יכלה והם לא יכלו.
כ'האב מיטגעהאלטן מערערע רבי'ס, און צום סוף ביי די גרויסארטיגע תולדות אהרן מצב (ביטע, לאזט צימעס ענינים פאר צימעס). ס'נישטא קיין ווערטער.

פאר א הערליכע באשרייבונג פון ל"ג בעומר אין מירון, זעהט דא, און דא, און אויך דא. הערליך באשריבן, און יעדעס ווארט אמת.

שמחת בית השואבה האב איך מיטגעהאלטן ביי מערערע חסידות'ער, תולדות אברהם יצחק, מתמידים, קארלין, און אויך תו"א. איך בין געווען אדורכגעווייקט פון שווייס נאכן טאנצן, בלי שום גוזמא. איך האב אין מיין לעבן אזוי נישט געטאנצן. מען קען עפעס נישט איינזיצן, די לופט שטופט דיר צו טאנצן.

זייט יענע צייטן, האב איך באקומען א געוואלדיגע ליבשאפט צו די ארץ ישראל'דיגע סטייל מוזיק. די חן פון די אריגינעלע און נישט צעווילדעוועטע וועג פון זינגען, מיט א עכטן חסיד'ישן טעם איז נישט מעגליך צו האבן דא אין אמעריקע.

דאנט געט מי ראנג, איך בין נאך אלץ א שטארקער חסיד פון אמעריקאנער מוזיק, און פארמאג אפילו אן אייגענעם "קעסיא/פיאנא/קיבאורד" ביי מיר אינדערהיים ווי איך גיב זיך אויב מיינע באגרעניצטע טאלאנטן.. אבער עד היום הזה, אויב הער איך א ארץ ישראל'דיגן מוזיק, בפרט מיטן קוויטשעדיגן קלארינעט, וביותר ווען חיליק פראנק מיט זיין מתיקות לייגט דאס אראפ כדרכו מתוק כדבש, הייבן אן מיין הארץ קאכן, מיט א בענקשאפט עד אין לשער, זאל זיין מיטוואך נאכמיטאג, איך וויל נאר אנהויבן טאנצן.. בזכות התנא אלקי, רבי שמעון בר יוחאי....

שוין, אויסגעגעבן מיינע הרגשים אביסל, קענסטו צוריקגיין צום אריגינעלן נושא..

חאצקל » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 3:01 am

· #57505
ווען מיר רעדן פון די איזראעלי מוזיקאנטן מיינען מיר נישט וואן מען בענד אדער מירונער קלארינעטיסטן, אבער אזויפיל יא, צו צו קומען צום טעם פון די איזראעלי ענערגישע און לעבהאפטע מוזיקאנטן, און צו פארשטיין וואס זייער ענערגי ברענגט ארויס, דארף מען צומאל קודם הערן מירונער מוזיק, צו פארשטיין אז מוזיק איז נישט נאר א טעכנישער זאך.

שמייכל » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 10:15 pm

· #57867
חאצקל
דעריבער עפן איך דא א כל הנערים אשכול וואו מ'וועט שמועסן איבער אלע רעלעוואנטע אינסטרומענט פאכן, דער רידעם סעקשן, דער ברעס סעקשן און דער סטרינגס סעקשן

וואס אהרט דיר צו עפענען א אשכול פאר יעדע אינסטרומענט באזונדער? אז ס'וועט נישט גיין אזוי ווי געפלאנט איז דאך אויך נישט געפערליך.

חאצקל » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 11:11 pm

· #57881
קודם כל לאמיר זעהן וויאזוי דער אשכול וועט גיין. ס'האט גראדע אויך א מעלה, אז מ'קען רעדן פונעם ארקעסטרא בכלליות אן דארפן פארקריכן פונעם הויפט נושא.

חאצקל » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 11:16 pm

· #57882
ישראל לאם איז שטענדיג געווען באוויסט אינאיינעם מיט זיין ניו יארקער ריטעם. אינטרעסאנט איז אז זיין מערסט אויפגעכאפטע ארעינדזשמענט איז אויף דער ניגון אם אשכיחך ירושלים פון שוואקי וואס האט די ישראלישע רידעם. (טראץ דעם אדער צוליב דעם?).

חאצקל » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 11:21 pm

· #57887
קען איינער דערקענען א חילוק אויף א טעיפ צווישן ברעס (כלי נשיפה) סעקשן'ס דורך וועלעכע שפילערס ס'איז געשפיעלט געווארן?

שמייכל » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 9:42 pm

· #58117
חאצקל
קען איינער דערקענען א חילוק אויף א טעיפ צווישן ברעס (כלי נשיפה) סעקשן'ס דורך וועלעכע שפילערס ס'איז געשפיעלט געווארן?

דאס איז זיכער אז דזשים היינס'ס ברעס סעקשן איז אסאך מער צוזאמענגענומען ווי אבי פעלדערס, די חילוק איז זייער א קלארע.
די זאך איז נאר אז פעלדער איז אסאך א זאפטיגערער מוזיקאנט ווי היינס (וואס איז טריקן ווי א פעפער).

שמייכל » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 11:19 pm

· #58156
חאצקל
ישראל לאם איז שטענדיג געווען באוויסט אינאיינעם מיט זיין ניו יארקער ריטעם. אינטרעסאנט איז אז זיין מערסט אויפגעכאפטע ארעינדזשמענט איז אויף דער ניגון אם אשכיחך ירושלים פון שוואקי וואס האט די ישראלישע רידעם. (טראץ דעם אדער צוליב דעם?).

וועלכע אם אשכחך האט די ישראלישע רידעם?

חאצקל » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 11:34 pm

· #58167
אויף שוואקי'ס טעיפ "ידיד"!

חאצקל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 12:01 am

· #58596
שמייכל
פון די אמעריקאנע יודישע גיטאריסטן זענען מיינע פעיוואריטס:
דעיוו סאלאמאן (א גאון אדיר אין פארשידענע סטיילס)
מייק קאאן (אויך ממש א גאון אין מוזיק)
קארמען דאמיקא (געווען אמאל טאפ אוו די ליין)

איך זיך נישט דוקא צו רעדן פון אידישע מוזיקאנטן, דער עיקר די וואס שפילן אויף אונזערע טעיפ'ס. אלזא, לאמיר דערמאנען דעם גיטאריסט "סטיוו ביל" (ניו יארק) וואס איז דאכט זיך אינוואלווט אין א סך טעיפ'ס וואס איז רעקארדירט אין ניו יארק.

איך בין נישט אזוי באקאנט מיט די ראלע פון א גיטאריסט אין אן ארקעסטרא, אבער וויפיל איך פארשטיי האט ער עטליכע ראלעס, איינס, געבן ריטעם מיט אקארדישע קלאנגען, צווייטנ'ס צו מאכן סאלא שטיקלעך דא און דארט, דריטנס, אריין ריקן אינטרעסאנטע שטיקלעך אדער עפעקטן און אנדערע שטיק פון הינטערוויילעכטץ.

קען עס איינער דא מער אויסברייטערן?

שמייכל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 8:35 pm

· #58858
חאצקל
שמייכל
פון די אמעריקאנע יודישע גיטאריסטן זענען מיינע פעיוואריטס:
דעיוו סאלאמאן (א גאון אדיר אין פארשידענע סטיילס)
מייק קאאן (אויך ממש א גאון אין מוזיק)
קארמען דאמיקא (געווען אמאל טאפ אוו די ליין)

איך זיך נישט דוקא צו רעדן פון אידישע מוזיקאנטן, דער עיקר די וואס שפילן אויף אונזערע טעיפ'ס. אלזא, לאמיר דערמאנען דעם גיטאריסט "סטיוו ביל" (ניו יארק) וואס איז דאכט זיך אינוואלווט אין א סך טעיפ'ס וואס איז רעקארדירט אין ניו יארק.

איך בין נישט אזוי באקאנט מיט די ראלע פון א גיטאריסט אין אן ארקעסטרא, אבער וויפיל איך פארשטיי האט ער עטליכע ראלעס, איינס, געבן ריטעם מיט אקארדישע קלאנגען, צווייטנ'ס צו מאכן סאלא שטיקלעך דא און דארט, דריטנס, אריין ריקן אינטרעסאנטע שטיקלעך אדער עפעקטן און אנדערע שטיק פון הינטערוויילעכטץ.

קען עס איינער דא מער אויסברייטערן?

סטיוו ביל איז געראדע אויכעט א מורא'דיגער שפילער, אינטערעסאנט וויאזוי ער איז מיר ארויס פון קאפ - ער האט געמאכט די ארעינדזשמענטס פאר אברעהמל אויף אסאך טעיפס און האט קאנדאקטעד אסאך פון זיינע קאנצערטן

חאצקל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 9:29 pm

· #58872
סטיוו ביל האט געמאכט "ארעינדזשמענטס" אויף טעיפ'ס פון אברהם פריד? אויב יא אויף וועלעכע טעיפ'ס?

שמייכל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 9:57 pm

· #58877
חאצקל
סטיוו ביל האט געמאכט "ארעינדזשמענטס" אויף טעיפ'ס פון אברהם פריד? אויב יא אויף וועלעכע טעיפ'ס?

כ'בין נישט באקאנט - אין א שמועס מיט אים האט ער מיר אמאל אויסגערעכנט אפאר אלבומס, איך דענק אבער נישט וועלכע

חאצקל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 10:20 pm

· #58883
אפשר האט ער געמיינט צו זאגן אז ער איז געווען דער גיטאריסט אויף עטליכע אלבום'ס פון אברהם, ווייל איך האב קיינמאל נישט געזען זיין נאמען אלס ארעינדזשער אויף אברהם פריד'ס טעיפ'ס. אדער ביסטו זיך טועה מיט מארטי לעווינטער וואס האט ארעינדזשט די ערשטע צוויי טעיפ'ס פון אברהם.

שמייכל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 10:35 pm

· #58889
חאצקל
אפשר האט ער געמיינט צו זאגן אז ער איז געווען דער גיטאריסט אויף עטליכע אלבום'ס פון אברהם, ווייל איך האב קיינמאל נישט געזען זיין נאמען אלס ארעינדזשער אויף אברהם פריד'ס טעיפ'ס. אדער ביסטו זיך טועה מיט מארטי לעווינטער וואס האט ארעינדזשט די ערשטע צוויי טעיפ'ס פון אברהם.

אדער קען זיין אז ער האט איז סתם געווען פון די פראדוסערס אדער צוהעלפער

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 10:40 pm

· #58891
חאצקל
אדער ביסטו זיך טועה מיט מארטי לעווינטער וואס האט ארעינדזשט די ערשטע צוויי טעיפ'ס פון אברהם.

נאר 2?
זיינע ערשטע 3 טעיפס האבן אקוראט די זעלבע סארט סטיל מוזיק. איך גלייב אז דו מיינסט די ערשטע 3 טעיפס.
1. No Jew will be left behind
2. The time is now
3. Forever One

חאצקל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 10:43 pm

· #58892
דאס אז זיי הערן זיך די זעלבע קען זיין איז צוליב וואס די דריי טעיפ'ס זענען רעקארדירט געווארן איינס נאכן אנדערן און מעגליך מייט די זעלבע שפילער (איך האב נישט נאכגעטשעקט), אבער "פארעווער וואן" וואס טראגט אויך דעם נאמען תנו שבח האט ארעינדזשט משה לאופר וואס מיט דעם האט זיך אנגעהויבן דער נאסטאלגישער שייכות פון די דריי פריד לאופער און גרין וועלעכע האבן במשך יארן אינאיינעם זיך פארשטאנען און ארויס געגעבן פון די בעסטע סחורה אויף אונזער מארק און געשאפן א שיינער טייל פון די היינטיגע אידישע מוזיק קולטור. אגב אברהם פריד באאטראכט דעם טעיפ תנו שבח אלס זיין ערשטער פראפעשענל טעיפ בעת מיט די ערשטע צוויי שעמט ער זיך.

חאצקל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 10:44 pm

· #58893
שמייכל
חאצקל
אפשר האט ער געמיינט צו זאגן אז ער איז געווען דער גיטאריסט אויף עטליכע אלבום'ס פון אברהם, ווייל איך האב קיינמאל נישט געזען זיין נאמען אלס ארעינדזשער אויף אברהם פריד'ס טעיפ'ס. אדער ביסטו זיך טועה מיט מארטי לעווינטער וואס האט ארעינדזשט די ערשטע צוויי טעיפ'ס פון אברהם.

אדער קען זיין אז ער האט איז סתם געווען פון די פראדוסערס אדער צוהעלפער


דאס קען טאקע זיין, און קען גאר זיין אז ביי די טעיפ'ס וואס זענען רעקארדירט געווארן אין ניו יארק האט ער צומאל קאנדאקטעט און מסדר געווען די מוזיקאנטן אנשטאט משה לאופר דער אערינדזשער וועלעכע וואוינט אין ארץ ישראל און האט זיך נישט שטענדיג געקענט באטייליגן אין די רעקארדינגס.

שמייכל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 10:49 pm

· #58895
חאצקל
ֿקען גאר זיין אז ביי די טעיפ'ס וואס זענען רעקארדירט געווארן אין ניו יארק האט ער צומאל קאנדאקטעט און מסדר געווען די מוזיקאנטן אנשטאט משה לאופר דער אערינדזשער וועלעכע וואוינט אין ארץ ישראל און האט זיך נישט שטענדיג געקענט באטייליגן אין די רעקארדינגס

מאכט אסאך סענס

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 11:05 pm

· #58899
חאצקל
דאס אז זיי הערן זיך די זעלבע קען זיין איז צוליב וואס די דריי טעיפ'ס זענען רעקארדירט געווארן איינס נאכן אנדערן און מעגליך מייט די זעלבע שפילער (איך האב נישט נאכגעטשעקט), אבער "פארעווער וואן" וואס טראגט אויך דעם נאמען תנו שבח האט ארעינדזשט משה לאופר וואס מיט דעם האט זיך אנגעהויבן דער נאסטאלגישער שייכות פון די דריי פריד לאופער און גרין וועלעכע האבן במשך יארן אינאיינעם זיך פארשטאנען און ארויס געגעבן פון די בעסטע סחורה אויף אונזער מארק און געשאפן א שיינער טייל פון די היינטיגע אידישע מוזיק קולטור. אגב אברהם פריד באאטראכט דעם טעיפ תנו שבח אלס זיין ערשטער פראפעשענל טעיפ בעת מיט די ערשטע צוויי שעמט ער זיך.


דאס איז מיר א חידוש, אז ער שעמט זיך מיט די ערשטע צוויי. פארוואס? איך גלייך זיי אלע.
לדעתי איז נישטא קיין גרויסער חילוק פון די ערשטע צוויי ביזן דריטן, נישט אין זיין שטימע, נישט אין די סטיל ניגונים, און נישט קיין סך אין די מוזיק.
אגב, קיינמאל נישט געהערט אז פארעווער וואן זאל זיך רופן 'תנו שבח'. ער האט טאקע דעם ניגון תנו שבח דארט, אבער עס רופט זיך נישט אזוי ווי ווייט איך ווייס.

חאצקל » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 1:04 am

· #58922
שמעקעדיג
דאס איז מיר א חידוש, אז ער שעמט זיך מיט די ערשטע צוויי. פארוואס? איך גלייך זיי אלע.



איך פעיסט דא אהער א פאראגראף פון ויקיפידיה:

"שני תקליטיו הראשונים, על אף שיש בהם לא מעט שירים שהפכו לנכס צאן ברזל בפולקלור המוזיקה היהודית ("אל ההודאות" "וזכנו לקבל שבתות" "וקרב פזורנו" ועוד) נחשבים לחובבניים יחסית, ופריד עצמו התבטא פעם כי היום הוא מתבייש להאזין להם. התקליט השלישי נחשב לאלבומו המקצועי הראשון, ואחד המוצלחים מביניהם.

שמעקעדיג
לדעתי איז נישטא קיין גרויסער חילוק פון די ערשטע צוויי ביזן דריטן, נישט אין זיין שטימע, נישט אין די סטיל ניגונים, און נישט קיין סך אין די מוזיק.



די ניגונים פון די דריי טעיפ'ס זענען מער ווייניגער פון די זעלבע קאמפאוזערס ובראשם יוסי גרין, ווייטער פארוואס דו הערסט ענדליכקייטן אין די מוזיק איז בעיקר ווי געשמועסט ווייל עס איז געווען אין איין תקופה און מעגליך מיט די זעלבע מוזיקאנטן און ווי אויך דער זעלבער קאנדאקטער (נישט ארעינדזשער) וואס דאס איז משה לאופר וועלעכע האט שוין קאנדאקטעד אויך די ערשטע טעיפ'ס כאטש ער האט עס נישט ארעינדזשט (איך ווייס נישט פארוואס, כ'האב נאר אזוי געהערט פון משה לאופר אין אן אינטערוויו)

שמעקעדיג
אגב, קיינמאל נישט געהערט אז פארעווער וואן זאל זיך רופן 'תנו שבח'. ער האט טאקע דעם ניגון תנו שבח דארט, אבער עס רופט זיך נישט אזוי ווי ווייט איך ווייס.


פון ויקיפידיה (די ערשטע דריי):

דיסקוגרפיה
אף יהודי לא יישאר מאחור (1981)
זה הזמן (1982)
תנו שבח (1983)

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 1:13 am

· #59233
יישר כחכם.
אגב, זעה איך אין אייוועלט אז אברהם גרייט זיך יעצט ארויסצוקומען מיט א פרישן אלבום, אידישע ניגונים.

מיר פארפארן שוין פון מוזיקאנטן צו זינגערס און אלבום און ארעינדזשערס/קאנדאקטערס..

חאצקל » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 1:29 am

· #59236
אלזא, מיר האבן אנגעהויבן דעם שמועס איבער סטיוו ביל דער גיטאריסט צו ער האט ארעינדזשט טעיפ'ס פאר אברהם פריד צו נישט. למעשה מיין איך אז נישט.

חאצקל » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 10:37 pm

· #59550
איך האב נישט דא ביי מיר קיין קאווער'ס פון די טעיפ'ס אין די ניינציגער יארן מיט די אמעריקאנער ריטעם, ממילא קען איך ניצן אביסל אינפארמאציע פון מיינע חשוב'ע ידידים דא אין שטיבל איבער די מוזיקאנטן אין יענע יארן.

אזוי ווי מיר האלטן ביי דעם גיטאריסט סטיוו סמיט, וויל איך וויסן צו אין יענע גיטע יארן ווען קאטלער איז געווען אויף די דראם, און גערשאווסקי אויפן פיאנאו, איז סמיט געווען אויפן גיטאר? ד.ה. איז ער געווען א טייל פון אונזער באקאנטער ניו יארקער ריטעם וואס איז במשך די שענסטע מוזיק יארן געווען דער עמוד התוך ביי פיל פאפולערע טעיפ'ס מיט די מוזיק פון ישראל לאם און פון משה לאופר?

שמייכל » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 8:38 pm

· #59872
חאצקל
אזוי ווי מיר האלטן ביי דעם גיטאריסט סטיוו סמיט

מיינסט אוודאי 'סטיוו ביל'

חאצקל » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 9:11 pm

· #59878
גערעכט, סטיוו ביל, איך האב זיך טועה געווען.

חאצקל » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 2:12 pm

· #60081
און וואס זאגט איר צו דעם גיטאריסט יענקי קטינא?

שמייכל » מוצ"ש נאוועמבער 10, 2012 8:54 pm

· #60128
חאצקל
און וואס זאגט איר צו דעם גיטאריסט יענקי קטינא?

טעקניקלי איז ער גאנץ פיין און ווערט בעסער פון טאג צו טאג
הארמאניקלי (מוזיקאליש געשטימט) בין איך נישט זיכער ווי גוט ער איז
אבער פאר חתונות קוקט ער אויס צו זיין גוט.

חאצקל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:38 pm

· #60894
אין אייוועלט ווערט דער גיטאר אויסגעשמועסט אין די לענג און אין די ברייט, עס איז א גאנצע לעבהאפטע נושא, עס זענען קענטליך דא דארט א סך גיטאר ליבהאבער ספעציעל פאר עלעקטריק גיטאר. מ'רעדט דארט למשל איבער דעם חילוק פון די פארשידענע מאגנעטישע קולות פונעם ערלעקטריק גיטאר וכדו', אויך איבער וויאזוי ארעינדזשערס לייגן אריין גיטאר אין זייער מו\זיק, מ'שמועסט דארט צ.ב.ש. אויך אז רובי באנעט ניצט כמעט נישט קיין סאולא עלעקטריק גיטאר, משה לאופר ניצט דוקא יא גאנץ א סך גיטאר סאולא, א.א.וו. פיל פון זיי זענען פארנומען צו די מוזיק פון פלוני האט גענוג גיטאר סאולא "אויף זאט צו ווערן".

איך פארשטיי כמעט נישט צו דעם געשמאק פון א עלעקטריק גיטאר, (חוץ אין זעלטענע פעלער ווי איך פיל אז ס'טוט באמת בארייכערן די מוזיק, אדער אז דער ניגון גייט נישט אן דעם), איך בין דעריבער מכבד דער וואס האט ליב עלעקטריק גיטאר "אויף זאט צו ווערן" צו זאגן אפאר ווערטער איבער דעם, זאלן אזעלעכע ווי איך אביסל משיג זיין וואס מ'הערט אינעם גריצלדיגן קול.

חאצקל » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 9:04 pm

· #61231
נו, רבותי, לאזט אייך הערן, מ'דארף זיך שוין אט אט נעמען צו בעיס גיטאר, אויך א גרויסער נושא פאר זיך, און מיר האבן נאך צו שמועסן איבער א סך אנדערע אינסטרומענטן, און טאקע מיט א ברייטקייט. טא ריפט אייך אן ווארעם און זאגט וואס איר האט צו זאגן איבער גיטאר.

שמייכל » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:31 pm

· #61613
חאצקל
נו, רבותי, לאזט אייך הערן, מ'דארף זיך שוין אט אט נעמען צו בעיס גיטאר, אויך א גרויסער נושא פאר זיך, און מיר האבן נאך צו שמועסן איבער א סך אנדערע אינסטרומענטן, און טאקע מיט א ברייטקייט. טא ריפט אייך אן ווארעם און זאגט וואס איר האט צו זאגן איבער גיטאר.

קענסט גיין צו בעיס, ס'קוקט נישט אויס ווי ס'נאך דא איינער וואס וויל עפעס מוסיף זיין איבער עלעקטריק