☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » געדאנק: וועכענטליכע בלעטל דורך קאווע שרייבער

געדאנק: וועכענטליכע בלעטל דורך קאווע שרייבער

214 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3365
בלאט: 1 2 3 4 5

גנדי » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:28 pm

· #103919
לעמאן דזשוס
קינות גירושין
גייט אויך זיין א קינדער אפטיילונג?
אדער זיי מוזן ווייטער ליינען די געגלע מחנים ביכער?


זיי מוזן נישט.

אבער לעניית דעתי איז די מחניים סעריע גאר א הערליכע זאך פאר קינדער.

ווילסט ענדערש זיי זאלן ליינען קטלא קניא אדער קיוריאס דזשארדזש? געזונטערהייט.


די מחניים סעריע גאר א הערליכע זאך פאר קינדער - AGREE

ווילסט ענדערש זיי זאלן ליינען קטלא קניא - ניין
קיוריאס דזשארדזש - יא. איך האב זיי דאס געקויפט, און עס ליגט אין די קינדרס ביכל שאפע נעבן מחניים ביכער.

קינות גירושין » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:05 pm

· #103937
איך פרינט ארויס פאר מיין 11 יעריגע ארטיקלען פון דא למשל היסטארי פון ממי שאמרו, אין שיינע רייכע ארטיקלען פון אייוועלט ( לעצטענס פון סייענס ,משוגע שיין, און פון נ״ך , אסאך שיינע זאכען פון לכתחילה אריבער )פארוואס זאל ער נישט קענען ליינען נארמאלע ארטיקלען ?
דישטערן ומתעסף ליינט ער אפ אין איין טאג.

קינות גירושין » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:19 pm

· #103942
[ציטאט אראפגענומען]

קינדער קענען פארשטיין סאך מער וואס אונז מיינען, זיי האבען געוואלדיגע כוחות , נאר מדארף זען אנשטאט זיי זאלען ליינען פון קרעטשמע רבי פויער ארענדע מרשא און מאניש און נאך גארביטש ,זיי אנצופילען מיט נארמאלע זאכען

איך זאג דיר » מאנטאג אפריל 15, 2013 6:07 pm

· #105095
ונבנתה העיר
בענדזשאמין פרענקלין
לעצטענס איז א סטייל צו מרמז זיין די ווייב'ס נאמען אויך ווייל שלי שלה וכ'ו (בעיקר אין לעיקוואוד),

איהר האט קיינמאל געהערט פון ריצוי קודם החיבו"ר?...

אפשר קאנט איר אזוי גוט זיין און מסביר זיין וואס איר מיינט?

יואליש » מאנטאג אפריל 15, 2013 6:14 pm

· #105100
כ'מיין אז די "השנאה מקלקלת השורה" איז געווארן קלישע און קען מיטיילען די שיקזאל פון "והמסתעף."

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:39 am

· #117145
קאווע בלעטל: חלום חלמתי ואיני יודע מה היא ואין פותר אותו.
יהא זכרו ברוך וינוח בשלום על משכבו עדי יקיצו וכו'

לעמיל » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:17 pm

· #124634
דא האט זיך עס נישט אויסגעארבעט אבער אין אייוועלט גייען זיי יעצט אונהייבען ארויס געבען יעדע וואך און די זומער ארויסגעבען א זומער אויסגאבע אונגעפירט דורך ידידי הרב געלעגער
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=20133">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=20133</a>

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:21 pm

· #124636
שוין געזעהן. מען רעדט נישט פון יעדע וואך אין דעם זומער, נאר אן "איינמאליגע" זומער אויסגאבע.
נישט קיין פארגלייך צו א וועכענטליכע זאך.

און ס'איז א גרויסע חילוק פון אייוועלט מאטעריאל צו ק"ש, והמ"י.

לעמיל » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:49 pm

· #124641
איך מיין דו האסט א טעות זיי ווילען מאכען יעדע וואך און די זומער נישט א איינמאליגע זאך

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:14 pm

· #124653
דאס איז געלעגערס ווערטער:

איבער שבת איז מיר אריין אין קאפ צו שטיפן פאראויס די פלאן פון ארויסקומען מיט א שיינע אויסגאבע דורך די אייוועלט שרייבערס.

מיין פלאן איז אז די אויסגאבע זאל זיין עוועילעבל צו דאונלאודן מיטוואך בעפאר דער עולם פארט אין קאנטרי אז מ'זאל דאס קענען מיטנעמען פאר שבת אין קאנטרי און עס מיטטיילן מיט אנדערע.

נפתלי » דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:41 pm

· #124665
שמעקעדיג
דאס איז געלעגערס ווערטער:

איבער שבת איז מיר אריין אין קאפ צו שטיפן פאראויס די פלאן פון ארויסקומען מיט א שיינע אויסגאבע דורך די אייוועלט שרייבערס.

מיין פלאן איז אז די אויסגאבע זאל זיין עוועילעבל צו דאונלאודן מיטוואך בעפאר דער עולם פארט אין קאנטרי אז מ'זאל דאס קענען מיטנעמען פאר שבת אין קאנטרי און עס מיטטיילן מיט אנדערע.


איך קלער פון אריין לייגן נאטירליך'ס קאנטרי ארטיקל אלס פארזעצונג.

לעמיל » מאנטאג יוני 17, 2013 12:01 pm

· #125452
שמעקעדיג קוק וואס געלעגער האט נעכטען געשריבען

אויסגאבע # 2
דורך געלעגער » זונטאג יוני 16, 2013 3:19 pm

די ערשטע אויסגאבע איז כמעט פארטיג און מ'ארבעט שוין אויף די צווייטע אויסגאבע ב"ה.

ווילן מיר יעצט מעלדן אז אונזער אומפארגעסליכע חשובע מייסד "קרעמער" זז"ג האט באוויליגט צו געבן אן אויסשליסליכע אינטערוויו פאר די אויסגאבע און די שאלות און תשובות וועלן פאבליצירט ווערן אין די צווייטע אויסגאבע אי"ה.

איר קענט אריין שיקן אייערע שאלות צום מערכת צום אויבן דערמאנטן אימעיל אדרעס. די סאבדזשעקט פון די אימעיל זאל זיין "שאלות צום אינטערוויו" מיר האפן צוצושטעלן א זיסע אינהאלטסרייכע אינטערוויו בעזר השם.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 17, 2013 12:23 pm

· #125459
אויב אזוי, הייב איך הענט. הצדק אתך.

לעמיל » מאנטאג יוני 17, 2013 12:27 pm

· #125461
שמעקעדיג
הצדק אתך.

ווי געווענטליך
בלאט: 1 2 3 4 5