☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » געדאנק: וועכענטליכע בלעטל דורך קאווע שרייבער

געדאנק: וועכענטליכע בלעטל דורך קאווע שרייבער

214 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3365
בלאט: 1 2 3 4 5

נייגעריגער » זונטאג אפריל 7, 2013 5:44 pm

· #102193
איך וויל בעטן זייער שטארק אז לתועלת הבלעטל זאל מען זיך נישט צולאזן דארט אנקעגן דער סיסטעם והמסתעף [וואס איך ווייס אויכעט ווי שלעכט דער סיסטעם איז.....], כדי ס'זאל נישט גלייך ארויסקומען א קול קורא און א ים מיט הערשיל קלאר סטייל פאשקעווילן דערקעגן [וואס כ'ווייס אוודאי אז אונזערע גיבורים שרעקן זיך בכלל נישט פון דעם!!!! אבער אעפ"כ קען עס אנדעם אסאך מער מצליח [כ'בין ח"ו נישט מדמה צום אויסגאבע....] זיין אנדעם]…
און דער באשעפער זאל העלפן אז אונזער קעניג [=חזקיהו המלך] זאל מצליח זיין, און ס'זאל זיין להגדיל שמי'ה ד'שטובל'ינו המפואר, אזש ס'זאל זיין דער נאמבער וואן דאונלאוד אויף לדעת!!!!

בן תמליון » זונטאג אפריל 7, 2013 5:44 pm

· #102194
מיינע צוויי צענט זאגט א קביעות'דיקער גליון קען נישט אנהאלטן וועכנטליך אפשר חודשליך אפילו מער איינמאל אין צוויי חדשים. אויך באדארף זיך א טויגליכער יושב ראש חזקיהו עס קומט אייך קרעדיט אבער שרייבן "אין" במקום "און" למשל וועט פארקלאפן דאס אפעטיט.

זר זהב » זונטאג אפריל 7, 2013 5:44 pm

· #102195
איך וועל עס דיסטריבוטען.

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 7, 2013 5:45 pm

· #102196
זר, דו ווייסט וואו ס'דא א שוהל בכלל?
😳

נייגעריג:
גליונות וואס זענען אין ראם פון די סיסטעם זענען שוין דא.
מבאר רבותינו ועוד

זר זהב » זונטאג אפריל 7, 2013 5:46 pm

· #102197
יא, כעל אראפלייגן 3000 שטיק ביי KW און סעט זיין א מחיה

לעמאן דזשוס » זונטאג אפריל 7, 2013 5:49 pm

· #102200
פארוואס האלט מבאר רבותינו און שולחן מלכים אן און ׳שבת בלעטטעל׳ איז געגאנגן קיפען קאמפאני פאר שלום עליכם און ילפרץ?

חזקיהו וסייעתו וואס פונקטליך איז דיין/ענקער/ציהל מיט דיין/ענקער/אונזער גליון?

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 7, 2013 5:50 pm

· #102204
ווייל דער'עולם האט ליב פלאטשיגע סחורה.

לעמאן דזשוס » זונטאג אפריל 7, 2013 5:51 pm

· #102207
קאווע טרינקער
ווייל דער'עולם האט ליב פלאטשיגע סחורה.


משא״כ גליון שטיבלנו וועט זיין פלאטשיג?!

זר זהב » זונטאג אפריל 7, 2013 5:52 pm

· #102208
עפעס א רש"י בלעטל איז יא אונטערגעגאנגען. פארגעסן די נאמען

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 7, 2013 5:52 pm

· #102209
אבער קופערניקוס עסט דאך נישט קייין טרויבען?

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 7, 2013 5:53 pm

· #102210
לעמאן דזשוס
קאווע טרינקער
ווייל דער'עולם האט ליב פלאטשיגע סחורה.


משא״כ גליון שטיבלנו וועט זיין פלאטשיג?!


חלילה.. איך טראכט נאר: די וואס האבן נישט קיין ניקס דא, זענען ווערט צו ליינען די "הידעת" און "דבר יום ביומו"...

זר זהב » זונטאג אפריל 7, 2013 5:54 pm

· #102211
"הידעת" וואלט געדארפט צולייגן אן עדוויל אין יעדן בלעטל

לעמאן דזשוס » זונטאג אפריל 7, 2013 5:54 pm

· #102212
קאווע טרינקער
לעמאן דזשוס
קאווע טרינקער
ווייל דער'עולם האט ליב פלאטשיגע סחורה.


משא״כ גליון שטיבלנו וועט זיין פלאטשיג?!


חלילה.. איך טראכט נאר: די וואס האבן נישט קיין ניקס דא, זענען ווערט צו ליינען די "הידעת" און "דבר יום ביומו"...


אט אזוי. און צו א נויט אויך די גוטמארגן.

לעמאן דזשוס » זונטאג אפריל 7, 2013 5:57 pm

· #102213
איך טראכט יעצט אז די אויפטוה איז פאר קופערניקוס. ער האט דאך ממש נישט וואס צו ליינען לעצטענס חוץ די ׳פארשווינדענע ניק אשכול׳ וואו ער באזוכט שטונדעווייז.

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 7, 2013 5:57 pm

· #102214
נייגעריגער
איך וויל בעטן זייער שטארק אז לתועלת הבלעטל זאל מען זיך נישט צולאזן דארט אנקעגן דער סיסטעם והמסתעף [וואס איך ווייס אויכעט ווי שלעכט דער סיסטעם איז.....], כדי ס'זאל נישט גלייך ארויסקומען א קול קורא און א ים מיט הערשיל קלאר סטייל פאשקעווילן דערקעגן [וואס כ'ווייס אוודאי אז אונזערע גיבורים שרעקן זיך בכלל נישט פון דעם!!!! אבער אעפ"כ קען עס אנדעם אסאך מער מצליח [כ'בין ח"ו נישט מדמה צום אויסגאבע....] זיין אנדעם]…
און דער באשעפער זאל העלפן אז אונזער קעניג [=חזקיהו המלך] זאל מצליח זיין, און ס'זאל זיין להגדיל שמי'ה ד'שטובל'ינו המפואר, אזש ס'זאל זיין דער נאמבער וואן דאונלאוד אויף לדעת!!!!

נעה. היו לו תהי' (כ'ווייס. ס'קומט מיט אן אלף. אבער די קאוואנעה איז קעפשיטוי.) אונז גיימער דאך ארויסגעיבן אייגענע פאשקווילן און קאל קוירע'ס, מיט אייגענע חאסימעס פון אינזערע (אייגענע) רע-בנים, כדאמרן.

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 7, 2013 6:03 pm

· #102219
והעיקר שכחת....
צימעס הגידען..

נייגעריגער » זונטאג אפריל 7, 2013 6:08 pm

· #102223
קאווע טרינקער

נייגעריג:
גליונות וואס זענען אין ראם פון די סיסטעם זענען שוין דא.
מבאר רבותינו ועוד

ניין, ניין, ניין!!!!
איך האב אין מיינע ווערטער קיינמאל געשריבן אז ס'זאל זיין אינעם ראם פון סיסטעם - וואס דאס מיינט אזויווי די וואס דו האסט אויסגערעכענט!
חזקיהו'ס פריערדיגע בלופרינט קוקט אויס זייער פיין.
וואס כ'האב יא געשריבן, איז: "אז מזאל זיך נישט צולאזן....". דהיינו, דער חינוך ארטיקל דארף נישט זיין וויאזוי צו רעדן צום קינד וועגן סעקס אביוז וכדומה, און אויכעט נישט וויאזוי א טאטע זאל האנדלען מיט א מנהל וואס רצח'ענט אן זיין קינד, און דער היימישער נייעס זאל לאו דווקא שרייבן פונקטליך וועלכע היימישע איד מ'האט ארעסטירט [כ'זאג נישט אז ס'זאל אינגאנצן נישט דערמאנט ווערן, אבער מיט אן איינגעהאלטענקייט ....], ואידך זיל גמור...

זר זהב » זונטאג אפריל 7, 2013 6:43 pm

· #102243
אינעם עלים לתרופה די וואך האט ר' שמאי קהת געשריבן הלכות פון נאך ברכה'ס, וואו מ'דארף דאס זאגן און אז מ'דארף צוריקגיין צום פלאץ אויב ס'א מזונות, ביי א שהכל דארף מען נישט צוריקגיין, אא"וו. איז מיר געווען א ווינדער אז ער האט אויסגעלאזט איין אופן וואו מ'דארף לכתחלה מאכן די נאך ברכה דוקא אויף אן אנדער פלאץ.

נייגעריגער » זונטאג אפריל 7, 2013 7:54 pm

· #102274
לעמאן דזשוס
פארוואס האלט מבאר רבותינו און שולחן מלכים אן און ׳שבת בלעטטעל׳ איז געגאנגן קיפען קאמפאני פאר שלום עליכם און ילפרץ?
חזקיהו וסייעתו וואס פונקטליך איז דיין/ענקער/ציהל מיט דיין/ענקער/אונזער גליון?

איך מיין נישט אז מ'קען אונז צוגלייכן צום "שבת בלעטל"!
עס איז פשוט כרחוק מזרח ממערב...
-אונז האבן א באזע און א ווינקעל וואו מ'קען זיך כסדר דערמאנען און מעודד זיין אנצוהאלטן!
-אונז האבן שוין א פאקטישע קבוצה פון מעכטיגע געלונגענע שרייבער און אנאלאזירער.
-צווישן אזויפיל מענטשן וואס גייען דורך די קאווע שטיבל איז זיכער דא פון אלע נויטיגע פערזענדליכקייטן - רעדאקטאר, שרייבער, מגי'ה, גראפיקער, פאבלישער, און וואס נישט?.....
-אי"ה גייען מיר נישט זיין [האפענטליך...] א פלאטפארמע פאר די זאכן וואס "שבת בלעטל" איז געווען! נאר כעין א צייטונג סטייל [שטייצעך אויף א קליינע פארנעם].

👍 וחפץ בידינו יצליח!! 👍

קינות גירושין » זונטאג אפריל 7, 2013 9:36 pm

· #102294
איך בין זייער פאר די זאך, וואס האט נייגעריגער מורה פון קול קורא? אז די ווילסט סזאל ווערן אויפגעכאפט מוז מען דאך האבען א איסור, ניין?
איך מיין אז ספעלט נישט אויס קיין עדוועטייזמענט , סקאסט כמעט גארנישט יעדער זאל ארויס פרינטען אין לייגען אפאר קאפיס אין זיין שול( איך האף אז די גבאים וועלן שנעל מיד ווערן פון ווארפען יעדע וואך אין גארביטש, און בשם ד נעשה ונצליח
די חילוק פון אונז דא ביז די גאס אונז האבען א מאטיוו אונז דארפען נישט קיין געלט און כבוד
איך זעה שוין ענדליך די גוטע צייטען
אויב זעט מען אז סשלעפט אריין און הוצאת זאל מען מאכען עפעס א ווועג וויאזוי מענטשען זאלען קענען געבן געלט ווי למשט א paypel account וכדומה

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 7, 2013 9:39 pm

· #102296
נאמען פארמעסט
ווער קען אויפקומען מיט עפעס א קלינגעדיגן נאמען?

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 7, 2013 9:45 pm

· #102297
תורת משה מנדלסון

גנדי » זונטאג אפריל 7, 2013 10:00 pm

· #102304
דער שופר.

דער אומאפהענגינקייט.

דאס גלעקעל.

קול דממה דקה.

רעש גדול.

דאס ווידער קול.

דאס ברייטע ווינקל.

העכער פופציג איי קוי.

פארבן.

פאלבן.

געשפרעך.

4G

אויסליפטונגען.

די איראניע.

דער ריכטיגער ארגאן.

אויסשמועס.

בלי מצרים.

קלינגען.

דער צימבל.

גנדי » זונטאג אפריל 7, 2013 10:09 pm

· #102309
די חסידישע פרילינג.

די שיין.

די שטראלן.

ליכט שטראלן.

גנדי » זונטאג אפריל 7, 2013 10:11 pm

· #102310
די סאמוטאכע.

גוטע פינטעלך » זונטאג אפריל 7, 2013 10:39 pm

· #102327
קאווע שמוסען

פניני ק"ש

בן תמליון » זונטאג אפריל 7, 2013 10:40 pm

· #102328
גאנדי האקט.

געפילטע פיש » מאנטאג אפריל 8, 2013 1:11 am

· #102369
קאווע בלעטל


היסטאריקער » מאנטאג אפריל 8, 2013 10:57 am

· #102412
איך שרייב היסטאריע

מורינו הרב » מאנטאג אפריל 8, 2013 12:14 pm

· #102453
איך גיב הסכמה.

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג אפריל 8, 2013 12:22 pm

· #102455
איך וועל זיין דער אויבער חכם.

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 8, 2013 12:26 pm

· #102457
מען גייט עס מעגן ליינען אין טוילעט?

חזקיהו המלך » מאנטאג אפריל 8, 2013 1:12 pm

· #102478
וואס זאגט דער עולם צום נאמען "דער ארגינעלער שריפט"

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 8, 2013 1:17 pm

· #102483
חזקיהו המלך
וואס זאגט דער עולם צום נאמען "דער ארגינעלער שריפט"

דער נאמען צייגט נישט אויף גארנישט. ס'דארף זיין מער קנאקעדיג, נישט אזוי "בלענד".

ענן כבד » מאנטאג אפריל 8, 2013 1:41 pm

· #102489
קפה שלנו

קפה על הבוקר

הקפה

הקפו"ת שמחת תורה

ברסלבער » מאנטאג אפריל 8, 2013 1:43 pm

· #102492
ענן כבד
קפה שלנו

קפה על הבוקר

הקפה

הקפו"ת שמחת תורה

קפה הפוך...

חזקיהו המלך » מאנטאג אפריל 8, 2013 1:58 pm

· #102501
אפדעיטעד:


קאלום'ס וואס זענען דערווייל שוין דא:

מיטל מזרח אנאליז ....... אנאנים

הליכות והלכות .......... משה געציל

סיפורי צדיקים .......... מורינו הרב

פין די ארכיוון ............ א אלטע גוטע ארטיקעל אויסגעגראבען פין קאווע שטיבעל אדער אייוועלט

חינוך אין השקפה ......... יאיר

קאנספיראציע קאלום ............. חזקיהו המלך

גרויסע מעשיות אויף קליינע מענטשען ........... קאווע טרינקער

היסטאריע קאלום .................. היסטאריקער

* ווערט געזוכט איינער צי אנאליזען איבער אינטערנאציאנאלע פאליטיק,
* ווערט געזיכט איינער צי באריכטען נייעס אין אנעקדאטען פין היימישע קרייזען,
* אינטערנאציאנאלע ניק'ס, ווערט א קארעספאדאנט פין אייער שטאט, לאנד,

ענן כבד » מאנטאג אפריל 8, 2013 2:00 pm

· #102502
ברסלבער
ענן כבד
קפה שלנו

קפה על הבוקר

הקפה

הקפו"ת שמחת תורה

קפה הפוך...

קפוצ'ינו

חזקיהו המלך » מאנטאג אפריל 8, 2013 2:09 pm

· #102504
פאר פאטענציאלע שרייבער:

האלט אייך נישט צירוק ווייל איר טראכט אז איר קענט נישט, ס'מיז נישט זיין קיין לאנגע ארטיקלעך אין אויסגעצויגענע נאנסענס, שרייבט וואס איר קענט אין דער עולם וועט הנאה האבען,
נעמט אייך סיי וואס פאר א קאלום וואס איר האט א אינטערעסע דערין !

היימישער ליטוואק » מאנטאג אפריל 8, 2013 2:20 pm

· #102505
איך גיי שרייבן "A CHUMRA A WEEK"
אדער "A LOMDOS A WEEK"
ווען איז די דעדליין?

געפילטע פיש » מאנטאג אפריל 8, 2013 3:22 pm

· #102528
זר זהב קען זיין די קארעספאנדענט פון ציריך, איך פון אורשעבע. (וויזוי ספעלט מען עס פאר א גוט יאר?)

זר זהב » מאנטאג אפריל 8, 2013 3:27 pm

· #102530
לול איך קען אויך שרייבן פרצות הדור ארטיקלען. בעסער ווי הרב פילאפף

יואליש » מאנטאג אפריל 8, 2013 3:41 pm

· #102540
מיין קאלום: געזעהן אדער געהערט, אבזערוואציעס פון א קראנישע פיפעל-וואטשער

איך זאג דיר » מאנטאג אפריל 8, 2013 7:44 pm

· #102634
גנדי
דער שופר.

דער אומאפהענגינקייט.

דאס גלעקעל.

קול דממה דקה.

רעש גדול.

דאס ווידער קול.

דאס ברייטע ווינקל.

העכער פופציג איי קוי.

פארבן.

פאלבן.

געשפרעך.

4G

אויסליפטונגען.

די איראניע.

דער ריכטיגער ארגאן.

אויסשמועס.

בלי מצרים.

קלינגען.

דער צימבל.

איך האלט אז מ'זאל עס א נאמען געבן "כולל ענינים" און אונטער די דאזיגע ווערטער זאל שטיין ארגאן פונעם אומאפהעינגיקן ארטאדאקסישן אידענטום פון אמעריקע און פון איבער דער וועלט

היימישער ליטוואק » מאנטאג אפריל 8, 2013 7:49 pm

· #102635
קיין איינס איז נאך נישט "איט".
וואס זאגט איר צו "נייעס פון אונזער שטיבל"?
אדער "ארום דעם קאווע טישל"?

נייגעריגער » מאנטאג אפריל 8, 2013 7:51 pm

· #102637
"ארום דעם קאווע טישל" איז מיר זייער געפאלן!!

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 8, 2013 8:06 pm

· #102644
זר זהב
לול איך קען אויך שרייבן פרצות הדור ארטיקלען. בעסער ווי הרב פילאפף

אבער נישט בעסער ווי הרב ישראל מ. סופר!! לול!

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 8, 2013 8:08 pm

· #102646
געפילטע פיש
זר זהב קען זיין די קארעספאנדענט פון ציריך, איך פון אורשעבע. (וויזוי ספעלט מען עס פאר א גוט יאר?)

🙄 😂 ."ארשיווע", פאר א גוט, געבענטשט יאר

חזקיהו המלך » מאנטאג אפריל 8, 2013 8:37 pm

· #102656
אפדעיטעד:


קאלום'ס וואס זענען דערווייל שוין דא:

מיטל מזרח אנאליז ............................... אנאנים

הליכות והלכות ................................... משה געציל

סיפורי צדיקים .................................... מורינו הרב

פין די ארכיוון ............ א אלטע גוטע ארטיקעל אויסגעגראבען פין קאווע שטיבעל אדער אייוועלט

חינוך אין השקפה ................................ יאיר

קאנספיראציע קאלום ............................ חזקיהו המלך

גרויסע מעשיות אויף קליינע מענטשען ........... קאווע טרינקער

היסטאריע קאלום ............................... היסטאריקער

פירצת הדור קאלום .............................. זר זהב

ארשיווע קארעספאדאנט ........................ געפילטע פיש

געזעהן אין געהערט - אבזערוואציעס פין א מענטשען באבאכטער- .... יואליש

* ווערט געזוכט איינער צי אנאליזען איבער אינטערנאציאנאלע פאליטיק,
* ווערט געזיכט איינער צי באריכטען נייעס אין אנעקדאטען פין היימישע קרייזען,
* אינטערנאציאנאלע ניק'ס, ווערט א קארעספאדאנט פין אייער שטאט, לאנד,
* איינער וואס זאל וועכענטליך אויסגראבען א אינטערעסאנטע תשובה פין אלטע אדער יונגע תשובה ספרים

נולד מאוחר » מאנטאג אפריל 8, 2013 8:42 pm

· #102657
וואס עפעס דארף עס א נאמען?
בלאט: 1 2 3 4 5