איך אויךער האט געמיינט צו בעטן א לינק צו די ווינדערליכע דשאבס וואס צאלן $60 ביז $75 א שעה ווען מען ענדיגט זייער פראגראם. נישט א מעשה בעלמא נאר איינער וואס מאכט עקטשעלי די געלטער.
עס איז א פאקט אז מיט א בעטשלערס דעגרי אליינס קען מען באקומען א דזשאב אין חינוך וואס צאלט $50 ביז $75 א שעה. איינס פון די מערסטע פאפולערע פראגראמען הייסט Title 1 און געוואנדן לפי המקום והפרטים צאלט עס ביז 75 דאלאר א שעה. איך קען עטליכע מענטשן וואס טוען דאס.
אין פאקט איז דא א שטארקע פארלאנג פאר היימישע יונגעלייט מיט דעגרי'ס, טאקע ווייל אזוי ווייניג גייען זיך לערנען, אנדערש ווי ביי די פרויען וואס א גרויסע חלק פון זיי גייען אין קאלעדזש. קוק אין די קלעסיפיידס, במיוחד אנהייב זמן, וועסטו זעהן פול מיט עדס וואס זוכן special ed אדער title 1 טיטשערס. די שטאט געט די געלט דערפאר, און אונזער סיסטעם שטעלט נישט צו גענוג געלערנטע יונגעלייט אנצופילן דעם פארלאנג.
עצה געגעבן פון עקספיריענס: רבותי גייטס מאכטס אייך א קאלעדזש דעגרי, אז נישט וועט מען אויסזען ווי 90% פון אונזער עולם וואס מוטשען זיך שרעקליך פאר פרנסה!