☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!

אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3343

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 1:27 am

· #101150
אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!
אויסטראליען ריסוירטשערס האבן זייער שלעכטע געפינסען פאר אונדז מענער 😢 ... מיר לעבן אויף געבארגטע צייט. אין א 5 מיליאן יאר ארום וועלן מיר מענער ארויסגיין פון עקזיסטענס טענה'ט דער הויפט סייענטיסט אין אויסטראליע.

איך קען נישט באריכטן ווייטער, כעל לאזן פאר יידל צו באריכטן די סייענטיפישע גזירת כליה היה לא תהיה.

פאר מער ליינט דא, און אויך פאר די גוטע האפענטליך בעסערע אוטקאם.

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך יאנואר 31, 2024 1:09 am

· #547432
Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!
רבותי, נאך 4,999,990 יאר געבליבן!!

שמעון וואלף » מיטוואך יאנואר 31, 2024 1:17 am

· #547435
Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!
סוף טוב הכל טוב #
רבותי, נאך 4,999,990 יאר געבליבן!!
דערמאן מיך אין 4,000,000 יאר ארום. אישי איז אויך גוט.

קליגער » מיטוואך יאנואר 31, 2024 2:40 am

· #547438
Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!
קען אפשר איינער מסביר זיין אין קורצן בערך וואס זייער חשבון איז?

אסטראלאג » מיטוואך יאנואר 31, 2024 3:05 am

· #547442
Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!
מינות וכפירה וטפשות. עפרא לפומיה!

תשפג » מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:40 am

· #547458
Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!
לויט זייער חשבון, וויפיל יאר שטייט שוין די וועלט?

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 12:13 am

· #547604
Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!
אסטראלאג #
מינות וכפירה וטפשות. עפרא לפומיה!
מינות וכפירה מילא, אבער פארוואס טיפשות?

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 10:00 am

· #547649
Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!
אסטראלאג #
מינות וכפירה וטפשות. עפרא לפומיה!
אפשר קענמען טרעפן עפעס א קאנעקשן צו ציונות (ציונית. אזוי ווי הרב ש.ב. מרגליות זצ"ל פלעגט עס שרייבן.). ערגעץ דא, כ'בין זיכער אז די פארשאלטענע ציונים די עמלקים שבכל דור ודור זענען שולדיג. און רבותינו הצדיקים הקדושים הרב משה הירש און הרב ישראל דויד ווייס זצוקללה"ה האבן געראטעוועט דאס אידישקייט.

זאקן » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 11:34 am

· #547664
Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!
לויט AOC גייט די וועלט אינטערגיין אין פינעף יאר, סוי וואס גייט מיך אן וואס גייט זיין 5 מיליאן יאר ארום.

טיאטע » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 11:47 am

· #547665
Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!
סוף טוב הכל טוב #
רבותי, נאך 4,999,990 יאר געבליבן!!
אפשר קען מען צואיילן די פראסעס....

אלפא » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 11:51 am

· #547666
Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!
ווילאנג נעמט איינמאל עס זענען נישטא קיין מענער ביז עס איז נישטא ווער ס'זאל מוליד זיין נאך פרויען ❓

?IVF, possibly

צומישט און צוחישט » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 1:13 pm

· #547678
Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!
אלפא #
ווילאנג נעמט איינמאל עס זענען נישטא קיין מענער ביז עס איז נישטא ווער ס'זאל מוליד זיין נאך פרויען ❓

?IVF, possibly
אויב וועט מען אנשוואנגערן די פרויען מיט אוועקגעלייגטע ספערם וועלן זיי לכאו' קענען געבוירן זכרים, ניין?.

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 2:59 pm

· #547698
Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!
וואס עס גייט געשעהן, אז די נאטירליכע "שטערקערע" מענער גייען דאס סארווייוון, דהיינו מענער וועלכע קענען יא פארשוואנגערן וועלן איבערבלייבן. זיי זענען די פיטעסטס. כידוע ליודעי חן.

זאקן » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 4:11 pm

· #547732
Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!
איך בין נייגעריג ווער עס גייט זיין די לעצטע מאן…

זאקן » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 4:16 pm

· #547734
Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!
ווען עס גייט שוין נישט זיין קיין מענער גייען די פרויען ווערן רבי׳ס?

קהל'ס נער » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 5:26 pm

· #547753
Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!
אלפא #
ווילאנג נעמט איינמאל עס זענען נישטא קיין מענער ביז עס איז נישטא ווער ס'זאל מוליד זיין נאך פרויען ❓

?IVF, possibly
טאקע פאר דעים האט עוואולוציע אנגעהויבען טרענספארמירן א געוויסע פראצענט פון מענער צי פרויען מיט כח גברא, אזוי ווען ס׳וועט זיין די עפאקאליפס וואס וועט פארלענדן די מענער וועלן די טרעניס סארווייוון און זיי וועלן פארשוואנגערן די נשים

תניא בניחותא » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 5:56 pm

· #547757
Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!
מיינע פריינט, איר קענט אייך בארואיגן, קיינער פלאנט נישט צי אויסהארגענען אלע מענער אין פינף מיליון יאר פון יעצט, ס’איז אויך נישט אין פלאן אז ס’גייט זיין א מגיפת זכרים.
זייער חשבון/פאנטאזיע איז אז דער Y קראמאסאם וואס מאכט אז דער עיבור זאל זיין א זכר ווערט אלס שוואכער ביז ס’וועט קומען א צייט אז ס’וועלן נאר געבוירן נקיבות.
ס’איז לכאו’ נישט קיין מינות וכפירה, אפשר אימזינסטע דאגות, קודם לאמיר מסדר זיין די ישיבות קריזיס, די שידוכים קריזיס, דירות קריזיס וכו’ וכו’ גלייך דערנאך וועל איך בל”נ זיך נעמען צו דעם Y קראמאסאם קריזיס און מיטן כח הרבים מיט די הילף פון בוני עולם, עי טיים און ר’ משה מארגארעטן וועלן מיר מיטן אייבירשטן הילף אויפקומען מיט א לייזונג.

טראלל » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 6:57 pm

· #547768
נו דאס איז דאך ממש פשט אין פסוק עפר אתה ואל עפר תשוב, מיר ווייסן דאך אז אין אנפאנג פלעגן נאר זיין נקיבות נאר שפעטער האט די מענערישע Y קראומאזאום עוואלווד, איז אזויווי מיר זענען געקומען אזוי וועלן מיר גיין און די וועלט וועט ווייטער אנגיין פונקט ווי ס'איז אנגעגאנגען פאר מיר מענער האבן זיך אנגערוקט.

ארכיטקט » פרייטאג פעברואר 2, 2024 12:03 am

· #547824
Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!
אקעי, דערמאן מיך 5 מיליאן יאר ארום, ביי.

Nanach » זונטאג פעברואר 4, 2024 7:02 am

· #548000
Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!
שטותים ארויף שטותים אראפ
פאר דער וואס איז באמת אינטערסירט צו פארשטיין די טעאריע (אן אריין גיין צו עס האט האפט צו נישט) וויאזוי מענער קענען אינטערגיין און פרויען נישט איז דא אפאר מהלכים 1. אז מען וועט דעוועלאפן א יוניסעקעס (ווי סנעילס וכדומה) 2. אז מען וועט עס פערטילייזן ביי עני פיעס אף DNA (מען האלט שוין נישט אזוי ווייט פון דעם) 3. קלאונינג (די טעקנאלידזשי איז דא מען האלט זיך אפ צוליב עטיקס)