☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » שלום אין סאטמאר וויליאמסבורג

שלום אין סאטמאר וויליאמסבורג

73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3304
בלאט: 1 2

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 9:29 pm

· #101492
כ'הער פאפע פלאנט אן ערענסטער מחלוקה אויב סאטמער מאכט נישט שלו' . זיי ווילן די ארמערי.

Stam » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 10:11 pm

· #101503
אויב ס'איז אויס
דעמאלס וואס בלייבט וועגן די קעמפס?

פיינע קאווע » מיטוואך אפריל 10, 2013 9:32 am

· #103191
יודעי דבר האבן געזאגט היינט אין מקוה אז דער דיעל איז דורך. ווער עס ווייסט דיטעילס זאל ביטע דערציילען

ברעט מענינג » מיטוואך אפריל 10, 2013 10:33 am

· #103201
נולד מאוחר
כ'הער פאפע פלאנט אן ערענסטער מחלוקה אויב סאטמער מאכט נישט שלו' . זיי ווילן די ארמערי.

פאפע האט געלט עס צי עס אפקויפען?

גאלד » מיטוואך אפריל 10, 2013 11:16 am

· #103224
פיינע קאווע
יודעי דבר האבן געזאגט היינט אין מקוה אז דער דיעל איז דורך. ווער עס ווייסט דיטעילס זאל ביטע דערציילען

איך ווייס נישט פונקטליך וועלכער מקוה עס האט פאסירט, אבער אזויפיל ווייסיך אז ס'האט זיך אנגעהויבן אינעם שויער און זיך געענדיגט און די הייסע בור, ביים אנטאן די גאטשעס האט מען שוין גערעדט פון א אנדערע סאבדשעקט,

blauvelt » זונטאג מאי 5, 2013 3:49 pm

· #112064
Does anyone know if the armory deal is still in the works or is it off

זר זהב » זונטאג מאי 5, 2013 3:59 pm

· #112070
ITS OFF FOR NOW, CUZ OF THE NORTH KOREA SITUATION, THEY MAY NEED IT IF WAR BRAKES OUT... VD"L
LOL

גאלד » זונטאג מאי 5, 2013 4:03 pm

· #112072
not exactly,
they are afraid that if they'll split up the armory in 2, by giving the north to one satmar sect and the south to the other sect, it'll end up like the 2 koreas

blauvelt » זונטאג מאי 5, 2013 4:16 pm

· #112077
I dont get are they fighting who gets which side

משגיח » מיטוואך מאי 29, 2013 12:29 pm

· #119244
די שלום פראצדעור האבן זיך פריש באנייט נאכדעם וואס די קאונטי עקזעקעטיוו היינס האט געמאלט אז ער געט נישט קיין פערמיט פאר קיינעם נאר ביז מען האט א צעטל פון קארט.אגב פאריאר האט שוין צד מהרזל געהאט א פערמיט מאי 5 יעצט האלט מען שוין כמעט א חודש שפעטער

אויס מענטש » מיטוואך מאי 29, 2013 9:32 pm

· #119454
הדא הוא דכתיב "בלוט זאל זיך גיסן אבער שלום זאל זיין"
מען רייסט ביי די קעפ וועגן די כינוס אבער די שלום גייט ווייטער
גיי פארשטיי ...

שמעון וואלף » מיטוואך יוני 22, 2016 8:49 pm

· #338722
די איזראעלי מידיע איז אויף מיט די נייעס אז בערל ווייס פון לאס אנזשעלעס ארבעט אריין אויסצוהאמערן א שלום צווישן די סאטמערע פראקציעס.

ווי זיי גיבן איבער האט ער זיך געפינען אין זיך געפינען אין א"י פאר אן אייניקעל'ס חתונה און האט צוגעשטעלט א שבע ברכות ווי ער האט געלאדענט ר' ח"צ טייטלבוים און ר' ח"צ מייזליש. אויך זענען געלאדענט געווארן 26 פארשטייער פון ביידע צדדים און ס'איז אויסגעארבעט געווארן א פלאן פאר שלום אינטער שווערע וואך פון ספעציעל געדינגענע שמירה.

אינטערעסאנט אז אין אמעריקא ווייסט מען גארנישט אז ס'קאכט זיך אבער ס'איז מסתבר אז די גאנצע מעשה איז הוילע דמיונות.

ליפא » מיטוואך יוני 22, 2016 9:13 pm

· #338724
דא האסטו א בילד פון ביידע צוזאמען

📎 IMG_20160622_211117.jpg

גר ותושב » מיטוואך יוני 22, 2016 9:24 pm

· #338726
Re: שלום אין סאטמאר וויליאמסבורג
C/P

*שלום בין הפלגים? סאטמר: "אין כל שחר לשמועות. מנותק מהמציאות"*

בעוד אנשי הפלג של מהרי"י מסאטמר מפיצים שמועות על שלום מתקרב, בחסות המליארדר הנגיד ר' בערל וייס, במסגרתו תוסר המחיצה בבית העלמין בקרית יואל - בחצר חסידות סאטמר אומרים לחרדים 10: "זה לא יקרה. אנחנו מנותקים מהוואטס-אפ ולכן אין מי שיפריך את השקרים שהם מפיצים בקבוצות"
יוסף גרינבוים | חרדים 10

בבית הכנסת 'קהל חסידים' שבשכונת 'שערי חסד' בירושלים התקיימה היום (שלישי) שמחת שבע ברכות לנכדתו של המליארדר הנגיד ר' בערל וייס, חסיד סאטמר המתגורר בלוס אנג'לס, בה השתתפו, זה לצד זה, שני הפלגים היריבים בחצרות סאטמר: הרה"צ רבי חיים צבי טייטלבוים, רבם של חסידי סאטמר בירושלים, והרה"צ רבי חיים צבי מייזליש, ראש ישיבת סאטמר בבני ברק. שני האישים הגיעו כל אחד עם קבוצת חסידים.

אולם בעוד יש מי שמפיצים כי מדובר בתהליך שלום כולל אותו יוזם המילארדר, בחצר חסידות סאטמר יש מי שממהר לצנן את ההתלהבות.

"כל השמועות שרצות בוואטס-אפ הודות ה'שלום' בסאטמר על ידי הנגיד ר' בערל ווייס, אין להם שום שחר ואמת והן מנותקות מהמציאות", אומרים בחצר סאטמר שמרכזה בקרית יואל לחרדים 10.

לדבריהם, "ההודעות מופצות בקבוצות על ידי גורמים של 'הפלג הזאלוני' שמאוד רוצים שנוריד את המחיצה בבית העלמין בקרית יואל – דבר שלא יקרה, על כל פנים בעשור הקרוב".

עוד הם מוסיפים: "היות וחסידי סאטמר מנותקים מקבוצות וואטס-אפ על פי הוראת האדמו"ר מסאטמר -אין מי שיפריך את השקרים שהם מפיצים.

"לגופו של עניין", הם אומרים, "התקיים שבע ברכות למנהלי המוסדות של סאמר בארץ הקודש – ירושלים, בני ברק, בית שמש – יחד עם מנהלי המוסדות של פלג הזאלוני בירושלים. והיות והנגיד ר' בערל ווייס תורם הרבה למוסדות סאטמר בארץ הקודש, הרי שלפי בקשתו האישית השתתפו כולם בשבע ברכות.

"כל השמועות האחרות", הם מדגישים, "שקר מיסודם".

געוואלדיג » מיטוואך יוני 22, 2016 10:03 pm

· #338728
גר ותושב


עוד הם מוסיפים: "היות וחסידי סאטמר מנותקים מקבוצות וואטס-אפ על פי הוראת האדמו"ר מסאטמר -אין מי שיפריך את השקרים שהם מפיצים.



😂 😂 😂

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 23, 2016 8:05 am

· #338769
Re: שלום אין סאטמאר וויליאמסבורג
איך פארשטיי נישט, דער פעטיציע אויף change.org איז נישט געלונגען?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 23, 2016 10:37 am

· #338785
צדיקים האבן געזאגט: פון אינטערנעט קומט נישט ארויס קיין גוטס

דולה ומשקה » דאנערשטאג יוני 23, 2016 4:57 pm

· #338851
שמעון וואלף
צדיקים האבן געזאגט: פון אינטערנעט קומט נישט ארויס קיין גוטס


ובכללם דער בעלזא רב, איז ער מחייב איינעם. גייט דיר עפעס אן וואס דער אלכסנדר רבי זאגט? איז מה לי מיטן ראחמיסטריווקא רבי זאל ער גיין טאנצען ווי אן אקראבאט און שמעקן אביסל ווייניגער טאביק. איז דאס נארמאל פונעם פוסק הדור ושר ודעת התורה רבי חיים קניבסקי האט גערופען רבי שמואל אויערבאך א זקן אשמאי און דער אנדערע גאון בעל נחל החרדי האט געזאגט אז מ'דארף מחרים זיין רבי שמואל הנ"ל פאר עפענען זיין אייגענע 'עץ' פארטיי. די איזרעילי אדמורי"ם ורבנים זענען אזוי טיף אריין געשמוצט אינעם פאליטשע בלאטע אזא מין עקל, און זיי זאגן עפעס איבער א אינטערנעט? קען דען סקולען רבי האבן א מיינונג אין ווי הויעך דער נייער פרידאם טאוער זאל זיין, אויב ניין, ווי אזוי קען ער האבן א מיינוג בכלל איבער א עירוב אין בארא פארק? פון אינטערנעט קומט ארויס אסאך גוטס, קיין איין ספר פונעם זוהר בין צו מענדלסאהן, פון דער ויואל משה ביז צו ר' דוד'ל טווערסקי'ס הקפדות אין אלעמען האט דער אינטערנעט א האנט, פינטעל.

קל וחומר » דאנערשטאג יוני 23, 2016 5:02 pm

· #338854
Re: שלום אין סאטמאר וויליאמסבורג
יא, אבער דער הייליגער בעלעדער איז אויך בתוכם.

דולה ומשקה » דאנערשטאג יוני 23, 2016 5:10 pm

· #338857
קל וחומר
יא, אבער דער הייליגער בעלעדער איז אויך בתוכם.


כ"ק הגאון הצדיק מבעלעד שליט"א איז סאך מער צדיק און א גרעסערע רבי ווי דער בעלזא מיטן סקווירא און אלע אנדערע זייערס גלייכען. אפשר טאקע האבן זיי א גרעסערע עולם, אבער דאך צען ביז צוואנציג פערצענט האלטן נישט ביי גארנישט, משא"כ אין בעלעדע יעדער וואס באלאנגט דארט איז הונדרעט פערצענט איז עבדות השם. ווער האט ארויסגעגעבן די פירות און נושרים וואס גייען ארויף אויף די טעלעוויזיע אין מאכען בישות פאר כלל ישראל אויב נישט בעלזא סקווירא און סאטמאר, זיי זענען די וואס האט ארויסגעגעבען אזעלעכע וואס זענען מחרף ומגדף רח"ל אין די גויעשע צייטונגען ראדיא וכו' און גיבן ארויס ביכער רח"ל, נישט בעלעד, פאקט.

ליפא » דאנערשטאג יוני 23, 2016 5:13 pm

· #338859
לפי זה איז כ''ק דאבשינא רבי אזוי גרויס ווי דער בעלעדער אדער אפילו גרעסער. פון דאבשינא איז נאך נישט ארויס פירות וואס זענען ארויף אויף טעלעוויזיע מאכן בושות פאר כלל ישראל

דולה ומשקה » דאנערשטאג יוני 23, 2016 5:15 pm

· #338860
דער מציאות שלאגט אין פנים!
קיין איין חסידות האט נישט געמאכט אזא חילול השם אויפן גרעסטן פארנעם ווי סאטמאר סקווירא און בעלזא. קענסט לאכען אדער ליצנות מאכען וויפיל איהר ווילט, דער אמת קען מען נישט פארלייקענען, ווייל וואס איז אמת איז אמת.

שמעון וואלף » פרייטאג יוני 24, 2016 6:40 pm

· #338999
דולה ומשקה
שמעון וואלף
צדיקים האבן געזאגט: פון אינטערנעט קומט נישט ארויס קיין גוטס


ובכללם דער בעלזא רב, איז ער מחייב איינעם. גייט דיר עפעס אן וואס דער אלכסנדר רבי זאגט? איז מה לי מיטן ראחמיסטריווקא רבי זאל ער גיין טאנצען ווי אן אקראבאט און שמעקן אביסל ווייניגער טאביק. איז דאס נארמאל פונעם פוסק הדור ושר ודעת התורה רבי חיים קניבסקי האט גערופען רבי שמואל אויערבאך א זקן אשמאי און דער אנדערע גאון בעל נחל החרדי האט געזאגט אז מ'דארף מחרים זיין רבי שמואל הנ"ל פאר עפענען זיין אייגענע 'עץ' פארטיי. די איזרעילי אדמורי"ם ורבנים זענען אזוי טיף אריין געשמוצט אינעם פאליטשע בלאטע אזא מין עקל, און זיי זאגן עפעס איבער א אינטערנעט? קען דען סקולען רבי האבן א מיינונג אין ווי הויעך דער נייער פרידאם טאוער זאל זיין, אויב ניין, ווי אזוי קען ער האבן א מיינוג בכלל איבער א עירוב אין בארא פארק? פון אינטערנעט קומט ארויס אסאך גוטס, קיין איין ספר פונעם זוהר בין צו מענדלסאהן, פון דער ויואל משה ביז צו ר' דוד'ל טווערסקי'ס הקפדות אין אלעמען האט דער אינטערנעט א האנט, פינטעל.


כ'האב געמיינט אז די תגובה האט זיך ארויסגעגרעפצט שלא בכונה אבער אז איך זעה אז די האסט עס רעדאגירט איז דאך א סימן אז די האסט דא געמיינט עפעס ארויסצוברענגן. איז זייזשע אזוי גוט און זיי מסביר וואס די ווילסט
בלאט: 1 2