שומר נגיעה, חצי שבת, תפילין דעיט
60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3303
שומר נגיעה, חצי שבת, תפילין דעיט
שומר נגיעה, חצי שבת, תפילין דעיט
וואס פונקטליך איז די מצב פון די מאדערן ארטאקסן, זיי האבן עקרי דינים וואס זענען עפעס אפשענעל, איז עס בלויז ביי די שוואכע אדער האט עס א שטילע אדער אפיציעלע הסכמה פון זייערע רבנים.
אויב איז עס בלויז ביי די שוואכע, פארדינט עס נאך אלץ א אפהאנדלונג, ווייל פון די נעמען זעט מען אז עס איז פארט אנגענומען ביי זייער סאסייעטי פון א סאציאלע שטאנדפונקט.
ביי אונז איז מען אדער א אויסווארף אדער האלט מען אלעס אפעציעל, ביי זיי קוקט אבער אויס אז אפילו עס איז נישט מוסכם, איז עס דאך נישט מוחרם.
די קאטעגאריע "מאדערן ארטאדאקס" איז צו ברייט, ס'טוט אריין נעמען פארשידענע סוב-גרופס און מ'קען זיי נישט קלאסיפיצירן אונטער איין דאך. די רוב ( העכער 50 %) זענען ערליכע יודן, נאר אויף זייער, מאדערנעם שטייגער וועלכע זוכן זיך נישט ארויסצודרייען פון מקיים זיין תורה און מצוות. פון די איבריגע איז א געוויסער פראצענט וועלכע זענען גלייך מיט די קאנסערוואטיוון. וועלכע זוכן אייביג נאר דעם צד ההיתר. אויף א יעדע זאך פון יודישקייט זוכן זיי (און געפונען*) "לופהאולס". לדוגמא. הרב אבי ווייס, פון ריווערדעיל און זיין קאנגרעגעישן זענען די "אוואן-גארד" פון יודישקייט. זיי זוכן אייביג נייע, לינקע אויפטוען אין יודישקייט. נישט רעכענענדיג זיך מיט טראדיציע און מסורת ישראל. דאס געבן סמיכה פאר פרוי, וועלכעס איז אפשר נישט אסור עפ"י הלכה, איז אבער קעגן מסורת ישראל. אדער צום ביישפיל, דער פאקט אז די גראדואירטע מוסמכים פון זיין ישיבה "חובבי תורה" (זייער א שיינער נאמען) ווערן נישט אנערקענט דורך "ישיבה אוניווערסיטי ווייל וויי. יו. איז מער טראדיציאנעל, און האלטן זיך צום שולחן ערוך.".
הליכה לערכאות, מחלוקת, גניבה
וואס פונקטליך איז די מצב פון די חסידישע אידן, זיי האבן עקרי דינים וואס זענען עפעס אפשענעל, איז עס בלויז ביי די שוואכע אדער האט עס א שטילע אדער אפיציעלע הסכמה פון זייערע רבנים.
אויב איז עס בלויז ביי די שוואכע, פארדינט עס נאך אלץ א אפהאנדלונג, ווייל פון די נעמען זעט מען אז עס איז פארט אנגענומען ביי זייער סאסייעטי פון א סאציאלע שטאנדפונקט.
ביי אונז איז מען אדער א אויסווארף אדער האלט מען אלעס אפעציעל, ביי זיי קוקט אבער אויס אז אפילו עס איז נישט מוסכם, איז עס דאך נישט מוחרם.
די קאטעגאריע "חסידישע אידן" איז צו ברייט, ס'טוט אריין נעמען פארשידענע סוב-גרופס און מ'קען זיי נישט קלאסיפיצירן אונטער איין דאך. די רוב ( העכער 50 %) זענען ערליכע יודן, נאר אויף זייער, חסידישן שטייגער וועלכע זוכן זיך נישט ארויסצודרייען פון מקיים זיין תורה און מצוות. פון די איבריגע איז א געוויסער פראצענט וועלכע זענען גלייך מיט די קאנסערוואטיוון. וועלכע זוכן אייביג נאר דעם צד ההיתר. אויף א יעדע זאך פון יודישקייט זוכן זיי (און געפונען*) "לופהאולס". לדוגמא. הרב --- -----, פון ווילאמסבורג און זיין קאנגרעגעישן זענען די "אוואן-גארד" פון יודישקייט. זיי זוכן אייביג נייע, רעכטע אויפטוען אין יודישקייט. נישט רעכענענדיג זיך מיט טראדיציע און מסורת ישראל. דאס אסר'ן (עיין אשכול אשכר דרא), וועלכעס איז נישט אסור עפ"י הלכה, איז קעגן מסורת ישראל.
יידל, איך מיין איר וואלט זיך אויך ענדערש משדך געווען מיט א איד וואס רעדט ליידער אמאל לשון הרע, ווי מיט א איד וואס עסט ליידער אמאל חזיר.
ס'איז דא עבירות וואס מ'קען נכשל ווערן און מ'איז נאכנישט אפגעפרעגט, און ס'דא עבירות וואס אויב מ'ווערט נכשל דערין איז מען אינגאנצן אפגעפרעגט.
קוקטס אהער אלע וואוילע אידן. פון מצרים האט מען אונז ארויסגענומען צוליב'ן שם לשון מלביש. וועכע חלק כלל ישראל אינעם היינטיגן גלות צייכענען זיך דאס בעסטע אויס אין די אלע 3 הינזיכטן? ענטפער: די וויליאמסבורגע חלק.
ניעד איי סעי מאאר?
דער פראבלעם מיט די קריטעריע איז, אז די פאונדינג פאדערס פון וויליאמסבורג האבן נישט געלייגט צופיל געוויכט אויף לפחות שם און לשון, כידוע. דאס אז היינט האט זיך אזוי ארויסגעשטעלט, איז א ענין פאר זיך.
זר, למשל וויאזוי זענען די אידען פון ווילי מער אויסגעהאלטען מיט דעם לשון ווי פון די אידען פון washington hights??
נאכדעם וועל מער רעדן פון דעם חלק לבוש
זאג דו מיר וויאזוי זיי זענען אייניג מיט די פון וואשינגטאן הייטס
יידל, אריינגעסיינט מיט די ראנג ניק?
וואס עפעס? סתם געוואלט ארויסברענגן וואספארא פיק ענד טשוז עס גייט פאר.
זר זהב'ל, בזכות נשים צדקניות נגאלו, איז דער מדרש מסביר תחת התפוח עוררתיך וכו'. וואו איז מען דאס מער מקיים, אין ווילי אדער וואשינגטאן הייטס? 🙂
אגב, עיין במאור ושמש לגבי דעם ענין פון לשון (כ'מיין אז פאראיאר האב מען עס שוין געברענגט דא אין שטיבל לכבוד פסח, עפעס געדענק איך אז איך מיט געפילטע פיש האבן געשמועסט דערוועגן. אז כ'וועל האבן כוח וועל איך עס אויפזוכן).
אה, מיין זכרון האט מיר נישט גענארט. אט זענען די מאור ושמש'ס פייערדיגע רייד <a class="postlink" href="/post/37198">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 198#p37198</a>
שוין פשוט פשט איז אפגעפרעגט פון א חסידיש ווארט?
דער מאור ושמש זאגט עס אלץ פשוט פשט. אבער אויב ווילסטו גיין סטריקטלי פשוט פשט, זענען מיר דאך אויסגעלייזט געווארן וויבאלד הקב"ה האט אזוי מבטיח געווען צו אברהם אבינו.
יידל, ס'קוקט אויס ווי די האסט פיינט חסידישע אידען, ס'קוקט אויס ווי די זיכסט מלמד חובה צי זיין אויף זיי, אפילו ווען דער אשכול רעדט פין א צווייטע זאך, כ'וואלט דיר געראטען עס נישט צי טוהן, אין בכלל דאס איז וואס די שרייבסט איז א מיעוט, קיינער וועט נישט לייקענען אז חסידישע אידען זענען מער מדקדקים במצוות,
חלילה, פיינט האבן א איד! איך זיך חלילה נישט מלמד חובה צו זיין אויף קיינעם. נאר ווי כ'האב געשריבן בתגובה צו ממרום, מיין נקודה איז געווען אז עס איז פיק ענד טשוז איבעראל. גראדע האט מאראנצןזאפט פיין גע'טענה'ט אז געוויסע חלקים פון די תורה נעמען פרעצעדענץ איבער אנדערע חלקים, אבער ער איז בעצם אויך מודה אז עס קומט פאר א פיק ענד טשוז. פארשטייסטו, די סיבה פארוואס איך עפן נישט אויף אשכולות איז טאקע וויבאלד איך האב חלילה נישט קיין שנאה צו קיין אידישע פראקציע, און כ'פארשטיי אז הרבה דרכים למקום, י"ב שבטי קה, ע' פנים לתורה וכו'.
מאראנצןזאפטיידל, איך מיין איר וואלט זיך אויך ענדערש משדך געווען מיט א איד וואס רעדט ליידער אמאל לשון הרע, ווי מיט א איד וואס עסט ליידער אמאל חזיר.
ס'איז דא עבירות וואס מ'קען נכשל ווערן און מ'איז נאכנישט אפגעפרעגט, און ס'דא עבירות וואס אויב מ'ווערט נכשל דערין איז מען אינגאנצן אפגעפרעגט.
והא גופא שאלה, וויאזוי איז מען טאקע מחליט וועלכע סארט מצוות פרעגן אפ דעם נכשל און וועלכע נישט? מיר זעט אויס פון דיין משל פון לשון הרע און חזיר אז דער חילוק איז צווישן בין אדם לחבירו און בין אדם למקום, ריכטיג?
יידלוואס עפעס? סתם געוואלט ארויסברענגן וואספארא פיק ענד טשוז עס גייט פאר.
.
Its below the belt, and no comparison at all
יידלהליכה לערכאות, מחלוקת, גניבה
וואס פונקטליך איז די מצב פון די חסידישע אידן, זיי האבן עקרי דינים וואס זענען עפעס אפשענעל, איז עס בלויז ביי די שוואכע אדער האט עס א שטילע אדער אפיציעלע הסכמה פון זייערע רבנים.
אויב איז עס בלויז ביי די שוואכע, פארדינט עס נאך אלץ א אפהאנדלונג, ווייל פון די נעמען זעט מען אז עס איז פארט אנגענומען ביי זייער סאסייעטי פון א סאציאלע שטאנדפונקט.
ביי אונז איז מען אדער א אויסווארף אדער האלט מען אלעס אפעציעל, ביי זיי קוקט אבער אויס אז אפילו עס איז נישט מוסכם, איז עס דאך נישט מוחרם.
די נפקא מינה פון מ.או. און ערליכע (חסידישע) יודן וואס גייען לערכאות און מ'כאפט (ליידער) געוויסע יחידים ביי גניבה וכדו' , איז עס נישט ווייל ס'איז דא אזא פאליסי (מוסכם) דאס קען אנגערופן ווערן דע-פאקטא, און נישט דע-יורע. ביי די קצה המחנה אבער פון די מ.או. איז עס (די קולות און סטיות) מער אן אפיציעלע פאליסי.
צום טעמע פין אשכול, זענען די מאדערן ארט. נישט מקפיד אויף א כיסוי הראש פאר נשים, און אסאך גייען די פרויען הויזען אויך. די אנדערע זאכען, למשל האבאן א הינטעל, אדער נישט גיין א היט האט נישט מיט די שולחן ערוך.
די הויזען פין די פרויען איז מן הסתם על פי שולחן ערוך אויסגעהאלטען, אבער גיין אין אייגינע האר, איז בפירוש יא אסור.
די תירוץ וואס זיי זאגען, וואס דארף מען גיין א שייטעל וואס זעהט אויס ווי האר, און אז עס מאכט נישט קיין סענעס. איז נישט גערעכט כמבואר במקום אחר.
י
מאראנצןזאפטיידל, איך מיין איר וואלט זיך אויך ענדערש משדך געווען מיט א איד וואס רעדט ליידער אמאל לשון הרע, ווי מיט א איד וואס עסט ליידער אמאל חזיר.
ס'איז דא עבירות וואס מ'קען נכשל ווערן און מ'איז נאכנישט אפגעפרעגט, און ס'דא עבירות וואס אויב מ'ווערט נכשל דערין איז מען אינגאנצן אפגעפרעגט.
איך קען א יוד וואס האט געגעסן חזיר און האט זיך נאך געהאלטן פא ר א פרומען. ר'איז געקומען פרעגן דעם רב א שאלה. וויאזוי מ'שעכט א חזיר. ווייל דער דאקטער האט איהם געהייסן עסן חזיר פלייש פאר זיין בריאות. האט איהם דער רב געענטפערט זייער א טרעפליכע תשובה. "אז מ'עסט חזיר דארף מען נישט שעכטן".
איחוד פעלדצום טעמע פין אשכול, זענען די מאדערן ארט. נישט מקפיד אויף א כיסוי הראש פאר נשים, און אסאך גייען די פרויען הויזען אויך. די אנדערע זאכען, למשל האבאן א הינטעל, אדער נישט גיין א היט האט נישט מיט די שולחן ערוך.
די הויזען פין די פרויען איז מן הסתם על פי שולחן ערוך אויסגעהאלטען, אבער גיין אין אייגינע האר, איז בפירוש יא אסור.
די תירוץ וואס זיי זאגען, וואס דארף מען גיין א שייטעל וואס זעהט אויס ווי האר, און אז עס מאכט נישט קיין סענעס. איז נישט גערעכט כמבואר במקום אחר.
און טעקסטן אום שבת איז יא אויסגעהאלטן עפ"י הלכה???!
כמדומה אז דו ביסט זיך טועה. סאיז נישטא קיין איין באוועגונג אינערהאלב די ארטאדאקסיע וואס איז מתיר לכתחילה אייגענע האר. עס איז נאר וואס מען קען עס נישט אויסרייסן.
בערל
און טעקסטן אום שבת איז יא אויסגעהאלטן עפ"י הלכה???!
כ'האב נישט דורכגעטון דעם ענין, אבער איך מיין אז מ'קען טרעפן א היתר על פי הלכה. כותב הייסט דאס זיכער נישט, און לגבי עלעקטריק בין איך בכלל נישט זיכער אויב עס איז שייך דערביי די איסורים וואס זענען שייך אויף געהעריגע עלעקטעריק ווי למשל אנצינדן א לעקטער.
בכל אופן איז דאס לויט רוב פוסקים נישט מער אסור ווי דאווענען נאך סוף זמן תפילה.
ביסט אינגאנצן?
דעת תורהכמדומה אז דו ביסט זיך טועה. סאיז נישטא קיין איין באוועגונג אינערהאלב די ארטאדאקסיע וואס איז מתיר לכתחילה אייגענע האר. עס איז נאר וואס מען קען עס נישט אויסרייסן.
לויט די אנגענומענע מהלכים ביי חרדי'שע אידן אינישט דא קיין חילוק פון אייגענע האר ביז שייטלען, אבער אויף יענעם אראפצורייסן אידאס גוט גענוק.
דעת תורהביסט אינגאנצן?
הממ. גאנץ א פיינע פירכא.
דעת תורהכמדומה אז דו ביסט זיך טועה. סאיז נישטא קיין איין באוועגונג אינערהאלב די ארטאדאקסיע וואס איז מתיר לכתחילה אייגענע האר. עס איז נאר וואס מען קען עס נישט אויסרייסן.
כמדומה אז איך ווייס וואס איך רעד.
לינק ביטע צו א פסק פון א מ. א. רב וואס זאגט אז מען מעג גיין מיט אייגענע האר. ייש״כ.
שנעל זאל איינער אהער ברענגן וואס קופרניקוס האט נאך געשריבן פון אור אלטע ספרים בנוגע מציצה בכלי און תפילה שלא בזמנה.
יאירדעת תורהביסט אינגאנצן?
הממ. גאנץ א פיינע פירכא.
הער אויס, סאיז דא זאכן וואס דארפן א פירכא, אבער צושטעלן טעקסטן שבת ״לויט רוב פוסקים גאר״ דארף נישט קיין ספעציעלע פירכא. איך האב דיר נאר געפרעגט א זייטיגע שאלה אויס זארג פאר דיין וואוילזיין. (איך וואלט עס ווען געדארפט טון אין אישי).
זר זהבקוקטס אהער אלע וואוילע אידן. פון מצרים האט מען אונז ארויסגענומען צוליב'ן שם לשון מלביש. וועכע חלק כלל ישראל אינעם היינטיגן גלות צייכענען זיך דאס בעסטע אויס אין די אלע 3 הינזיכטן? ענטפער: די וויליאמסבורגע חלק.
ניעד איי סעי מאאר?
שם: וואס מאכט דיין זאנוויל, זעליג, הערשל, און גענענדעל מער שלא שינו ווי זייער מאריס, מארק, און סטיוו?
לשון: וואס מאכט דיין דויטש, געמישט מיט לאטייניש, רוסיש, פויליש, ענגליש, וכו' בלע"ז מער אידיש ווי זייער ענגליש?
מלבוש: וואס מאכט דיין הוט, בעקיטשע, שטריימל, רעקל, מער שלא שינו ווי זייער קורצע רעקל מיט א כובע קנייטש, אדער טי-שורט מיט סנדלים? אויב עפעס ענדעלט די טישוירט מיט סנדלים מער צו וואס אונזערע זיידעס האבן געטראגן ביים מעמד הר סיני.
דעת תורהיאירדעת תורהביסט אינגאנצן?
הממ. גאנץ א פיינע פירכא.
הער אויס, סאיז דא זאכן וואס דארפן א פירכא, אבער צושטעלן טעקסטן שבת ״לויט רוב פוסקים גאר״ דארף נישט קיין ספעציעלע פירכא. איך האב דיר נאר געפרעגט א זייטיגע שאלה אויס זארג פאר דיין וואוילזיין. (איך וואלט עס ווען געדארפט טון אין אישי).
אפשר זאגסטו מיר פונקטליך וועלכע מלאכה מ'איז עובר מיטן דרוקן א קנעפל אויף אן עלעקטראנישע מאשין וואס צינדט נישט אן א קאנדעסענט באלב.
דבילהדעת תורהכמדומה אז דו ביסט זיך טועה. סאיז נישטא קיין איין באוועגונג אינערהאלב די ארטאדאקסיע וואס איז מתיר לכתחילה אייגענע האר. עס איז נאר וואס מען קען עס נישט אויסרייסן.
לויט די אנגענומענע מהלכים ביי חרדי'שע אידן אינישט דא קיין חילוק פון אייגענע האר ביז שייטלען, אבער אויף יענעם אראפצורייסן אידאס גוט גענוק.
ממש אזוי? די סטאנדארד ״אנגענומענע״ מהלך אין די היימישע קרייזן איז אז א שייטל און אייגענע האר איז די זעלבע זאך?
@געפילטע, א איסור הבערה מדרבנן.
וואס בין איך מבעיר? למשל אנצונדען א פען.
לענין לאזן וואקסן האר, צניעות, מיין איך אז ס'איז נישט קיין אפציעלע הוראה, זיי זענען נאר בעסער מקיים דעם live and let live, און מוטב יהיו שוגגים, און טוב שלא לאמר דבר שאינו נשמע, מ'צווינגט נישט ארויף אידישקייט אויף קיינעם. און בכלל לעבן זיי נישט אין אזא טייט ניט קולטור ווי אונז ווי יעדע ריר איז דיקטעיטעד ביי וואס יעדער טוהט, ממילא זענען זיי מער קאלירפול ווי אונז.
מ'האט שוין גערעדט אמאל וועגן דעם אין שטיבל. די גאנצע פראבלעם איז דאך נאר מראית עין, אבער אז די שייטלען זעהען אויס די זעלבע, איז חזר הדין וכו'.
לדינא איז נישט קיין נפק"מ נאר דאס: האק דיר ארויס פון קאפ אז דו ביסט מבחר הבריאה, ס'דא מיליאנע אידן וואס זענען בעסער פון דיר.
קאווע, דו קומסט נישט אריין קלאר. וואסערע זאך איז אסור וועגן מראית העין? און וואס ווילסטו זאגן, אז שייטלען איז אויכעט אסור?
מיליאנע אידן? האסט די נומבערס פאר דיר? און וואס עפעס זענען זיי בעסער פון מיר? נניח מיר זענען נישט בעסער ווי זיי, אבער וואס זענען זיי בעסער ווי מיר?
דעת תורהיאירדעת תורהביסט אינגאנצן?
הממ. גאנץ א פיינע פירכא.
הער אויס, סאיז דא זאכן וואס דארפן א פירכא, אבער צושטעלן טעקסטן שבת ״לויט רוב פוסקים גאר״ דארף נישט קיין ספעציעלע פירכא. איך האב דיר נאר געפרעגט א זייטיגע שאלה אויס זארג פאר דיין וואוילזיין. (איך וואלט עס ווען געדארפט טון אין אישי).
דעת תורה@געפילטע, א איסור הבערה מדרבנן.
במחילת כבוד תורתך, דאס איז אפשר דעת בעלי בתים, אבער נישט דעת תורה. קוק אביסל אריין אין די ספרים וואס זענען דן איבער חשמל בהלכה, און דערנאך וועסטו זיך אפשר קענען נעמען די העזה צו רעדן מיט אזא דערנידערונג כאילו דו האסט ש"ס ופוסקים אונטער דיר.
און אגב, איך ווייס נישט וואו דו האסט געטראפן אין מיינע ווערטער אז לויט רוב פוסקים מעג מען טעקסטן שבת. זעט אויס אז פארדרייען יענעמ'ס ווערטער און דערנאך בויען דערויף פיתום ורעמסס איז ביי דיר אויך "דעת תורה".
געפילטע פישזר זהבקוקטס אהער אלע וואוילע אידן. פון מצרים האט מען אונז ארויסגענומען צוליב'ן שם לשון מלביש. וועכע חלק כלל ישראל אינעם היינטיגן גלות צייכענען זיך דאס בעסטע אויס אין די אלע 3 הינזיכטן? ענטפער: די וויליאמסבורגע חלק.
ניעד איי סעי מאאר?
שם: וואס מאכט דיין זאנוויל, זעליג, הערשל, און גענענדעל מער שלא שינו ווי זייער מאריס, מארק, און סטיוו?
לשון: וואס מאכט דיין דויטש, געמישט מיט לאטייניש, רוסיש, פויליש, ענגליש, וכו' בלע"ז מער אידיש ווי זייער ענגליש?
מלבוש: וואס מאכט דיין הוט, בעקיטשע, שטריימל, רעקל, מער שלא שינו ווי זייער קורצע רעקל מיט א כובע קנייטש, אדער טי-שורט מיט סנדלים? אויב עפעס ענדעלט די טישוירט מיט סנדלים מער צו וואס אונזערע זיידעס האבן געטראגן ביים מעמד הר סיני.
שם: ווייל זאנוויל איז נישטא צום געפינען אין די גויאישע נעמען בוך, מאריס, מארק און סטיוו יא.
לשון: די פוינט איז נישט 'אידיש' די פוינט איז אן אנדערער שפראך ווי וואס דער גוי נוצט, אויב זאלן זיך אלע גוים מארגן נעמען רעדן אידיש וועט מען דארפן זיך אראפזעצן אויפקומען מיט א נייע שפראך וואס זאל אונדז אפזונדערן פון זיי.
מלבוש: דער קורצער רעקל און טי שוירט איז מער נענטער צום גוי'ס לבוש ווי א לאנגער רעקל מיט א שטריימל. אין אנדערע ווערטער ס'דא מער א היכר און א הבדלה.
איך ווייס אז דו וועסט אנגיין מיט דיין מהלך... כ'וועל לאזן פאר די וואס זוכן דעם אמת צו זעהן למי החותמת וכו'.
זר, לאנגע מלבושים ווס. קורצע איז נישט אידישקייט ווס. גויאישקייט, דאס איז טראדיציע ווס. מאדערניזאציע. אמאליגע גויים זענען אויך געגאנגען לאנג.
וואס האב איך מיט אמאליגע? די מארגענדיגע גוים קענען רעדן אידיש. מ'טוט אקארדינג וויזוי ס'איז אין די יעצטיגע זמן. ס'האט גארנישט מיט'ן אמאל אדער צוקונפט.
זר זהב
איך ווייס אז דו וועסט אנגיין מיט דיין מהלך... כ'וועל לאזן פאר די וואס זוכן דעם אמת צו זעהן למי החותמת וכו'.
"איך ווייס אז דו וועסט אנגיין מיט דיין מהלך... כ'וועל לאזן פאר די וואס זוכן דעם אמת צו זעהן למי החותמת וכו'."
אה ברכאשעם, דו האסט שוין למפרע אפגעפרעגט יעדע מין תירוץ וואס איך וועל נאר זאגן, שוין, ביסטו שוין גרייט פארן הייליגן יום טוב, א חג כשר ושמח.
פאר די אנדערע וואס ווילן נישט זעהן למי החותמת... לויט דיר וואלט געדארפט שטיין אנשטאט "שלא שינו", וואלט געדארפט שטיין "ששינו שמם וכו'..."
נעה כאגעמיינט צו זאגן אז מ'קען אלעס אפפרעגן מיט א גוטן וויץ אדער פאלשן דריי. איך האב גארנישט אפגעפרעגט למפרע, גאו אהעד.
יאירדעת תורהיאירדעת תורהביסט אינגאנצן?
הממ. גאנץ א פיינע פירכא.
הער אויס, סאיז דא זאכן וואס דארפן א פירכא, אבער צושטעלן טעקסטן שבת ״לויט רוב פוסקים גאר״ דארף נישט קיין ספעציעלע פירכא. איך האב דיר נאר געפרעגט א זייטיגע שאלה אויס זארג פאר דיין וואוילזיין. (איך וואלט עס ווען געדארפט טון אין אישי).
דעת תורה@געפילטע, א איסור הבערה מדרבנן.
במחילת כבוד תורתך, דאס איז אפשר דעת בעלי בתים, אבער נישט דעת תורה. קוק אביסל אריין אין די ספרים וואס זענען דן איבער חשמל בהלכה, און דערנאך וועסטו זיך אפשר קענען נעמען די העזה צו רעדן מיט אזא דןערנידערונג כאילו דו האסט ש"ס ופוסקים אונטער דיר.
און אגב, איך ווייס נישט וואו דו האסט געטראפן אין מיינע ווערטער אז לויט רוב פוסקים מעג מען טעקסטן שבת. זעט אויס אז פארדרייען יענעמ'ס ווערטער און דערנאך בויען דערויף פיתום ורעמסס איז ביי דיר אויך "דעת תורה".
על אחרון ראשון. איך האב פארפעלט א ווארט אין מיין תגובה כדמוכח מלשוני, וכצ״ל: ״צוצושטעלן טעקסטן שבת לויט רוב פוסקים צו דאווענען נאך זמן תפילה״.
לענין די איסורים פון עלעקטריק, אז דו ווילסט קען מיר אנהייבן א שמועס- בעסער אין אנדערן אשכול - פונקטליך פארוואס הגרשז״א פארשטייט נישט דעם חזו״א מהלך אז עס איז א איסור דאורייתא וועגן בונה ועוד. אבער דער פשוט׳ער טעם איז הבערה מדרבנן.
קאווע טרינקערשנעל זאל איינער אהער ברענגן וואס קופרניקוס האט נאך געשריבן פון אור אלטע ספרים בנוגע מציצה בכלי און תפילה שלא בזמנה.
כהאב שנעל געפאלגט קאווע טרינקער
דאס איז עסזר זהבוואס האב איך מיט אמאליגע? די מארגענדיגע גוים קענען רעדן אידיש. מ'טוט אקארדינג וויזוי ס'איז אין די יעצטיגע זמן. ס'האט גארנישט מיט'ן אמאל אדער צוקונפט.
סאו די לאנגע מלבושים וואס מיר טראגן וואס קומט פון די אמאליגע אריסטראקראטן זענען בעצם מלבושים וואס ברויכן אונז אפשיידן פונעם גוי?
די גאנצע נ"מ פארוואס חסידים גייען לאנגע רעקלעך פון ליטאים גייען קורצע איז ווייל זיי האבן אויפגעהערט מיטצוגיין ציט די מאדע בערך הונדערט יאר נאך אונז.
דו מוזט די פוינט ווייטער. "היינט" זענען די חסידים די ווייטסטע מערסטע אפגעשייד פונעם גוי אין אלע הינזיכטן. לאז אפ היסטאריע.
אוודאי, לעיקוואוד זעהט דאך אויס ווי א גויאישע שטאט... וואס א חילוק צווישן יעיל קאלעזש און במ״ג? ביידע גייען דאך קורץ געקליידעט...
דעת תורהעל אחרון ראשון. איך האב פארפעלט א ווארט אין מיין תגובה כדמוכח מלשוני, וכצ״ל: ״צוצושטעלן טעקסטן שבת לויט רוב פוסקים צו דאווענען נאך זמן תפילה״.
לענין די איסורים פון עלעקטריק, אז דו ווילסט קען מיר אנהייבן א שמועס- בעסער אין אנדערן אשכול - פונקטליך פארוואס הגרשז״א פארשטייט נישט דעם חזו״א מהלך אז עס איז א איסור דאורייתא וועגן בונה ועוד. אבער דער פשוט׳ער טעם איז הבערה מדרבנן.
געוואלד און געשריגן, וואו קומט דא אריין רבי שלמה זלמן און דער חזון איש?! עס איז נישטא כמעט קיין איין פוסק וואס האלט אז אנצינדן א מאשין וואס ארבעט מיט עלעקטעריק איז אסור מטעם מבעיר, מדאורייתא אדער מדרבנן! (אויסער אפשר ביי די מאשינען וואס דער אייזן ווערט גאר הייס און עס הייסט אזוי ווי גליען א מתכת).
און יא, איך וועל איבער'חזר'ן מיינע ווערטער, לויט רוב פוסקים אז עלעקטערישע מאשינען איז נאר אסור אנצוצינדן מדרבנן, מטעם עובדין דחול אדער מוליד, איז דאס גארנישט הארבער און מעגליך גרינגער ווי זאגן ברכות קר"ש און דאווענען שמו"ע לכתחילה נאך סוף זמן תפילה, עפעס וואס כמעט קיין איין פוסק איז נישט מתיר, און לויטן מחבר אין שולחן ערוך זענען די ברכות קר"ש אפילו בדיעבד ברכות לבטלה ועובר כמה איסורים דאורייתא משום לא תשא.