דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #2322
11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2322
חכם דו! אודאי ווען רבי מרדכי'לע נדבורנער וואלט געהייסן פילעווען אין מציצה בכלי וואלטן מיר נאכגעטון, אבער ער האט דאך נישט! אודאי האט ער געזען מיט זיינע הייליגע אויגן אז א כלי איז נישט מוציא דם פון די מקומות הרחוקים. טראכט אריין, אז ער האט געוואוסט ווי דער באשעפער וואוינט און אפילו געוואוסט צו געבן אנווייזונגען ווי אזוי אנצוקומען אהין, האט ער דאך זיכער געוואוסט וואו דאס בלוט געפינט זיך. באלד וועסטו נאך פרעגן, וואס וואלט געווען ווען די גמרא וואלט געהייסן מאכן מציצה בפה.
און מיט זמן תפילה ביסטו דאך ווייטער א געהעריגער היפאקריט. דאס אליין אז די משכילים האבן זיך נישט פארלייגט אויף דאווענען נאך סוף זמן תפילה זמן תפילה איז דאך די גרעסטע ראיה וואספארא מצוה עס איז צו פארשפעטיגן, ווארום מיר האבן מקובל איש מפי איש אז לייק עטרעקטס לייק.
קאפערניקוס, אלס קומסטו אן מיט דיינע פארקרומטע שיטות. קודם האסטו אונז פרובירט איינצורעדן אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון, עפעס וואס יעדער פשוט'ער בר דעת וואס איז אמאל אויפגעשטאנען ותיקין ווייסט ווי דורכאויס פאלש דאס איז, ביסטו געקומען מיט דיינע אזוי גערופענע וויסנשאפטליכע שטודיעס געבויט אויף נארישע סטאטיסטיקס דירעקט מיט'ן ציל אונטערצוברענגען אונזער ריינע מסורה, יעצט קומסטו מערער זיין אויף אונזער הייליגע מנהג פון אויפשטיין שפעט און דאווענען דייקא אין די האלבע שעה נאך חצות. מיר וועלן זיך נישט לאזן פון דיר! כלל ישראל וועט זיך אנגארטלען און מיט אן עזות דקדושה ארויסגיין אין א מלחמת חרמה קעגן די אלע וואס ווילן פרובירן אונז אראפצופירן פונ'ם אויסגעטרעטענעם וועג על דרך ישראל סבא, מיר וועלן נישט משנה זיין קיין זיז כל שהוא פון אונזערע הייליגע באבעס פונדערהיים אין מארמאראש. זיי האבן טאקע נישט געקענט קיין אלף בית און געגאנגען קורצע קליידער און נישט איבערגעקוקט סטראבעריס פון ווערים, זיי זענען אבער געווען אידן!
נ. ב. איך האב געליינט דיין חתימה אלס א פארזעצונג פון דיין תגובה און עס האט מיר געקאסט א לאך 😃

א גוטמארגען.
כאב מיך שוין אפגעגאסען נעגל וואסער און אזוי ווי אלע מאל האבעך מיך צוריגעלייגט אין בעט מיט מיין סעלפאן און לייענען די לעצטע נייעס און קאווע שטיבל. און קופערניקוס האט געמאכט א נייע אשכול איז זעכער אז סע דא וואס צו לייענען און האסטו אונז נישט אנטוישט.
סע ווערט שפעט און אויב איך בלייב אזוי ליגען אין בעט קענעך אנקומען צו דאווענען נאך חצות אזוי ווי איך טו אסאך מאל, און די אשכול האט מיך זייער שטארק מעורר געווען און איך גיי שוין תומ“י פאלגען וואס דו האסט געברענגט פון ספר שו“ת הבלי פרה און איך גיי דאווענען ערום אין בעט...

איך האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין, איך וויל נאר אראפ ברענגען דיין אלטע חתימה וואס פארענטפערט אסאך ״די וועלט און אלעס ארום איר דרייט זיך ארום מיר״.
(אץ מוצץ בן קוצץ, ספורי צדיקים להגן מנהג צדיקים של מציצה בכלי)
😂
אנאנים, איך וויל דיר קושען.
בנוגע תפילה אחר זמן תפילה, בין איך אויפגעצויגן געווארן מיט אזא רעסיסטישע ווארט.
חסידים דאווענען - נישט בזמן תפילה.
מתנגדים דאווענען נישט - בזמן תפילה.
און באמת זעהט מען דאס בחוש, גיי למשל אין YU, קוק ווי אזוי זיי דאווענען, דאס הייסט געדאווענט?! ר"ל, קיינער שפאצירט נישט, וכו', והוא רחום יכפר חטאים.
איך מיין אז די ביסט גערעכט, עס ווענט זיך אסאך אין די ציגאנג פין די זאך,
ווען די רביס האבען אנגעהויבען דאווענען שפעט איז עס געקימען מיט א פלאם פייער (אין זיי האבען געמיינט לשם שמים..)משא"כ ביי מציצה בכלי גייט נישט צו אזוי..

אה"נ אויב ווילסטע אדורך פירן א זא סארט זאך ווי מציצה בכלי , דארף מען עס טוהן שובבים ביי שלש סעודת מיט טרערן .. וועט עס אסאך בעסער אדורך גיין.
אפשר ביסטו מזכה הרבים, און דו לייגסט ארויף די ניין פעידזשעס פון תקנות. איך גלייב אז עס וועט זיין איינס און א גוטס...
די קליינע חילוק איז אויך די בעקראונד פון ר' מרדכלי ביז דעם, און די בעקראונד פון די משכילים ביז דעם...
ברענג נישט ארויף תהילים כולל דא, ווייל איך וועל כאפן אן אטאקע
מיין בלוט האלט זיך קוים אין די אדערען ווען איך זעה זייער LOW CLASS נערישע בלא בלא בלא

מים חייםאפשר ביסטו מזכה הרבים, און דו לייגסט ארויף די ניין פעידזשעס פון תקנות. איך גלייב אז עס וועט זיין איינס און א גוטס...
בין איך אויך נייגעריג...