☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » וועלכע הגדה נוצט איר?

וועלכע הגדה נוצט איר?

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3285

היימישער ליטוואק » פרייטאג מערץ 22, 2013 2:15 am

· #99404
וועלכע הגדה נוצט איר?
איך ווייס אז עס איז שוין דא אן אשכול איבער הגדות של פסח. איך וויל נישט איבערחזר'ן וואס עס איז שוין דארט באריכטעט.
די טעמע פון דעם אשכול איז "וועלכע הגדה נוצט איר?" אוודאי כולם אהובים וברורים, יעדע הגדה האט זיך איר מעלה. טייל סתם שיינע ווערטער, טייטשן, מדרשים סיפורים הלכות כו' וכו'. איך וויל אבער וויסן וואס פאר א הגדה נוצט איר בשעת מעשה, ווען דער סדר איז "אין עקשאן".

איך נוץ די הגדה "חזון עובדיה", מיט וואונדערבארע הלכות און פירושים (מלוקט) דארך הגרע"י שליט"א. אע"פ וואס דער נוסח איז (א משהו) אנדערש ווי אונזערס (נוסח ספרד?), פארלאז איך זיך אויף די שאר מסובין און אויף מיין זכרון אז איך וועל נישט פארפארן...
די טעקסט פון די הגדה אליינס איז אויך זייער באטעמ'ט.

משה געציל » פרייטאג מערץ 22, 2013 2:18 am

· #99407
א וועלט היינט... דער ליטוואק ניצט א הגדה פון הרב יוסף, דער פראנק ניצט א הגדה פון ר' נחמן, מה נענה אבתרייהו? ע"פ חשבון דארף איך ניצן די ארטסקרול הגדה מיטן רויטן דעקל.

דעת תורה » פרייטאג מערץ 22, 2013 2:53 am

· #99417
בשעת מעשה ממש, ווען מען זאגט די הגדה, ווער האט צייט צו קוקן פירושים? די אלע הגדות זענען גוט פאר פארדעם און נאכדעם.

געב אונז א טעיסט פון א פירוש דארטן אדער עפעס א גוטע קולא וואס האט דיר געכאפט...

אין א סייד נאוט, אז דו שרייבסט הודעות אזוי שפעט ביינאכט, אפשר איז ק'ש טאקע אן אדיקציאן..