הגדות של פסח
73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #167
הגדות של פסח
איך עפן אויף די אשכול איבער הגדות של פסח, אלטע אין נייע. איר קענט שרייבן וועלכע הגדה/הגדות איר נוצט, ווי עס איז דא גוטע ווערטער וכו'.
וזה החלי:
הגדה של פסח אור החיים המבואר
ליקוט מספריו הקדושים על הגדה של פסח ועניני יציאת מצרים ערוכים ומבוארים עם ביאור 'מאורי אור' וילקוט 'מאורי החיים' (ע"י הרב מנחם מנדל פומרנץ)‚ פניני הלכה במשנתו של האור החיים על הלכות פסח‚ מגלת שיר השירים עם ראשון לצין המבואר‚ יוצא לאור ע"י ממלכת התורה עוז והדר תשע"ב
גוף ההגדה - תמ"ב עמודים‚ שיר השירים - ק' עמודים‚ שירת הים - ע"ז עמודים‚ פניני הלכה - ט"ז עמודים‚ הגדש"פ נוסח עדות המזרח -מ"ו עמודים הכל בכרך אחד
$24.00
א שיין ארבייט בעיקר בחיצוניות (וד"ל), גוט פאר א חתן מתנה פאר די וואס ווילן נישט געבן א חת"ס הגדה.
Re: הגדות של פסח
כוואלט שטארק רעקאמענדירט הרב מנחם כשר׳ס הגדה שלימה וואס טראגט מיט זיך אלע שינויים און נוסחאות צום הגדה. א צווייטן אקעדעמישן הגדה וואלט געווען פון פרופ׳ שמואל ספראי, ס׳איז טאקע א טייער געשעפט אבער ס׳איז אנגעפיקעוועט מיט אריגינעלע תוכנדיקע פארטייטשונגען.
Re: הגדות של פסח
Re: הגדות של פסח
שכויח אברבנאל און געפילטע פיש!!! איר האט מיר פארשאפט נאך אן הוצאה לכבוד פסח! (אדער אפשר קען איך עס גאר נעמען פון ביבליאטיק? מעג מען ביים סדר זיצן מיט א הגדה פון ביבליאטיק?)
Re: הגדות של פסח
הגדה אור החיים המבואר ארויסגעגעבן דורך עוז והדר
Re: הגדות של פסח
ארויסגעקומען הגדה משנה למלך מלוקט מספר משנה למלך להרב הקדוש רבי אלעזר ריישער זי"ע.
Re: הגדות של פסח
הגדה יד מצרים מאת הגאון רבי יצחק אייזיק חבר זצ"ל, נדפס לראשונה בחיי המחבר בשנת תר"ב, ועתה יו"ל מחדש עם מראי מקומות וציונים
Re: הגדות של פסח
משלחן מלכים ב"כ, מתורתם של רבותינו מאורי החסידות - עם ספר הזכרון להגר"א פלצינסקי זצ"ל
Re: הגדות של פסח
הגדה אבן ישראל - חיד"ת מאת הגאון האדיר רבי ישראל יעקב פישער זצ"ל
Re: הגדות של פסח
הגדה של פסח לחזות בנועם חידו"ת מהגרי"ד קאפלמאן זצ"ל ראש ישיבת לוצערן שווייץ
Re: הגדות של פסח
הגדה של פסח אריה שאג - מאדמו"ר מזימגראד צאנז
Re: הגדות של פסח
א רשימה פון די הגדות של פסח, וואס זענען דא צובאקומען און די געשעפטען:
באר מים המגיד מזאלאשיץ
אוהב ישראל אפטא
עבודת ישראל קאזניץ
ערבי פסחים מאד
שפתי קודש בעלזא
אמרי קודש בעלזא
בית צדיקים באבוב
דברי יואל סאטמאר
במסלה זידיטשוב
דרכי חיים צאנז
דברי חיים צאנז
ברך משה סאטמאר
יציב פתגם קלויזענבורג
דברי יציב קלויזענבורג
מהר"י שטייף
דברי מנחם ליבאוויטש
אבני אש וואלקאן
שער יששכר מונקאטש
תפארת צבי מונקאטש
דיבורים קדושים בעלזא
קול יהודה מאקעווע
נועם אלימלך ליזענסק
תפארת צבי ספינקא
תפארת בנים מונקאטש
ויגד יעקב פאפא
ויחי יוסף פאפא
ערוגת הבשם
אשי ישראל מודזיץ
אך פרי תבואה ליסקא
עבודת הלוי טאהש
פני מנחם גור
תפארת שלמה ראדאמסק
כנפי אלישע
הילולי דבי איגרא משפחת איגר
אש דת משפחת אסאד
ארץ צבי קודזיקלאוו
צפנת פענח רוגטשוב
אזוי אויך איז פון אדמורי"ם שליט"א:
מונקאטש
באבוב
סאטמאר
כ'ווייס ספעלט נאך אסאך פון די רשימה, אויב ביטע קען מען צולייגען.
Re: הגדות של פסח
זכות אבות - מנהגים וסיפורים לאדמור"י בית פשעווארסק
בית נאוה קודש - הליכות ומנהגים להה"ק מהר"א רוקח מבעלזא, ב' כרכים
ספרו עזו - רבי אהרן קרויס ראש ישיבת שער התלמוד
שמן ראש - דרשות, וסוגיות, רבי אשר אנשיל כ"ץ אבד"ק קהל עדת יראים וויען
קובץ אמרי קודש - שנאמרו במשך ימי חג הפסח תשס"ה - תשס"ח ע"י האדמו"ר מהרב"ץ א"ל הלברשטאם מבאבוב שליט"א
חידושי תורה מהר"ם ט"ב - חידושי תורה מאדמו"ר רבי משה טייטלבוים מסאטמאר זי"ע (פסח ושבועות בכרך אחד)
זבח פסח - מהדו"ק תשמ"ז, מהדו"ת תשנ"ד, סוגיות, דרוש ואגדה שנאמרו ע"י האדמו"ר מהר"א ט"ב מסאטמאר שליט"א
שפתי צדק - סוגיות, דרוש ואגדה שנאמרו ע"י האדמו"ר מהרי"י ט"ב מסאטמאר שליט"א
הליכות חיים - הליכות והלכות ממרן הגה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זצ"ל
לקט שפתי קדוש - ב' כרכים דברי תורה מאדמור"י בית בעלזא זי"ע
אין די הגדות של פסח עטרת יהושע (רמ"א פריינד), בית צדיקים (באבוב) צום סוף איז כולל מנהגי דשאר ימות החג.
אזוי איז דער קונטרס 'שערי ישועה' מאדמו"ר מהר"א ט"ב מסאטמאר שליט"א אויף שביעי של פסח
פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל איז דער זמירות.
Re: הגדות של פסח
Re: הגדות של פסח
יאפ סאמטינג "פישי"
ר' פישל שקויעך פארן מיר שפארן די צייט
צו באצאלן אויף שמחות אי"ה
Re: הגדות של פסח
יאר איין יאר אויס, ווערט עדווערטייזט און אלע אידישע צייטונגען איבער א כתב סופר הגדה של פסח
ס'איז גאר א דינע הגדה, ארויסגעקומען יארן צוריק.
ווייסט איינער ווער שטייט אינטער דעם?
Re: הגדות של פסח
הרב שמואל מאיר הכהן וואלך איז לכאורה דער מחבר פון די מערסטע הגדות לפסח. צענדליגע הגדות האט דער מענטש שוין ארויסגעגעבן און ס'הערט נישט אויף קומען. יעדעס יאר פרישע סחורה. איך פערזענליך האב שוין גענוצט די פאלגענדע פון זיינע הגדות:
הגדש"פ מעיין המועד - לכאורה די בעסטע פון אלע זיינע ספרים בכלל און הגדות בפרט
הגדש"פ הסטייפלר
הגדש"פ ר' צדוק הכהן - א פאנעמאנאלע ארבייט. דער מבוא לההגדה קומט אין א באנד פאר זיך. אזא שיינעם ליקוט האב איך שוין לאנג נישט געזען
הגדש"פ קאצק
הגדש"פ חתם סופר
הגדש"פ בעלי המוסר - פאריאר איבערגעדרוקט אין אן ענליכן פארמאט ווי דער ר' צדוק הכהן הגדה. זייער שיינע ארבייט.
Re: הגדות של פסח
אינטרעסאנט אז איך זעה נישט דערמאנט די באקאנטע הגדה בית אברהם-בית אהרן, די אזויגערופענע "געשריבענע הגדה" וואס אין די יונגע יארן האב איך זיך מחיה געווען דערמיט.
איך געדענק נאך ביז היינט א טייל פון די שיינע "כוס של ברכה" פשעטל...
און "שמחת החג" איז אויך א באקאנטע הגדה פאר חובבי דרוש.
ובדרך צחות ברויך מען דערמאנען ליפא'ס הגדה...
Re: הגדות של פסח
נאך איינער וואס האט ארויס געגעבען מער ווי איין הגדה של פסח איז רבי דוד אברהם מאנדלבוים, תלמיד ישיבת חכמי לובלין. ער האט געדריקט דריי הגדות,
אור המאיר - ליקוט ביאורים וחידושים של רבי מאיר שפירא מלובלין, בני ברק תשס"ט
ארץ צבי - ליקוט ביאורים ופירושים נפלאים בהלכה ובהגדה של רבי ארי' צבי פרומר הי"ד אבד"ק קוז'יגלוב ור"מ ישיבת חכמי לובלין, בני ברק תשס"ט
צפנת פענח - ליקוט של הערות והארות וחידושים של הגאון רבי יוסף ראזין ה"ראגעטשאווע", מחבר ספרי "צפנת פענח", בני ברק תשס"ח
ארויסגעקומען אן הגדה של פסח פון ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א
נאמען?
ניטאמאל אין אכט גענומען, געגעבן א בליק און געגאנעגן ווייטער.
נייע הגדה: הגדש"פ ישא ברכה, רעיונות וסיפורים ממרן הגרי"ש אלישיב זצ"ל, מאת הרב שמואל מאיר הכהן וולך. 544 עמודים, $22
כדרכו פון ולך, מנוקד שיינע מעשיות'לעך און א רייכע שפראך.
נאך א נייע הגדה איז: הגדש"פ כלל ישראל המאור, מכון המאור. 378 עמודים, $28.50
דער הגדה איז ממש כשמו כן הוא, א ליקוט פון פירושים אויף די הגדה פון כלל ישראל. (אזוי ווי די רבי'ס פלעגן טון און חדר מיט די קינדער...)
הגדה של פסח - פרדס יוסף
אויפן ערשטען בליק זעהט דאס אויס ווי מעשה ידי הגאון רא"ד מנדלבוים, אבער דאס איז פון א צווייטער וואס האט באקומען רשות נאכצומאכן כצלמו אין אריינגייין אין די סעריע פון פרדס יוסף (אינטערסאנט אז עוז והדר האט נאך נישט קיין פירוש אויף פרדס יוסף)
הגאון מנדלבוים האט איבערגעדרוקט דעם ספר 3/5, בראשית שמות און ויקרא, און דורך מעשה ידיו האבן 1000'טע אידן אנטפלעקט אן אוצר! און ממשיך געווען מיטן נאמען "החדש" אויף במדבר און דברים.
יעצט אז איך גיב ארויס א ספר אויף "מגילת אסתר" מיט די זעלבע בלויע דעקל און די זעלבע נאמען, איז מסתבר אז כ'דארף האבן רשות אויף דעם.
הגש"פ - פרדס יוסף - ב'
די פלא וואקסט נאך מער.
פאראיאר האט א בני-ברק'ע איד מלקט געווען פון פרדס יוסף על התורה, ענינים השייכום להגש"פ, און דאס מחבר געווען צו די נוסח ההגדה, ויקרא שמו בהגדות "פרדס יוסף".
דהיינו, אז דאס איז ריכטיגע חידושי הפרדס יוסף אויף הגש"פ, איז וויאזוי קומט א צווייטער און איז מו"ל זיין אייגינע חדושים אונטערן נאמען פרדס יוסף???
בד"וו, די הגדה "ישא ברכה" פון הגרי"ש אלישוב זצ"ל, איז א נארישע נאמען. ס'דאך דא דער באקאנטער בעל ישא ברכה (איך מיין נישט קאשוי'ער רב'ס זוהן) איך מיין דער ספרדישע גדול. כמדומה ער איז געווען א ראשון לציון.
רבי יעקב שאול אלישר,
<a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7%A2%D7%A7%D7%91_%D7%A9%D7%90%D7%95%D7%9C_%D7%90%D7%9C%D7%99%D7%A9%D7%A8">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... 7%A9%D7%A8</a>
יא, דאס מיינעך.
די אמעריקאנישע הגדה
די אמעריקאנישע הגדה!ערשינען אין ניו יארק אין 1927 דורך א.מ. שארקאנסקי. די הגדה וואס איז געשריבן אין אידיש טוט פארציילען וויאזוי עס קוקט אויס דאס אידיש לעבן אין אמעריקא.
ליינט אויף אייער אייגענעם אחריות.
כ'האב געהערט אז ס'איז ארויסגעקומען אן הגדה "נחלת צבי", די ספרים געשעפט אין וומ"ס וואו איך בין פונקט אדורך האט דאס נישט אריינגעקומען, זעהט אויס ס'איז א גוטע הגדה.
ווייסט איינער מער?
מנהגי סאטמאר, ע״י ר׳ א״ד גליק ע״ה מו״ל מחזורי וזמירות דברי יואל
ארויסגעקומען פאריאר דורך רא״ד ע״ה, איבער געדריקט הייאר דורך זיין זון
@היסטורקאי:
תוכן הודעה הנ"ל סותר את מסר החתימה שלך.
היסטאריקערמנהגי סאטמאר, ע״י ר׳ א״ד גליק ע״ה מו״ל מחזורי וזמירות דברי יואל
ארויסגעקומען פאריאר דורך רא״ד ע״ה, איבער געדריקט הייאר דורך זיין זון
און איך האב עס געזוכט אין צוויי געשעפטן און זיי האבן עס נישט געהאט
געזען אין מאורות, ליע גארדן מקוה, אוצר,
איך האב געחאלעשט עס צו קויפן
האסט עס געקויפט אדער געחאלישט?
געוואלט קויפן
קאווע טרינקערכ'האב געהערט אז ס'איז ארויסגעקומען אן הגדה "נחלת צבי", די ספרים געשעפט אין וומ"ס וואו איך בין פונקט אדורך האט דאס נישט אריינגעקומען, זעהט אויס ס'איז א גוטע הגדה.
ווייסט איינער מער?
די עצם הגדה "נחלת צבי" איז שוין א אלטע זאך, נאר מען האט עס איבער געדרוקט מיט א שיינע אויפלאגע, דער עיקר חידוש שבו, איז "פירוש הבהיר", דאס איז א הערליכע פירוש על כל מלה ומלה, קשר כל ענין לחברתה, וכו', עס איז אזוי ווי פירוש הארטסקרו"ל אויף ש"ס, ער האט אפילו נאכגעמאכט די זעלבע פאנטס און אויסשטעל. מיט א שנעלע בליק האט מיר אויסגעזען אז עס איז א בעסערע פירוש ווי די פירוש פון "מתיבתא".
ס'דא א שיינע הגדה פון מכון שבתי פרענקל, צום סוף האבן זיי דעם רמב"ם אויף הלכות ליל הסדר מיט א פרישע אויפלאגע פונעם בארימטן מפתח.
גוטע פינטעלךקאווע טרינקערכ'האב געהערט אז ס'איז ארויסגעקומען אן הגדה "נחלת צבי", די ספרים געשעפט אין וומ"ס וואו איך בין פונקט אדורך האט דאס נישט אריינגעקומען, זעהט אויס ס'איז א גוטע הגדה.
ווייסט איינער מער?
די עצם הגדה "נחלת צבי" איז שוין א אלטע זאך, נאר מען האט עס איבער געדרוקט מיט א שיינע אויפלאגע, דער עיקר חידוש שבו, איז "פירוש הבהיר", דאס איז א הערליכע פירוש על כל מלה ומלה, קשר כל ענין לחברתה, וכו', עס איז אזוי ווי פירוש הארטסקרו"ל אויף ש"ס, ער האט אפילו נאכגעמאכט די זעלבע פאנטס און אויסשטעל. מיט א שנעלע בליק האט מיר אויסגעזען אז עס איז א בעסערע פירוש ווי די פירוש פון "מתיבתא".
יא, געזעהן היינט אין אייכלער'ס. אבער א שאד, אזא שיינע הגדה געמאכט אלץ כדי מזכה זיין אידן מיט די "פירוש" (!) נחלת צבי? נעבאך.
דער פירוש הבהיר וואלט זיך פארקויפט בעסער ווען זי שטייט אליין.
בנוגע דער מתיבתא הגדה, האב איך נישט צוגערירט. כ'בין נייגעריג צו ביים הנחת אייזן הפינה (ע"ש ר' אברהם אייזן) אין מאנסי צום מרכז העולמי עוז והדר האט מהר"י לייפער געזאגט יהי רצון'ס פון א "סדר בנין בתי מדרשות עם פירוש מתיבתא"?
ס'דא עפעס אזא אלד פעשיאנד הגדה מיט א נישט שיינעם דרוק, ס'פיל מיט מפרשים ארום און ארום זייער שיינע זאכן. כאפארגעסן וויזוי ס'הייסט. אפשר איינער וועט כאפן פון וואס כ'רעד.
לכאורה פון דעם א.ג. מוסד הרב קוק.
וואס הייסט? ס'האט עפעס א נאמען, ס'ביי מיין טאטן כעלדיר עס לאזן וויסן
האט קאפהגדה של פסח לחזות בנועם חידו"ת מהגרי"ד קאפלמאן זצ"ל ראש ישיבת לוצערן שווייץ
He was a Mechadesh?
האט מען שוין ערגעץ געשמועסט איבער די הגדה מפי ספרים וסופרים? שיחות מאת רבי אליעזר דוד פרידמאן. הערליכע אוצר בלום ופניני החסידות, ענינים וסיפורים שונים.
שמעקעדיגהאט מען שוין ערגעץ געשמועסט איבער די הגדה מפי ספרים וסופרים? שיחות מאת רבי אליעזר דוד פרידמאן. הערליכע אוצר בלום ופניני החסידות, ענינים וסיפורים שונים.
I got one last year, and read every page.
I am not a Hasid, but it was inspiring how real Rabbi Friedman believes in it.
רבותי, איך זיך א שיינע געשמאקע הגדה, אויף לשון קודש א שטייגער ווי נר יהושע אויף אידיש (די בעסטע אידישע הגדה פאר עדאלטס, לדעתי) מיט שיינע געשמאקע תורהלעך ווערטלעך סיפורים וכדומה, א הגדה וואס זאל מיך האלטן פארנומען במשך די סדר אין איבער יו"ט, איך האב שוין געקויפט אזויפיל הגדות, אבער קיינער האט נישט געטון דעם דשאב, וואס איז רעקאמאנדירט?
אבי גערעדטרבותי, איך זיך א שיינע געשמאקע הגדה, אויף לשון קודש א שטייגער ווי נר יהושע אויף אידיש (די בעסטע אידישע הגדה פאר עדאלטס, לדעתי) מיט שיינע געשמאקע תורהלעך ווערטלעך סיפורים וכדומה, א הגדה וואס זאל מיך האלטן פארנומען במשך די סדר אין איבער יו"ט, איך האב שוין געקויפט אזויפיל הגדות, אבער קיינער האט נישט געטון דעם דשאב, וואס איז רעקאמאנדירט?
דער בעל נר יהושע האט אויך ארויסגעגעבן עטליכע יאר צוריק א הגדה ״פאר ראובן״ אין לשה"ק מיט הערליכע געקליבענע דברי תורה. כ'ווייס נישט צו ס'נאך דא צו באקומען.
איך זיך ווי מען קען קויפען לאקאלי די סאראיעווע הגדה, א שיינע קאפי מיט א נורמאלע פרייז, נישט 500 דולר..
קרעמער1אינטרעסאנט אז איך זעה נישט דערמאנט די באקאנטע הגדה בית אברהם-בית אהרן, די אזויגערופענע "געשריבענע הגדה" וואס אין די יונגע יארן האב איך זיך מחיה געווען דערמיט.
איך געדענק נאך ביז היינט א טייל פון די שיינע "כוס של ברכה" פשעטל...
בית אברהם בית אהרן איז א ווינדערליכע הגדה
ווער עס קוקט אריין דערין איז עס זייער מפליא
פערינאאיך זיך ווי מען קען קויפען לאקאלי די סאראיעווע הגדה, א שיינע קאפי מיט א נורמאלע פרייז, נישט 500 דולר..
230 דאלער איז א נארמאלע פרייז? <a class="postlink" href="http://www.amazon.com/gp/offer-listing/1590201892/ref=dp_olp_used?ie=UTF8&condition=used">http://www.amazon.com/gp/offer-listing/ ... ition=used</a>
נאדיר נאך, פאר ביליגער <a class="postlink" href="http://www.google.com/search?q=The+Sarajevo+Haggadah&hl=en&safe=active&source=lnms&tbm=shop&sa=X&ei=v3JPUf6yH4_o8gTnkoGgCQ&ved=0CAwQ_AUoAw&biw=1366&bih=681&cad=cbv&sei=9nJPUa_JJYam9ASyroDoCg">http://www.google.com/search?q=The+Sara ... 9ASyroDoCg</a>