☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הרב עובדיה יוסף: אבאמא איז ווי א קעניג; ס'א מצוה אים צו זעהן

הרב עובדיה יוסף: אבאמא איז ווי א קעניג; ס'א מצוה אים צו זעהן

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3273

זר זהב » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:14 pm

· #98996
הרב עובדיה יוסף: אבאמא איז ווי א קעניג; ס'א מצוה אים צו זעהן
כ"ק הגה"צ הרב עובדיה יוסף שליט"א האט זיך געלאזט הערן פאר זיינע תלמידים אז דער אמעריקאנער פרעזידענט אבאמא יר"ה איז א 'מאדערען דעי קינג' און ס'א מצוה און א זכיה אים צו זעהן. ער האט אויך באפוילן צו מאכן די ברכה "ברוך שנתן מכבודו לבשר ודם", אבער האלטס! די ברכה זאל מען נאר מאכן אויב מ'זעהט אים לעבעדיג, נישט אויפ'ן טעלעוויזיע, האט ער גע'פסק'ט.

מישעל אבאמא איז טאקע געבליבן אינדערהיים, אבער די זעלבע הלכה וואלט אויך אנגעגאנגען פאר די וואס זעהען איר. (לכאורה א מצוה הבאה בעבירה?)

נאכדעם האט הרב עובדיה צוגעלייגט עפעס וואס מ'מוז דא שרייבן, אז ווען מ'מאכט שלא עשני גוי מוז מען אויך אינזין האבן אבאמא, ווייל דער שטערקסטער גוי קומט נישט צו א אידישע נשמה.

גלען בעק'ס סייט דער בלעיז באריכט עס, זיי שרייבן דארט אז הרב יוסף האט קריעטעט א ספעציעלע ברכה, אבער ווי געשריבן איז דאס גאר נישט א נייע אינווענטשען.

אביגדור » מיטוואך מערץ 20, 2013 10:44 pm

· #99028
טאקע.