☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פויפסט בענעדיקט רעזיגנירט - נייע פויפסט ערוועהלט
פויפסט בענעדיקט רעזיגנירט - נייע פויפסט ערוועהלט
118 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2905
בלאט: 1 2 3
ידען » מאנטאג פעברואר 11, 2013 6:53 am
· #85980
פויפסט בענעדיקט רעזיגנירט - נייע פויפסט ערוועהלט
דער פויפסט האט געלאזט וויסן פאר אלע שמייליגע אז ער גייט אויפגעבן פעב. ,28 ווייל ער האט שוין נישט קיין כח.
http://www.nytimes.com/2013/02/12/world ... .html?_r=0
ידען » מאנטאג פעברואר 11, 2013 6:54 am
· #85982
ROME — Pope Benedict XVI, the former Cardinal Joseph Ratzinger who took office in 2005 following the death of his predecessor, said on Monday that he will resign on Feb. 28, the first pope to do so in six centuries.
Regarded as a doctrinal conservative, the pope, 85, said that after examining his conscience “before God, I have come to the certainty that my strengths, due to an advanced age, are longer suited to an adequate exercise” of his position as head of the world’s Roman Catholics.
The announcement is certain to plunge the Roman Catholic world into frenzied speculation about his likely successor and to evaluations of a papacy that was seen as both conservative and contentious.
In a statement in several languages, the pope said his “strength of mind and body” had “deteriorated in me to the extent that I have had to recognize my incapacity to adequately fulfill
the ministry entrusted to me.”
Elected on April 19, 2005, Pope Benedict said his papacy would end on Feb. 28.
He was a popular choice within the college of 115 cardinals who elected him as a man who shared — if at times went beyond — the conservative theology of his predecessor and mentor, John Paul II, and seemed ready to take over the job after serving beside him for more than two decades.
When he took office, Pope Benedict’s well-known stands included the assertion that Catholicism is “true” and other religions are “deficient;” that the modern, secular world, especially in Europe, is spiritually weak; and that Catholicism is in competition with Islam. He had also strongly opposed homosexuality, the ordination of women priests and stem cell research.
Born on April 16, 1927, in Marktl am Inn, in Bavaria, he was the son of a police officer. He was ordained in 1951, at age 24, and began his career as a liberal academic and theological adviser at the Second Vatican Council, supporting many efforts to make the church more open.
But he moved theologically and politically to the right. Pope Paul VI named him bishop of Munich in 1977 and appointed him a cardinal within three months. Taking the chief doctrinal job at the Vatican in 1981, he moved with vigor to quash liberation theology in Latin America, cracked down on liberal theologians and in 2000 wrote the contentious Vatican document “’Dominus Jesus,” asserting the truth of Catholic belief over others.
The last pope to resign was Gregory XII, who left the papacy in 1415 to end what was known as the Western Schism among numerous competitors for the papacy.
לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 11, 2013 7:20 am
· #85983
א קלוגע שריט. אז דו האסט נישט קיין כח פיר נישט, קיינער דארף נישט קיין מנהיג אדער רבי וואס איז שוין הונדרעט יאר אלט און סאיז א גאנצע מחלוקת הפוסקים צו ער וייסט וואס טוט זיך מיר זיך אדער נישט. הלוואי וואלטען אנדערע פירערס זיך געלערנט פון עם.
ידען » מאנטאג פעברואר 11, 2013 7:49 am
· #85987
איך בין אלע מאל נייגעריג, און אויך יעצט. האבעך געמאכט א אשכול פאר אלע זאכן וואס כ'וויל וויסן וועגען פויפסט און נאך זאכן.
דא זאל זיין נאר וואס איז וועגען די נייעס און אפשר סקאנדאל און ווער סע גייט איהם איבער נעמען.
קרעקער » מאנטאג פעברואר 11, 2013 9:07 am
· #85990
ביי אינדז קען מען קאלעכען און זיין שטערבליך קראנק די מנהיגים גייען אן ביז זייער טויט און אפילו נאכען טויט
מים חיים » מאנטאג פעברואר 11, 2013 9:27 am
· #85992
איך זעה נישט וואס די עולם דא איז 'פויבסטליכער פונעם פויבסט'...
אפילו ביים קירכע איז דאס נישט דער נארמאלע שטייגער, אז א פויבסט ווען ער ווערט אלט זאל רעזיגינירן, והא ראי', די לעצטע מאל דאס איז געווען איז געווען פאר זעקס הונדערט יאר צוריק. (סוף ימי הראשונים....)
חוץ מזה, וואס די אמט פון פויבסט איז להבדיל אלף אלפי הבדלות אנדערש ווי א רבי. א רבי איז א הייליגע פערזאן און מען קלאמערט זיך צום ליכטיגן שיין, אפגעזעהן די פיזישע אדער גייסטישע כוחות פון אים. עס איז נישט שייך רעזיגנירן. (אולי סגירה? עי' ערך קאצק) משא"כ א פויבסט ווערט אויפגענומען צו ערפילן פארשידענע פליכטן, [הגם, איינמאל ער זעצט זיך אויפן פויבסטליכן טראן איז ער דער שמייליגסטער אין קאטוילישן היארכיע] אויב קען ער נישט ערפילן די פליכטן קען ער רעזיגינירן, און ער האט פאר וועמען צו רעזיגינירן. [די באורד אוו קארדינאלן]
דיסקלעימער, איך רעד פונעם אריגינעלן באדייט פון א רבי, ווי די נוסח פונעם שער בלאט צום צענזור "גם זה גלוי וידוע אשר לא כגוים [האדמורי"ם] אשר הי' בשנים קדמוניות הגוים [האדמורי"ם] אשר אנחנו יושבים בצילם...
טעפל » מאנטאג פעברואר 11, 2013 9:36 am
· #85995
קרעקער
ביי אינדז קען מען קאלעכען און זיין שטערבליך קראנק די מנהיגים גייען אן ביז זייער טויט און אפילו נאכען טויט
אלעס זייער פיין, אבער מ'זאגט אז לכאורה איינע פון די סיבות וואס ער האט זיך אפגעזאגט איז נישט וויל ער איז אזוי גוטהארציג אוועק געבען זיין פלאץ פאר א צווייטען, נאר וועגען די אלע סקאנדאלען וואס טוט זיך דארט ואס ער קען נישט באהאנדלען..
לעמאן דזשוס » מאנטאג פעברואר 11, 2013 9:39 am
· #85997
אפשר ׳טר זיך פשוט פארגלוסט אין א עזר כנגדו אויף דער עלטער?
מים חיים » מאנטאג פעברואר 11, 2013 9:56 am
· #86001
לויט די עמטליכע פארשריפטן, גייט דער פויבסט נאכן רעזיגנירן זיך אריינציען אין א מאנאסטיר, און דארט אויסלעבן זיינע יארן. און ער גייט זיך געפינען בלויז צווישן זכרים.
ועוד, אויב נויטיגט ער זיך וויכטיג אין אן עזר כנגדו, פעלט נישט אויס צו רעזיגינירן, ער קען פונקט אזוי באקומען הילף פון א כנגדו, אלס פויבסט ווי נאכדעם. נאכדעם טאר ער אפיציעל אויך נישט חתונה האבן.
די שאלה איז אויב ער רעזיגנירט צוליב פערזענליכע סקאנדאלן. אבער אפילו אויב יא, וועט עס די קירכע ווארשיינליך פארדעקן, און שטופן אונטער די קארפעט. זיי קענען זיך נישט ערלויבן אזא סקאנדאל.
היימישער ליטוואק » מאנטאג פעברואר 11, 2013 1:20 pm
· #86058
ברעיקינג:
נחום ר"ב נעמט קרעדיט פאר צופירן צום רעזיגנאציע פון פויבסט בנדיקט. ער האט געסטראשעט אז ער נעמט גארנישט ווייניגער ווי א פולע רעזיגנאציע, ובאם לאו דאן וועט ער זיין יעיר כל חמתו אויף זיין באוואוסטע האט-ליין.
ווי באקאנט זענען די מאלעסטירטע זייער אומצופרידן מיט די וועג וויאזוי די קירכע האט זיי בהאהנדלט. זיי טענה'ן אז די אינסולירטע קולטור פון די קירכע האט צוריקגעהאלטן וויכטיגע אינפארמאציע פאר יארן. און אז ווען עס מאכט זיך א פראבלעם גייען זיי נישט צו די פאליציי און רעגירונגס אינסטאנצן, נאר האנדלען דאס אליינס.
פון די קירכע באאמטע ווערט איבערגעגעבן אז דאס איז אלעס א חלק פון די יודעא-קריסטשן לערונגען. און אזוי ווי עס יודישט זיך אזוי קריסטלט זיך.
נחום ר"ב באשולדיגט די רבי'ס פון סקווירא און סאטמאר אז זיי זענען גורם אין דעם וועלטליכן קריזיס.
יידל » מאנטאג פעברואר 11, 2013 1:32 pm
· #86065
אוי וויי, וואס וועט זיין מיטן נייעם טוויטער אקאונט? http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 809#p66809
דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:13 pm
· #86126
מים חיים
לויט די עמטליכע פארשריפטן, גייט דער פויבסט נאכן רעזיגנירן זיך אריינציען אין א מאנאסטיר, און דארט אויסלעבן זיינע יארן. און ער גייט זיך געפינען בלויז צווישן זכרים.
ועוד, אויב נויטיגט ער זיך וויכטיג אין אן עזר כנגדו, פעלט נישט אויס צו רעזיגינירן, ער קען פונקט אזוי באקומען הילף פון א כנגדו, אלס פויבסט ווי נאכדעם. נאכדעם טאר ער אפיציעל אויך נישט חתונה האבן.
די שאלה איז אויב ער רעזיגנירט צוליב פערזענליכע סקאנדאלן. אבער אפילו אויב יא, וועט עס די קירכע ווארשיינליך פארדעקן, און שטופן אונטער די קארפעט. זיי קענען זיך נישט ערלויבן אזא סקאנדאל.
דארט איז אויך פארהאן NUNS
berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 12, 2013 2:09 pm
· #86335
טעפל
קרעקער
ביי אינדז קען מען קאלעכען און זיין שטערבליך קראנק די מנהיגים גייען אן ביז זייער טויט און אפילו נאכען טויט
אלעס זייער פיין, אבער מ'זאגט אז לכאורה איינע פון די סיבות וואס ער האט זיך אפגעזאגט איז נישט וויל ער איז אזוי גוטהארציג אוועק געבען זיין פלאץ פאר א צווייטען, נאר וועגען די אלע סקאנדאלען וואס טוט זיך דארט ואס ער קען נישט באהאנדלען..
את הסקאנדאלים (שערוריות) הידועים ואת שאינם ידועים. את הידועים כבר אמרנו...
בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג פעברואר 12, 2013 2:40 pm
· #86344
[ציטאט אראפגענומען]
כצ"ל "כוועיס נישט".
דער אַלף » דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:19 pm
· #86396
טוויטער אקאונט
יידל
איך האלט אז דא ליקט די הינט באגראבן, אז מען ניצט די טריפנה אינטערנעט ווערט מען קאליע און מ'קימט אן אין שאול תחתית, וועגן דעם האט די פויפסט טאקע ריזיינט.
berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 12, 2013 8:53 pm
· #86428
בענדזשאמין פרענקלין
[ציטאט אראפגענומען]
כצ"ל "כוועיס נישט".
ברוך שכיוונתי. ווען כ'האב געליינט7 די תגובה האט מיר אריינגעבליצט א געדאנק אז מ'דארף עס זאגן מיט'ן ס--- אקצענט. אזוי ווי דער הייליגער רעבע שליט"ע.
ידען » זונטאג פעברואר 17, 2013 8:39 am
· #87592
Conspiracy theories
הייבט זיך אן
יאיר » זונטאג פעברואר 17, 2013 11:00 am
· #87619
מאסן מענטשן, געשאצט אויף 50,000, הערן זיך צו א תפילה בתורת געזעגענונגס דרשה אויף עטליכע שפראכן פון דעם פויפסט, וואס ער גיבט פון א פארטש אין זיין דירה, וואו ער בעט מ'זאל דאווענען פאר אים און פאר דעם קומענדיגן פויפסט.
לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:23 am
· #88096
פון זיין פענסטער, נישט פון זיין פארטש. דאס לאז פארן רבין זאל זיין געזונט.
איחוד פעלד » פרייטאג מערץ 8, 2013 10:53 am
· #94899
פויפסט רעזיגנירט צוליב א אידיש ספר
בשיחה עם דוד חכם ברדיו 'גלי ישראל' מספר המקובל רבי יעקב עדס על ספר נגד הנצרות שתורגם והועבר לאפיפיור בנדיקטוס ה-16 והוא שגרם לפרישתו מהתפקיד, לדבריו: "הרב בוחבוט מב"ב שלח את הספר לאפיפיור, בספר ישנם התקפות ישירות והכי קשות שיש נגד הנצרות, האפיפיור השיב לו במכתב 'תודה רבה על הספר' וכתב במכתב שהוא לומד בספר הרבה, מספר שבועות אחרי שליחת המכתב האפיפיור התפטר, זה נשמע הזוי אבל זה המציאות". 24
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771
א פחד און א שרעק.
איך ווער אויס חסיד.
חשבון » מוצ"ש מערץ 9, 2013 9:01 pm
· #95025
וועמענס חסיד ביסטו?
יאיר » דינסטאג מערץ 12, 2013 10:38 am
· #95948
די הכנות צום אויפנעמען א נייעם פויפסט גייט אן אין פולן שוואונג. א ספעציעלע קאמיטע פון קארדינאלן האבן זיך היינט צוזאמגעזעצט צו וועלן אויף א נייעם פויפסט. מ'שמועסט אז דער קירכע דארף א התחדשות, און מ'וועט אויפנעמען א מער צוגעלאזענער מענטש, אזוי ווי דער לעצטער פויפסט דזשאן פאול ע"ה, נישט ווי דער שטרענגער פויפסט בענעדיקט. איך קען נאר חלומ'ן מ'זאל מאכן אזעלכע וואלן פאר אדמורים און רבנים.
ידען » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:47 am
· #96023
אזעלעכע וואלען פאר רבנים?
ווער וועט שטימען? אנדערע רבנים?
ר' שמחה » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:00 pm
· #96035
berlbalaguleh
בענדזשאמין פרענקלין
[ציטאט אראפגענומען]
כצ"ל "כוועיס נישט".
ברוך שכיוונתי. ווען כ'האב געליינט7 די תגובה האט מיר אריינגעבליצט א געדאנק אז מ'דארף עס זאגן מיט'ן ס--- אקצענט. אזוי ווי דער הייליגער רעבע שליט"ע.
הה"ד, על חטא שחטאנו לפניך ביודעים ובלא יודעים.
גוטע פינטעלך » דינסטאג מערץ 12, 2013 1:25 pm
· #96090
יאיר
איך קען נאר חלומ'ן מ'זאל מאכן אזעלכע וואלן פאר אדמורים און רבנים.
יאיר טייערע, וואס איז די גרויסע חלום, אז התאחדות מיט אגודה זאלען זיך צוזאמקומען און אלע אדמורי"ם ורבנים זאלען אויסוועלן בסוד איינער פון זייערע ראנגען?
וועט דאס סעטיספייען דעם ציבור, אדער וועט עס נאר שטערקער מאכען די אינערליכע ראנגלרייען צווישען די אדמורי"ם ורבנים ומשמשיהם?
צא ובדוק די פראבלעמען אין די קירכע.
קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 12, 2013 9:13 pm
· #96290
שוין דא א נייע פויפסט?
יאיר » דינסטאג מערץ 12, 2013 9:24 pm
· #96294
קאווע טרינקער
שוין דא א נייע פויפסט?
דער פראצעדור נעמט עטליכע טעג. ביז סוף וואך, זאגן די אלץ ווייסער, וועט זיין א פויפסט, און מיר וועלן אלע קענען אפאטעמען.
גוטע פינטעלך
יאיר
איך קען נאר חלומ'ן מ'זאל מאכן אזעלכע וואלן פאר אדמורים און רבנים.
יאיר טייערע, וואס איז די גרויסע חלום, אז התאחדות מיט אגודה זאלען זיך צוזאמקומען און אלע אדמורי"ם ורבנים זאלען אויסוועלן בסוד איינער פון זייערע ראנגען?
וועט דאס סעטיספייען דעם ציבור, אדער וועט עס נאר שטערקער מאכען די אינערליכע ראנגלרייען צווישען די אדמורי"ם ורבנים ומשמשיהם?
צא ובדוק די פראבלעמען אין די קירכע.
כאפ א בליק איבער די דיסקוסיעס און אנאליזן אויף די וועב וועמען מען זאל נעמען אלס פויפסט, וועסטו זען אז ס'איז פארט פיל בעסער. אלע זענען מציע אז מען זאל נעמען א יונגער, ענערגישער מענטש, טייל האלטן מען זאל נעמען איינעם וואס איז היבש אויפגעקלערט (אזא קאווע שטיבל סטיל) און זאגט אז ער האט גוטע פריינט אטעאיסטן. אנדערע זענען מציע צו נעמען דוקא איינעם פון אינדרויסן פון איטאליע. מען זוכט ווי אזוי מען קען פארבעסערן דעם אימעזש און צוציען מער מענטשן. משא"כ ביי אונז דרייט זיך אלס ארום ווער עס האט שענערע יחוס און מער מענטשן. קיינעם פאלט נישט איין צו קוקן א משהו אויף יחוס עצמו. ווער רעדט נאך נעמען ספעציעל א כאריזמאטישער מענטש וואס זאל צוציען די יוגנט, מאן דכר שמיה. דאס מיינט נישט אז זיי זענען גרעסערע צדיקים, דאס מיינט אז זיי ווייסן וואס ס'איז גוט פאר זייער טובה, און אז אויב זיי ווילן אנהאלטן זייער פרעסטיזש און פאפולעריטעט מוזן זיי זיך צושטעלן צו די פארלאנגען פונ'ם המון עם.
זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:15 pm
· #96542
א שמחה אין אלע באמישע-אידישע הויפן!
ס'דא א נייע פאופ! כ'זעה ווייסע רויעך ארויסקומען. די שמחה וואס מ'זעהט אויף די פענעמער אויסגעשפרייט איז אומבאשרייבאר! טאטעס מיט זייערע קינדער גייען כאדאראם אויף די פארענטשעס. מ'ווייסט נאך נישט קלאר וועם מ'האט אויסדערוועהלט. איך קענישט שרייבן דא ווייטער איך ווער צודרוקט
רעפארטינג לייוו, זר זהב; די וואטיקאן.
היימישער ליטוואק » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:22 pm
· #96547
כולה כעשן תכלה, כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ...
זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:24 pm
· #96549
נו ווער וויל נישט אריינכאפן א ברכע בעפאר פסח, אה איי וויי וויי אה הייליגע מאמענטען.
ידען » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:26 pm
· #96551
http://www.nytimes.com/2013/03/14/world ... .html?_r=0
זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:30 pm
· #96555
אה א הייליגער ציבור... דאכט זיך איך זעה שמולי בוטח דארט צווישן עולם. אה!
ידען » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:36 pm
· #96559
זיי זאגען אז די רעגען האט פליצלינג אויפגעהערט
יאיר » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:41 pm
· #96563
מאכט נישט קיין ליצנות, מ'רעדט דא פון א גייסטליכער פירער פאר איבער א ב-י-ל-י-א-ן מענטשן. דער פויפסט איז בערך אזוי ווי הונדערט טויזנט סאטמארע רבי'ס.
זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:43 pm
· #96567
אזאנס צו זאגן?!
דער פויפסט איז ניטאמאל ווי א פערטעל קני ראטענבערג!
יואליש » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:43 pm
· #96568
גוטע פינטעלך
יאיר
איך קען נאר חלומ'ן מ'זאל מאכן אזעלכע וואלן פאר אדמורים און רבנים.
יאיר טייערע, וואס איז די גרויסע חלום, אז התאחדות מיט אגודה זאלען זיך צוזאמקומען און אלע אדמורי"ם ורבנים זאלען אויסוועלן בסוד איינער פון זייערע ראנגען?
וועט דאס סעטיספייען דעם ציבור, אדער וועט עס נאר שטערקער מאכען די אינערליכע ראנגלרייען צווישען די אדמורי"ם ורבנים ומשמשיהם?
צא ובדוק די פראבלעמען אין די קירכע.
מיר זענען שוין יארן מער ווי די פראטאסטאנטן, ווי יעדער מאכט זיך שבת פאר זיך.
זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:49 pm
· #96572
ווענט זיך צי יענער גאסן אינג האט א אידישע נשמה, דאן קען מען עס דעבאטירן. -- דער פויבסט איז נישט ווערט דאס שמוץ וואס סטאנציאנירט זיך אונטער א אידישן פיס נאגל.
היסטאריקער » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:49 pm
· #96573
זר זהב
נו ווער וויל נישט אריינכאפן א ברכע בעפאר פסח, אה איי וויי וויי אה הייליגע מאמענטען.
ווי שעמסטו דיך נישט צו שרייבן אזוי, אפילו סארקאסטיש שרייבט א איד נישט אזוי
סארי
יואליש » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:51 pm
· #96574
העמיר ווארטן צו זעהן סארא הערשאפט נאמען די נייע פויפס וועט זיך אויסוועלן
http://en.wikipedia.org/wiki/Regnal_nam ... lic_Church
http://en.wikipedia.org/wiki/Papal_name ... t_practice
זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:51 pm
· #96575
היסטאריקער, איך האמיר באצויגן צו סופר ומונה'ס "ברכה" ווארט אויסוואהל.
איך דזשוין דיין אוטרעידזש. מיר זענען אויף איין זייט.
היסטאריקער » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:53 pm
· #96578
ומודה ועוזב ירוחם
נאך אלץ מיין איך אז מען שרייבט נישט אזוי
זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:55 pm
· #96580
איך האב גארנישט מודה געווען. איך האב אפגעחוזקט אין א סארקאסטישן וועג פון סופר ומונה'ס באנוץ (כבודו במקומו) פון "ברכה" און "ציבור"
גאלד » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:00 pm
· #96585
ברעיקינג!!!! דער נייער פויבסט איז מיקי מאוס!!
דער פויבסט גלייבט דאך אז מ***** נתעברה מרים, אז ישו איז ארויפגעפלויגן אין הימל, און ער האט געליטן צוליב אונזערע זינד, פאר אזא גלויבונג איז מיקי מאוס פערפעקט
גאלד » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:01 pm
· #96586
דער נייער פויבסט אדרעסירט דער המון
📎 Mickey_Mouse.svg.png
ידען » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:02 pm
· #96587
[ציטאט אראפגענומען]
פארוואס ער?
זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:06 pm
· #96590
פארוואס נעמט עס אזוי לאנג?
אפשר מאכט ער יעצט דאס לעצטע מאל די מצוה און ער קען זיך נישט געזעגענען?
זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:13 pm
· #96596
סוי ווער איז עס? איך פארשטיי נישט ער רעדט עיוורית
גאלד » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:16 pm
· #96600
Jorge Mario Bergoglio פון באונעס איירעס ארגענטינע
זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:16 pm
· #96602
[ציטאט אראפגענומען]
אמת... אבער דו מאכסט עס אביסל ווי א תורה ודעת פארום. ביטע, ביז הוללות!...
זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:16 pm
· #96603
[ציטאט אראפגענומען]
פוי! פוי! פוי!
בלאט: 1 2 3