☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » לאמיר זיך באפרייען פון אינטערנעט עדיקציאן

לאמיר זיך באפרייען פון אינטערנעט עדיקציאן

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3272
בלאט: 1 2

היימישער ליטוואק » מיטוואך מערץ 20, 2013 7:50 pm

· #98976
לאמיר זיך באפרייען פון אינטערנעט עדיקציאן
לאור מאראנצןזאפט'ס אשכול צו ק"ש איז א עדיקשון. און מיין ביטערע הודאת בעל דין אז יא עס איז, און מכלה מנפש עד בשר. ווי אויך, צרת רבים חצי נחמה, אסאך חברים לדעה האבן זיך משתתף געווען בצערי, און בצערתינו, אז עס איז א פראבלעם פאר א סאך פון אונז.
וויל איך נעמען דעם אינציאטיוו, איך בעט איר זאלט מיר נישט פארשרייען
ווער וויל זיך משתתף זיין מיט א "תענית אינטערנעט" איינמאל א וואך?
אפשר קען מען דאס טוהן יעדן דאנערשטאג? אפשר מיט די צייט צוויי מאל א וואך, מאנטאג און דאנרשטאג.
אפשר יעדן ערב ר"ח, במקום יו"כ קטן. וכדומה אנדערע אפשינס.
אולי אזוי ווי מחסום לפי, לאמיר קובע זיין, געוויסע זעקס שעה פון יעדן טאג, למשל פון 10-4 נישט גיין אנליין.
וואס זאגט דער עולם צו דעם?
מי לה' אלי!!

גנדי » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:32 pm

· #99000
איך האלט אן שוין יארן א "תענית אינטערנעט" איינמאל א וואך...

שבת קודש!

לעמאן דזשוס » מיטוואך מערץ 20, 2013 10:13 pm

· #99023
גוט מארגן...

כשלעצמי, האביך שוין פונלאנג געכאפט אז די גאזאלין וואס פיטערט די אינטערנעט אדיקציע איז דאס מגיב זיין. דהיינו, אויב ביזטו מגיב אויף אן אשכול ווילסטו דאך זעהן די תגובות וואס קומען דערנאך מסכים זיין אדער זיך דינגן...אז דו שרייבסט א גוטע תגובה אדער ארטיקל ווילסטו דאך געווענליך זעהן די לייקס און דברי ברכה. דאס שטופט דעם וואגאן ווייטער צוריקצוקומען און ווייטער מגיב זיין כפי הצורך און אזוי אויך שלא לצורך...און וחוזר חלילה וחלילה און ווייטער און ווייטער.

אזוי אויך איז פאראן די סאציאלע קאננעקשאן וואס מען קריגט וויילענדיג, שמועסענדיג, דעבאטירנדיג, אינאיינעם און מען האט פחד עס נישט אנצוווערן און פארלירן, למשל איך וויל נישט פארגעסן פון מיין זיסן יאיר מיט קופערניקוס איך וויל מיט זיי ווייטער פארברענגן איבער א גלעזעלע קאווע!

עס איז אן ענגזייעטי און פאביע אינאיינעם. און אז מען איז מסדר א זמן ווען מען קומט נישט וואקסט די נייגער פילפאכיג און שטערקער און ווערט מער אגרעסיוו.

לדעתי, איז נישטא קיין עצה נאר מסירות נפש, אבער דבילה טענהט ניין. און דאטקאם זעהט אויס טוט יא צום זאך און לעיקוואד רעדט נישט און שוין און שוין..

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 20, 2013 10:55 pm

· #99029
I AM IN
איך וועל פרובירן (שלא במסירות נפש ובלי נדר) נישט אריינצוקומען אין די ארבעטס שעות.
אהיימקומענדיג אינדערהיים האב איך שוין לאנג א אפמאך מיט מיין אידענע אז איך בין אינדערהיים מיט איר און די קינדער, און נישט ערגעץ אנדערש, לכה"פ א שעה-צוויי.

זר זהב » מיטוואך מערץ 20, 2013 10:59 pm

· #99030
איך האב יעדן טאג 8 שעה וואס איך גיי בכלל נישט ארויף אויפ די וועב, איך טריי צו שלאפן אין יענע צייט

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 20, 2013 11:00 pm

· #99032
יעדן טאג? אדער יעדע נאכט?

בדחן » מיטוואך מערץ 20, 2013 11:02 pm

· #99033
זר זהב
איך האב יעדן טאג 8 שעה וואס איך גיי בכלל נישט ארויף אויפ די וועב, איך טריי צו שלאפן אין יענע צייט


פלאס נאך צוויי שעה, א שעה פאר שחרית, און א שעה פאר ברכה״ת, מנחה מעריב, קר״ש על המטה,

זר זהב » מיטוואך מערץ 20, 2013 11:04 pm

· #99034
8 שעה פונעם 24 שעה סייקל...

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:09 am

· #99045
@גנדי, איך האב גקלערט צו איך זאל דאס ארויסשרייבן, אז איך מיין חוץ שבת. יעצט אויב דו ווילסט נישט איז יהי לך אשר לך.
@לעמאן, יישר כח פאר דיין אינסייטפולע תגובה. איך וויל ביי דיר - און ביי אלעמען - פרעגן א שאלה. דו שרייבסט "אזוי אויך איז פאראן די סאציאלע קאננעקשאן וואס מען קריגט וויילענדיג, שמועסענדיג, דעבאטירנדיג, אינאיינעם", פרעג איך: וואס האסטו פון דעם סאציאלן קשר? שטייגט דיין נאמעןביי עמיצן (איך רעד נישט פון דיין ניק...)? בויעטס דיר אויף א צירקל פון חבירים און באקאנטע? קיינער ווייסט אפילו נישט ווער דו ביסט! שרייבסט א שיינע פאעזיא, קענסט דאס אפילו נישט ווייזן פאר דיינע נאנטע, ווייל זיי וועלן זיך דערוויסן פון דיין ווירטועלע אידענטיפיקאציע... וועט דיר יאיר אדער קופערניקוס בארגן אמאל געלט אדער א קאר? וועט לייקואד צו דבילה קומען ווען דו וועסט מאכן א שמחה?
בקיצור, דאס גאנצע סאציאלע בנין וועלכע מ'בויעט דא אויף איז כצל עובר וכחלום יעוף. איז דאס נישט באמת א שאד?
און לעומת זה, וויפיל פארלירט דיין אמת'ע סאשל וועלט? דיינע אמת'ע גוטע פריינט/ דיינע קינדער/ דיין ווייב/ עלטערן/ דיינע געשוויסטער.
וויפיל פארלירט דיין רוחניות'דיגע וועלט? דיין תורה/ תפלה/ תהלים/ חסד וצדקה/ און אפילו סתם צו לייענען א גוטע ביכל אדער ספר.

@שמעקדיג - לא ברור לי צו דו מיינסט דאס ערנסט, אדער דו האסט גשריבן על דרך גנדי וזר זהב. ביטע קלאריפיציר.

רבותי, איך האב נאך א פלאן. אבער דאס נאר נאכדעם ווי איך וועל האבן לכל הפחות א מנין פון ניקים וועלכע ווילן זיך מתארגן זיין אין א רעגלמעסיגע צוריקהאלטונג פראגראם.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:17 am

· #99046
שוב ראיתי מה שכתב שמעקעדיג באשכול אחר, והנה אמת נכון הדבר כנים אנחנו! וואונטש איך אים אן ער זאל מצליח זיין מאוד בנכסיו וממנו יראו וכן יעשו.

רבותי, מיר דארפן נאך 8 משתתפים! רופט אייך אן. איך האב אן אמת'ע אינטערסאנטע איידיע וועלכע וועט פארעפענטליכט ווערן ווען מיר האבן א גאנצע מנין.
הושיעה את.........

@בדחן, איך זעה אז דו לייקסט דא ארום, אפשר קען מען דיך מצרף זיין צו מנין?

דעת תורה » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:47 am

· #99057
@היימישער ליטוואק, דער חילוק איז, אויף א אנליין פלאטפארמע קויפסטו דיך איין ידידים וואס דו וואלסט ווען זייער געוואלט האבן ארום דיר אין ריעל לויף, אין פאקט אבער, דיין ריעל לייף סביבה סאקט אריין, כמעט קיינער איז נישט עכט וואס דו זוכסט נאר וואס די אומשטענדן האבן צוגעברענגט.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:59 am

· #99061
נישט אמת, דו קויפסט נישט איין קיין ידידים. דער אימעדזש וואס דו מאכסט דיר דא איז אינגאנצן נישט "דו". קומט אויס דיינע א.ג. "ידידים" זענען אפשר גוטע פריינט פון דעם מעיק-בעליעוו איידענטיטי "דעת תורה", אבער נישט פון דער מענטש וועלכער שטייט אונטער דעם ניק. והא ראיה, פארוואס פיקסטו נישט אויף אזוינע ידידים אין ריעל לייף?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:04 am

· #99063
@ היימישער ליטוואק,
יעדער מענטש האט א אינערליכע רייץ, און אפילו א צורך, צו בויען זיין עגא. א מענטש דארף אטענשאן און אנערקענונג, און נישט יעדער באקומט עס, עכ"פ נישט גענוג, צוליב פארשידענע סיבות, ע"פ רוב ווייל מען זעהט יענעמ'ס חסרונות, און מען טוט נישט אפרישיעיטן די מעלות גענוג.

קומט א איד אויפן ווירטואלן וועלט, מיט א ניק נאמען, און הייבט אן ארויסגעבן זיינע כשרונות, און געווענליך "בלויז" די כשרונות. פלוצים טרעפן מיר אן ידענים, אלץ-ווייסערס, חוקרים, בא'טעמ'טע שמועסערס, תגובות פול מיט הומאר, חכמים נבונים ופקחים, מען פרעגט שאלות און עס ווערט פארענטפערט, און עס פארמירט זיך א הערליכן וועלטל, ממש א מחיה. יעדער ניק באקומט זיך זיין אמת'ע אויפמערקזאמקייט און אטענשאן, און דאס גיט אנדרענעלין צו גיין נאך און בויען דעם כח העצמיות, העכער און העכער. דער "שנראה מעלות חברינו ולא חסרונם" קומט ארויס אויפן העכסטן שטאפל אויף אזא פלאץ. איי דער אנדערער ניק קען דיר דאך אפילו נישט? ער גייט דיר נישט פארבארגן זיין קאר? הו קעירס. נישט דאס איז דער ציהל. עס איז א עדיקשאן צו א געשמאקע סאושעל פארברענג וואס בויעט אויף דיינע מעלות.

מיינסטו אז קופערניקעס אדער בענזשאמין באקומען צווישן זייערע חברים די ריכטיגע אטענשאן פאר זייערע זיסע שטיקלעך? האו אבאוט משה געציל, מיט זיין גאראדזש נעבן די מאנהעטן בריק, וואס קען שווערליך ארויסזאגן א גראד ווארט אן דעם וואס די ארומיגע שמייכלען? מיינט איר אז יידל אדער יאנקל ווערן פאררעכנט אלס איינע פון די גרעסטע אידישע אלץ-ווייסערס? געפילטע מיט זיינע ברייטע ידיעות און פארמאגט א סארקאזם דעטעקטער וועלכע ארבעט אויף שרעקליך הויכע שטאפלען? זר זהב פאר זיין נאלעדזש? מח שליט, ונבנתה, און לעיקוואד פאר זייער טיפע טראכטן? טעפל פאר זיין ברייטהארציגקייט? יאיר און ממי שאמרו פאר זייער תוכן און מהלך המחשבה, וכן הרב ברסלבר? אונזער טייערער קאווע טרינקער פאר זיין אויסטערלישע ידיעה אין חסידות, ספרים וסופרים, און זיסע הומאריסטישע שפראך? יואליש פאר זיין שכל הישר? לעמאן דזשוס פאר זיין אבנארמאלע פאעזיעס וואס נעמט ארויס א מענטש צו א אנדערע פלאנעט, וכן בן תמליון? מאראנצןזאפט פארן צאמווארפן ידיעות שונות מיט א בהירות און בקיאות? א.א.וו. אלע הונדערטער ניקס כל אחד בשמו הטוב יבורך... זיי באקומען זייער פארדינטע גוט ווארט דא. און אז מען טיילט נעמט מען מיט ביידע הענט... דא ווייסט מען נישט זייערע חסרונות, מען פאנטאזירט (פאנטאזיע אשכול!) אז זיי זענען בלויז מלא מעלות, כשרונות וברכה... ס'ארא עולם השקר...

בקיצור הדברים: מען קען נישט אוועקמאכן דעם ענין פארוואס מענטשן קומען דא ענדערש ווי ערגעץ אנדערש, און אנטלויפן פון דעם רעאליסטישן לעבן וועלכע פאדערט עבודה, הן ברוחניות והן בגשמי, טראגן דאגות, אויסהערן די ווייב און קינדער, גיין, קומען, שלעפן, טראגן, ברענגען, קרעכצן, טענה'ן, שרייען, פארשאפן אפאר דאלער... יו נעים איט! דא זיצט מען מיט א שמייכל פון אויער צו אויער, יעדער הערט דיך אויס ביז צום סוף, קיינער האקט נישט אריין, אדרבה גאר, מען ציטירט דיינע ווערטער, מען רעכנט זיך דערמיט, ממש א פלעזשור! עס קאן גארניט זיין בעסער! נו אודאי האט מען אן עדיקציאן!!

----

דעת תורה האקט ענליך. ליטוואק האט א פירכא, יאנקל האט א תשובה אויפן פירכא..... "שיק"!

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:05 am

· #99064
היימישער ליטוואק
נישט אמת, דו קויפסט נישט איין קיין ידידים. דער אימעדזש וואס דו מאכסט דיר דא איז אינגאנצן נישט "דו". קומט אויס דיינע א.ג. "ידידים" זענען אפשר גוטע פריינט פון דעם מעיק-בעליעוו איידענטיטי "דעת תורה", אבער נישט פון דער מענטש וועלכער שטייט אונטער דעם ניק. והא ראיה, פארוואס פיקסטו נישט אויף אזוינע ידידים אין ריעל לייף?

ווייל אין ריעל לייף עקט ער נאר אפשר? דאס וואס ער איז אונטער דעם ניק קען גאר זיין וואס ער איז באמת. ניין?

נולד מאוחר » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:23 am

· #99071
איך האב געמאכט א תענית פאר איין וואך. סהאט געהאלפן פאר יענע וואך ,די מיניט איך בין ציריק ארויף אויפן געוועב איז אלעס ציריק צים אלטן.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:26 am

· #99072
@נולד, צוליב דעם טאקע וויל איך נאר נידריגער מאכן דעם דראנג און עדיקשין. לעניות דעתי, אויב זאל מען אביסל מצמצם זיין פון אונזער אינטערנעט באנוץ וועלן מיר קענען געניסן פון ביידע וועלטן.

נולד מאוחר » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:28 am

· #99074
ווי אזוי געווינט מען זיך אפ? סאיז דאך אן עדיקשין.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 10:06 am

· #99107
לעניות דעתי: צוביסלעך!

לאדיך אפ » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 10:42 am

· #99115
איך ווייס נישט. פאר מיר עס איז פלעין נישט קיין עדיקשאן. ס'קען אדורך גיין גאנצע וואכן כזאל נישט אריינטרעטן אין קאווע שטיבל.

ידען » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:45 pm

· #99143
גנדי
איך האלט אן שוין יארן א "תענית אינטערנעט" איינמאל א וואך...

שבת קודש!

איך אויך.

סע נישט א קליינע זאך. פאר די מלחמה האבען ערליכע אידען געארבעט שבת און סע נישט די זעלבע זאך ווייל זיי האבען נישט געקענט האבען א פרנסה אויב זיי האבען נישט געארבעט שבת, אבער מע קען עס נישט אוועק מאכען.

(וועגען יענע צייטען ווען מע האט געארבעט שבת איז דא א אשכול)

ידען » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:59 pm

· #99144
איך טראכט פון מאכען א טאג וואס איך גיי נישט שרייבען ווייל סע נעמט מיך זייער לאנג צו שרייבען און איך קעניש לייענען וועגען דעם.

געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:06 pm

· #99152
איך ווייס נישט ווי דאס קומט ענדערש, דא, אדער אין די קאווע שטיבל עדיקציאן אשכול, לייג איך עס דא והוא רחום יכפר וגו'.

עדיקציאן, קאמפאלזשען, אבסעסיע, און העביט, זענען אלע טערמינען וואס ווערן גענוצט דורך מענטשען אויף געוויסע ביהעיוויערס, אבער די חילוקים ציווישן זיי זענען נישט אזוי באקאנט.

העביט (habit)
א העביט איז א הרגל נעשה טבע, ס'דא גוטע העביטס און שלעכטע, פוצן די ציינער איז א גוטע העביט, פוצן די נאז איז א שלעכטע, אפילו אין מח זענען ביידע די זעלבע זאך, אבער ביי מענטשען איז איינס אנגענומען און די אנדערע נישט. אסאך מענטשען האבן א העביט פון טשעקן די נייעס ווען זיי זענען אין קאר, דורך אנצינדען די ראדיא, אזוי אויך זענען דא חברים דא וואס קומען אריין טשעקן פאר נייע אשכולות ווען זיי האבן אפאר ליידיגע מינוט ביים קאמפיוטער, און דאס איז זיכער נישט קיין עדיקציאן.

קאמפאלזשען
קאמפאלזשען איז געווענליך א זאך וואס א מענטש טוט איבער און איבער פילע מאל, געווענליך איז עס צו בארואיגן אן אנקזייעטי וואס ווערט שטערקער ווען ער טוהט עס נישט. ווי למשל טשעקען צען מאל אויב די טיר איז טאקע צוגעשפארט ביים פארלאזן די שטוב/קאר אדער פארן גיין שלאפן, אדער זיך וואשן די הענט אסאך מאל נאכאנאנד זיכער צו מאכן אז די הענט איז טאקע ריין/טהור. איינער פון די קאראקטיריסטיקס פון קאמפאלזשען איז אז די מענשט האט נישט דוקא א הנאה פון די עצם מעשה, און אסאך מאל פארקערט, די הענט קען וויי טוהן פון זיך צו פיהל מאל וואשן, אבער ער טוהט עס נאכאלס כדי צו בארואיגן זיין אנקזייעטי אז זיין הענט איז שמוציג. ווי אויך ביי קאמפאלזשענס ווייסט אסאך מאל די מענטש אז וואס ער טוהט איז נישט לאגיש, אבער ער קען זיך נישט העלפן, ס'איז א ניוראלאגישע דיסארדער וואס רוב מאל ברויך מען דאס טריעט'ן מיט אנטי אנקזייעטי מעדיצינען.

א קאמפאלזשען איז אלעמאל א מעשה, פעולה, נעמען, קויפן, אוועק נעמען, זיי ריין, פארשפארן, וכדו'.

איין אבוויעס חילוק ציווישן א העביט און א קאמפאלזשען איז אז דער מענטש האט די מעגליכקייט גרינג צו סטאפן. למשל אויב א דאקטער הייסט א מענטש נישט פוצן די ציינער פאר דריי טאג, די מענטש וועט זייער מעגליך פון הרגל אנהייבן פוצן די ציינער אזוי ווי ער איז געוואוינט, אבער ווען איינער וועט עם דערמאנען אז דער דאקטער האט געהייסן נישט צו פוצן וועט אים בכלל נישט זיין שווער אראפצולייגן די בראש, משא"כ איינער וואס האט א קאמפאלזשען.

אדיקציאן
אנדערש ווי קאמפאלזשען און העביטס, איז אן עדיקשאן עפעס וואס ברענגט פלעזשור, עכ"פ ווען מ'האט עס אנגעהויבן, ווי למשל אלקאהאל, דראגס, רייכערן, סעקס, אלע זאכן וואס פילט זייער גוט ווען מ'טוהט דאס. אבער ווען הייסט עס אן עדיקשען? מ'קען ווערן עדיקטעד צו אסאך זאכן, ס'דא עדיקשענס צו אקסידזען, וואסער, גיין אין דזשים זיך אויסארבעטן, אבער צו נעמען די אלע זאכן מיט א נארמאלע מאס הייסט עס נאך נישט קיין עדיקשען, נאר ווען מ'טוהט עס אויף א וועג וואס האט נעגאטיווע קאנצעקווענצן, פיזישע, אדער סאציאלע.

עדיקשענס איז געווענליך נישט צום פעולה, נאר צום סובסטאנץ, די דראג עדיקט ווערט נישט בארואיגט פון שטעכן די נידל, נאר פון די דראג'ס אנקום אין זיין בלוט שטראם.

אנדערש ווי קאמפאלזשען, זענען אדיקטעט מענטשן געווענליך אין דינייעל, זיי זאגן אז די רייכערן שאדט נישט, סתם דאקטוירים טרייבן איבער, וכדו', מענטשן וועלן זיך ארויסדרייען צו רעדן דערפון, ראציאנאליזירן, מיניזימירן די קאצעקווענסן, באשולדיגן אנדערע, זיך פארגלייכן מיט אנדערע, אלעס אבי נישט מודה זיין אז זיי האבן א פראבלעם. מענטשען וועלן נישט גיין זוכן הילף זיך אויסצוהיילן בעפאר עפעס דראסטיש געשענט, ווי א DWI, פארלירן א דזשאב, א מאן/ווייב לאזט זיי איבער א.ד.ג.

איז אינטערנעט א עדיקשען מער ווי האבן א סעלפאון? מענטשן פלעגן זאגן אז מ'ווערט אדיקטעד צו א סעלפאון און מ'קען זיך נישט אפגעוויינען, אבער איינמאל ס'איז געווארן סאציאל אנגענומען ארום צו גיין דערמיט און אפילו רעדן דערויף אונטער אלע מיני אומשטענדן, גייען אויפן גאס, באס, אין עלעוועיטערס, חתונות און אפילו לוויות קען מען זען מענטשען מיט אויסגעשטרעקטע טעלעפאנען, אבער וויבאלד ס'איז געווארן אן אנגענומענע זאך הייסט עס מער נישט קיין אדיקשען. אינטערנעט איז היינט וואס די סעלפאון איז געווען, און פארדעם די טעלעפאון, לאקאמאטיוו, פערד און וואגן, אלעס באקוועמליכקייטן וואס פארדעם האט מען זיך געקענט באגיין אן דעם, אבער איינמאל ס'איז געווארן נפוץ איז עס געווארן די נארם.

ביי אונז אפשר האט נאך אינטערנעט אביסל א סטיגמע, און איינער וואס שפענד צו סאך צייט דערויף וועט מען רופן עדיקטעד, אפילו אויב ער טוהט די זעלבע זאך אויף דעם איין מאשינדל וואס ער פלעגט טוהן אויף צענדליגע אנדערע פלעצער. אמאל פלעגט מען לייענען נייעס אין א צייטונג, א נאוועלע אין א בוך, ידיעות אין אנציקליפידיע, און וויסענשאפט אין טעקס ביכער, חבירים האט מען געמאכט אין קרעטשמע, שמועסן האט מען אין ווערץ הויז, און אראפ שרייבן די גראסערי ליסט האט מען גענומען א בליי און געשריבן אויף א אפגעריסענע שטיקל צייטונג. היינט טוהט מען אלע אויבענדערמאנטע פעולות, און אסאך מער, אויף איין קליינע מאשינדל וואס איז מחובר צום אינטערנעט. און ממילא פון די האלבע שעה צייטונג, שעה ליינען א בוך, 8 שעה א טאג ארבעטן, גיין אויפן גאס, גראסערי, איז עס געווארן אז א מענטש קען שפענדען איבער צען שעה א טאג אויפן אינטערנעט, אבער וועט ער הייסן עדיקטעד?

יעצט צו קאווע שטיבל: דאס איז זיכער אז ס'איז א פלעזשור אהער צו קומען, ממילא איז מסתבר אז ס'איז נישט קיין קאמפאלזשען, אבער מענטשען זענען אזוי שנעל מודה אז זיי זענען דא צו אפט, און עדיקשאן געווענליך פראבירט מען צו פארלייקענען. סאו מיין איך אז עז לאנג אז ס'שטערט נישט צום נארמאלן לעבן, מיט די ווייב, קינדער, באשעפער, איז דאס נישט קיין עדיקשען, מענטשן האבן ליב צו לייענען שיינע ארטיקלען, פאעזיע, וויסענשאפט, פאליטיק, נייעס, און אז מ'טוהט אלעס אויף די זעלבע פלאץ ווערט עס נישט קיין עדיקשען לענ"ד. דאגעגן שרייבן ביי אסאך איז א טאלאנט, און דאס אויסגעבן די טאלאנטן איז זיכער נישט קיין אדיקציאן.

כנלע"ד, און דאס איז אלעס פאר די וואס ס'שטערט זיי נישט צום טאג טעגליכן לעבן, אבער די וואס ס'שטערט זיי יא, זאלן זיכער זוכן הילף, נישט אלעמאל (לייען: כמעט קיינמאל) קען מען זיך אליינס העלפן.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:23 pm

· #99158
@שמעקעדיג, דו טוסט דא אויס דער עולם נאקעט. פון וואו קענסטו מיך?

@ליטוואק, מהא גופא, פון פראקלאמירען א "תענית", זעה איך אן "עדיקציאן".
די חסידים האבן נישט פארשטאנען וואס דער רבי/קאווע וויל, האט מען אריינגעשיקט איינע פון גרויסע תלמידים צו ר' קאווע, און ער האט מסביר געווען אזוי-צו-זאגן:
די קווענקעלנישן איבער דעם כוח המושך צום שטיבל - וואס דער עיקר פראבלעם איז דער כוח הדוחה פון וויכטיגע זאכן צו ערלעדיגן/לערנען וואס דאס שטיפט אוועק, האב איך שוין פון לאנג. קיין שמועס אויף דעם דא אין שטיבל האב איך נישט געוואלט מאכן, משום כבודם של המנהלים ובני הקהילה. פון מאל צו מאל, ווען כ'האב זיך אנגעקוקט ווי א משוגענער, האב איך זיך מנחם געווען, טראכטענדיג: אז יידל איז דא, דאן קען נישט זיין אז דאס איז עפעס א שמץ פון חסרון, מענטש-שוואכקייט.
אבער למעשה, למעשה, למעשה, מ'קען דאך נישט אזוי אנגיין, און דערפאר האב איך פראבירט אפאר טעג אן דעם. אבער טייערע ליטוואק, אז דו ווילסטוך באמת אפגעוואונען פון באזוכן דא אין שטיבל מער ווי דער מאס, דאן איז די עצה צו ארבעטען אויף "זיך". - אז דו קענסט דאס נישט טוהן נאר מיט נאך ניקים צוזאמען, דאן איז דאס א סימן אז איר (איך) זענען עדיקטעט.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:41 pm

· #99166
שוב ראיתי.

איך קלער אזוי צו מיר, אפשר זאל מען מאכן א באזונדערע אשכול, SUBפארום, וכדומה, וואס וועט זיין LIMITED וואס/ווען/ווער ס'קען שרייבן דארט דהיינו:
נאר איין הודעה PER טאג.
יעדע הודעה מוז האבן לכה"פ 200 ווערטער.
א תגובה קען נישט זיין ווייניגער ווי 35 ווערטער.

town1 » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:00 pm

· #99200
עס איז דא די באוואוסטע ארגענעזאציע גארד יאר אייס זיי העלפן ארויס אידן מיט אינטערנעט אדיקשאן, ווי צום ביישפיל די 12 סטעפ פראגראם, א האנט בוך איבערגעטייטש אויף אידיש, זיי שיקן א יעדן טאג ארויס א אימעיל מיט חלקים פון די אידישע האנטבוך, א אידישע פארום ווי היימישע אידן העלפן זיך ארויס איינעם דעם צוויטן מיט עצות וויאזוי איבערצוקומען די שרעקליכע אינטערנעט אדיקשאן, אויך האבן זיי די באוואוסטע ארגענעזאציע ונשמרתם וואס העלפט ארויס אידן מיט לייגן פילטערס אויף די קאמפיזטער, בלעקבערי, ענדרויד, אייפאון, טעבלעט, אייפעד, אייפאד, און אלע אנדערע דיווייסעס

ונשמרתם'ס וועבסייט
<a class="postlink" href="http://venishmartem.com/">http://venishmartem.com/</a>
גארד יאר אייס אידישע פארום
<a class="postlink" href="http://guardyoureyes.com/yid/">http://guardyoureyes.com/yid/</a>
גארד יאר אייס אידישע האנט בוך
<a class="postlink" href="http://www.guardureyes.com/GUE/PDFs/Oct%202011/GYE%20Handbook%20Yiddish%20Oct%202011.pdf">http://www.guardureyes.com/GUE/PDFs/Oct ... 202011.pdf</a>

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:07 pm

· #99207
TOWN

דו מישט צאם לאקשן קוגל מיט פאטעיטע

town1 » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:11 pm

· #99210
זיי מסביר

בן תמליון » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:14 pm

· #99214
איך בין בכלל נישט זיכער אדיקטעט צו קאווע-שטיבל איז בדוקא א שלעכטע זאך. להבדיל איז דא מענטשן אדיקטעט צו לערנען פלייסיק יומם ולילה אדער גיין נאכגעלט פאר אידן וכדומה. קאווע שטיבל איז א פלאץ ווי אנ"ש קענען ארויסברענגען כשרונות וואס זיי קענען נישט ערגעץ אנדערש איז אדרבה כל המוסיף מוסיפין לו. דאס פארום איז א לעבנס ליניע פאר אסאך פון אונז ווי אויך א פלאץ צו אויסשרייען א ווי געשריי איבער אומרעכטן וואס ווערט דערשטיקט ערגעץ אנדערש. בקיצור לענ"ד זיך מונע זיין פון קאווע שטיבל איז מעשי יצר מיין איך.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:15 pm

· #99215
@town1 א דאנק פאר די לינקס וכו'.
איך רעד נישט פון מענטשן מיט אזוינע "ערנסטע" אדיקציאן פראבלעמען, נאר פשוט אונז קאווע טרינקערס טענד טו אינדאלדזש וועי טו מאטש אין שרייבען און לייענען דעם טייערן סייט. דערפאר מיין איך אז בלויז אביסל מצמצם זיין וועט זיין א גרויסע ישועה פאר אסאך.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:22 pm

· #99219
@ town1 @
היימישער האט שוין געשריבן בקוצר אמרים, יענע סייט איז בעיקר אפצוגעוויינען פון שמוציגע סייטס און אפילו מעשים ומחשבות זרות, נישט געהעריגע פשוט'ע פלעצער, ווי קאווע שטיבל.
ליידער ביי אסאך פון אונז היימישע אידן, איז דער ווארט "אינטערנעט" נאך א אפטייטש פון "פארנאגראפיע". (דו האסט אינטערנעט? פוי!! - וויפיל מאל האסטו דאס שוין געהערט?)

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:25 pm

· #99222
אבער דער 12 סטעפס פראגראם אפלייט צו יעדע סארט אדיקשען

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:43 pm

· #99230
היימישער הער אויף מאַרגֵן זיין דא מנינים לתורה ולתפלה, אז דו ווילסט נישט שרייבן שרייב נישט. אז דו ווילסט תשובה טוהן פאר ביטול תורה ותפלה, טוה תשובה געזונטערהייט, ס'ברויך אבער נישט זיין מיט מנין !
אז דו ווילסט דוקא א מנין, זוך א מנין ביי 'איי וועלט', דארט איז ב"ה דא אן איבערפלוס פון שרייבער, אויף יעדע נארישקייט איז דא צענדליגע אשכולות מיט זעקס הונדערט און זעכציג בלעטער לאנג, דארט אויב 'געלעגר' און 'זאלץ וואסער' וועלן מאכן א תענית דיבור וועט עס זיך נישט קיין סאך אנזעהן, ווייל עס וועט נאך אלץ בלייבן א קנאפע דריי טויזענט שרייבער.

אבער קאווע שטיבל לאז במנוחה! אל תגעו במשיחי!

קאווע שטיבל ליידט שוין אזוי אויך פון ניק'ן וואס ווערן פארשווינדן ווי אין וואסער 'נעווער טא בי סיאן עגין", אזוי אויך לייד מיר זיך צאם פון די שרעקליכע פירצה וואס רופט זיך וואקאציע, יעדער נעמט זיך דא וואקעציע ווען עס שמעקט עם, און ווי לאנג עס שמעקט אים אן זיך רעכענן פון די שרעקליכע נאכפאלגן וואס עס לאזט איבער אויפן ציבור שותי קאווע.

על הראשונים אנו מצטערים, ואתה היימישער באת להוסיף לנו כאלה וכאלה ?!.

וואס ווילסטו אז דער איינציגער אקטיווער אשכול דא זאל זיין 'פארשווינדענע ניקס וואו זענט עטץ" ?!

אנטשולדיג היימישער פארן שארפן מחאה, אבער אין אדם נתפס בשעת צערו.

בן תמליון » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:47 pm

· #99232
פרענקלין איז "אן דע מאני".

לעיקוואד » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:08 pm

· #99242
היימישער ליטוואק
. דו שרייבסט "אזוי אויך איז פאראן די סאציאלע קאננעקשאן וואס מען קריגט וויילענדיג, שמועסענדיג, דעבאטירנדיג, אינאיינעם", פרעג איך: וואס האסטו פון דעם סאציאלן קשר? שטייגט דיין נאמעןביי עמיצן (איך רעד נישט פון דיין ניק...)? בויעטס דיר אויף א צירקל פון חבירים און באקאנטע? קיינער ווייסט אפילו נישט ווער דו ביסט! שרייבסט א שיינע פאעזיא, קענסט דאס אפילו נישט ווייזן פאר דיינע נאנטע, ווייל זיי וועלן זיך דערוויסן פון דיין ווירטועלע אידענטיפיקאציע... וועט דיר יאיר אדער קופערניקוס בארגן אמאל געלט אדער א קאר? וועט לייקואד צו דבילה קומען ווען דו וועסט מאכן א שמחה?

איך האב שוין אסאך רווח געהאט פון חברים וואס איך האב געטראפען ווירטואליש, אין פארשידענע אופנים. נאכן זיך באקענען מיט זיי בפועל.
איך לאדען איין יעדער איינער ביי מיר אין אישי זיך צו באקענען, מיט די אמתער נאמען, אויב איך וועל קענען וועל איך קומען צו אייערע שמחות, בארגען קארס, געלט, וואס מדארף און וואס מקען אלץ גוטע חברים.

שו"ר שכעי"ז כתב ר' יאנקל.

town1 » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:18 pm

· #99244
אנטשולדיג בענדזשאמין פרענקלין ווען די זעהסט אז א איד וויל אז אידן זאלן זיך אפגעוואוינען פון די שרעקליכע אינטערנעט אדיקשאן זאל עס הייסן קאווע שטיבל אדער סיי וואספארא אנדערע אינטערנעט אדיקשאן יו נעים איט, פארוואס רייסטו אים אינטער??? ווען די זעסט א איד שרייט ארויס מי לה' אלי פארוואס רייסטו אים אינטער??? ווען די זעסט א איד וויל אז אידן זאלן זיין נענטער צום הייליגן באשעפער, פארוואס רייסטו אים אינטער??? ער וויל נישט דא אז קאווע שטיבל זאל זיך פארמאכן, ער וויל וויסן וועמען ער קען מיטנעמען אויף זיין הייליגן מיסיע פון מאכן אידן זאלן ווינגער זיצן א אויף די שרעקליכן אינטערנעט

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 6:01 pm

· #99253
נניח אז קאווע שטיבל איז אן עדיקשעין, איז עס נישט קיין 'שרעקליכע אינטערנעט עדיקשאן' כלשונך, עס פארלאנגט נאך נישט קיין הייליגן אנטי-עגל'דיגע געשריי פון מי לה' אלי!

בכלל אין מיין מיינוג איז קאווע שטיבל נישט קיין עדיקשען, עס איז נישט ערגער ווי יעדע פיזישע קאווע שטיבל, קרעמעל, אדער שטיבל ווי מען פארברענגט און מען שמועסט צוזאמען, און פונקט ווי דארט וואלט נישט געווען קיין שיינע זאך אריינקומען שרייען מי לה' אלי איז הוא הדין הכא, יעדער ווייסט פון דעם ענין וואס רופט זיך ביטול תורה, און לאז יעדעם זיך אן עצה געבן מיט דעם לויט זיין מדרגה, אז איינער שפירט אז ער דארף אביסל פארברענגן מיט נארמאלע מענטשן, קריך עם נישט אויך די געהירן מיט קיין געשרייען אין רויט מי לה' אלי.

אויב שפירט איינער אז איז עס יא א גרעסערע עדיקשען פאר אים ווי סתם קרעמעל, איז עס א בחינה פון לאו עכברא גנב אלא חורא גנב, ווייל איך זעה נישט קיין אנדערע סבה אז פארוואס דאס זאל זיין א גרעסערע עדיקשעין ווי א געהריגע קאווע שטיב אויסער אז דארט קען ער נישט רעדן וואס עס ליגט אים אויפן הארץ, ער דארף אנשטאט דעם אנפילן א מויל מיט וואסער. משא"כ דא גיט ער זיך ארויס ווייטאגן וואס דרוקט אים שוין יארן, דא לופטערעט ער אויס דו אלע דעות וואס ער האט געמוזט דערשטיקן זינט די ימי הבחרות, דא קען ער זיך לאזן הערן אויף אן אמת וואס ער האלט טיף אין הארצן בנוגע די פארלאפענע סומעטאכעס, און ער ברויך נישט שאקלן מיט קאפ אלץ הסכמה מלאה אויף יעדע וואנזיניגע אנגענומענע מיינוג.
און אזא פאל האט מען געוויסט ביי אונז חסידים אז מען ברענגט אזא איד א גלעזעל ברויפן, הערינג און אייער קיכלעך, מען מאכט א לחיים און און מען פארברענגט כאילו עס איז נישטא קיין מארגן, און דער עיקר איז אז מען גיט אזא איד אן אוזן קשבת און א קלאפ און פלייצע מיט חיזוק ועידוד ווי צו זאגן איר זענט נישט אליין אויף דער וועלט.

אבער דער אמת איז וואס האב איך טענות אויף א ליטוואק...

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 7:13 pm

· #99271
לעיקוואד
היימישער ליטוואק
. דו שרייבסט "אזוי אויך איז פאראן די סאציאלע קאננעקשאן וואס מען קריגט וויילענדיג, שמועסענדיג, דעבאטירנדיג, אינאיינעם", פרעג איך: וואס האסטו פון דעם סאציאלן קשר? שטייגט דיין נאמעןביי עמיצן (איך רעד נישט פון דיין ניק...)? בויעטס דיר אויף א צירקל פון חבירים און באקאנטע? קיינער ווייסט אפילו נישט ווער דו ביסט! שרייבסט א שיינע פאעזיא, קענסט דאס אפילו נישט ווייזן פאר דיינע נאנטע, ווייל זיי וועלן זיך דערוויסן פון דיין ווירטועלע אידענטיפיקאציע... וועט דיר יאיר אדער קופערניקוס בארגן אמאל געלט אדער א קאר? וועט לייקואד צו דבילה קומען ווען דו וועסט מאכן א שמחה?

איך האב שוין אסאך רווח געהאט פון חברים וואס איך האב געטראפען ווירטואליש, אין פארשידענע אופנים. נאכן זיך באקענען מיט זיי בפועל.
איך לאדען איין יעדער איינער ביי מיר אין אישי זיך צו באקענען, מיט די אמתער נאמען, אויב איך וועל קענען וועל איך קומען צו אייערע שמחות, בארגען קארס, געלט, וואס מדארף און וואס מקען אלץ גוטע חברים.

שו"ר שכעי"ז כתב ר' יאנקל.


הסכת ושמע, אני הקטן וואלט באצאלט א מאנטיאק זיך צו באקענען מיט אייך הרב לעיקוואוד, איך וואלט אפילו גענומען א רייד ביז לעיקוואוד אייך צו טרעפן.
איר\דו ביזט דער ראדיקאלסטער אינטעלעקט וואס איך האב אמאל באגעגנט אין מיין לעבן, און איך האב א קראש אויף אייך 😂.

לעיקוואד » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 7:55 pm

· #99284
מיין טיר איז אפען. פארגעס נאר נישט מיטצוברענגען די געלט.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 8:08 pm

· #99293
@מר. פרענקלין,
איך האב יעצט נישט קיין צייט אויף א לענגערע אנטווארט, (איך האב א מיגו פון גיין אויף וועקעשון...) איין קוואוט נאר מתוך דבריך, זייט אייך אליינס מתבונן: "לאו עכברא גנב אלא חורא גנב". טראכט ווער איז דער עכבר און ווער איז דער חורא.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:20 pm

· #99317
@מר. פרענקלין,
אויב דו דינגסט זיך צו ק"ש איז עדיקטיוו צו נישט, גלייב איך אז דער תירוץ איז: עס ווענדט זיך אין דעם מענטש, יעדער איז אנדערש.
אויף די טענה אז איך מאך חרוב ק"ש, איך הער דאס און נעם דאס אן מיטן פולסטן ערנסקייט, אויב האלט איר אז דאס איז נישט אויסגהאלטן עטיש וועל איך אויסמעקן מיין הודעה. למעשה אבער רוף איך נישט אויף א באיקאט אויף ק"ש, נאר אז די ניקים וועלכע פילן אז עס גרייכט שוין בבחינת באו מים עד נפש זאלן מטכס עצה זיין, צו לימיטן זייער אנוועזנהייט.
איך בין מודה אז עס איז דא א גרויסע טובה דארך די פארום'ס, אבער דאך מיט א גבול, מיעוטו יפה ורובו קשה.

ידען » פרייטאג מערץ 22, 2013 6:42 pm

· #99571
א אלטע אשכול וועגען internet addiction

<!-- w --><a class="postlink" href="/topic/1054">www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=35&t=1054</a><!-- w -->

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 10, 2013 11:13 pm

· #103609
הנני להודיע בשער בת רבים אז בל"נ יעדן דאנערשטאג גיי איך איין אויף א תענית כתיבה באינטערנט. דארנשטאג מיינט, פון ווען איך שטיי אויף דאנערשטאג אינדערפרי ביז ווען איך גיי שלאפן.
איך בעט מ'זאל נישט אפלאכן פון מיר, און נישט שוואך מאכן מיין פריוו זיך מתגבר זיין אויף מיין אדיקשון.
איך קלער אפשר אויב וועט דאס מצליח זיין עס אויסצוברייטערן אויף ביז איבער שבת, און אויך אויף לייענען.
טייערע ברידער, איך גיי באלד שלאפן...

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:37 am

· #103699
היימישער ליטוואק
הנני להודיע בשער בת רבים אז בל"נ יעדן דאנערשטאג גיי איך איין אויף א תענית כתיבה באינטערנט. דארנשטאג מיינט, פון ווען איך שטיי אויף דאנערשטאג אינדערפרי ביז ווען איך גיי שלאפן.
איך בעט מ'זאל נישט אפלאכן פון מיר, און נישט שוואך מאכן מיין פריוו זיך מתגבר זיין אויף מיין אדיקשון.
איך קלער אפשר אויב וועט דאס מצליח זיין עס אויסצוברייטערן אויף ביז איבער שבת, און אויך אויף לייענען.
טייערע ברידער, איך גיי באלד שלאפן...

הלואי איך קען דאס טאן

היימישער ליטוואק » דינסטאג אפריל 30, 2013 8:07 pm

· #110433
איך וויל גראטולירן מיינע פריינט רב ממי שאמרו און אביגדור, פארן נעמען שריט זיך צו באפרייען פון דעם אדיקשן.
איך קלער צו איך זאל אויך מוסיף זיין אויף מיינע סופשבוע'דיגע צוריקהאלטונגס.

זר זהב » דינסטאג אפריל 30, 2013 8:09 pm

· #110436
אופס ליטוואק,
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3629">viewtopic.php?f=19&t=3629</a><!-- l -->

היימישער ליטוואק » דינסטאג אפריל 30, 2013 9:25 pm

· #110479
דו האסט נישט גלייענט זיין באמערקונג אז עס איז גשריבן מיט א שינוי?

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:02 am

· #111041
הריני מקבל עלי בל"נ תענית אינטרנעט עד צאת השבת פ' בהר. ויהי רצון שחלבי ודמי שיתרבה ע"י אכילה ושתיה באלו הימים מבלי לשבת ליד המחשב, ירצה לפניך כאילו הקרבתים על מזבחך לאישים.
ועל כל המשתתפים עמדי ינוחו ברכות על ראשיהם, ולכל החבירים פה אני מאחל לילה טוב ושבת שלום.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:08 am

· #111044
היימישער ליטוואק
הריני מקבל עלי בל"נ תענית אינטרנעט עד צאת השבת פ' בהר..

ממש אזוי? וואסי נישט גענוג עד קבלת שבת פרשת בהר...?

ברסלבער » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:57 am

· #111180
היימישער ליטוואק
הריני מקבל עלי בל"נ תענית אינטרנעט עד צאת השבת פ' בהר.

בהר איז שוין אריבער, יעצט האלט מען שוין ביי בחקותי, קענסט שוין ווייטער שרייבן...

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:12 am

· #122139
אי"ה פון מארגן אינדערפרי עד זונטאג נאכמיטאג יהיה תענית כתיבת אינטרנעט.
הרוצה להשתתף יזכור לקבל עליו קודם שיקרא קריאת שמע שעל המיטה.
בלאט: 1 2