אוי זינט דער טיטאניק איז נאך נישט געווען אזא טראגעדיע 😞
און קוים וואס מיז צוזיך געקומען פון קאסטא קאנקראדיע. טו עס נישט!
ויפנה ויאמר מה לך נרדם קום קרא אל אלוקיך, אוי לה לספינה שאבדה קברניטה, מוריד עוגן ואותנו עוזב לאנחות.
מקוה שתגיח לביקורים תכופים בעת מצוא, ותרווה את המון הצמאים בידיעתך הנרחבה.
עלה והצלח בכל עיסוקיך ושתשפיע לכל יושבי ק"ש ברוחניות ובגשמיות.
(מכיוון שאני כותב מהפלאפון קשה לי לכתוב בשפה אידיש כגידין, וה' הטוב יכפר).
כדרך שבא לראות כך בא ליראות
עפעס דערמאנסטו מיך פון א ים רויבער, מיט א פעטש אויף איין אויג. סנהדרין ד: "דתניא יוחנן בן דהבאי אומר משום רבי יהודה בן תימא: הסומא באחת מעיניו - פטור מן הראיה. שנאמר יֵרָאֶה יִרְאֶה - כדרך שבא לראות כך בא ליראות. מה לראות בשתי עיניו - אף ליראות בשתי עיניו".
אין תוך גערעדט, כדרך שבא לראות.... אויב קומט מען דא סתם זעהן אבי געזונט, דאן הערט מען אויף צו שרייבען אבי געזונט. אויב אבער מען קומט בכוונה תחלה אויף מוסיף צו זיין חכמה פאר זיך, דאן איז די להיראות אויס די זעלבע, און עס איז בכלל נישט קיין צייט פארברענגעריי.
דו האסט דאך געשריבען אזאלכע שיינע חכמדיגע מאמרים. איז דאך סוף מעשה מוכיח אויף דעם מחשבה תחילה, אז דיין לראות איז אויך לשם חכמה והתפתחות. ובכגון דא זאגען מיר אלע, לא נתנשי מנך ולא תתנשי מנן. לא בקאווע ולא במאחורי. דעתן עלך און בטחוני אז דעתך עלן.
צום ווידערזעהן בקרוב דידן.
איך וועל זיין עראונד די קארנער. כ'וועל זיין דיין בייזער שאטן. מיינע אגענטן וועלן דיך נאכפאלגן אויף טריט און שריט. עני טיים דו בענקסט זיך צוריק זעמער דא פאר דיר. דו זאג נאר די קאוד בראווא טשארלי טאמבל סאס.
איך בין איינשטימיג מיטן עולם אז דאס גיין איז א פארלוסט פארן שטיבל, אבער ווען איינער פילט אז ער מוז זיך דיסיפלינירן און פילט אז ס'שטערט עם פארן טאג טעגליכן, טאר מען נישט שטיין ביים טיר און זיך בעטן ער זאל צוריק קומען. ער דארף טוהן וואס ס'איז בעסט פאר זיין וואוילזיין, און אויב פילט ער אז אוועקגיין פון דא איז די בעסטע, קען מען עם נאר וואונטשען, כי בשמחה תצאו, ס'איז טאקע פנה הודה פנה זיוה, ער גייט טאקע אוועק פון אונטער דעם מאמנ'ס פארטוך, אבער טראכט וואוהין ער גייט, וילך חרנה, ער גייט צו זיין ווייב און קינדער, ער גייט צו די ארבעט זיין א פאסטוך פארן פעטער לבן, און מיט די ידיעות וואס ער האט געלערנט אין שם ועבר גייט ער בויען י"ב שבטי קה און קענען מבחין זיין וועלכע זענען טלואים און וועלכע מנוקדים.
זייט מיר געזונט, און אויף ווידערזעהן ווען איר שפירט זיך ביי די כוחות זיך צו קענען האלטן צו איינס צוויי קאוועס א טאג.
וואס איז דאס דער נייער פראעיק? גיי געזונטערהייט און זיי מצליח בכל אשר תפנה!
אסאך הצלחה, אבער אזוי וועסטו לאזען די 45ציגער זאגען וואס זיי ווילען אהן אפפרעגען??
דאס שיינט צו זיין די שענסטער פארעגראף בתגובת פותח האשכול.
סיי וויאזוי, הצלחה וברכה מרובה בכל מעשי ידכם. ולהתראות!!
שיפ'ס קאפיטאן פארלאזט שיף
אזוי ווי אין חודש ניסן זאגט מען נישט קיין הספדים (אוי. ס'איז שוין טיף אינמיטן חודש אייר.) עלעך טאקע נישט זאגן קיין העספעד. אבער ווען כ'וואלט געזאגט וואלט עך געזאגט אזוי. נפלה עטרת ראשינו. על מי נטשת את צעירי הצאן. וכו' וכו'. די טיפקייט פון מחשבה און די שיינע שטיקלעך פאעזיע וואס דו האסט געברענגט צום קאווע שטיבל איז אומערזעצבאר. השי"ת זאל העלפן אז די הצלחה זאל דיר שיינען בכל העניינים. איכ'ל צוריקגיין שלאפן. ווייל איך וואוין דא. ספעציעל אז ס'וועט נישט זיין ווער ס'זאל פרעגן די קשיא. 😂
חבל חבל שחבל חבלה גדולה בשטיבלנו היקר.
זה מזכיר לי את השלמה שלמה שלמה שלמה שלמה.
חברה, איך זאג ענק, איך קען שוין די מעשיות, איך האב אויך געוויינט ווי א ביבער אז מער זעט מען מיך נישט פאר א רפואה, און איך בין דא צוריק ווי א טאטעלע.
אן קאווע שטיבל למה לי חיים, וואס פעלט אויס די גאנצע זאך. הדרן עלך ודעתן עלה לא תתנשי מינך קאווע שטיבל לא בעלמא הדין ולא בעלמא דאתי.
שלאפטס אלע רואיג. פאר א וואך צייט וועט ער אריינסיינען אז מ'זאל נישט קענען זען אז ער איז דא און שלינגען מיט דורשט וואס אלעס וואס קאכט זיך אין די גרויסע טעפ, און דערנאך איז ער צוריק ווי אין פרידנסצייטן, בכל תוקפו, ווי א העלדישער מאטראז ביים רידער פונעם שיפל אין די ווילד בוזשעוונדע וואסערן פונעם טייך אוקיינוס (פרעג מיך נישט וואו דאס איז), און א כפרה די נייע ונזכה ונחי' ונראה פראיעקטן.
מיינסט איך בין עפעס א מפיל קינד, עפעס א ליידיגייער, כ'האב טאקע נישט אזא שלאף צימער, אבער פראיעקטן האב איך אויך.
און מיין סאמע שפיץ הויפט פראיעקט איז.... שרייטס אלע הויך צוזאמען.... קאווע שטיבל!!!