אריזאנע מצות
76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3233
אריזאנע מצות
יעצט געהערט רב בנציון וואזנער דרשה פון לעצטע וואך, רבותי ס'לוינט עס צו הערן,
ער באגיסט די אנטי אריזאנע חברה מיט א קיתון שופכין ווי א סוטה, ממש ער דערטרענקט זיי מיט צואה רותחין
פאריאר האט ער נאך גערעsט בחלק ההלכה, דאס יאר קימערט ער זיך נישט ציפול מיט דעם, ער האט סתם עקספלאדירט,
ער באשולגידט זיי אלס שקרנים בעלי לשון הרע, מוצא שם רע, בעלי מחלוקת, אלע לעצטיגע טראגעדיעס קומט צוליב זיי,
מ'קען עס הערן אויף קול סאטמאר 212-444-9899 6 - 9
אגב ער איז א גאר קנאפע סימפאטיקער פון ר' אהרן
אגב ער איז א גאר קנאפע סימפאטיקער פון ר' אהרן
אבער א גרויסער סימפאטיקער פון בענדזשעמין פרענקלין כידוע ליודעי חריין
וואס הייסט אלע לעצטיגע טראגעדיעס? אויך שעהר? ער האט דאך יא געגעסן אריזאנע ווייץ?!
קאם-אן די ווילסט מדמה זיין א 60 יעריגע מענטש געשטארבן על מטתו מחליו, צו א 21 יעריגע פארפאלק נעבעך געהארגעט מיט א מיתה משונה על אם הדרך,
ביסט קלוגער ווי דעם
אה אשאד ווען זיי עסן ווען אריזאונע מצות וואלטן זיי נאך יעצט געלעבט
ער זאגט נישט דאס, הער עס אויס, ער לאזט יעדן עסן וואס ער וויל, אדרבא ער דרוקט זיך אויס "עס געזונטערהייט די וואסעריגע ווייץ",
ער זאגט א שאד די בעלי מחלוקת לשון הרע, מוציא שם רע ועזי פנים, ווען נישט זיי, מי יודע צו דער טראגעדיע וואלט נישט פארמיטן געווארן, אזוי הייבט זיך דאך אן דער ספר הק' ויואל משה אז ווען אימער עס פאסירט א טראגעדיע איז דא א חיוב צו חוקר זיין בשל מי הרעה,
און אפשר קומט די טראגדיע ווייל מ'עסט חמוץ גמור לשיטת שארמשער רב?
...
מסכים, ביסט גערעכט, איז דען מעגליך צו וויסן אויף 100%? זעמיר דען אין הימל? אונז פרוביר מיר נאר ווי ווייט מעגליך מיט אונזער קליינטשיגע שכל, מיטן קוקן וואס חז"ל זאגן די עונשין פון לשה"ר ומחלוקה וכדומה, און ווי דער אינצידענט איז געשען בתוככי וומ"ב, די ארונות זענען נעבעך געלעגן פאר די ראדני שול,
אז איינער האט אנדערע סברות המתקבל ווער בין איך צו מחולק זיין,
ס'קען זיין אז עטליכע אידן אין ראדני עסן אריזאנע מצות, מ'דארף דאס נאכגיין.
די גמרא זאגט עס קומט וועגן דייני ישראל שטייט נישט ראדני ראטליזש אדער 13 אדער מעפיל רד.
און הופער אדער פאפא דארף מען דאך נישט נאכגיין צו מ'עסט אריזאנע ווייץ וואלט דאך מער געווען סברה אז דארט זאל ווען זיין די טראגעדיע - אויב ס'ווען צוליב עסן אריזאנע מצות
(דיסקלעימער: איך קען נישט גאראנטירן ווילאנג איך גיי מיט גיין מיט די סארקאסטישע לצנות)
Please guys stop this conversation its disgusting
די טראגעדיע איז אז ס'דא נעבעך אזויפיל בהמות וואס רעדן זיך איין אז ג-ט ב"ה איז אויסער זיך ווי אידן עסן אריזאנע מצות. אה, אזעלכע אויסגעארבעטע וואילערע אידן וואס האבן זוכה געווען צום אמת... נישט יעדער איז אין די גרופע, דער באשעפער האט זיך זיין עם הנבחר בתוך עם הנבחר.
אן אייניקל שוין
זר זהבדי טראגעדיע איז אז ס'דא נעבעך אזויפיל בהמות וואס רעדן זיך איין אז ג-ט ב"ה איז אויסער זיך ווי אידן עסן אריזאנע מצות. אה, אזעלכע אויסגעארבעטע וואילערע אידן וואס האבן זוכה געווען צום אמת... נישט יעדער איז אין די גרופע, דער באשעפער האט זיך זיין עם הנבחר בתוך עם הנבחר.
אפשר ווייל ווי דעל בעל הקנטרוס פון ראדני האט געשריבען אז וויבאלד קר"י {אינאיינעם מיט נאך פירמעס} זענענן בודק צומות הגודן עסן זיי טריפה פלייש??
אדער אפשר וויבאל זיי האלטן און איין שרייבען אז קר"י איז משנה איז ידם על התחתונה, און ראדני איז משנה מיט נישט ניצען שטיין זאלץ??
די געים גייט פון ביידע זייטען אייניג..!!
ניין.. א זין
gehlungenבעל הבית.
Is this the way you are talking about the POISEK HADOR ?
איך האב שוין געבעטן מען זאל עס אויסמעקן, עס איז מבהיל ווי אזוי מען איז גרייט צו שרייבען כאילן מיר האבן נישט א תורה וואס איז אונז עפעס מחייב..
זר זהבדי טראגעדיע איז אז ס'דא נעבעך אזויפיל בהמות וואס רעדן זיך איין אז ג-ט ב"ה איז אויסער זיך ווי אידן עסן אריזאנע מצות. אה, אזעלכע אויסגעארבעטע וואילערע אידן וואס האבן זוכה געווען צום אמת... נישט יעדער איז אין די גרופע, דער באשעפער האט זיך זיין עם הנבחר בתוך עם הנבחר.
לא ולא ולא, האסט א גרויסן טעות, דער רב וואזנער האט מיטאמאל ברמז רחוק דאס מציע געווען, לא מינהו ולא מקצתו, פונקט פארקערט ער טענה'ט אז די "בהמות" זענען די אנטי אריזאנע, וואס שטאפן זייערע קעלבער מיט לשון הרע הוצאת שם רע ושקרים, אלעס צוליב מחלוקת ונגיעות, ער האט קיין שום פראבלעם אז איינער עקשנ'ט זיך נישט צו עסן אריזאנע
אגב ער איז יא א זוהן
דאס האט זיך אלעס אנגעהויבן ווען [...] די באקאנטע ''היתר פון טאש ארויס'' רעדע.
זעהסט דו ביסט כאטשיג אהנעסט און די ביסט מודה אז דיר שטערט "דער צופילדערטער פי האתון", פון דיר אויס וואלט אפשר דער טראגעדיע ווען נישט געקומען,
דער פראבלעם זענען די צבועים ווי ר"א לויפער ודומיהם וואס שווערן זיך ביים בארד אז זיי מיינען קיין פאליטיק, דערווייל זענען זיי מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, מפיץ לשון הרע והוצאות ש"ר קעגן פילע קהולות קדושות באזירט אויף פרעכע פאבריקאציעס ושקרים, און דער צייט וואס זייערע פארבארגענע מאטיוון איז גאר "א ציפידעלטער פון מאנרא"
מיר שטערט נישט גארנישט. פון מיין זייט זאל יעדער עסן אריזאנע מצה און טרינקען די אריזאנע געטראנקען א גאנץ יאר. איך רעד היסטארי ווייז ביזטע נישט גערעכט.
עס איז ארויסגעקומען בריווען פין עטליכע רבנים זיי שרייבן אז די מעררים (אינדיג, לויפער, ראזענבוערג) זענען פשוט'ע שקרנים במילתא דעבידא לגלי', איינער האט מיר עס געשיקט אין אימעיל זיי האבען צווישען אנדערע א בריוו פין ר' געציל, ר' בנציון שטראסער, ר' יחיאל שטיינמעץ אין נאך רבנים
גאלדזר זהבדי טראגעדיע איז אז ס'דא נעבעך אזויפיל בהמות וואס רעדן זיך איין אז ג-ט ב"ה איז אויסער זיך ווי אידן עסן אריזאנע מצות. אה, אזעלכע אויסגעארבעטע וואילערע אידן וואס האבן זוכה געווען צום אמת... נישט יעדער איז אין די גרופע, דער באשעפער האט זיך זיין עם הנבחר בתוך עם הנבחר.
לא ולא ולא, האסט א גרויסן טעות, דער רב וואזנער האט מיטאמאל ברמז רחוק דאס מציע געווען, לא מינהו ולא מקצתו, פונקט פארקערט ער טענה'ט אז די "בהמות" זענען די אנטי אריזאנע, וואס שטאפן זייערע קעלבער מיט לשון הרע הוצאת שם רע ושקרים, אלעס צוליב מחלוקת ונגיעות, ער האט קיין שום פראבלעם אז איינער עקשנ'ט זיך נישט צו עסן אריזאנע
אגב ער איז יא א זוהן
DER RAV VOSNER ???????
ווי קען מען דאנלאדען די קונטרס פון ר' אברהם לויפער פון דאס יאר תשע"ג?
די פאיעריגע האסטו יא? אויב יא שטרייך אויס "סיבה" עס רעגנט נישט מיט סיבה עס רעגנט יא
אויב דו האסט די פאר צוויי יאריגע שטרייך אויס "סיבה" עס איז זאלציג און ריפלעיס מיט "סיבה" עס רעגנט נישט דארט
אלע אנדערע בלעטער זענען מער ווייניגער די זעלבע.
איך האב שוין פאר א צייט נישט באזוכט צימעס, און איך ווייס נישט די אלע אויסגעמעקעכץ וואס עס איז געשטאנען דארט.
און הגם איך האב נישט ליב צו רעדן אויף קיין שום איד, און איך בין אויך נישט קיין גרויסער חסיד פון די געהאקעכץ אנטקעגן די אריזאנע מצות אין די וועלט אריין,
דאך וויל איך זאגן פאר הרב גאלד און די אלע וואס פרייען זיך מיט ר' בנציון וואזנער'ס דרשה... איך קען דעם ר' בנציון פון דער נאנט - פרייט אייך נישט מיט זיינע דיבורים, נאר שטייט ווייט פון אים!
איך קען מאכן א גאנצע אשכול איבער אים, איך וועל עס נישט טון, אבער ווער עס קען אים נאר אביסל ווייסט וואס איך רעד, און איך וועל סטאפן דא.
יעדע בר דעת פארשטייט, אז אריזונע ווייץ, האט נישט קיין שום פיקפיק אדער שאילה ח''ו,
די פראבלעם איז נאר מיט דעם ערפינדער און בעל המכשיר,
ווען הר' זלמן לייב פילאף שליט''א, זאל ווען דאס אויסטרעפן? וואלט איר מקיים געווען מיטן עסן די הייליגע אריזונע ווייץ 2 מיצות 1 בערב תאכלי מצות, 2 מחזק זיין די נקידה פונעם רבינזיכרונהלברכה.
דעם שבת געזעהן אין בית המדרש א קונטרס פון דרשת ר' בנציון וואזנער? ער שנייד שטיקער אן קיין פחד ומורא (כדרכו)
קאווע האט רעדאגירט זיין תגובה, איז דאס מער נישט שייך
מחוצף!
נאר ווען ער אסר'ט דעם עירוב איז ער נוצבאר?
איך קער נישט וואס ער אסר'ט און וואס ער איז מתיר. צו רעדן אזוי ווי ער האט גערעט איז טפשות רשעות פערדיש און נאך צענדליגער כינויים ביינעזאם. א מין אקס!!
שמעקעדיגאיך האב שוין פאר א צייט נישט באזוכט צימעס, און איך ווייס נישט די אלע אויסגעמעקעכץ וואס עס איז געשטאנען דארט.
און הגם איך האב נישט ליב צו רעדן אויף קיין שום איד, און איך בין אויך נישט קיין גרויסער חסיד פון די געהאקעכץ אנטקעגן די אריזאנע מצות אין די וועלט אריין,
דאך וויל איך זאגן פאר הרב גאלד און די אלע וואס פרייען זיך מיט ר' בנציון וואזנער'ס דרשה... איך קען דעם ר' בנציון פון דער נאנט - פרייט אייך נישט מיט זיינע דיבורים, נאר שטייט ווייט פון אים!
איך קען מאכן א גאנצע אשכול איבער אים, איך וועל עס נישט טון, אבער ווער עס קען אים נאר אביסל ווייסט וואס איך רעד, און איך וועל סטאפן דא.
Ye and maybe because the satmar rabbi from kj said that thousands of yidden are eating treif dereisa come on i dont hear a word that how dare you be motzi laaz and if i remember it is the kj fraction that started saying that the other sides matzos are chumetz
זר זהבאיך קער נישט וואס ער אסר'ט און וואס ער איז מתיר. צו רעדן אזוי ווי ער האט גערעט איז טפשות רשעות פערדיש און נאך צענדליגער כינויים ביינעזאם. א מין אקס!!
הגם עס איז בכלל נישט אויסגעשלאסן צו הערן למשל מנשה פילאפ רעדן אזוי, פארשטייט זיך ווען עס קומט אים אויס גוט. איז עס אבער ערגער ווען עס קומט פון א א.ג. אומפארטייאישן רב.
איין זאך האב איך נישט פארשטאנען, מילא דאס אז מען האט געמאכט די לוי׳ ביי ראדני, דארף מען דאך נישט מער ראיה ווי דאס צו זאגן אז די טראגעדיע קומט וועגן מיכל אינדיג׳ס ווידיא. אבער ווי קומט אריין דארט אז ער איז געווען ביי די טאטע און ער האט נישט געקענט רעדן פון אסאך וויינען, דאס איז עפעס א ראיה?
ועוד, איך זע מהאט עס שוין געשריבן דא, אריזאנע ווייץ מערכה פון אברהם לויפער איז א זשאוק קעגן די צומת הגידין דרשה וואס דער רבי אליינס האט זיך אויפגעשטעלט שרייען אז סאיז טריפה דאורייתא! אכצן פראצענט א. א. וו. (איך גיי נישט דא אריין אין דעם וואס זיינע חסידים אין א קונטרס וואס איז לעצטנס ארויסגעקומען האבן ממש צומאלן זיינע ווערטער אז עס איז נישט געבליבן קיין שריד דערפון, למעשה דאס האט ער געזאגט. אין לך לשון הרע הורגת תליתאי גדול מזה).
blauveltYe and maybe because the satmar rabbi from kj said that thousands of yidden are eating treif dereisa come on i dont hear a word that how dare you be motzi laaz and if i remember it is the kj fraction that started saying that the other sides matzos are chumetz
ווייל וואס אימער סאמאר רבי האט געזאגט איז ליידער דער ריינער אמת, דאס מיינט נישט קיין מוציא לעז, די גאנצע וועלט, אלע הכשרים ארגעניזאציעס מסוף העולם ועד סופו שרייען אז די הינער זענען פארפעסטעט מיט צומות הגידין, קומט איין 82 און פראקלאמירן אז זיי האבן די "ריינע ראסע הינער" פון קאנאדע, פארוואס ווייל זיי קענען בשום אין פנים ואופן מקבל זיין דעם אמת פון ר' אהרן, די זעלביגע מיט די אריזאנע מצות, צענליגע רבנים וקהילות מרחבי ניו יארק וואס אינטערסירטע זיי די סאטמארע דרעק ווי א קאפ אין לאך, מומחים אין די ענינים פאר לאנגע יארן, זענען מעיד עידי ראי' אז די ווייץ און אריזאנע איז א ענדליכע ישועה, שיינע חיטים אן קיין מצמחות ומבקעות, קומען א דאראגער מיט די אלע זאלי בני יואל אידן וואס זענען איינגעטונקען קאפ ביז פיס און די סאטמארע דרעק, און בשאט נפש פאבריצירן פרעכע שקרים ולגיונות שלא הי' ולא נברא, אלעס צוליב זייער זשיהאד קעגן ר' אהרן, דאס מיינט לשה"ר, מוציא שם רע, מחלוקת, שנאת חנם, וואס די עונשים זענען שרעקעדיג
..
📎 7dc1525d4e1ae8f6693adb532934f8b7.jpg
מען פארקויפט די מהודר׳דיגע ווייץ און גאס, צוליב וואס אין בעקערי איז עס שוין אויסגעגאנגען.
📎 19074b6e4939d2ac5ee96233848e170e.jpg
גאלדblauveltYe and maybe because the satmar rabbi from kj said that thousands of yidden are eating treif dereisa come on i dont hear a word that how dare you be motzi laaz and if i remember it is the kj fraction that started saying that the other sides matzos are chumetz
ווייל
וואס אימער סאמאר רבי האט געזאגט איז ליידער דער ריינער אמת
you have homework to do, ליין דורך דעם קונטרס וואס די אהרונים האבן ארויסגעגעבן א חודש צוריק.
פאר ווער עס וויל וויסען. משמחי לב האט אנגעקויפט א ים מיט מצות פון סאטמאר און זיי פארקויפן דאס ביסל פארבליבענע אין גאס. אז עס מאכט אייך א שמחת יו"ט זאלט איר זיך מיטפרייען מיט אוי טאטי וואס ארבייט נעבעך זייער שווער היינט
הייסט די מצות האלט שוין ביים דריטן גלגול לול?
איך הער אז די מצות איז נישט ווערט א פיאסטער, שטייט ווייט.
משמחי לב איז אן אויסגערעכנטע ארגענעזאציע, זיי קויפן נישט אבי אין די וועלט אריין, און אפי׳ דו ווילסט יא זאגן אז זיי האבן זיך פאררענכט, האבן זיי ליידער גענוג פאר וועם צו געבן, זיי דארפן דאס נישט פארקויפן אויפן גאס.
סטאפ די נאן-סענס!
"@YosefRapaport: Right now subsidized hand shmura matzos from Satmar KJ for $10 only please forward <a class="postlink" href="http://t.co/hNZ01u7yse">http://t.co/hNZ01u7yse</a>"
פרייטס ענק קינדערלעך כא כא
עס איז קלאר אז די אריזאנע מצות האבן א איבערפלוס פון איבריגע מצות, און פארקויפן זיך אין אלע געשעפטן וויפיל איר ווילט, בעת בראדוועי איז כמעט נישט בנמצא. אויף א דבר הנראה לעינים איז נישט שייך זיך צו טענה'ן, הרוצה לשקר ירחיק עדותו, נישט זאגן נאכט בשעת די זון שיינט,
אבער דאס אלעס איז נישט קיין שום תירוץ צו פסל'ען זייערע מצות אויף לופטיגע טענות. הגע בעצמך (...) פון אלע רבנים, ערליכע און יראי ה', האט קיינער נישט געפינען פאר וויכטיג צו מעורר זיין די אידישע קינדער איבער דעם חורבן נורא נאר פונקט הרב אברהם לויפער, בעמ"ח ספר הקדוש "מתי שוא"? הדבר הזה אומר דרשוני! דער דאראגער רב האט ב"ה א היסטאריע אין לעבן פול מיט אויפטוען, און כמעט אונטער אלע איז געליגן עפעס אנדערש ווי אהבת ה', אנגעהויבן מיט די רציחה וועלכע ער האט אונז מחנך געווען אין חדר, און דעם דרך וואס ער האט גענומען צו אפהיטן אידישע קינדער פון דעם כת ש"ץ בדורנו, עי' בספרו מתי שוא באריכות, ועוד ידו הגדולה נטויה. ממש משמים קזכו לו, מקום הניחו לו להתגדר, איך זעה נישט נאך איינעם וועמען ס'זאל אזוי וויי טון די "חמץ ממש" וועלכע ווערט פארקויפט אין אלע געשעפטן, אפילו נישט די בני יואל אליינס.
סאמטינג איז פישי.
אוי ווי ריכטיג די זאגסט
ווען לויפער פרעגט מיר ווען וואלט אים עם געראטען איבערצוגעבען די מערכה פאר א צווייטען סוואלט סאך בעסער מצליח געוועהן
אפשר הערט מען דא אויף מיט די מעשה ילדות, איך ברעך דערפון, די גאנצע גערעדעכטס פון "איבערפלוס" אדער א "מאנגעל", איז געהארגעטע נארישקייטן, דאס איז ווי דער פסוק זאגט "איש לפי אכלו תכוסו על השה", לויט וויפיל מ'גרייט צו אזויפיל האט מען, אז איינער מאכט ווייניגער קעגן וויפיל "זיין" דימענד איז וועט אוואדי זיין א מאנגל אפי' ער זאל נאר האבן 10 קאסטאמערס, און אז איינער מאכט מער ווי וויפיל "זיין" דימענד איז וועט ער האבן א איבערפלוס אפי' ער זאל האבן א מיליאן קאסטאמערס,
די מציאות איז אז די אלע בעקעריס האבן שוין א ביילייפיגע עסטימעט וויפיל "זייער" דימענד איז און אזויפיל גרייט מען צו, און זיי האבן קיין שום סיבה צו מאכן ווייניגער, און אוואדי נישט צופיל מער, דאס יא אריזאנע מצות איז זיכער דא מער אויפן מארק ווייל זיי האבן מער בעקעריס, סאטמאר וומ"ב, סאטמאר קרית יואל, פאפא צעהלים, דאס זענען 3 גרויסע, אויסער קלענערע, און ס'איז א פאקט אז די 3 בעקעריס אינאיינעם פארקויפן עטליסט טאפעלט ווי בראדוויי, און ווי אימער מ'זעהט די מצות פארקויפן אדער אויסטיילן איז נאר ווייל איינער האט דאס באשטעלט, פינטל, צו ס'איז א גראסערי, צו א צדקה ארגעניזעשן, דאס איז דער ריינער פאקט, די אלע טוויטערס איז געמאכט פאר די קליינע קינדערלעך זאלן נישט איינשלאפן....ורחץ...
אקעי, טאפלט ווי בראדוועי, גיוו מי עי ברעיק! טשעק דיינע נומבערס ביטע.
בראדוועי פארקויפן זייערע מצות א יאר שפעטער אינטערן נאמען "יעזורו"
קרית יואל האט א איבערפלוס ווייל זייט די טיילונג האבן אסאך ארונים געקויפט אין קר״י, האבן זיי זיך אסאך פארגרעסערט, צוביסלעך גייען זיי אריבער קיין ראטלידזש, בלייבט קר״י מיט א איבערפלוס
פון ראטלידזש וועט איר נישט זען קיין איבערפלוס
אין דער איד איז דא די וואך א עדיטאריאל ווי ער לייגט אראפ מהר''א אלס דער ש''ץ בדורינו ער וויל ממש חרוב מאכען יודישקייט היל''ת,
ביטע אויב איינער קען ברענגען א קאפיע, א דאנק