אריזאנע מצות
76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3233
שכוח
signout פארן מיר שיקן די סחורה אין אימעל,
איך וואלט עס ארויפגעשטעלט אבער ס'א PDF איך ווייס נישט וויזוי עס צו ארויפשטעלן
לעינינו
דער שרייבער איז מיילעך שטערן,
הזאת נעמי? איך מיין עס זייער ערענסט, אזאלכע קורצקעפיגע שוואנצונעס געפינט א ארט אין דער איד,
כ'געמיינט אז דער בלאט איז דער קינדישע אומזשורנאליסטישע צייטונג,
עניוועי ס'אלאסט קעיס,
נעקסט קעיס
דא איז די סחורה
<a class="postlink" href="http://freepdfhosting.com/9bd4193ee8.pdf">http://freepdfhosting.com/9bd4193ee8.pdf</a>
קאן זיין אז די ארטיקל איז קורץ קעפיג אבער דאכט זיך אז די דרשה דעם חוה''מ איז עני טיים אזוי קורץ קעפיג
ווי מישטו הודו מיט פיש, דער בלאט קארטון איז געווען אינעם פורים ביילאגע דאס איז לכתחלה געמאכט צו זיין קאמיש איינמאל א יאר, איך זעה קיין שום פראבלעם דערמיט,
ביסטו עס מדמה צו א אפציעלע עדיטאריעל מיטן פולן ערנסקייט, שרייבט געהארגעטע שטותים, אז ר' אהרן איז קעגן רש"י תוספות, רמב"ם, אלע ראשונים אחרונים אלע חסידישע רבי'ס, אלע מלחמה איבערלעבער, ער איז דער נייער רשע פון תשע"ג,
פליז, גימי ע ברעיק, ס'מיטאמאל קלאוס
ר' איד, דער קארטון האט קיינמאל נישט געזאלט זיין א אלטורנאטיוו פאר עדיטאליעס, א עדיטאריעל מיט א קארטון סערווירן אינגענצן אנדערע ציעלן,
און אויב זאל מיר מדמה זיין עדיטאריעלס גלייב מיר און די הייסע צייטן האט דער בלאט געהאט אסאך מאל זייער זיסע עדיטאריעלס, איך מיין דו וועסט עס אויך מודה זיין,
שיין.. פריער איזעס געווען ׳קורץ-קעפיגע שוואנצנות׳, יעצט אז איינער האט געזאגט אז דער בלאט קען דאס נישט באווייזן, אל-אף-אה-סאדען ווערט דאס ׳זיסע עדיטאריעלס׳..
דאס איז נישט אן עדיטאריעל. אפשר הייסט עס אן אפ-עד
signoutאין דער איד איז דא די וואך א עדיטאריאל ווי ער לייגט אראפ מהר''א אלס דער ש''ץ בדורינו ער וויל ממש חרוב מאכען זיינע עלטערנ'ס יודישקייט (כאילו זיי זענען נישט געוען אזוי גוט ווי ער) היל''ת,
איך בעט א טובה פאר איינער ליינט דעם ארטיקל זאל ביטע נעמען אין באטראכט די פאלגענדע פאקטן,
ערשטענס, ר' אהרן האט קיין איין איינציג מאל דערמאנט בשום רמיזא וחניכא סיי וועלכער פריעדיגער גדול אדער רבי, ער האט מיטאמאל זיך באצויגן צו א בר נש בכלל,
שנית, די סארט ווייץ וואס מיר ווייסן היינט אלס אריזאנע ווייץ איז קיינמאל נישט געווען א אפציע בימי רבינו, ס'האט נישט עקזיסטירט, עכ"פ נישט אויף דעם סוקסעספולן אופן,
ממילא ווי איז א מענטשס שכל צו מציע אז דאס וואס ר' אהרן איז היינט משבח אריזאנע ווייץ איז ווייל ער האלט ער פארשטייט בעסער ווי דער רבי ז"ל,
מרא דעלמא כולא! בימי רבינו זצ"ל איז עס געווען א דבר שלא לעולם דער רבי האט נישט געקענט זיין קעגן און נישט דערפאר,
שלישית, דער מציאות אז רבינו זצ"ל איז קלאר נישט געווען צופרידן מיט די ווייץ פון ביז היינט, דאס איז נישט קיין מעשה'לעך,
פאקט: דער רבי ז"ל איז 3 יאר געקראכן ביז אריזאנע צו שניידן ווייץ, פארוואס? לויט דעם עדיטאריעל איז דאס געווען חדש אסור מן התורה,
ליינט ביטע די אנאנסן וואס עס איז דאן פובליצירט געווארן עס שטייט מפורש אז מ'גייט אהין ווייל עס רעגנט נישט און עס האט נישט קיין מצומחות ומובקעות,
מיינט דאך דאס קלאר אז דער רבי זיכער נישט געהאט א קפידא צו שניידן דוקא און רעגנדיגע מקומות אדרבא ער האט געזוכט עפעס אנדערש,
פאקט: דער רבי ז"ל האט יעדער יאר זיך אויסגעקליבן זיינע ווייץ, און ס'האט אויך אנגעהאלטן ביים ברך משה, פארן המון האט מען עס נישט געטאן,
דאס מיינט אז דער גראדער שכל הישר זאגט אז דער רבי ז"ל איז געווען אינגאנצן צישטימינג מיט אזא רעיון וואס מיר ווייסן היינט אלס אריזאנע ווייץ,
יעצט ליין נאכאמאל די עדיטאריעל און זאל מיר איינער זאגן צו דאס האט א ברעקל אינטעליגענץ
כאנאר אזוי אריינגעטראכט אז כאב באמת הנאה געהאט פון ר' אהרן'ס דרשה היי יאר,
פארוואס? העלעך מסביר זיין,
ס'דערמאנט מיך א מעשה, איינער משה האט אמאל דערלאנגט פארן חבר א פראסק אין שול,
דער חבר האט איבערגעדרייט די וועלט, געלאפן צום רב, דיין, טאטע, מאמע, חברים די גאנצע שטאט האט געשטינקן אז משה האט דערלאנגט א פראסק פארן חבר,
ויהי ממחרת, טרעפט דער משה נאכמאל דעם חבר אין שוהל דער משה טראכט נישט קיין צוויי און געבט נאכאמאל 2 קלינגעדיגע פראסקעס פארן חבר אזש די גלעזער איז געפלויגן איין עק שול און די היט די אנדערע עק,
זאגט משה הער מיך אויס איך האב לכתחלה נישט געקלערט דיר צו געבן נאך פעטש נאר היות איך זעה די האסט איבערגעדרייט די שטאט האב איך נישט געוואלט קיינער זאל חושש זיין אז איך האב חרטה האב איך דיר געמוזט געבן ביתר שאת,
לענינינו, די זאליס האבן 2 יאר צוריק זיך איינגערעדט אז מיט די "היתר פון טאש" דרשה האבן זיי געכאפט דעם טוטער,
זיי האבן איבערגעדרייט די שטאט, געהאקט און געבראקט מיט שרעקעדיגע ארטיקלען, געוואלד "היתר פון טאש", דער שייגץ מיינט נישט קיין צווייטן נאר דעם רבי'ן מיטן צאנזער רב ביזן בעש"ט
און ס'האט זיך שוין געקענט דאכטן אז ר' אהרן האט זיך דערשראקן פון די אלע איבערקערענישן אז אפשר האט ער חרטה,
דערווייל די יאר, האט ער סורפרייזינגלי זיי געגעבן אזא "היתר פון טאש", אז זיי האבן געקענט גיין צאמקלויבן די ציינער,
פשוט בלויז צוליב דעם אז זאל דיך נישט דאכטן אז פון די דעמאגאגיע אין דער איד גייט זיך איינער צוקראצן.
דער מציאות איז אז ווייץ וואס איז דא אין דעם מבוקעות איז א פראבלעם, לית מאן דפליג, און ווי מהר"א האט עס שיין ארויסגעברענגט, ס'איז כשר בשעת הדחק, מען קען אויף דעם מציאות נישט קריגן, דאס איז די הלכה, פינטל.
יעצט, אז איינער וועט מיר קומען פרעגן, אלא מאי, דער רבי ז"ל האט געגעסן מצה וואס איז כשר בשעת הדחק, האט דאס א תירוץ!, ביי אים האט מען געקליבן, און ס'איז געווען נאך אסאך חשובע ערליכע אידן תלמידי חכמים וואס האבן געוואוסט די הלכה, און זיי האבן אויך געקליבן, ווידעראום דער פשוטער המון עם האט געגעסן מצות כשרות בשעת הדחק.
קומט דער איד, און זוכט צו קריכן אויך די הינער אויגן פונעם סאטמארן עולם, עפנט מען א ויצעקו, הלמאי מען זאגט די רבי האט געגעסן מצה וואס איז געווען נאר כשר בשעת הדחק, א מינוט!, איינער האט געזאגט די רבי האט געגעסן? די ווייץ וואס מען האט געמאלן פארן ציבור אין בראדוויי איז געווען כשר בשעת הדחק, ווער ס'האט געקליבן איז עס געווען כשר בהידור רב, און ווער ס'האט נישט געקליבן, האט טאקע געגעסן מצה וואס איז כשר בשעת הדחק
אפשר גיי מיר אריבער
צו דעם אשכול צו זיך ווייטער ארום גראזשענען איבער דעם נושא,
איך האב מער זיך צו זאגן, איך האלט נאר ס'מער געאייניקט דארט צו עס דיסקוסירן,
טייערע מנהלים אפשר ברענגט איר אריבער די לעצטע פאר תגובות אין יענעם אשכול און מ'העמיר דארט ממשיך זיין ביתר שאת
א שיינעם דאנק
שרייבער, ווילסט מיר זאגן אז דער רבי וועלכער האט זיך כסדר אויפגעטון אז זיינע מצות זענען די מהודר'דיגסטע און מיט די מערסטע חומרות, האט סתם גערעדט אין דער וועלט אריין, אבער באמת האט ער געהאט גאר בדיעבד'יגע ווייץ?
איך זאג נישט, איך פרעג נאר
לויט די דעמאלסדיגע מעגליכקייטן איז דאס זיכער געווען דאס מהודר'דיגסטע, דאס איז אויסערדעם וואס דער סאטמאר רב האט אייגעשטעלט אסאך אנדערע חומרות אין זיין בית האופה.
(ס'איז דא נאך א באזונדערע שמועס, אז אין זיינע געזונטע יארן האט דער סאטמאר רב טאקע געהייסן שניידן די ווייץ ווען ס'איז נאך געווען גרינליך),
שמעקעדיגשרייבער, ווילסט מיר זאגן אז דער רבי וועלכער האט זיך כסדר אויפגעטון אז זיינע מצות זענען די מהודר'דיגסטע און מיט די מערסטע חומרות, האט סתם גערעדט אין דער וועלט אריין, אבער באמת האט ער געהאט גאר בדיעבד'יגע ווייץ?
איך זאג נישט, איך פרעג נאר
איך זאג נאך נישט גארנישט, קודם ברענג מיר א טעיפ ווי די רבי זאגט, אדער א בריוו ווי דער רבי האט געשריבן, אז זיינע מצות זענען די מהודר'דיגסטע און די מערסטע חומרות
השנית, די חסרונות האבן דיך געהאט אנדערע קהלות אויך, און די רבי האט דאך געהאט זיינע חומרות אין די בעקעריי ווי אזוי ער האט עס איינגעשטעלט, איז קעגן די אנדערע קהלות איז עס מן הסתם געווען אהערגעשטעלט מיט די מערסטע חומרות, דאס מיינט נאך נישט אז אין שיעור למעלה
געזיכט א מקור צום נייעם מנהג
"אויפן אייגענעם טאטן קומט מען אין בית המדרש שבת חוה"מ
צו יזכור און מ'זאגט "נשמות קדושים וטהורים כזוהר הרקיע מזהירים". —
נארוואס האסטו זיי געלעסטערט כאחד הריקים, מיט דברי חירוף וגידוף,
חמץ בפסח, איסורי כריתות, חשש חמץ, מ'האט אים אלע יארן גענארט".
<a class="postlink" href="http://www.jewishaz.com/arts_features/feature/yuma-farm-plays-role-in-satmar-passover/article_6b594008-bf62-11e3-a617-001a4bcf6878.html">http://www.jewishaz.com/arts_features/f ... f6878.html</a>
דרך אגב, נישט דא היי יאר קיין שום התנגדות קעגן די אריזאנע ווייץ, ווייסט איינער די סיבה?
מגייט פארקויפן ביי שומר שבת ראטלידזש מצות פאר 15 א פונט
אינטערסאנט אז אין בעקערי האבן זיי שוין נישט קיין מצות, אבער ביי שומרי שבת יא
שטימט זייער גוט, די מצות וואס האט געזאלט זיין אין בעקערי ליגט ביי שומר שבת,
איך גלייב נישט אז בשעת אין בעקערי שיקן זיי אוועק מענטשן ווייל זיי האבען נישט קיין מצות וועלן זיי פארקויפן ביי ש''ש, חוץ אויב די רעדסט פין ר' שמואל דוד פריעדמאן וועט נאכמאל פארקויפן מצות פין זיין סובסידייזט מצות חלוקה פין 'קרית יואל' מצות ווי לעצטע יאר
לויט ווי איך פארשטיי רעדט מען פין דעם
📎 matzos.JPG
כולל גראסערי האט אריזאנע רטלידזש מצות אסאך פאר 15 א פונט, שברים
ווען האט ער עס געקויפט? אין אגב ביזט זיכער אז זיי האבען נאך אפילו שברים?
פאר וועל עס וויל וויסען דעם אמת
איינער א מאן דהוא - א שווינדלער איז געקומען צו קהל יטב לב דסאטמאר מצה בעקערי אויף ראטלידזש און געזאגט ער וויל א סכום מצות זייער ביליג פאר קמחא דפסחא. מען האט אים אויסעארבייט א פאר טאג ווען צו מאכען פאר אים דירעקט און ער האט באצאלט.
למעשה האט ער אלעס פארקויפט פאר כולל אין באראפארקKRMׂ
איך בין געווען אין מצה בעקערי פאריגע וואך עס איז נישטדא קיין מצות אלעס איז אויסגעגאנגען
וואס הייסט, זיי פארקויפון נישט פאר גראסעריס? אז מ'באשטעלט גענוג פרי און מ'באצאלט, פארוואס נישט,
איינער איז געקומען בערמה. זאגענדיג אז עס איז פאר נצרכים און זיי האבן געגעבן אסאך פונט פאר ביליג.