☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אידן וועם איר וואלט געוואלט קענען-און איז נאך מעגליך!

אידן וועם איר וואלט געוואלט קענען-און איז נאך מעגליך!

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3196

לעמאן דזשוס » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:27 pm

· #96135
אידן וועם איר וואלט געוואלט קענען-און איז נאך מעגליך!
דא, זענען מיר נתעורר געווארן אז עס געפינען זיך נאך צווישן אונז יידן וואס האבן אוצרות אוצרות צו דערציילן סיי פון דערהיים, סיי פון די קריג, סיי אלטע נייעס'לעך לעבנסשטייגער פון אמאל, און אזוי אויך זייערע בליק און באטראכטונגען אויף אונזער נייע דור חדש אשר לא ידע.

בלויז נעכטן איז אוועק איין אזא איד וואס איך האב זייער געוואלט קענען נאנט, הרב דאמב..אזוי אויך איז דא דער הרב מאיר שפירא פון מאנסי וואס כנראה איז ווערט און האט סחורה ווי גאלד צו דערציילן..

איך מיין אז מען גייט שאפן אזא גרופע און זיך ארויסלאזן אויף די יארכע..עוד מעט און מען האלט ביי דעם אויסגעפליקטן דור, און דערנאך בלייבן מיר מיט די אמעריקאנע געבוירענע יענקי קעפ מיט זכרונות פון סאנז סטריט, אממערסטנס!!!

יודן איר זענט גרייט?

בעל הבית » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:35 pm

· #96141
יא איך קום מיט אבער איך וויל זיצען אין די פראנט

חשבון » דינסטאג מערץ 12, 2013 8:36 pm

· #96273
יעדע דור האט אידן וואס האלטן די דור

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 12, 2013 9:03 pm

· #96281
מיין זיידע הגה"צ שליט"א

זר זהב » דינסטאג מערץ 12, 2013 9:05 pm

· #96284
מיין דיין הגאון שליט"א

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 12, 2013 9:06 pm

· #96285
זר זהב
מיין דיין הגאון שליט"א

ער איז קוים 40, ניטאמאל דעם רבי"זל געדענקט ער.

טעפל » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:46 am

· #96407
אן אלטע טענה, היינט קומט מען צו א ניחום אבילים, "וואו האט ער געלערנט? פאפא? גאלאנטע? געווען ביים קריג? געלאפן געקומען, ס'איז דא א וועלט צו שמואסן, אין א שיינע פאר יאר ארום, וואו האט ער געלערנט? און סאטמער, ווייס איך, ווואו? וואס הייסט וואו? אין סאנס סטריט, פארשטייט זיך ווער איז געווען משגיח, וואס הייסט ווער ר' נתן יוסף וכו' וכן הלאה..

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 13, 2013 11:40 am

· #96463
און אביסל שפעטער: אין וועלכע סאטמאר?

ודי למבין » מיטוואך מערץ 13, 2013 11:44 am

· #96466
אדער: ווי האט ער געשריבן אין קאווע שטיבל אדער אין איי וועלט, וכן על זה הדרך

טעפל » מיטוואך מערץ 13, 2013 5:11 pm

· #96697
אהה ס'איז גוט ס'הייבט אהן עפעס א שטיקל רשימה..