☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרב ירחמיאל ישראל יצחק דאמב ז"ל

הרב ירחמיאל ישראל יצחק דאמב ז"ל

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3188
בלאט: 1 2

שעפסעלע » מאנטאג מערץ 11, 2013 1:47 pm

· #95651
הרב ירחמיאל ישראל יצחק דאמב ז"ל
אין לאנדן איז יעצט נפטר געווארן הרב ישראל ירחמיאל דאמב עליו השלום פון נטורי קרתא

האט קאפ » מאנטאג מערץ 11, 2013 1:50 pm

· #95655
מגדולי הקנאים בדורינו בגיל 98

בעל הבית » מאנטאג מערץ 11, 2013 1:59 pm

· #95657
בד"ה ער איז געווען א געוואלדיגע ת"ח מתלמידי ישיבת חכמי לולבלין מתלמידי הגדולים פין ר" שמעון זשלעכאוע"ר א מורדיגע בעל דרשן איבערגלאזט צוויי חשובע זין הרה"ג ר יעקב דוד נ"י ראש הכולל באבוב לונדון אין ר שמעון נ"י מיט עטליכע איידמער ובתוכם הניגיד ר חיים הערש כהן

קאך_לעפל » מאנטאג מערץ 11, 2013 2:46 pm

· #95665
איי, איי, איי, ער איז שוין אויך נישט דא? אוי איז דאס געווען א יוד, מלא חומר, מלא מחשבה, א קלארן דעת, און פה מפיק מרגליות,

ער האט געהאט א חוש צו אנאלאזירן די קאמפלעצירסטע געשענענישען, מיט א קירצע שפרוך ווארט, וואס האט געזאגט א סאך,

זיין קלארע וויזיע אויפן היינטיגען דור שפל, מיט אירע מנהיגים, האט אים פארפיינטעט ביי די יונגע בעלי רגש,

דער יוד האט נישט געוויסט וואס דער ווארט פחד מיינט, און וואס דאס ווארט חניפה מיינט, ער האט אייביג און יעדעם געזאגט, וואס ער האט געהאט צו זאגן, צו עס איז יענעם יא געפאלן, אדער נישט.

אבד חסיד צן הארץ, עס איז פארלאשן געווארן נאך א ליכטעלע פונעם ליכטיגען אמאל, עס איז פארלוירן געוואכן נאך א גאלדענע עפל, פון יח''ל.

דער דור ווערט נאר נאקעטער, און נאקעטער, משיח האט שוין באלד נישט צו וועם צו קימען!

איך אויך » מאנטאג מערץ 11, 2013 7:12 pm

· #95806
זיי מיר מוחל אבער דער טיפוס וואס דו לייגסט אראפ סאונד ווי א טאטאלער צודרייטער. דער אייבערשטר האט געגעבן די איינגעבאקענע בושה און די דשעלי אונעם מח פאר א גוטע סיבה, נאר ווער עס פעלט עם גייט ארום זאגן זיין מיינונג אומגעבעטן.

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 11, 2013 8:35 pm

· #95827
ער איז אמאל געווען אן עושר.
אין די ספר שהופיע לאחרונה, א שמועס מיט ר' עמרם בלוי, ברענגט ר' עמרם א ראיה אז נטורי קרתא יודן זענען נארמאלע מענטשען, למשל דער עושר דאמב פון לאנדאן.

איינער » מאנטאג מערץ 11, 2013 8:48 pm

· #95828
אן אינטערסאנטער אינטערוויאו מיט הרב דאמב.

מאראנצןזאפט » מאנטאג מערץ 11, 2013 8:54 pm

· #95830
הרב דאמב ז"ל איז געווען דער מוציא לאור פון ספר נהרי אש מתורתו של רבי שמעון זעליכאווער זי"ע.
אויך האט ער ארויסגעגעבן צוויי טשיקאווע קנאות ספרים, איינס הייסט העתקות, און די צווייטע געדענק איך נישט.
אויך האט אן אייניקל ארויסגעגעבן פן אים א פירוש אויף שיר השירים אויף אידיש, באארבעט לויט זיינע שיעורים, מיט אסאך שיינע סחורה דערין.
מתורתו: כאטש זיין אויסגעשפראכענע קנאות איז ער געווען א גרויסער מתנגד פון די ניטורא קרתא פראקציע וואס גייען מיט\צו אראבער.
און ער איז דער בעל המימרא "אז מ'וואלט ווען געדארפט אויס'הרג'נען אלע רבי'ס, אויסער דעם ל... אז מ'זאל וויסן פארוואס מ'האט זיי גע'הרג'ט.

ידען » מאנטאג מערץ 11, 2013 8:59 pm

· #95832
פארוואס באהאלסטו ווער סע די ל?

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 11, 2013 9:16 pm

· #95838
איך מיין אז יצחק לעבאוויטש איז דער לעצטער אייגענארטיגער קנאי,

פארדינט א באזונדער אשכול, אבער ס'כדאי אנצומערקן וואס אברהם לויפער שרייבט אין היי-יאריגע אריזאנע קונטרס, אז ווואדרידזשע רב איז ידוע מיט זיין געמאסטענע דיבורים.

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 11, 2013 9:22 pm

· #95841
חיים שאולזהן, זאגט א גוט ווארט אויף אים, נאך אן הקדמה פון עבירות ופשעים:
"למרות ניגודי ההשקפות ולמרות שאפשר לומר עליו כל כך הרבה דברים כולל שהתפרנס ממכירת צלמים, סיפורים על גבי סיפורים, איש לא יכול לקחת ממנו את גדלותו ופקחותו, הוא היה נואם בחסד עליון, כתבתי עליו כל כך הרבה בשעתו כשסערו הרוחות סביבו, ובל"נ בהמשך הערב אכתוב יותר"

מאראנצןזאפט » מאנטאג מערץ 11, 2013 9:57 pm

· #95847
הרב דאמב איז אויך דער פיאנער צו באטיטלען הרב שך אלס .MR רשכבה"ג.

איך אויך » מאנטאג מערץ 11, 2013 9:58 pm

· #95848
די געוואלדיגע זכות וועט עם אוודאי ביישטיין.

מאראנצןזאפט » מאנטאג מערץ 11, 2013 10:09 pm

· #95852
קאווע טרינקער
איך מיין אז יצחק לעבאוויטש איז דער לעצטער אייגענארטיגער קנאי,

פארדינט א באזונדער אשכול, אבער ס'כדאי אנצומערקן וואס אברהם לויפער שרייבט אין היי-יאריגע אריזאנע קונטרס, אז ווואדרידזשע רב איז ידוע מיט זיין געמאסטענע דיבורים.

חזו מאן גברא רבה דקא מסהיד!

משה געציל » מאנטאג מערץ 11, 2013 10:27 pm

· #95856
פון אים איז דאך דא די באקאנטע ווארט וואס ווארפט א בליק אויף זיין אייגענארטיגקייט און צומאל קריאזע דרך; "מען דארף אלע רבי'ס אויפהענגען אויף איין בוים און איבער לאזן איינס, די וועלט זאל וויסן וואס מען האט אויפגעטוהן"... צו עס איז אמת צו נישט ווייס איך נישט, אבער עס איז זיכער אויסגעשטאנען פון אים.

קינות גירושין » מאנטאג מערץ 11, 2013 10:41 pm

· #95864
הוא היה אומר: אמאל האט מען פיינט געהאט סאטמער פאר אידישקייט,היינט האט מען פיינט סאטמער פאר גוישקייט

הדד בן בדד » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:55 am

· #95883
הוא היה אומר, וואס מיינט א סקווירא חסיד? א חסיד פון [הרב] דוד טווערסקי. וואס מיינט א וויזניצער חסיד? א חסיד פון [הרב] משה יושע האגער. וואס מיינט א אהרוני? דאס האט גארנישט מיט [הרב] אהרן, דאס איז א געוויסער מהות א געוויסער טיפ מענטש. וואס ווידער מיינט א זאלוני? אזאנס איז גאר נישט פארהאן, דאס איז א גענצליכער פראדוקט פון דעם עולם השקר, ווייל א זאלוני מיינט גאר א שונא פאר [ר'] אהרן...

ודפח"ח

זר זהב » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:58 am

· #95885
איז ער געווען דער החומה שרייבער

מיין מיינונג » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:40 am

· #95903
מ'זאגט אויך אז ער האט מעריץ געווען דעם אלטן סטריקובער רבי'ן. ווייסט איינער פשט פון דעם קשר צווישן די צוויי?

מיין מיינונג » דינסטאג מערץ 12, 2013 3:29 am

· #95914
דער סטריקובער רבי הרב בראנדער, נכד ר' שלום ראש ישיבת בעלזא.

וחלופיהן » דינסטאג מערץ 12, 2013 9:45 am

· #95939
<a class="postlink" href="http://ifyoutickleus.blogspot.co.uk/2013/03/rav-domb-zl.html">http://ifyoutickleus.blogspot.co.uk/201 ... mb-zl.html</a>

שרייבער » דינסטאג מערץ 12, 2013 9:47 am

· #95940
דא זע איך אז רז"ל האט אים באזוכט לעצטענס, קוקט אויס ער האט נישט אזויפיל מצער געווען דעם ברך משה ווי דער בעלזער

<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/198223">http://www.jdn.co.il/news/198223</a>

sunbar » דינסטאג מערץ 12, 2013 10:01 am

· #95942
מיין מיינונג
דער סטריקובער רבי הרב בראנדער, נכד ר' שלום ראש ישיבת בעלזא.

צ'ל בן...

גאלד » דינסטאג מערץ 12, 2013 10:35 am

· #95947
הדד בן בדד
הוא היה אומר, וואס מיינט א סקווירא חסיד? א חסיד פון [הרב] דוד טווערסקי. וואס מיינט א וויזניצער חסיד? א חסיד פון [הרב] משה יושע האגער. וואס מיינט א אהרוני? דאס האט גארנישט מיט [הרב] אהרן, דאס איז א געוויסער מהות א געוויסער טיפ מענטש. וואס ווידער מיינט א זאלוני? אזאנס איז גאר נישט פארהאן, דאס איז א גענצליכער פראדוקט פון דעם עולם השקר, ווייל א זאלוני מיינט גאר א שונא פאר [ר'] אהרן...

ודפח"ח

אלעס קען זיין, אבער ס'נישט מסתבר אז ער איז געווען אויסגעקאכט מיט די לעצטיגע פאליטיק,

אויס מענטש » דינסטאג מערץ 12, 2013 10:42 am

· #95951
בד"ה
זיין שייכות מיט דעם סטריקובער רבי, איז געווען ווייל זיי זענען ביידע געווען תלמידים פון ישיבת חכמי לובלין,
עס איז דא אסאך וואס צו שרייבן וועגן אים, ליהנות בהן בני אדם, לאמיר האפן זיינע אייניקלעך וועלן ארויס געבן א ביישרייבונג אויף אים, און עס שרייבן על פי דרכו.

דער וואוידיסלאבער רב ז"ל איז געווען זיין ידיד און אליינס א תלמיד פון יח"ל, דער וואוידיסלאבער רב איז אבער געווען א שטארקער אנהענגער פון סדר, הנהגה, און אויפטון, און דער צייט וואס רב דאמב איז געווען אויף די אנדערע זייט צוים, ווען זיי פלעגן זיך טרעפן איז געווען אסאך וואס צו הערן, א ריכטיגער שיחות חולין של ת"ח מיט א טעם פון פוילישע זקינים,
איין אנקעדאט וואס ליגט מיר אין זכרון:
ווען דער וואוידיסלאבער רב איז געווען אויפן וועג קיין אר"י האט ער אפגעשטאט א באזוך אין לונדון ביי הרב דאמב, בתוך הדברים האט אים רב דאמב געזאגט, "אמאל איז חסידות געוון א לוקסוס, אבער היינט איז עס לעבנ'ס וויכטיג, מען דארף צו לערנען חסידישע ספרים, עס קומען ארויס די אלע צייטונגען מלא כפירה ומינות, ווי דער איד, און אלע ציוניסטשיע צייטונגען אנגעפיקעוועט מיט אלעם בייזען און אפי' דער המודיע, איז מלא כפירה, ובכן דארף מען לערנען חסידישע ספרים כתריס לפני הפורעניות"
נאכן פארענדיגן דעם שמועס, ביים ארויסגיין זאגט הרב דאמב פארן וואידיסלאבער, "איר פארט אויפן פליגער, געב איך אייך מיט אן החומה ווי איך האב יעצט געשריבן א מאמר, איר קענט עס קוקן אויפן וועג,.
רופט זיך אן דער וואוידיסלאבער רב, איז זייט אזוי גוט, און גיט מיר אויך מיט א מאור ושמש'ל,...

ר' שמחה » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:49 am

· #96024
אויס מענטש

איר זענט נישט דער ערשטער וואס האט דעם טעות.

דער וואוידיסלאווער רב איז קיין תלמיד פון יח"ל (אדער פון ר' מאיר שפירא) נישט געווען.

אויס מענטש » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:52 am

· #96027
פון וואנעט נעמט איר אייער אינפארמציע

ר' שמחה » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:53 am

· #96029
פון זיינע קינדער, זעהט אויך זיינע תולדות בספרו ירבה תורה.

גאלד » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:09 pm

· #96040
געהערט שוין א שטיק צייט צוריק
רב דאמב האט געהאט געשריבן זייער געמיין אויפן גערער רבין דער בית ישראל,
האט זיך געמאכט אז זיי האבן זיך געטראפן פנים אל פנים,
האט איהם דער גערער רבי פארגעהאלטן היתכן איר שרייבט אזוי אויף מיר,
ענטפערט רב דאמב "וואס הייסט? איר ווייסט גאר נישט אז איך בין א קנאי?"
אל אתר ענטפערט דער גערער רבי "א קנאי בין איך איר זענט א משוגענער!"
ודפח"ח

sunbar » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:20 pm

· #96047
א משוגענע איז ווייניג געזאגט. ווען משה ארי' פרידמאן וועט שטארבן ביי די 98 וועט מען שרייבן גרויס וועגן עם?? פארוואס שרייבט מען וועגן דער דומב??

היסטאריקער » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:28 pm

· #96055
מיין מיינונג
מ'זאגט אויך אז ער האט מעריץ געווען דעם אלטן סטריקובער רבי'ן. ווייסט איינער פשט פון דעם קשר צווישן די צוויי?

ער פלעגט קומען קיין אר״י אויף שבת, בצילו פון סטריקעווער רבי׳ן מראשי אגודת ישראל

מוצ״ש האט ער געהאלטן א דרשה ביי די נטו״ק ווי ער האט פוער פיו געווען קען די עדה״ח און די דעמאלסדיגע ראשים, בעל מנחת יצחק זצ״ל, הרמ״א פריינד זצ״ל, ( כידוע האט קיינער נישט געטרויט צו טשעפען מיט רמ״א זצ״ל, אפילו די בעלזע חסידים, רב דאמב איז געווען א יחיד מיט אזא חוצפה) און נאך, פאר יעדען האט ער געהאט א באזינדערע כינו של גנאי שאין להעלותן על הכתב,

shem-tov » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:31 pm

· #96058
אפשר אז פריעדמאן וועט אזויפיל טאן צו פארשפרייטן שיטת הקנאים און דעת רבינו הק' ווי הרב דאמב ז"ל און נאך זאגן גיטע וויצן אויך, וועט מען אים אויך פארגעבן. מי יודע. דער איז געווען א דורכגעווייקטער חסידישער איד ת"ח עצום און א גרויסער חסיד פונעם רבי'ן

shem-tov » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:35 pm

· #96061
סא זאגסט ער איז גאר געווען אן אגודיסט. וואס. קיינער מיז נישט האלטן פון זיין שיטה ושיטת רבו אבער א שיטה האט ער געהאט און אויף דעם האט ער געלעבט

בעל הבית » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:39 pm

· #96064
מיין מיינונג
דער סטריקובער רבי הרב בראנדער, נכד ר' שלום ראש ישיבת בעלזא.

תוקן טעות האדמו"ר מסטריקיב בן של ר' שלום בראנדר מלפנים ראש ישיבת בעלזא

בעל הבית » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:47 pm

· #96070
sunbar
א משוגענע איז ווייניג געזאגט. ווען משה ארי' פרידמאן וועט שטארבן ביי די 98 וועט מען שרייבן גרויס וועגן עם?? פארוואס שרייבט מען וועגן דער דומב??

פין דיין נערישע תגובה איז משמע אז די ווייסט ניטאמאל פין וועם מען רעדט

sunbar » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:52 pm

· #96072
איך ווייס גאר גוט, און דא בלייב איך שטיין. ער איז שוין נישט בין החיים.

בעל הבית » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:56 pm

· #96073
האסטו עם בכלל אמאל געזען אדער געהערט געשמעקט ?

מאראנצןזאפט » דינסטאג מערץ 12, 2013 1:12 pm

· #96085
רבותי שעמט אייך נישט, ס'איז דא א העכסט אינטערעסאנטער אינטערוויו אויף קול מבשר וועגן יח"ל (נאר דער חכם עתיק דארט לאזט אים נישט געהעריג קומען צום ווארט). דער איד דארט איז 96 יאר. טענה'ט אז הרב דאמב האט כמעט אונטערגעברענגט די ישיבה, און נאך. הערטס און האטס הנאה.

לעמאן דזשוס » דינסטאג מערץ 12, 2013 1:24 pm

· #96089
מאראנצןזאפט
רבותי שעמט אייך נישט, ס'איז דא א העכסט אינטערעסאנטער אינטערוויו אויף קול מבשר וועגן יח"ל (נאר דער חכם עתיק דארט לאזט אים נישט געהעריג קומען צום ווארט). דער איד דארט איז 96 יאר. טענה'ט אז הרב דאמב האט כמעט אונטערגעברענגט די ישיבה, און נאך. הערטס און האטס הנאה.

מאראנצןזאפט, אקוראט ווי דו שרייבסט,

איך וואלט אפילו געכאפט א פליגער און אראפגעפארן צו דעם חיים מאיר שפירא קיין פלארידא אויף א אינטערוויו, דער האט סחורה. מאראנצן, קומסט? ווער נאך קומט מיט?!

אויס מענטש » דינסטאג מערץ 12, 2013 1:28 pm

· #96093
מאכט נישט קיין איבערקערעניש איך וויל עס נאך הערן מען וועט דאס נאך אראפנעמען
דרך אגב הרבה נשאר בקולמוסי אודות הרב דאמב ולא רציתי לכתוב משום דאין מספרין אחר מטתו של ת"ח
והוא הי' גאון עצום, וכן אסור לדבר על המת משום ולא תקלל חרש

איך אויך » דינסטאג מערץ 12, 2013 1:29 pm

· #96095
וואס איז דו פונקטליכע נומער צו ריפען?

לעמאן דזשוס » דינסטאג מערץ 12, 2013 1:31 pm

· #96098
קול מבשר, דאן איינס איינס פיר..געהערט דעם שלאפלאזן נאכט!

יענער איז א געוואלדיגע זכרן, און דענקט דאטום ווי איך געדענק פאריגע וואך.

איך אויך » דינסטאג מערץ 12, 2013 1:34 pm

· #96099
איך האב געבעטן די פונקטליכע נומער, וואס איז ק"מ נומער?

לעמאן דזשוס » דינסטאג מערץ 12, 2013 1:35 pm

· #96100
@איך אויך, ווייסאיך נישט.

איך אויך » דינסטאג מערץ 12, 2013 1:39 pm

· #96101
געמיר א הנחה, איך ווייס באמת נישט זייער נומער, איך האב נישט קיין צייט און קיין נערוון פאר האטליינס/קאלדליינס, אבער דעם איד וויל איך הערן פאר עס פליעט אוועק. ביטע קען מיר איינע שרייבן זייער נומער.
א דאנק.

איך אויך » דינסטאג מערץ 12, 2013 1:41 pm

· #96103
גוגלתי ונושעתי.

וחלופיהן » דינסטאג מערץ 12, 2013 1:46 pm

· #96106
דאמב איז געווען א תלמיד מובהק פון ר' שימאלע זעלעכאווער און דאס 'כמעט אונטערברענגן' פון יח"ל האט געהאט צוטון מיט ר' שימאלע. כעין ר' אהרן ראטה אין סאקמאר צי וואו, ר' שמואל אונסדארפער אין סטיינס, ר' גדליה נאדל אין וויזניץ, דער דאראגער אין בעלז ועוד ועוד.

מאראנצןזאפט » דינסטאג מערץ 12, 2013 3:22 pm

· #96151
אויס מענטש
מאכט נישט קיין איבערקערעניש איך וויל עס נאך הערן מען וועט דאס נאך אראפנעמען
דרך אגב הרבה נשאר בקולמוסי אודות הרב דאמב ולא רציתי לכתוב משום דאין מספרין אחר מטתו של ת"ח
והוא הי' גאון עצום, וכן אסור לדבר על המת משום ולא תקלל חרש

אבער אין אישי מעג מען... שיק מיר סחורה איך בין הונגעריג.

נאטרוליסט » דינסטאג מערץ 12, 2013 6:02 pm

· #96225
ער איז געווען א געוואלדיגער מושלם, א פיקח עצום נורא, אבער דווקא זיין פקחות האט אים פארפירט.
למשל דאס אנרופן דעם מנחת יצחק, אלס "דזשעקי", איז פינקט ווי אנרופן דעם חזון איש אלס שייקי.

האסט א חילוקי דעות מיט א רב פון די עדה החרדית, מסכים, טוה עס מענטשליך. דער מנחת יצחק איז נישט געווען קיין חדר אינגל, צי ער גייט אין דיין ליניע אדער נישט.

ר' שמחה » מיטוואך מערץ 13, 2013 9:34 am

· #96419
וחלופיהן
דער דאראגער אין בעלז ועוד ועוד.

תיקון טעות, אין מחנה אברהם-חוג.
בלאט: 1 2