☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרב ירחמיאל ישראל יצחק דאמב ז"ל

הרב ירחמיאל ישראל יצחק דאמב ז"ל

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3188
בלאט: 1 2

וחלופיהן » מיטוואך מערץ 13, 2013 11:14 am

· #96455
תיקון טעות, אין מחנה אברהם-חוג.


גארנישט א טעות. פרעג דיך נאר נאך וואו ער איז געווען פאר חוג.

אויס מענטש » מיטוואך מערץ 13, 2013 11:21 am

· #96457
מיץ תפוזים פאר גוטע שמוץ קענסטו גיין צום לאנגיעריגן ארכילאג-שמוץ גרובער
חיימקע שאולזון ער פארציילט דארטן גוטע מעשיות אויף דאמב
די קראנטהייט איז נישט אויף קיין שום איד געווינטשן.

ר' שמחה » מיטוואך מערץ 13, 2013 11:47 am

· #96468
וחלופיהן
תיקון טעות, אין מחנה אברהם-חוג.

גארנישט א טעות. פרעג דיך נאר נאך וואו ער איז געווען פאר חוג.

ווייסן מיר אז ער איז געווען פון די דריי וועלכע זענען געגאנגען בשליחות זיך לערנען פסיכלוגיא און נישט באקומען דארטן קיין פאסטן,
(מילא האט ער נישט געקענט עפעס אנווערטשאפטן אזוי ווי די אנדערע וועלכע איר האט אויסגערעכנט).

אגב, דרשתו בפרשת רא"מ שווארץ נתפרסם לאחרונה...

גאלד » מיטוואך מערץ 13, 2013 12:59 pm

· #96497
הפלא ופלא אז קיינער האט נאך נישט ארויפגעשטעלט דער אלטער יוטוב קליפ, איך האב דאס שוין געוואטש א שטיק צייט צוריק מ'זעהט ער האט געהאט א גוטע ענגלישע וואקעביולערי

זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 1:03 pm

· #96498
איינער
אן אינטערסאנטער אינטערוויאו מיט הרב דאמב.


א הפלא אז האסט עס נישט באמערקט...

גאלד » מיטוואך מערץ 13, 2013 1:06 pm

· #96499
טאקע נישט באמערקט, כאב געזוכט צו סדא א עמבעדעד יוטוב קליפ, פארוואס איז עס נישט עמבעדעד מיין לינק, וואס האב איך ראנג געטאן

גאלד » מיטוואך מערץ 13, 2013 1:08 pm

· #96503
כאב פשוט אראפגענומען די s פון די https און דאס האט געמאכט די טריק
נישט געוויסט

בעל הבית » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:55 pm

· #96646
איך האב מורא אז די קענסט נישט קיין ענגליש, דווקא בין איך שטארק איבערגענומען געווארן פין די דברת קודש

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:24 am

· #96925
משה געציל
פון אים איז דאך דא די באקאנטע ווארט וואס ווארפט א בליק אויף זיין אייגענארטיגקייט און צומאל קריאזע דרך; "מען דארף אלע רבי'ס אויפהענגען אויף איין בוים און איבער לאזן איינס, די וועלט זאל וויסן וואס מען האט אויפגעטוהן"... צו עס איז אמת צו נישט ווייס איך נישט, אבער עס איז זיכער אויסגעשטאנען פון אים.

א מענטש וואס קען מאכן אזא סטעיטמענט האט א מיינדסעט פון א טעראריסט און מאסן מערדער. ממילא פאלן אוועק אלע אנדערע מעלות און כישרונות וואס ר'האט אפשר געהאט. און זיין פערזענליכקייט האט נישט קיין שום ווערט. ס'איז פונקט אזוי (אדער נאך ערגער) ווי די מעריצים פון משה הירש (אן אידעאלאגישער קרוב פון דאמב) האבן ארויסגעהויבן זיין מידת הכנסת אורחים. אז ר'האט אן אפענע שטוב. און אז צענדליגע בעלי תשובה פארברענגען ביי איהם שבתים. די אלע מעלות פאלן אוועק ווען דער צענטראלער התנהגות פון דעם מענטש איז נישט אין ארדנונג.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:38 am

· #96930
ר' שמחה
אויס מענטש
בד"ה
זיין שייכות מיט דעם סטריקובער רבי, איז געווען ווייל זיי זענען ביידע געווען תלמידים פון ישיבת חכמי לובלין,
עס איז דא אסאך וואס צו שרייבן וועגן אים, ליהנות בהן בני אדם, לאמיר האפן זיינע אייניקלעך וועלן ארויס געבן א ביישרייבונג אויף אים, און עס שרייבן על פי דרכו.

דער וואוידיסלאבער רב ז"ל איז געווען זיין ידיד און אליינס א תלמיד פון יח"ל, דער וואוידיסלאבער רב איז אבער געווען א שטארקער אנהענגער פון סדר, הנהגה, און אויפטון, און דער צייט וואס רב דאמב איז געווען אויף די אנדערע זייט צוים, ווען זיי פלעגן זיך טרעפן איז געווען אסאך וואס צו הערן, א ריכטיגער שיחות חולין של ת"ח מיט א טעם פון פוילישע זקינים,
איין אנקעדאט וואס ליגט מיר אין זכרון:
ווען דער וואוידיסלאבער רב איז געווען אויפן וועג קיין אר"י האט ער אפגעשטאט א באזוך אין לונדון ביי הרב דאמב, בתוך הדברים האט אים רב דאמב געזאגט, "אמאל איז חסידות געוון א לוקסוס, אבער היינט איז עס לעבנ'ס וויכטיג, מען דארף צו לערנען חסידישע ספרים, עס קומען ארויס די אלע צייטונגען מלא כפירה ומינות, ווי דער איד, און אלע ציוניסטשיע צייטונגען אנגעפיקעוועט מיט אלעם בייזען און אפי' דער המודיע, איז מלא כפירה, ובכן דארף מען לערנען חסידישע ספרים כתריס לפני הפורעניות"
נאכן פארענדיגן דעם שמועס, ביים ארויסגיין זאגט הרב דאמב פארן וואידיסלאבער, "איר פארט אויפן פליגער, געב איך אייך מיט אן החומה ווי איך האב יעצט געשריבן א מאמר, איר קענט עס קוקן אויפן וועג,.
רופט זיך אן דער וואוידיסלאבער רב, איז זייט אזוי גוט, און גיט מיר אויך מיט א מאור ושמש'ל,...

איר זענט נישט דער ערשטער וואס האט דעם טעות.

דער וואוידיסלאווער רב איז קיין תלמיד פון יח"ל (אדער פון ר' מאיר שפירא) נישט געווען.

אבער א קלוגער איד און א פראקטישער מענטש איז ער יא געווען. און דא האט ער גוט אריינעשאסן אין פינטל פאר "הרב" דאמב. וועלכער האט נישט דערהערט די ווערטער וואס זיין אייגן מויל האט ארויסגערעדט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:45 am

· #96933
היסטאריקער
מיין מיינונג
מ'זאגט אויך אז ער האט מעריץ געווען דעם אלטן סטריקובער רבי'ן. ווייסט איינער פשט פון דעם קשר צווישן די צוויי?


ער פלעגט קומען קיין אר״י אויף שבת, בצילו פון סטריקעווער רבי׳ן מראשי אגודת ישראל

מוצ״ש האט ער געהאלטן א דרשה ביי די נטו״ק ווי ער האט פוער פיו געווען קען די עדה״ח און די דעמאלסדיגע ראשים, בעל מנחת יצחק זצ״ל, הרמ״א פריינד זצ״ל, ( כידוע האט קיינער נישט געטרויט צו טשעפען מיט רמ״א זצ״ל, אפילו די בעלזע חסידים, רב דאמב איז געווען א יחיד מיט אזא חוצפה) און נאך, פאר יעדען האט ער געהאט א באזינדערע כינו של גנאי שאין להעלותן על הכתב,

און אזא מענטש איז מען מעריץ און מ'הייבט ארויס זיינע "מעלות"? ער איז נישט מער ווי א צולאזטער צאפ וואס קיינער האט נישט געהאט די גאטס צו סטאפן.

משכיל » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:51 am

· #96934
אויף די אינטערוויו רעט ער זייער שטאט און ווארפט דעם קאפ זייער פאני, מען קען פלאצען צוצוהערען זיין דרשה

אין אידיש ביי זיינע דרשות האט ער גערט אויך שטאט אבער מיט טעם און סארקעסעם

מאראנצןזאפט » דינסטאג מערץ 19, 2013 9:11 pm

· #98708
הרב דאמב איז דער אינציאטאר וואס האט אוועקגעשטעלט דער מהלך פון משניות סייעתא דשמיא.
ער האט געשיקט א סעמפל אויף מסכת זרעים פאר הרב גרינבוים. זיין אריגינעלע איידיע איז ווייטער נאכקאפירט געווארן.

סקרן » דינסטאג יאנואר 10, 2017 4:11 pm

· #359444
שמעתי מאחד מידידי שהי' עד להמעשה
דער פאלטישאנער רב {רב שטיין} איז געווען זייער נאנט ביי סאטמאר רב
די גבאים האט עס נישט געפאלן ווייל ער איז געווען אן אגודיסט אויך
אמאל ווען ער איז געזעצן די ערשטע ביי אים אויף א טיש אדער אן אנדערן מאמענט האבן די גבאים געלייגט אויף זיין פלאץ פון פריערט א קליינע קונטרס פון הרב דאמב
ביודעם אז ער וועט עס שטארק נישט ליב האבן און אוועקווארפען ווייל דאמב שרייבט דארט כל דבר אסור אויף אלע גדולי ישראל כידוע
וכך הוה ער האט נאר געזעהן וואס דאס איז און עס אוועקגעווארפען
סאטמאר רב קוקט אים אהן און פרעגט אים מאי האי?
האט ער אים געענטפערט מיט א מעשה וואס האט פאסירט מיט זיין רבי'ן ר' מאיר שפירא ר"י יח"ל
א תלמיד האט אים אמאל געשיקט א בריוו מיט גרויסע טיטלן און צוגעענדיגט ר' יודא מאיר שפירא זצ"ל
דערביי צושרייבענגיד עיין מהרש"א מס' עירובין דף ... שכך קורין לצדיקים גם בחייהם
ר' מאיר שפירא האט געהאט גרויס חלישות הדעת פון דעם
האט פאלטישאנער רב געענדיגט זיין סיפור און דעם רבי'ן
שטעלט אייך פאר איינער שיקט א בריוו צום רבי'ן און שרייבט אל מע"כ.....ר' יואל טייטעלבוים ימ"ש וזכרו עיין ספרי רב דאמב שכך קורין לצדיקים בזה"ז
נחה דעתו של רבינו וקרבו כנהוג
שמעתי מעדים נאמנים

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 10, 2017 10:41 pm

· #359491
חוקר וסקרן: און דער דאמב איז טאקע געווען א פארדארבענער מענטש. כאטש א תלמיד חכם ובקי בתורת החסידות (ער האט געהאט א חב"ד'ס'קער רבי'ן.). געהאט זייער א שמוציגן פיסק. אויף א יעדן ערליכן איד האט ער גערעדט די ערגסטע דברי נבלה. יא. ר'איז געווען א גרויסער בעל מכניס אורח, זאגן זיינע מלמדי זכות און גוט זאגערס. ער האט אויכעט געהאנדלט מיט צלמים אין זיין דזשולערי געשעפט. יא. ס'איז מותר עפ"י הלכה, זאגן זיינע גוטע פריינט. אפשר, יא....אבער ווי פאסט עס פאר א חסיד'ישן איד א ת"ח. וואס האט ער געזאגט פאר א גוי'טע וועלכע איז געקומען צו איהם אין געשעפט קויפן א צלם....דא האסטו דיין פארשטינקענעם צלם. נעם עס און גיי דיר ארויס ...און אלץ מיט פארמאכטע אויגן.כדי נישט נכשל צו ווערן ח"ו צו קוקן אויף אן אישה, אדער א צלם...אדער האט ער עס גענומען אין די האנט און באהאנדלט מיט ליעבשאפט. ארויסנעמענדיג עטליכע גאלדענע צלמים, קלענערע און גרעסערע, צו ווייזן פאר זיינע קליענטן...פוי.. ס'עקלט מיך וואספארא בריה שפילה ונבזה ער איז געווען . חוץ זיין א צודרייטער אויך...!

איסר האטלקי » דינסטאג יאנואר 10, 2017 11:25 pm

· #359492
די מעשה פון חוקר וסקרן איז אמת ויציב, שמעתי מבנו של להבחל"ח מרן מוהרי"א מפאלטיטשאן זצ"ל.

צוויי הגהות:
חלילה צו זאגן אז ער איז געווען אן אגודיסט, ער איז געווען א פייערדיגער קנאי, ער האט אויפגעטראטן ביי פילצאליגע דעמאנסטראציעס, ער האט כמה פעמים בארעדט ברבים די אגודיסטן.
מיט דעם אלעם איז ער אויך געווען א פייערדיגער חסיד, משום איזה סיבה שהוא, פון הרה"ק רבי חיים מאיר'ל מוויזניץ זצ"ל, טראץ זיין קעגנעראפט צו אים בנוגע אגודה.

זיין מערכה אנטקעגן הרב דאמב האט זיך אנגעהויבן אין יח"ל, ווען דער פאלטיטשאנער רב איז געשטאנען פיייער מיט הרה"ק רבי מאיר שפירא זצ"ל. גארנישט געהאט מיט קנאות צו טון.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 10, 2017 11:32 pm

· #359493
Re: הרב ירחמיאל ישראל יצחק דאמב ז"ל
הרב דאמב איז, דוכט זיך, געקומען נאכ׳ן פטירה פון הרב שפירא

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך אויך » מיטוואך יאנואר 11, 2017 10:08 am

· #359522
ניין דער שמוציג יונג האט פראבירט צו מאכן א מרידה אין יח''ל אקעגן ר' מאיר ווען ר' שימעלע האט פארלאזאט די ישיבה. עס ווערט דערמאנט בקצרה דא.

דולה ומשקה » מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:08 am

· #359525
איך אויך
ניין דער שמוציג יונג האט פראבירט צו מאכן א מרידה אין יח''ל אקעגן ר' מאיר ווען ר' שימעלע האט פארלאזאט די ישיבה.


נישט ריכטיג, ר' שימעלע האט געהאט חסידים נאך אינדערצייט פון רבי מאיר שפירא, וואס פאר מהר"ם שפירא האט דאס נישט געשטערט צופיל, ער האט זיך געקימערט דעמיט, וויבאלד די סדר און הנהגת הישיבה איז אנגעגאנגען כרגיל, נאר נאך א האלב יאר צו אביסל מער פון דער פטירה פון מהר"ם שפירא ווען רבי משה'לע באיאן'ער האט געוואלט פארכאפען די לייצעס פון דער הנהגת הרוחני פון דער ישיבה, האט ער אינטערגעברעגט און געמאכט זיכער אז ר' שימעלע זאל פליען. די בכיות איז געוועהן בקולי קולות ווען ר' שימעלע האט געזאגט זיין דרשת פרידה אין היכל פון דער ישיבה, דער גאנצע עולם האט מיטגעוויינט, עס איז געוועהן ווי א דאלפעטע קלאפ אין איין יאר.

דער ישיבה נאך ר' שימעלע איז קיינמאל נישט געוועהן די זעלבע, די הנהלה האט אנגעהויבען אריין צו נעמען וועם אימער וכו' וכו', הגם אין כמות איז געוועהן סאך בחורים אבער אין איכות איז דאס געפאלען מיט א מורא'דיגע שנעלקייט, ווייט נישט געווען דער פארגלייך די עילוים און חריפים פון פריער.

ועוד יש לדלות ולשקות, אמנם הוא מהדברים שהשתיקה יפה לה, וד"ל.
בלאט: 1 2