אשכול אנע טעמע
55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3183
אשכול אנע טעמע
פיל מאל קומט אריין שטיבל מיט א גוסטע אדער א גוטע צו שרייבן עפעס מוראדיג, אדער פארקערט אויפגעברויזט ביז גאר, און מען וויל שימפן שעלטען עס זאל גיין א רויעך,
אדער ווי לעצטענס פארוויקלט זיך גאר סומאטאכעס על ידי סומעטאכע, בתוך סומעטאכע, דא אין שטיבל מיניה וביה, און סומעטאכע גוררת סומעטאכע, ווען איינער האלט גאר שטארק איין זאך, און שווערט זיך ביי דעם רבינ'ס צווייטע זון אז נאר אזוי איז געווען די מעשה, און ער קומט אריין דא פול פארס, אין ביזדערווייל טרעפט ער רבים וטובים וואס טראכטן אנדערש ווי אים און להכעיס קען נאך איינער עס אפי' ארויסברענגען אין צומישן זיינע קלארע דיעות, וואס דאן ווערט א פייער וואס גייט פערזענליך ווי א פייער טאבע וואס ווייסט נישט קיין אפשטעל, א שטייגער, למשל איחוד גייט נאכלויפן און דערגיין די יארן פון זר זהב איבעראל, און יאסעלע גייט אראפרייסן און אויפדעקן איחוד'ן, צו איינער ביים ליינען די קשיות אויף באס דרייווער'ס מעשיות, צו ווען מען ליינט עפעס אומגעווינטשן פון דעם שואב מים, וכו' וכו', וגלגל החוזר היתר כרוך ביז עס ווערט 132 בלעטער,
וואלט זייער ראטזאם געוועזען מען זאל מאכן א ספעציעלן אשכול, פאר אט אזעלכע פעלער מען זאל חלילה נישט דארפן צוקומען צו דעם,
א ספעציעלן אשכול ווי מען קען שרייבן וואס מען וויל אן קיין טעמע, די קענסט שרייבן דיינע חלומות מיט די גלענצעדע פארבן און קיינער קען דיר נישט אפפרעגן, נישט האבנדיג קיין השגה במה דברים אמורים און היכא קאי דבריך, אזוי האסטו זיך אויסגעבען און קיינער האט דיר נישט אריינגעווארפן א פלאקן,
און וכן להיפך די ווילסט יעצט אויסגעבן דיינע בויך קרעמפן און כעס, דיין לייכטזיניקייט, וועגן א געוויסע נושא יהי' מה שיהי' און די ווילסט קיינער זאל דיר נישט שטערן ווי א שטייגער ביים ליינען עפעס א סומעטאכע ווי יעדר זאגט אנדערש ווי די ווילסט, קען מען קומען אהער אפשרייבן וואס מען וויל און נישט דערמאנענדוג די טעמע וואס באדערט וועט יעדער זאגן נתקבל דעתך תנוח דעתך מיר האלטן גענוי ווי דיר און שלום על ישראל.
געגאנגען ...
וואס זענען די ראלס? למשל איך וויל מיך יעצט רעגן און שימפען קעגן אויס מענטש'ס נייע אשכול אנע טעמע קען איך עס דא טין?
יא וועלקאם ! הייב אן אבער זאג נישט פארוואס די רעגסט דיך ווייל דאן וועט דאס ווערן סומעטאכעדיג
סארי טו טעל יו, אבער דער גאנצער אשכול האט נישט קיין הענט און קיין פיס, איך האב קלארע הסבירים דערויף, אבער איך וויל נישט אז עס זאל ווערן דא א סומאטוכע...
איך ווייס נישט צו איך בען אין די ריכטיגע אשכול. ווייסט איינער ווי די סקווריא חתנוה קומט פאר די וואך ?
בעל הביתאיך ווייס נישט צו איך בען אין די ריכטיגע אשכול. ווייסט איינער ווי די סקווריא חתנוה קומט פאר די וואך ?
טאמער באציסטו דיר וועגן דעם חתונה פונעם אפגעפארענעם אייניקל, קומט עס פאר אין קאנעטיקוט און זיי פלאנען נישט אריינצולאזן קיין שום אומאיינגעלאדנטן.
CAN I GO ?
איך האף כאטש אז הערשי רובנשטיין וועט צושטעלן פיקטשערס
ארויס פון די אשכול
ביי די וועי עס גייט זיין א שבע ברכות אין סקווירא שטעטל אין ביהמ"ד
אויס מענטשארויס פון די אשכול
ביי די וועי עס גייט זיין א שבע ברכות אין סקווירא שטעטל אין ביהמ"ד
אויס מענטש פארוואס טרעסקסטו מיך ארוס האב איך אפעס שלעכטס געטון ?
קוק אויף וואס די אשכול איז מיוסד
מאך אליין א אשכול אין צימעס
איך בעט דיר איבער אבער גיי שוין ארויס
וואס האט די אשכול מיט די סקווירא חתונה? איינער ווייסט?
עס האט טאקע גארנישט מיט די אשכול סתם אבי געפרעגט דא ווייל מסתמא איז דאס די ערטשע אשכול וואס האט זיך ארויפגעקומען פארן בעל הבית השואל
איך האב טאקע געפרעגט צו איך בין פארבלאנזשט אין א ראנג געגנט
געטוישט דעם קעפל אויף "אפגעפארענע סקווירא אייניקל האט חתונה אין קאנעטיקעט"
געטוישט דורך אויס מענטש איינמאל איז עס געטוישט געווארען.
אויס מענטש
עס גייט זיין א שבע ברכות אין סקווירא שטעטל אין ביהמ"ד
📎 NS.jpg
ער לאזט נישט די סקווירא מענטשען עס פירען פאר דעים איז עס נישט און שטעיטעל,
זי איז א גרושה, די חתן טאטע איז זייער א צוגעלאזנער איז רופט ער זיין עולם זיך צו מיט פרייען מיט זיין שמחה
אזוי ארבעט עס און רעבישע הויפען די רבי (וואס צאלט די חתונה) שיקט די הזמנה נישט די עלטערען
אמת אבער פון די זייט פון סקווירא ווערט נישט אינטער געשריבען דורך די מחותנים נאר דורך די רבי
[ציטאט אראפגענומען]
ווייל אין סלאנים שיקט מען נישט קיין הזמנה בריוול ביים צווייטן חתונה.
ווי זעיסטו אז די כלה זייט נוצט די אינוויטעישען פון די חתן'ס צד?
חברה, איר לייגט אריין אין דעם מער קאפ און מוח ווי חתן און כלה צוזאמען פארמאגען.
די סקווירא רבי האט שוין אמאל אונטערגעשריבן א חתונה הזמנה מיט אן אדרעסס פון די זאל? כ'מיין ס'איז דאס ערשטע מאל.
על כרחך מוז זיין, אז ס'נישט קיין קפידה געווען נישט צו שרייבן אן אדרעסס וכו'.
ניין די חתן איז א בחור, איך מיין אז עס איז נישט שיין צו שמוסען דעיס און פאבליק
לעמילניין די חתן איז א בחור, איך מיין אז עס איז נישט שיין צו שמוסען דעיס און פאבליק
גירעכט, דו גאנצע חתונה איז עפעס נישט אזוי פאבליק..
--
ממי_ האקט:
נישט מיר איר, מיט אים יא. און ס'איז געחתמ'ט דורכ'ן זיידען אז ס'איז א זיוויג הגון.
אבער, לעמיל איז גירעכט, פארוואס דארף מען רעדן?
יא, א עקלדיגע וועטער היינט, נאך א מזל איך בין נישט קיין לאנדענער איך וואלט געגאנגען ניסלעך מיט די רעגען יעדען טאג
איך בלעים זיי נישט דאס איז די סיבה פארוואס איך דאנק די אייבערשטער אז איך בין נישט קיין לאנדנער
לעמילניין די חתן איז א בחור, איך מיין אז עס איז נישט שיין צו שמוסען דעיס און פאבליק
ווילסט א גרופ טשעט?
מ'ארבעט דערויף
[ציטאט אראפגענומען]
עס קען נישט זיין אמת. א טאג וואס עס רעגנט אין נ'י, איז דא מער פייפערייען פון די קארן. אין לאנדאן פייפט מען אפילו דעמאלס נישט.
לעמילמ'ארבעט דערויף
די ווייסט אזוי?
יא, איך בין נאך נישט אונגעקומען עס צו מעלדען האפענטלעך היינט אי"ה
לעמילאיך בלעים זיי נישט דאס איז די סיבה פארוואס איך דאנק די אייבערשטער אז איך בין נישט קיין לאנדנער
די נער פאר א גרינגע באטעמטע לעבן בין איך מסכים אביסל רעגן האנדל דיך אייו א מעיל . זיי באקומען אלעס פין די גאווערמינט ווי אויך קמחא דפסחא . יעדער וואנט אין שיינע אייגענע סעפרעט הייזער מיט פראנט אין בעק יארד. שיינע גבירים רוסטערקראטשע מענטשן and much much more
[ציטאט אראפגענומען]
פון איין זייט, און פון די אנדערע זייט זאגט מען פארוואס זענען די איזראעיליס אזוי נערוועז, ווייל די זון האקט אין קאפ און מ'ווערט צושמאלצן און נערוועז..
פשוט פשט איז אזוי, אין לאנדאן איז נישט דא קיין דאגות הפרנסה עס איז ארץ זבת פונט און פראפערטיס איז די עולם רואיג, מה שאין כן אין ארץ ישראל איז נישט דא קיין פעני, און מיר ניו יארקער זענען סתם אזוי אויף צרות, א חוץ אויב דו ביסט גרייט צו ארבטען ביי בי ענד עידזש.
בעל הביתלעמילאיך בלעים זיי נישט דאס איז די סיבה פארוואס איך דאנק די אייבערשטער אז איך בין נישט קיין לאנדנער
די נער פאר א גרינגע באטעמטע לעבן בין איך מסכים אביסל רעגן האנדל דיך אייו א מעיל . זיי באקומען אלעס פין די גאווערמינט ווי אויך קמחא דפסחא . יעדער וואנט אין שיינע אייגענע סעפרעט הייזער מיט פראנט אין בעק יארד. שיינע גבירים רוסטערקראטשע מענטשן and much much more
דאס לעבן איז זייער גוט און גרינג פאר א דורכשניטלעכער לאנדאנער, אבער! ביז זיי הייבן אן חתונה מאכן.
דארט לוינט זיך נישט צו ארבעטן, ממילא ארבעטן נישט צופים מענטשן.
אין די בלאט איז געווען אן ארטיקל לעצטנס אז פינאנציעל איז די בעסטע פאר א היימישן איד צו וואוינען אין לאנדאן, און דאס שוין נאך די אלע לעצטיגע שניטן.
זיי דארף נישט ארבעטן זיי קויפן זיך אפאר הייזער אין זיי האבן שיין פרנסה זיי האבן נישט קיין אלטערסייד פארקינג אמחיה דארט צו וואנען
מען פארשטייט נישט קיין אידיש ???
די אשכול איז נישט פון אלע טעמעס !
נאר דוקא אן א טעמע
באלד ווערט דאס אליינס א סומעטאכע, פראסט און פשוט היידזשעקן א אשכול און אראפפירן פון די רעלסען מסלף זיין פון די ריינע כונה פון דעם מייסד האשכול, סארא מסלפים און מגלים אשכול שלא כהלכה, איך וועל אייך געבן א עקזעמפל איינמאל, און איך האף אז מען וועט מער נישט זיין קיין בועט ברבו שלמדו אשכול.
למשל
איך בין יעצט זייער אויפגעברויזט אויף עפעס, און איך וויל נישט שרייבן וועגן וואס, עס זאל נישט ווערן קיין סומטאכע אדער שאדן פאר אן אנדערן איד, אבער איך וויל מיר אויס געבן מיינע געפילן, קום איך אהער און שעלט און שימפט וזה החלו:
דער איז אזוי צודרייט, אזוי ווייניג שכל גייט אריין אין איין מענטש ?!
ער רעדט מיט א מענטש און יענער רעדט דברים של טעם, און ער האקט אים איבער מיט אזלעכע קטנות'דיגע קשיות, ממש א בושה, און ער האלט אים נאך פאר אז ער פארקריכט, און דער צייט וואס דער כפול שמונה'דיגער שוטה, פרעגט אזוינע קרומע אומאינטרעסאנטע קשיות, אז איך אין יענעם'ס הויזן וואלט אראפ געהאקט דעם טעלעפאן און געבלאקט זיין נאמבער אויף אייביג, יעדעס מאל איך הער מיר צו צו אים, קומט מיר ארויף די בלוט אין קאפ, און איך פאל אראפ און בייס דעם קארפעט, שוין די צייט אז ער זאל זיך לערנען, וואס מען פרעגט ווען, און ווי אזוי מען פירט אן געהעריגע אינהאלסטרייכע שמועס .
יישר כח
רוף עס כעס אשכול.
פארוואס כעס ?
מען קען פונקט אזוי שרייבן און רעדן וועגן פאזיטיווע זאכן, ווי למשל מוראדיג משבח זיין הערשל קלאר אן א נאמען, צו פארמיידן עס זאל נישט ווערן א מעגא סומעטאכע, סתם אראפ לייגן אלע זיינע אויפטוען און ווי ער איז פון די נטורי קרתא דשופריא וויליאמסבורג,
לעמיליא, איך בין נאך נישט אונגעקומען עס צו מעלדען האפענטלעך היינט אי"ה
ווי אזוי גייט עס ארבייטן?
אויס מענטש, ווער נישט אויס מענטש, דאס איז סתם א גוטע אשכול ארויפצוברענגען גטאע נושאים און דיסקאסירען אהן איינער זאל שרייען געהערט אין דעם אשכול געהערט אין דעם געהענגעל, לאז געמאכט, ס'פארט גוט!!
בדרך אגב כ'האב שוין אמאל גערעדט מיט דעם זושעלע סקווירא רבי'ס אייניקל, ער מאכט בכלל נישט קיין רושם ווי א טיפש, איין זאך ער וויל נישט זיין קיין רבישע איינקל ער וויל זיין א נארמאלע מענטש, שוין נישט די פלאץ דא אויסצופראקען..
אין לונדון איז נאך היינט די בעסעטע צו לעבן, און ווי אויבן דערמאנט ביז מ'מאכט חתונה טראכט מען נישט פון געלט.
נאך עפעס??
גראדע ך'האב געקלערט צו מאכן אויך אזא מין אשכול וואס די האסט דערמאנט
און עס רופן דער "אשכול אן טענה'רייען" יעדער זאל זאגן זיין מיינונג, אן זיך באציען צו וואס איינער שרייבט בעפאר, און אן ווערן איבער געהאקט און פארקירעווען די שמועס צו זייטיגע נקודות שלא מן הענין,
- אבער איך האב עס נישט געפענט, מחשש רחוק אז א האלב יאר ארום וועט נאך איינער געבן א שמיר אן דעם אשכול, און אנרופן אן ארויס פון די באקס אשכול {קרעדיט יואב}, און מיר פאראורטיילן צו עפעס וואס איך האב בכלל נישט אינזין געהאט אפי' בגלגול הקודם, איז בעסער ווי ווייניגער אשכולות אנצודרייען-
וואס וואלט געארבעט אזוי, יעדער קען זיך לאזן הערן וואס ער וויל, וואס דאס וועט דאס פארמיידן סתם ארומקריגערייען, און אויך וועט עס זיין פשוט אינטרעסאנטער צו ליינען,
ווי למשל באס דרייווער'ס מעשה וואלט געפארן גלייך אן ווערן איבער געהאקט, און ווער עס וויל גלייבן זאל גלייבן, און ווער נישט נישט, און ממי שאמרו'ס פערזענליכע איבערלעבניש וכו' וכו'
לעמילניין די חתן איז א בחור, איך מיין אז עס איז נישט שיין צו שמוסען דעיס און פאבליק
אויף grunting.net
איז דא א קליפ פון די חתונה
לאליפאפבעל הביתאיך ווייס נישט צו איך בען אין די ריכטיגע אשכול. ווייסט איינער ווי די סקווריא חתנוה קומט פאר די וואך ?
טאמער באציסטו דיר וועגן דעם חתונה
פונעם אפגעפארענעם אייניקל, קומט עס פאר אין קאנעטיקוט און זיי פלאנען נישט אריינצולאזן קיין שום אומאיינגעלאדנטן.
איך בין מוחה נמרצות דאס הייסט דען אפגעפארן?! דא האסטו א בילד פון אים און זאג מיר צו דאס הייסט אפגעפארן????????
📎 IMG-20130315-WA0004.jpgכנייגעריער ועוד, ער פירט זיך כמנהג בית אבותיו, און איז שטארק מקפיד אז די פיאות זאל נישט אנרירען די בארד.
איך האב געהערט אז ער האט געטאנצן מיט זיין כלה האנט ביי האנט ר"ל... הייסט דאס דען נישט אפגעפארן ביי דיר?
נארמאל טאנצט מען נישט אין סקווער חתן כלה האנט ביי האנט ?
=
דער בחור איז נאך זייער נארמאל אקייגין דעם אנדערן זישא'לע
עס קומט זיך אים אסאך קרעדיט
איז דאס נישט רעלאטיוו. קעמפערט צ זיין זיידן און זיינע אלע קוזינס איז ער אפגעפארן. דאס האט לאליפאפ געמיינט