☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אמונה, תפלה והתבודדות. (שיעורי ברסלב חלק ב')

אמונה, תפלה והתבודדות. (שיעורי ברסלב חלק ב')

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3170

ברסלבער » זונטאג מערץ 10, 2013 2:48 pm

· #95225
אמונה, תפלה והתבודדות. (שיעורי ברסלב חלק ב')
איך האב שוין געשריבן אין די הקדמה וואס רבי נחמן שרייבט (ליק"מ ח"א ל) אז א רבי איז אזוי ווי א דאקטער, דאס הייסט אז ער היילט מענטשן ברוחניות, ער איז מסביר באריכות אז א גרעסערע רבי איז נישט איינער וואס איז א גרעסערע צדיק, ער איז מער ערליך און הייליג, נאר איינער וואס קען מער ארויס העלפן מענטשן און "זיי" מאכן מער ערליך און הייליג.
אזוי שרייבט ער אויך אין נאך פלעצער (ליק"מ ח"ב ז - סח), אז די גרויסקייט פון א רבי ווענדט זיך ווי מער ער קען זיך אראפלאזן צו פשוטע מענטשן און זיי אויך אויפהייבן, נישט ווי מענטשן מיינען אז ווי מער דער צדיק איז ווייט פון די וועלט, און ווי ווייניגער ער ווייסט וואס טוט זיך אויף די וועלט איז ער מער גרעסער, נאר פונקט פארקערט, ווי מער ער ווייסט און פארשטייט וואס טוט זיך אויף די וועלט און ער פארשטייט ווי אזוי צו רעדן צו די פשוט'סטע און נידריגסטע מענטשן אויף די וועלט, אלץ גרעסער איז ער, און פארקערט אויך, ווי גרעסער ער איז, אלץ מער פארשטייט ער צו די נידריגסטע מענטשן, אזוי ווי כביכול דער אייבערשטער וואס איז דער גרעסטער וואס איז נאר שייך, און ער פירט די גאנצע וועלט בהשגחה פרטית, פון די גרעסטע ביז די נידריגסטע ברואים, און אזוי געפינען מיר אין חז"ל (בבא בתרא, פט) "על כולן אמר רבן יוחנן בן זכאי: אוי לי אם אומר, אוי לי אם לא אומר. אם אומר – שמא ילמדו הרמאין. ואם לא אומר – שמא יאמרו הרמאין: אין תלמידי חכמים בקיאין במעשה ידינו", אז ער האט זיך אזוי שטארק אויסגעקענט מיט די נידריגע פאפערייען, אז ער האט מורא געהאט אז די פאפער'ס וועלן זיך גאר לערנען פון אים פאפעריי.
און די נקודה זעהט מען זייער שטארק אין ספרי רבי נחמן אז דאס איז טאקע געווען זיין ציהל צו לערנען אויך מיט די נידריגסטע מענטשן, און זיי אויך צוברענגן צו די גרעסטע מדריגות.

אמונה
רבי נחמן זאגט (שיחות הר"ן ל"ג) "ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, מען רעדט נישט אזוי סאך דערפון, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, און וואסערע אמונה? אזוי ווי פרויען און קליינע קינדער, וואס גלייבן אין באשעפער בתמימות ופשיטות".
די ווערטער איז דער יסוד און דער בריח התיכון פון אלע רבי נחמנ'ס ספרים, יא, די פשוטע אמונה, איי וועסטו פרעגן דאס איז דאך א פשוטע זאך? האט ער שוין טאקע מקדים געווען אז עס איז א טאקע א פשוטע זאך אבער "ביי מיר איז עס די גרעסטע זאך"
און ווען מען לערנט רבי נחמנ'ס ספרים, און ווי איר וועט ווייטער זעהן אינעם המשך, איז אין דעם דא זייער אסאך צו רעדן און טוהן, און פון דעם קומט ארויס גאר אסאך סניפים און ענינים, און דאס טוט רבי נחמן אין אלע זיינע ספרים ער צוברייטערט די פשוטע זאך אויף גאר א גרויסע פארנעם, מיט גאר אסאך עצות און חיזוק, און ווען מען האט שוין גוט ארויס די "פשוטע" זאך, און מען לעבט מיט דעם, האט מען א געשמאקע לעבן ברוחניות ובגשמיות, אשריך בעולם הזה וטוב לך בעולם הבא!

תפלה והתבודדות
דער ערשטער סניף פון אמונה איז התבודדות, התבודדות ווערט אנגערופן אין רבי נחמנ'ס ספרים, ווען א מענטש רעדט צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך אזוי ווי א מענטש רעדט צו זיין גוטע חבר, ווען א מענטש האט א שטארקע אמונה, ער גלייבט און ווייסט אז דער אייבערשטער איז איבעראל, ער פירט אים ביי טריט און שריט, און ער איז שטענדיג נעבן אים, וועט ער אוטאמאטיש אנהייבן רעדן צו אים.
לאמיר נעמען א משל, ווען א מענטש פארט אויף א באס א שטיקל נסיעה, לאמיר זאגן פון בארא-פארק קיין מאנסי, און ער זיצט נעבן א צווייטן, וועלן די צוויי שכנים געווענטליך עפעס אויסטוישן ווערטער צווישן זיך במשך די וועג, און זיכער ווען מען פארט א לענגערע וועג ווי למשל קיין קאנאדא, איז מער דא אויסזיוכטן אז די צוויי זאלן זיך צונויף שמועסן, און נאך מער ווען מען פארט מיט אן ערעפלאן קיין ארץ ישראל, איז זיכער אז צוויי שכנים אויפ'ן פליגער וועלן שמועסן אויפ'ן וועג; און וואס איז מיט צוויי בחורים וואס שלאפן אין איין שטוב אין דארמעטארי? און א מאן און ווייב וואס לעבן צוזאמען פאר יארן אין איין הויז? אויב זיי רעדן נישט איינער צום צווייטן, זענען זיי אדער קראנק אדער משוגע.
ולפי זה ווען א מענטש זאל גלייבן אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים מיום הוולדו ועד עתה, ער איז יעדע רגע און סעקונדע נעבן אים, וואלט ער דאך זיכער גערעדט צו אים, און דערפאר איז אמונה און התבודדות געקניפט און געבינדען.
אבער די שטעקן האט צוויי עקן, למעשה איז דא א בחירה אויף די וועלט, און מען זעהט נישט אויבן אויף אז דער אייבערשטער איז דא מיט אונז שטענדיג, דאס מאכט אז די אמונה זאל נישט זיין אזוי שטארק, און אוטאמאטיש רעדט מען נישט צום אייבערשטן.
און דאס איז דער חידוש וואס רבי נחמן איז מגלה (נישט ממש א חידוש, עס איז געווען פארדעם אויך נאר ער האט עס "מחדש" געווען - ד.ה. "באנייעט", ווי שפעטער ערקלערט) אז דו זאלסט קודם אנהייבן רעדן צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, און דאס וועט ברענגן אז דו זאלסט באקומען א קלארע אמונה, ווייל ווי מער דו רעדסט צום אייבערשטן, אלץ מער ווערט אויסגעקלארט דיין אמונה אז דער אייבערשטער איז טאקע איבעראל, און פירט אלעס, מיט דיר צוזאמען.

די טייטש פון התבודדות
התבודדות אין ברסלב מיינט צו לעבן מיטן אייבערשטן, מען שטייט אויף אינדערפרי זאגט מען פארן אייבערשטן "ש'כח אז דו האסט מיר צוריק געגעבן מיין נשמה, העלף מיר אז איך זאל היינט האבן א גוטע געשמאקע טאג", מען גייט אין מקוה "באשעפער העלף אז איך זאל האבן א גוטע פלאץ און א גוטע האנטוך, די מקוה זאל זיין זויבער, די שויער זאל זיין הייס און געשמאק", ווייטער "איך זאל טרעפן א גוטע מנין, דער בעל תפלה זאל מיר נישט גיין אויף נערווען", אין דזשאב, "באשעפער, דער בעל הבית זאל נישט שרייען אויף מיר, די ארבעטער'ס זאלן מאכן א גוטן דזשאב", אין קאר, "עס זאל נישט געשעהן קיין עקסידענ'ס, א פאליס זאל מיר נישט אפשטעלן", ליידיגע צייט, "באשעפער העלף אז איך זאל מצליח זיין אויפ'ן קאווע שטיבל, איך זאל שרייבן גוט און צו די זאך, און דער עולם זאל הנאה האבן", א.א.וו.
דאס זענען עטליכע קליינע משלים פון א איד וואס מאכט התבודדות, ער לעבט מיטן אייבערשטן ביי טריט און שריט יעדע זאך וואס ער טוט סיי ווי, שמועסט ער אויס מיטן אייבערשטן, און ער בעהט אים אז ער זאל מצליח זיין, און דאס רעדט מען - פארשטייט זיך - שטילערהייט, קיינער הערט נישט, קיינער ווייסט נישט, קיינער זעהט נישט.

נאכדעם איז דא די חלק התבודדות אויף רוחניות.
צופרי, "באשעפער העלף מיר אז היינט זאל איך זיין וואויל און ערליך, איך זאל קיינעם נישט טשעפענען, קיינער זאל מיר נישט טשעפנען", אויפ'ן גאס "באשעפער, איך זאל נישט קוקן ווי מען טאר נישט", "אוי באשעפער איך האב מיר נישט געקענט איינהאלטן, איך האב יא געקוקט, זיי מיר מוחל, העלף מיר אז פון יעצט זאל איך עס מער נישט טוהן", ביינאכט, "באשעפער היינטיגע טאג איז נישט געווען אזוי די בעסט, איך בין דורגעפאלן מיט דעם און מיט יענץ, זיי מיר מוחל, העלף מיר אז פון יעצט זאל איך עס מער נישט טוהן, פון יעצט זאל איך שוין זיין אן ערליכער איד". וכו' וכדו'
דאס זענען ווייטער נאר קליינע משלים וואס יעדער קען אויסברייטערן לפי המצב והזמן.

און נאכדעם איז דא אין התבודדות די חלק פון הודי' פון לויבן און דאנקן.
"ש'כח באשעפער אז די קאווע איז גוט געלונגען" "שכ'ח אייבערשטער אז איך האב געכאפט די לייט" "שכ'ח אייבערשטער אז מיין ווייב איז היינט אין א גוטע מוט" "שכ'ח אייבערשטער אז איך האב געמאכט א גוטן דיל", וכו' וכו'.
(מקורות: ליק"מ ח"ב כה, שיחות הר"ן רל"ג, חיי מוהר"ן תקכ"ז, רל"ז, רל"ט, ועוד הרבה)

שרייען אין וואלד?
ביי געוויסע מענטשן איז אנגענומען אז ברסלבע התבודדות מיינט, צו גיין אין א וואלד אינמיטן די נאכט און שרייען מיט קולי קולות צום אייבערשטן.
דאס איז א טעות מוחלט!
עס איז אמת אז עס איז דא א תורה אין ליקוטי מוהר"ן (ליק"מ ח"א נב) וואס ווערט דערמאנט דעם ענין, אבער נישט "דאס" מיינט התבודדות, רבי נחמן זאגט דארט אז עס איז דא אן ענין פון גיין ביינאכט אויף א פלאץ וואס עס דרייען זיך דארט נישט קיין מענטשן אפילו בייטאג, און דארט זיך אויסשרייען צום אייבערשטן, דאס איז א גוטע זאך ווען איינער קען עס טוהן פון מאל צו מאל, ער האט די געלעגנהייט דאס צו טוהן, און אודאי מוז עס זיין אויף א וועג אז קיינער זאל נישט וויסן דערפון, ווייל אויב יא שרייסטו נאר אז יענער זאל הערן נישט צום אייבערשטן מיט אן אמת.
התבודדות מיינט נאר רעדן צום אייבערשטן און לעבן מיטן אייבערשטן אזוי איך האב פריער געברענגט עטליכע משלים.
און דאס קען יעדער מענטש טוהן, די עצה רעדט סיי צו דעם גרעסטן צדיק און סיי צום גרעסטן רשע, דער גרעסטער צדיק בעהט דעם אייבערשטן אז ער זאל זוכה זיין צו די גרעסטע מדריגות און צו רוח הקודש, און דער גרעסטער רשע בעהט דעם אייבערשטער אז זיין גניבה זאל גוט געלונגען, בכל דרכיך דעהו אפילו לדבר עבירה, גנבא אפום מחתרתא רחמנא קריא, און יעדער אינצווישן בעהט וואס ער וויל פונעם אייבערשטן, אויף זיין שפראך און לויט זיין מצב, און לויט זיינע רצונות.

כי זה "כל" האדם
רבי נחמן (ליק"מ ח"ב יט) טייטשט דעם פסוק כי זה כל האדם, אז עס מוז זיין אז דעם אייבערשטנ'ס רצון פון באשאפן די וועלט איז בעיקר נאר צו טוהן מצות מעשיות, און נישט צו עוסק זיין בחקירות צו פארשטיין אלעס פונקטליך, ווייל אויב וואלט דאס געווען אמת, וואלטן נאר א קליינע פראצענט מענטשן געקענט צוקומען צום תכלית, ווייל רוב מענטשן זענען נישט אזוי קלוג צו פארשטיין אלע חקירות, און דאס זאגט דער פסוק: סוף דבר הכל נשמע - דער סוף דבר איז אז, את אלקים ירא ואת מצותיו שמור - צו היטן פשוט די מצות מעשיות, פארוואס? כי זה "כל" האדם - ווייל דאס קען "יעדער" מענטש טוהן, מען דארף נישט זיין קלוג דערצו.
און די זעלבע איז אויך מיט רבי נחמנ'ס תורות אליינ'ס, זיין יסוד פון התבודדות איז אוועק געשטעלט פארן פשוטסטן און נידריגסטן מענטש, אז ער קען אויך רעדן צום אייבערשטן, ווי ער וויל און ווי אזוי ער וויל, אויף די נידריגסטן וועג.
אין איין ווארט כגמול עלי אמו דער באשעפער איז אזוי ווי א הארציגע מאמע, ווען איך דארף עפעס ווענד איך זיך צו איר און זי העלפט מיר, און אפילו ווען דאס קינד איז פארשמירט האט די מאמע נישט קיין פראבלעם דערמיט, זי וועט אים נעמען און אפוואשן און אנטוהן פרישע וועש (ליק"מ ח"א עח).

וואס זאל איך רעדן?
וואס נישט? יעדע זאך וואס מאכט דיך טרויעריג/פרייליך, רעד עס אויס צום אייבערשטן, ווי צו א מאמע, ווי צו רבי, ווי צו א גוטער פריינד, און אויף די זעלבע וועג ווי אזוי דו רעדסט צו זיי, מען דארף נישט וויינען ווען מען רעדט צום אייבערשטן, אודאי איז דא אמאל וואס עס דרוקט אזוי שטארק אז עס קומט צו וויינען, אבער אויב עס קומט נישט צו וויינען איז נישט אינטערעסאנט זיך צו דרוקן צו וויינען, עס נעמט אוועק פונעם אמת (ליק"מ ח"ב צה), מ ען דארף נישט האב קיין התעוררות ביים רעדן, מען קען רעדן קאלטערהייט (ליק"מ ח"ב צח), די גרויסקייט ליגט אין ווי מער אמת עס ליגט דערין, מיט ווי מער אמת מען זאגט עס, אפיל נאר צוויי ווערטער "באשעפער העלף", ווען מען זאגט עס מיט אן אמת, ברעכט עס דורך אלע טירן און טויערן און מען ווערט געהאלפן (ליק"מ ח"א קיב).

דאס איז די וועג צום אייבערשטן!
רבי נחמן שרייבט (ליק"מ ח"ב ק) אז ער האט גערעדט מיט אסאך צדיקים און זיי אלע האבן אים געזאגט אז די וועג ווי אזו זיי זענען געווארן צדיקים איז געווען נאר דורך רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, און אויף זיך אליינ'ס האט ער דערציילט אז אלץ קינד האט ער פרובירט צו טוהן אלע מיני סיגופים ווייל ער האט געוואלט זיין אן ערליכער איד, אבער נאכדעם איז ער געוואויר געווארן אז די איינציגסטע וועג צו ווערן א צדיק איז נאר דורכ'ן רעדן צום אייבערשטן.

און דערפאר קען יעדער מענטש שוין יעצט אנהייבן צו טוהן די עצה, און אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, שטודיעס ווייזן אז מען מוז אפילו נישט ווערן קיין ברסלבער דערפאר, מען קען עס טוהן אפילו אן ווערן א ברסלבער, און מען דארף נישט טוישן גארנישט פון די מהלך החיים פון וואס מען האט געטוהן ביז יעצט, אלעס קען גיין ווייטער כאילו לא היה, נאר איין זאך, אז אין אלע זאכן וואס מיר טוען, לייגן מיר אריין דעם אייבערשטן, און מיר שמועסן זיך דורך מיט אים.

דערפאר איז נעבעך דא אזויפיל אידן וואס ווערן פארכאפט אין ברסלב, עס איז א גרינגע און געשמאקע וועג צוצוקומען צום אייבערשטן, מען דארף פשוט רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש, ממש א מחי', אבער מען כאפט נישט אז ווען מען הייבט עס אן צו טוהן, מען הייבט אן צו רעדן צום אייבערשטן פון סיי וואס מען וויל, ווערט מען צוביסלעך נענטער צום אייבערשטן, מען הייבט אן צו פילן א געשמאק אין תורה ומצות, און מען ווערט אן פשוטער ערליכער איד, דאס לעבן גייט ווייטער אזוי ווי פריער, מען ווערט נישט מער צוקנייטשט און איינגעבויגן, אבער דאס הארץ איז מיטן אייבערשטן, און דאס לעבן איז מיטן אייבערשטן!

(סארי פארן אזוי מאריך זיין, אבער דאס איז אויך נאר אנגערירט אפס קצהו אויפ'ן שפיץ גאפל, אפשר מיט די תגובות וועט זיך עס מער פארברייטערן)

היימישער ליטוואק » זונטאג מערץ 10, 2013 2:57 pm

· #95229
קודם כל - א גרויסן יישר כח!!! הערליך שיין!

וויאזוי פארענטפערט ברסלב דאס וואס איז פשט אז די אנשי כנסת האבן געדארפט מתקן זיין נוסח התפילות, ווייל מענטשן האבן גערעדט "בלשון עלגים", נו איז דאס נישט בעסער אזוי??

רמב"ם הלכות תפלה פ"א הלכה ג' וד'
אם היה רגיל מרבה בתחנה ובקשה ואם היה ערל שפתים מדבר כפי יכלתו ובכל עת שירצה, וכן מנין התפלות כל אחד כפי יכלתו, יש מתפלל פעם אחת ביום, ויש מתפללין פעמים הרבה, והכל יהיו מתפללין נכח המקדש בכל מקום שיהיה, וכן היה הדבר תמיד ממשה רבינו ועד עזרא.
כיון שגלו ישראל בימי נבוכדנצר הרשע נתערבו בפרס ויון ושאר האומות ונולדו להם בנים בארצות הגוים ואותן הבנים נתבלבלו שפתם והיתה שפת כל אחד ואחד מעורבת מלשונות הרבה וכיון שהיה מדבר אינו יכול לדבר כל צורכו בלשון אחת אלא בשיבוש שנאמר ובניהם חצי מדבר אשדודית וגו' ואינם מכירים לדבר יהודית וכלשון עם ועם ומפני זה כשהיה אחד מהן מתפלל תקצר לשונו לשאול חפציו או להגיד שבח הקדוש ברוך הוא בלשון הקדש עד שיערבו עמה לשונות אחרות, וכיון שראה עזרא ובית דינו כך עמדו ותקנו להם שמנה עשרה ברכות על הסדר, שלש ראשונות שבח לה' ושלש אחרונות הודיה, ואמצעיות יש בהן שאלת כל הדברים שהן כמו אבות לכל חפצי איש ואיש ולצרכי הציבור כולן, כדי שיהיו ערוכות בפי הכל וילמדו אותן ותהיה תפלת אלו העלגים תפלה שלימה כתפלת בעלי הלשון הצחה, ומפני ענין זה תקנו כל הברכות והתפלות מסודרות בפי כל ישראל כדי שיהא ענין כל ברכה ערוך בפי העלג.

בדחן » זונטאג מערץ 10, 2013 9:59 pm

· #95415
ייש״כ, מלא וגדוש.

בדחן » מאנטאג מערץ 11, 2013 7:22 am

· #95546
די ענטפער דערויף איז אז עס איז מאמר חז״ל (ואתחנן, משה רבינו), און אויב גלייבסטע בכלל אין תפילה דארפסטע גלייבען אין די חז״ל אויך, און אין חז״ל גלייבסטע דאך.

און ווער זאגט אז מען מוז עס פארשטיין?

ברסלבער » מאנטאג מערץ 11, 2013 10:08 am

· #95566
היימישער ליטוואק
וויאזוי פארענטפערט ברסלב דאס וואס איז פשט אז די אנשי כנסת האבן געדארפט מתקן זיין נוסח התפילות, ווייל מענטשן האבן גערעדט "בלשון עלגים", נו איז דאס נישט בעסער אזוי??

אינטערעסאנט איז אז רבי נחמן ברענגט גאר דעם רמב"ם אלץ א ראי' צו זיך (שיחות הר"ן רכ"ט), אז מען זעהט אז לכתחילה איז די מצוה פון תפלה געווען צו דאווענען יעדער אויף זיין שפראך, און נאכדעם האבן די אנשי כנסה"ג מתקן געווען די שמונה עשרה, אבער אפילו היינט וואס מען דארף דאווענען די דריי תפלות כמו שתקנו חכמים, איז נאך געבליבן די עיקר מצוה אז יעדער זאל אליינ'ס בעטן.

און דער אמת איז אז עס קען נישט זיין פשט אין רמב"ם אזוי ווי דו לערנסט עס אפ, ווייל קודם איז שווער פון חז"ל אז תפלה איז פון די זאכן וואס זענען נאמרים בכל לשון, און בכלל פארדעם האט מען האט אויך גערעדט אנדערע שפראכן, נאר די מפורשים זענען מסביר דעם רמב"ם אז דער פראבלעם איז געווען אז מען האט בכלל נישט גערעדט איין נארמאלע שפראך, און דערפאר האט מען זיך נישט געקענט אויסדרוקן אזוי גוט און מסודר וואס מען וויל, משא"כ ביי איינעם וואס האט איין נארמאלע שפראך.

ועוד, די תקנה איז נאר געווען ארויס צו העלפן די וואס קענען זיך נישט מסדר זיין געהעריג, אז זיי זאלן נישט ארויס פאלן פון די מצוה פון תפלה, און דערפאר מוז זיך יעדער צושטעלן צו די תקנה, אבער דאס נעמט נישט אוועק די עיקר מצוה וואס איז געווען פארדעם, דאס בלייבט אויך.

ברסלבער » מאנטאג מערץ 11, 2013 10:09 am

· #95567
[ציטאט אראפגענומען]

נו וואס האסטו געוואלט? אז גלייך ווען מען בעהט זאל מען אייביג ווערן געהאלפן? איז דאך אויס בחירה, וועט מען דאך זעהן קלאר און אפען אז נאר דער אייבערשטער פירט די וועלט, און אויף די וועלט מוז זיין א בחירה.

און דיינע ביידע תירוצים זענען אמת, תירוץ א' שטייט אין חז"ל ביי משה רבינו, אזוי ווי בדחן האט געברענגט, תירוץ ב' שטייט אין חתם סופר לגבי רייך ווערן פון סנדקאות, אבער עס איז דא נאך א נקודה גרינגער צו מאכן דיין עדות שאי עתה יכול להזימה.

חז"ל זאגן לעולם יסדר אדם שבחו של מקום ואח"כ יתפלל, און אזוי איז אויסגעשטעלט די שמונה עשרה אז קודם דאנקט מען און נאכדעם בעהט מען, און די זעלבע איז אויך ווען א מענטש בעהט פריוואט וואס ער דארף, דארף ער אויך קודם דאנקן דעם אייבערשטן אויף די גוטע זאכן וואס ער האט שוין באקומען, און נאכדעם בעטן אויף נאך.

און די אויפטוה איז צוויי פאכיג, קודם זאגט רבי נחמן אז ווען א מענטש זאגט פארן אייבערשטן "דו ביזט דאך אזוי גוט צו מיר, האסט מיר געהאלפן מיט דעם און מיט יענץ" זאגט דער אייבערשטער "דאס מיינט גוט?! איך וועל דיר ווייזן וואס גוט מיינט", און פארקערט פארקערט, ממילא איז דאס פשוט א סגולה אז די תפלות זאלן שנעלער ווערן אנגענומען, ווען מען דאנקט קודם אויף די גוטע זאכן.

און צווייטנ'ס געבט דאס חיזוק פאר דעם מענטש אויך, ווען מען זעהט אז אסאך זאכן וואס איך האב געבעטן האב איך יא באקומען, און זאכן וואס איך האב נאכנישט באקומען וועלן מסתמה אויך אנקומען מיט די צייט.

רבי נתן ברסלבער איז מסביר מיט דעם פארוואס א בכור באקומט פי שנים, פארוואס עפעס ווייל ער איז דער ערשטער דארף ער באקומען דאפעלט? נאר ווען דער טאטע האט חתונה געהאט און ער האט נאכנישט געהאט קיין קינדער, און ער האט געבעטן דעם אייבערשטן אז ער דארף קינדער, דעמאלט'ס איז זיין תפלה נאכנישט געווען אזוי שטארק, ווייל ער האט נאכנישט געזעהן אז דער אייבערשטער זאל אים העלפן מיט קינדער, אבער נאכדעם וואס דער בכור איז געבוירן געווארן, האט ער שוין געזעהן אז דער אייבערשטער הערט אויס זיינע תפלות, און ווען ער האט געבעטן אויף נאך קינדער, איז דאס שוין געווען מיט א שטערקערע אמונה, און דערפאר האט דער בכור א חלק אויך אין די אלע אנדערע קינדער, ווייל דורך אים האט דער טאטע באקומען חיזוק צו בעטן אויף נאך.

עכ"פ די נקודה איז, אז אפילו ביי איין זאך זעהט מען נאכנישט די ישועה, זעהט מען עס אבער ביי אנדערע זאכן, און דאס געבט חיזוק ווייטער צו בעטן אויף אלעס.

ברסלבער » מאנטאג מערץ 11, 2013 10:41 am

· #95569
ונבנתה העיר, איך האב געזאגט אז איך וועל שרייבן וועגן חב"ד-ברסלב וועל איך עס מקיים זיין.
די נקודה פון לעבן מיטן אייבערשטן וואס איך האב דא געשריבן איז אין חב"ד אויך זייער שטארק, און איך מיין אז דאס איז אויך דער בריח התיכון אין חב"ד, מען דערציילט אויף חב"ד'סקע חסידים אז זיי פלעגן קענען שטיין שעות אריכות און זיך מתבונן זיין בגדלות הבורא, ביז זיי האבן אפילו נישט געוואוסט ווי אין די וועלט זיי זענען.
אבער מיט דעם איז ברסלב געגאנגען א טריט ווייטער, ווייל לאו כל מוחא סביל דא, דער מח לויפט זייער שנעל אוועק פון איין זאך צום צווייטן, דערפאר האט רבי נחמן געזאגט אז מען זאל אנהייבן מיטן מויל, נישט קיין חילוק ווי דו האלט'ס, עפן דיין מויל און רעדט צום אייבערשטן, און דאס וועט דיר שוין ברענגן אז דיין מח זאל אויך אנהייבן טראכטן נאר פונעם אייבערשטן.

עס איז דא אין דעם ענין אן אינטערעסאנטע מעשה.
עס איז געווען א בחור, ער האט געהייסן נטע גורעליק, ער איז אויפגעוואקסן אין חב"ד אבער ער האט זיך אויך געדרייט ביי זיינ'ס א פעטער וואס איז געווען א ברסלבער, און דארט האט ער זיך אויסגעלערנט פון רעדן צום אייבערשטן.
שפעטער האבן אים די קאמיניסטן פארשיקט אויף סיביר, דארט האט ער געבעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל נישט שטארבן פאר קעלט, און דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט באקומען אן ארבעט אינעווייניג ביי זיי אין אפיס, זיי האבן אים געמאכט דארט ווי א שמש, צו אנהייצן דעם אויבן און אויפרוימען וכדומה, אזוי איז ער נישט געווען אזוי שטארק אויסגעשטעלט צו די סיבירישע קעלט.
דארט איז אויך געווען א גוי'איש מיידל א טאכטער פון א גלח (ווי באקאנט אז זיי האבן גע'רודפ'ט אלע רעליגיעס) און זי האט זיך אנגעטשעפעט אין אים, זי האט אים תובע געווען לדבר עבירה, ער איז געווען אן ערליכער און ער האט נישט געוואלט טוהן קיין עבירות, פלעגט ער יעדע נאכט זיך ארויס דרייען פון איר מיט תירוצים, און ער פלעגט ארויסגיין אויפ'ן גאס אין די ביטערע פרעסט און שרייען צם אייבערשטן אז ער זאל אים ראטעווען אז ער זאל נישט נכשל ווערן, ביז זי איז איינגעשלאפן, אזוי האט עס אנגעהאלטן פאר דריי יאר.
נאך דריי יאר האבן אים די קאמיניסטן צוריק געשיקט, און אזוי ווי זיי האבן זייער הנאה געהאט פון אים, האבן זיי געמאכט דארט אין זייער אפיס א געזעגענונגס פארטי פאר אים, ביי די פארטי האט די מיידל געבעטן אז וויל רעדן אפאר ווערטער, און זי האט געזאגט אז אויב עס איז דא אן ערליכער מענשט אויף די וועלט איז עס דער בחור, און זי האט דערציילט די מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט צוויישן זיי במשך די דריי יאר.
ווען דער בחור איז נאכדעם צוריק געקומען האט ער דערציילט די מעשה פאר די ברסלבע חסידים, און ער האט געזאגט אז ווען ער וואלט נאר געווען אין חב"ד גלייבט ער נישט אז ער וואלט זיך געקענט צוריק האלטן, ווייל די מחשבה וואלט אים געלאפן אויף אנדערע וועגן, אבער דאס וואס ער האט זיך אויסגעלערנט צו רעדן צום אייבערשטן דאס האט אים געראטעוועט.

אזוי דערציילט מען אין ברסלב אזא מעשה, עכ"פ די נקודה איז אז מיט דעם איז ברסלב און חב"ד אייניג, אז ביי ביידע איז דער יסוד צו לעבן מיטן אייבערשטן זייער שטארק, נאר אין חב"ד איז עס מער במחשבה, און אין ברסלב הייבט זיך עס אן מיטן דיבור.

ברסלבער » מאנטאג מערץ 11, 2013 10:57 am

· #95579
יענער חבר האט לכאורה נאר געבעטן אויף די זאך אז זיין מאמע זאל זיך אויסהיילן, אזוי איז אנגענומען ביי יעדן איינעם, אז ווען עס קומט א גרויסע צרה, נעמט מען ארויס דעם אייבערשטן פון שופלאד און מען הייבט אן צו בעטן, און ווען ער האט געזעהן אז ער איז נישט געהאלפן געווארן, האט דאס אים אפגעשוואכט די אמונה אין תפלה.

אבער ווען ער זאל בעטן אויף "יעדע" זאך וואס ער דארף, אפילו עס איז נישט אזא מעזשער מעשה ווי יענע מעשה, וואלט ער געזעהן אז 95% זאכן ווערט ער יא געהאלפן, און ער וואלט נישט פארלוירן די חשק פון ווייטער בעטן.

און דאס האב איך געזאגט וועגן דאנקען פאר מען בעהט, קודם דאנק איך דעם אייבערשטן פאר די זאכן וואס ער האט מיר יא געהאלפן, און נאכדעם האב איך די שטארקקייט צו בעטן אויף ווייטער.

און די מציאות ווייזט אז רוב זאכן וואס מען בעהט באקומט מען יא, און אויב האב איך עס נישט באקומען, גלייב איך אז דער אייבערשטער פארשטייט בעסער, און ער ווייסט אז עס איז בעסער פאר מיר אזוי.

רבי נחמן זאגט אויף דעם פסוק אין משלי "אולת אדם תסלף דרכו ועל ה' יזעף לבו" אז אמאל טוט א מענטש נארישקייטן און נאכדעם ווען עס ארבעט זיך נישט אויס האט ער טענות אויפ'ן אייבערשטן, וואס איז דער איבערשטער שולדיג אז דו האסט געטוהן נארישקייטן?

זאגט רבי נחמן אז דאס איז נאר ווען דער מענטש האט נישט געבעטן קודם, אבער ווען ער בעהט קודם דעם אייבערשטן אז ער זאל אים פירן אויף די ריכטיגע וועג, דעמאלט'ס אויב עס האט זיך נישט אויסגעארבעט, ווייסט ער אז איז טאקע געווען לטובה, משא"כ ווען ער האט עס געטוהן אן בעטן, קען זיין אז דער מענטש איז זיך אליינ'ס שולדיג.

ברסלבער » מאנטאג מערץ 11, 2013 11:22 am

· #95592
עס איז נישט ממש משל דומה לנמשל, דער אייבערשטער איז נישט אזוי הארטנעגיק ווי די מארשאל'ס...
ווען א מענשט רעדט אסאך צום אייבערשטן באקומט ער א שטארקע אמונה, אסאך ספרים טייטשן דאס אין פסוק האמנתי כי אדבר, און ווען מען האט א שטארקע אמונה, ווערט מען נישט אזוי ברוגז אויפ'ן אייבערשטן אפילו ווען ער טוט א זאך וואס טוט מיר זייער שטארק וויי, משא"כ ביי דיין משל.
פרוביר עס אויס וועסטו זעהן. טעמו וראו כי טוב ה'.

ברסלבער » מאנטאג מערץ 11, 2013 11:52 am

· #95604
לאמיר דערציילן אן אנדערע מעשה (פיקציע)
אנאנים, א בחור אין ישיבה, ער איז זייער גוט מיטן מגיד שיעור, ווען ער האט א פראבלעם רעדט ער זיך דורך מיטן מגיד שיעור, און דער מגי"ש פרובירט אים צו העלפן, בקיצור ראובן פילט זיך זייער נאנט מיט אים און ער האט אים זייער ליב.
איין טאג קומט דער מגי"ש אריין אין ישיבה און ער הייבט אן שרייען אויף ראובן, גיי שוין ארויס פון דא! ער ווארפט אים ארויס מיט בזיונות, אן קיין פארוואס און קיין פארווען.
שמעון, לערנט אויך ביים זעלבן מגי"ש, אבער ער איז נישט אזוי גוט מיט אים, ער האט אים נישט ליב, און ער קען זיך צומאל צוהאמפערן מיט אים.
איין טאג קומט דער מגי"ש אריין אין ישיבה און ער הייבט אן שרייען אויף שמעון, גיי שוין ארויס פון דא! ער ווארפט אים ארויס מיט בזיונות, אן קיין פארוואס און קיין פארווען.
ווער איז מער ברוגז אויפ'ן מגי"ש? ראובן פארשטייט אז עפעס איז דא געשעהן אונטער די קוליסן, ער ווייסט נישט פונקטליך וואס, אבער ער איז נישט אזוי ברוגז אויפ'ן מגי"ש.
שמעוון ווערט גערעגט אויפ'ן מגי"ש, און ער גייט ארום אים שעלטן אין אלע גאסן.

וכן הוא לענינינו, איינער וואס איז נאנט מיטן אייבערשטן, ער רעדט זיך דורך יעדע זאך מיטן אייבערשטן, ווען עס קומט אים א צרה, ווערט ער נישט אזוי ברוגז אויפ'ן אייבערשטן, ווי איינער וואס טראכט קיינמאל נישט פונעם אייבערשטן נאר פון מאל צו מאל ווען עס קומט א גרויסע צרה ל"ע.
און באמת, איינער וואס האט דאס נאכנישט אויספרובירט צו לעבן מיטן אייבערשטן איז עס אביסל שווער צו פארשטיין פאר אים, ווייל ער האט נאך קיינמאל נישט געפילט דעם טעם פון נאנטקייט צום אייבערשטן, אבער איך האב עס יא פרובירט, און איך פיהל אז דער אייבערשטער איז באמת מיין נאנטער ידיד, איך רעד זיך שטענדיג דורך מיט אים, און ער העלפט מיר, און ווען עס כאפט מיר א צרה, פארשטיי איך אז עפעס איז דא געשעהן אונטער די קוליסן, און איך ווער נישט אזוי ברוגז אויף אים.

ברסלבער » מאנטאג מערץ 11, 2013 12:10 pm

· #95611
איך האלט פארקערט.
ווען איינער וועט יעצט אנהייבן פרעגן פון ראובן און שמעון וואס זיי האלטן אויף דעם מגי"ש, וואס וועט ראובן ענטפערן און וואס וועט שמעון ענטפערן?

ברסלבער » מאנטאג מערץ 11, 2013 12:28 pm

· #95621
ניין, קלאר נישט אמת.
קען זיין אז דו ביזט נישט געווען אזוי גוט מיט דיינע מגידי שיעור דערפאר פארשטייסטו נישט דעם משל, אבער מאך איבער דעם משל אויף סיי וועלכן מענטש וועם דו האסט באמת זייער ליב, טאטע/מאמע/רבי/דיין/חבר/וכדומה, א מענטש וואס דו האסט באמת ליב, און דו רעדטס אסאך מיט יענעם, און איינמאל האט יענער דיר גוט בא'עול'ט, וועסטו יעצט גיין רעדן אויף יענעם כל דבר אסור? אדער דו וועסט פארשטיין אז עפעס איז יעצט געשעהן, און דו וועסטיך טאקע גיין דורך רעדן מיט יענעם אליינ'ס.

מוח שליט » מאנטאג מערץ 11, 2013 7:15 pm

· #95808
ברסלבער,
איך האב אן אינטערסאנטע אויפפאסונג אויף די ענין הסיפורים פון ר' נחמן. זאג מיר אויב עס איז יש דברים בגו. וזאת למודעי, עס איז פטפוטי מילים בעלמא, נישט דורכגעטראכט.

ר' נחמן איז די איינציגסטע רבי/גדול בישראל וואס האט איבערגעלאזט א גאנצע סעריע פון מעשיות. לאנגע פאנטאסטישע מעשיות כעין שלשה אחים. דאס איז לכאורה א בולט'ע חידוש, א געוואלדיגע אייגענארטיגקייט, ניין? אין די הקדמה צו סיפורי מעשיות [פון ר' נתן?] שטייט אז מען דארף זיך מעמיק זיין און אפלערנען אלע מוסרי השכל פון די מעשיות וכדו'. לולא דמסתפינא העט איך געזאגט אז מען זאל דוקא נישט פרובירן פארשטיין די מוסרי השכל. די איידיע איז אז מען זאל זיך ארויפזעצן אויפן פליגער און מיטפליען מיט זיינע מעשיות אלל דע וועי. לאז ארויס דיין ראציאנעלער מוח פונעם גאנצען געשעפט, suspend judgement. אז ער דערציילט א מעשה מיט א קעניג און א קיסר וואנדערן אין די וועלט, פרעג נישט קיין קשיות וויאזוי קען דאס זיין. זיי דיר מצייר די מעשה, באלעב עס, ענדזשוי עס.

זיין פוינט איז נישט אז דו זאלסט ארויסנעמען מוסרים מושכלים ורעיונות פון די מעשה. זיין פוינט איז אז מיר זאלען זיך געפינען אין די וועלט פין דעי מעשה. אנשטאט מסביר צו זיין מושגים, לעבט מען עס. ולאחר ה'מעשה' דארף מען נישט זוכען קיין מוסרים, און פרובירן צו 'געבן אותיות' פאר די פארשידענע נקודות וואס מען האט מיט-געלעבט. ווייל מיט אותיות איז מען עס מצמצם. טיפע עקספיריענסן און טיפע הרגשים איז בעסער צו לאזן אהן אותיות.

די מעשיות קומען פון א טיפע פלאץ בנשמת ר' נחמן. עס איז זייער מובן אז אויב מיר וועלען זיך געפינען אין אט דעם פלאץ זענען מיר אויף א פלאץ וואס מיר האבן נישט די אותיות והגדרות דערפאר. עד כדי כך אז אפי' דער מחדש ומספר המעשה קען אמאל נישט האבן קיין פונקטליכע אותיות דערויף.

קען זיין אז דאס זעלבע איז מיט'ן ספר ליקוטי מהר"ן. מען דארף לעבן זיינע ווערטער, נישט לערנען זיינע ווערטער, נישט פרובירן עס פארשטיין מיטן ראציאנאלע מוח. זיין סטיל פון תורה איז אין א געוויסע וועג בבחינת flow of consciousness, וואס כידוע פון ר' זיגמונד פרויד ע"ה, איז דאס פון די שטערקסטע אופנים פון ארויסברענגען דעם תוך תוכן הפנימי פינעם הארץ. לאז נישט דיין ראציאנאלער מוח צוריקהאלטן דאס וואס עס קומט ארויס צו זאגן. [די ראציאנאלער מוח איז סך הכל אן הנחה וואס דו האסט געמאכט מכח א נעכטיגע הנחה, און די נעכטיגע הנחה האסטו געמאכט וועגן א פריערדיגע הנחה, וכן הלאה. ואכ"מ].

אויך קען זיין אז וועגן דעם זעהט מען ביי אים משונה'דיגע גוזמאות אויף זיין אייגענע גרויסקייט. "אני איש פלא ונשמתי פלא גדול חידוש כמוני לא היה מעולם". עס איז געווען א flow of consciousness.

פארשטייט זיך אז אזא געשרייבעכטס איז נאר לפטפוטי מילים בעלמא. עס איז סתם בתור א springboard צו גיין פון דא ווייטער. עס איז א flow of consciousness 🙂 . זאג מיר if I'm barking up the wrong tree.

ונבנתה העיר » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:57 am

· #95884
ברסלבער
ונבנתה העיר, איך האב געזאגט אז איך וועל שרייבן וועגן חב"ד-ברסלב וועל איך עס מקיים זיין.
די נקודה פון לעבן מיטן אייבערשטן וואס איך האב דא געשריבן איז אין חב"ד אויך זייער שטארק, און איך מיין אז דאס איז אויך דער בריח התיכון אין חב"ד, מען דערציילט אויף חב"ד'סקע חסידים אז זיי פלעגן קענען שטיין שעות אריכות און זיך מתבונן זיין בגדלות הבורא, ביז זיי האבן אפילו נישט געוואוסט ווי אין די וועלט זיי זענען.
אבער מיט דעם איז ברסלב געגאנגען א טריט ווייטער, ווייל לאו כל מוחא סביל דא, דער מח לויפט זייער שנעל אוועק פון איין זאך צום צווייטן, דערפאר האט רבי נחמן געזאגט אז מען זאל אנהייבן מיטן מויל, נישט קיין חילוק ווי דו האלט'ס, עפן דיין מויל און רעדט צום אייבערשטן, און דאס וועט דיר שוין ברענגן אז דיין מח זאל אויך אנהייבן טראכטן נאר פונעם אייבערשטן.
עכ"פ די נקודה איז אז מיט דעם איז ברסלב און חב"ד אייניג, אז ביי ביידע איז דער יסוד צו לעבן מיטן אייבערשטן זייער שטארק, נאר אין חב"ד איז עס מער במחשבה, און אין ברסלב הייבט זיך עס אן מיטן דיבור.

דאס רירט לכאורה אן די מחלוקת הכללית צווישן שיטת חב"ד און שיטת חג"ת.

טאקע אויף דעם שרייבט דער בעל התניא [תניא פ"ג]:

וכך בנפש האדם שנחלקת לשתים שכל ומדות, השכל כולל חכמה בינה ודעת, והמדות הן אהבת ה' ופחדו ויראתו ולפארו כו', וחב"ד נקראו אמות ומקור למדות, כי המדות הן תולדות חב"ד.

וביאור הענין, כי הנה השכל שבנפש המשכלת, שהוא המשכיל כל דבר, נקרא בשם חכמה כ"ח מ"ה, וכשמוציא כחו אל הפועל שמתבונן בשכלו להבין דבר לאשורו ולעמקו מתוך איזה דבר חכמה המושכל בשכלו נקרא בינה, והן הם אב ואם המולידות אהבת ה' ויראתו ופחדו.

כי השכל שבנפש המשכלת כשמתבונן ומעמיק מאד בגדולת ה' איך הוא ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין וכולא קמיה כלא חשיב, נולדה ונתעוררה מדת יראת הרוממות במוחו ומחשבתו לירא ולהתבושש מגדולתו ית' שאין לה סוף ותכלית, ופחד ה' בלבו, ושוב יתלהב לבו באהבה עזה כרשפי אש בחשיקה וחפיצה ותשוקה ונפש שוקקה לגדולת אין סוף ב"ה והיא כלות הנפש, כדכתיב נכספה וגם כלתה נפשי וגו' וכתיב צמאה נפשי לאלהים וגו' וכתיב צמאה לך נפשי וגו', והצמאון הוא מיסוד האש שבנפש האלהית וכמ"ש הטבעיים, וכ"ה בע"ח שיסוד האש הוא בלב ומקור המים והליחות מהמוח, וכמ"ש בע"ח שער נ' שהיא בחי' חכמה שנקרא מים שבנפש האלהית, ושאר המדות כולן הן ענפי היראה והאהבה ותולדותיהן כמ"ש במקום אחר.

והדעת הוא מלשון והאדם ידע את חוה, והוא לשון התקשרות והתחברות, שמקשר דעתו בקשר אמיץ וחזק מאוד ויתקע מחשבתו בחוזק בגדולת אין סוף ב"ה ואינו מסיח דעתו, כי אף מי שהוא חכם ונבון בגדולת א"ס ב"ה הנה אם לא יקשר דעתו ויתקע מחשבתו בחוזק ובהתמדה לא יוליד בנפשו יראה ואהבה אמיתית כי אם דמיונות שוא, ועל כן הדעת הוא קיום המדות וחיותן, והוא כולל חסד וגבורה, פי' אהבה וענפיה ויראה וענפיה.

ברסלבער » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:21 am

· #95999
מח שליט, האסט זייער גוטע פוינט'ס, און איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין תגובה ווייל דו שרייבסט מיט שכל און צום ענין, ואשיב על ראשון ראשון.

סיפורי מעשיות
וועגן סיפורי מעשיות, זאגט דאס רבי נחמן אליינ'ס, אין שיחות הר"ן סימן קנ"א.
אמר לענין הספורי מעשיות שסיפר שטוב יותר היה לבלי לגלות בהם שום רמז להיכן הם מרמזין, כי כשהדבר נסתר יכולין לפעול בו יותר מה שצריכים. אך הוא מוכרח לפעמים לגלות איזה רמז בעלמא, למען ידעו שיש בהם דברים נסתרים:

אבער דער אמת איז אז אסאך מעשיות איז די מוסר השכל זייער פארשטענדליך אויבן אויף, און ווען מען ליינט דאס פשוט קען מען פון דעם ארויס נעמען שטארקע מוסר השכל'ס, עטליכע מעשיות זענען זייער פשוט צו פארשטיין די מוסר השכל (אבידת בת מלך, חכם ותם, רב ובן יחיד) אנדערע זענען אביסל ווייניגער פארשטענדליך בפשטות צו פארשטיין די המשך פון די גאנצע מעשה, אבער בתוך הדברים זענען אלע מעשיות פיל מיט פשוטע מוסר השכל'ס.

ווי עס זעהט אויס פון ספרי ברסלב, זענען די מעשיות געשריבן מיט באהאלטענע סודות התורה, דער מלך וקיסר בת מלך וכדומה זענען מרמז אויף ענינים אין קבלה, און רבי נחמן האט געזאגט אז עס האט אין זיך גרויסע סגולות עס צו ליינען, ער האט געזאגט א ווערטל "מענטשן זאגן אז פון זאגן וועט מען נישט טראגן, און איך זאג אז פון זאגן די מעשיות וועט מען יא טראגן", דהיינו אז עס איז א סגולה צו האבן קינדער, און דערפאר האט ער געהייסן אז מען זאל עס דרוקן אויך אויף אידיש, אז פרויען זאל עס קענען ליינען און דורך דעם נפקד ווערן (חיי מוהר"ן כה) אבער אויסער דעם ווער עס ליינט די מעשיות זעהט אפן אין רוב פלעצער די מוסר השכל.

נאך א ווערטל האט רבי נחמן געזאגט (שם) "מענטשן זאגן אז מעשיות העלפט צום איינשלאפן, ווען מען קען נישט איינשלאפן נעמט מען א מעשה ביכל, אבער איך זאג אז די מעשיות וועקן אויף פון שלאף" דהיינו פון די שלאף ברוחניות, אז מען זאל זיך אויפוועקן צו דינען דעם אייבערשטן.

אין די הקדמה צו סיפורי מעשיות וואס רבי נתן האט געשריבן, זעהט מען אז ער האט זייער מורא געהאט עס צו דרוקן, ער זאגט אז מענטשן האבן אים אפגערעדט אז ער זאל עס נישט דרוקן, אבער ער זאגט אז ער דרוקט עס יא ווייל רבי נחמן האט אים אזוי געהייסן, און ער זאגט דארט אז רבי נחמן האט אים געזאגט "וואס קען מען שוין האבן טענות אויף דעם? וועט עס בסך הכל זיין נאך א מעשה ביכל", רבי נתן זאגט אז אזוי ווי מען האט שוין געדרוקט די תורות פון בי נחמן און דארט זעהט מען זיין גרויסקייט, וועט מען שוין פארשטיין אז די מעשיות זענען אויך נישט אזוי פשוט, און עס ליגט אין דעם גרויסע זאכן, און ער ברענגט ארויס דארט אז ער דרוקט עס בעיקר פאר מענטשן וואס גלייבן אין רבי נחמן, זיי וועלן זיך מחזק זיין דערמיט, און ער שרייבט אויך רמזים אויף די מעשיות צו ווייזן אז עס איז נישט פשוט.

עכ"פ די מעשיות פון שלשה אחים ווייסט יעדער אז עס איז סתם שטותים אויסגעזויגן פון פינגער, עס איז אבער נאך אלץ אינטערעסאנט צו ליינען, משא"כ די סיפורי מעשיות, ווער עס גלייבט אין רבי נחמן, גלייבט אז די מעשיות זענען משלים וואס זענען מרמז אויף העכערע זאכן און מען קען בפשטות אויך ארויס נעמען דערפון א מוסר השכל, און במשך הדורות זענען שוין ארויס געקומען פארשידענע פירושים דערויף סיי אויף די חלק הקבלה וואס ליגט דערין, און סיי אויף די חלק פון די פשוטע מוסר, אבער יעדער קען אליינ'ס אויך אריינטייטשן פאר זיך ווי אזוי ער לערנט עס אפ. און די אלע פירושים האט יעדער געשריבן ווי אזוי ער האט עס פארשטאנען.

לקוטי מוהר"ן
וועגן לקוטי מוהר"ן מיין איך אבער אז עס איז נישט אזוי ווי דו זאגסט, מען דארף לערנען זיינע ווערטער און אויך לעבן מיט זיינע ווערטער, ווען מען בליקט אריין אין ליקוטי מוהר"ן אויבערפלעכליך זעהט עס טאקע אויס ווי לאנגע פשטים און רמזים וואס איז שווער צו פארשטיין בפשטות, כאטש עס איז דא גענוג קליינע תורות סוף חלק א' און סוף חלק ב' וואס מען קען דארט אויך זעהן געוואלדיגע זאכן, אבער אפילו די לאנגע תורות, דארף מען פשוט אן הקדמה צו וויסן ווי אזוי עס צו לערנען, יעדע תורה אין ליקוטי מוהר"ן איז א סוגיא בפני עצמה, עס האט א פוינט א נקודה צו ווי ער וויל צוקומען, און דאס דארף זיין דער יסוד ווען מען וויל עס לערנען, די פשט ווי אזוי ער לערנט עס אריין אין פסוק קען זיין אסאך מאל בדרך רמז וכדו' און אסאך מאל זענען איז די המשך התורה געבויעט אויף קבלה, וואס מען דארף קענען תורת הקבלה עס צו פארשטיין, אבער אייביג האט עס א נקודה בפשטות, וואס ער וויל ארויסברענגען, א זאך וואס מען קען פארשטיין מיטן פשוט'ן שכל, און מען קען עס ניצן אלץ אן עצה צו לעבן דערמיט ברוחניות ובגשמיות.

און דאס האב איך אנגעהויבן צו טוהן דא, ארויסצנעמען די נקודות און יסודות פון ליקוטי מוהר"ן און עס אראפשרייבן אויף אידיש, און איך וויל בעזר ה' בקרוב ממשיך זיין.

אין חיי מוהר"ן (סימן ש"מ און ווייטער) איז דא א מדור פון וואס רבי נחמן האט געזאגט וועגן זיינע תורות, זאגט ער דארט אז זיינע תורות האבן א געוואלדיגע עמקות ופנימיות. און ווער עס לערנט עס קען דורך דעם ווערן א גרויסער בעל מח, אבער עס האט אויך א געוואלדיגע מוסר, און ווען מען לערנט עס ווערט מען אן אמת'ער ערליכער איד, נאך מער זאגט ער דארט אז מיט יעדע תורה באזונדער, אויב מען לערנט עס גרינטלעך, און מען איז עס מקיים, קען מען שוין פון דעם ווערן אן ערליכער איד.

רבי נחמן האט געזאגט אז ער וויל אז מען זאל מאכן פון זיינע תורות תפלות, דהיינו אז בעיקר וויל ער אז מען זאל ארויסנעמען פון זיינע תורות די חלק וואס מען קען נוצן אויף למעשה, און מען זאל בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל עס קענען מקיים זיין, און אויף דעם האט רבי נתן געבויעט זיין ליקוטי תפלות, אויף יעדע תורה אין ליקוטי מוהר"ן האט ער געמאכט א תפלה, און דערפאר קען ליקוטי תפלות אסאך מאל צוניץ קומען צו בעסער פארשטיין די תורה אין ליקוטי מוהר"ן, ווייל דארט האט ער ארויסגענומען די נקודות אויף למעשה.

חידוש כמוני
וועגן דעם וואס רבי נחמן שרייבט פון זיין גרויסקייט, האב איך שוין געשריבן וואס רבי נחמן זאגט אז א רבי איז א דאקטער, ער קען היילן מענטשן ברוחניות, און דערפאר אזוי ווי ער האט געהאלטן אז זיינע תורות און שמועסן זענען גוטע מעדיצינען, האט ער ארויסגעלייגט א גרויסע סיין אין פראנט פון זיין קליניק אז דא וואוינט א דאקטער, און ווער עס וויל זיך היילן זאל אריינקומען.

אזוי האט ער געהאלטן, און ווער עס וויל אים גלייבן קען אים גלייבן.

ווי אזוי ווייסט מען טאקע אויב א דאקטער איז גוט אדער נישט? זייער פשוט, מען זעהט אויב ער קען אויסהיילן מענטשן. וכן הוא לגבי רבי, היינט איז שוין אזוי די סטייל אז יעדער גייט צו די רבי וואס זיין טאטע איז געגאנגען צו דעם רבינ'ס טאטע, און זיין זיידע איז געגאנגען צו דעם רבינ'ס זיידע, אבער באמת דארף מען גיין צו רבי וואס קען געבן הדרכה און העלפן דעם מענטש ברוחניות, ממילא די וועג פון פיקן א רבי וואלט געדארפט זיין אנדערש, יעדער האט אנדערע תכונות הנפש, און יעדער דארף זוכן א רבי וואס קען רעדן צו זיין נשמה, רבי נחמן שרייבט (ליק"מ ח"א קמ) ווי אזוי קען מען וויסן אויב א רבי איז אן אמת'ער אדער א פאפער? פון איין זייט קען זיין א רבי וואס שאקעלט זיך זייער שטארק און קען מאכן שיינע פאקסן אבער ער איז א פשוטער ליגנער, און פון די אנדערע זייט קען זין א רבי וואס זעהט אויס זייער פשוט אבער ער איז באמת אן ערליכער איד און קען העלפן מענטשן? טייטשט ער אריין אין א פסוק אז א צדיק איז אזוי ווי א זיגל, אויפן זיגל אליינ'ס זעהסטו נאר פארקערטע אותיות, דו קענסט אויף דעם גארנישט ליינען, אבער ווען די זיגלסט אראפ אויף א פאפיר קענסטו זעהן וואס עס שטייט דארט, אזוי אויך א צדיק, אויפ'ן צדיק אליין קענסטו נישט וויסן אויב ער איז גוט אדער נישט, אבער ווען ער זיגלט אראפ אויף מענטשן, קען מען זעהן אויב די מענטשן וואס דרייען זיך ביי אים זענען געווארן בעסער אדער נישט.

און אזוי איז אין ברסלב אויך, אויב איינער זעהט אז ווען ער לערנט ספרי ברסלב און ער איז מקיים וואס דארט שטייט ווערט ער בעסער, ווייסט ער אז ער האט געטראפן די ריכטיגע פלאץ, און ער האט דעם גוטן רבי/דאקטער.

איך למשל, האב געטראפן דאס פלאץ אין ברסלב, דא באקום איך חיזוק והדרכה ברוחניות ובגשמיות, ממילא גלייב איך אז רבי נחמן איז געווען א גרויסער צדיק, און איך פארשטיי וואס ער האט געזאגט אז חידוש כמוני לא היה, ווייל עס איז טאקע א חידוש אז ער האט געקענט נעמען אזא מענטש ווי מיר, אזא אומגעצייטיגטע פראדוקט וואס האט נישט געוואוסט ווי אין די וועלט זיך אהין צו טוהן, און ער האט מיר געקענט מאכן פאר א נארמאלער מענטש, צו וויסן וואס איך האב צו טוהן אויף די וועלט, און אזוי איז דא נאך טוינזנטער מענטשן וועם ער האט געהאלפן.

דאס מיינט נישט אז יעדער דארף ווערן א ברסלבער, יעדער קען זיך אליינ'ס גיין רבי-שאפינג, און זיך אויפוכן א רבי וואס קען אים העלפן, אבער דאס איז קלאר אז דאס וואס דער רבי האט טויזנטער חסידים מיט פילע פארענטשעס, און ער קען מאכן שיינע פאקסן וכדו', דאס מיינט נאכנישט גארנישט, ער קען זיין א גרויסער צדיק, אבער דארף "מיר" קענען העלפן.

מוח שליט » דינסטאג מערץ 12, 2013 1:41 pm

· #96104
ישר כוח ר' ברסלבער פאר די שיינע תגובה.

נהניתי צו זעהן אז כיוונתי לדברי רבי נחמן בענין הסיפורים. איבערהויפט ווי דו ברענגסט נאך ווי ער זאגט אז מען זאל אפי' לאחר ה'מעשה' נישט פרובירען צו געבן אותיות והגדרות דערויף. איך בין נוטה אז פאר די פשוטע מוסרים וואס מען זעהט גרינג, וואלט ער נישט געדארפט דערציילען מעשיות. פשוטע מוסרים מיינט אז מיר זענען שוין מורגל אין די מושגים, און אז מען איז מורגל, דארף מען נישט קיין נייע טריקס דאס איבערצוגעבען. וועגן דעם טראכט איך אז ביי די 'פשוטע' מעשיות מיינט ער אויך עפעס אנדערש. אבער מסתמא קענסטו די נושא בעסער.

מסכים לדבריך בנוגע זיין ספר, אז יעדע שטיקל קען מען לערנען אלס א סוגיא בפני עצמו, און מען דארף אסאך מחשבה אויף יעדע שטיקל. עס איז מיר נאך אלץ אביסל מסתבר אז די צוגאנג וויאזוי צו כאפן זיינע רעיונות איז ווען מען לעבט דאס מיט. דו שרייבסט אויך אזוי. אבער דו טענה'סט אז עס האט א מובן באופן מושגים וכדו'. וועל איך טאקע פרובירען אפאר שטיקלעך one of these days אין איך וועל דיר זאגען מיין עקספעריענס.

איך דערמאן מיך אז רבי נחמן אליינס זאגט אויף משניות [און אפשר אויף אנדער ספרי קודש אויך?] אז מען דארף עס סתם זאגען בלי הבנה. מען קען קלערן אז ער האט געהאלטען פשוט פון האבען עקספעריענסעס פון זאגן ווערטער של משניות, און זיך פארלירען און יענעם מצב. ראציאנאל גערעדט איז דאס זייער מאדנע, בעיקר ווייל עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז די בעלי משנה האבען דאס געמיינט. אבער איך בין נאך נישט אינגאנצען איבערצייגט אז די ראציאנאלע מוח אונזערע האט דאס לעצטע ווארט אויף אפצוטייטשען מציאות. עכ"פ בנוגע זיין אייגענעם ספר בין איך אביסל נוטה צו זאגען אז ער האט אויסגעשטעלט אויף אזא מהלך. א flow of consciousness וואס די ליינער זאל זיך פארלירען דערין. עס איז א לאנגע אריכות און איך זיך בעצם איינער זאל מיר קלאר מאכען. מיינע מחשבות דא זענען פטפוטי דברים. פארשטייט זיך ווען דו צייגסט מיר אז רבי נחמן האט טאקע אזוי געזאגט כדבריך לעיל בענין הסיפורים, גייט דאס שוין ארויס פון גדר של 'אין קץ לדברי רוח'.

מיין שאלה אויף א אפענע מענטש וואס איז גרייט צו זאגען אז ער איז א חידוש שלא היה כמוהו בעולם איז, אז ער וואלט אויך געדארפט שעירן מיט אונז פילינגס פון טאטאלע קליינקייט. עס איז נישט יושר אז מיר הערן נאר איין זייט פון די מעשה. איך רעכן אז ער האט אזעלכע געפילן אויך געהאט לרחצה. מיר האבען אלע בתוך תוכן אזעלעכע געפילן, מיר לאזען עס נאר נישט ארויפקומען,בבחינת ליבא לפומא לא גליא. מיר דערשטיקען עס מיט אונזער גאוה. אויב אבער איז מען גרייט צו לאזען א flow of consciousness, און רעדן אזוי ווי מען איז אויפען פיסכיאטארס דיוואן, דעמאלט דארף אלעס זיין אויפען טיש [אדער אויפען קאוטש]. איך מיין נישט מזלזל זיין, איך פרעג פשוט.

אויך וויל איך צולייגען אז אביעקטיוו גערעדט ווערט מען נישט קיין חידוש שלא היה כמוהו בעולם דורך מאכען דיך פאר א "מענטש". גאר אסאך פירערס האבען געהאט א שטארקע השפעה לטובה אויף טויזענטער און מיליאנען מענטשען.

ברסלבער » דינסטאג מערץ 12, 2013 4:44 pm

· #96190
איך וועל מודה זיין על האמת אז איך בין בכלל נישט באקאנט אין די וויסענשאפט טערמינען, די ביסל וואס איך ווייס איז נאר וואס איך האב געליינט דא אויפ'ן קאווע שטיבל, און איך האב נישט ארויס קלאר וואס דיין נקודה איז.
אויב איך האב גוט פארשטאנען, מיינסטו צו זאגן אז ער וויל אריינברענגן דעם מענטש אינעם פלוס פון די מעשה אזוי ווי ווען איינער ליינט אן אינטערעסאנטע בוך, און ער ווייסט נישט בשעת מעשה וואס עס טוט זיך ארום זיך, און דאס געשעהט נאר ווען מען ליינט עס אן עיון נאר אזוי דורכצופארן, ווייל איינמאל מען הייבט אן צו אריינטראכטן אין די אינטערעסאנטע מעשה פארלירט מען דעם המשך און געשמאק, איך האב קיינמאל נישט געטראכט אזוי אבער עס קען זיין אמת, ווייל עס האט טאקע א סברה אזוי, אז נאכדעם וואס מען לערנט דורך אלע זיינע ספרים באקומט מען מער דאס בילד וואס ער האט געוואלט.
און עס קען זיין אז די פאלגענדע צוויי שטיקלעך זענען א ראי' צו דיר.
חיי מוהר"ן שמו
ואמר שטוב לקבוע לעצמו שני שעורים ללמוד ספריו הקדושים שיעור אחד פשוט ללמוד במהירות הרבה מאד כדי שיהיה שגור בעל פה, ושיעור אחד ללמוד בעיון גדול. כי יש עמקות גדול ונפלא בספריו.

שיחות הר"ן קצט
אמר: אין מי שיוכל להבין בהספר (היינו בספר לקוטי מוהר"ן) כי אם מי שיכול לומר כל תורה ותורה פנים ואחור

און דאס קען טאקע אויך זיין די נקודה וואס ער זאגט אז מען זאל לערנען בלי הבנה, אז קודם זאל מען ארויס האבן דעם "פיקטשער" פון די גאנצע נושא, אן מעיין זיין, און נאכדעם וועט מען מער פארשטיין די זאך, איינמאל מען האט שוין דעם גאנצן בילד אפילו ווען עס איז נישט אזוי קלאר, קלארט זיך נאכדעם דער בילד אויס.
שיחות הר"ן עו
..וספר עמנו הרבה הרבה בענין זה שטוב ללמד במהירות ולבלי לדקדק הרבה בלמודו. רק ללמד בפשיטות בזריזות. ולבלי לבלבל דעתו הרבה בשעת למודו מענין לענין רק יראה להבין הדבר בפשיטות במקומו. ואם לפעמים אינו יכול להבין דבר אחד אל יעמד הרבה שם ויניח אותו הענין וילמד יותר להלן. ועל פי הרב ידע אחר כך ממילא מה שלא היה מבין בתחלה כשילמד כסדר בזריזות להלן יותר. ואמר, שאין צריכין בלמוד רק האמירה לבד לומר הדברים כסדר, וממילא יבין. ולא יבלבל דעתו בתחלת למודו שירצה להבין תכף ומחמת זה יקשה לו הרבה תכף ולא יבין כלל רק יכניס מחו בהלמוד ויאמר כסדר בזריזות וממילא יבין. ואם לא יבין תכף יבין אחר כך.
..אבל באמת הוא דרך עצה טובה מאד בענין הלמוד, כי על ידי זה יכולים לזכות ללמד הרבה מאד לגמר כמה וכמה ספרים וגם יזכה להבין הדברים יותר מאשר היה לומד בדקדוק גדול כי זה מבלבל מאד מן הלמוד. וכמה בני אדם פסקו מלמודם לגמרי על ידי רבוי הדקדוקים שלהם, ומאומה לא נשאר בידם. אבל כשירגיל עצמו ללמד במהירות כנזכר לעיל בלי דקדוקים הרבה, התורה תתקים בידו ויזכה ללמד הרבה מאד, גמרא ופוסקים כלם ותנ"ך ומדרשים וספרי הזהר וקבלה ושאר ספרים כלם. וכבר מבאר לעיל (בסימן כח) שיחתו של רבנו זכרונו לברכה שטוב לאדם שיעבר בחייו בכל הספרים של התורה הקדושה.

דאס אלעס איז אויב איך פארשטאנען דיין נקודה, אויב נישט זיי מיר מסביר.
(אפשר א דיעל? דו וועסט זאגן די וויסענשאפט חלק, און איך די ברסלבע חלק)
אבער בכל אופן זעה איך נישט ווי עס כאפט די נפק"מ אויף וועלכע וועג ער וויל עס אריינברענגן, סך הכל האט ער נקודות וואס ער האלט אז דאס איז דער ריכטיגער מהלך החיים, און דאס האט ער אפגעשריבן, ממילא וואס א חילוק אויף וועלכע וועג מען ליינט עס?

וועגן די התפארות חלק, האב איך געשריבן אז דאס האט ער נישט געזאגט ווייל ער האט געוואלט שעירן זיינע פיהלינג'ס, נאר אזוי ווי ער האט געהאלטן אז ער האט די ריכטיגע וועג צו העלפן מענטשן, האט ער געזאגט פארן עולם אז ער איז א דאקטער און ווער עס וויל זיך היילן זאל קומען.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 12, 2013 5:50 pm

· #96219
הערליך שיין, ברסלבער! מתוק מדבש ונופת צופים!

ברסלבער
שטודיעס ווייזן אז מען מוז אפילו נישט ווערן קיין ברסלבער דערפאר, מען קען עס טוהן אפילו אן ווערן א ברסלבער, און מען דארף נישט טוישן גארנישט פון די מהלך החיים פון וואס מען האט געטוהן ביז יעצט, אלעס קען גיין ווייטער כאילו לא היה, נאר איין זאך, אז אין אלע זאכן וואס מיר טוען, לייגן מיר אריין דעם אייבערשטן, און מיר שמועסן זיך דורך מיט אים.


קענסט מיר אריינלייגן אין די שטודיע... איך בין נישט קיין ברסלבער (עכ"פ דערווייל), אבער מען האט מיר אויפגעצויגן יעדע זאך צו רעדן צום באשעפער אין פשוט אידיש, סיי ווען עס גייט גוט אדער עפעס שווער.

[ציטאט אראפגענומען]


ממי שאמרו, ס'איז פאראן אסאך תירוצים דערויף, אבער לענ"ד האט נישט די קשיא מיט ברסלב איינגעשטויסן. עפעס נאר ברסלב פארלאנגט צו דאווענען?
אלא מאי, מארגן גיי נישט אין ביהמ"ד, און דאווען נישט, ווייל עניוועי העלפט עס דאך נישט...
ברסלבער איז גערעכט מיט דעם אז אויב וואלט מען גלייך געהאלפן געווארן וואלט מען פארלוירן די בחירה פון דאווענען, און מיר דארפן גלייבן אז יעדע תפלה טוט אויף, אויף עפעס א אופן.

בכלל קען מען די גאנצע בחינה פון באשעפער אלס א "בעל הרחמים" אפפרעגן, והא ראי' ער טוט דאך אזעלכע שוידערליכע זאכן, שרעקליכע טראגעדיעס, וואס הגם מיר גלייבן עס איז באהאלטענע רחמנות, אבער פאר אונזערע אויגן קוקט עס אויס ווי די פארקערטע,
און דערנאך גייען מיר אין ביהמ"ד איינרייסן פאר דעם און פאר יענעם, און אנשטאט געהאלפן ווערן, ווערן זאכן ליידער ערגער... און מען פארקלאפט מיט די הענט.. אבער מארגן ביי א צווייטע צרה נעמט מען נאכאמאל ארויס דעם תהלימ'ל... פארוואס?

בקיצור, עס איז א לאנגע שמועס, און האט נישט ספעציעל מיט ברסלב.
אזויפיל יא, איינער וואס לעבט אמת'דיג נאנט צום באשעפער זעהט מער די גוטע חלקים. ויש לי עוד הרבה לכתוב בענין זה, ועוד חזון אי"ה.

לולקע-ציבעך » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:46 pm

· #96683
שקויעך נאכאמאל, ברסלבער. הלוואי וואלט איך אזוי קלאר ארויסגעהאט מיינע שיטות ווי דו דיינע. ובכגון דא נגנו המנגנים: אשרינו אשרינו אשרינו, שיש לנו ברסלבער כזה.

ברסלבער
איך האב שוין געשריבן אין די הקדמה וואס רבי נחמן שרייבט (ליק"מ ח"א ל) אז א רבי איז אזוי ווי א דאקטער, דאס הייסט אז ער היילט מענטשן ברוחניות, ער איז מסביר באריכות אז א גרעסערע רבי איז נישט איינער וואס איז א גרעסערע צדיק, ער איז מער ערליך און הייליג, נאר איינער וואס קען מער ארויס העלפן מענטשן און "זיי" מאכן מער ערליך און הייליג.


א רבי אין דעם קאנטעקסט איז א מורה דרך. א מורה דרך דארף ווייזן דעם וועג. ווי מער "וועגן" דער מורה דרך קען, אלץ מער מענטשן וועט ער קענען ווייזן דעם וועג. אויף א פשוט'ער מדריגה, האט רבי נחמן (ווי ער אליין האט אויף זיך מעיד געווען) "באזוכט" אין די פארווארפנסטע, פינסטערסטע פלעצער, כדי צו ווייזן א וועג פאר אזעלכע וואס זענען דארט שטעקן געבליבן. רבי נחמן האט זיך אראפגעלאזט ביז די טיפענישן פון יאוש, אריינגעקראכן אין די פארווארפענע ביי-פאולער שטראזן, וכו' וגו' -- אלעס צו העלפן מענטשן וואס געפינען זיך אין אזעלכע פלעצער.

לגבי דעם "אמונה" חלק. אביסל שפעטער אינעם אשכול שרייבסטו אביסל וועגן דעם חילוק צווישן ברסלב און חב"ד. דעם אמת געזאגט, קען איך נישט דאס, נישט יענץ. אבער איין אויבנאויפיגן חילוק, מיוסד אויף דעם ביסל וואס איך ווייס וועגן ברסלב און חב"ד, קען איך אפשר יא זאגן. איך מיין אז לגבי אמונה און התבודדות זענען די צוויי זייער אנדערש. אין ברסלב לערנט מען צו מאכן א קשר מיט'ן אויבערשטן אויף א הארץ-מדריגה, אזא צאינה-וראינה אמונה פשוטה. די מעלה מיט אזא אמונה איז אז זי איז פשוט, ריין, און פאר רוב מענטשן קומט עס אן גרינג אויפצובויען. דער חסרון מיט אזא אמונה פשוטה איז אז זי בדרך כלל נישט אזוי פעסט מיוסד, און קען כפי-ערכ'דיג גרינג אומגעווארפן אדער געשעדיגט ווערן.

אין חב"ד לערנט מען אויך אמונה און "התבוננות" (אלסאו נאון עז, "התבודדות"), אבער מיט'ן און פונעם מוח. די חב"ד-אמונה הייבט זיך אן אין קאפ, און גייט פון דארט צום הארץ. אין ברסלב גייט דער סדר פארקערט. די מעלה מיט דער חב"ד-אמונה איז אז זי איז שטארקער. (מוח-שליט על הלב. מוח-שליט דינן האט לכאורה אפגעשיקט זיין מוח אויף וואקאציע פאר ער איז אריינגעשפרונגען אין ברסלב.) דער חסרון דערמיט איז אז ס'איז נישט געאייגנט פאר רוב מענטשן.

ברסלבער
דער ערשטער סניף פון אמונה איז התבודדות, התבודדות ווערט אנגערופן אין רבי נחמנ'ס ספרים, ווען א מענטש רעדט צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך אזוי ווי א מענטש רעדט צו זיין גוטע חבר, ווען א מענטש האט א שטארקע אמונה, ער גלייבט און ווייסט אז דער אייבערשטער איז איבעראל, ער פירט אים ביי טריט און שריט, און ער איז שטענדיג נעבן אים, וועט ער אוטאמאטיש אנהייבן רעדן צו אים ... ולפי זה ווען א מענטש זאל גלייבן אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים מיום הוולדו ועד עתה, ער איז יעדע רגע און סעקונדע נעבן אים, וואלט ער דאך זיכער גערעדט צו אים, און דערפאר איז אמונה און התבודדות געקניפט און געבינדען ... דו זאלסט קודם אנהייבן רעדן צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, און דאס וועט ברענגן אז דו זאלסט באקומען א קלארע אמונה, ווייל ווי מער דו רעדסט צום אייבערשטן, אלץ מער ווערט אויסגעקלארט דיין אמונה אז דער אייבערשטער איז טאקע איבעראל, און פירט אלעס, מיט דיר צוזאמען.

רעד עס אויס צום אייבערשטן, ווי צו א מאמע, ווי צו רבי, ווי צו א גוטער פריינד, און אויף די זעלבע וועג ווי אזוי דו רעדסט צו זיי, מען דארף נישט וויינען ווען מען רעדט צום אייבערשטן, אודאי איז דא אמאל וואס עס דרוקט אזוי שטארק אז עס קומט צו וויינען, אבער אויב עס קומט נישט צו וויינען איז נישט אינטערעסאנט זיך צו דרוקן צו וויינען, עס נעמט אוועק פונעם אמת (ליק"מ ח"ב צה), מ ען דארף נישט האב קיין התעוררות ביים רעדן, מען קען רעדן קאלטערהייט (ליק"מ ח"ב צח), די גרויסקייט ליגט אין ווי מער אמת עס ליגט דערין, מיט ווי מער אמת מען זאגט עס, אפיל נאר צוויי ווערטער "באשעפער העלף", ווען מען זאגט עס מיט אן אמת, ברעכט עס דורך אלע טירן און טויערן און מען ווערט געהאלפן (ליק"מ ח"א קיב).


ווי דו זאגסט: אמונה/התבודדות זענען אין א וועג צוויי זייטן פון דער זעלבער מטבע. דערפאר, אויב איז די אמונה אן אמונה פשוטה, איז דער קשר-התבודדות אויך פשוט און ריין.

רעדן צום אויבערשטן "אויף דער אייגענער שפראך", ווי איך פארשטיי עס, מיינט נישט בלויז בוכשטעבליך, רעדן צום אויבערשטן אויף אידיש, נאר אויך לויט די אייגענע השגות. א מענטש וואס איז אויפגעוואקסן אין א געפילן-טרוקענער סביבה, און ווייסט נישט וויאזוי אדער איז אומבאקוועם אויסצודריקן זיינע געפילן, קען רעדן צום אויבערשטן אויף אן אופן ווי ער איז געוואוינט צו בעטן א טובה פון עמיצן. מען קען אויך "מסביר" זיין פאר'ן אויבערשטן: "ליסען, איך האב נישט געהאט קיין ווארעמע באציאונגען מיט מיינע עלטערן. סאו, אויב איך זאל זיך נעמען רעדן ווי א 'קינד צו זיין מאמען', וועלן די ווערטער ארויסקומען פאלש, געקינצלט. ס'איז מיר שווער און דו ווייסט עס דאך. במילא, וועל איך רעדן אויף דעם אופן ווי איך קען. דו ווייסט דאך וואס טוט זיך טיף ביי מיר -- אפילו דארט וואו איך אליין האב נישט קיין צוטריט..." (מען קען, אויב וויל מען, בעטן אויף דעם אליין: צו זיין מער אפן מיט די געפילן מיט'ן אויבערשטן.) לולי דמסתפינא, וואלט איך געזאגט אז בשעת כעס מעג מען דעם אויבערשטן געבן א "פסק": ס'איז נישט יושר! האלא? ביזט נישט קיין נארמאלער מענטש!... ("אקעי, סארי. דו ווייזט דאך אז איך בין געווען גערעגט און האב גערעדט שטותים. זיי נישט ברוגז. און אדרבא, איך בעט דיר טאקע מיך צו העלפן מיט דער מידה פון כעס; און אויך, פארבעסער מיר די אומשטענדן אין מיין לעבן, אז כ'זאל נישט אנקומען צו אזא כעס'יגן מצב פון רעדן אזוי צו דיר.")

א גרויסע שוועריגקייט מיט דעם פשטות'דיגן (אבער ווירקזאמען!) ברסלבער התבודדות פאר א סך פון אונז איז אז כל זמן מען געוואוינט זיך נישט איין, פילט זיך עס מאדנע. מען פילט "פאני" צו רעדן צום אויבערשטן אזוי. דאס איז אבער צום פארדאנקען דער סביבה אין וועלכער רוב פון אונז איז אויפגעוואקסן. ס'איז שווער אין אנהייב; איינמאל מען געוואוינט זיך צו, קומט עס נאטירליך. (אויב מען וויל, קען מען אין אנהייב דאס אנקוקן ווי סתם א פראקטישע זאך. ווען מען שמועסט עפעס אויס אין ווערטער, אפילו נאר צו זיך אליין, ווערט רוב מאל גרינגער אויפ'ן הארץ, און אויך העלפט עס אריינברענגען א קלארקייט און פערספעקטיוו, וואס איז שווער צו באקומען מיט בלויז טראכטן.)

ברסלבער
התבודדות אין ברסלב מיינט צו לעבן מיטן אייבערשטן, מען שטייט אויף אינדערפרי זאגט מען פארן אייבערשטן "ש'כח אז דו האסט מיר צוריק געגעבן מיין נשמה, העלף מיר אז איך זאל היינט האבן א גוטע געשמאקע טאג", מען גייט אין מקוה "באשעפער העלף אז איך זאל האבן א גוטע פלאץ און א גוטע האנטוך, די מקוה זאל זיין זויבער, די שויער זאל זיין הייס און געשמאק", ווייטער "איך זאל טרעפן א גוטע מנין, דער בעל תפלה זאל מיר נישט גיין אויף נערווען", אין דזשאב, "באשעפער, דער בעל הבית זאל נישט שרייען אויף מיר, די ארבעטער'ס זאלן מאכן א גוטן דזשאב", אין קאר, "עס זאל נישט געשעהן קיין עקסידענ'ס, א פאליס זאל מיר נישט אפשטעלן", ליידיגע צייט, "באשעפער העלף אז איך זאל מצליח זיין אויפ'ן קאווע שטיבל, איך זאל שרייבן גוט און צו די זאך, און דער עולם זאל הנאה האבן", א.א.וו.


און טו מיר א טובה, רבונו של עולם, און שטופ ברסלבער צו ווייטער שרייבן זיינע תוכנ'דיגע מאמרים אין "קאווע שטיבל". (אז מען רעדט שוין פון "קאווע שטיבל", זע איך זאל באקומען מער לייקס. ס'גייט מיר נישט גוט אין דעם הינזיכט לעצטנס. טענקס, בראָו'.)


ברסלבער
רבי נחמן (ליק"מ ח"ב יט) טייטשט דעם פסוק כי זה כל האדם ... כי זה "כל" האדם - ווייל דאס קען "יעדער" מענטש טוהן, מען דארף נישט זיין קלוג דערצו.


התבודדות איז א מושג וואס האט א סך מדריגות, פון גאר פשוט ביז עמוק עמוק. התבודדות/התבוננות (באקאנט אין דער נישט-אידישער וועלט ווי "מעדיטאציע") איז א געצייג מיט וואס מען קען פשוט רעדן, ווי פריערדערמאנט, ביז אנקומען צו נביאה. (די נביאים האבן דאס גענוצט צו באקומען א נבואה ואכמ"ל.)

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 13, 2013 6:25 pm

· #96736
לולקע, איך בין נתפעל פון דיינע טייערע ווערטער! פארוואס האסטו נישט געארבעט אין מיין ישיבה אלס א משפיע, אינאיינעם מיט ברסלבער?..

א נקודה קצרה איבער דעם שטיקל:

לולקע-ציבעך
לולי דמסתפינא, וואלט איך געזאגט אז בשעת כעס מעג מען דעם אויבערשטן געבן א "פסק": ס'איז נישט יושר! האלא? ביזט נישט קיין נארמאלער מענטש!... ("אקעי, סארי. דו ווייזט דאך אז איך בין געווען גערעגט און האב גערעדט שטותים. זיי נישט ברוגז. און אדרבא, איך בעט דיר טאקע מיך צו העלפן מיט דער מידה פון כעס; און אויך, פארבעסער מיר די אומשטענדן אין מיין לעבן, אז כ'זאל נישט אנקומען צו אזא כעס'יגן מצב פון רעדן אזוי צו דיר.")


איך בין נישט אזוי זיכער צי מען מעג געבן דעם באשעפער א "פסק", כאטש עס איז זיכער בעסער דער וועג ווי איידער בכלל נישט רעדן צו איהם,
כ'האב אמאל געהערט פון הרב עזריאל טויבער שליט"א, אז ווען דער באשעפער שיקט איינעם א צער, און יענער טוט אלעס נאר נישט זיך ווענדן צום באשעפער, דאן ווערט ה' אין צארן, דער אויבערשטער זאגט: מאך זיך וויסענדיג פון מיר! רעג זיך אפילו אויף מיר, אבער קוק כאטש אויף מיין זייט?
און אסאך קענען מעיד זיין אז מען האט זיך אויסגעדריקט מיט לשונות של טענה אנטקעגן השי"ת, כאטש מען מיינט נישט צו פרעגן קיין קשיות ח"ו, נאר פשוט זיך אפצורעדן דאס צער פונעם געוויסן, און וויבאלד איך גלייב אז דער מסבב כל הסיבות שיקט מיר יעדע אנשיקעניש, ממילא שריי איך גלייך צו אים, צום מקור, נישט אויפן מעסענדזשער...

דאס לשון "ביזט נישט קיין נארמאלער מענטש" איז אביסל ארויס פונעם גדר, (אחוץ אפשר אויב האסטו אינזין דערביי "אינו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף"...)

ויש להאריך בזה... שרייבטס נאך, מיינע פריינט, איבער די ענינים. איך האב א געוואלדיגע הנאה דערפון.

נולד מאוחר » מיטוואך מערץ 13, 2013 7:30 pm

· #96775
ממי, די דערמאנסט מיר פון מר דיעטי מיט דיין דאוונען סטראגל.

ברסלבער » מיטוואך מערץ 13, 2013 10:13 pm

· #96832
לולקע, ווידעראמאל האסטו זייער שיין צונומען די נושאים, א גרויסן דאנק אייך.

עטליכע נקודות; דאס וואס דו שרייבסט וועגן חב"ד-ברסלב, ביזטו גערעכט, אבער דאס האב איך טאקע ארויסגעברענגט אז אזוי ווי די וועג פון חב"ד צו אנהייבן מיטן מח איז נישט גרינג פאר יעדן, דערפאר איז רבי נחמן געגאנגען א טריט ווייטער צו אנהייבן מיטן מויל, און ער זאגט אז דאס איז א גרינגע וועג ארויף, וואס פירט טאקע צום סוף אנצוקומען צו א קלארע און שטארקע אמונה אויך אין מח.
ווי איך האב געליינט אין דיינע הערליכע מאמרים, האב איך פארשטאנען סוף פסוק פון אסאך פון זיי, אז רוחניות'דיגע מושגים זענען זייער שווער צו פארשטיין מיטן מח, און ווען מען וויל זיי אביסל גרינטליכער אנאליזירן קומט מען צו אסאך ספיקות און אומקלארקייטן.
און ווי דו ביזט מסביר איז דאס דערפאר ווייל אונזער היזיגער מצומצומ'דיגער שכל קען נישט משיג זיין זאכן מחוץ לגבולינו, און דערפאר איז לכאורה שווערער אנצוהייבן מיטן מח, ווייל דער גשמיות'דיגער מח קען נישט אליינ'ס אלעס אויספיגורן, און עס קען צוקומען צו גאר אנדערע מסקנות.
און דערפאר זאגט רבי נחמן אויפ'ן פסוק "אודיע אמונתך בפי" אז אמונה דארף זיך אנהייבן מיטן מויל, טאקע אזוי צאנה-וראינה'דיג, אבער ער זאגט אז דאס איז די אנהייב פונעם וועג ארויף, צו ארויסהאבן אלעס אויך מיטן שכל, און דערפאר איז דאס א וועג פאר יעדן איינעם אן אויסנאם.

דאס וואס דו זאגסט אז "אויף די אייגענע שפראך" איז אויך נכלל אין דעם די אייגענע השגות און געפילן, איז זייער ריכטיג און שיין ארויסגעברענגט, און וועגן רעדן צום אייבערשטן מיט כעס, מיין איך אז דאס איז אין כלל פון "הלכה ואין מורין כן", דהיינו ווען א מענטש פיהלט זיך טאקע נאנט צום אייבערשטן וועט ער רעדן אלע זיינע אמת'ע געפילן וואס ליגט אים אויפ'ן הארץ, און מען קען אים נישט איינטיילן וואס און ווי אזוי צו רעדן, ווייל איינמאל דו געבסט אינסטראקשענ'ס ווי אזוי מען דארף רעדן פארלירט עס פונעם אמת, אבער ואין מורין כן, עס איז שווער דאס צו זאגן ברבים סיי ווייל עס זעהט אויס פאני, און סיי ווייל מען קען נישט ניצן דאס אליינ'ס, אזוי ווי עס זענען דא ליידער מענטשן וואס רעדן א גאנצן טאג מיט כעס אויפ'ן אייבערשטן, זיי זענען פיל מיט טענות אויף אים, און דאס איז נישט אינטערעסאנט, אבער איינער וואס רעדט אייביג צום אייבערשטן ער דאנקט און לויבט און בעהט אויך, קען אמאל קומען א מצב וואס עס כאפט זיך ארויס אזעלכע דיבורים, טאקע ווייל ער פילט זיך זייער נאנט צום אייבערשטן, און איך גלייב אז דער אייבערשטער האט פון דעם אויך הנאה.

די שוועריקייט פון רעדן ווייל מען פילט זיך פאני דערמיט, איז אויך אמת, און טאקע פשוט ווייל אסאך זענען אויפגעוואקסן כאילו דער אייבערשטער איז עפעס א שלעכטער כאראקטער וואס קוקט ארויס פון די שפאלטנעס צו קענען כאפן דעם מענטש ביי אן עבירה און אים באשטראפן, וואס דאס איז זייער פאלש געטראכט, דער אייבערשטער איז אן אב הרחמן און וויל הערן וואס דער מענטש האט צו זאגן און זיך פארענטפערן.
אגב, האב איך לעצטנ'ס געהערט א גוט ווארט פון איינעם אויף דעם וואס די גמרא זאגט אז יצחק אבינו וועט זיך אויס'טענה'נען מיטן אייבערשטן אז די אידן זענען יא וואויל, און ער וועט מאכן א גאנצע חשבון אז א האלבע לעבן שלאפט מען און א חלק עסט מען און מען גייט ארויס לצרכים וכו' (איך געדענק נישט יעצט פונקטליך) וואס איז אבער שווער אויף דעם איז אז ווען מען עסט און ווען מען גייט לצרכיו קען מען פונקט אזוי זינדיגן, וואס איז דער תירוץ אז דעמאלט'ס האט מען נישט געזינדיגט?
זאגט ער אז אפילו דער תירוץ שטימט נישט אזוי גוט, אבער איינמאל דו זאגסט פארן אייבערשטן אז דו מאכסט דיך וואוסענדיג פון אים, דו ווייסט אז דו האסט געטוהן עוולות און דו ווילסט צוריק קומען צו אים, דעמאלט'ס אפילו ווען דער תירוץ שטימט נישט אזוי גוט, איז אויך נישט געפערליך, והבן.
עכ"פ עס איז אמת אז איינער וואס איז נישט געוואוינט דערצו איז שווער פאר אים דאס אנצוהייבן טוהן, אבער פון עקספיריענס קען איך דיר זאגן אז עס איז אסאך שווערער עס נישט צו טוהן, ווייל אנעם אייבערשטן ווערט מען פארלוירן אין א ים מיט צרות און זאכן וואס גייען קאפויער ווי מען האט געוואלט (חוץ איינער וואס טראכט בכלל נישט, אזוי ווי דו האסט געשריבן).
און רבי נחמן זאגט טאקע ענדליך צו דעם וואס דו האסט געשריבן, אז מען קען דאס אליינ'ס בעטן, ווען מען פילט אז די מויל איז פארשפארט און מען קען זיך נישט אויסרעדן צום אייבערשטן, קען מען מאכן א תפלה פון דעם אליינ'ס, "באשעפער עפן מיר מיין מויל אז איך זאל קענען רעדן צו דיר, און איך זאל גלייבן באמת אז דו ביזט מיט מיר שטענדיג, און דו הערסט מיר אייביג אויס".

נאך א נקודה, רבי יוסף יעבץ ז"ל שרייבט אז ביי די גירוש שפאניע האט מען געזעהן אז די וואס האבן געהאט אמונה חקירה, זיי האבן פארשטאנען די אמונה בה' מיט זייער מח, האבן שנעלער אפגעלאזט אידישקייט ווען עס האט זיך אנגעהויבן די ביטערע צרות דארט, און די פשוטע מענטשן און פרויען וכדו' וואס האבן געהאט אמונה פשוטה האבן זיך מער געהאלטן ביי אידישקייט, און זיך ענדערש געלאזט פארברענען און זיך פייניגן, און נישט אפגעלאזט די אמונה.
ובכן איז נישט זיכער וואס דו זאגסט אז אן אמונה וואס הייבט זיך אן מיט א שטארקע מח, איז מער פעסט מיוסד ווי אמונה פשוטה, און ווי איך האב פארשטאנען לגבי חב"ד, (איך האב נישט געלערנט ספרי חב"ד צו קענען זאגן אויף זיכער, אבער איך מיין אזוי) אז דער וועג פון טראכטן וואס זיי האבן, איז נישט צו "פארשטיין" מיטן שכל די אמונה, נאר פשוט צו טראכטן אסאך דערפון, און עס אריינקריצן אין מח אויף א וועג אז מען זאל עס שטענדיג געדענקן, אבער נישט אלץ אמונה חקירה, ואם שגיתי ה' הטוב יכפר.

און צום שלוס נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר דיינע תגובות, איך האב זייער הנאה פון דיינע מאמרים, און באזונדער א דאנק פאר דיינע תפלות אז איך זאל ממשיך זיין צו שרייבן תוכנ'דיגע מאמרים, ווייל למעשה איז אסאך גרינגער צו שרייבן סתם אין די וועלט אריין, מען דארף ווייניגער אנשטרעגן דעם מח...

לולקע-ציבעך » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:02 pm

· #97180
שמעקעדיג
לולקע, איך בין נתפעל פון דיינע טייערע ווערטער! פארוואס האסטו נישט געארבעט אין מיין ישיבה אלס א משפיע, אינאיינעם מיט ברסלבער?..

איך בין נישט אזוי זיכער צי מען מעג געבן דעם באשעפער א "פסק", כאטש עס איז זיכער בעסער דער וועג ווי איידער בכלל נישט רעדן צו איהם,
כ'האב אמאל געהערט פון הרב עזריאל טויבער שליט"א, אז ווען דער באשעפער שיקט איינעם א צער, און יענער טוט אלעס נאר נישט זיך ווענדן צום באשעפער, דאן ווערט ה' אין צארן, דער אויבערשטער זאגט: מאך זיך וויסענדיג פון מיר! רעג זיך אפילו אויף מיר, אבער קוק כאטש אויף מיין זייט?
און אסאך קענען מעיד זיין אז מען האט זיך אויסגעדריקט מיט לשונות של טענה אנטקעגן השי"ת, כאטש מען מיינט נישט צו פרעגן קיין קשיות ח"ו, נאר פשוט זיך אפצורעדן דאס צער פונעם געוויסן, און וויבאלד איך גלייב אז דער מסבב כל הסיבות שיקט מיר יעדע אנשיקעניש, ממילא שריי איך גלייך צו אים, צום מקור, נישט אויפן מעסענדזשער...

דאס לשון "ביזט נישט קיין נארמאלער מענטש" איז אביסל ארויס פונעם גדר, (אחוץ אפשר אויב האסטו אינזין דערביי "אינו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף"...)


יישר כוח 🙂

איך בין אויך נישט זיכער אז איך בין גערעכט מיט'ן "פסק". בכל אופן, ס'איז מסתמא א ריזיגער חילוק אינעם ניגון און כוונה מיט וואס דער פסק ווערט געגעבן. א פיינפולער אויסשמועס איז גאר אנדערש ווי א שטעכעדיגע באמערקונג כלפי מעלה. "חוצפה" וואס קומט פון נאאיוויטעט איז גאר אנדערש ווי פרעכע שטעכווערטער.

דער אויבערשטער דערשרעקט זיך נישט בכל אופן. אבער לגבי תפילה, אינעם "באהעפטן" משמעות שבו, אז תפילה ברענגט א מענטש נאענטער צום אויבערשטן, איז א חוצפה מחמת ווייטאג כלפי א טאטן וואס מען האט ליב גאר אנדערש ווי דעם עזות פון א פרעכן מחוצף - אפילו ביידע נוצן די זעלבע ווערטער. ובכל זאת בין איך אפשר נישט גערעכט. ובכל אופן איז די הלכה לכאורה ווי ברסלבער שרייבט ווייטער אין דעם אשכול: "הלכה ואין מורין כן."

לולקע-ציבעך » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:06 pm

· #97185
[ציטאט אראפגענומען]


דו ביזט גערעכט. און דו דארפסט טאקע גיין צו חב"ד.

דיין ניק איז מרמז אויף ענווה. דיין אוואטאר איז כולו ראציאנאליזם. און דו ווילסט א טעכנאלאגישן קשר מיט ג-ט. חב"ד איט איז 😂

נארמאלער » מאנטאג אפריל 29, 2013 1:54 pm

· #97555
לולקע-ציבעך


דער אויבערשטער דערשרעקט זיך נישט בכל אופן. אבער לגבי תפילה, אינעם "באהעפטן" משמעות שבו, אז תפילה ברענגט א מענטש נאענטער צום אויבערשטן, איז א חוצפה מחמת ווייטאג כלפי א טאטן וואס מען האט ליב גאר אנדערש ווי דעם עזות פון א פרעכן מחוצף - אפילו ביידע נוצן די זעלבע ווערטער. ובכל זאת בין איך אפשר נישט גערעכט. ובכל אופן איז די הלכה לכאורה ווי ברסלבער שרייבט ווייטער אין דעם אשכול: "הלכה ואין מורין כן."


יא דער אויבערשטער וויל אמת (אפי' ארגינעלע טענות) וועמן פאפּט מען ....זיין אפען פאדערען מיט עקשנות נאכאנאנד מיט א ערענסקייט ,סקוקט אויס נעבּעך אז מרעדט אין וואנט אריין אבּער סבלנות סבלנות

על טהרת הקודש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:54 pm

· #186481
@ברסלבר ביטע געב דיר אפ נאך אביסעל מיט מקרב זיין נשמות ישראל לאור תורתו של רבינו ננמ''ח זצוק''ל

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מאי 1, 2014 1:33 pm

· #198427
קונטרס אנטקעגן ברסלב
קונטרס בעניני ברסלב מאת ר' ירמיה כהן <a class="postlink" href="https://docs.google.com/file/d/0B5TUfE6ZVRqqX1I3VHE2N2lvcnM/edit">https://docs.google.com/file/d/0B5TUfE6 ... lvcnM/edit</a>

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מאי 1, 2014 1:33 pm

· #198428
צעד אחד קדימה - הסכנה שבברסלב <a class="postlink" href="https://docs.google.com/file/d/0B5TUfE6ZVRqqNVViWkZuaGt2bWM/edit">https://docs.google.com/file/d/0B5TUfE6 ... t2bWM/edit</a>

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מאי 1, 2014 1:35 pm

· #198429
מאמר תגובה נגד מאמר שנכתב נגד ברסלב


גדולי ישראל נשלחים ל"אבחון פסיכולוגי"...

בחודש ניסן תשע"ד נחנכה הקליניקה החדשה, במיוחד עבור "גדולי ישראל", ובה יוכלו לקבל אבחון פסיכולוגי מדויק ואיכותי, על שלל בעיותיהם הנפשיות.

קליניקה זו היא ייחודית בכך שהיא מקבלת לאבחון – לא רק את הצדיקים שבדורנו, כמנהגם של העיתונאים והפוליטיקאים למיניהם – אלא גם צדיקים שחיו לפני 200 שנה...

מזעזע, אבל נכון!

קליניקה זו לא נפתחה בקב"ן של "לשכת הגיוס", אלא בלשכתו של הסופר המחונן ש.א. בעל מחבר ספר "קול קורא במדבר"...

ה' חנן אותו בחשיבה פסיכולוגית ותורנית עמוקה, ובעט סופרים – והוא החליט לנצל זאת כדי לנתח את הבעיה הבוערת של "ברסלב". כשתוך כדי, הוא מעלה על שולחן הניתוחים גם את רבי נחמן מברסלב בעצמו... לא פחות ולא יותר...

*

בספרו "קול קורא במדבר", מוקדש פרק שלם לתופעה המוזרה ששמה "ברסלב".

הוא הצליח למרוח 5 עמודים בכתמי דיו [= אותיות] ובהם הוא מנסה להאיר את עיני הנוער, המתלבט על טיבה של תופעה זו ששמה 'ברסלב', שכן: "התופעה היא באמת כזו שצעירים רבים נתקלים בה, ותוהים על טיבה. מגיע להם גם מענה" (מתוך דבריו בהקדמת הפרק).

אך, שימו לב – קוראים יקרים:

לא על כך יצא הקצף!

שכן, הוא לא הראשון – ואם משיח לא יגיע בקרוב, הוא מסתמא גם לא יהיה האחרון – שמתייחס לבעיה של 'ברסלב'.

רבים וטובים הוכרחו להתעסק בתופעה מוזרה זו. לא רק בגלל המחלוקת שעוברת במסורת עיוורת, אלא גם בעיקר מחמת הסיבה שאותה הוא כותב, בפתיחת הפרק, וזה לשונו:

"יתכן שיש צורך לעשות חשבון נפש פומבי בנושא של חסידות ברסלב, תופעה שוודאי אי אפשר להתעלם ממנה. מהי הסיבה להצלחתה המטאורית, ולהיותה להיט גם בקרב אנשים שרחוקים מאתנו כל כך, ואעפ"כ תורת רבי נחמן מצליחה לדבר אל לבם? כיצד הפכה חסידות קטנה ונרדפת לכח עולמי?".

אכן, תופעה זו של ברסלב, מעוררת חרדה בלב רוב ככל הקהילות והמוסדות, בראותם שמספר ה"עריקים" הולך וגדל מיום ליום.

בחורי חמד ואברכי משי, שעד היום לא עשו שום 'בעיות' והלכו בתלם, מגלים לפתע סימני בגרות ומרדנות, ומעיזים לפתוח ליקוטי מוהר"ן וליקוטי הלכות, ולגלות את האור... ובסופו של דבר, אף עורקים לשורות המתבודדים...

בהחלט תופעה מעוררת חרדה, "תופעה שוודאי אי אפשר להתעלם ממנה"... שכן, אם תתעלם ממנה, אתה או ילדך יכול להיות הקרבן הבא...

ואם עד היום היה הציבור הליטאי, פחות מאוים מתופעה מחרידה זו, הרי שגם ציבור זה התחיל 'לפזול' החוצה, ויש כבר כמה מאות של מקורבים חשאיים וגלויים...

יותר מדאי בחורים ואברכים, חסידים וליטאיים, מגלים את עצת ה"התבודדות", ומעיזים לדבר עם ה' כמו שנהג החפץ חיים...

ייתכן שאותו 'קורא במדבר' ראה את דברי מרן המשגיח רבי שלמה וולבה זצ"ל (הודפס ב"ליקוט ספרי מוסר" עמוד 58) שכתב שמומלץ ללמוד בספר "משיבת נפש"... ייתכן אפילו שיצא לו פעם לראות את הספר "דליות יחזקאל" של ראש ישיבת חברון מרן רבי יחזקאל סרנא זצ"ל, אשר שם הוא מעתיק (עמודים תלב-תלה) 27 קטעים ממכתבי מוהרנ"ת ב"עלים לתרופה", תחת הכותרת: "דברים נבחרים מכתבי מוה"ר ר' נתן זצ"ל"...

אך כל זה היה טוב, כשעדיין לא ריחפה סכנת "עריקות" על הציבור הליטאי. אבל כיום, חובה לעקור את התופעה...

אי לכך, שוב אין פלא על אותו "קורא במדבר", שברוב תבונתו וידיעתו הואיל להאיר את עיני הקורא, ולבאר בטוב טעם ודעת, במה דומה דרכה של ברסלב – דרך ההתבודדות – לדרך הנצרות...

"יצירת מערכת יחסים עם הא-ל" – הוא מסביר – "הוא לאו דוקא רעיון יהודי. הוגי הדעות הנוצריים מדברים כל הזמן על הצורך לדבר עם יש"ו, להבדיל כמובן, ולפתח אתו מערכת יחסים אישית".

אולי כך הוא יצליח להרתיע את הנוער המתלבט, שלא יעיז להתבודד...

גם לגבי הנסיעה לאומן, הוא כותב:

"שוב יש בזה משותף עם הנצרות. אתה יכול לחטוא, רק תלך ותתוודה לכומר". ולמען לא יטעה הקורא ויבין לדמות את הנמשל למשל, הוא ממשיך וכותב: "גם רבי נחמן שיבח את מי שמתוודה לפני הצדיק"...

כמובן; "אינני אומר שברסלב היא חס ושלום נצרות או שהיא חלילה הושפעה ממנה" – הוא דואג להצטדק – "אלא שהיא שייכת לאותו סוג של ראש, לאותה משפחה רוחנית".

מה נאמר ומה נדבר? מזעזע ביותר...

אך שוב: לא על כך יצא הקצף!

למי יש זמן ולב לקצוף על כל המקציפים שמלבד קצפת וקצף אין בדבריהם שום תוכן...

[יש לנו רק נס, שהוא לא גילה בפרהסיה, שבברסלב מטבילים כל 'מקורב' חדש, לשם גירות... ושנוהגים לערב דם של ליטאי או של מתנגד חסידי בַּמַּצוֹת של ליל הסדר...]

הן על דברי הבל שכאלה, ודומיהם, כתב מוהרנ"ת במכתבו:

"יֹאבְדוּ הֵם וְאֶלֶף כַּיּוֹצֵא בָּהֶם, וְדָבָר אֶחָד מִדִּבְרֵי קָדְשׁוֹ [של רבינו הקדוש] אָחוֹר לא יָשׁוּב רֵיקָם, וְהוּא גָּמַר וְיִגְמֹר, וְגַם אָמַר 'גָּאט פִירְט תָּמִיד אוֹיס'. עַל כֵּן גַּם עַתָּה עָלֵינוּ לְשַׁבֵּחַ לַאֲדוֹן הַכֹּל, שֶׁזָּכִינוּ לִהְיוֹת בְּחֶלְקוֹ, חֲבָלִים נָפְלוּ לִי בַּנְעִימִים. וְכָל מַה שֶׁהַבִּזְיוֹנוֹת וְהַחֵרוּפִים מִתְגַּבְּרִים יוֹתֵר רַחֲמָנָא לִצְלַן, אַף עַל פִּי שֶׁצַּר וָמַר מְאֹד מְאֹד, אַף עַל פִּי כֵן צְרִיכִים לְהִתְחַזֵּק וּלְהַחֲיוֹת אֶת עַצְמֵנוּ, וְלַהֲפֹךְ לְשִֹמְחָה מַה שֶּׁאָנוּ זָכִינוּ לְהִמָּלֵט מֵרִשְׁעוּת כָּזֶה"...

*

מה שיצא הקצף, הוא על משהו אחר לגמרי:

על שבירת השיא של הטיפשות!

טיפשים רבים עמדו לעם ישראל משך הדורות, אך טיפש זה שבר את השיא...

מלבד הבורות והטיפשות שבדבריו – אשר אליה לא נתייחס הפעם – הוא הפך גם להיות הפסיכולוג של "רבי נחמן מברסלב", והוא מנפיק לו "אבחון פסיכולוגי פתולוגי מדויק"...

לאותו ש.א. לא מספיקה ההתנגדות האוניברסלית המקובלת [כנראה, מפני שאין בה כבר כח להרתיע את העריקים] אלא הוא מתעלה מעל קודמיו, ושובר את השיא העולמי:

הוא רוצה "להתייחס לאישיות של רבי נחמן עצמו"!

אולי ככה הוא יצליח לפתור את התופעה "שוודאי אי אפשר להתעלם ממנה"...

וכך הוא פותח את הקטע השלישי של הפרק:

"הייתי רוצה להתייחס גם לאישיות של רבי נחמן עצמו" – יש לו כמה שאלות נחוצות מאד, לא רק על "הדרך" של ברסלב, אלא על ה"אישיות" עצמה של רבינו הקדוש...

ולאחר שהוא מסביר את הצורך לדון בעצם אישיותו של רבינו הקדוש, ואת השאלות הקשות שיש לו עליו. הוא פותח את הקטע הרביעי של הפרק וכותב:

"נדמה לי שאני יודע את התשובה!". אני – ש.א. – יודע את התשובה.

הוא ישב על המדוכה ימים או שנים, והצליח לפצח את חידת אישיותו של רבי נחמן עצמו. והוא גם מעלה על הכתב את מסקנת מחקרו [הריני מתנצל מראש בפני נשמתי ונשמת הקוראים, על שאני מטנף אותם בדבריו, לצורך העניין, והוא רחום יכפר]:

"רבי נחמן ... [ידי רועדת מלהעתיק את לשונו המטונף במלואו] בקללה שנפלו בה רבים וטובים; הוא היה אדם מקורי באופן בלתי רגיל, בחברה שהייתה שמרנית עד לאימה. מאידך, הייתה זו גם החברה שהוא גדל בה וינק ממנה; אי לכך, הייתה בו גם תמימות מסוימת שמאד אופיינית לאנשים אחרים בסיטואציה דומה".

כן כן, אתם לא טועים!

זה הוא האבחון העמוק שנכתב על: רבינו הקדוש רבי נחמן מברסלב. מאת: ש.א.!

בושה וכלימה.

*

כנאמן לדרכו, להוכיח את הדמיון הרב שבין ברסלב לנצרות [מאחר שלדבריו, שניהם שייכים "לאותו סוג של ראש, לאותה משפחה רוחנית"] הוא מעפיל בדרגות הטיפשות והעזות, ומנסה גם להשוות את תכונות "אישיותו" של רבינו הקדוש, לתכונותיו של הפילוסוף היווני "סוקרטס" שהכעיס את המון העם בכך שהוכיח את בורותם וטיפשותם, עד שהרגוהו [כמובא בליקוטי הלכות: "אַסוֹקְרָאט שֶׁדָּנוּ אוֹתוֹ וַהֲרָגוּהוּ בִּשְׁבִיל חָכְמָתוֹ" (ליקוטי הלכות, סוכה ז, ב)]. ובכך הוא מוצא את התירוץ לשאלה הקשה: מהו "הדבר שיותר מכל דבר אחר קומם את הממסד ומעוזי השמרנות" לחלוק על רבינו הקדוש...

אך אין די לו בדמותו של סוקרטס היווני להסביר מדוע הייתה מחלוקת על רבינו הקדוש, והוא מוכרח להשלים את החסר, ולהביא דוגמא נוספת מגוייה צרפתית...

וכך הוא ממשיך וכותב (דילגתי על ביטויים זולים שאינם מתאימים לנפש נקיה):

"בצרפת של המאה הארבע עשרה שנאנקה תחת עול השעבוד האנגלי, קמה ז'אן דארק ... בת שמונה עשרה, שטענה שהאלקים שלח אותה לגאול את צרפת. היא נטלה את הפיקוד על הצבא, ובאמת הצליחה לגרש את האנגלים ... עשתה מהפכה בכל מה שקשור למלחמה ומדיניות. אך מאידך, היא הייתה כל כך ... כל כך שחצנית, וכל כך מזלזלת בטיפשות של הממסד. והכל לא מרוע לב, אלא מתמימות ... היא הצליחה להשניא את עצמה על כל רַבֵּי המלכות".

איזה גאונות! הצרפתית השחצנית, מבארת בטוב טעם ודעת, מדוע חלקו על רבינו...

[אוי גיוואלד! סליחה ומחילה מנשמתי ומכל הקוראים, שאני משקה אותם בכוסית קטנה מתוך ביב השופכין של "קול קורא במדבר"].

ואם עדיין יש לכם ספק, בקשר להשוואה בין רבינו הקדוש, קודש הקדשים, לבין סוקרטס וז'אן דארק (עפ"ל) מסכם הכותב את ההשוואה, ומראה לנו עד כמה היא תואמת:

"לכל הדמויות הללו היה סוף רע. אסור לשכוח שגם רבי נחמן היה אדם מאד אומלל: אשתו מתה בצעירותה; הבן שהוא תלה בו כל כך הרבה תקוות וקיווה לייסד עמו שושלת (שקרן...) גם מת בינקותו; הוא הקים חסידות קטנה וזניחה, שלא הפסיקו לרדוף אותה משך כל ימי חייו ואף לאחר מותו; רבי נחמן עצמו מת בגיל צעיר משחפת כשעוד מיטב שנותיו לפניו".

[יש לנו נס, שברשימה המטונפת שערך הכותב – סוקרטס וז'אן דארק – לא תחב גם את השם של האר"י הקדוש. שהרי גם הוא שיבח את עצמו, וגם הוא סבל צרות: בנו הקטן נפטר כשגילה סודות התורה (כמסופר בשער הכוונות, דרושי הפסח דרוש י"ב, וכל זה מאותה סיבה שבעבורה נסתלק בנו של רבינו, כמבואר בארוכה בשיחות הר"ן שיחה קפ"ט "והמובן מדבריו שכל צערו ויסורין וצער בניו שיחיו, הכל הוא רק מחמת שעוסק עמנו לקרבנו להשם יתברך"); הוא הקים חבורה קטנה של תלמידים, ובעבור מחלוקת שהייתה ביניהם הוא נסתלק ועלה לגנזי מרומים בגיל צעיר. וכו' וכו'].

*

ובכן:

יש המון מה לכתוב בקשר לעצם דבריו המטורפים הנ"ל, אך אני מתאפק לעת עתה. כי כפי שהקדמתי, לא על השקר והבורות שבדבריו יצא הקצף, אלא על עצם ההעזה והטיפשות לדון ב"אישיותו" של רבי נחמן מברסלב.

גם אם לא היה משווה אותו לסוקרטס או לז'אן דארק, אלא לדמות יהודית קדושה – הרי שלא נשמע מעולם עזות טיפשית ואפיקורסית שכזאת; לערוך מחקר על "אישיותו" של צדיק מגדולי ישראל!

אם עד היום ידענו שתחום זה – של מחקר אישיותם והכפשתם של גדולי ישראל – שייך לשפלים שבין המשכילים, הרי שה"קורא במדבר" יוכיח שאפשר לעשות זאת גם בין כותלי בית המדרש...

מה שנשאר לנו, זה רק להיזהר שלא תתעורר חמתו של אותו שפל ונבזה, על צדיקים אחרים. כדי שלא יכפיש גם אותם.

שהרי בקצב זה, אפשר בקלות 'להפליל' גם את כל שאר גדולי ישראל...

בעצם, לא רק גדולי ישראל נמצאים בסכנת הפללה בקליניקה של "קורא במדבר", אלא גם תורת ישראל בעצמה עלולה להגיע באיזשהו שלב לקליניקה שלו, ושם הוא ינתח גם אותה, ויחשיד אותה בנטייה לנצרות רח"ל...

שכן, אם את ההתבודדות אפשר להשוות לנצרות, בטענה ש: "יצירת מערכת יחסים עם הא-ל הוא לאו דוקא רעיון יהודי. הוגי הדעות הנוצריים מדברים כל הזמן על הצורך לדבר עם יש"ו, להבדיל כמובן, ולפתח אתו מערכת יחסים אישית" – אפשר גם בקלות להשוות את הקרבת הקרבנות לפולחנים הנוצריים רח"ל, ולכתוב: "הקרבת בהמות על גבי מזבח, הוא לאו דוקא רעיון יהודי"...

אך מי שנמצא בעיקר על הכוונת, הם "יחידי הדורות", הלא הם: רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, ורבינו נחמן מברסלב.

הם הכי בעייתיים...

שכן, את כל אלו הצדיקים, אפשר בקלות להאשים בכל ההאשמות שכתב בספרו המטונף:

הם לא הסתפקו בשמירה יבשה על חוקי ההלכה רק דרשו גם לב ונשמה ['בעיה' שעליה דן ש.א. בתחילת הפרק]; הם שבחו את עצמם; הם ותלמידיהם אחזו ופרסמו שאצלם נמצאת האמת השלמה והמוחלטת; וכן הלאה.

[וכמבואר בעומק נפלא, בספר "תרוממנה קרנות צדיק" (הנמצא בכת"י) סוד הדבר מדוע דווקא גדולי הצדיקים כהרשב"י ורבינו הקדוש, שיבחו את עצמם. דברים נפלאים ועמוקים מאד ע"פ נגלה ונסתר].

*

אילו היה צורך, היה יוצא אותו 'קורא במדבר', בהתקפה כוללת על כל גדולי מאורי החסידות, תלמידי הבעש"ט והמגיד הקדוש נ"ע.

וכפי שניתן גם להבין מדבריו בסוף הפרק, שהקשר בין הנצרות לברסלב, אינו מסתיים בברסלב אלא מתפשט בסתר בכל מחנות החסידות. וכך הוא כותב:

"ישנם כתבים של מיסיונר אנגלי, שנסע לפולין וליטא בשלהי המאה ותשע עשרה, במטרה לנצר יהודים. הוא משווה בין החסידים לליטאים: עם הליטאיים, הוא כותב, אין בכלל מה לדבר – לך תדבר על ישו עם אדם שמתעסק עם 'יוקרא דלקמיה' או עם 'מיגז גייז'. אבל מהחסידים הוא ממש התלהב. הוא כתב שהתשתית – הסגידה לבשר ודם – כבר ישנה, ורק צריך להחליף את הנפשות הפועלות"...

שמתם לב איזה גאונות מורעלת?

אם זה הכיוון, אפשר גם להוכיח את צדקתם של קורח ועדתו, ולהפליל את אלו שהאמינו בה' ובמשה עבדו, בכך שאלו המאמינים במשה רבינו נמצאים בסיכון גבוה של נפילה ל"איסלמיות". שהרי התשתית קיימת כבר אצלם, רק צריך להחליף את משה רבינו עם להבדיל א"ס הבדלות מוחמד...

ותו:

וכי מי שמתעסק כל היום עם 'יוקרא דלקמיה' או עם 'מיגז גייז', ולא מוטרד מחובת ההתקרבות לצדיק, יש לו עדיפות בכך שאין לו סיכון ליפול לנצרות?

אולי אם כן, תהיה עדיפות לאיכר טיפש, על פני תלמיד חכם, מאחר שאין לו סיכון ליפול לחכמות חיצוניות, מאחר שהוא אפילו לא יודע קרוא וכתוב?...

איזה גאונות טיפשית...

[כנראה שגם הבקיאות המדהימה של ש.א. בתורת הנצרות ובהיסטוריה של סוקרטס וז'אן דארק, נובעת מיגיעתו בסוגיות של 'יוקרא דלקמיה' או 'מיגז גייז'...]

*

הסיבה היחידה, מדוע הוא מתקיף רק את ברסלב, ומנתח את אישיותו של רבי נחמן מברסלב, ולא נטפל לשאר הצדיקים, היא כנראה מסיבה אחת:

מתוך כל הצדיקים והתופעות שלפני 200 שנה – ברסלב, ורבינו העומד בראשה, היא התופעה שהכי מטרידה את מנוחת המוסדות והקהילות. ולכן היא "תופעה שוודאי אי אפשר להתעלם ממנה. מהי הסיבה להצלחתה המטאורית, ולהיותה להיט גם בקרב אנשים שרחוקים מאתנו כל כך, ואעפ"כ תורת רבי נחמן מצליחה לדבר אל לבם? כיצד הפכה חסידות קטנה ונרדפת לכח עולמי?"...

אך תחת אשר יפתור את התופעה על ידי עיון וחיפוש בספרי רבינו הקדוש – דבר שמסוכן ביותר עבורו – הוא מעדיף לנבור בעמקי דת הנצרות וכתבי המיסיונרים, ולהיעזר בסוקרטס וז'אן דארק, לפתור את השאלות העמוקות שיש לו על "אישיותו" של רבי נחמן...

ולנו, לא נשאר רק לבכות על ההסתרה הנוראית, ולומר בפה מלא:

"אַשְׁרֵינוּ מַה טּוֹב חֶלְקֵנוּ, שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמָיו הֵסִיר מֵאִתָּנוּ מַסְוֶה הָעִוָּרוֹן הַמְסַמֵּא אֶת הָעֵינַיִם וּמוֹנֵעַ הַרְבֵּה אֲנָשִׁים מִלְּהִסְתַּכֵּל בְּסִפְרֵי רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה הַנּוֹרָאִים, וְהֵם חוֹלְקִים וּמִתְנַגְּדִים עָלָיו וְעַל אֲנָשָׁיו וְעַל סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים וְהַנּוֹרָאִים מְאֹד. בָּרוּךְ ה' אֲשֶׁר הִצִּילָנוּ מִזֶּה, וְהִבְדִּילָנוּ מִן הַתּוֹעִים בְּכַמָּה וְכַמָּה בְּחִינוֹת! בְּוַדַּאי רָאוּי לָנוּ לִשְֹמֹחַ בָּזֶה כָּל יָמֵינוּ לְעוֹלָם בְּשִֹמְחָה עֲצוּמָה שֶׁאֵין לָהּ קֵץ" (עלים לתרופה, מכתב ט)...

לעיקוואד » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 8:23 pm

· #223239
ביניך אריבער לכבוד חודש אלול דער הערליכער אשכול, א דאנק אלע משתתפים.
לגבי רעדן מיט'ן אייבערשטער בדרך טענות שמדובר למעלה אדער "פסק" געדענק איך אז ר' נחמן זעלבסט דערמאנט מען זאל זיך טענ'הן מיט'ן אייבערשטער מיט טענות ומענות. איך ווייס נישט אויב דאס איז ממש א פסק אבער אוודאי האט רעדן שטרענג צום רבוש"ע א פרעצענדנט אין די מקורות ויעמד פנחס ויפלל שעשה פלילים עם קונו ווי אויך תפלת חנה (ועי' ליקו"מ תפלה בבחינת דין) מצד שני טרעפט מען אמאל קעגן דעם שהטיח דברים כלפי מעלה אז דאס איז א חסרון פארשטייט זיך דאס איז דברים שלב ווען איז דאס אויסגעהעלטן אבער עכ"פ אוודאי איז דאס א חלק פון דער ענין פון תפלה רעדן אזוי.