☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הוליאו אסעוועדא פראצעס און געמויזעכץ

הוליאו אסעוועדא פראצעס און געמויזעכץ

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3169

קפנדריא » זונטאג מערץ 10, 2013 12:24 pm

· #95167
הוליאו אסעוועדא פראצעס און געמויזעכץ
אזוי ווי דער אשכול פון די צוויי נפשות טהורות וואס זענען נעבעך אוועקגעריסן געווארן אזוי טראגיש האט לעצטנס גענומען אן "עקזיט" און איז אוועקגעפירט געווארן צו דעם ווילדן דרייווער וועלכער האט מיט זיין וואנזיניגקייט און לייכטזיניגקייט אומגעברענגט דעם אומשולדיגן לעכטיגן פארפאלק, און יעצט הייבט זיך אן זיין פראצעס וואס וועט גאנץ זיכער פארפילן פילע בלעטער אין קאווע שטיבל, דעריבער מיין איך אז ס'איז כדאי אריבער צו ברענגען דעם הוליאו מיט זיין גאנצע געמויזעכץ אהער אין דעם באזונדערן אשכול, און האלטן יענעם אשכול מוקדש פאר די איידעלע נשמות.

קפנדריא » זונטאג מערץ 10, 2013 12:41 pm

· #95169
אויף די געוועב ווי אויך אין די מקואות און קאווע שטיבלעך איז דא געמישטע מיינונגען איבער דעם "עקס קאנוויקט" וועלכער האט אריינגעריסן אין דעם פארענדיגן קאר סערוויס אין א ווילדן ספיד פון נישט ווינציגער ווי 60 מייל פער שטונדע, מאנכע האלטן אז צוליב דעם "אימפעקט" פון די גרויסע טראגעדיע, און אירע פאלגן דארף מען אים באהאנדלען ווי א פאלנער מערדער און פארברעכער, און פיל ווילן אים זען אוועקגעשפארט לכל הפחות אויף דרייסיג פערציג יאר, [כמעט כאילו ער וואלט ווען געווען א אידישע פארברעכער מיט א חסידי'שן אויסזען], אדער גאר א לעבנסלענגליכע טורמע אורטייל, ווי נישט ווי האט ער מיט זיין נאכלעסיגקייט און ווילדקייט, [און לכאורה אויך צוליב זיין ווארשיינליכער שיכרות מצב אין וועלכן ער האט געדרייווט] איז ער געווען א פאטענציעלער מערדער, און אזוי האט זיך עס ליידער געענדיגט, און ווען מ'לייגט נאך צו די געפילן און עמאושענס, קומט אים אפשר גאר א תליה אינמיטן סענטראל פארק.

פון מין קוק ווינקל, מיין איך אז ס'קומט אים זיכער א שטראף, ער האט א רעקארד פון "דרייוון אונטערן איינפלוס" פון אלקאהאל, ער איז שוין געזיצן א צען יעריגע טערמין פאר רציחה [אויך נאר "בשוגג"], און דא האט ער געטון א אומדערהערטער עוולה פון רייסן איבער 60 מפ"ש אויף א רעזידענשאל גאס, [טראץ וואס מאנכע זאגן אז אויף דעם גאס פארן פילע דרייווער "קענט"ליך איבער'ן ספיד לימיט, אבער נישט אויף קיין 60-70, וואס איז ריכטיג שנעלע הייוועי ספיד], דאס מאכט אים שוין פאר א פארברעכער, דערנאך האט ער אפגעטראגן פון דעם סצענע, וואס איז אויך א פארברעכן, הגם דאס האט שוין נישט מיט די קרבנות צו טון, ס'איז צווישן אים און די רעגירונג, ווארום זיין מעשה רציחה איז שוין ליידער דאן געווען אפגעטון [ה"י], דעריבער איז ער פאקטיש א יונגאטש מיט א גאנץ שיינע "רעפ שיעט" פון פארברעכענס, און די עצם עקסידענט איז ער געווען א שטיקל פושע, ווייל אזא ספיד קען - און האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט צו זיין פאטאל רח"ל, און ס'קומט אים אוועקצולייגן אונטער גראטעס פאר א וויילע.

פון אנדערן זייט, דארף מען געדענקן אז ער איז נישט געווען קיין מזיד, ער איז נישט ארויס יענע מוצש"ק זוכן וועם צו הרג'ענען, אויך האט ער גארנישט געהאט קעגן די קרבנות פערזענליך, דערפאר קומט אים נאך נישט צו באהאנדלען ווי א רוצח במזיד וועלכער האלט א ביקס אדער מעסער און גייט בשאט נפש טון א מעשה רציחה, און דאס איז וויכטיג צו האלטן פאר די אויגן במשך דעם גאנצן פראצעס, ער איז א פארברעכער, ער האט געטון א געפערליכע עוולה, און פאר די טובה פון די נשמות עליהם השלום איז וויכטיג ער זאל געשטראפט ווערן, אבער נישט פארלוירן ווערן און אים פארשרייען ווי ער וואלט געווען א "פרי מעדיטעיטעד" מערדער.

יה"ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

גאלד » זונטאג מערץ 10, 2013 12:42 pm

· #95170
שוין לעולם דא א אשכול פון די געמויזעכץ דא

כעל בלויז נאכאמאל ערווענען וואס כאב דארט געשריבן און כעל זיין אביסל מער גראב ואתכם הסליחה,

הערטס מיך אויס:

ס'אינטערסירט מיך ווי א לאך א קאפ די פראצעס פון אסעוועדא,
איך וואלט ענדערש געוואלט מ'זאל ארויפלייגן אויף א פראצעס דעם נבלה "לינדע ריעד", די דשאדשקע פון רובאשקין, איר הענגען אינמיטן שטאט,
איימסארי אז איך מיש צאם הודו מיט כוש אבער איך האלט אז דאס געבט א שטיקל פראספעקטיוו,
ווייל די מציאות איז אז דער אסעוועדא, טאקע א חי' טורפות בצורות אדם,
אבער דער ספעציפישער אינצידענט איז קלאר געווען א עקסידענט,
אוואדי האט זיין ווילדע דרייוון געברענגט דערצו, און ס'קומט זיך איהם גוטע פעטש פאר דעם,
און עפעס א עונש וועט ער זיכער באקומען, ער העט זיצן אפאר יאר לכאורה,
אבער נאכאלעם איז ער נישט געווען אויסן צו שעדיגן קיינעם, אוואידי נישט קיין אידן,
ממילא שפיר איך נישט עפעס אזא רייץ פון נקמה,
די אלע חמורים א"ג פארטרעטער, ציטרטעטער, עטענשן זיכערס,
וואס לויפן צו די מידיע מזאל איינשטעלן נייע געזעצן און אז מ'מוז פארשטיינערן דעם אסעוועדא טוען קיין שום תועלת פאר אונזער קאמיוניטי,

כן נלעפ"ד, איך לאז מחולק זיין

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 10, 2013 1:16 pm

· #95180
ווען אסעווידא איז ווען א היימישע אינגערמאן און די קאפל וואלטן געווען ספאנישע וואלטן די תגובות דא צוגעגאנגען בערך אזוי:
פאקטיש איז דאך נישט דא קיין עווידענס אז ער איז געווען שיכור אדער אז ער איז געפארן שנעל, ס'סתם בילבולים אויסגיטראכט דורך די מידיע אונז צו באשמוצן.
ס'דא עדות אז די קאר סערוויס דרייווער איז אדורך געפארן די סטאפ סיין, פארוואס רעדט די מידיע נישט דערוועגן?
די פארקאקטע יוסטיץ סיסטעם, פארן בטעות אריינהאקן אין א קאר וואס האט געפעסט א סטאפ סיין גייט מען איינזעצן א טאטע פון דריי קינדער פאר צענדליגע יארן!?!
וואס האבן נעבעך זיינע קינדער געזינדיגט? זיי זענען די ריכטיגע וויקטים'ס!

זר זהב » זונטאג מערץ 10, 2013 1:18 pm

· #95181
נעה געפילטע, מאכסטיר נאריש. קיינער וואלט נישט קיין גוט ווארט געהאט אויף א איד וואס האט שוין איינעם געשאסן און געהארגעט, און שוין געדרייווט שיכור בעפאר.

גנדי » זונטאג מערץ 10, 2013 1:40 pm

· #95188
זעהט אויס אידן האבן סאמוטאכעס און גוים האבן געמויזעכצס.

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 10, 2013 1:42 pm

· #95189
זר זהב
נעה געפילטע, מאכסטיר נאריש. קיינער וואלט נישט קיין גוט ווארט געהאט אויף א איד וואס האט שוין איינעם געשאסן און געהארגעט, און שוין געדרייווט שיכור בעפאר.

ביזט אינגאנצען? דאס איז געשעהן פאר דרייסיג יאר צוריק! ער האט שוין לאנג תשובה געטוהן, ווער ס'קען עם קען מעיד זיין אז ער האט ארום געדרייעט זיין לעבן און איז א פולקאמער בעל תשובה.

גאלד » זונטאג מערץ 10, 2013 1:44 pm

· #95190
געפילטע פיש
זר זהב
נעה געפילטע, מאכסטיר נאריש. קיינער וואלט נישט קיין גוט ווארט געהאט אויף א איד וואס האט שוין איינעם געשאסן און געהארגעט, און שוין געדרייווט שיכור בעפאר.

ביזט אינגאנצען? דאס איז געשעהן פאר דרייסיג יאר צוריק! ער האט שוין לאנג תשובה געטוהן, ווער ס'קען עם קען מעיד זיין אז ער האט ארום געדרייעט זיין לעבן און איז א פולקאמער בעל תשובה.


דאס א המשך וואס די קלערסט אז מ'וואלט הייפיטעטיקעלי געזאגט ווען אסעוועדא איז ווען להבדיל א איד...

גנדי » זונטאג מערץ 10, 2013 1:46 pm

· #95191
זר. מ׳וואלט געזאגט ער האט שוין לאנג חרטה פון אלע בושות אין די מידיע. ער וועט שוין קיינמאל גארנישט שלעכט טוהן. ער איז מער נישט א סכנה פאר קיינעם.

זר זהב » זונטאג מערץ 10, 2013 1:46 pm

· #95193
גנדי
ער איז מער נישט א סכנה פאר קיינעם.

אחוץ פאר די דריי נפשות

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 10, 2013 1:48 pm

· #95195
זר זהב
נעה געפילטע, מאכסטיר נאריש. קיינער וואלט נישט קיין גוט ווארט געהאט אויף א איד וואס האט שוין איינעם געשאסן און געהארגעט, און שוין געדרייווט שיכור בעפאר.

נאר ס'איז ב"ה (בליעה"ר) נישט דא אזא מין בריאה. דערווייל. לאמיר מתפלל זיין אויף ווייטער.

חשבון » זונטאג מערץ 10, 2013 2:09 pm

· #95209
ווען א איד זאל האבן אזא קרימעמאלע היסטארי ווי ער וואלט קיינער זיך נישט אנגענומען פאר אים

זר זהב » זונטאג מערץ 10, 2013 2:16 pm

· #95214
און וואס האסטו צוגעלייגט צו מיין תגובה?...

חשבון » זונטאג מערץ 10, 2013 3:20 pm

· #95236
איך האב אפגעפרעגט געפילטעס טענה

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 10, 2013 7:29 pm

· #95349
האבט נישט אפגעפרעגט, האסט געזאגט אנדערש. אפפרעגן קען מען נאר אויב פרעגט מען עס אפ, א קושיא, ראי', עפעס.

קפנדריא » מיטוואך מערץ 13, 2013 8:07 pm

· #96795
אין פרישע נייעס ווערט געמאלדן, אז עס דראעט דעם פארשוין פון 25 יאר ביז לעבנסךענגליכע טורמע פאר אומברענגען די דריי נשמה'לעך, אין צוגאב צו זיין קרימינאלן פארגאנגענהייט.

איז דאס נישט אביסל 'טו מאטש'?

קפנדריא » מיטוואך מערץ 13, 2013 8:09 pm

· #96798
דער "דעילי ניוס" פרובירט צו מאכן א סקאנדאל פון דעם פאקט אז אסעוועדא'ס ריכטער האט אים נישט געוואלט אוועקנעמען זיין לייסענס נאכ'ן באשולדיגט ווערן אין דרייוון אונטער דעם איינפלוס פון אלקאהאל.
<a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/new-york/jud">http://www.nydailynews.com/new-york/jud</a> ... -1.1286887

קרעדיט: יאנקל, קאווע שטיבל.

נולד מאוחר » מיטוואך מערץ 13, 2013 8:15 pm

· #96801
ווען א מענטש מאכט אן עקסידענט ווי אזוי קען מען אריינעמען די תוצאות פונעם עקסידענט און זיין שולד.
צוויי מענטשען דרייווען שיכור אויף זעכציג אדער נישט שיכור סתם אויף זעכציג ביי א 30 mph zone. איינער קראכט אריין און א לייט שטאנג,און שעדיגט קיינעם. די צווייטער קלאפט אראפ צוויי מענטשען. פארוואס איז איינעמס שטראף הארבער ווי דעם צווייטען?

זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 8:26 pm

· #96804
ברוקלין קאר סערוועס האט אריינגלייגט אזא ניחום אבילים אין דער איד.

לאליפאפ » מיטוואך מערץ 13, 2013 10:20 pm

· #96836
קען איינער לייגן א בילד פונעם ניחום אבלים?

elter-zeide » מיטוואך מערץ 13, 2013 10:30 pm

· #96838
נולד מאוחר
ווען א מענטש מאכט אן עקסידענט ווי אזוי קען מען אריינעמען די תוצאות פונעם עקסידענט און זיין שולד.
צוויי מענטשען דרייווען שיכור אויף זעכציג אדער נישט שיכור סתם אויף זעכציג ביי א 30 mph zone. איינער קראכט אריין און א לייט שטאנג,און שעדיגט קיינעם. די צווייטער קלאפט אראפ צוויי מענטשען. פארוואס איז איינעמס שטראף הארבער ווי דעם צווייטען?


אז איינער ווארפט א שטיין אריין אין סקהל יארד אין עס איז גארנישט געשען אין א צווייטער ווארפט אריין א שטיין ביי יענעם אין פענסטער אין א קינד איז געהרגט געווארן לל"ל, דאס זעלבע ווען מ'פליט 60 מייל פער שעה, י

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 13, 2013 10:32 pm

· #96839
נולד מאוחר
ווען א מענטש מאכט אן עקסידענט ווי אזוי קען מען אריינעמען די תוצאות פונעם עקסידענט און זיין שולד.
צוויי מענטשען דרייווען שיכור אויף זעכציג אדער נישט שיכור סתם אויף זעכציג ביי א 30 mph zone. איינער קראכט אריין און א לייט שטאנג,און שעדיגט קיינעם. די צווייטער קלאפט אראפ צוויי מענטשען. פארוואס איז איינעמס שטראף הארבער ווי דעם צווייטען?

צוויי מענטשען שיסן א גאן אין מיטן גאס מיט פארמאכטע אויגן, איינער הארגעט איינעם און דער אנדערער האט געשאסן א א לייט שטאנג, האלסטו אויך אז ביידע דארפן באקומען די זעלבע עונש?

עלטער זיידע האקט, ברוך שכיוונתי.

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 13, 2013 10:43 pm

· #96844
זר זהב
ברוקלין קאר סערוויס האט אריינגלייגט אזא ניחום אבלים אין דער איד.

און דארט שטייט קלאר ארויסגעשריבן (אין ענגליש שטייצעך) פאר די אומ-געבוירענע קינד!

לאליפאפ
קען איינער לייגן א בילד פונעם ניחום אבלים?

אז איך וועל באלד האבן א געלעגנהייט וועל איך ארויפשטעלן א בילד בל"נ.

נולד מאוחר » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:22 am

· #96949
זר זהב
ברוקלין קאר סערוועס האט אריינגלייגט אזא ניחום אבילים אין דער איד.

ערגעץ איז געשטאנן סאיז געווען גאקאר.ניין?

נולד מאוחר » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:28 am

· #96951
געפילטע,עלטערזיידע,
איך הער ייער תיריץ מיט א ציריק פרעג.
וואס איז טאקע די הסבר דערפון?
סדערמאנט ווען מיין קינד גיסט אויס מילך בטעות ,ליגט דארט מיין היט אויפן טיש און סווערט נאס, באקומט ער סאך א גרעסער פסק ווי ווען מיין היט זאל נישט דארט ליגן. איז עס יושר?
אקעי די פסק זיינער סאפאזעטלי איז ווייל ער איז נישט געווען גענוג פארזיכטיג. אבער צי מיין היט ליגט דארט ,דאס איז שוין נישט זיין געשעפט.
אייגענטליך די טישטיך ווערט שמוציג איז א פאסיגערע משל.

געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:52 am

· #96953
א מענטש לאזט ארויס א שור מועד אין גאס און ס'טוט גארנישט איז ער אויך גארנישט שולדיג. די היגיון איז לכאורה, אז פארן זיין אומפארזיכטיג איז דא איין שטראף, א טיקעט וכדו', אבער אויב האסטו איינעם געשעדיגט דאן שטראפט מען נישט פאר די פארנאכלעסיגקייט, נאר פאר די עצם מעשה. דו קענסט זיך פילאזיפירן אין דעם אהין און צוריק, אבער האסטו דען א בעסערע עצה? מ'זאל טשארדזען יעדער וואס פארט העכערן ספיד לימיט מיט אטעמפטעד מערדער?

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:34 am

· #96961
אנאנס אינעם 'איד' פון ברוקלין קאר סערוויס
ad.jpg

טעפל » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:13 am

· #96978
לאליפאפ
קען איינער לייגן א בילד פונעם ניחום אבלים?
📎 נהג הטקסי בווילימבורג בא לנחם אבלים.jpg

שעפטל » פרייטאג מערץ 15, 2013 11:48 am

· #97357
דעוויד גרינפעלד האט נעכטן גערעדט אויפן זאב ברעננער שאו און ער האט געהאט DA טשארלס היינס, היינס האט געזאגט אז מ'זיכט נאך אנצוקלאגן דער וואס געהאלפן אסאוועידא אנטלויפן

חשבון » מוצ"ש מערץ 16, 2013 11:16 pm

· #97482
ביי דיר אינדערהיים קענסטו האבן די יוסטיץ סיסטעם וואס די האסטיר אליין אויסגעארבעט. אז דו ווילסט קענסטו שרייען אויף דיין יונגל ווען דו ווילסט לויט דיין ווייטאג און גיסטע. אבער א לאנד סיסטעם קען נישט אזוי ארבעטן מ'דארף זיכער קוקן אויף די תוצאה פון וואס דיין אקט האט גורם געווען און לויט דעם שטראפן. דא האט דער דרייווער שוין געהאט א רעקארד פון צייגן אז ער האלט נישט יענעמס לעבן חשוב בעיניו ער האט שוין געשאסן און געדרייווט ווילד אבער נאך אלס האט ער זיך געדרייט אויף די פריי

זר זהב » דינסטאג מערץ 19, 2013 3:14 pm

· #98507
Brooklyn, NY - Kings County District Attorney Charles J. Hynes today announced that charges in the indictment of Julio Acevedo, 44, have been increased, to Manslaughter in the Second Degree.
“While we knew it was a snowy evening and the defendant was speeding, our investigation has developed additional information concerning the nature of Mr. Acevedo’s conduct leading up to the fatal crash,” said District Attorney Hynes.

ער איז געפלויגן אויף 70 מייל א שעה! ליינט נאך פרישע דעטאלן דא.

<a class="postlink" href="http://www.theyeshivaworld.com/news/General+News/161707/Williamsburg%3A-Manslaughter-Charges-Added-To-Indictment-Of-Julio-Acevedo-In-Crash-Which-Killed-Glauber-Couple-%26-Child.html">http://www.theyeshivaworld.com/news/Gen ... Child.html</a>

זר זהב » פרייטאג אפריל 5, 2013 1:25 am

· #101601
ABC TV האט אן עקסקלוסיוו אינטערוויו מיט אסעוועדא פון דזשעיל. ער זאגט, צווישן אנדערע, אז ער איז געפארן מערסטענס 45 MPH... און אז יענער איז דורכגעפארן די סטאפ סיין. {מיר קוקט אויס ווי ער זאגט נישט דעם אמת אזוי אינגאנצן}