נקודה למחשבה: דזשוליא אקוואדא - נחמי' וועבערמאן
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3149
נקודה למחשבה: דזשוליא אקוואדא - נחמי' וועבערמאן
די לעצטע טאג צוויי האט מיר אנגעהויבן עגבערן אין קאפ געוויסע פראגעס אינעם שולד/אומשולד פון דעם בארימטער BMW דרייווער דזשוליא אקוואדא, און אנגעהויבן קלערן אז די מידיא אורטיילט שוין ווייטער מענטשן צו אומגערעכטיגקייט דורכן שטופן איין אגענדע מער פון ס'צווייטע.
ביי די וועבערמאן פרשה האבן מיר מיטגעלעבט א אינטערעסאנטע זאך, נעמליך ס'זענען געווען מענטשן וואס האבן זיך געשוואוירן אין זיין גערעכטיגקייט, פון די אנדערע זייט זענען געווען מענטשן וואס האבן זיך געשוואוירן אין זיין אומגערעכטיגקייט. אבער די מידיא האט אפיציעל גענומען אויף זיך דעם שטעלונג אז ער איז שולדיג, און דאס געפאמפעט במשך די גאנצע צייט פונעם קעיס. האסט נישט געטראפן קיין איין נייעס אגענטור וואס זאל אפילו בטעות זאגן א גוט ווארט אדער א יש לומר אויף פארקערט אז ער איז אומשולדיג און ריין.
יעצט ביי פרשת דזשוליא האב איך מיך פרובירט אריינצולייגן אביסל אויף יענע זייט פון די מעשה. נישט ווייל כ'וויל נישט אז דער מערדער זאל קומען צו גערעכטיגייט, נאר פשוט ווייל צווישן אונז גערעדט איז דאך שוין פאר די טייערע גלויבער קאפל נישט קיין נפק"מ אויב דזשוליא גייט זיצן פאר לייף, צי מ'וועט אים אומברענגן אויף א טריפל האמעסייד, ווי דער וואנזיניגער אבראהאם פארלאנגט (גיי ווייס פארוואס איינמאל איז נישט גענוג), עס איז בלויז צו בארוהיגן דעם דעת הקהל וואס וויל זען איינעם באצאלן א פרייז פאר די שרעקליכע טראגעדיע (וואס במאמר המוסגר זענען מיר דאך די וואס דארפן צאלן דעם פרייז בשיפור המעשים, אבער דאס איז נישט דער נושא דא יעצט).
ממילא בלייבט אונז איבער צו פארשטיין איז טאקע דער דזשוליא אזוי אומגערעכט?
לאמיר אויסשמועסן אפאר נקודות:
ווען דזשוליא אנטלויפט ווען נישט פון די סצענע נאר דער קאר סערוויס דרייווער אנטלויפט, וועם וואלטן מיר באשולדיגט אינעם מארד?
פארוואס איז דער קאר סערוויס דרייווער ווייניגער רוצח ווי דזשוליא ווען ער האט נישט געסטאפט ביים סטאפ סיין?
דאס פליען קענט עוו. אויף זעכציג מוז דאך נאכנישט זיין אז ער איז געווען שיכור. מ'קען נאך זיין א היימישע איד מיט א אדעסי און פליען קענט אויף 65... איי פארוואס איז ער אנטלאפן? דא קען מען שוין זאגן ווייל ער האט געוויסט ער האט א רעקארד און האט מורא געהאט צו בלייבן אויפן ארט, ער מוז נאכנישט האבן געווען שיכור פאר דעם.
פארן אוועקלויפן פון א סצענע זאגט דאס געזעץ אז מ'גייט אין טורמע, פינטל. אבער פארוואס פארלאנגן אונזערע אפיציעלע פירער אין די מידיא אז מ'זאל אים באשולדיגן אינעם מארד, אפשר איז ער גארנישט מער שולדיג פונעם קאר סערוויס דרייווער? אפשר איז די סיבה פארוואס ער איז אנטלאפן געווען פחד, איי פארוואס האט ער זיך צוריקגעהאלטן אפאר טאג פון קומען זיך איבערגעבן? דא קומט שוין אריין דער לאזונג אז ווען אלעס גייט מיטן לינקן פוס... איין טעות האט אים געשלעפט צו די צווייטע וכו'. און נאך אזאלכע ענליכע טענות און סברות וואס ריינוואשן אביסל דעם דזשוליא.
קיינער וויל נישט אז ס'זאל זיך חס ושלום דרייען א מערדער אין די גאסן, עס איז פשוט א נקודה למחשבה ווי ווייט מיר ווערן געפירט און געפיטערט ביי די מידיא, און ווי ווייט די מידיא שטעלט זיך ארויס איינזייטיג ביי אזאנע קריטישע פעלער און קענען מאכן אן אפיציעלן לינטש אויף אזא איינעם, און ווי ווייט מיר אידן דארפן אבאכט געבן נישט צו פסק'ן קיין דיני נפשות במחי יד אדער מיט מידיא סברות און באשולדיגונגען קעגן אנדערע אידן, און אפילו קעגן גוים.
איך האלט פערצאפאל אויך אזוי!
עגרי, 1000%
אונז זעמיר נישט קיין כוליגיאנע שחורים וואס נעמען זיך בונטעווען און פארפירן פון א קאר עקסידענט, ווי ביי די קראון הייטס ראיאטן,
אוואדי איז ער געפארן שעדליך שנעל (60 מפ"ש אויף קענט עוו איז נישט נארמאל), אבער לאז מנוחה, בעט נישט קיין נייע געזעצן, דער ניו יארקער און אמעריקאנער דעמאקראטישע סיוויליזאציע איז גענוג אלט אז ס'זאל האבן אלע געזעצן צו באהאנדלען אזא סיטואציע, ס'נישט עפעס אזאך וואס מ'זאל זאגן אז ס'ממש א עפעדעמיע א מגפה וואס יעדן טאג ווערן חסידים דערמארדעט ה"י פון שיכורע דרייווערס, לאז מנוחה און זיץ איינגעפאקט, פארלאנג נישט גארנישט, דער DA וועט זיך ממילא דא אומגיין בכל חומר אן די רעטאריק פון אונזערע חסידישע פארטרעטער
מ'ברויך זיך נישט אזוי אנשטרענגן מהפך בזכותו זיין צו קומען צום מסכנה אז ער האט געמאכט אן עקסידענט און נישט געמארדעט. ס'איז אבער דא אזא צער אז מ'וויל זעהן איינעם באצאלן א פרייז. די זעלבע וועלכע זאגן ס'איז א גזירה מן השמים קענען זיך נישט ברענגן צו זאגן והאלהים אנה לידו.
דער אמת איז אז האסט געמאכט א פיינע פאראלאעל, און ס'איז לאו דוקא היפאקריטסווע. היינו טעמא ד'וועבערמאן היינו טעמא ד'עקוואדא. דו וועסט זיך אנעמען פאר א ברודער מיט געפיל, נישט לאגיק.
די שאלה איז וואס טיט זיך יעצט מיט געשטעטנער'ס אינאסענט אנטיל פראווען גילטי?
איז דא א געזעץ וואס פארמיידט שיכורע דרייווערס פון אנטלויפן און צוריקומען ווען זיי זענען שוין ניכטער?
יא, ס'דא א געזעץ אז מ'טאר נישט פארלאזן א עקסידענט, צו שיכור צו ניכטער
און אויך איז דא א געזעץ אז מ'טאר נישט דרייוון שיכור,
איז וואס איז ערגער דרייוון שיכור אדער פארלאזן אן עקסידענט? ס'קען זיין אז פאר אים האט זיך געלוינ צו אנטלוין אויב איז ער געווען אביסל אנגעטרינקן. איז פארוואס טאר מען נישט בעטן צו מאכן א נייע געזעץ ? איבערהויפט ווען ער האט שוין א היסטארי פון דרייוון ווהייל אינטאקסיקעטעד.
יאנקל האקט. אגריע.
איי א שווערד האט צוויי זייטן? וואס אויב א איד וועט ח"ו מאכן א היט ענד ראן אויף א גוי למשל, וועסטו אויך פארלאנגן טורמע פאר דעם איד?
בד"וו, איך זעה נישט וויזוי אזא געזעץ קען איבערלעבן אין קאורט
אגב איז דאס נישט די נושא דא. די נושא דא איז ווי ווייט אונזער מהלך המחשבה ווערט פארגעשריבן דורך אנדערע.
רוב מענטשן צו וועם איך האב גירעדט האלטן נישט אז ער איז א סכנה פאר די גאס, ער איז געפאהרן זייער שנעל (נישט קיין סאך שנעלער ווי כמעט האלב דרייווערס) זיין מעין פראבלעם איז אז ס' איז א היט ענד ראן און ער האט געווארט פיהר טאג זיך איינצוגעבן וואס ווער עס וויל קען זאגן אז ער'ט געווארט ביז זיין אלקעהאל גייט ארויס
אלקאהאל גייט נישט ארויס שנעלער פין פיר טעג?
איך גלייב ער גייט נישט ארויסגיין מיט קיין גרויסע עונש, חוץ אויב מען ווייזט אויף אז ער איז געוועהן שיכור. ד.ה. ווי ער איז געוועהן, פין ווי ער איז געקומען, פין א באר? איז דא קעמרעס? וכו'.
איך וואלט אויסדרוקליך נישט געלאביט פאר א נייע פערמענענט געזעץ צוליב דער אינצידענט,
דאס איז די צרה מיט די אלע געזעץ וואס ווערן געטריבן פון הרגשים, און חנופה פון פאלעטישנס,
דער מעגליכקייט אז א שיכורע דרייווער זאל קענען אוועקלויפן פון א עקסידענט ווי ס'דא פאטאליטעטן אנע זיך אליינס צימזיק'ן איז זייער א ווייטער מציאות,
בנוסף אז ס'שוין דא אויף די ביכער גענוג הארבע עונשים פארן דרייווען שיכור און אויך פארן אנטלויפן אפי' ניכטער,
בנוסף איך ווייס נישט פארוואס יעדער האט שוין אויפגעגעבן אז דער אסעוועדא גייט נישט באקומען א הארבן עונש,
בנוסף וואלט דער נייע פארגעשלאגענע געזעץ נישט פארמיטן דעם ספיציפשן טראגישן אינצידענט,
בנוסף אז למעשה איז דאך עס טאקע נישט געווען קיין מזיד רציחה,
נו וואס פאר-א-שווארץ יאר איז די גרויסע קראץ פאר נייע געזעצן
וואס איז דיין פרעדיקשען זיין עונש?
מיין מיינונגאיי א שווערד האט צוויי זייטן? וואס אויב א איד וועט ח"ו מאכן א היט ענד ראן אויף א גוי למשל, וועסטו אויך פארלאנגן טורמע פאר דעם איד?
כ'וויל נישט טרעטן אויף קיינעם'ס הינער אויגן. אבל כבר היו לעולמים - שמעתי מעד נאמן - א אינגערמאן האט געפעסט א פלעשינג סקול באס און געהרג'ט א אידיש נפש, און אנטלאפן. מ'האט געוויסט זיין נאמען, אבער קיינער האט גארנישט געטוהן, ווארשיינליך ווייל דער דרייווער ברויך נאך צינדען חנוכה ליכט מיט זיין קינדערלעך.
איז ער דאך ווארשיינליך א שוגג, און דער היט ענד ראן איז דאך באמת שיטת ערי מקלט, מ'אנטלויפט נאך די טראגעדיע.
פעסען א סקול באס סטאפ סיין איז קרוב למזיד.
גאלדבנוסף איך ווייס נישט פארוואס יעדער האט שוין אויפגעגעבן אז דער אסעוועדא גייט נישט באקומען א הארבן עונש
די מאקסימום פאר היט ענד ראן פון א פאטאלע עקסטדענט איז 7 יאר, און ס'איז נאר א פעלאני, הארגענען איינעם בשעת'ן דרייוון שיכור און די שיכרות האט גורם געווען דערצו קען דאס זיין manslaughter טשארדזשעס און אפילו סעקאנד דעגרי מערדער.
אויב איז ער געווען שיכור האט זיך עס אודאי געלוינט פאר עם צו אנטלויפן.
דער עולם זוכט א שעיר לעזאזל זיך אויסצוגעבן די אנגעווייטאגטע געפילן. לינטשן איז אן אינסטינקטיווער געפיל און א פרימיטיווער סיסטעם פון יוסטיץ וואס האט נישט קיין ארט אין א ציוויליזירטע געזעלשאפט.
אן עקסידענט איז ביי דעפינישן א שגגה, און א שגגה איז א פארמיידבארער שלעכטער טאט דורכגעפירט אן קיין בייז ווילן. בסך הכל ווייס מען ער איז שולדיג אין אנטלויפן פונעם סצענע און אין ספידן, נישט מער. מען קען שפאקולירן ער איז געווען שיכור, אבער ס'קען אויך געמאלט זיין ער איז סתם אזוי געווען דערשראקן און צומישט, איבערהויפט מיט זיין נישט-אזוי-גלענצענדע רעקארד.
עכ"פ, מ'דארף אים בוודאי הארב באשטראפן, און ס'שאדט נישט איז קהילה פירער פאדערן טאקע אויף די אטאריטעטן דערויף. אבער די מהומות, דאס איבערגעטריבענע אינטערסע, און דאס חיה'שע בלוט-דורשטיגקייט איז איבעלנד, און היפאקריטיש אויך. יוסף ליפש וועלכער האט געמאכט די קראון הייטס עקסידענט איז אויך געווען א "מערדער"? די גרענד דשורי האט אים נישט געקענט קרימינאל אנקלאגן ווייל "אן עסידענט איז נישט קיין פארברעכן". העכסטענס קען ער קריגן א טרעפיק פארלעצונג. אנטלויפן פונעם סצענע איז טאקע יא א פאברעכן, אבער פארדעם קומט זיך נאכנישט ד' מיתות בי"ד.
געפילטע פישפעסען א סקול באס סטאפ סיין איז קרוב למזיד.
קאפויער, מען קען זיין גאר פארזיכטיג ביים פארלעצן ווילנדיג. אומווילנדיגע פארלעצונגען זענען דאס מערסטע געפערליך.
מ'קען "פראבירן" צו זיין פארזיכטיג, מ'קען אויך פראבירן צו זיין פארזיכטיג בשעת'ן פעסען א רויט לייט, אבער אויב געשענט עפעס ביסטו שולדיג.
איך קריג זיך נישט מיט דיין פוינט אז מ'דארף עם נישט לינטשען, נאר לאזען די קארס אוו דזשאסטעס לויפן, נאר איך קען פארשטיין פארוואס מ'זאל וועלן מאכן א געזעץ וואס זאל אננעמען אז איינער וואס איז אנטלאפען פון א עקסידענט זאל מען זיך אננעמען מיטן חומר הדין כאילו ער איז געווען שיכור, ווייל אויב נישט וועט יעדע שיכור אנטלויפן ביז ווילאנג די אלקאהאל גייט ארויס פון זיין סיסטעם.
איך בין ביי די מיינונג ווי "מיין מיינונג". איך האלט אז דער קאר סערוויס דרייווער איז אסאך מער שולדיג, נאר מ'האט גענומען א קרבן ציבור זיך אויסצוגעבן די כעס.
(צו ער איז געווען שיכור ווייס איך נישט, אבער אנהויב וואך איז געווען א קליפ פון אברהם רובין וואס וואוינט ביי די קארנער ווי דער עקסידענט איז געווען, ער האט גערעדט מיט דעם דזשוליא אקוואדא תיכף נאכן עקסידענט פאר ער איז אנטלאפן, ער זאגט דארט אז ער האט נישט אויסגעקוקט שיכור, נאר שאקט.)
נאך מער לו יהא ער איז ווען יא שולדיג, פארשטיי איך נישט וואס די היימישע עסקנים אינזער פארטרעטערס, האבן געוואלט מיטן מאכן א פרעס קאנפרענץ און צוזאגן געלט פאר אינפערמאציע צוטרעפן דעם דרייווער, און דאס מאכן אן איבערקערניש אז מ'דארף אים אנקלאגן מיטן ערגסטן, סוף כל סוף האט ער נאר געמאכט אן עקסידענט, וואס גייט כלל ישראל האבן אויב ער וועט באקומען א גרעסערע שטראף, חוץ אביסל נקמה געפיל, הזאת נעמי? דאס איז די בני אברהם רחמנים? דזשוליא אקוואדא האט אויך א משפחה א ווייב און צוויי טעכטער, אויף זיי טאר מען נישט רחמנות האבן? זיי דארף פארלירן זייער טאטען ווייל ער האט געמאכט א "עקסידענט"?
ווען מען רעדט ווען פון איינער וואס איז א מערדער להכעיס בין איך מיט זיי, אזא איינער דארף מען איינזעצן אז ער זאל נישט קענען נאכאמאל הרגענגן, אבער דא רעדט מען פון איינעם וואס האט בכלל נישט געוואלט, ער האט געמאכט אן עקסידענט.
כ'וואלט געזאגט אז די עסקנים מיינען בכלל נישט לשם שמים און נישט דעם ציבור, און ניטאמאל די קרבנות, פשוט לכבוד עצמם הם דורשים.
לאמיר זען זיי זאלן נעמען דאס געלט וואס זיי האבן צוגעזאגט, (היות מ'דארף דאך קיינעם נישט באצאלן) און אויסטיילן פאר קמחא דפסחא לע"נ די גלויבער ז"ל.
אין זיין קאלום אין דער היינטיגער "דער איד" שמועסט משה לייב דייטש אויס זייער שיין דעם נושא. זיין שפיץ איז אז אנשטאט אידישע קינדער זאלן זיך צוזאמנעמען און זיך מעורר זיין לתשובה נאך די טראגעדיע, זענען מיר געווארן א באנדע אויסגעהונגערטע מענטשן כאפער, צו כאפן דעם ווארשיינליכן מערדער און אים ברענגן צו גערעכטיגקייט.
געפילטע פיש
איך קריג זיך נישט מיט דיין פוינט אז מ'דארף עם נישט לינטשען, נאר לאזען די קארס אוו דזשאסטעס לויפן, נאר איך קען פארשטיין פארוואס מ'זאל וועלן מאכן א געזעץ וואס זאל אננעמען אז איינער וואס איז אנטלאפען פון א עקסידענט זאל מען זיך אננעמען מיטן חומר הדין כאילו ער איז געווען שיכור, ווייל אויב נישט וועט יעדע שיכור אנטלויפן ביז ווילאנג די אלקאהאל גייט ארויס פון זיין סיסטעם.
מצד שני, דרייווער אנטלויפן אויך פאר אנדערע סיבות. פארוואס זיך אומגיין מיט אומלעגאלע אימיגראנטן, למשל, כדין שיכור?
[ציטאט אראפגענומען]
עליכם השלום. מידת הכנסת אורחים איז שטארק דא.
הערשיגעפילטע פיש
איך קריג זיך נישט מיט דיין פוינט אז מ'דארף עם נישט לינטשען, נאר לאזען די קארס אוו דזשאסטעס לויפן, נאר איך קען פארשטיין פארוואס מ'זאל וועלן מאכן א געזעץ וואס זאל אננעמען אז איינער וואס איז אנטלאפען פון א עקסידענט זאל מען זיך אננעמען מיטן חומר הדין כאילו ער איז געווען שיכור, ווייל אויב נישט וועט יעדע שיכור אנטלויפן ביז ווילאנג די אלקאהאל גייט ארויס פון זיין סיסטעם.
מצד שני, דרייווער אנטלויפן אויך פאר אנדערע סיבות. פארוואס זיך אומגיין מיט אומלעגאלע אימיגראנטן, למשל, כדין שיכור?
פארשטייט זיך, ווען מ'מאכט א געזעץ איז עס געווענליך נישט פון צוויי שורות, און אויב איז דא א לאגישע סברא פארוואס ער איז אוועק פון דארט איז אודאי אנדערש, נאר אז אויב נישט, זאל נישט זיין חוטא נשכר.
הבדלה וויין אויף אייוועלטאיך האלט אז דאס וואס יעדע צווייטע פאליטישאן גייט יעצט פארשלאגן שווערערע קנסות פאר יעדע צווייטע עבירה, גייט ס"ה נאר בעקפייערן. אלץ א איד א מאמין גלייב איך באמונה שלימה אז דער עקסידענט איז געווען באשערט און עס וואלט ווען נישט געקענט זיין אנדערש, און איך האלט אז דער דרייווער דארף באקומען זיין פארדינטע שטראף, וואס לכאורה וועט עס זיין 7 יאר אין תפיסה, אויב וועט ארויפקומען באווייזן אז ער איז געווען אנגעטרינקען, און ער וועט האבן גענוג צייט אין תפיסה זיך איבערצוקלערן וואס ער האט דא גורם געווען. אבער צו גיין מאכן יעצט נייע געזעצן איז סתם איבערגעטריבן, ווייל מען דארף וויסן איין זאך, אז יעדע געזעץ גייט אן סיי ביי אידן און סיי ביי גוים, און קיינער וויל נישט הערן אין עטליכע יאר אז א היימישע בחור גייט זיצן פאר 20 יאר ווייל ער האט זיך איין מינוט באנארישט.
איך פאר מיך דארף איך לכאורה נישט מורא האבן, ווייל איך בין שוין אן ערוואקסענער, און איך דרייוו נישט פורים אדער ווען איך טרינק אפילו 1 גלעזל, אבער איך ווייס וואס עס מיינט א בחור, איך האב ברודער'ס, ווי אויך ציטער איך גענוג פאר מיינע אייגענע קינדער וואס וואקסן אונטער, און פארשטייט זיך אז פרוביר זיי מחנך צו זיין צו די בעסטע, אבער יעדער איינער פון דא קען מעיד זיין אז א בחור טראכט נישט צוויי מאל פאר ער טוט עפעס, און דאס איז געזאגט סיי ביי די אידן און סיי ביי די גוים.
געדענקט, די יעצטיגע געזעצן זענען שוין גענוג שטרענג, און מען דארף געדענקען דא אז דער דרייווער האט נישט גע'הרג'ט במכוון, ער איז ס"ה געווען א פשיעה, וואס אין ענגליש הייסט עס מענסלאוטער, נישט פוירסט דעגרי מערדער.
פאר היט ענד ראן האט מען שוין ליידער געהערט גענוג מאל וואס היימישע אידן האבן עס געטוען און איך האלט אז מען דארף זיי פונקט אזוי באשטראפן.
מען דארף געדענקען אז פאר די פאליטישאן'ס איז די גרינגסטע זאך יעצט צי מאכן פרעסס קאנפערענצן און פארשלאגן שטרענגערע געזעצן. עס איז זיי סאך גרינגער ווי צי ערלעדיגן א נייע רויט לייט אויף די פלאץ.
א"ב.
[ציטאט אראפגענומען]
די פאוסט האט געהאט אן ארטיקל ווי זיי זענען דאס מציע. זיי טענה'ן אז דער שיכור'ער דרייווער קען נאר פארדינען דורך מאכן א היט אנד ראן און צוריקמומען דעם נעקסטן טאג אויסגעניכטערט. א היט און ראן איז נישט אזא הארבע זאך.
דער וויל דא געהעריג אוועק נעמען די פארגעניגן פון אלע עסקנים וואס דארפן זיך בילדערן נאך אזא טראגעדיע. שעם אן יו
הערה צו מיין מיינונג
דער נאמען פונ'ם דרייווער וועלכער האט געמאכט דעם פאטאלן, טראגישן עקסידענט איז "כוליאו אסעוועדא" Julio Acevedol
הערה ב' צו מיין מיינונג
אין די מיטשולד/פאראנטווארטליכקייט פונ'ם קאר סערוויס דרייוער קען מען זיך דינגען. אבער ווער ס'פארט 60 מייל פער שעה אויף א גאס וואו נאר דרייסיג מ.פ.ש. איז ערלויבט און ס'געשעט ח"ו א פאטאלער עקסידענט איז ער שולדיג אויף "מענסלאוטער" הריגה בשוגג. אויף וואס מ'גייט אויטאמאטיש זיצן א פאר יאהר.
דער חידוש איז נאך וויאזוי דער קאר סערוויס דרייווער איז געווארן א גאנצער הירא אין די מידיא, און האבן אזוי ברייט באריכטעט איבער זיין עמאציאנעלן שבעה וויזיט ביי די משפחה. האט שוין די פאליציי קלארגעשטעלט אז ער האט זיך טאקע אפגעשטעלט ביים סטאפ סיין?
[ציטאט אראפגענומען]
אויב איז דער "הערשי" און "בנימין" ממיודעינו ומכירנו. יהא בואך לברכה והצלחה. נאר איין קליינע שאלה האב איך. ס'איז טאקע אזוי סלאו אין דיין ...רישן ביזנעס אז דו האסט צייט צו ליינען און שרייבן אין קאווע שטיבל. און אויב ס'איז אן אנדערער, גם ברוך יהי'
הערה ג' צו דעם באלעגאלע היקר
ר'איז מסתמא פון דיינע מיודעיך ומכיריך. ר'איז מסתמא פון דיינע גוטע פריינט.
אזא גאסט-פריינטליכער בעלעגלה? שוין לאנג נישט געזעהן.
מיין מיינונג איז גוט ארויסגעברעגט געווארן דורך מיין מיינונג.
און יא, יוסי געשטטנער פון אונזער/אייער מצליח מאגאזין (ווער ס'טרעפט די 17 מאל "אונזער/אייער" אין מצליח נוממער 1, באקומט מצליח נוממער 2 חצי בחינם) אין א שמועס מיט הרב (פארוואס הרב? ער האט סמיכה?) בעריש פרייליך, פרעגט ער טאקע דיע שאלה פון מר. פרייליך. יוסי טענה'ט אז מ'מוש אריין געפילן וכו'.
פרייליך כאפט נישט (לויט איין פשט, עשה עצמו כאילו לא ידע) וואס יוסי וויל, און זאגט איבער עוה"פ, אז ער האט גערעדט צו די DA'עס אפיס (א גדלות! הויכע קאנעקשענס שוין באלד ווי נח"ר) און זיי גייען טוהן אלץ וואס מעגליך וכו' וכו'.
כ'האב א מחשבה זרה, אז אפשער וואלט מען בעסער געשטאנען אן דעי אזוי געריפענע עסקנים,
זיכער דארף מען אמאל רעדען אויך אבער כ'מיין קאם אן, נישט יעדע טראגעדיע איז א צייט צי אויסניצען פאר פאבליסי, מילה בסלע שתיקתא בתרי......
שמעקעדיגר'איז מסתמא פון דיינע מיודעיך ומכיריך. ר'איז מסתמא פון דיינע גוטע פריינט.
אזא גאסט-פריינטליכער בעלעגלה? שוין לאנג נישט געזעהן.
צו די זאגסט עס בלשון ניחותא אדער בלשון בתמי'. א שקויעך. כ'אייל מיך צום באס צו פירן די קינדער אהיים לכבוד שב"ק.
הערשידער עולם זוכט א שעיר לעזאזל זיך אויסצוגעבן די אנגעווייטאגטע געפילן. לינטשן איז אן אינסטינקטיווער געפיל און א פרימיטיווער סיסטעם פון יוסטיץ וואס האט נישט קיין ארט אין א ציוויליזירטע געזעלשאפט.
אן עקסידענט איז ביי דעפינישן א שגגה, און א שגגה איז א פארמיידבארער שלעכטער טאט דורכגעפירט אן קיין בייז ווילן. בסך הכל ווייס מען ער איז שולדיג אין אנטלויפן פונעם סצענע און אין ספידן, נישט מער. מען קען שפאקולירן ער איז געווען שיכור, אבער ס'קען אויך געמאלט זיין ער איז סתם אזוי געווען דערשראקן און צומישט, איבערהויפט מיט זיין נישט-אזוי-גלענצענדע רעקארד.
עכ"פ, מ'דארף אים בוודאי הארב באשטראפן, און ס'שאדט נישט איז קהילה פירער פאדערן טאקע אויף די אטאריטעטן דערויף. אבער די מהומות, דאס איבערגעטריבענע אינטערסע, און דאס חיה'שע בלוט-דורשטיגקייט איז איבעלנד, און היפאקריטיש אויך. יוסף ליפש וועלכער האט געמאכט די קראון הייטס עקסידענט איז אויך געווען א "מערדער"? די גרענד דשורי האט אים נישט געקענט קרימינאל אנקלאגן ווייל "אן עסידענט איז נישט קיין פארברעכן". העכסטענס קען ער קריגן א טרעפיק פארלעצונג. אנטלויפן פונעם סצענע איז טאקע יא א פאברעכן, אבער פארדעם קומט זיך נאכנישט ד' מיתות בי"ד.
הערשי זייער לאגיש און מסודר ארויסגעברענגט.
אבער ס'איז נישט בלויז די ציבור, וועלכע איז פארשטענדליך זייער אויפגעשוידערט ווי א גואל הדם נאך א טראגעדיע. די טאבלויד מידיא האבן צוגעשפילט מיטן מאב יוסטיץ עדיטוד. זיי האבן געטיילט טיטלן פארן דרייבער, ווי "קאווערד" און כ'מיין אפי' "מאנסטער." דאס האט איימיצען געטריבן צו שרייבן די דאזיגע סארקאסטישע איראנישע בליק.
"
שוין, אסך מענטשן מאכן עקסידענטס, ס'וואלט חלילה געקענט געשעהן צו מיר אדער דיר, יעדער פארט אמאל שנעל. אבער די האס וואס די מידיא האט צו די גוים, מאלן אים אפ כאילו ער האט געוואלט הרג'ן. הערן נישט אויף צו רעדן דערפון, די דעילי ניוז שרייבט שוין דערפון א גאנצע וואך! שפילט אויף די געפילן פון די ליינער. זייי האבן אן אגענדע קעגן די גוים און נעמען זיך אן פאר די אידן. קיינער פרעגט נישט פארוואס דער טעקסי איז געווען אומגרעגיסטרירט און אומלעגאל, צו ער האט געסטאפט ביים סטאפ סיין. נישט נאר אקוואדא איז אויפן באשולדיגונגס באנק, גאנץ בראנקס ווערט באשמיצט! און דאס הייסט א מלכות של חסד? מ'ארעסטירט די אייגענטימער פון די בי עם דאבעליו פאר אינשורענס פראוד; די פאליציי כאפן זעך ארויף אויף שטותים. באלד וועלן זיי נאך ארעסטירן די אינגעלייט פון ברוקלין וועלכע רעגיסטרירן די קאר אין ניו זשערסי! אלעס איז שוין גיט ביז אהין אז דאס איז זיייער גרעסטע דאגה? פיין כ'פארשטיי א טראגעדיע איז פארגעקומען, אבער פארוואס קען מען נישט גיין שטיל צו די דרייווער'ס קירכע און אלעס מסדר זיין בשתיקה?"קענער
אויב פארשטייט די תורה אז א גואל הדם קען אפמאנען דאס בלוט פון סעקאנד קאזין דריי מאהל פארוקט, איז גאר מעגלעך אז מיר, אלס בנים למקום, רעאגירן לויט ווי מען האט אונז געלערנט אין שיעור עיון.
כ'האב געהאט אן ענליכע געדאנק אנפאנג וואך אבער אביסעל ברייטער.
פון די הל' פון רוצח בשוגג, גואל הדם און ערי מקלט זעהט מען אז די תורה האט אנערקענט פון איין זייט די מענטשליכע טבע פון אינסטינקטיווע עמאציאנעל צער נאכגעפאלגט מיט דארשט פאר נקמה מתוך צער, ואין אדם נתפס על צערו. דעריבער איז די הלכה אז אויב א גואל הדם האט געהרג'ט דעם רוצח איז ער פטור. אבער פון די אנדערע זייט האט די תורה אריינגעטרעטן און געזאגט, מיר קענען נישט לאזן בלוט הפקר צוליב די נאטורליכע נקמה און צער געפילן. דעריבער האט די תורה פארלאנגט אז די יוסטיץ סיסטעם מיז באשיצן דעם רוצח פונעם גואל הדם. דאס הייסט די תורה זאגט אז יוסטיץ' תפקיד איז נישט צו סימפאטאזירן מיט די הרוג'ס פאמיליע דורך ווערן מיטגעשלעפט מיט די כוואליע פון "סטריט יוסטיץ," נאר אנשטאט איז די תפקיד פון די שופטים ושוטרים צו נעמען א טריט צוריק, זיך אויסטוהן פון די משפחה געפילן, און ערמעגליכן א באשיצונג סיסטעם, נעמליך ערי מקלט, פארן רוצח. די יוסטיץ סיסטעם, און ציוויליזירטע מענטשן, ברויכן דינען ווי א חומה המפסיק צווישן דעם גואל הדם'ס אויסבראך פון צער און דעם רוצח'ס ביטערע שיקזאל שהאלהים אנה לידו.
די תורה עקנאלעדזשעט דעם טבע אנושי און פארלאנגט נישט אז די משפחה זאל דאס דערשטיקן, אבער גייט א טריט ווייטער און הייסט די לאגיק און "אייניגע פראטעקציע" זאל דיקטירן ווען ס'קומט צו אראפשטעלן א סיסטעם פון צדק ומשפט. דאס זענען צוויי פענאמענאן און צוויי אנדערע ראלמען פון סאסייעטי, און מ'קען נישט פארלייקענען קיין איינס. מ'ברויך עס אידענטיפיצירן און געבן דאס ריכטיגע מקום פאר עקספרעשאן, אלעס אין איר ריכטיגע מקום וזמן.
כשמשיבין אותו מוסרין לו שני תלמידי חכמים שמא יהרגנו גואל הדם בדרך ואמורין להם
אל תנהגו בו מנהג שופכי דמים בשוגג בא מעשה לידו(
רמב"ם הלכות רוצח ושמירת נפש פרק ה הלכה ח')
ס'נישט אזוי פשוט. די מידיע וואלט נישט אזוי באשמוצט דעם אוואקאדא ווען נישט זיין זיין לאנגן רעפ שיט, דער האט בלוט אויף זיינע הענט. מ'רעדט דא פון א מאנסטער נאך פאר'ן עקסידענט!
כ'גלייב אז ווען א אינגערמאן מיט א היסטארי ווערט אנגעקלאגט פאר א פרישע קלאגע וואס דו האלטסט איז פאלש, וואלסטו אויך פארלאנגט אז מ'זאל זיך האלטן אביעקטיוו און זך קאנצעטרירן אויף די נייע קלאגע און נישט מישן א קאשע און אים געבן די אויסקוק פון שולד צוליב אלטע חטאים פארוואס ער האט שין באקומען זיין עונש. כ'רעד שוין נישט אז נישט יעדער דא האלט אז די מידיא איז בארעכטיגט צו ניצן די ווארט מאנסטער אפי' נאך א זשורי אורטייל....
משל דיך אויס א נייעס ווי אקוואדא איז באריכטעט צו נישט האבן געווען פארמישט אין א פאטאלע עקסידענט נאר אז ער האט געעפענט א הערליכע רעסטוראנט און סערווירט די קליענטן מיט געטריישאפט, וואלט די באריכט אים אויך באטיטעלט "מאנסטער" צוליב זיין רעפ-שיט?
ס'איז קלאר אז די נייעס באריכט פיטערט די געפילן אויף די גאס און באריכטעט מיט די זעלבע געפילן.
ס'ווענדט זיך וועלכע היסטארי. אויב יענער אינגערמאן וואלט געהאט א היסטארי פון דראנק דרייוון וואלט איך געהאט מחשבות זרות, אפילו איך וואלט מיר אפשר טאקע געהאלטן דאס פיסק.
אוי
Brooklyn Satmars outraged that ex-con Julio Acevedo, accused of killing couple and their infant, not facing three murder charges
"We think it's very bad," said Schwartz. "It's a shame. We want him to be charged with murder. His sentence should be for life."
Abraham Handler, a close friend of Nachman Glauber, was practically screaming as he vented his frustration on a legal system that seemingly spared Acevedo from harsher prosecution.
"I hate this country and the laws here," Handler said. "When I first came here the laws were better. Now I hate the laws."
<a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/new-york/satmars-outraged-acevedo-facing-murder-charges-article-1.1283435#ixzz2MzQ7L0zQ">http://www.nydailynews.com/new-york/sat ... z2MzQ7L0zQ</a>
יואלישכשמשיבין אותו מוסרין לו שני תלמידי חכמים שמא יהרגנו גואל הדם בדרך ואמורין להם
אל תנהגו בו מנהג שופכי דמים בשוגג בא מעשה לידו(
רמב"ם הלכות רוצח ושמירת נפש פרק ה הלכה ח')
ווייל אנישט עמער האבן א פנים ווי די אראבער, וואס האלטן אין איין רצח'נען און זענען אייביג אינמיטן פון חשבונות פון נקמה פאר די עוולה אדער יענע קריוודע.
זר זהבBrooklyn Satmars outraged that ex-con Julio Acevedo, accused of killing couple and their infant, not facing three murder charges
"We think it's very bad," said Schwartz. "It's a shame. We want him to be charged with murder. His sentence should be for life."
Abraham Handler, a close friend of Nachman Glauber, was practically screaming as he vented his frustration on a legal system that seemingly spared Acevedo from harsher prosecution.
"I hate this country and the laws here," Handler said. "When I first came here the laws were better. Now I hate the laws."
<a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/new-york/satmars-outraged-acevedo-facing-murder-charges-article-1.1283435#ixzz2MzQ7L0zQ">http://www.nydailynews.com/new-york/sat ... z2MzQ7L0zQ</a>
He has clearly been possessed by the hyperbolic rhetoric of self victimization that ensued the Weberman conviction and sentencing. We've created a Frankenstein! Our attitude towards "outsiders," the government and the justice system is no longer under the control of the cynical fundraising advertising gurus. The paranoia has become real.
אין רעספאנס צו דעם אשכול האט יוסי געשטעטנער ארויסגעשיקט דער פאלגענדע מעסעדזש אויף זיין טוויטער אקאונט - YossiGestetner@:
איינער האט מיר געשיקט א לינק ווי אין קאווע שטיבל זענען דא מאנכא וואס האלטן אז מען דארף צוגיין צו אסעוועדאו די זעלבע וועג ווי וועבערמאן.
ניין, א מענטש מיט א לאנגע קרימינאלע רעקארד איז ווייט נישט די זעלבע ווי א מענטש מיט ביז דאן א ריינע רעקארד, און דריי שלעסער אויף א צימער איז ווייט פון א באווייז אויף שולד ווי איינער וואס איז געזעצן אינעם קאר, 60 מייל א שעה. שוטים, פארגלייכטס אסעוועדא צו לוי אראן. ריכטיגע טיפשות
לויט די תורה קען א שור זיין א מיעוד. דהיינו איינער מיט א שלעכטע רכקארד איז מער מוחזק אלס א חייב און קען צאלן א פרייז דערפאר. ניין א יונגערמאן וואס קלאפט אראפ א פרוי ווען ער בעקט נארמאל איז נישט די זעלבע ווי אן אסעוועדא מיט א שלעטכע רעקארד וועלכע הרגט בעתן פליען דאבל דעם לימיט.
אבער איך בין איינשטומיג מיט די מהלך אז אידן זאלן נישט דרוקן די געזעץ קנעפליך קעגן אסעוועדא. זאל די סיסטעם טון ווי זי פארשטייט ואכמל ודוק...
איך נעם נישט קיין שטעלונג לכאן או לכאן, כ'האב פשוט אראפגעברענגט ככתבו וכלשונו.
זעט אויס ער האט נישט באקומען די ודו"ק קול קורא.
אויב איז אמת וואס ער זאגט איז די אויסלייג נישט די פראבלעם נאר ס' א נארישקייט צו פארגלייכן איהם צו לוי אראן ווייל ס' נעמט אוועק די הארבקייט פון פונקט ווי די וואס פארגלייכן אלעס צו די צווייטע וועלט קריג