דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #3160
10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3160
האחד בא לגור, ער איז דא, און ער האט שוין טענות אויף אונזערע חבירים וואס האבן שוין מיטגעמאכט כל מיני הרפתקאות וסמכטות מיט אונז דא, זיי האבן זיך שוין אנגעטוהן היטלעך, מ'האט עס שוין צוגענומען, צוריק געגעבן, וחוזר חלילה, זיי זענען געזעצן שטיל ביי אונזערע צוויי ווערטער אשכולות, דריי ווערטער, פיר און פינף, סיג לחכמה שתיקה, און נאך, אלעס מקבל געוועזן באהבה, און מיט דעם אלעם לא זעו ולא נעו ממנו, סא פאר דו קומסט זיי דן זיין, אביסל דערע'ך ארץ!
אבער וויסן זאלסטו אז אין דעם נושא איז שוין דשו בהם רבים, איינער פון די ערשטע אשכולות איז געווען א באהאנדלונג איבער זיי, א גאנצע נידון אויב זיי זענען ממין האנושי, או טי די, אדער גאר או סי די, ראבאטען אדער סטיק פיגור'ן, מאנכע האבן אפילו געטייטלט אז די שטענדיגע אנגייענדע דיבור זייערע צייגט אן אז זיי זענען גאר נשים, ס'האט זיך ערווארבן א סומאטאכע פארוואס זיי זיצן בגילוי ראש, פארוואס טרונקען ביד שמאל, וכו' וכו', פאר מער דרוקט נומבער איינס.

נאך א קיילעכיגער יאר פון טענה'רייען, ויכוחים, און סומאטאכעס אויף קאווע שטיבל, איז מען אנגעקומען צו די זעלבע פלאץ וואו מען האט אנגעהויבן אנגעהויבן.
גראדע קוקענדיג צוריק צו די אשכול וואס ך'האב געלינקט, און אנדערע בראשית אשכולות, זעט מען ווי געוויסע זאכן זענען טאקע געבליבן די זעלבע, אבער אין אנדערע זאכן ווי ווייט ס'האט זיך געטוישט.
ענטפער צו ממי שאמרו
ערשטנס,צווייטנס און דריטנס, דיינע קשיות,פירכות און סירכות (יש גורסין סירחות) באלאנגען אין אכשר דרא. פערדנס. דו האסט טענות פארוואס די צוויי בחורים (אפשר זענען זיי יונגעלייט. האסט געזען זיי דאווענען אן א טלית?( זיצן אן א קאפל. זיי האבן דאך נישט קיין פנים. פיפטנס. דו זאגסט אז מיט דריקן אויפ'ן קנעפל קען מען ח"ו צוקומען צום ערגסטן. ס'איז שוין דאס ערגסטע. מילא די הייליגע וועבסייטס איי-וועלט און הייד פארק. אבער קעווע שטיבל. ר"ל. איך האב נחום אויף ספיד דייעל (כ'קען עס ארויסגעבן, אויב מ'עט מיך שטארק בעיטן(ץ
גיט נאר א קוק, כ'האב נאך קיינמאל נישט באמערקט די צוויי חברה דארט אין ווינקעל.
זיי שטערען נישט, וואס גייט דיר אהן?
פארגינסט נישט? הא?
שעים דיך, די חסידישע אומבאלומבערטע מחלוקת גייציקער קנאי.
זיי שטערען נישט, וואס גייט דיר אהן?
פארגינסט נישט? הא?
שעים דיך, די חסידישע אומבאלומבערטע מחלוקת גייציקער קנאי.
וואס איך האב באמערקט אויף דעם בילד, אז איינמאל מ'ווערט א קאווע טרינקער, קען מען נישט אויפהערן.
[ציטאט אראפגענומען]
און נאך דעים וועט מען זאגן אז נחום האט גארנישט אויפגעטוען! 😛
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/771">viewtopic.php?f=10&t=771</a><!-- l -->
קאווע טרינקערוואס איך האב באמערקט אויף דעם בילד, אז איינמאל מ'ווערט א קאווע טרינקער, קען מען נישט אויפהערן.
צ"ל קאווע זיצערס