קאוועשרגאמ'קען קלאר זעהן אז די זענען פון דיע וואס האבן באקומען תשעה קבין, קוקט אייך גוט איין אין בילד
גראדע איז די היינטיגע מציאות אז מענער רעדן פונקט אזויפיל ווי פרויען.
נישט הייב אן טענה'ן פארקערט, נאר קוק עס נאך (אדער גלייב אנדערע וואס האבן עס נאכגעקוקט).
ווילסט בלייבן גערעכט? נישט קיין פראבלעם, אבער אין פאקט רעדן פרויען פיל פיל מער ווי מענער, פונקט לעצטענס געווען ביי א שמחה, איך זאג דיר ס'איז א פחד ווי סאך פרויען רעדן.
דאס זאגן "אין פאקט רעדן פרויען פיל פיל מער ווי מענער" מאכט נאך גארנישט פאר קיין פאקט. דאס אז ביסט פונקט געווען ביי א שמחה לעצטנס און געהערט פרויען רעדן, זאגט גארנישט מער ווי דאס אז פרויען האבן א מויל און זיי רעדן. אבער וויפיל, און צי מער ווי מענער, זאגט דאס גארנישט. איי פארוואס האט זיך דיר אזוי געדאכט, קען מען דן זיין. אפשר רעדן זיי העכער, סאו גראגערט עס מער אין קאפ. אפשר זייער קוויטשעדיגערע קול, קריצט זיך מער אריין. אפשר רעדן זיי שנעלער און מער ווערטער-פער-מינוט, מאכט עס אויסזען ווי מער. אפשר רעדן זיי פון זאכן וואס זענען דיר נישט אינטערעסאנט, קוקט עס דיר אויס מער לאנגווייליג און דערפאר ווי "מער". אבער ווען די מענטשן וואס האבן דאס נאכגעקוקט זאגן דיר אז נישט, איז נאריש צו טראכטן אז זיי האבן נישט געזען וואס דו זעסט. דא איז דאך עס ניטאמאל עפעס פון כעמיע, אסטראנאמיע אדער ביאלאגיע וואס דו דארפט זיי גלייבן, זיי האבן דיר נישט געזאגט עפעס וואס דארף א מיקראסקאפ אדער טעלעסקאפ דאס צו באשטעטיגן, נאר עפעס וואס דו און איך קענען פונקט אזוי נאכגיין. דארפסט נאר וועלן. (און דאס ווייסטו דאך מסתמא אז מלתא דעבידא לגלויי לא משקרא אינשי, עכ"פ געווענליך.) סאו אויב ביסטו טאקע נייגעריג, זיי מוחל און שטעל זיך אראפ איין טאג ציילן דיין פרוי'ס ווערטער און דעם קומענדיגן טאג דיין חבר'ס, און דערנאך טו דאס מיט נאך עטליכע מענער און פרויען, פשוט צו אביסל נענטער קומען צו א סטאטיסטיק און זיכער מאכן אז נישט פונקט יענער רעדט מער אדער ווייניגער, און דאן לאמיך וויסן די רעזולטאטן.
און אויב באדערט דיך עס אלס דעם וואס חז"ל שרייבן אז פרויען רעדן מער, קען דאס גרינג זיין פון די זאכן וואס נשתנו הטבעים, אפילו נישט פון די פרויען און מענער נאטירליכע נאטור, נאר די סביבה און די לעבנסשטייגער. עס מאכט סענס אז אמאל ווען די מענער האבן געארבעט שווער, האבן זיי קוים גערעדט, ווידער די פרויען ביים נייען און באקן, האבן געיאכנעט. אבער די היינטיגע סאשעל אינווייראמענט, איבערהויפט דער טעלעפאן וואס האט פשוט געטוישט דעם מציאות, ווייל מ'קען רעדן יעדע מינוט אין טאג צו וועם מ'וויל, רעדן אלע פיל מער, אפילו די מענער, און בכלל איז די ארבעט אויך געווארן א גרויס טייל דערפון צו רעדן, וואס אמאל איז לכ' געווען פיל ווייניגער, ארבעטן האט געמיינט מיט די הענט, זייען, אקערן אדער פראדוצירן, און נאך זאכן וואס האט זיך געטוישט אז עס איז זיכער אמאל האבן טאקע פרויען גערעדט פיל מער ווי מענער, אבער היינט האבן די מענער נאכגעיאגט. קוק זיך נאר ארום אין שול און זאג מיר צי מיר זענען נישט קיין פרויען...
אגב, מיין איך אז עס הייבט שוין אן צוריקגיין אויך, ווייל די טעקסט און אימעיל נעמען אוועק אסאך פון די גערעדטע חלק.