☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » די בלאט לעבט אויף בלוט

די בלאט לעבט אויף בלוט

79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3154
בלאט: 1 2

יאסעלע וואסער טרעגער » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:05 pm

· #94625
די בלאט לעבט אויף בלוט
ווער עס וויל זיך נעמען די מיה צו מסביר זיין און האט געליינט די בלאט די וואך ווייסט וואס איך מיין!!!

יאיר » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:07 pm

· #94629
וואסער טרעגער, זיי מסביר די פרישע סומאטאכע פאר די אומוויסנדע ליינער וואס זענען נישט עובר אויף דעם איסור צו ליינען דעם בלאט.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:10 pm

· #94632
דו מיינסט אפשר דאס אז זיי האבן אפגעשניטען א האלב פון די חתונה בילד וואס ערשיינט אויף די פראנט-פעידזש??

(מער ווי דעם האב איך נישט געליינט)

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:14 pm

· #94636
כ'האב נאר געקוקט מקופיא און ס'האט מיך געכאפט א קיצל.
ער האט א גענוי טיים ליין פונקטליך וויאזוי, און ווען, און ווער, האט פארציילט פאר מאמע, באבע, זיידע, וכו', מיט אן אין דעפט רעפארט איבער יללות וכו' ביז אין די זיבעטע ריפ אריין.
בכלל, די גע'גנב'טע בעיבי טאלק (פאר א צייטונג) בריוו פון אייוועלט איז ביליג.
און איך האב נישט געגליכן ווי ער רופט דעם טאטן הונדערט אין איין מאל מיטן' נאמען "יאנטי", און איז מסביר ווי גוט ער קען קאכן... דוק ותשכח.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:19 pm

· #94639
אז די היימישע באפערס האבן שופך דם געווען מיט'ן נישט צולאזן די הצלה באס. איינער האט עס דא אראפגעברענגט.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:22 pm

· #94643
נו, וואס איז שלעכט?
ס'איז דא 11 מענטשען וואס זענען נישט אויף אייוועלט און נישט קאווע שטיבל, און בתוכם איז דא לכאורה 3 מענטשען וואס פארמאגן א קעמרע, 2 דערפון קויפען נאך "דער איד", איז דאך וויכטיג זיי צו מעורר זיין.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:27 pm

· #94646
די גאנצע איידיע איז נישט אזוי איי איי איי, ס'איז מן הסתם א גרויסע גוזמא אויך, און ס'איז שוין ארומגעפארן פון רעכל צו מעכל פאר עטליכע מעת לעת'ן.
דעריבער איז ביליג (מ'ארעסטירט נישט דערפאר, נאר איך קוק עס אן cheap) אז דו טוסט דיך אן א מוכיח-מאנטל, כאילו דו האסט דא עפעס פרישע דזשורנאליסטישע ווערק.
זייט מיר דן לכף זכות. ס'קען זיין אז איך בין בלינד אקעגן דער בלאט, ווייל כ'קען מיך נישט מוחל זיין פאר'ן עס ליינען אלס בחור ערליך שניים מקרא ואחד תרגום וואך איין וואך אויס.

יאסעלע וואסער טרעגער » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:30 pm

· #94647
צו נעמען די רשעות און באשרייבן פונקטליך וויאזוי א פאמיליע און צער האבן אויסגעפונען פון זייער טראגעדיע (יא די פרויען אויך) מיט אלע פרטים איז נישט קיין טופשות, עס איז רשעות און פולען זין פון ווארט!!!

בשעת אויפן נפטר האבן זיי נישט געטראפן וואס צו זאגן מער אפאר שורות האבן זיי געטראפן גאנצע בלעטער וויאזוי יורד צו זיין לחייו פון די פאמיליע!

עס איז ערגער ווי די ניו יארק פאויסט!

מיין מיינונג » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:31 pm

· #94648
מיין אויסוואל פארן קעפל וואלט ליבערשט געווען "די צייטונג לעבט אויף קינדער", ווער ס'האט געליינט ווייסט וואס כ'מיין...

ליינענדיג דעם ארטיקל אין "די צייטונג", גייט מיר נישט אריין אין קאפ וויזוי א חרדי'שע צייטונג זאל אזוי גראב שרייבן אן ארטיקל, און דאס איז גייט אן איינמאל אין נאכאמאל, ס'איז נישט בטעות אריין געפאלן א שטיקל, ער שרייבט אין שרייבט אין ווערט נישט פארטיג ארויסשרייבן גראפיש די גאנצע מעשה. עס איז בכלל נישט קיין קונץ אין אזא צייט צו שרייבן פרטי פרטים. עס איז א גרעסערער קונץ צו שרייבן פראפעסיאנעל און נארמאל. למשל דעם בלאט'ס אראפברענגען זייער איינלאדענונגס קארטל איז אויך אן אקסעריי.
אבער מיטן שרייבן זאכן וואס יעדער ווייסט, וואו ס'איז דער קונץ וויאזוי צו שרייבן אן דעם וואס עמעצער זאל כאפן במה עסקינן. דאס איז שוין געמיין ווען מ'צעפירקלט זיך. מוזן מוז מען בכלל נישט שרייבן וועגן דער שוואנגערשאפט, אבער וויל מען דוקא יא שרייבן, טא נוצט מען די פראזע, "די פרוי וואס איז געווען אין אנדערע אומשטענדן", אן אויסדרוק וואס איז שוין אנגענומען יאר ביי אונזערע קרייזן אלס דער שלייער-עפיטעט פאר פרעגנענסי. נישט פאטשקען מיט ווערטער וואס זענען ביי אונז דע-פאקטא פארווערט.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:46 pm

· #94659
די צייטונג לעבט אויף קול מבשר, און אגב דער המודיע אויך, זיין רעפארט איז דארט געבויעט אויף דרעזנערס אינטערוויאוס, ער שרייבט דאך די ארטיקלען, און דערנאך ווערט עס טראנסאלירט צו ענגליש פאר דער המודיע. און איך דארף דערפאר באצאלן.
דער איינציגסטער וואס טוט צו דער זאך איז דער איד. יעדע ארטיקל (בפרשת הטראגעדיע) האט א טעם זקנים, און איז מיט רעספעקט און ווירדע.
(איין נארישקייט איז לייגן דאס געשניטענע בילד, יעדער ווייסט פון וואו ס'קומט).

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:53 pm

· #94665
מאראנצןזאפט

איין נארישקייט איז לייגן דאס געשניטענע בילד, יעדער ווייסט פון וואו ס'קומט).

לכאורה זענען זיי חושש צו די גמרא וואס זאגט הכל יודעין למה חתן לובש שטריימל אבל מי שיודע שכלה עומד על צדו וכו'..

בן תמליון » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 10:17 pm

· #94672
גראדע די צייטונגס באריכט איז זייער צום זאך. ער שרייבט דברים כהוויתן די פרוי איז געווען אין אנדערע אומשטענדן און דאקטורים האבן געמאכט אן אפעראציע און געבוירן א קינד. דער איד דערמאנט נישט דאס קינד בכלל. וואספארא מין שגעון איז דאס?

נולד מאוחר » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 10:48 pm

· #94691
פין וועלכע געשניטנע בילד רעדט מען?
פין ווי קימט עס?

מיין מיינונג » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 11:42 pm

· #94725
איך האב יעצט געליינט דעם בלאט'ס כראנאלאגישע באריכט וויאזוי מ'האט דערציילט איבער די טראגעדיע פאר די בני המשפחה. איך האב מיך ממש פארעקעלט. נישט אז ס'מיר א חידוש אויפן בלאט, איך קען זייער ניווא און ווייס אז דאס איז בעביש פון אויבן ביז אונטן, און זיי לייגן ניטאמאל אריין עפארט דאס צו טוישן. זעהט אויס אז זיי ווייסן דאס וויל זייער קלייענטעל. (א משל פון די וואך, ליינט זיך א קעפל אזוי: פרעזידענט אבאמא לייגט זיך אריין די פוס אין מויל. ודי בזה). אבער מיט דעם ארטיקל פון די טראגעדיע האבן זיי היבש איבערגעצויגן דעם שטריקל.

קודם כל האט מען גענומען דעם אומשולדיגן ר' יום טוב גלויבער, וואס איז נאך פאריגע וואך דאנערשטאג געווען א נארמאלער מענטש ווי איך און דו, און באזינגן אים אלס "יאנטי"... האלא?! ער איז דיין חבר? ער איז עפעס א שערי חמלה קינד ווי שלמה'לע רייזמאן? וואס איז דאס גע'יאנטי'אכץ?

צווייטענס וואס טוט זיך מיטן טראפעלע צנעת הפרט?! דארף טאקע יעדער וויסן פונקטליך ווי שטארק די קימפעטארין מרס. גלויבער האט געיאמערט, צי וויפיל אזייגער די שאלאמאן זיידע און באבע שטייען אויף, צי אז די מרס. גלויבער האט געשיקט איר קינד בעביסיטן צו א שוואגער? וכהנה וכהנה וואס איז ממש אריינגעטרעטן צו יענעם איך קאך מיט א שרעקליכן רשעות, און ווארשיינליך אן קיין שום ערלויבעניש פון די באטראפענע.

איין לימוד זכות האב איך אויף זיי, נעמליך צופיל וועגן די לוי' האבן זיי דאך נישט געקענט שרייבן, דא איז די לוי' פארגעקומען פארענט פון ראדני, דא האט דער סאטמאר רבי געהאלטן א רירענדן הספד וואס האט אלעמען באנומען, דא איז די מאנסי לוי' פארגעקומען פארענט פון ר' חיים יושע'ס ביהמ"ד, דא זענען די נפטרים נקבר געווארן אין נייעם בית החיים... ממילא האבן זיי זיך געמוזט קאנציטרירן אויף זייטיגע שטותים און ראזינקעס...

מיין מיינונג » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 11:49 pm

· #94729
אנגעבליך א שוואגער (מן הסתם מיט פיצי שכל, אדער אומוויסענדיג אז דאס גייט נתפרסם ווערן).

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 11:55 pm

· #94734
יאסעלע וואסער טרעגער, איך בין דיר שווער מוחל פאר דיין קעפל, איך האב איצט ביינאכט שנעל געזעהן די קעפלעך אין קאווע שטיבל אויפן וועג צום לערנען, איך זעה אזא ווילדע קעפל וועגן "בלאט" האב איך באשלאסן אז פאר איך גיי ליינען דיין אויסברוך גיי איך.....יא....קויפן דעם בלאט, צו פרובירן אליין צו כאפן ווי די בלוט איז...האמת אגיד איך האב שוין נישט געקויפט די בלאט פאר אריבער פינעף יאר, נישט מחמת פאליטישע חשבונות אדער פארטיי אנגעלעגנהייטן, אפילו נישט פאר "יאנקל'ס" מחאות אלס די גראמאטיק און טיפשעריי וואס דארט קומט פאר נאר פשוט, "עס איז נישט דא דארט וואס צו לעזן" פינטל. אלזא דו יאסעל האסט מיר עס געמאכט קויפן, און עס שטעלט זיך ארויס אז איך האב אין ווינציגער ווי פיר א האלב מינוט געפארטיגט דאס גאנצע דיקע צייטונג, איך מיש און מיש און מיש, און איך זעה גארנישט, יא, עפעס וועגן א פרישן גרויסן בנין וואס בויעט זיך אין בורו פארק האב איך יא אויפגעכאפט בתוך ה'מישעריי.

דאס איינציגע וואס איך האב געליינט איז טאקע די "ווען מען דארף דערציילן" ארטיקל, און אויך די לוי' ארטיקל....וואס זאל איך דיר זאגן; עס איז ווערט די בלאט פאפיר אז אזא גאונישע ארטיקל זאל דארט פארשריבן ווערן. איך האב נישט וואס צוצולייגן נאר בלויז אויסדרוקן ווי נאריש זיי האלטן זייערע ליינער איז פחדים נוראים'דיג און אויב זענען דא וואס קויפן דעם צייטונג זענען זיי גערעכט....

יא, און צום לעצט קען איך נישט פארגעסן ווי שיין זיי שרייבן וועגן די לוי' וואס איז פארגעקומען ווי?? און בתוך המספידים, ווער??? האט מספיד געוועהן הרב מייזליש מ'לימינוב....אזוי גאר, און די רבי פון יענעם שול האט סתם אזוי געדרימלט...חחח, האבן זיי טאקע נישט געטראפן א וועג צו באריכטן אז הרב טייטלבוים האט מספיד געוועהן? זעהט אויס אז ניין.

ממי נעם עס נישט צום הארצן.

מיין מיינונג » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 11:57 pm

· #94735
מ'רעד מיר דאך אלעס שפעקולאציעס. ווער זאגט אז ער האט אפילו געוויסט אז זיין חבר איז גאר א געלונגענער בלאט שרייבער?

יאסעלע וואסער טרעגער » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 11:59 pm

· #94736
איך טוה ח״ו נישט קיין סעילס פאר דעם געמיינעם בלאט.
זיי האבן געשטעלט איינער זאל רופן א שוואגער במסיח לפי תומו און רעקאדירט יעדע ווארט פונעם געשפרעך און דאס געדריקט.
בשם די משפחה וויל איך זאגן אז דאס איז א רשעות און עס איז געטון געווארן בלי רשות כלום.
עס איז אומגלויבליך ווי ווייט יודען קענען זיך דערקייקלען...

מיין מיינונג » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:01 am

· #94737
יאסעלע, אז דו ווייסט שוין יא אזוי קראנט, אפשר בוסטו אונז מסביר וואס דער שוואגער האט געמיינט, צו וועם רעדט ער און פאר וועלכן ציהל?

לעמאן דזשוס » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:03 am

· #94738
יאסעלע ביידיוועג, סוף סוף קומט דיר קאוועשטיבל גוט צוניץ אין נויט, ווי נאך וואלסטו געקאנט אויסקוועטשן דיין מחאה, אזוי הויך?!

יאסעלע וואסער טרעגער » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:14 am

· #94741
דער שרייבער און דער בלאט איז דעם יודס א משפחה קרוב...

טרופ תלמיד » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:18 am

· #94742
קען איינער ארויפלייעגן קאפיעס פין די בלאט

בדחן » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:19 am

· #94743
יאסעלע וואסער טרעגער
דער שרייבער און דער בלאט איז דעם יודס א משפחה קרוב...

יאסעלע... עס זעט מיר אויס ווי דאס האט א אגענדע דא.. און מעגליך נאר ערגער ווי די בלאט.........
בשם כלל ישראל.

{איך האב נישט געקויפט די בלאט די וואך,)

יאסעלע וואסער טרעגער » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:25 am

· #94744
איך ווייס נישט ווער די ביסט בדחן און איך ווייס נישט בשם וועלעכע משפחה די רעדסט.
איך רעדט בשם די משפחה פונעם נפטר וואס מען קריכט אריין און זייערע קישקעס!
איך רעדט בשם דעם ״שוואגער״ וואס מען האט ארויסגענארט פון אים די מעשה דורך זיינס א קרוב!
איך האב אן אגענדע יא!
נישט די אגענדע וואס די מיינסט, איך בין נישט דא קיין פאפעט נישט פון די זאליס, ארוינים, בני יואל, אדער קיין שום אנדערע סעקטע.

מיין אגענדע איז צו פארשרייען א רשעות וואס מען איז באגאנגען אנקעגן א טאטע און א משפחה וואס איז שרו בצער אויף א אוםבאשרייבלכען אומגליק.
עס איז א רשעות און איך וויל אז די גאס זאל וויסן אז די משפחה האלט עס פאר א רשעות!
דאס איז מיין איינציגסטע אגענדע!

בונעס איירעס » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:29 am

· #94747
יאסעלע וואסער טרעגער
איך ווייס נישט ווער די ביסט בדחן

ער איז א ברעסלעבער!

משה געציל » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:42 am

· #94765
קלאר?! אר יא הער?! היסטאריקער, פיינע מקוה, פרענטש ווענילע, ווי זענט איר?! אייער רבינ'ס צייטונג ווערט אזוי מיאוס באשמיצט און איר שווייגט?! לא עת לחשות! קומט שוין אהער מיט קאנטער אטאקעס, איך בין חושש אז איבערנאכט וועט זיך דאס שטאט איבערדרייען מיט די איינזייטיגקייט פון די מהרסים!

לעמאן דזשוס » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:44 am

· #94767
משה געציל
קלאר?! אר יא הער?! היסטאריקער, פיינע מקוה, פרענטש ווענילע, ווי זענט איר?! אייער רבינ'ס צייטונג ווערט אזוי מיאוס באשמיצט און איר שווייגט?! לא עת לחשות! קומט שוין אהער מיט קאנטער אטאקעס, איך בין חושש אז איבערנאכט וועט זיך דאס שטאט איבערדרייען מיט די איינזייטיגקייט פון די מהרסים!

עס איז נישט דעם רבינ'ס צייטונג, עס איז מ.ד. און ש. וו. פינטל.

זר זהב » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:53 am

· #94774
מיין דעסיזשאן א 5 יאר צוריק פון עס אויפהערן קויפן/ליינען איז נישט געווען אזא נארישע עפטער אלל.

שלום-חבר » פרייטאג מערץ 8, 2013 6:31 am

· #94832
יאסעלע

ווי אזוי רופט מען אים טאקע דעם טאטן, ר' חנני'? ר' יום טוב?

אויך, די משפחה האט עס שוין געליינט?

פיינע קאווע » פרייטאג מערץ 8, 2013 9:32 am

· #94856
איך זעה גארנישט ראנג מיט זייער באריכט. דאס איז די ארבייט פון א גיטע צייטונג צו שרייבן וואס דער עולם וויל לייענען.
דערווייל זעה איך אז דער בלאט פארקויפט זיך מער ווי דער איד און די צייטונג צוזאם. סוי אז א "דער איד" שרייבער וויל אביסל באשמיצען זיין קאמפאטישען ווערט נישט באגייסטערט.

אוי טאטי » פרייטאג מערץ 8, 2013 9:46 am

· #94859
בן תמליון
גראדע די צייטונגס באריכט איז זייער צום זאך. ער שרייבט דברים כהוויתן די פרוי איז געווען אין אנדערע אומשטענדן און דאקטורים האבן געמאכט אן אפעראציע און געבוירן א קינד. דער איד דערמאנט נישט דאס קינד בכלל. וואספארא מין שגעון איז דאס?

גראדע האט עס דער איד יא געמאלדן, און אויף זייער א קלוגן אופן,
זיי האבן געשריבן אזוי; מ׳האט זייער געהאפט און מתפלל געווען אויף א טרייסט, אבער ליידער בבחינת שבר על שבר איז דאס פארפאלק אוועק אן איבערלאזן א שם ושארית ה׳י.
פונקט גענוג אז ווער עס דארף כאפן כאפט.
און לגבי די צייטונג, איך האלט אז זיי זענען באגאנגען א טעות, ווייל נאך אלעם זענען דא צענדליגע עלטערן וואס זאגן נישט וויאזוי מען האט א קינד, (צי זיי זענען גערעכט צי נישט, איז דא גענוג אשכולות.) און יעצט נאך די ארטיקל דארפן זיי זיך ספראווען מיט קשיות פון די קינדער.
און אז זיי סערווירן א ציבור וואס באהאלט דאס, דארפן זיי זיך צושטעלן צו דעם.

אוי טאטי » פרייטאג מערץ 8, 2013 9:47 am

· #94860
פיינע קאווע
איך זעה גארנישט ראנג מיט זייער באריכט. דאס איז די ארבייט פון א גיטע צייטונג צו שרייבן וואס דער עולם וויל לייענען.
דערווייל זעה איך אז דער בלאט פארקויפט זיך מער ווי דער איד און די צייטונג צוזאם. סוי אז א "דער איד" שרייבער וויל אביסל באשמיצען זיין קאמפאטישען ווערט נישט באגייסטערט.

אזוי? ווי זעהסטו דאס? גראדע זעה איך אז רוב עולם דא האלט אז עס איז נישט קיין גוטע צייטונג..

מאראנצןזאפט » פרייטאג מערץ 8, 2013 9:50 am

· #94863
לעמאן דזשוס, 'לעבט אויף בלוט' איז איבערגעטריבן ווייל ש"וו איז אויך א איד, און אויך א טאטע פון קינדער, און מן הסתם זוכט ער קיינעם נישט מצער צו זיין.
נאר וואס יא, ווי כ'האב מסביר געווען פאר איינעם אין אישי, ער גיבט דא attitude, נוסח טאבלויד!
מיין מיינונג, ייש"כ פאר'ן ערקלערן מיינע ווערטער.

מאראנצןזאפט » פרייטאג מערץ 8, 2013 9:53 am

· #94864
אוי טאטי
בן תמליון
גראדע די צייטונגס באריכט איז זייער צום זאך. ער שרייבט דברים כהוויתן די פרוי איז געווען אין אנדערע אומשטענדן און דאקטורים האבן געמאכט אן אפעראציע און געבוירן א קינד. דער איד דערמאנט נישט דאס קינד בכלל. וואספארא מין שגעון איז דאס?

גראדע האט עס דער איד יא געמאלדן, און אויף זייער א קלוגן אופן,
זיי האבן געשריבן אזוי; מ׳האט זייער געהאפט און מתפלל געווען אויף א טרייסט, אבער ליידער בבחינת שבר על שבר איז דאס פארפאלק אוועק אן איבערלאזן א שם ושארית ה׳י.
פונקט גענוג אז ווער עס דארף כאפן כאפט.
און לגבי די צייטונג, איך האלט אז זיי זענען באגאנגען א טעות, ווייל נאך אלעם זענען דא צענדליגע עלטערן וואס זאגן נישט וויאזוי מען האט א קינד, (צי זיי זענען גערעכט צי נישט, איז דא גענוג אשכולות.) און יעצט נאך די ארטיקל דארפן זיי זיך ספראווען מיט קשיות פון די קינדער.
און אז זיי סערווירן א ציבור וואס באהאלט דאס, דארפן זיי זיך צושטעלן צו דעם.

קשיות פון קינדער איז איבערגעטריבן! קינדער ליינען נישט, און אויב יא פרעגן זיי נישט, איך בין אויך אמאל געווען א קינד.
נאר וואס דען, איך געב דעם רעכט פאר א שרייבער, רעדאקטער, עדיטאר, צו באשליסן ווי באקוועם ער זאל זיך שפירן מיט א פאראגראף, עס זאל זיין צניעות'דיג און איינגעהאלטן, לויט זיין געשמאק, כל זמן עס איז בגדר אנושי, מענטשליך און פארשטענדליך!

שרייבער » פרייטאג מערץ 8, 2013 9:55 am

· #94866
[ציטאט אראפגענומען]

איך האלט נאך ביי די תגובה, אבער איך וויל תיכף מגיב זיין, איך באלאנג צו צד מהר"א, און איך ליין נישט דער בלאט שוין א גוטע פאר יאר, ווייל כאמור איז עס בעביש שטותים טיפשות וכל מילי דמיטב....
אבער לענ"ד וויל איך דא פרעגן א שאלה, און ס'איז א שטיקל נקודה למחשבה איבער ווער ס'איז שולדיג אויף די גאנצע באשרייבאכץ אין בלאט, מיין מיינונג איז אז דא איז דא איינער אין די משפחה וואס האט שוואך שכל (מילד גערעדט) און ער ליעקט ארויס די אלע שטותים.

וואס מאכט מיר דאס טראכטן? איך וועל אייך זאגן, אפשר קען מיר איינער ענטפערן פון ווי ווערט ביום הפטירה תיכף נתפרסם א חתן כלה בילד? איז היינט יעדעם'ס חתן כלה בילד פון יחוד שטיבל עוועליעבעל אנליין?
נאר וואס דען, דאס איז אינסייד ארבעט, נאו פראבלעם, באט הוא הדין, די אלע ראזשינקעס איז אויך אינסייד ארבעט, וועסטו פרעגן פאר וואס דארף עס דער בלאט שרייבן? אה דאס איז שוין נישט קיין קשיא, דער בלאט איז א בימה פאר יעדע שטות וואס דו חלומ'סט, לאו עכברא גנב אלא חורא גנב, די קשיא איז נישט אויף דער בלאט, די קשיא איז אויף דעם וואס פיטערט די אינפארמאציע

מאראנצןזאפט » פרייטאג מערץ 8, 2013 10:03 am

· #94870
און איך האלט אויך אז די צייטונג האט איבערגעטריבן. איך קוק עס אן ווי ער האט זיך דא אנגעלייענט מיט די קריטיק אויף קול מבשר, און עובר געווען אויפ'ן חובת הלבבות אז "מן הזהירות שלא תרבה ליזהר.
אדער האט ער דאס געשריבן נוסח המודיע, וואס האט שוין דעם ערשטן טאג (- מאנטאג) געהאט אויפ'ן דעקל א באריכט וועגן דאס קינד.
אגב, ווער עס וויל אביסל פארשטיין דעם מורא בשר ודם פון ז"וו און פון וואס ער פארכט אזוי, זאל ביטע אויסהערן הרב רובין'ס דרשה אויף קול חומת הדת. quote "דעם טמה'נעם פיסק מיט זיינע פאר'סרוח'עטע נייעס".

מאראנצןזאפט » פרייטאג מערץ 8, 2013 10:05 am

· #94872
[ציטאט אראפגענומען]

דער איד האט דאס נישט "געמאלדן" ווייל דאס איז נישט קיין נייעס, סיי אידישלעך, און סיי פראקטיש. דער איד האט דאס "באוויינט", און מקונן געווען צוזאמען מיט גאנץ כלל ישראל אז אזא נפש יקרה ווי מרת גלויבער האט פארלאזט די וועלט אן קיין שם ושארית!

זר זהב » פרייטאג מערץ 8, 2013 11:03 am

· #94903
פיינע קאווע
איך זעה גארנישט ראנג מיט זייער באריכט. דאס איז די ארבייט פון א גיטע צייטונג צו שרייבן וואס דער עולם וויל לייענען.
דערווייל זעה איך אז דער בלאט פארקויפט זיך מער ווי דער איד און די צייטונג צוזאם.

און פונעם דעילי ניוז צוזאמען מיט'ן טיימס. (דאס זעהסטו נישט?)

יאסעלע וואסער טרעגער » פרייטאג מערץ 8, 2013 11:26 am

· #94908
פיינע קאווע
איך זעה גארנישט ראנג מיט זייער באריכט. דאס איז די ארבייט פון א גיטע צייטונג צו שרייבן וואס דער עולם וויל לייענען.
דערווייל זעה איך אז דער בלאט פארקויפט זיך מער ווי דער איד און די צייטונג צוזאם. סוי אז א "דער איד" שרייבער וויל אביסל באשמיצען זיין קאמפאטישען ווערט נישט באגייסטערט.

די האסט ליב צו ליינען דאס וואס זיי שרייבן די וואך?
איז דאס די קאליבער פון זייערע ליינער?
אויסער דעם ווי איז זיך דאס רעכענען מיט אנדערע יודן???

שלום-חבר » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:04 pm

· #94924
שוין ענדליך האב איך א בלאט.
איך קויף כמעט נישט קיין צייטונגען נאר ווען מיין ווייב ברענגט אהיים אמאל אמאל, היינט האב איך איר יא געבעטן ברענג אהיים א צייטונג, בלאט און איד ווייל איך האב געוואלט ליינען דעם סקאנדאל.

וועגען דעם צייטונג לאמיך נאר זאגען אזויפיל, מען קען זיך טענה'נען טויזנט יאהר און עס וועט אלס בלייבן טויזענט דעות ווי אזוי מען זאל שרייבען פון שוואנגערדיגע מאמעס און קינדער. וויפיל מען זאהל זאגען פאר קינדער און וויפיל באהאלטן פון זיי. דאס בלייבט א וויכוח ביז משיח וועט קומען

וועגן דעם בלאט, יעצט בין איך געוואויר געווארן אז נישט נאר דער בלאט איז קינדיש און ליגענעריש, נאר אויך קאווע שטיבעל.

איך האב געליינט דא אז די בלאט לעבט פון בלוט, האב איך געווען זעכער אז אז עס שטייט דארט אז אלעס קומט צוליב די עבירות פון "יאנטי" גלויבער אדער פון יצחק זילבערשטיין, אדער אפשר גאר אז נאכדעם וואס מען האט מודיע געווען פאר די עלטערן, באבעס, האט איינער פון גרויס צער ארומגעלאפן מיט פליי עי קייט אין די האלבע שטאט.

עטס זענטס אויך דא אלע א באנדע קינדער. איינער שרייט, און יעדער שרייט נאך.

איך האב אפגעליינט דעם בלאט, איך ווייס נישט וואס איר ווילט. איינער שרייבט דא אז פון די נפטרים האט מען כמעט גארנישט באשריבען.

אן אפענער ליגענט, איך זעה דארט זייער שיין באשריבען ביידע נפטרים, אויך די טאטעס זענען זייער שיין באשריבען, אויך ר' יום טוב גלויבער איז זייער שיין ארויס געברענגט לשבח ווי געטריי ער איז פאר ר' חיים יהושע'ס קהלה און מוסדות!

פון ווען אן האט איינער פארלאנגט אז דער בלאט זאל שרייבן פון א הספד פון ר' זלמן לייב'ן? האט דער איד שוין אמאל געשריבן פון א הספד פון ר' אהרן? האט דער איד שוין אמאל געשריבן אז א לוי' איז פארגעקומען ביי הופער?

יעצט וועגען דעם ארטיקעל וואס יאסעלע מיט מאראנעצעןזאפט פארפירען אזוי, יעדע זאך איז א מעטער אף טעיסט, איך קען דא נישט מחולק זיין מיט אנדערע, אבער מיר האט זיך געגאסען טרערן בשעת'ן ליינען דעם ארטיקעל אן אויפהער. איך האלט אויך נישט אז מען דארף אזוי אריינגיין פריוואט אין יענעם, אבער נאכען ליינען דא די ויצעקו האב איך געמיינט עס איז פיל ארגער, במילא ווען איך האב געליינט האב איך מיר נאר געוואונדערט ווי די "גוד סטאף" איז און נישט געטראפען..

איך האב שוין געפרעגט די פראגע פריער, איז אמת אז די משפחה ברויזט אזוי? אפשר זאגט מיר איינער ווען האבן די משפחות געהאט צייט צו ליינען דעם בלאט וואס איז ארויסגעקומען מסתמא ערגעץ דאנערשטאג פארמיטאג און א גאנצמען טאג האט מען זיכער געשטראמט צו ניחום אבלים, ווען האבן זיי געהאט צייט צו ליינען ביז צען ביינאכט ווען יאסלע האט געשריבן זיין ערשטע מחאה נמרצה?

איך פארשטיי אויך נישט דעם ויצעקו מיט יאנטי. איך קען אידען מיט ווייסע בערד וואס מען רופט זיי יאנקעלע, הערשי, איצא, מענדי, הערשי, שימעלע, שייעלע. סתם א בראטעל.
און צו דעם איינעם חכם דא וואס שרייבט אז שרייבען יאנטי איז אים באצייכענען ווי א שלמה'לע רייזמאן, אויב איז איינער א רשע, ביזטו דער רשע. די מיינטס אז שלהמה רייזמאן אדער דאס בלוט פון זיינע עלטערען איז יא הפקר?

יאסעלע וואסער טרעגער » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:57 pm

· #94943
אז די פארשטייסט נישט וואס עס איז ראנג דאן איז די בלאט גערעכט, און עס מוז זיין אז עס איז דא נאך הונדערטער וואס פארשטייען נישט ווייל ווען נישט וואלט די בלאט געווען אוט אוו ביזנעס.
ניין ר׳ יום טוב הייסט נישט ״יאנטי״
ניין מרת גלויבער איז נישט מסכים מען זאל שילדערן וויאזוי זי האט אויפגענומען די בשורה.
ניין ר׳ יום טוב איז נישט מסכים מען זאל ביישרייבן פונקטליך וויאזוי ער האט אויסגעפונען פון די טראגעדיע.
ניין ניין און נאכאמאל ניין!
און יא זייער קלאר צו בשרייבן וויאזוי א משפחה האט אויסגעפינען און געעקט פון זייער׳ס א אומגליק איז רשעות!
יעדער מענטש פארשטייט דאס (אויסער די וואס ליינען ווייטער די בהיימישער בלאט).

boxcover » פרייטאג מערץ 8, 2013 1:53 pm

· #94972
זר זהב
מיין דעסיזשאן א 5 יאר צוריק פון עס אויפהערן קויפן/ליינען איז נישט געווען אזא נארישע עפטער אלל.

און איך האב קיינמאל אזא דעסיזשאן נישט געדארפט צו מאכען. אז מען טוט נישט, דארף מען נישט אויפהערן.

זר זהב » פרייטאג מערץ 8, 2013 1:53 pm

· #94973
נישט יעדער ווערט דאך געבוירן מיט געצייטיגטע שכל

פיינע קאווע » פרייטאג מערץ 8, 2013 2:07 pm

· #94975
יאסעלע וואסער טרעגער
איך גלייב נישט אז דו האסט גערעדט מיט א שוואגער. איך האלט אז דו ארבייסט אין איד אפיס און דיין שנאה איז מקלקלת את השורה ממילא קומסטו אהער באשמיצען א צווייטען איד און זיין ביזנעס.
ווען דער איד באשמיצט וואך איין וואך אויס אידן נישט פון דיין פארטיי זעה איך נישט זאלסט עפענען א שרייעדיג קעפל אז מען איז שופך דם

אוי טאטי. דאס וואס די זענסט דא מיינט נישט גארנישט. גיי אין גראסערי וועסטו געוואויר ווערן.

למדן » פרייטאג מערץ 8, 2013 2:21 pm

· #94979
.

יאסעלע וואסער טרעגער » פרייטאג מערץ 8, 2013 2:23 pm

· #94980
פיינע גלייב נישט! עס איז אקעי די טעבלויט איז געמאכט פאר אזעלעכע ווי די.

חשבון » פרייטאג מערץ 8, 2013 4:00 pm

· #95002
איך קען גיין צום שבת אן ליינען די סקאנדאלישע ווערק?

מח-החושב » פרייטאג מערץ 8, 2013 5:07 pm

· #95011
איך האב געליינט דער ארטיקעל און איך ווייס נישט וואס מען פארפירט דא ארויף אראפ. איך שעם מיר נישט צו זאגן, איך האב שוין לאנג נישט אזויפיל צאמגעוויינט, אפילו נאכן ענדיגן בין איך נאך געזעצן עטליכע מינוט און געווישט טרערן.
איך מיין אז ווער עס וויינט נישט ביים דאס ליינען האט נישט קיין אידישע נשמה.
עס טוט מיר וויי צו זאגען, עס איז ליידער א "מעסטער פיס", איך האב נאר א סך בעסער ליב צו ליינען מייסטער שטיקלעך פון שמחות.
עס איז אביסל דיפערענט, אבער זייער נארמאל געשריבען, קיין איין זאך ברענגט נישט אזוי גוט ארויס די מיטלייד וואס מען שפירט מיט די משפחות ווי די ארטיקעל.

נולד מאוחר » פרייטאג מערץ 8, 2013 5:23 pm

· #95015
ס'איז עוועלעבעל אנליין ערגעץ די ארטיקלען פון די בלאט?

האלאנד » מוצ"ש מערץ 9, 2013 7:22 pm

· #95017
שלום-חבר