☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » רירט נישט צו צי chrome אויף מאוביל!!!!

רירט נישט צו צי chrome אויף מאוביל!!!!

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3148

דעתי הענייה » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 12:39 pm

· #94287
רירט נישט צו צי chrome אויף מאוביל!!!!
איך זעה נישט מען זאל דאס האבן דערמאנט, וויל איך פשוט מזכה זיין דעם עולם.
איך האב געקויפט די נייע געלעקסי 3 4 חדשים צוריק, און איך האב מיר ממש מחיה געווען דערמיט פאר אפאר חדשים.
ויהי היום, האט מיר א חבר מייעץ געווען אז אויב ליינט מען אסאך אידיש און עברית, לוינט זיך צו דאונלאודן chrome, עס שטעלט זיך בעסער אויס, און איז געשמאקער, נא געזאגט און געטוהן, און ער איז גערעכט געווען.

גייט נישט דורך קיין 24 שעה, און איך הייב אהן האבן פראבלעמען, קודם ארבעט עס אסאך מאל שטייטער, דאן גאר אפט קומט ארויף forced close אויף אפפ'ס, ועוד הרבה קליינע פראבלעמען, די ערגסטע איז געווען ווען copy paste האט גענצליך אויפגעהערט ארבעטען, אויב האב איך עד גענוצט האט זיך די אפל תיכף פארפרוירן, און צומאל אויך די גאנצע פאון, דאס איז שוין געווען קשה מנשוא.
א פשוטע גוגל סוירטש האט מיר געוויזן אז אסאך געלעקסי דריי באנוצער האבן דעם זעלבען פראבלעם, קודם האב איך געמיינט אז עס איז דעם פאון'ס פראבלעם, זעה איך אבער אז נאר די וואס האבן גענוצט chrome האבן דעם, און ענליכע פראבלעמען.
רוף איך אהן מיין dealer (גאר א איבערגעגעבנער) און ער שיקט מיר גלייך א לינק צו אן ארטיקל, וואו עס שטייט באשריבן די גאנצע חסרון, אז Google נוצט chrome פאר אסאך נייע פראבעס מילא האט עס אסאך באג'ס.
די איינציגע לעזונג איז געווען א פעקטערי ריסעט, ווייל די פאון איז געווען שטארק אפעקטירט!
איין זאך האב איך פארדינט, ער האט מיר שוין אפטעידט די פאון...

איז אלזא, שטייט ווייט פון Google chrome for mobile (די דעסקטאפ version האט נישט די פראבלעמען).

לעמיל » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 12:44 pm

· #94291
איך האב עס אויף מיין אייפאון און איך האב ב"ה נישט קיין פראבלעמען, קען זיין נאר די פראבלים איז נאר ביי געלעקסי אדער עס איז בכלל קראם?

אךשמח » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 12:46 pm

· #94293
ביסט זיכער אז דו רעדסט פונעם אריגינעלער קראום בראוזער אדער די בעטא ווערסיע?

פארוואס לייגסטו נישט אהער דעם לינק פון דיין איבערגעגעבענער דיעלער?

איך נוץ עס שוין א שיינע פאר חדשים אויף מיין געלעקסי עס שלש מיט גרויס צופרידנהייט.

געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:15 pm

· #94352
ס'דא קראום, און קראום בעטא, און אין די בעטא ווערסיע לייגן זיי אריין אלע טעסט פיטשערס. ביי מיר איז פונקט פארקערט, די קראום בראוזער איז אפשר נישט שנעלער ווי די סטאק בארוזער, אבער ווען ס'קומט צו אידיש איז עס די בעסטע, די אנדערע בראוזער ווען ס'קומט צו קאפי פעיסט אין אידיש ווערט ער אינגאנצען משוגע.

נולד מאוחר » פרייטאג מערץ 8, 2013 3:05 am

· #94821
דא האב איך א בילד פין די קליינע און גרויסע טעקסט.
שנעל איז עס ביי מיר. סהאט פאסירט ווען כ'האב עס אפדעטעט.

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 8, 2013 8:16 am

· #94838
איך נוץ אויך קראום. עס האט נאך עטליכע באגס. און פרירט אסאך מאל. פונדעסטוועגן נוץ איך עס ענדערש ווי די אנדערע בראוזערס. ווי דאלפין. עס איז גוט פאר קאווע שטיבל.

איך האב אויך אסאך מאל די גרויסע/קליינע ווערטער. געווענליך אויב איך ריפרעש דעם פעידזש ווערט ער נארמאל.

משולם שטיינפעלד » פרייטאג מערץ 8, 2013 8:51 am

· #94846
איך נוץ קראום אויף א געלעקסי דריי. קיינמאל געהאט א פראבלעם

חשבון » פרייטאג מערץ 8, 2013 11:50 am

· #94921
ניצט קראום מיט צופרידענהייט

אביגדור » פרייטאג אפריל 5, 2013 10:11 am

· #101628
נעה.