☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווי אזוי קוקט ער אויס?

ווי אזוי קוקט ער אויס?

76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3141
בלאט: 1 2

ברעט מענינג » מיטוואך מערץ 6, 2013 10:52 pm

· #94085
ווי אזוי קוקט ער אויס?
איך מאך דא א אשכול זיך פארצושטעלן ווי אזוי א מענטש קוקט אויס (אויפן פנים) לויט אייער מיינונג!
די ערשטע זאך וואס איך שטעל פאר איז, ווי אזוי שטעלט איר זיך פאר קוקט אויס דער מענטש וואס זאגט "שאוועל מיך אריין דעי מאטיאש"?

למדן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 11:54 am

· #94266
א שמאלער 20 יעריגער פרומער כולל יונגערמאן מ' זעהט איהם כסדר לויפן מיט רויטע באקן און אראפ געבויבענעם קאפ פון און צום שיעור זיצט א גאנצן טאג איבער די ריזיגע אלטע גמרות האלס צוריסן סיי די עקן ביים קומען און אהיים גיין פון ביהמ"ד זעהט מען איהם גיין מיט נאך יונגעלייט שמועסן שטיל מיט א שמייכל

כ'מיין וואסארא שאלה האסטו דא געפרעגט אויב מעג איך פרעגן

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 12:08 pm

· #94270
ווער עס פארשטייט פארשטייט.
און ווער נישט (ואני בתוכם) נישט

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 12:38 pm

· #94286
שמעקעדיג
ווער עס פארשטייט פארשטייט.
און ווער נישט (ואני בתוכם) נישט

דער בעל המימרא (ברעט מענינג) וויל אראפלייגן א פראפייל פון א יעדן לויט זיין ניק און אופן פון שרייבן. למשל וויאזוי שמעקעדיג זעט אויס (אפשר מיט א קאפ קאפי אין איין האנט און א ציגארעטל אין די אנדערע.) אדער בערל בעל עגלה. (שטייט אויף א וואגן און שמייסט די פערד מיט א בייטש(.

ברעט מענינג » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 12:56 pm

· #94297
berlbalaguleh
שמעקעדיג
ווער עס פארשטייט פארשטייט.
און ווער נישט (ואני בתוכם) נישט

דער בעל המימרא (ברעט מענינג) וויל אראפלייגן א פראפייל פון א יעדן לויט זיין ניק און אופן פון שרייבן. למשל וויאזוי שמעקעדיג זעט אויס (אפשר מיט א קאפ קאפי אין איין האנט און א ציגארעטל אין די אנדערע.) אדער בערל בעל עגלה. (שטייט אויף א וואגן און שמייסט די פערד מיט א בייטש(.

שכוח

sunbar » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 1:59 pm

· #94339
[ציטאט אראפגענומען]


Grammar!! 😮

מורינו הרב » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:04 pm

· #94345
נו, לאמיר אנהויבן...

ווי אזוי זעה איך אויס? - ווער קען אראפמאלן א פיקטשער פון מיר?

יידל » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:27 pm

· #94367
מר. שאוועל-מיך-אריין-די-מאטיאש האט א גרויסן ארויסהענגנדן בויך, די העמד איז אים אביסל שמוציג, א באוואקסענע בארד און טיילווייז צעפלאשעטע פאות. שטימט?

ברעט מענינג » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:40 pm

· #94382
יידל
מר. שאוועל-מיך-אריין-די-מאטיאש האט א גרויסן ארויסהענגנדן בויך, די העמד איז אים אביסל שמוציג, א באוואקסענע בארד און טיילווייז צעפלאשעטע פאות. שטימט?

איך האלט אז ער (מאטיאש...) האט א ווייסע העמד, קליינע בארד, וואלענע צוצית העלף פרעים מתיבתה גלעזער, בלאנדער, א איי פאון, האנדא עקארד (ספעשיל עדישען) ער איז גאנץ גיט מיט זיין שווער, ער האט א 3 רומיגע דירה, איין קינד, 9 אזייגער ציפרי דאווענט ער, ארבעט און קאר סערוויס, ער האט א שיעור ביינאכט א האלבע שעה, נישט צו קליג, אבער נישט צי נאריש,

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:43 pm

· #94387
האסט מיר נישט געקענט בעסער אראפמאלען!

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:49 pm

· #94391
ארבייסט שוין? ווען האסטע געטראפן דא דשאב?

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:50 pm

· #94392
שטיל ביטע

sunbar » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:54 pm

· #94397
נאר איין קינד האסטו??

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:57 pm

· #94402
איך בין נישט צו קלוג?

sunbar » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:59 pm

· #94407
זר זהב
האסט מיר נישט געקענט בעסער אראפמאלען!


עס קען נישט זיין דיר. טאמער יא, מיינט עס אז די טייפסט בשעת'ן דרייווען

לעמיל » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:59 pm

· #94408
איך מיין עס קומט אין שמייכעל פורום

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 3:58 pm

· #94435
זר זהב
שטיל ביטע


<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/56369">viewtopic.php?p=56369#p56369</a><!-- l -->

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:40 pm

· #94654
מורינו הרב
נו, לאמיר אנהויבן...

ווי אזוי זעה איך אויס? - ווער קען אראפמאלן א פיקטשער פון מיר?

דו ביסט פארשטעלט. דו האסט אן א מעסק. מ'קען נישט זען דיין פנים.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:46 pm

· #94658
זר זהב
האסט מיר נישט געקענט בעסער אראפמאלען!

פרעגט תוס' א קשיא.דו האסט אמאל געשריבן אז דו האסט נישט געקענט שלאפן (לענגער) און דו האסט געדאוונט מיט'ן 9 אזייגער פארטאגס מנין. שלא כהנהגתך.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:48 pm

· #94661
זר זהב
איך בין נישט צו קלוג?

כ'האב מורא אז דאס איז נישט קיין סימן מובהק. האלב פון אונזער עולם גייט אריין אין די קאטעגאריע.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:51 pm

· #94664
[ציטאט אראפגענומען]

דעמאנסט מיך א מעשה שהיה.
איינע פון די 1000 מאל וואס זר זהב האט אריינגעהעקט אין מיין גוגל-טולק, מיט א hay
בין איך פונקט נישט געווען, ווי מ'זאגט, אוועיליבעל,
שרייב איך אזוי צוריק פאר זר'ל:
גיב מיר 15 מינוט...
ענטפערט זר:
gr8
I'm calling Geico
ואשפגת"י.

צוריק צו ענין:
אפשר זאל מען דא אויסמשל'ן ווי אזוי אונזערע ניקים זעהן אויס..
למשל שמעקעדיג, ווי דאר/גראב איז ער?
האט ער אזא לאנגע בארד ווי קופערניקוס,
אדער איז ער קוים 5 פוס הויך ווי משה געציל.
לעיקוואד גייט טאקע א קריעת יםסוף הוט?

איחוד פעלד » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 10:34 pm

· #94681
שמעקעדיג איז נידריג און גרעבער, און האט א באקסעדער בארד, און גייט שטאטעלעך.

איחוד פעלד » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 10:41 pm

· #94685
און ווען איינער שמועסט ביים דאווענען דרייט ער זיך האלב אויף צוריק, און לייגט אים אהן מיט אפאר אויגען................

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 10:42 pm

· #94686
בדחן??

איך וועל געבן איין אמת'ע סימן: איך דרייוו א אדעסי מיני ווען,

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 10:45 pm

· #94688
[ציטאט אראפגענומען]


איך גיי מאכען גילו אויף מימי שאמרי: הויך 5.9
עווריטיש בילד מיט א בייכל
די היט אפגעריבען
רי רעקיל איז איין זייט לענגער ווי די אנדערע זייט
האט גלעזער
אסאך צעטליך און טאש
זייער זויבער
עסט יעדן טאג פרישטיג

איחוד פעלד » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 10:47 pm

· #94690
בדחן
בדחן??

איך וועל געבן איין אמת'ע סימן: איך דרייוו א אדעסי מיני ווען,



און ווען איינער פארט אין פראנט פין דיר, פייפסטו אים אהן פאר די רויט לייט.

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 10:49 pm

· #94692
טראכסט אז איינער פארט בכלל און פראנט פון מיר??

איחוד פעלד » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 10:52 pm

· #94695
[ציטאט אראפגענומען]



און פרעג נישט פין ווי איך ווייס, אבער ער שלאפט אויף א שמאלע בעט.

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 10:54 pm

· #94698
איחוד פעלד

און פרעג נישט פין ווי איך ווייס, אבער ער שלאפט אויף א שמאלע בעט.


שמאל איז ווייניג געזאגט... א קריב...!!!

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 10:55 pm

· #94699
איחוד פעלד
שמעקעדיג איז נידריג און גרעבער, און האט א באקסעדער בארד, און גייט שטאטעלעך.


[ציטאט אראפגענומען]


איחוד פעלד
און ווען איינער שמועסט ביים דאווענען דרייט ער זיך האלב אויף צוריק, און לייגט אים אהן מיט אפאר אויגען................


וואס קומט נעקסט? א בילד פון מיר??

ברעט מענינג » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 11:33 pm

· #94719
איך קען נישט פערזענליך בדחן אבער ווען איך הער דעי נאמען טראכט איך אז ער זעט אזוי אויס מיט א רעקל פון 8 יאר צוריק פון ראטה קלאדינג, שווארצע גלעזער, פלאטשיגס, פלארשעים שיך (די חסידישע), אביסילע געגעטע הויזען, ער טוישט העמד יעדן טאג, ער האט א קיע סעדאוני, זיין פאסיק איז שוין אזוי אפגעריבן, ער איז זייער א וואוילער, ער קען לערנען, חל המועד האט ער בעיקר ליב צי גיין צי זאס, ער קען גיט פלאמבינג, זיין דירה איז גאנץ אלט, אבער גיט אויפגערוימט, ער בויט אליין זיין סוכה, ער האט 4 קינדער, אלע זענען קליג, און זיי זען אויס ווי בדחן אליין, פורים טרינקט ער זיך גיט אן ביים טאטען, ער האט ליב צי שלאפען, ער האט נישט קיין נערווען צי פירען א סדר פסח ביינאכט, ער איז קיינמאל נישט ספעשיל אויפגעפרישט, אפילו ער כאפט א שויער יעדן טאג.

איך זאג דיר » זונטאג מערץ 10, 2013 11:14 pm

· #95449
מר. שאוול מיך אריין האט א 2 רומיגע דירה מאכט קידוש נאר אויף גרעיפ דזשוס , האט ליב צו לערנען ער גייט מיט א שטאפן הוט. אבער ער וואלט ליבערשט געגאנגען א הויכע סאמעט הוט, ווען די שוויגער פרעגט עם וואס ס'איז נייעס הייבט עם אן קיצלען אז זי וויל שוין ווייטער זיך אנטשולדיגען אז זי האט גארנישט געמיינט פאריגעס מאל ווען זי האט עם פארגעסן פונקט פאר עם צו שיקן א טעללער זופ שבת ביי די סעודה, ער איז מדקדק צו האבן מצות פון תנור ראשון, ער פאסט גאנץ גוט יום כיפור, און פאר א נויט ווען נישט יעדער זעט ערלויבט ער זיך אריינצוכאפןא שחיקת לעקאך מיט די קאווע צופרי פארן דאווענען, ער איז מקפיד צו דאווענען מיטן 9:00 אזייגער מנין נאר אויב ער שטייט אין קאווע שטיבל און הערט א גוט שטיקל לשה"ר וועט ער זיך מאכן ווי ער ענדיגט צו ליינען די ספעציפישע מודעה אויפן וואנט און דערווייל הערט ער זיך צו מיט א האלבן אויער ער ליינט דעם איד און האט ליב פאפיטעס, ער גייט א וואלענעם טלית קטן, די שוך מענידזשט ער עפעס ניש קו צו נעמען פון

זר זהב » זונטאג מערץ 10, 2013 11:16 pm

· #95450
וואס איז מיט די שיך?

איך זאג דיר » זונטאג מערץ 10, 2013 11:21 pm

· #95453
תיקון טעות פון די לעצטע שורה פון מיין פריערדיגע הודעה: און די שוך מענידזשט ער עפעס נישט קער צו נעמען פון

איך זאג דיר » זונטאג מערץ 10, 2013 11:30 pm

· #95460
דאס וואס כ'האב געשריבן אז ער כאפט אריין אמאל שטיקל קעיק מיט די קאווע ווען נישט יעדער זעט האב איך נישט געמיינט אז ער טוט עס יום כיפור נאר סתם א וואכן טאג

זר זהב » זונטאג מערץ 10, 2013 11:32 pm

· #95461
אה, איך פלאג מיר דא אוועק. מ'דארף אכטונג געבן, ווייל יעדע דעסקריפשאן טוישט די גאנצע פאנטאזיע.

טעפל » מאנטאג מערץ 11, 2013 3:54 am

· #95538
שוין איך בין געוועהן זיכער אויף דעם שאוועל מען, א ריזיגע כאניוק וואס צדק לפניו יהלך מיט צופלאשעטע פאות און ס'גיייט א גרויך א פאר.. און ס'רינט איהם שוין די שפייעכטס פון מויל, בייגט שיך אזוי צו צום טעלער, א אינגע בחור'ל רודפט איהם מט עפעס א שאלה, און ער..שאוועל מיר וכו'..

בעל הבית » מאנטאג מערץ 11, 2013 1:39 pm

· #95646
בדחן
[ציטאט אראפגענומען]


איך גיי מאכען גילו אויף מימי שאמרי: הויך 5.9
עווריטיש בילד מיט א בייכל
די היט אפגעריבען
רי רעקיל איז איין זייט לענגער ווי די אנדערע זייט
האט גלעזער
אסאך צעטליך און טאש
זייער זויבער
עסט יעדן טאג פרישטיג

אויף דיר האב יאך שון לאנג א קראש CRUSH

בעל הבית » מאנטאג מערץ 11, 2013 1:49 pm

· #95653
[ציטאט אראפגענומען]


לכארוה יא אבער איך ווייס נישט וואס סטאקער מיינט ? עפעס מיס?

איך אויך » מאנטאג מערץ 11, 2013 5:27 pm

· #95764
איך?

יאיר » דינסטאג מערץ 12, 2013 4:34 am

· #95917
נו, גילוי! כ'האב געוואוסט דער רמב"ם האט געהאט רוח הקודש, אבער נישט אויף אזא פארנעם. ממש צוטרעפן יעדן פרט!
האסט נאר געמאכט איין טעות: איך האב נישט אין פלאן צו שארן גאלד, איך האלט שוין טיף אינמיטן.

טעפל » דינסטאג מערץ 12, 2013 5:37 am

· #95924
ר' יאיר יעצט לאמרי הערן פון דיר וואואזוי זעהט אויס דער משה געצל'ן

ברעט מענינג » דינסטאג מערץ 12, 2013 1:49 pm

· #96107
לויט ווי עס קיקט מיר אויס ארבעט יאיר אין א היט סטאר

לעמאן דזשוס » דינסטאג מערץ 12, 2013 1:52 pm

· #96108
ממי שאמרו, פארגעס איך קען מיך מער נישט פארשטעלן דיין געשטאלן אן עפעס שטריכן פון אן אמאליגן פיליזאף, אבער די היט קען איך נאכניש אויספיגורן...אויב איז עס א ביבער הוט איז עס מסתמא פלעקיג אויפ'ן רונד און שיין אויפן שפיץ...

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג מערץ 12, 2013 10:52 pm

· #96340
אז קיינער רעדט נישט פון מיר וועל איך אליין רעדן.
מיין ווייב זאגט מיר אז איך זעה אויס ענליך צום ערשטן בענדזשאמין פרענקלין נאר נישט אזוי טשאבי.

יאיר » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:15 pm

· #96349
שקרן. דו ביסט א פעשליכער יונגערמאן מיט א פארקניפטער בארד און אויפגעקניפטע פיאות און א גרויסער ברייטער ביבער הוט. דו וואלסט געוואלט אויסזען ווי אים. כ'פארשטיי. כ'האב מיטלייד.

ברעט מענינג » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:33 pm

· #96358
בדחן
בדחן??

איך וועל געבן איין אמת'ע סימן: איך דרייוו א אדעסי מיני ווען,

יא עס קען זיין, אבער נישט קיין ליעס, ווייל ער האט זיך איינגערעט אז עס לוינט זיך צו קויפן, עס איז א 2006 אלטע לעדער סיעטס, מיט די פלעסטיק אינמיטן די רעדלעך (ביליגסטע מאדעל)

איך זאג דיר » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:58 pm

· #97132
מורינו הרב
נו, לאמיר אנהויבן...

ווי אזוי זעה איך אוי? - ווער קען אראפמאלן א פיקטשער פון מיר?

לויט מיין פארשטעלונג, קוקט איר "מורינו הרב" אויס פרעזדענטיש און האט ליב בעיקר ווען מ'רעדט איבער די נושא פון צומת הגידין איר האט נישט איבריג ליב קיין אייער אין די טשולענט שבת ביי די סעודה, דער הוט איז מער ווייניגער אין שעיפ, משום מה אינטרעסירט אייך מער די נייעס פון די דריטע וועלט לענדער ווי פון אמעריקע ענגלאנד קאנאדע וכדומה, ביטע מיר לאזן וויסן צו ס'געפעלט אייך וואס איך שרייב וועגן אייך

יואב » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:05 pm

· #97183
[ציטאט אראפגענומען]

דאס האט מיר געקאסט א שמייכל,
ממי , אפשר גיבט איר א דיסקריפציע אויף מיר עס וועל?

מורינו הרב » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:26 pm

· #97192
איך זאג דיר
מורינו הרב
נו, לאמיר אנהויבן...

ווי אזוי זעה איך אוי? - ווער קען אראפמאלן א פיקטשער פון מיר?

לויט מיין פארשטעלונג, קוקט איר "מורינו הרב" אויס פרעזדענטיש און האט ליב בעיקר ווען מ'רעדט איבער די נושא פון צומת הגידין איר האט נישט איבריג ליב קיין אייער אין די טשולענט שבת ביי די סעודה, דער הוט איז מער ווייניגער אין שעיפ, משום מה אינטרעסירט אייך מער די נייעס פון די דריטע וועלט לענדער ווי פון אמעריקע ענגלאנד קאנאדע וכדומה, ביטע מיר לאזן וויסן צו ס'געפעלט אייך וואס איך שרייב וועגן אייך


פשי, ווי אזוי ווייסטו?

איין זאך האסטו פארגעסן. בין איך נישט צופעליג דער בעל דרשן מיטן מעכטיגן שטימע, וואס האט געשריגן 'השם ממרום ישאג... שאוג ישאג על נוהו...'?
בלאט: 1 2