☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווי אזוי קוקט ער אויס?

ווי אזוי קוקט ער אויס?

76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3141
בלאט: 1 2

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:27 pm

· #97193
איך אויך
איך?

מורינו הרב » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:31 pm

· #97194
איך אויך, איז א חניוקישע חסידי'ישע יונגערמאן, וואס טרייעט צו זיין א ביזנעסמאן. זיין לבוש איז גענצליך חסידי'ש און פראבירט ניטאמאל צו זיין בעלבאטיש. זיין קויל איז מער א שטילערע אומזיכערע קול, און ווען ער רעדט זאגט ער אויך אפאר מאל "יא? - איך מיין אזוי...", און האט אסאך ספיקות... ער האט אויך יראת-שמים, א שיעור ביינאכט, דוכט זיך אלס בחור האט ער פיין געלערנט און פראבירט נאך אנצוהאלטן א רעפאטאציע פון א פיינע בחור.

איך אויך, לאז מיר וויסן וואס דו זאגסט צו מיין אנאליז...

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:33 pm

· #97196
בערך יעדע צווייטע ווארט איז אמת...

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:35 pm

· #97197
איך אויך
בערך יעדע צווייטע ווארט איז אמת...

איך אויך, איז א חניוקישע יונגערמאן, וואס צו א . זיין איז חסידי'ש פראבירט צו בעלבאטיש. קויל מער שטילערע קול, ווען רעדט ער אפאר "יא? - מיין ...", און אסאך ... ער אויך -שמים, שיעור , דוכט אלס האט פיין און נאך א פון פיינע.

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:39 pm

· #97201
כאגעמיינט די אנדערע.

משה געציל » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:42 pm

· #97205
וואס איז מיט מיין זעלע, אנטשולדיגט געביידע?

ודי למבין » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 10:09 pm

· #97261
און וואס איז מיט מיר?

איך זאג דיר » פרייטאג מערץ 15, 2013 1:20 am

· #97309
ודי למבין
און וואס איז מיט מיר?

"ודי למבין" האט א טבע אז ס'איז עם אלעמאל גענוג וואס ער האט, ס'איז אייך טאקע מקנא צו זיין, אבער ווען ס'קומט צו מצוות און מעשים טובים איז אייך קיינמאל נישט גענוג איר ווילט כסדר טון נאך און נאך און נאך

ודי למבין » פרייטאג מערץ 15, 2013 7:39 am

· #97330
פון דיין מאל צו גאט'ס אויער

איך זאג דיר » פרייטאג מערץ 15, 2013 3:12 pm

· #97413
מורינו הרב
איך זאג דיר
מורינו הרב
נו, לאמיר אנהויבן...

ווי אזוי זעה איך אוי? - ווער קען אראפמאלן א פיקטשער פון מיר?

לויט מיין פארשטעלונג, קוקט איר "מורינו הרב" אויס פרעזדענטיש און האט ליב בעיקר ווען מ'רעדט איבער די נושא פון צומת הגידין איר האט נישט איבריג ליב קיין אייער אין די טשולענט שבת ביי די סעודה, דער הוט איז מער ווייניגער אין שעיפ, משום מה אינטרעסירט אייך מער די נייעס פון די דריטע וועלט לענדער ווי פון אמעריקע ענגלאנד קאנאדע וכדומה, ביטע מיר לאזן וויסן צו ס'געפעלט אייך וואס איך שרייב וועגן אייך


פשי, ווי אזוי ווייסטו?

איין זאך האסטו פארגעסן. בין איך נישט צופעליג דער בעל דרשן מיטן מעכטיגן שטימע, וואס האט געשריגן 'השם ממרום ישאג... שאוג ישאג על נוהו...'?

אויב ביסטו דער בעל דרשן ביטע לאז מיך הערן דעם קאסעט איר וועט מיך מחי' זיין דערמיט, דו מוזט דאס טון אלס הכרת הטוב און אויך אלס על תמנע טוב מבעליו

ברעט מענינג » זונטאג מערץ 17, 2013 8:35 am

· #97586
משה געציל פיקסט פרידשעדערס און פריזערס, ער האט א אלטע עסטראו, ער באקומט נישט קיין טיקעטס פון די פאליס, זיין וועירהאוס איז לעבן די ברוקלין ברידזש אויף די וואנט זעט מען אזעליכע מאדנע אויפשריפטן, ער איז אביסל גראב, א אלטע ציבויגענע היט, ער האט שוין א בחור אין שטיב וואס קיינער ווייסט נישט אז ער איז בכלל זיין זין, ער קומט פון לאנדען, ער האט א אבגעריבענע טלית בטיל, וואס עס שטייט נישט זיין גאנצע נאמען נאר ראשי תיבות, ער איז נישט קיין גאנצע מאכער אין בית המדריש ער קימט אריין און גייט, זיין טאטע לעבט נאך אלטע איד, משה געציל איז בערך 50 יאר אלט, ער האט ליב פיינע סאפיר וואס זיין ווייב מאכט, ער גייט קיינמאל נישט קויפען און געשעפט עסן ווייל ער וויל נישט ספענדען, ער הייסט פאר א טאפ פיקסער מען, ער ענזשויד זיין ארבעט, ער האט א פאלם סענטראו וואס דארטן ליגט אלע זיינע חובות בילס עקספענסעס באזשעט.

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 17, 2013 8:40 am

· #97587
אזא רוח הקודש?!

משה געציל » זונטאג מערץ 17, 2013 9:57 am

· #97599
וואו! ממש אקוראט! ממש צוויי קליינע טעותים! איך גיי מיט א ניי צובויגענע היטל, אין מיין ווערהאז איז לעבן די מאנהעטן בריק.

איך זאג דיר » זונטאג מערץ 17, 2013 11:21 pm

· #97997
הרב "קאווע טרינקער" אויב איך מעג וואלט איך געוואלט געבן א אפשאצונג, איר האט ליב פארשידענע מיני געטראנקען אבער קאווע האט איר בהחלט נישט ליב איר טרינקט פארשידענס אבער קאווע נישט, איר גיט זייער אכטונג אויף הוט, די שוך אייער איס שיין 6אויסגעפוצט אבער משום מה איז די שטריימל נישט דער שענסטער נישט ווייל ס'אינטרעסירט אייך נישט נאר פשוט אויף דעם האט איר עפעס נישט קיין צייט, אבער איר האט אין פלאן אז ביום מן הימים וועט איר קויפן א נייעם הערליכן שטריימל, ווען איר זענט אין מקוה אדער ביי די קאווע און איר הערט אז מ'רעדט פאליטיק אדער אנדערע נארישקייטן קרענקט עס אייך געפערליך אבער במשך השמועס ווערט איר מיט געשלעפט און איר ווערט גאר דער ראש המדברים, איר האט ליב צו לערנען קצות איבערהויפט אויף מסכת יבמות, איר האט א האנט זייגער אבער משום מה ליגט עס כמעט קיינמאל נישט אויף די האנט, ווען איר עסט נוסלעך קראצט אייך דערנאך די האלדז, איר האט זייער ליב נגינה איבערהויפט אלטע פארצייטיצע מאדזיצער ניגונים, געווענדליך פרייטאג צונאכטס נאכן אור החיים שיעור גלוסט זיך אייך א טעללער טשולענט אבער נישט אלץ וועט איר זיך מטריח זיין נעמען, דער פיינע ווארימע בעט איז אייך מער ניחא,

ברעט מענינג » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 12:37 am

· #100136
איך טראכט יעצט אריין זעט מיר אויס אז ודי למבין בעסטע יום טוב איז טאקע יעצט פסח!

יואב » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 9:55 am

· #167864
פארהאן געוויסע ניקס וואס אנדערע ווילן וויסן וויאזוי זיי קוקן אויס, זה בכה וזה בכה. פון די ניקס אבער וואס יעדער איינער וויל מסתם וויסן ווער ער איז, איז דער וואן-ענד-אנלי בילאווד "קאווע טרינקער". אויסצולויבן זיין געשמאקן אנוועזנהייט איז נישט דא דער פלאץ, וואס יא, לעצטנס האב איך אין אכט גענומען צוליב סיבות מסיבות שונים (מלשון וכלים מכלים) אז דער קאווע טרינקער איז מיינס א שכן.

פאר אסאך פון ענק קען זיין וועלן געוויסע אספעקטן זיין א שאק ווען ענק וועלן הערן וויאזוי ער קוקט אויס, אבער אויף דעם האבן שוין אונזערע מאמעס אנגעזאגט "נאר אזעלכע פראבלעמען".

דאס אז קאווע טרינקער איז פעשליך, איז געוויס וואס יעדער שטעלט זיך פאר, און איז בכלל נישט סורפרייזונג. אכילה פארנעמט א פראמינענטן ארט אין זיין טעגליכען לעבן. אכילה איז זייער א ברייטע ווארט ווען מ'רעדט פון קאווע טרינקער, דאס קען מיינען קליינע סאוער דראפ דזשעליס אין זיין קאר, א טאץ מזונות אין סמעדריש, ביז א שמאלץ-רינעדיג ריב-סטעיק אין די היימישע רעסטוראנטן. (זיין טאטע עסט גראדע נישט בשר בהמה אלס קאשוי, קאווע האט שוין אבער געבראכן דעם חומרא נאך אלס בחור). ביי א זכר מאכט ער אויך נישט קיין חילוק צו ער איז הונגעריג אדער נישט; צו ס'איז דא א גרויסע אויסוואל נאש אדער חמין, אדער סתם פאפקארן מיט טענדשערינס. ער ווישט אריין מכל הבא לידו, כלחוך השור את ירק השדה. און אויב מ'פרעגט אים ביים וואכטנאכט: "קיגל האט איר שוין געהאט ר' קאווע'לע", ענטפערט ער "ס'וועט נישט שאטן נאך א טעלער". כ'רעד שוין נישט פון טשולענט, וואס צוליב איזה סיבה איז ער ממש געפאלן אין ליבע מיט די געמויזאכץ פון בונדלעך. קישקע באטראכט ער גראדע אלס א חלק פונעם טשולענט, און נישט ווי א באזונדערן מאכל. (נפקא מינה להנודר מן הטשולענט).

בעצם איז קאווע'לע א שטיקל לינקער, אבער אויף זיין הלך ילך מערקט זיך בכלל נישט -- הגם אז ער זאל עוסק זיין אין א בית שמש קולט סאמאטוכע איז גראדע יא עפעס וואס זאל מאכן שטארק סענס פאר אים. און דאס אז ער גייט אנגעטוהן אביסל נאכגעלאזט, טענה'ט ער "כאשר אבדתי אבדתי". אז ער האט סיי ווי נישט דעם לעבן ער וואלט ווען בעפארצוגט, וואס גייט אים אן וויאזוי ער קוקט יעצט אויס. דער אמת איז אבער אז ער איז בטבע אזא איינער וואס קערט נישט קיין סאך איבערן אויסזעהן, און איז בכלל אן איזי-גאוינג מענטש.

הויזן גייט ער נאך פון רויט-קלודינג, פשוט ווייל די שניט זייערע לויפט אביסל ברייטער; טלית קטן גייט ער א וואלענע אינדרויסן. א וועסטל גייט ער אויך, אבער נאר צוגעמאכט די ערשטע צוויי קנעפלעך. מילא האט ס'וועסטל א פנים ווי א שטיקל בארג.

אין בית מדרש, וואו דער עולם ארום אים קטן'ט פאר געלעכטער פון זיינע פערל רייד, איז א נארמאלע זאך ער זאל באפעסטיגן זיין שווארץ-ברוין אפגעריבענעם פאסיק, אינמיטן א זאפטיגן שמועס. אלזא, ווען ער גיט אזא הייב ארונטער דעם שליסל-קלינגעדיג הויזן, בו בזמן ווען ער גיבט א שלעפ דעם אלטמאדישן שטיקל לעדער, קען מען באמערקן צומאל אז ער גייט אזאנע קליינע ווייסע זאקן. אים צו זעהן מיט א בלויען רעקל און שווארצע הויזן, איז אויך העכסט נארמאל.

העמעדער גייט ער געווענדליך פלאזא-פלאס, מ'קען אים אמאל זעהן מיט אוריענט-סופער אויך. דאס אז די קנעפלעך ביים ארבל זאלן זיין אפען, איז ממש וויאזוי ער גייט היינצוטאגס אפציעל, טייל מאל אפילו אזא לייכטען קנייטש אויף ארויף.

די מעשה מיט די בארד איז אזוי. ווען ער איז געווען יונגער פלעגט ער שניידן מיט א שערל דא דארט, ווען ער האט אנגעהויבן זען ס'צעוואקסט זיך אביסל ארויס פון קאנטראל. מענטשן האבן אבער באמערקט און אנגעמערקט, האט ער אנגעהויבן זיך קנאבלען דעם בארד. למעשה היינט דרייט ער דאס שוין אויך נישט ארויף, נאר לאזט דאס לויפן זיין וועג. און אין פאקט וואקסט דאס בכלל נישט אזוי ארויס פון די ראמען, צוזאמען מיט די האלב געמאכטע פיאות קוק דער בארד אויס פארהעלטנמעסיג מסודר.

ער גייט נישט קיין עטרה אויפן טלית בכלל, און דאס איז בשיטה. פארוואס אבער, איז שוין א מעשה פאר זעך. (קרעדיט: ר' שמשון דער פארעווער).

א קאר דרייווט ער א 2003 שעווי ווענטשער. היטשעס טיילט ער אלץ און אייביג, און אנדערש ווי ביי די מער נייערע מיני-ווענס, ברויך דער היטש-כאפער זיך נישט ספראווענען מיטן עלעקטעראנישן טיר וועלכע פארשטייט זיך קיינמאל אויפן ווינק. ווען דער יעניגער שלעפט, שטייט דאס שטייף; ווען דער דרייווער דריקט דעם קנעפל האט זיך דאס שוין אנגעהויבן ריקן פארדעם דורך דעם שלעפער, מילא טאנצט דאס שוין צוריק, און אינצווישן האט מען שוין אויך געטוישט געירס פון דרייוו צו פארק -- מער ווי איינמאל. ביי קאוועניו קען מען זיך באלד אריינזעצן, די טיר איז אייביג אפען -- אין פאקט געדענקט ער אפילו נישט ווען ער האט צום לעצט פארשפארט זיין קאר. אין זיין קאר טוהט זיך שוין יא א שטיקל איבערקערעניש. דאנען ליגט אן ערוב פון ובלכת בדרך טעיפס, דא ליגט אן ארטסקרול גמרא, דערונטער פאפיטעס שאלאכץ, אריינציר צוויי אנגעפילטע ספרים בעגס, ליידיגע קאוק פלעשלעך, ספרים פון רב קורמאן, די.ווי.די פונעם לעצטן סיום הש"ס, און ס'קען ארבייטן אין קאר עפעס פון אינצווישן ר' אביגדור מיללער און א ספק קול באישה. שובבים טעיפס פונעם רבי'ן האט ער אויך אין קאר; ער דארף דאך וויסן פון וואס צו חוזק'ן.

למעשה גייט ער קויפן א נייעם קאר בקרוב, ער ווייסט נישט צו ער זאל נעמען דעם סיענע, צו אדעסי. ער איז בכלל נישט קיין קארגער, ער האט געקויפט דעם ווענטשער בימים ההם ברענד-ניו. נאר ער דארף פשוט נישט קיין קאר. "פיר רעדלעך און ס'פארט, ס'טראגט מיר וואו איך וויל, איז בעסער ווי גוט", אייסערט זיך קאווע'לע כסדר. אבער למעשה, מאכט אים די קאר שוין צופיל פראבלעמען, און ער גייט זיך נישט ארומשפילן ביים מעקעניק יעדן שני וחמישי. די ווייפערס זענען אים אפעציעל אויפגעשטעלט, ווי צו דערמאנען דעם "כל זמן שישראל מסתכלין כלפי מעלה". די בלינקערס נעמען זיך טאנצן ווילד ווען די נערווען שפילען זיי, און ביים לינקן וויידל לעקטער האט ער שוין געלייגט מער ווי איינמאל שטארקע-טעיפ, אבער פארט שווימען דארטן ארום וואסער.

עניוועי, זיינע קינדער האבן אים זייער ליב, און איך גיי כאפן א שחרית. (שחרית כאפט מען נישט, מ'דאווענט)

@קאווע טרינקער

שפתים ישק » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 10:09 am

· #167865
@יואב באטשי, שפתים קישאקTM!

קאווע טרינקער » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 10:24 am

· #167868
יואב.... פיר אויס...: ומחה ה' דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן.


צו באשרייבן קאווע טרינקער, קען קאווע טרינקער אויך. אבער אויף צו באשרייבן יואב, קען נאר יואב.
יואב, מיר ווארטען פאר דעם ארטיקל.

@יואב

יואב » מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:46 am

· #176570
שמעקעדיג איז א אינגערמאן בערך דרייסיג, הויעך און דאר, א ברוינליכען שמאלע בארד היבש מער כשיעור ציגעלע, האלב געמאכטע פיאות, פלאכע הוט, עקאו סטעפ אין שיך, פלאזא פלאס העמעדער, וואלנע טלית קטן אינדרויסן, און האט נישט קיין גלעזער. ער פלעגט אמאל גיין שווארץ און ווייסע, אבער האט געמאכט די לעיזאר אפעראציע אויף די אויגן פאר עטוואס מער ווי צוויי יאר צוריק.

שמעקעדיג איז מער ווייניגער א פרומער, אבער אינדערהיים איז ער סאך מער פרום, אדער ווי אנדערע וועלן דאס אנרופן "ער בי עסט". ער רופט נישט זיין ווייב ביים נאמען, הגם הער נאר איז שוין אפילו פאר אים עקסטרעם און איבערגעטריבן. ווען ער וויל זאגן אז ער ברויך אין טוילעט, זאגט ער: "איך דארף ארויסגיין".
למעשה איז ער נאך אלעם צופרידן אז זיין ווייב איז א יאנטשי פארפרומטע, ווייל ער איז איבערצייגט אז אזוי וואקסן זיינע יערליך געבוירענע קינדער אויף בעסער.

איינער וואס קען נישט זיין ווארימען און איידלען כאראקטער, קען נערוועז ווערן פון זיין ענדלאזע גוט מארגן'עריי ער ווינטש דעם גאנצן שטאט יעדן צופרי.

שמעקעדיג האט א פאלם פיקסי, און זעצט זיך יעדע צופרי אריין אין בית מדרש טוילעט ליינען קאווע שטיבל, אייוועלט, דראדזש ריפארט און קוקט בינגס בילדער. הגם אונטערן פארשלאסענעם בית כסא טירל איז ער צוגעבינדן צום געוועב, האט ער נאך אלץ נישט אויפגעגעבן דעם מנהג קדוש פון אריבערווארפן דעם טלית קטן איבער סקיסע טיר.

שמעקעדיג האט שוין פראבירט צו ראנען א פרינטינג פירמע, אבער האט זיך פארמאכט נאך אין שנה ראשונה פונעם אבן הפינה. היינט איז ער א סעילסמאן פאר עפעס א לאקאלע העלטה פוד קאמפאני, און טוהט אביסל אין גראפיקס אויך.

דרייווט א סיענע, זאגט אין כמעט יעדן זאץ די ווארט דעפענטלי, אדער נאו פראבלעם; דאווענט אלץ מיט מנין, איז זיך גערן מתנדב פאר א צירוף צו אנדערע מנינים, גייט יעדן טאג אין מקווה נאכן שויער, לערנט דריי שעה א טאג; האט שבת א טיפיקל טראדיצינאלע סעודה וואו מ'עסט זיסע געקאכטע סאלמאן פיש, פלייש פון די טשיקען זיפ וועלכע מ'האט שוין געקאכט פאר דארנאשטאג נאכטמאל, פערפל, קיגל אא"וו. קידוש מאכט ער אין א זמירות, אבער זמירות זינגט ער אויף אויסנווייניג פון שלום עליכם ביז ווען ער שלאפט שוין איין אינמיטן יום זה לישראל, און זיינע קינדער וועלכע מוזן מיטזינגען, און איינזיצן ביים סעודה מיט דרך ארץ, ברויכן אים פארריכטן זיינע פארשלאפענע גרייזן ער מאכט מיטן אויסמישן קעפלעך פון פאראגראפן.

ס'מיינט אבער נישט זיינע קינדער האבן אים נישט ליב. ער איז זייער א ווארימער טאטע, פארשטייט דאס הארץ פון א קינד, פארלאנגט נישט קיינעם צו זיין אזוי ווי דעם אנדערן, שלאגט נאר פאר חינוך און נישט סתם ווען ער איז אין כעס, קויפט כסדר מתנות, און גיבט זיי אסאך ליבשאפט.

ער האט שטארקע שלום בית, קלויבט אליינס אויס נוי סוכה פאר סוכות, עסט בית רחל מצות, און נוצט נישט אלע הכשרים.

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:57 am

· #176574
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

נא, סטאפ שוין לאכן דארט!

ניין, איך קען נישט!

😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

איך שליקעץ שוין, אבער נאך אלץ

😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

רויטע וואנצעס » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:13 pm

· #176587
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
איך וויל לאזן צוואה, אויב שטארב איך פון געלעכטער זאלט איר וויסן יואב איז שולדיג. איך בין אים מוחל אויב ער וועט קומען בדחנ'ן אויף די לויה.

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:25 pm

· #176596
איין זאך קען איך ענק זאגן: עס שפירט זיך ווי מען האט געלייגט אויף מיר א מצבה לעבעדיגערהייט..
איך זעה וויפיל גוטע זאכן מען שרייבט און מען חלומ'ט פון מיר, און לב יודע מרת נפשו ווי ווייט אוועק איך בין פון דעם, עס גיט א גוטע ציפ אין הארץ.
איך לערן 3 שעה א טאג? א גוטער מאן? א גוטער טאטע?.... הלואי! אפשר מיינסטו 3 שעה "קאווע שטיבל"?
והחי יתן אל לבו.
ייש"כ יואב פאר די שובבי"ם מוסר שמועס.

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 15, 2014 1:31 pm

· #176608
יואב, האסט פארגעסן צו שרייבן ער איז א עניו אויך.

טעפל » מיטוואך יאנואר 15, 2014 3:24 pm

· #176640
יואב, היינט נאכט גייסטו זיכער אין גן עדן, אזא געלעכטער אונז צוגעטיילט!! אבער בלייב נאך דא מיט אונז מיר דארפן דיר נאך האבען מיט אונז..

איך אויך » מוצ"ש אפריל 25, 2015 10:08 pm

· #269527
דיין בילד איז דאך פון ר' שימי דויטש שליט''א.

איך אויך » מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:23 pm

· #269559
רילי? איך האב געהערט מענטשן רופן עם דער ליאוזנער און שימי דויטש רופט זיך אויך ליואזנער רבי.
בלאט: 1 2