☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » לאנגע פיאות, איז דאס בכלל זה קלי ואנוהו?י

לאנגע פיאות, איז דאס בכלל זה קלי ואנוהו?י

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3131

משכיל » מיטוואך מערץ 6, 2013 12:13 pm

· #93670
לאנגע פיאות, איז דאס בכלל זה קלי ואנוהו?י
לעצטענס זעהט מען עס מעהר און מעהר,
די ליטווישע און רוסישע אידן האבן בכלל נישט געהאט קיין פיאות,
די אונגארישע זיינען געגאנגען קניפלעך אריינגעשטופט אויבן,
די גערער לייגן אריין די פיאות אין די 5 גאלענגיקע קאפלעך,
די סקווער'ער מיט הענגענדיקע קניפלעך,
די בעלזער ארויפגעדרייט אויפן אויער, אדער קניפלעך אויפן אויער,
אויך אין סאטמאר האט מען יארן צוריק נישט געקענט טרעפען כמעט קיין איין איד מיט געקרייזעלטע פיאות,

לעצטענס האט מען אנגעהויבן צו גיין גאר לאנגע געקרייזעלטע פיאות, וכל המאריך יותר מאריכין לו בזנב יותר גדולה, וואס איז דאס? האט דאס א מקור אין הלכה אדער מנהג אדער קבלה?

מען פלעגט אמאל זאגן אז די פיאות דארף גיין ביז די טשין, איז היינט דא א נייע מסורה?
איך האלט אז עס איז נישט שיין, און עס איז מבזה די מצוה,
אויך איז עס א שטיקל סכנה אז עס קען זיך פארטשעפען אין א מאשין וכדומה .

ודי למבין » מיטוואך מערץ 6, 2013 12:17 pm

· #93674
עס איז אזוי ווי אלע זאכן וואס מ'ווערט מער עקסטרים פון יאר צו יאר, און ס'איז דא ווי די ברכה זאל חל זיין
דרך אגב די גערע חסידים און ירושלים גייען זי יא מיט די פיאות אראפ דאס איז שוין א געשיכטע פאר זיך

בדחן » מיטוואך מערץ 6, 2013 12:37 pm

· #93700
האב איך עפעס פארפאסט? נאך איינער האט במערקט א שינו אין די פיאות די לעצטע צען פופצען יאר??

ווי ווייט איך זע האט זיך די לעצטע פופצען יאר גארנישט געטוישט לגב די לענג פון די פיאות, איינער זעט אנדערש?

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 12:46 pm

· #93707
בדחן, משכיל זאגט עפעס.
נישט אז דער זעלבער מענטש גייט היינט לענגער די פיאות ווי מיט 15 יאר צוריק. ער רעדט בכלליות, קוק ארום אין בית המדרש, אמאל זענען רוב בעלי בתים נישט געגאנגען אראפגעלאזט די פיאות.

יא משכיל, דאס איז אויך א רינגעלע אין די שלשלת וואס שלעפט אונז אוועק פון ארגינעלע בארג-סיני אידישקייט, בנוסף צו דעם וואס ס'פארמיאוסט דאס אויסזעהן און חן פונעם מענטש. ווער רעדט נאך פון די בארד וואס איז אומקאנטראלבאר. ווען משיח וועט קומען וועט דאס אויך בטל ווערן (אוי לולקע וועט זיין ברוגז, סארי, שוין דערנאך).

גאלד » מיטוואך מערץ 6, 2013 12:53 pm

· #93713
דאס אמאל זיכער א קליין אינגעלע מיט דיפעדי-דו לאקעלעך קען נישט זיין זיסער און שענער, דאס איז מיין טעיסט

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 12:55 pm

· #93715
כ'האב מורא צו רעדען, מ'וועט מיך חושש זיין פאר א משחק בתינ.... אבער א פלעטבוש אינגעל מיט די פיאות מאחורי אזנים האט א קלוגערע-אויסזעה. כ'טראכט נאר הויעך.

קאך_לעפל » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:02 pm

· #93719
א גביר האט אמאל געפרעגט דעם גאון רבי משה לאדינסקי ז''ל פון ראדין, פארוואס ער גייט מיט אזעלכע לאנגע פיאות,
האט אים דער גאון גענפערט:
ווען א סאלדאט באקימט א מעדאל פונעם קעניג, צילוב זיין שטארקייט, און אפערן זיין לעבן, צו פארטיידיגען די מדינה, וואלט ער באהאלטען דעם מאדאל? צו ער וואלט דאס געטראגן מיט א שטאלץ?

גנדי » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:22 pm

· #93732
קאך_לעפל
א גביר האט אמאל געפרעגט דעם גאון רבי משה לאדינסקי ז''ל פון ראדין, פארוואס ער גייט מיט אזעלכע לאנגע פיאות,
האט אים דער גאון גענפערט:
ווען א סאלדאט באקימט א מעדאל פונעם קעניג, צילוב זיין שטארקייט, און אפערן זיין לעבן, צו פארטיידיגען די מדינה, וואלט ער באהאלטען דעם מאדאל? צו ער וואלט דאס געטראגן מיט א שטאלץ?


און מיין תורה שטייט בכלל נישט אז די פיאות איז א מעדאל!

לויטן ספר החינוך איז "לא תקיפו..." וועגן די כומרים פלעגן מקיף זיין, און מיר טארן נישט נאכטוהן, איינמאל מיר זענען נישט מקיף איז מער נישט דא קיין פוינט פון מאכן לאנג.

בכלל איז נישט דא קיין זה קלי ואנוהו ביי א לא תעשה. און די סברה זאגט אויך אזוי.

זר זהב » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:28 pm

· #93736
קאך_לעפל
א גביר האט אמאל געפרעגט דעם גאון רבי משה לאדינסקי ז''ל פון ראדין, פארוואס ער גייט מיט אזעלכע לאנגע פיאות,
האט אים דער גאון גענפערט:
ווען א סאלדאט באקימט א מעדאל פונעם קעניג, צילוב זיין שטארקייט, און אפערן זיין לעבן, צו פארטיידיגען די מדינה, וואלט ער באהאלטען דעם מאדאל? צו ער וואלט דאס געטראגן מיט א שטאלץ?

👍 👍

זר זהב » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:34 pm

· #93740
קאווע טרינקער
כ'האב מורא צו רעדען, מ'וועט מיך חושש זיין פאר א משחק בתינ.... אבער א פלעטבוש אינגעל מיט די פיאות מאחורי אזנים האט א קלוגערע (און א גוי'שערע)-אויסזעהן. כ'טראכט נאר הויעך.

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:35 pm

· #93741
אויב זיין קלוג מיינט גוי'איש, וויאזוי שטימט די פסוק:
כי הוא חכמתם וגו'
שלמה המלך איז געווען חכם מכל אדם, איז ער געווען א גוי?

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:37 pm

· #93745
[ציטאט אראפגענומען]

ממי, דיין חתימה האט אויך א , ביים לינקען זייט.
מ'קען עס דורכטראגן... 😂

זר זהב » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:38 pm

· #93746
מיט די פיאות אונטערן אויער זעהט ער אויס מער ווי זיין גוישע אינגל שכן ווי ווען ער האט די פיאות שיין ארפגעלאזט. ופשוט הוא. דער היימישער אינגל איז מקיים דעם ואבדיל אתכם מן העמים מיט א שטארקן הידור.

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:39 pm

· #93748
אויב ואבדיל אתכם איז געבויט אויף G&G קלאדינג, דאן איז דער אייבישטער אויף צרות. אפילו מיט G&B.
--
ממי האקט, וואס איז דאס? מגילת פיאות?

גנדי » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:56 pm

· #93767
[ציטאט אראפגענומען]


ביטע ברענג אראפ נאר די אפאר גוטע נקודות וואס ער ברענגט ארויס - עס איז צי לאנג.

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:57 pm

· #93771
[ציטאט אראפגענומען]

ס'אמת אז איך בין א גאון.
אבער מהיכי תיתי אז כ'האב דאס געליינט בכלל. סך הכל האב געשריבן א תגובה'לע, און ביים דריקען דעם "שיק" קנעפעל איז ארויפגעקומען דיין תגובה העכער מיינס, כידוע למגיבים מבינים, און לכבודך האב איך צוגעלייגט אז דו האקסט, (נישט קיין עולה) און בסך הכל האב איך געפרעגט הויעך וואס דאס איז.

למשל יעצט, ווען כ'דרוק שיק, גנדי האקט. נישט געפערליך. כ'גלייב נישט אז גנדי וועט זיך באליידיגען.

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 2:06 pm

· #93778
ממי טייערע
"האקט" מיינט נישט א פראטעסט, "האקט" מיינט דו רעדסט אריין בשעת איך רעד.

זר זהב » מיטוואך מערץ 6, 2013 2:11 pm

· #93785
אה, מ'לערנט זיך אלס אויס נייע זאכן... אשפג מיינט איך שריי פון געוויין.

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 6, 2013 2:24 pm

· #93795

בן תמליון » מיטוואך מערץ 6, 2013 2:33 pm

· #93798
ממי הרב הרב אלמוג שלמה אכלופי יצ"ו דאס ביזטו אליין. איך האב אויסגעשאסן עטליכע מאל אינמיטן ליינען ביזט א גאון.

אגב דער בילד קומט גארנישט צו לאכן דער איז א בחור א עילו מיטן נאמען לאסקאווסקי זוהן פונעם רב אין אטוואצק. די נאציס האבן איהם געהאנגען מיט זיין טאטן און 10 אנדערע אידן טייל פון זיי אן פיאות.. עס איז דא בילדער ווי זיי הענגען נעבעך.

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:01 pm

· #93810

בן תמליון » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:19 pm

· #93825
דער גאנצער מאמר קוקט מיר אויס ווי א שטיק ליצנות. אפשר בין איך שוין נישט מבחין צווישן ליצנות און די ריעל טינג וויי וויי.

גנדי » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:07 pm

· #93862
[ציטאט אראפגענומען]


אנשולדיג געוואלט שרייבן ביטע

פאראכטאן.

משכיל » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:55 pm

· #93895
רבותי איך זעה דער עולם האט געמיסט דעם פוינט

איך רעד פון די גאר לאנגע פיאות, נוסח ירושלים וואס האט די אלע אויסגערעכענטע חסרונות

די אלע מעלות פון גיין פיאות איז דא אויך אויב מען גייט בנוסח באיאן, באבוב, סאטמאר דאס איז שיין, אבער פיאות וואס קומען אן אזוי ווי די תפילין של יד כנגד הלב איז ווילד און אוער'דאן

אויב א ביסעל איז גוט מיינט נישט אז אסאך איז נאך בעסער !י

ראש המדברים » מיטוואך מערץ 6, 2013 7:17 pm

· #93956
גיין פיאות איז דאך מן התורה, עפ"י הקבלה טאר די פיאות נישט אראפ גיין ווייל א מענטש האט 5 פיאות די לאנגע וואס איז שיין צוזאם גענומען, פון די אויער ביז'ן בארד, און די בארד רופט די תורה אויך פיאות, און עפ"י קבלה טארן די פיאות נישט ווער אויסגעמישט.
רוב דורות זענען בדרך לא דרך געגאנגען צוטיילט דורך קרייזלען די פיאות, ווען ס'איז געווארן גזירות האבן אידן אנגעהויבן צו לייגן אויפן אויער, קניפלעך, אונטערן קאפעל (כמנהג גער, וואס אגב אין גער ביים רבי'ן איז מען יא געגאנגען אראפ דאס איז די סיבה פארוואס אין ירושלים גייען זיי מיט די פיאות אראפ)
די סיבה פון די פיאות איז ווי די תימנער אידן רופן עס סימנים דאס איז דער שטערקסטער סימן פון א איד, ח"ו א איד וויל גיין זינדיגן קען ער אלעס אראפ נעמען און צוריק לייגן חוץ די פיאות, (נישט פארגעסן אז ביז עטליכע 100 יאר זענען אלע גוים געגאנגען מיט בערד).

ווען ס'איז געווארן די גזירות אויף אידן האבן זיך אנגעהויבן די נייע סארט פיאות, אבער נאר אין די צאנזער גזע איז געווען א קפידה פון אראפ נעמען די פיאות נאך די לענג פון די בארד און צאנזער רב פלעגט עס רופן שווענץ.
דא אין אמעריקא די בראשית יארן האבן מענטשען מורא געהאט צו גיין מיט לאנגע פיאות במשך הימים האט זיך עס מער פאשפרייט אבער נישט צו לאנג און סאטמאר רב פלעגט הייסן זיך שערען נאך די לענג פון די בארד.
נאר ליידער איז שוין פיאות בימינו נישט קיין סימנים מוזן אידן גיין מיט לענגערע פיאות אויף סימנים

חשבון » מיטוואך מערץ 6, 2013 7:20 pm

· #93957
זייער שיין ראש המדברים

מאטי » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 12:12 am

· #94122
ראש המדבר דער בעל שם טוב איז געגאנגען לאנגע פיאות?
אגב דיין לעצטע שורה געפעלט מיר נישט ואת״ל דו האסט א פוינט בערי וועבער וחביריו יוכיח

משה געציל » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 1:37 am

· #94172
ווען איך האב אמאל געפרעגט א דיין איבער א אתרוג, וואס הלכהדי'ג איז עס געווען כשר לכל הדיעות, צו עס איז א הדר. האט ער מיר גענטפערט אז שיינקייט איז ביי יעדע מענטש אנדערשט, ביי איינעם איז א אתרוג מיט א גארטעל שיין ביים צווייטן נישט, ממילא איז דאס א זאך וואס איך דארף אליינטס באשליסן.
לפי"ז איז דער זה קלי ואנוהו יעדער לויט זיין געשמאק. אז דו גלייכסט לאנגע, לאז אים וואקסן ביז די ערד. אז די גלייכסט געקניפטע, קניפ אים צוזאם ווי א סטילוואל.