☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » העלפט ארויס א נשמה

העלפט ארויס א נשמה

70 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3125
בלאט: 1 2

ודי למבין » מיטוואך מערץ 6, 2013 7:59 am

· #93580
העלפט ארויס א נשמה
אין היכל הנשמות ערגעץ וואו אין עולם הבריאה, איז דא א אוצר פון טייערע הייליגע נשמות, דארט אין די אוצר זיצן די נשמות, טאקע די הייליגע נשמות פון כנסת ישראל, חלקי אלו-ה ממעל, און שעפן לעכטיגקייט און תענוג פונעם אור אין סוף ב"ה וב"ש, הערן זיך צו די שירת המלאכים, און גייען ארויף יעדען חצות צו היכל קן צפור הערן תורה פון משה רבינו און מלך המשיח, און זענען דבוק אינעם אוא"ס כגמול עלי אמו.
פלוצלינג קומט אריין א מלאך, גרויס מסוף העולם ועד סופו, און ווינקט פאר א נשמה'לע, דארט אין א ווינקל, זאל מיטקומען מיט אים. די נשמה אונגאנצן פארוואונדערט, נישט וויסנדיג וואס און ווען, גייט נאך די מלאך. מ'גייט און מ'גייט ביז זיי קומען אן צו א גרויסע היכל. די מלאך ווייזט פארן נשמה זיך אראפזעצן, און קומט צוגיין מיט א גרויסע צעטל, אויף דעם שטייט 'בעל כרחך אתה נולד'. אויף די form גייט מען אויפשרייבן אלע אינפארמעישן פון די נייע געבוירענע נשמה.
די מלאך זאגט פארן נשמה, 'הער זיך צו נשמה טייערער, און אפאר חדשים ארום גייסטו אראפ צו א נייער וועלט, וואס ווערט אנגערופן 'עולם העשיה דעשיה'. דאס איז די רצון הבורא אין די דארפסט זיין גליקליך און צופרידן צו קענען טוהן זיין רצון. יעצט באקומסטו די מעגליכקייט אויסצוועהלן אין וועלעכע קרייז פון כלל ישראל דו וויסט געבוירן ווערן, און פארברענגען די מאה ועשרים שנה אויף יענע וועלט'.
די נשמה אינגאנצן צומישט און צוטימלט פרעגט די מלאך צו עס איז דא א מעגליכקייט כאפן א בליק אויף די פארשידענע קרייזן און כלל ישראל, כדי צו קענען מאכן די ריכטיגע באשלוס. די מלאך ענטפערט אים, 'אדרבה, גיט א קוק אויפן גרויסן סקרין אויפן וואנט'.
די נשמה הייבט אויף די אויגן און זעהט אויפן סקרין א ליסט פון פארשידענע קרייזן אונעם כלל ישראל. בני תורה, ספרדים, חסידים, מאדרענע ארטאדאקסן, מזרחיסט'ן, קנאים, תימענע, די עשרת השבטים און אפגאניסטאן, סתם עמך, אא"ו. און יעדע קרייז פאר זיך איז צוטיילט אויף פארשידענע פראקציעס, כל עוף כנף למינהו.
ער קוקט און קוקט, און זיינע אויגן ווערן נישט זייט פון קיקן, אזא קאלירבאר אויסוואל פון אידן, דא כאפט ער א בליק און די לייקואווד ישיבה און זעהט וואו טויזענטע בני תורה זיצן און זענען עוסק אין תורת ה', די קול תורה דונערט, מקולת מים רבים אדירים... דא זעהט ער ספרידשע יודן זינגען קדושה צוזאמן אה א מחיה ממש ווי די שירת המלאכים, דא זעהט א חסידישע יונגערמאן נאך א א מקוה מיט נאסע פיאות זיצט לעבן א ברענעדיגע חסידישע ספר און איז עוסק אין די העכסטע בחינות און ספירות, די מאדערנע יודל זוצט אויפן באן מיט א ענגלישע גמרא און איז מגלה כבוד שמים בעולם און די גרעסטע חושך, און אזוי ווייטער או ווייטער.
זוצנדיג אזוי פארגאפט קומט צו די מלאך צו אים און פרעגט אים, נו וואס האט איר מחליט געווען, וואו ווילט איר געבוירן ווערן, וואס געפעלט אייך דאס מעסטע. די נשמה אינגאנצן א צומישטע און צוטומלטע ווייסט נישט וואס צו ענטפערן...
אפשר קען אים איינער דא און קאווע שטיבל, וואס האבן שוין אביסל מער experience אין די געביט העלפן די צומישטע נשמה וואס צו דיסיידן ---
און אנדערע ווערטער געפרעגט אויב באקומסטו היינט די choice מחליט זיין צו וועלעכע קרייז צו באלאנגען וואס וואלט איר געטוהן.

שרייבער » מיטוואך מערץ 6, 2013 8:18 am

· #93583
איך בין ב"ה זייער צופרידן און קאמפטעבעל ווי איך בין

העי נאו » מיטוואך מערץ 6, 2013 8:45 am

· #93585
אפשר מזרחי....

טעפל » מיטוואך מערץ 6, 2013 9:36 am

· #93594
שרייבער
איך בין ב"ה זייער צופרידן און קאמפטעבעל ווי איך בין

ב" איך אויך, אבער באלד וועסטו הערן ס'איז דא צענדליגע דא אויפן ארט וואס גייען אנהייבען רעכטס און לינק'ס בקיצור ס'איז א שווערע נושא און איך גלייב נישט איינער האט א תשובה אויף דעם, אסאך שווערע (אזוי מיין איך) איז ווען מ'זאגט פאר א אינגעלע אדער א בחור זאל זיך אויס וועהלען א פלאץ וואו ער וויל גיין

בדחן » מיטוואך מערץ 6, 2013 12:05 pm

· #93660
סאטמער ראדני, א געשמאק לעבן, סיפוק החיים מען האט דער וועלט און האפענטליך יענער וועלט.

ודי למבין » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:56 am

· #94223
בדחן
סאטמער ראדני, א געשמאק לעבן, סיפוק החיים מען האט דער וועלט און האפענטליך יענער וועלט.

סאטמער ראדני, א געשמאק לעבן, ?? סיפוק החיים ??? מען האט דער וועלט ??? און האפענטליך יענער וועלט !!!

אביגדור » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 12:14 pm

· #94272
קודם כל, קומט אייך קרעדיט פאר'ן twist וויאזוי נאכאמאהל איבערצוקייען דעם פארכמארעטען עסק.

ודי למבין » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 12:28 pm

· #94280
אפאר קליינע הערות:
אינשטיין'ס ווארט איז וועגן הגיון הפשוט, נישט וועגן קאמען סענס.
קען זיין אז רובא דעלמא וואלטן אויסגעוועלט זייער פלאץ, אבער נישט רובא ד'קאווע שטיבל, ודו"ק.
וועגן די רבנים און אינטרנעט, האלט איך שוין לאנג אז די רבנים וואלטן זיך געדארפט אביסל דרייען אויפן נעט, זיך אביסל באקענען וואס די עולם האלט פון זיי, וכדומה, און נישט באקומען זייער גאנצע איפארמעישן פון די שמייכלדיגע גבאים און מקורבים
נאמבער 4 איך האב נישט אזוי גיט פארשטאנען די שייכות צויישן דיינע גליקליכע יארן און די מעשה מיט די קאר רענטל.
בכל אופן, זייער שיין געשריבן

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 12:38 pm

· #94285
ודי למבין

האב נישט אזוי גיט פארשטאנען די שייכות צויישן דיינע גליקליכע יארן און די מעשה מיט די קאר רענטל.
בכל אופן, זייער שיין געשריבן

אביגדור » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 12:40 pm

· #94288
פשוט'ע שייכות.

יואב » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:00 pm

· #94340
ווי ווייט איך געדענק, האט מען מיר טאקע געגעבן דעם אויסוואל גענוי ווי ודי למבין פאנטאזירט, (מעגליך פאנטעזירט ער שוין גארנישט, ער שילדערט זיין אייגענע ערפארונג), אבער איין זאך דערמאנט ער נישט. מען האט מיר צוגעטיילט א דעדליין - וואס אויב קען איך נישט באשליסן ביז דעמאלט, דאן נידערט מען מיר אראפ ווי מ'וועט פארשטיין פון אויבן, פון דא און ווייטער געדענק איך נישט פונקטליך, אבער איך געדענק יא, אז גענוי ווי ודי שרייבט איז מיר געווען גאר שווער צו באשליסן, (זייט דעמאלט בין איך זייער א שווערע דיסיידער) {עס איז נאכנישט געווען קיין קאווע שטיבל ווי די נשמות קענען נעמען ראט פון מענטשן וואס קענען דעם פעלד פון דער נאנט].

אודה ולא אבוש, עס האט מיר קלאר געשמעקט דעם מאדערנעם וועג, למעשה האב איך געוואלט נעמען מער א רוחנית'דיגער מהלך. ווי עס שיינט האב איך געוועלט דעם חסיד'ישן גאנג, איך האב מיר אבער פאר'חשבונ'ט קוקענדיג אסאך אויף חיצונית'דיגע זאכן, (איך האלט נאך אלץ אז זיי זענען חשוב'ער ווי די אנדערע, אבער קלאר נישט דער קאנטראסט וואס האט דאן געפירט איך זאל ליבערשט וועלן ווערן חסיד'ימזירט)

ווי עס שטעלט זיך ארויס, בין איך נישט נאר א חסיד געבוירן געווארן, נאר טאקע מיטן דזשיהדיסטישן אייפער - אונעם פולען טראגע יוצא צו זיין אלע חומרות און הקפדות אדאפטירט פון אלע סעקטן און געזעס,

יעצט צום פונקט: איך בין נישט אזוי ווייט דא מיר צו באוויינען, נאר מיין עצה צום פרישן נשמה'לע וועלעכע שוועבט און ספיקות איז ווי פאלגענד:
- קאטעגאריר זיך נישט,
- וועל זיך נישט קיין סעקטעס,
- האב בלויז אין זינען ווייטער צו ציען דעם שטאלצן גלארייכן יודישע מסורה וועלכע האט ארויסגעוויזן אומבויגזאמקייט טראץ יעדע סארט שוועריקייט וואס האט געדראעט איר עקזיסטענץ און לויף פון טויזענטער יארן, תהי צדיק ואל תהי רשע, און זעה בלויז צוריקציקערן דיין נשמה ריין למקור שנחצב, (אגב, די האסט א "בחירה" צו שוווילטאגען צום מאקסימום - איך רעד נאר אלס גוטער ידיד).

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:28 am

· #94746
איך וואלט ווען אויסגעקליבן צו געבוירן ווערן ביי רעב נעטען לעווין שליט"א קרייז.
\וועט עטס דאך אוודאי פרעגן וואס עפעס, וואס איז שלעכט ביי יחזקאל שמש למשל, אדער ביי נאפקע רבי ? וועל איך ענק ענטפערן, איך לייד ליידער אויף קארעיקטקייט סינדראם, ד"ה עס קרענט מיר אויב דארף איך נעמען אומבארעכטיגטע געלטער אדער פראגראמען, עס קרענקט מיר צו לעבן און א סביבה וואס דאס איז נארמאלע ערשיינוג, עס קרענקט מיר צו שיקן מיינע קינדער און אזעלעכע מוסדות וואס געבן אזא ערציהונג און פראדאצירן אזעלעכע פראדוקטן , און דאס אלעס איז ווייל יחזקאל שמש'ס קרייז געט נישט די כלים פארן דורכשניטלכן מענטש צו קענען ערליך פארדינען זיין ברויט אן זוכן היתרים ביי קשוי'ער רב אדער ביי ר' ישראל חיים מנשה. משא"כ ביי רעב נעטען לעווין באקומט מען א געהעריגע עדיוקעשין, מען האט פרנסה ברווח, [און אויב האט מען נישט פרנסה ברווח זוכט מען נישט קיין הידור מצוה ביי פריה ורביה], מען היט שבת מען לערנט דף היומי, און מען האט ליב אידישקייט ווייל עס מאכט סעינס און עס איז אויף די ביכער.
והעיקר שכחתי מען קען האבן א אינטערוויאו אויף קול מבשר בחנם, נישט נאר דאס, נאר דאס גאנצע פדיון שבוים געלד פון 11211 גייט גלייך אריין און זיין טאש .

בדחן » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:31 am

· #94748
בענדזשאמין פרענקלין
נישט נאר דאס, נאר דאס גאנצע פדיון שבוים געלד פון 11211 גייט גלייך אריין און זיין טאש .


🙂 🙂 🙂

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג מערץ 8, 2013 1:39 am

· #94787
בדרך אגב כ'האב געוואלט שרייבן בארא פארק און מאנסי'ס זיפ קאוד אויך. נאר איך קען זיי פשוט נישט.

זר זהב » פרייטאג מערץ 8, 2013 2:06 am

· #94796
מאדערן ארטאדאקס. זיי האבן די וועלט, און יענע וועלט. (פרעג זיי נאר)

טעפל » פרייטאג מערץ 8, 2013 2:43 am

· #94807
זר זהב
מאדערן ארטאדאקס. זיי האבן די וועלט, און יענע וועלט. (פרעג זיי נאר)

נו? אפשר גיימיר אהין?

זר זהב » פרייטאג מערץ 8, 2013 2:49 am

· #94810
קענסט נישט אהין גיין! דו מיט דיין חינוך וועסטע זיך פילן גילטי מיט זייער מהלך. מ'דארף געבוירן ווערן דארט.

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 8, 2013 8:28 am

· #94840
חבד איז נישט אזוי? פרייליך און צופרידן, אן די אלע איסורים חרמות וקונמות, און מען האט ביידע וועלטן פונקט אזוי!

איחוד פעלד » פרייטאג מערץ 8, 2013 8:42 am

· #94844
א מעשה שהיה איז אמאהל געוועהן אין לעיקוואד.

א גוי פין דייטשלאנד, מיטען גאנצען פונקטלעכקייט, האט זיך מגייר געוועהן. אלס האט זיך געדרייט ארום דער גר, איינער האט אים געלערנט אותיות, דער אנדערע הלכות, דער נעקסטע האט אים געגעבען נומערען פין מיידלעך פאר דעיטס. אקיצוור די גאנצע ישיבה האט זיך ביזי געמאכט מיט דעם גר. א קלייניקייט? ואהבתם את הגר, א דאורייתא נאכדערצו.

און ווען דער גר איז שוין געוועהן אין גאנצען אויסגעשולט, רעדי פאר די ארמיי, האט זיך דער גר אנגעזאגט און מודיע געוועהן פאר יעדעם אז ער גייט פין דא, ווי אהין? דער גר זאגט ער גייט קיין ....... סאטמאר.... נישט היינט געדאכט, א שאק האט געכאפט די ישיבה ביים דיפוק, היתכן? נאך אלעם? וואס עפעס? און פונקט קיין סאטמאר?

דער עולם איז געוועהן זייער דעפרעסד צוליב דער החלטה פינעם גר, אז דער ראש ישיבה האט זיך אויף געשטעלט מחזק זיין די געמיטער. אלס גייט רעלאטיוו, ווען א דייטש ווערט א איד, מיינט נישט אז ער ווערט אויס דייטש, אלזא וויאזוי קען איינער זיין א איד און פיינט האבען די מערסטע אידען מעגליך? דורך ווערען א סאטמערע!!!!!!!!

די מעשה איז אמת ויציב, און ווער עס וויל נישט גלייבען קען פרעגען משה לייבען.

ודי למבין » פרייטאג מערץ 8, 2013 9:09 am

· #94851
לכאורה האט די ראש ישיבה עובר געווען אויף א לאו פון לא תונו את הגר, מען טא אים נישט זאגן זכור מעשיך הראשונים, וצע"ג

אביגדור » פרייטאג מערץ 8, 2013 9:49 am

· #94861
נעה!

לעמאן דזשוס » פרייטאג מערץ 8, 2013 10:08 am

· #94874
יצמח, ווען נישט איך האב אביסל געליינט אייערע תגובות אינעם צימעס אפטיילונג וואלט איך נישט פארשטאנען אייער איצטיגע תגובה.

אביגדור » פרייטאג מערץ 8, 2013 10:30 am

· #94884
לעמאן דזשוס
יצמח, ווען נישט איך האב אביסל געליינט אייערע תגובות אינעם צימעס אפטיילונג וואלט איך נישט פארשטאנען אייער איצטיגע תגובה.

אוי.

לעמאן דזשוס » פרייטאג מערץ 8, 2013 10:33 am

· #94886
ביטע נעם עס נישט פערסאנאל!!!

איחוד פעלד » פרייטאג מערץ 8, 2013 10:38 am

· #94890
ודי למבין
לכאורה האט די ראש ישיבה עובר געווען אויף א לאו פון לא תונו את הגר, מען טא אים נישט זאגן זכור מעשיך הראשונים, וצע"ג



דער גר איז שוין נישט דארט געוועהן ווען ער האט עס געזאגט.

בכלל איז עס אבער נישט שיין צו זאגען אז די נאציס ווערען מגולגל אין סאטמאר........

לעמאן דזשוס » פרייטאג מערץ 8, 2013 10:40 am

· #94893
איחוד, דער ראש ישיבה האט א נאמען??!

איחוד פעלד » פרייטאג מערץ 8, 2013 10:57 am

· #94901
אפשר ר' אלשין? (איך מאך עס אויף).

פארוואס פרעגסטו?

פרעג שוין בעסער פאר די נאמען פין דער גר!!

אויס מענטש » פרייטאג מערץ 8, 2013 11:53 am

· #94922
בענדזשאמין פרענקלין
ד"ה עס קרענט מיר אויב דארף איך נעמען אומבארעכטיגטע געלטער אדער פראגראמען,


נאר דאס גאנצע פדיון שבוים געלד פון 11211 גייט גלייך אריין און זיין טאש .

האיך יתקיימו שניהם ??? ❓ ❓ ❓

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:55 pm

· #94942
דאס לעצטע איז ערליך פארדינטע געלט. אז מען האט א גוטע עדיוקעישן קען מען בעטן 2000 דולער א שעה (אויך אויב מען איז ווערט).
הבנת חביבי ?

קינות גירושין » זונטאג מערץ 10, 2013 12:23 am

· #95079
ביי די געלערטע אין די פערפעשנעלס איז דא פונקט אזאלכע גנבים און קראקס, מעדאף יוכח , סאיז דארט פשוט אויף א גרעסערע פארנעם  

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג מערץ 10, 2013 2:38 pm

· #95222
אמת עס איז אויך דא ביי זיי שווינדלער אזוי ווי עס איז דא ביי אונז אזעלעכע וואס לעבן הונדרעט פראצענט אויף ערליך פארדינטע געלט. די חילוק איז נאר וואס די ערציהונג גיט פארן אלגעמיינעם דורכשניטליכן מענשט, צו גיט עס די מעגליכקייט פון פירן א נארמאלן לעבנס שטייגער און פארדינען דאס אייגן שטיקל ברויט, אדער גיט עס נישט קיין שום כלים, און אז איינער וויל זיך דוקא ארויסדראפעווען פונעם געמויזאכטס און ער וויל לעבן גראד אויף די ביכער דארף ער זיך דראפן אויף די גראדע ווענט און קעמפן ציין און נעגל מיטן דלות.

גנדי » מאנטאג מערץ 11, 2013 12:10 pm

· #95610
איך וואלט אויסגעוועלט חסידיש-מאדערן-ארטאדאקס, אויב עס איז דא אזא זאך.

די חמימות פון חסידישקייט, די שמחה, די פאזיטיווע זאכן פון חסידות. אבער מאדערן-ארטאדאקס אין הלכות, תורה ומדע.

חסידיש-מאדערן-ארטאדאקס מאכט די מערסטע סענס, און וועט אנהאלטען די לענגסטע ביז משיח וועט קומען.

עס עקזעסטירט נישט במציאות אזא ארגענעזירטע קרייז, אבער עס איז דא אין קארלבאך חסידים, אביסעל אין ברסלב, די YU תלמידים וואס קומען קיין סקווירא, די 5 TOWNS חברה וואס זענען מכניס אורח רעבעס.

אפשר ליפא שמעלצערס שול איז די ערשטע חסידיש-מאדערן-ארטאדאקס קהלה.

לאליפאפ » מאנטאג מערץ 11, 2013 1:22 pm

· #95639
איחוד פעלד
ודי למבין
לכאורה האט די ראש ישיבה עובר געווען אויף א לאו פון לא תונו את הגר, מען טא אים נישט זאגן זכור מעשיך הראשונים, וצע"ג



דער גר איז שוין נישט דארט געוועהן ווען ער האט עס געזאגט.

בכלל איז עס אבער נישט שיין צו זאגען אז די נאציס ווערען מגולגל אין סאטמאר........

אין פאקט האט א סאטמארער פיינט א ריזיג חלק כלל ישראל, אפגעזעהן פאר וועלכע חטאים. ממילא זענען זיי גערעכט מיט דעם פוינט!

אביגדור » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:10 am

· #95988
ליידער...

איך אויך » דינסטאג מערץ 12, 2013 9:05 pm

· #96283
וואלסט צוריק געגאנגן צו די סווינגינג סיקסטיס אול דעי וועי? פרי לאוו אויך?

אביגדור » דינסטאג מערץ 12, 2013 10:15 pm

· #96325
חלילה.

איך אויך » דינסטאג מערץ 12, 2013 10:31 pm

· #96329
כנראה ווייסט איר נישט וואס פרי לאוו מיינט. שוין עס איז בעסער אזוי.

שימעלע » מיטוואך מערץ 13, 2013 1:15 am

· #96369
סאיז אינערסאנט אז די נשמה זעיט אזוי פיל קלירפילע פראקציעס אין אידישקייט וואס דארט אויבן זעיט ער אז אלע זענען אמת (איעדער אויף זיין דרך), און דאך זאל ער אויסוועלן א פראקציע וואס האלט אז נאר אונז זענען אידען און די אלע אנדערע זענען האלבע אדער גאנצע גוים.
נאר סקען זיין אז ער טיט עס פאר די challange צי ער וועט יא זיין געניג קליג צי איינזעין אז די אנדערע זענען אויך ערליכע כשר׳ע אידן . קומט אויס אז די אלע וואס האלטען נישט אזוי ווען זיי וועלן ארויף קומען אויף יענע וועלט וועט זיך פילען ווי א fool פארו זיך לאזען פארנארען.

גנדי » מיטוואך מערץ 13, 2013 1:48 am

· #96377
איך האב אייביג געהאט די קשיא, די קרייזן וואס ווילן נישט זייער קינדער זאלן זאגן תהלים מיט קינדער וואס גייען מיט באקל-פאסיגס, זיי ווילן נישט לערנען די זעלבע דף וואס אידן מיט בענד-דאונס לערנען, זיי ווילן נישט עסן פלייש פון שוחטים וואס זייערע פרויען גאלן נישט אפ זייער קאפ, זיי ווילן נישט זיצען צוזאמען ביי א כינוס מיט אידן וואס טוען אהן בלויע העמדער, זיי לאזן נישט אידן טאנצן אין זייער שטאט מיט געלע פענער, זיי לאזן נישט ראש ישיבות וואס שפילן אויף גיטארס עפנען ישיבות, זיי לאזן נישט די קינדער זיך פארהערן משניות ביי א קאמפיין וואס ראפעלט אויס א שגץ-בייק, זיי לאזן נישט הענגן אין זייער שטאט א בילד פון א אינגל מיט קורצע פיאות, ועוד ועוד...

ווען משיח וועט קומען, ווי אזוי וועלן זיי גייען אין בית המקדש מקריב זיין זייער קרבן פסח? ס'וועלן זיין אין אדער נעבן די בית המקדש אידן פון אלע קרייזן, קינדער וואס גייען מיט באקל-פאסיגס, אידן מיט בענד-דאונס, כהנים וואס וועלן שחט'ן וואס זייערע פרויען גאלן נישט אפ זייער קאפ, אידן וואס טוען אהן בלויע העמדער, אידן וואס טאנצן מיט געלע פענער, ראש ישיבות וואס שפילן אויף גיטארס, קאמפיינס וואס ראפעלען אויס א שגץ-בייק, אינגלעך מיט קורצע פיאות...

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:07 am

· #96382
מ'סתם וועלן זיי בויען אן עקסטערע בית המקדש על טהרת הקודש, נישט צוצוקומען צו קיין התבוללות חלילה.

כ'געהערט אז זיי האבן א שטח אויף הר גריזים.

זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:12 am

· #96387
גנדי לעבן, רעדיר איין!

נאך משיח וועט יעדער גיין מיט א פלאטשיגן ביבער היט א לאנגן רעקל, גענוי אנגעטון ווי אלע ערליכע אידן גייען היינט. ס'וועט קיינער נישט האבן דעם יצר הרע צו וועלן אויסזעהן ווי דעם גוי. יעדער וועט טון אלע סארט פעולות צו זיין בעסער אינעם ואבדיל אתכם מן העמים.

איך פיטי אייך.

איר גייט זיין שאקירט!

גנדי » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:21 am

· #96390
זר זהב
גנדי לעבן, רעדיר איין!

נאך משיח וועט יעדער גיין מיט א פלאטשיגן ביבער היט א לאנגן רעקל, גענוי אנגעטון ווי אלע ערליכע אידן גייען היינט. ס'וועט קיינער נישט האבן דעם יצר הרע צו וועלן אויסזעהן ווי דעם גוי. יעדער וועט טון אלע סארט פעולות צו זיין בעסער אינעם ואבדיל אתכם מן העמים.

איך פיטי אייך.

איר גייט זיין שאקירט!


פלאטשיגע ביבער היטן אפשר יא. אבער אין בית המקדש - מיין איך - וועלן מיר דארפן גיין בארפיסיק.

וועט נישט זיין אסאך וואס וועלן אנטוהן סנדלים ווי די מתנחלים ווען זיי קומען ארויס פון די בית המקדש?

וואלסטו געוואלט דיין זוהן זאל זיך חברן מיט קינדער וואס זייער טאטע גייט אן זאקן און סנדלים אויפן גאס?

זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:22 am

· #96391
איר פארשטייט נישט. אויב וועט דאס זיין דער וועג פון די כהנים וועט עס אויטאמאטיש זיין אפגעפרעגט ביי די באמעס. איז אלעס פיין.

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:26 am

· #96393
וואס וועט מען אבער טוהן מיט די בארוועסע פרויען וואס וועלן אריין קומען אין עזרה מקריב זיין קרבנות?

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:27 am

· #96395
עס גייט זיין באמעס אין בית המקדש? קיינמאל נישט געהערט דערפון. ווערט געברענגט אין נביא?

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:28 am

· #96396
ער מיינט צו זאגן במות, נישט באמעס.

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:41 am

· #96402
במות גייען בארוועס??
איין רגע. עפעס קלינגט דא.
אה, מיין סארקאזם דיטעקטער.... נעווער מיינד.

טעפל » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:48 am

· #96404
זר ווען משיח גייט קומען גייט מען גיין אין ביהמ"ד ווי די ספרדים מיט א ריזיגע גלימה!! האסט א ספק צו משיח איז א ספרדי?? האסט אמאל געהערט אן אשכנזי וואס הייסט משיח??

לולקע-ציבעך » מיטוואך מערץ 13, 2013 12:30 pm

· #96476
ודי למבין
אין היכל הנשמות ערגעץ וואו אין עולם הבריאה, איז דא א אוצר פון טייערע הייליגע נשמות, דארט אין די אוצר זיצן די נשמות, טאקע די הייליגע נשמות פון כנסת ישראל, חלקי אלו-ה ממעל, און שעפן לעכטיגקייט און תענוג פונעם אור אין סוף ב"ה וב"ש, הערן זיך צו די שירת המלאכים, און גייען ארויף יעדען חצות צו היכל קן צפור הערן תורה פון משה רבינו און מלך המשיח, און זענען דבוק אינעם אוא"ס כגמול עלי אמו.
פלוצלינג קומט אריין א מלאך, גרויס מסוף העולם ועד סופו, און ווינקט פאר א נשמה'לע, דארט אין א ווינקל, זאל מיטקומען מיט אים. די נשמה אונגאנצן פארוואונדערט, נישט וויסנדיג וואס און ווען, גייט נאך די מלאך. מ'גייט און מ'גייט ביז זיי קומען אן צו א גרויסע היכל. די מלאך ווייזט פארן נשמה זיך אראפזעצן, און קומט צוגיין מיט א גרויסע צעטל, אויף דעם שטייט 'בעל כרחך אתה נולד'. אויף די form גייט מען אויפשרייבן אלע אינפארמעישן פון די נייע געבוירענע נשמה.
די מלאך זאגט פארן נשמה, 'הער זיך צו נשמה טייערער, און אפאר חדשים ארום גייסטו אראפ צו א נייער וועלט, וואס ווערט אנגערופן 'עולם העשיה דעשיה'. דאס איז די רצון הבורא אין די דארפסט זיין גליקליך און צופרידן צו קענען טוהן זיין רצון. יעצט באקומסטו די מעגליכקייט אויסצוועהלן אין וועלעכע קרייז פון כלל ישראל דו וויסט געבוירן ווערן, און פארברענגען די מאה ועשרים שנה אויף יענע וועלט'.
די נשמה אינגאנצן צומישט און צוטימלט פרעגט די מלאך צו עס איז דא א מעגליכקייט כאפן א בליק אויף די פארשידענע קרייזן און כלל ישראל, כדי צו קענען מאכן די ריכטיגע באשלוס. די מלאך ענטפערט אים, 'אדרבה, גיט א קוק אויפן גרויסן סקרין אויפן וואנט'.
די נשמה הייבט אויף די אויגן און זעהט אויפן סקרין א ליסט פון פארשידענע קרייזן אונעם כלל ישראל. בני תורה, ספרדים, חסידים, מאדרענע ארטאדאקסן, מזרחיסט'ן, קנאים, תימענע, די עשרת השבטים און אפגאניסטאן, סתם עמך, אא"ו. און יעדע קרייז פאר זיך איז צוטיילט אויף פארשידענע פראקציעס, כל עוף כנף למינהו.
ער קוקט און קוקט, און זיינע אויגן ווערן נישט זייט פון קיקן, אזא קאלירבאר אויסוואל פון אידן, דא כאפט ער א בליק און די לייקואווד ישיבה און זעהט וואו טויזענטע בני תורה זיצן און זענען עוסק אין תורת ה', די קול תורה דונערט, מקולת מים רבים אדירים... דא זעהט ער ספרידשע יודן זינגען קדושה צוזאמן אה א מחיה ממש ווי די שירת המלאכים, דא זעהט א חסידישע יונגערמאן נאך א א מקוה מיט נאסע פיאות זיצט לעבן א ברענעדיגע חסידישע ספר און איז עוסק אין די העכסטע בחינות און ספירות, די מאדערנע יודל זוצט אויפן באן מיט א ענגלישע גמרא און איז מגלה כבוד שמים בעולם און די גרעסטע חושך, און אזוי ווייטער או ווייטער.
זוצנדיג אזוי פארגאפט קומט צו די מלאך צו אים און פרעגט אים, נו וואס האט איר מחליט געווען, וואו ווילט איר געבוירן ווערן, וואס געפעלט אייך דאס מעסטע. די נשמה אינגאנצן א צומישטע און צוטומלטע ווייסט נישט וואס צו ענטפערן...
אפשר קען אים איינער דא און קאווע שטיבל, וואס האבן שוין אביסל מער experience אין די געביט העלפן די צומישטע נשמה וואס צו דיסיידן ---
און אנדערע ווערטער געפרעגט אויב באקומסטו היינט די choice מחליט זיין צו וועלעכע קרייז צו באלאנגען וואס וואלט איר געטוהן.


זייער שיין, ודי. איך האב אבער א פילינג אז די נשמה ווען זי איז נאך אויבן און האלט אינמיטן מאכן די פלענער פאר'ן בעפארשטייענדן לעבן, האט פאר זיך אן אנדער סוג פון קאטעגאריעס איבער וואס איז וויכטיג, און וואס נישט. די נשמה קומט אראפ מיט א ציל עפעס אויפצוטאן אין דעם מציאות דאהי וואו מיר געפינען זיך יעצט. אזוי אויך, איך גלייב אז דארט זעט מען און פארשטייט מען זאכן אנדערש ווי מיר יעצט דא. במילא, איז יתכן אז די נשמה שענקט נישט אזויפיל אויפמערקזאמקייט צום קרייז אין וועלכן ס'זאל געבוירן ווערן. עס קען זיין אז בכדי אויסצופירן וואס זי וויל, איז דער ספעציפישער קרייז נישט אזוי ווייט נוגע.

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 13, 2013 12:32 pm

· #96478
איך האלט אז יעדע פרט ווערט אויסגעשמועסט בעפאר די נשמה קומט אראפ. וועלכע משפחה, וועלכע סארט טאטע/מאמע, וועלכע סארט צער אדורכצוגיין, א.א.וו.
בלאט: 1 2