לולקע-ציבעךברסלבערדיין ערשטע ראי' קען זיין אמת, אבער פון ברייען ווייס איז לכאורה נישט קיין ראי', אפשר האט דאס ברייען פאבריצירט? ער האט דאך יא געקענט זיין טאטע.
דער ווייס ברענגט עס נישט אלץ א ראי' איבערצוצייגן אנדערע אז ס'איז אמת. ס'איז נאר דער סיפור המעשה וואס ער דערציילט וויאזוי ער, א סעקולערער, אומרעליגיעזער, קאלעדזש שטודירטער, ראציאנאלער טראכטער איז אנגעקומען זיך אריינצולייגן אין אזא נישט-סייענטיפישער סוגיא.
יואבאיך האב געליינט וואס זיי שרייבן,
ס'איז קלאר אן אישו מיט וואס זיי דארפן דרייען די פינגער מיט הסברות,
און נאכאמאל,
אינטערסאנט איז עס, אבער שיין גערעדט, אן עגונה וועט מען נישט מתיר זיין באזירט אויף דעם,
צוליב דעם האב איך אויך ציטירט דברי יודל,
וויבאלד סיינטיפיש איז עס דאך נישט,
עס מוז אבער נישט זיין אז די חברה שוועבן נישט און ספיקות,
עכ"פ געוויסע,
די אלע פראפאגאנדיסטן וואס פאשפרייטן די סארט מעשות זענען אלץ פארנומען.
מיט אזאלעכע מעשות וואס פאסירט (אויך) ביי נישט רעליגיעזע מענטשן
פאר "הסברים" דארף מען אפשר דרייען מיט די פינגער. אבער דער עצם פענאמען?
אן עגונה ווערט מותר לויט ספעציפישע הלכה'דיגע כללים. פריערדיגע גלגולים און הינטערבאוואוסטיין זכרונות זענען נישט קיין הלכה'דיגע מכריעים.
ס'איז נישט "סייענטיפיש" מיט דעם אז סייענס האט נישט דערויף קיין הסבר, שטודיעס, עקספערימענטן, און מאטעמאטישע פארמולאס. במילא?
לולקע טייערער,
עס שיינט דיין פיליזאפישער פארגרעסערונג גלאז ברילן,
וואס דו ניצט ביים באהאגלען דעם אומשולדיגן פארוויילונגס קאפע הויז,
מיט נאכאנדע ווילד אויפרייסישע באמבעס,
שטעלענדיג אלצדינג אונטער באדראענדע עקזיסטירנדע ספיקות, השערות, קווענקעלנישן,
פירכות, און הגדרות, פון לעבן און טויט - מענטשן און פלאנעטן- און אלעס אינדערמיט, מלבר ולגב,
שפאצירט נישט אראפ פון דיין אויגן,
בשעת'ן אטעמען און פאברענג אשכולות,
און די האסט באשלאסן ארויפציאגן טראדיצינאלע שפריך ווערטער,
צו דיין פארגאבטער עוקר הרים לעוועל,
האב איך דען פראבירט צו דערגיין דער צוגאנג פון מתיר זיין עגונות?
און דאס אז ס'איז נישט סיינטיפיש,
שלעפט מיך נאכנישט אריין און קיין דעבאטעס איבער די ווירקליכקייט,
איך האב בלויז צוגעטיילט א סיבה פארוואס סייענס איז נישט איבריג צופרידן מיט דעם,
לולקע,
אלס א דערקוויקטער פון דיינע נוקלערע ארטיקלען,
דריק איך אויס צופרידנהייט אז דו האסט באשלאסן צו קאליצן און פאברענג אשכולות,
אבער פליז,
נידער דעם ערענסקייט,